חסיד האט געשריבן:איך וויל מקדים זיין אז איך קען נישט פערזענליך ר' ליפא און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט, און אויב ער איז ערנסט דערביי יה"ר שיצליח בכל דרכיו מעלה מעלה אמן
אבער!
'ליפא' מיט אלעס וואס ער האט רעפרעזענטירט איז קלאר געוועהן א לאנגע קייט פון ירידה אראפ אראפ מיט פריקת עול פון אלעס וואס מ'האט עהם און רוב פון אונז מחנך געוועהן אלע יארן, צו אידישקייט אדער רעספעקט פאר הלכה, מסורה, רבנים, מנהגים וכו' און כסדר געטראפן חכמות להרע צו קאלט מאכן אלעס הייליג (לדוגמא בערד ואכמ"ל, וויאזוי א מימרא אויף א פארצייטישע ליטווישן עסקן מפורסם ונמרץ עושה חסד לרבים עד אין שיעור ר' משה שערער מאכט מען דערפין כאילו מיר חסידישע אידן דארפן עס אויך נישט וכדו' וכדו' וכו' וכו')
על כן יעצט אז ער וויל אויסדרייען דעם דאשיק זאל ער אזוי גדוט זיין און אויפהערן זינגן בכלל און זיך טרעפן א נארמאלע ארבעט נישט אין די ראמען פון בלייבן מיטן מיעסן טמע'נעם עקלהאפדיגן גוי'עשן סעלעברעטי סטאטוס נאר זיך זעצן לערנען ספרי מוסר ויראה און דאווענען אז השי"ת זאל אים מוחל זיין על חטאיו אן א טראסק און מצב, וועט מען זען אז כי לטובה כוונתו און נישט אז ס'איז ליפא ווערסיע ח' פרק כ''ה מיטן ציל צוריקצובאקומען לעגיטימאציע במקצת ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע האבן ב"ה במשך הזמן איינגעזעהן וואספארע פארפוילטע ליידיגע זאק דאס איז (געוועהן?) ובזה נבחון צו דאס איז נאך אן עקט אדער ערנסט. בקיצור דאס אז ער איז געוועהן ווי ער איז געוועהן מאכט אים נישט יעצט קיין ארויפגעקוקטער בעל דרשן וועלכער וועט אויפקלערן זינגען און דרש'נען אידישקייט, ער ווערט נישט קיין מגיד מישרים. יא במקום שבעלי תשובה עומדים אבער נישט צו זיין ווייטער א מיינונג זאגער.
ידעתי גם ידעתי אז מיינע ווערטער וועלן אנקלאפן גאר אומפאפולער ביי רוב חברים דא אין שטיבל, און כ'וועל שטארק אטאקירט ווערן אבער מה שנראה בעיני רשמתי.
חסיד: איך בין מער ווייניגער מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף ליפא. נאר נישט מיט די מעדיצין וואס דו שרייבסט איהם פאר.
איך אליינס בין נישט קיין פרומאק. און איך פארלאנג נישט פון קיינעם אז מ'זאלל זיין..."פרום"...נאר מיין עיקר טענה צו ליפא איז אז ס'האט איהם געפעהלט (לויט זיין התנהגות) א פינטעלע יראת שמים. ער האט נישט געפיהלט קיין יראת הכבוד צו אלע קדשי בני ישראל. אויך האט ער (מכח קטנות המוחין) נישט אפגעשאצט די היסטארישע ווערד פון אונזער קולטור. ואטו כי רוכלא ליחשיב וליזל...!
נאר אויב ער האלט אינמיטן זיך פארשטערקערן אין אידישקייט, קען ער ווייטער זינגען. נאר ער זאלל נישט זינגען און עקטן אויף דעם צווייטן, נישט אויסגעהאלטענעם טרעק. וואס ער פלעגט צומאל טון ביז יעצט...!