Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » געטויפט רח"ל

געטויפט רח"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12610
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:35 am#415618
פליישיג האט געשריבן:וואס איז דער הלכה לגבי זיך זעצן שבעה?

פליישיג: אויב דו ווילסט נעמען א וואך וועקעישן און דו זוכסט א תירוץ פארוואס נישט צו גיין אין דזשאב, קענסטו אזוי טון...!
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:03 pm#415675
קוק ווי אזוי ענקער חינוך האלט, וד"ל. א טאכטער פון א רבי'ן...
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:06 pm#415679
חכמת שלמה האט געשריבן:קוק ווי אזוי ענקער חינוך האלט, וד"ל. א טאכטער פון א רבי'ן...

וואס איז טאקע די עצה?
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 5:16 pm#415695
זיין א סאטמארע יואלי, מאכן יעדן טאג די פיאות מיט דזשעל, שרייען שיגץ און פוי אויפן קאנקערענץ פון דיין רבי. לאזן די קינדער זיך ארומ'רצח'ענען אויף כולם אהובים.
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 8:07 pm#415710
חכמת שלמה האט געשריבן:קוק ווי אזוי ענקער חינוך האלט, וד"ל. א טאכטער פון א רבי'ן...

די נעמען "נתן" "מרת כהן" "מרת טעללער" דערמאנען דיר עפעס?
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 11:48 pm#415719
נתן איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. ער האט זיך אועקגעריסן פון שורש... אבער ער האט זיך נישט געטויפט... כפי ידיעתי... ווער ווייסט?
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 3:36 pm#415771
חכמת שלמה האט געשריבן:נתן איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. ער האט זיך אועקגעריסן פון שורש... אבער ער האט זיך נישט געטויפט... כפי ידיעתי... ווער ווייסט?

איינמאל ער האט זיך ליידער אפגעריסן פונעם שורש מקור מים חיים תמ"ל, מאכט דען א חילוק צו ער האט זיך געטויפט צו קריסטנטום אדער ליידער צו אומאויטענטישע אידישקייט?

לפענ"ד איז עס אסאך ארגער
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 2:08 am#415846
חכמת שלמה האט געשריבן:נתן איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. ער האט זיך אועקגעריסן פון שורש... אבער ער האט זיך נישט געטויפט... כפי ידיעתי... ווער ווייסט?

לויט ווי ענק האבן מפרסם געווען בשעתו איז נתן - לויט ענק - א פאלנע מסור. א מסור איז אין לו חלק, און דאס איז פונקט אזוי במורידין ולא מעלין ווי א משומד.

אבער דאס איז נישט די נקודה דא, די נושא איז נישט "געטויפט" צו נישט, דו האסט באשאפן א טענה אז אונזער חינוך איז פראבלעמאטיש. איך וויל דיר בלויז צייגן וויאזוי ווען עס קומט צו די פאנעט מיידל זאגסטו "קוק וואו ענקער חינוך האלט, דעם רבי'נס קינד", משא"כ ווען עס קומט צו "דיין" רבי'ס קינדער זאגסטו "נעבעך אפגעריסן פון שורש", האלא?? דיין רבי'נס חינוך איז דורכגעפאלן ביי "3" פון זיינע קינדער!!
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 10:50 pm#415943
וועלכע דריי?

איז דא איינער וואס איז אריין אין קלויסטער זיך שמד'ן?
פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 12:10 am#415947
אנטשולדיגט, איך ענטפער נישט צוויי מאל.
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 12:50 am#415985
חכמת שלמה האט געשריבן:זיין א סאטמארע יואלי, מאכן יעדן טאג די פיאות מיט דזשעל, שרייען שיגץ און פוי אויפן קאנקערענץ פון דיין רבי. לאזן די קינדער זיך ארומ'רצח'ענען אויף כולם אהובים.

אייער חינוך געפעלט מיר זייער, אוואו האט איר געלערנט ?
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 8:25 pm#416454
טרויבן88 האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:
איך שטעל די פראגע דווקא דא אין צימעס, אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן דאס ליינען, איך וויל נישט מצער זיין די משפחה.quote]וואס איז די פראבלעם? אז זי האט זיך געטויפט צי קריסטום אדער אז זי איז אוועקגעגאנגען פון אידנטום?


בעצם הייסט דאס אוועקגעגאנגען פון עם ישראל?

זי קען נישט צריקקומען?
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:01 pm#416455
ס'הייסט זיך גע'שמד'ט און ס'איז אסור צו טון. צוריקקומען קען מען אייביג. אויף יעדן נטילת ידים וואס זי האט נישט געוואשן וועט מען איר שמייסן.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 7:33 pm#417453
פארגאנגענע וואך איז דער געטויפטערטע געווען ביי א משפחה שמחה געהעריג מיט א פילע שפיצל ווי פאר די מלחמה...
און גראדע וואוינט זי ביי אירע עלטערן אין די טעג
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 9:18 pm#417455
Re: געטויפט רח"ל
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'הייסט זיך גע'שמד'ט און ס'איז אסור צו טון. צוריקקומען קען מען אייביג. אויף יעדן נטילת ידים וואס זי האט נישט געוואשן וועט מען איר שמייסן.

ביי מיר איז גראדע נאכנישט ברור וואס די איסור איז (חוץ חילול השם). איין לשון הרע איז אפשר א גרעסערע עבירה
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 9:30 pm#417456
Re: געטויפט רח"ל
כאטש שעשרת הדברות מעג מען קענען. דאס איז עבודה זרה ווייל דרכו בכך, עי׳ גמ׳ סנהדרין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:16 am#417465
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'הייסט זיך גע'שמד'ט און ס'איז אסור צו טון. צוריקקומען קען מען אייביג. אויף יעדן נטילת ידים וואס זי האט נישט געוואשן וועט מען איר שמייסן.


אינטערעסאנט! ווער האט אייך פארציילט די גרויסע סודות וואס פונקטליך ס'טוט זיך אויף יענער וועלט??? מיר האט איינער פארציילט אז ער האט זיך געטויפט רח"ל, און ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט מען אים בכלל נישט געשלאגן, נאר געגעבן א קליינע ציפ און גלייך געשיקט אין תהום אריין, פון דארט האט ער געהאט א קליין פענסטערל ווי ער האט קלאר געזעהן אז די גאר פרומע חסידים שמייסט מען אין גיהנם טעגליך און זייערע ר'שכבה"ג'ס' שמייסט מען גאר מיט זייער אייגענע גאלדענע שטעקענס בשעת זייערע אייגענע חסידים זינגען די "זעקסטע הקפה ניגון" ווען מ'דערלאנגט דעם "הייליגן רבי'ן" זייער ערליך פארדינטע שטראפן, אחת למעלה ושבע למטה....

אדרבה, אז איר ווייסט אזויפיל פרטים פונעם "עולם האמת", גיט ארויס די סודות! שעמטס אייך נישט...

למעשה איז "יענע וועלט" א גרויסע סוד, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דארט טוט זיך... ווער האט טאקע מגלה געוועהן די סוד פון גיהנם??? אין תנ"ך שטייט דאך נישט קיין איינציג ווארט דערוועגן, און אין חז"ל אויך נישט כמעט. נאר זייער אומקלאר אן קיין דעטאלן.

מהאט געדארפט ווארטן ביז די אחרונים א שטייגער ווי דער "ראשית חכמה" איז אפירגעקומען און אונז מגלה געוועהן די סודות פון חדר....

ירמי' הנביא און אלע אנדערע נביאים וואס האבן טויזנט יאהר מוסר געזאגט פאר די אידן זענען ניטאמאל אויפגעקומען מיט די "חוקות הגוים" ווי א שרעקליכע גיהנם...
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 1:46 am#417467
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כאטש עשרת הדברות מעג מען קענען. דאס איז עבודה זרה ווייל דרכו בכך, עי' גמ' סנהדרין

וועלכע פרט פונקטלעך פון די צערעמאניע איז אן "עבודה"?
עי' בויקיפידיה
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 6:49 am#417468
עי׳ ברמב"ן על עשרת הדברות
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 9:35 pm#417600
הרב החכם שבת אחים יר"ה

ווי אזוי טייטשט איר דעם פסוק (ישעיה סו כד) וְיָצְאוּ וְרָאוּ בְּפִגְרֵי הָאֲנָשִׁים הַפֹּשְׁעִים בִּי כִּי תוֹלַעְתָּם לֹא תָמוּת וְאִשָּׁם לֹא תִכְבֶּה וְהָיוּ דֵרָאוֹן לְכָל בָּשָׂר ?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:45 pm#418028
נחום הסופר האט געשריבן:הרב החכם שבת אחים יר"ה

ווי אזוי טייטשט איר דעם פסוק (ישעיה סו כד) וְיָצְאוּ וְרָאוּ בְּפִגְרֵי הָאֲנָשִׁים הַפֹּשְׁעִים בִּי כִּי תוֹלַעְתָּם לֹא תָמוּת וְאִשָּׁם לֹא תִכְבֶּה וְהָיוּ דֵרָאוֹן לְכָל בָּשָׂר ?


כ'האב הערשט יעצט באמערקט דיין תגובה

קודם כל בין איך נישט קיין חכם, אפשר א "אויבער חכם".
יישר כח עני וועי.

פשוט פשט רעדט דער פסוק פון "די וועלט". די ווערים וועלן עסן די פלייש פון גאט'ס ווידערשפעניגערס אויף "דער ערד". געוויסע שפעטערע מפרשים האבן געוואלט אריינלערנען אין די ווערטער "ואשם לא תכבה" אז ס'מיינט גיהנם אויף יענער וועלט, אבער דאס שטימט לכאורה נישט מיט די נעקסטע פאר ווערטער "והיו דראון לכל בשר" - וואס ס'מיינט אז זיי גייען ליידן בושות. און אפילו אויב מ'וועט איינזעצן אז ס'מיינט טאקע גיהנם, ווערט עס נאר דערמאנט ממש "ברמיזה" אין די תורה, נישט בפירוש, און זייער אומקלאר.

ס'איז דא אפאר פשטים אין די פסוק, רש"י אליינס ברענגט אראפ אפאר פשטים, ווי די קדמוני וואס זאגט אז מ'רעדט דארט פון "תחיית המתים".

בקיצור, נישט דעס וואלט געדארפט שטיין אין די תורה אויב ס'איז טאקע דא א גיהנם וואס טוט שטראפן אויף עבירות, נאר ס'וואלט געדארפט שטיין קלאר ביי די עונשים פון די תורה פונקט ווי עס שטייט כרת, סקילה, שריפה, וכו', און לכה"פ איין מאל בפירוש - קלאר און דייטליך אז ס'איז פארהאנען אזא מושג אז מענטש ווערט גע'משפט אויף יענע וועלט - וואס ווערט נישט דערמאנט בכלל אין תנ"ך - אפשר ברמיזה מיט א גמטריא...
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:52 pm#418029
לויט דעם פשט וואס זעצט איין אז "ואשם לא תכבה" מיינט גיהנם, איז לכאורה/אפשר א סתירה מיט חז"ל וואס זאגט אז רשעים ווערן נאר גע'משפט פאר 12 חדשים אין גיהנם, און ווי קען זיין אז ס'איז לא תכבה? ס'פארלעשט זיך דאך יא נאך 12 חדשים???
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 2:00 pm#418036
אזוי קוקט מען נעבעך אויס ווען מ'רעדט זיך אין אז מ'פארשטייט זאכן וואס זענען געשריבן געווארן פאר טויזענטער יארן צוריק, ווען נישט וואס די גמרא זאגט אז די פסוק "ערים גדולות ובצורות בשמים" איז א גוזמא, וואלט מען געווען אן אפיקורוס פאר'ן זאגן אזוי. איין טאג וועט מען נאך זאגן אז די גמרא איז נישט כפשוטו, קראאאאנקע מענטשן!
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 8:56 am#418098
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזוי קוקט מען נעבעך אויס ווען מ'רעדט זיך אין אז מ'פארשטייט זאכן וואס זענען געשריבן געווארן פאר טויזענטער יארן צוריק, ווען נישט וואס די גמרא זאגט אז די פסוק "ערים גדולות ובצורות בשמים" איז א גוזמא, וואלט מען געווען אן אפיקורוס פאר'ן זאגן אזוי. איין טאג וועט מען נאך זאגן אז די גמרא איז נישט כפשוטו, קראאאאנקע מענטשן!


די רמב״ם קומט שוין צו די מסקנא אז נישט אלעס אין חז״ל איז תורה מסיני. ער זאגט די חלק הסייענס פון די גמרא האבן זיי גענומען פון די חכמי ״אומות העולם״ פון יענע דור, און אויב זיי האבן געמאכט א טעות האט חז״ל אויך א טעות געהאט.

געוויסע זאכן אין די תורה און אין חז״ל איז אין אמתן אריין געשריבן געווארן ״פאעטיש״ און מיט די דורות האבן פארשידנע מענטשען געזעהן אז סאיז פארהאנען אסאך צרות און גזירות אויף דער וועלט, מענטשען זענען געשטארבן יונג, סהאט נישט גערעגענט, די פלאנצונגען זענען נישט געוואקסן, סהאט אויסגעבראכן מלחמות און מגיפות וכו׳ וכו׳ זענען די מענטשען אנגעקומען צו די מסקנא אז סמוז זיין אז גאט באשטראפט זיי פאר זייערע זינד. האט מען כסדר איינגעפירט נייע גדרים וסייגים און פארשידנע פרומקייטן צו באפרידיגן דעם רבכ״ע און מיט דער צייט איז מען געווארן פרומער און פרומער אזש ביז די אלע היינטיגע משגעתן און OCD אינערהאלב די היינטיגע חרדישע סיסטעם.

אסאך פון אונזערע חומרות קומט אויך ווייל די ערליכע ארטאדאקסישע קרייזן האבן שטארק מורא געהאט פון ״בייזע ווינטן״ אין די מאדערנע צייטן ווי אסימילאציע, ענלייטענמענט, רעפארם באוועגונג, השכלה. אלץ די רעזולט זענען זיי געווארן מיט די צייט מעהר און מעהר פארמאכט, אינסולאר און אפגעזונדערט צו די אינדערוסענדיגער גאס אזוי ארום וועט זיין שווערער פון די קינדער זיך אויסצומישן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:20 pm#418175
ר שבת
קען זיין אז די רמב״ם האלט אזוי
אבער דער סב״ק מויזניץ וואס די לערנסט אונז כסדר זיין גדלות, ער האט דאכציך נישט געהאלטען אזוי ווי דער רמב״ם.
ער האט געגאנגען מיט די חסידישע געדאנקען גאנג אז דע תורה האט א פנימיות עפ״י נסתר און ממילא מוז נישט אלעס שטימען מיט די מציאות.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:34 pm#424734
שבת אחים האט געשריבן:לויט דעם פשט וואס זעצט איין אז "ואשם לא תכבה" מיינט גיהנם, איז לכאורה/אפשר א סתירה מיט חז"ל וואס זאגט אז רשעים ווערן נאר גע'משפט פאר 12 חדשים אין גיהנם, און ווי קען זיין אז ס'איז לא תכבה? ס'פארלעשט זיך דאך יא נאך 12 חדשים???


עי' רש"י שבת דף ל"ג ע"ב ד"ה משפט רשעים בגיהנם.

דער רמב"ן (שער הגמול) לערנט אבער אז ס'גייט ארויף אויף רשעים גמורים וואס זענען נידונין לדורי דורות כבמס' ר"ה דף י"ז ע"א.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 11:50 am#424779
נחום הסופר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:לויט דעם פשט וואס זעצט איין אז "ואשם לא תכבה" מיינט גיהנם, איז לכאורה/אפשר א סתירה מיט חז"ל וואס זאגט אז רשעים ווערן נאר גע'משפט פאר 12 חדשים אין גיהנם, און ווי קען זיין אז ס'איז לא תכבה? ס'פארלעשט זיך דאך יא נאך 12 חדשים???


עי' רש"י שבת דף ל"ג ע"ב ד"ה משפט רשעים בגיהנם.

דער רמב"ן (שער הגמול) לערנט אבער אז ס'גייט ארויף אויף רשעים גמורים וואס זענען נידונין לדורי דורות כבמס' ר"ה דף י"ז ע"א.


אין חז״ל שטייט יא וועגן גיהונים אן קיין דיטעילס איך רעדט אז סווערט נישט דערמאנט אין ״תורה שבכתב״.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 3:00 pm#424787
Re: געטויפט רח"ל
שבת אחים האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:לויט דעם פשט וואס זעצט איין אז "ואשם לא תכבה" מיינט גיהנם, איז לכאורה/אפשר א סתירה מיט חז"ל וואס זאגט אז רשעים ווערן נאר גע'משפט פאר 12 חדשים אין גיהנם, און ווי קען זיין אז ס'איז לא תכבה? ס'פארלעשט זיך דאך יא נאך 12 חדשים???


עי' רש"י שבת דף ל"ג ע"ב ד"ה משפט רשעים בגיהנם.

דער רמב"ן (שער הגמול) לערנט אבער אז ס'גייט ארויף אויף רשעים גמורים וואס זענען נידונין לדורי דורות כבמס' ר"ה דף י"ז ע"א.


אין חז״ל שטייט יא וועגן גיהונים אן קיין דיטעילס איך רעדט אז סווערט נישט דערמאנט אין ״תורה שבכתב״.


עפעס געדענק איך וועגן צואה רותחת.