עס דערמאנט מיך א מעשה. אמאל אלץ א בחור אין ירושלים האב איך געטראפן מיסיאנערן וואס האבן מיך פרובירט איבערצורעדן אין זייערע שטותים. און מיר געוויזן גאנצע נייע פשטים אין נ״ך. האב איך אים געזאגט גלייב מיר איך גיי נישט טוישן מיין רעליגע וועגן עפעס א נייע פשט אין רש״י...
ווען כהאב די ערשטע מאל געהערט אז קריסטן טוהן זיך אידנדיפיצירן מיט “Love” האב איך געטראכט וואס רעדן זיי? די זעלבע קריסטן וואס האבן פארברענט אידן אויף די גאסן אין שפאניע זיי זענען גאר די גרויסע ״ליבהאבערס״??? ווען איך פלעג נאר דורך גיין א קירכע אלץ קינד פלעגט מיר דורכגיין אזא סקרוך אין די ביינער-כהאב מיך דערמאנט פון די בוך די ״שטורמישע וואסערן״ פון מנחם מנדל... וואס love? ווען love???
לאמיר נישט פארגעסן אז די קאטוילישע קירכע האט ניטאמאל פארדאמט געהריג די נאציס ימ״ש וואס האבן אריינגעלייגט צוויי מיליאן קינדער אין אויווען אריין. און נישט נאר זיי האבן געשוויגן נאר זיי האבן גאר קלאבארירט מיט די נאציס ימ״ש. ווען זיי זאגן love מיינען זיי זיך... נאר זייער קאליר ... זייער ראסע... זייער רעליגע... זייער לאנד... זייער מדינה... זייערע געווער....
Love thy neighbor???? ווענד זיך אויב ער איז ווייס אדער שווארץ ארים אדער רייך, א קריסט אדער סתם א פאלנער גוי
והיינו טעמא דקריסטן, והיינו טעמא דריפובליקאנער... דאס איז אלעס איין שטיק היפאקראסיע...
וואס האקן זיי אין קאפ מיט לאוו??? וויאזוי האט קארלין געזאגט ווען יושקע האט געזאגט:
" Suffer the little children come unto me-האט ער נישט דאס געמיינט... וואס די היינטיגע גלחים טוהן שוין אפ די לעצטע צוויי טויזנט יאהר... זאלן די קאטוילישע חזירים האלטן די הענט ביי זיך.... האסטו געהערט א מעשה???
א חסידישע אינגערמאן וואס האט לעצטענס אפגעקויפט א קירכע אין בושוויק און איבערגעמאכט פאר דירות פאר היפסטערס האט מיר געוויזן בילדער אין בעסימענט איז געוועהן א באהאלטענע טשעימבער וואו מ׳פלעגט פייניקן די ווידערשפעניגע... דא אין בושוויק פאר 120 יאהר צוריק פלעגט מען נאך פראקן אין בעיסמענט- אלץ אין די נאמען פון LOVE....