בן פרצישמעקעדיגכ'האב שוין אמאל געשריבן, אפילו די וואס האלטן נישט פון זיין מהלך (ד.מ. רוב כלל ישראל), זענען פארט מודה אז דער איד איז א מדקדק בקלה כבחמורה, אן אמאליגער סארט ירא שמים, א קדוש ופרוש וואס איז זיך מתנזר פון די תאוות עוה"ז, מיט א שמירת עינים עד להפליא, לעבט מיט א דביקות בה', און טשעפעט נישט קיין איד! זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.
ס'האט מיר פשוט שאקירט וואס איך האב דא געליינט, איך קען מיר נישט איינהאלטן
א מענטש (איך ווייס נישט צו ס'קומט זיך אים אזא טיטל) וואס איז א בוגד אין זיין אייגענע פאלק, א מענטש וואס טשעפעט זיך מיט "כלל ישראל", ביזטו מדמה בכלל צו א מענטש וואס טשעפעט אמאל א אדם יחיד? ביזט פון קאפ געפאלן?
אזא מענטש האט נישט וואס צו זוכן דא, ווי א טאג ווייניגער ער לעבט איז בעסער פאר כלל ישראל, און פארשטייט זיך פאר ה' אלוקי ישראל
די אייבישטער זאל טאקע העלפן און אויסרייסן די אלע דערנער פון כלל ישראל
כלל ישראל זאל געהאלפן ווערן און ער זאל שוין גיין פון דא איינמאל פאר אלעמאל
האלאו האלאו, טעיק איט איזי!
הרב בעק איז קיין בוגד נישט, אין ערגסטן פאל מאכט ער א פארדריסליכע טעות אין זיין שיטה וזהו.
גראדע האט ער אויף וואס סומך צו זיין די שיטה זיינעם, ביי יעקב אבינו טענה'ט ער ווען עשו האט איהם געוואלט הארגענען איז ער איהם אנטקעגן געגאנגען און געזאגט "אדוני עשו עבדך יעקב " טענה'ט ער אז דא האט די תורה דעסקרייבט די אידישע מהלך ווען אידן זענען אין געפאר, גיין צום גוי און זאגן מיר ווילן זיך מכניע זיין און דאס איז עס.
עספעשעלי ווען די אלע צרות קומען לשיטתו פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל וואס לשיטתו טאר בכלל נישט עקזיסטירן ע"פ תורה, האלט ער אז מען ברויך גיין צום גוי און זאגן אז מיר זענען נישט קיין חלק פון דעם.
האלטסט אנדערש? געזונטערהייט! יש לך על מי לסמוך און לכאורה ביזטו גערעכט אויכעט, אבער איהם אנצורופן א בוגד און וואונטשן די טויט פאר סיי וועלכע באשעפעניש איז היבש ארויס פון פראפארציע.
ווען איינער טוט ווען זיינע אקטן און איז א שלעכטע מענטש, א אויבער חכם, א עטענטשן זוכער, קען אפשר זיין אז דו ביזט האלבוועגס גערעכט, אבער קוקענדיג אויף די אנדערע חלקים פון ר' משה בער'ס לעבן זעהט מען גאר אן אנדער בילד, א איידעלע איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג און דינט דעם רבוש"ע במסירות נפש יתירה. מוז זיין אז די איין שלעכטע חלק איז אויך מיט ריין גוטע כוונות. העכסטנס קענסטו מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל איהם חונן דעת זיין און פירן אויף די ריכטיגע וועג.