צוטאט פון http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=
די לווייה איז פארגעקומען פינעף אזייגער נאכמיטאג מיט'ן באטיילינגונג פון אדמו"ר שליט"א , וועלכער איז געווען ארומגענומען מיט א 'לייב-גווארדיע' (דעי לשון איז שוין גע'גנב'ט..) פון חסידים .
בשעת'ן קבורה האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע סצענע : ווען מ'האט געוואלט אריינלייגן דעם ארון אינעם קבר אין ניו דזשערזי, האט זיך דער הייליגער גוף פונעם נפטר ארויסגעקוילערט פונעם ארון . מ'האט איהם שנעל צוריקגעלייגט אינעם ארון און ווידעראמאל פרובירט אראפצונידערן אינעם לאך . און אומגלויבליך : צום צווייטן מאל האט זיך דער הייליגער קערפער ארויסגעגליטשט אינדרויסן פון קבר .
דער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט געשריגן ווי א ברויזנדער לייב : "מ'זעט דאך בחוש אז ער וויל נישט דא ליגן !". אבער זיין געשריי איז געפאלן אויף טויבע אויערן. תיכף נאך די שבעה איז דער זון הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון פון זיין טאטן , און געבעטן מחילה 'טאמער' האט מען אים געלייגט אין א פלאץ קעגן זיין רצון ,
[מפי הרד"י איינהורן הנ"ל .]
דער איינציגער אויסרייד וואס די סאטמארער ראשי קהילה האבן געהאט, איז געווען אז בבוא היום וועט מען לייגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויך דארט , אבער למעשה האט מען דעם סאטמארער רבי זצ"ל געלייגט אין קרית יואל. און ביז'ן היינטיגן טאג שטייט דער ציון פון רבי יחזקאל'ע עלענד אליין אין חלקת קהל ייטב לב אין ניו דזשערזי ,
פון יענעם טאג און ווייטער פלעגט הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל ביי יעדען באזוך זיך אייסערן איבער צוויי זאכן : איינס פארוואס מ'נעמט נישט צוריק דעם בעל שמ'ס סידור פון ליובאוויטש (שהיה באמתחתו של הנגיד ר' איטשע ליפסון ע"ה ואכמ"ל ) . און צווייטענס פארוואס מ'איז נישט מפנה רבי יחזקאל'ען .