Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קאווע שטיבל • מי יגלה עפר מעיניך שאפראנע רב... צענזוערירטע תורת אלף

קאווע שטיבל • מי יגלה עפר מעיניך שאפראנע רב... צענזוערירטע תורת אלף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12633
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:16 pm#414629
מי יגלה עפר מעיניך שאפראנע רב... צענזוערירטע תורת אלף
יעצט זע איך עס איז אפיר געשווימן די אשכול פון שאצע רבינס בריוו וואס ער האט געבעטן מען זאל פארברענען און ב"ה אז עס איז יא געבליבן

קען איך נישט מעלים עין זיין פון דעם פאקט אז אין תורת אלף בריוון פון שאפראנע רב זצ"ל האט מען ארויסגענומען אלע בריוו וואס ער שרייבט מיט הערצה צום סקווירא רבי זצ"ל

וואס צווישן אנדערע שרייבט ער דארט אז עס איז נישט דא זיין גלייכן אין תורת הח"ן, און נאך שבחים וואס זיינע פערדן אייניקלעך האבן געפילט אז עס לייגט אין שאטן דאס גדלות פון סאטמארע רב זי"ע

הלואי זאל איינער שולח יד זיין און ארויסליקן די בריוון, און מאכן א נחת רוח פארן שאפראנע רב זיע וואס ער וואלט זיכער נישט געוואלט אז מען זאל עס דן זיין בגניזה
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:44 am#414630
דאכצעכמער האט געשריבן:
וואס צווישן אנדערע שרייבט ער דארט אז עס איז נישט דא זיין גלייכן אין תורת הח"ן

קוקט מיר אויס אז די טרייבסט איבער. סקווירא רבי איז געווען באוויסט פאר זיין ערליכקייט אבער מ'הערט נישט רעדן איבער זיין גאונות בנגלה ובנסתר. דאונט געט מי ראונג אז איך זאג ער האט נישט געקענט לערנען, נאר צו זאגן אז ער איז געווען א חד בדרא און קיינער זאל נישט וויסן דערפון לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:10 pm#414653
רבי יהונתן שטייף האט דאס אויך געזאגט אויף אים
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 4:55 pm#414669
שמעון וואלף האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:
וואס צווישן אנדערע שרייבט ער דארט אז עס איז נישט דא זיין גלייכן אין תורת הח"ן

קוקט מיר אויס אז די טרייבסט איבער. סקווירא רבי איז געווען באוויסט פאר זיין ערליכקייט אבער מ'הערט נישט רעדן איבער זיין גאונות בנגלה ובנסתר. דאונט געט מי ראונג אז איך זאג ער האט נישט געקענט לערנען, נאר צו זאגן אז ער איז געווען א חד בדרא און קיינער זאל נישט וויסן דערפון לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל

דו זאגסט פשוט איבער וואס דו ביסט געווארן געברענוואשט אלע יארן
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:04 pm#414670
אנטשולדיגט מיר, אפשר בין איך צומישט, אבער ס'קוקט מיר אויס אז די טענות דא איינער צום צווייטען זענען שלא מן הענין. דער וויכוח איז נישט וואס דער סקווערער רבי זצ"ל האט יא געקענט אדער נישט, אבער אויב שאפראנער רב האט בוחר געווען עם אזוי צו באטיטלען פארוואס זאל מען עס ארויסנעמען. די קשיא איז פארוואס זיי טוישן דעם דמות פונעם שאפראנער רב זצ"ל און זיינע דיעות, אפגעזען וואס איז געווען דער אמת בנוגע סקווירא.
לדוגמא, אפי' אויב ס'קומט ווען אפיר כתבים פונעם מנחת אלעזר ווי ער איז משבח דעם רעיון פון דף היומי און הגם ס'האט שייכות צו די אגודה דאך איז ער שטארק מקנא ר' מאיר שפירא פאר זיין המצאה און זיין זיכוי הרבים, מעג מען עס ארויסלאזן ווייל ס'שטימט נישט מיט די אגענדע פון אנדערע? אתמהה. ולא זו בלבד, נאר דא רעדט זיך פון סאך א קלענערן חטא, בסך הכל האט ער געהאלטן אז דער סקווערער רבי איז געווען א חד בדרא אין נסתר בשעת מ'ווייסמער דאך אז דער סאטמארער רבי איז דער אייגענטומער אויף דעם טיטל. אפשר כדי ס'זאל נישט הייסן כאילו טעה בדבר משנה ערוכה??? כ'ווייס נישט
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 11:52 pm#414738
אברך משי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, אפשר בין איך צומישט, אבער ס'קוקט מיר אויס אז די טענות דא איינער צום צווייטען זענען שלא מן הענין. דער וויכוח איז נישט וואס דער סקווערער רבי זצ"ל האט יא געקענט אדער נישט, אבער אויב שאפראנער רב האט בוחר געווען עם אזוי צו באטיטלען פארוואס זאל מען עס ארויסנעמען. די קשיא איז פארוואס זיי טוישן דעם דמות פונעם שאפראנער רב זצ"ל און זיינע דיעות, אפגעזען וואס איז געווען דער אמת בנוגע סקווירא.

מיין שאלה איז טאמער די "פאקט" אויף וואס די פותח האשכול באציט זיך איז בכלל אמת. איך לייקען עס נישט ווייל איך ווייס נישט אבער ווי איך האב געשריבן איז עס נישט מסתבר, דעריבער פארלאנגט זיך עפעס פרוף פאר מ'רייסט אראפ אנדערע.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 11:53 pm#414740
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:
וואס צווישן אנדערע שרייבט ער דארט אז עס איז נישט דא זיין גלייכן אין תורת הח"ן

קוקט מיר אויס אז די טרייבסט איבער. סקווירא רבי איז געווען באוויסט פאר זיין ערליכקייט אבער מ'הערט נישט רעדן איבער זיין גאונות בנגלה ובנסתר. דאונט געט מי ראונג אז איך זאג ער האט נישט געקענט לערנען, נאר צו זאגן אז ער איז געווען א חד בדרא און קיינער זאל נישט וויסן דערפון לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל

דו זאגסט פשוט איבער וואס דו ביסט געווארן געברענוואשט אלע יארן

ברענגט אביסול בעסער ארויס וואס קוועטשט דיר, אפשר קען איך דיר העלפן
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:04 am#414744
פשוט עס קוועטשט מיר אז מען באהאלט היסטוריא. און ק"ש איז באקאנט מיט'ן אויפדעקן שחיתות. האף איך אז מיינע ווערטער וועלן באקומן א אוזן קשבת. ווער ווייסט אפשר וועט עס נאך זוכה זיין עולה צו זיין על שלחן מלכים אפשר וועט עס נאך פארנעמען אן ארט אינם וועקער
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:09 am#414745
אז מ'זוכט א בריוו שרייבער בין איך זייער גוט אין דעם. סעמפעלס אין אישי.
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:09 am#414746
עס מוז נישט זייןאז ער האט געהאלטן מער פון סקווירא רבי ווי פון סאטמארע רב עס איז נאר באקאנט אז היות זיין רבי מונקאטשע רב האט געלערנט מיט אים קבלה און דא אין אמיריקא האט ער געזיכט א צדיק מיט וועם ער קען שמועסן קבלה. און סאטמארע רב האט נישט דורש געווען במעשה מרכבה פאר תלמידים
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:12 am#414748
איסר האטלקי האט געשריבן:אז מ'זוכט א בריוו שרייבער בין איך זייער גוט אין דעם. סעמפעלס אין אישי.

וועמענ'ס בריוו האטסטו שוין זוכה געווען צו פעלשן סוקסעספול
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:15 am#414749
העי, איך האלט אלעס קאנפידענשעל. קענסט מיך טראסטן.
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:16 am#414750
דאכצעכמער האט געשריבן:עס מוז נישט זייןאז ער האט געהאלטן מער פון סקווירא רבי ווי פון סאטמארע רב עס איז נאר באקאנט אז היות זיין רבי מונקאטשע רב האט געלערנט מיט אים קבלה און דא אין אמיריקא האט ער געזיכט א צדיק מיט וועם ער קען שמועסן קבלה. און סאטמארע רב האט נישט דורש געווען במעשה מרכבה פאר תלמידים

דאס איז אמת, די ווארעמקייט אין חסידות איז נישט געווען אין סאטמאר און אין סקווער יא. בכלל קוקט מיר אויס אז מיט סאטמאר רב איז ער געווען מער א ידיד ווי א חסיד.
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:19 am#414752
דאכצעכמער האט געשריבן:פשוט עס קוועטשט מיר אז מען באהאלט היסטוריא. און ק"ש איז באקאנט מיט'ן אויפדעקן שחיתות. האף איך אז מיינע ווערטער וועלן באקומן א אוזן קשבת. ווער ווייסט אפשר וועט עס נאך זוכה זיין עולה צו זיין על שלחן מלכים אפשר וועט עס נאך פארנעמען אן ארט אינם וועקער

פארדעם דארף מען נאכנישט גיין צו די אנדערע עקסטרעים. טאמער ווילסטי אויפדעקן שחיתות איז דא די פלאץ אבער ס'דארף קומען מיט בעקינג.
פרייטאג אקטאבער 19, 2018 10:39 am#414770
שמעון וואלף האט געשריבן:
אברך משי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, אפשר בין איך צומישט, אבער ס'קוקט מיר אויס אז די טענות דא איינער צום צווייטען זענען שלא מן הענין. דער וויכוח איז נישט וואס דער סקווערער רבי זצ"ל האט יא געקענט אדער נישט, אבער אויב שאפראנער רב האט בוחר געווען עם אזוי צו באטיטלען פארוואס זאל מען עס ארויסנעמען. די קשיא איז פארוואס זיי טוישן דעם דמות פונעם שאפראנער רב זצ"ל און זיינע דיעות, אפגעזען וואס איז געווען דער אמת בנוגע סקווירא.
לדוגמא, אפי' אויב ס'קומט ווען אפיר כתבים פונעם מנחת אלעזר ווי ער איז משבח דעם רעיון פון דף היומי און הגם ס'האט שייכות צו די אגודה דאך איז ער שטארק מקנא ר' מאיר שפירא פאר זיין המצאה און זיין זיכוי הרבים, מעג מען עס ארויסלאזן ווייל ס'שטימט נישט מיט די אגענדע פון אנדערע? אתמהה. ולא זו בלבד, נאר דא רעדט זיך פון סאך א קלענערן חטא, בסך הכל האט ער געהאלטן אז דער סקווערער רבי איז געווען א חד בדרא אין נסתר בשעת מ'ווייסמער דאך אז דער סאטמארער רבי איז דער אייגענטומער אויף דעם טיטל. אפשר כדי ס'זאל נישט הייסן כאילו טעה בדבר משנה ערוכה??? כ'ווייס נישט

מיין שאלה איז טאמער די "פאקט" אויף וואס די פותח האשכול באציט זיך איז בכלל אמת. איך לייקען עס נישט ווייל איך ווייס נישט אבער ווי איך האב געשריבן איז עס נישט מסתבר, דעריבער פארלאנגט זיך עפעס פרוף פאר מ'רייסט אראפ אנדערע.

שמעון וואלף:איך ווייס נישט די פאקטן אין דעם ספעציעלן קעיס. צי מ'האט טאקע (במזיד) צענזורירט די כתבים פון שאפראנער רב זצ"ל. אבער איין זאך איז זיכער אז זיינע קינדער און מקורבים זענען מסוגל אויף אזעלכע זאכן. ווייל אונז ווייסן מיר פון אנדערע קעיסעס. אז כדי צו זיין פאליטיקלי קארעקט אין די סביבה וואס זיי דרייען זיך, וועללן זיי מעקן,צושרייבן און צו בייגן די מימרות פון זייער טאטן, כדי ס'זאלל שטימען מיט די איצטיגע אגענדא...!
זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:48 am#414808
berlbalaguleh האט געשריבן:

אלעס וואס די שרייבסט קען זיין אמת. מיט דעם אלעם דארף מען נאכנישט גלייבן א מימרא וואס איינער האט אפשר מוצץ געווען פון פינגער.
זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:55 am#414809
שמעון וואלף:דיין סברא איז שטארק מסתבר. ווייל כל ימי חייו ופועלו, האט מען נישט געהערט קיין איין מימרא אדער תורה וואס איז מיוסד עפ"י תורת הקבלה...!
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:04 pm#414987
צווישן אנדערע האט מען מיר גישיקט אין אישי אז דער שאפראנער רב איז מנו"כ איז ניי סקווירא, און די ארומיגע האבן געמעקט אינ'ם צוואה זיי האבן געוואלט מען זאל אים לייגן אין סאטמאר חלקה אין ניו דזשורסי
קען דאס איינער קאנפערמירן.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:54 pm#414999
דאכצעכמער האט געשריבן:עס מוז נישט זייןאז ער האט געהאלטן מער פון סקווירא רבי ווי פון סאטמארע רב עס איז נאר באקאנט אז היות זיין רבי מונקאטשע רב האט געלערנט מיט אים קבלה און דא אין אמיריקא האט ער געזיכט א צדיק מיט וועם ער קען שמועסן קבלה. און סאטמארע רב האט נישט דורש געווען במעשה מרכבה פאר תלמידים

דער קעפל פונעם אשכול זאגט צו א סקאנדאל, קום איך דא אריין, און כ'זע נישט קיין שום פאקטן אדער סיי וואספארא אנדייטונג אז דער קעפל זאל האבן אן אחיזה אינעם מציאות.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:01 pm#415067
ראובן האט געשריבן:

עס דערפרייט מיר דאס הארץ אז דער אשכול האט זוכה געווען אז איינע פון די לייבן דא האבן עס באמערקט, הגם איך וואלט מיר מער דערפרייט ווען די תגובה וואלט געבערענגט מיט זיך א ראי' ווי איידער א לא ראינו אינון ראי', מיט דעם אלעם ביי מיר איז ברור כשמש אז ידי זרים שלטו בו, און איך טראכט אז יעדער וואס קען אביסל די ביאגראפיא פון'ם שאפראנע רב ווייסט זיכער זיין געוואלדיגע חביבות וואב ער האט געהאט צו רבינו הקדוש מסקווירא, וואס דאסמאכט עס קלאאר.אז עבס זענע דא חליפת מכתבים צווישן די צוויי אבער דערווייל האט איך נישט קיין מראה מקום עס פעסטצושטעלן,
און דערפאר האב איך עס דא ארויסגעלייגט אז די וואס געפינען זיך דא און ווייסן יא עפעס זאלן אנהייבן צוזאם שטעלן דאס בילד

פון נישט שריבן וועט זיכער דער אמת נישט ארויסקומען
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:14 pm#415130
דאכצעכמער האט געשריבן:צווישן אנדערע האט מען מיר גישיקט אין אישי אז דער שאפראנער רב איז מנו"כ איז ניי סקווירא, און די ארומיגע האבן געמעקט אינ'ם צוואה זיי האבן געוואלט מען זאל אים לייגן אין סאטמאר חלקה אין ניו דזשורסי
קען דאס איינער קאנפערמירן.

דאכצעכמער: די זעלבע מעשה האטציך אפגעשפיעלט ביי הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל. ווי די מצוקים האבן מנצח געווען די אראלים. און זיי האבן איהם געלייגט בניגוד לרצונו אין די סאטמאר'ע חלקה. און נישט אין סקווירא...!

איך בין אליינס אנוועזנד געווען ביי ר' יחזקאל'ע'ס לויה. און ס'איז געווען א מאסן ערשיינונג פון פאליס. דאס איז געווען אינגאנצן אומפארשטענדליך. און איבעריג. נאר לאור פון דעם מצב האט מען געוואלט פארזיכערן אז מ'פיהרט אויס דעם רצון פון די פאליטישע מאכערס. און נישט פון דעם צדיק...!
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:46 pm#415142
This one I didn't know that Reb Yecheskel Mertz was also a skvara chusid, are you sure?
Btw what year did he pass away
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:51 pm#415143
דאכצעכמער: ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ איז א סאך געגאנגען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם יאר. איך מיין אין תשל"ג/1973.
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:22 am#415175
דאכצעכמער האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:עס מוז נישט זייןאז ער האט געהאלטן מער פון סקווירא רבי ווי פון סאטמארע רב עס איז נאר באקאנט אז היות זיין רבי מונקאטשע רב האט געלערנט מיט אים קבלה און דא אין אמיריקא האט ער געזיכט א צדיק מיט וועם ער קען שמועסן קבלה. און סאטמארע רב האט נישט דורש געווען במעשה מרכבה פאר תלמידים

דער קעפל פונעם אשכול זאגט צו א סקאנדאל, קום איך דא אריין, און כ'זע נישט קיין שום פאקטן אדער סיי וואספארא אנדייטונג אז דער קעפל זאל האבן אן אחיזה אינעם מציאות.

עס דערפרייט מיר דאס הארץ אז דער אשכול האט זוכה געווען אז איינע פון די לייבן דא האבן עס באמערקט, הגם איך וואלט מיר מער דערפרייט ווען די תגובה וואלט געבערענגט מיט זיך א ראי' ווי איידער א לא ראינו אינון ראי', מיט דעם אלעם ביי מיר איז ברור כשמש אז ידי זרים שלטו בו, און איך טראכט אז יעדער וואס קען אביסל די ביאגראפיא פון'ם שאפראנע רב ווייסט זיכער זיין געוואלדיגע חביבות וואב ער האט געהאט צו רבינו הקדוש מסקווירא, וואס דאסמאכט עס קלאאר.אז עבס זענע דא חליפת מכתבים צווישן די צוויי אבער דערווייל האט איך נישט קיין מראה מקום עס פעסטצושטעלן,
און דערפאר האב איך עס דא ארויסגעלייגט אז די וואס געפינען זיך דא און ווייסן יא עפעס זאלן אנהייבן צוזאם שטעלן דאס בילד

פון נישט שריבן וועט זיכער דער אמת נישט ארויסקומען

לאמיר זאגן אז דו ווייסט הונדערט פראצענט אז וואס דו שרייבסט איז אמת און נישט בלויז השערות, דאן קאן זיין אז דו ברויכסט טאקע שרייבן וואס דו ווייסט, ולה' הישועה.

אבער קענסט נישט פארלאנגען אז דער עולם דא זאל עס אפקויפן
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 10:35 am#415191
איך האב נישט געזאגט ח"ו קבלו דעתי, איך וויל נאר אז אדרבה די וואס ווייסן ווי אזוי צו דערגרינטעווען א זאך קענען מאכן א סקאנדאל דערפון, עס איז זיכער גרינגער צו זאגן אז עס איז א שיטה יחידאי און עס האט נישט קיין גרונד, אבער לעומת זה איז דא וועגן (פארשטייט זיך אויב מען האלט ביים ארבעטן) ווי אזוי אנצוקומען צום גרינד פונ'ם זאך

א. עס זענען פארהאן פולע אייניקליך און אור-אייניקליך אפילו פון די ראדיקאלעזירטע מייזלישעס, וואס זענען גרייט צו רעדן...

ב. איך רעד שוין נישט פונ'ם זון פון היינטיגן שאפראנע רב הגה"צ ר' אליעזר חיים שליט"א, וואס האט דעפעקטירט קיין חב"ד (פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אויב נישט אפאר אשכולות...) ער מיט זיינע קינדער/אייניקליך, וואס וואלטן זיך געפרייט מיטצוטיילן מיט די וועלט אז זייער "רעכט געשטימטע" זיידע איז נישט געווען אזוי רעכט ווי מען וויל אים אראפמאלן

ג. און סיי פון שאפראנע רב'ס אנדערע קינדער וואס זיי האבן שוין קינדער אייניקליך און איר-אייניקלעך וואס זיי זענען בכלל נישט אינטכסירט צו האלטן היסטאריע אונטערן פאדעלאגע...

איז היוצא מדברי איז אז ווען איינער זאגט: די ברענגסט אויף א לופטיגע טעמע אן קיין שום גרינד" דאס איז נישט אמת ווייל מען קען טון האוימווערק בלע"ז, אויב איז דא א שטיקל רצון
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 10:53 am#415193
Re: מי יגלה עפר מעיניך שאפראנע רב... צענזוערירטע תורת אלף
דאכצעכמער האט געשריבן:This one I didn't know that Reb Yecheskel Mertz was also a skvara chusid, are you sure?
Btw what year did he pass away
ליגען אין סקווער האט נישט מיט סקווערע חסידות. אלע אנדערע בתי חיים דעמאלס זענען געווען פריי. עס איז געווען פרומע חלקות אין פרייער בית החיים׳ס, אבער אנדערע האבען דוקא געוואלט א פרומער בית החיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 11:50 am#415200
גערעכט אבער ער האט געבעטן ער וויל ליגן אין סקווירא און מ'האט פארפירט און אים געלייגט אין סאטמאר
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:13 pm#415213
למעשה ווי ליגט ער ?
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:18 pm#415216
.
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:20 pm#415218
איך מיין כמעט זיכער אז די ביסטיך טועה ער ליגט למעשה יא אין סקווירא
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:48 pm#415225
.
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:52 pm#415226
,
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:53 pm#415227
איך האב געמוזט צוקומען צו די עולם הביצים דארט האבן זיי פול סחורה וביניהם האב איך געטראפן די דאזיגע דאקומענט
איך ווייס נאך אלץ נישט צו ער ליגט אין סקווירא צו נישט אבער אויב מען האלט ביי הקמת מציבה זעט אויס אז למעשה האט מען אים יא געלייגט דארט
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:09 pm#415228
עיין בהנ"ל ערך 'תמונות ביה"ח דקהל צמח דוד דשיכון סקווירא' דף 14 מציבה 301
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:43 pm#415232
יא איך האב נישט געמאכט קיין טעות ער ליגט טאקע אין סקווירא
m https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &mode=view m

m https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=325 m
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:19 am#415254
אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:27 am#415256
berlbalaguleh האט געשריבן:דאכצעכמער: ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ איז א סאך געגאנגען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם יאר. איך מיין אין תשל"ג/1973.

יא, און דער סקווערער האט אים גע'רודפ'ט ער זאל קומען ליגן אין סקווירא, ענדליך א וואך פארן פטירה האט דער סקווירער דערווישט א געצווינגענע חתימה ווען ער איז שוין געווען טויט קראנק אין שפיטאל נאכן זיך איינשפארן מיט אים פאר א שעה.... פארשטייט זיך אז די משפחה האט אים געלייגט דארט וואו ער האט געוואלט ליגן.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:06 am#415265
איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:00 am#415276
אז דו ווייסט פונקט די פאקטן אויף וואס מ'דינגט זיך, מיינט נאכנישט אז דער עולם רעדט 'פאר פייער און פאר וואסער'. נישטא פון וואס נתפעל צו ווערן.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:49 pm#415302
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.

איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:28 pm#415334
ווייסט איינער ווי מען קען זען די צוואה
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:43 pm#415368
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 9:56 am#415378
איסר האטלקי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דאכצעכמער: ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ איז א סאך געגאנגען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם יאר. איך מיין אין תשל"ג/1973.

יא, און דער סקווערער האט אים גע'רודפ'ט ער זאל קומען ליגן אין סקווירא, ענדליך א וואך פארן פטירה האט דער סקווירער דערווישט א געצווינגענע חתימה ווען ער איז שוין געווען טויט קראנק אין שפיטאל נאכן זיך איינשפארן מיט אים פאר א שעה.... פארשטייט זיך אז די משפחה האט אים געלייגט דארט וואו ער האט געוואלט ליגן.

פון וואו נעמסטו די מעשה?
כהאב אמר געהערט א לעגענדע אז ליפא פרידמאן איז געשטארבן יונג אין זעלבן יאר אלס שטראף פארן מאנעוורירן אז רבי יחזקאלע זאל אנקומען קיין ניו זשערסי.
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:37 pm#415387
קוקי האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים

פאר אזא גוטע מעשה מוזטו שוין ברענגען א מקור
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:40 pm#415388
אבער לאמיר נישט פארגעסן מען מוז פראבירן ביי די אייניקליך ארויסדערווישן די בריוון וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אפילו אויב די מייזלישעס ווילן עס פארווישן אבער עס איז דאך דא אייניקליך פון אנדערע טעכטער און פון זיינע זון
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער האט געהערט פון איינער פון די פאללאק אייניקליך אז ער האט געזען די בריוו הלואי זאל מען קענען לייגן א יד אויף דעם עס וואלט זיכער געווען היסטאריע
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:45 pm#415389
פון וואנעט נעמסטו דאס? מיר האט מען אנטפלעקט אין חלום, אז ער איז געשטארבן יונג, ווייל ער האט בייזוויליג סאבאטאזשירט דאס אויפבוי פון קרית יואל.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:06 am#415420
בנוגע ר' יחזקאל'ע מערץ
l viewtopic.php?f=42&t=8969 l
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:34 am#415425
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.

איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!

קוק אויבן, זענען דא עטליכע געמעקטע תגובות. דארט איז עס געשטאנען
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:28 am#415433
דאכצעכמער האט געשריבן:אבער לאמיר נישט פארגעסן מען מוז פראבירן ביי די אייניקליך ארויסדערווישן די בריוון וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אפילו אויב די מייזלישעס ווילן עס פארווישן אבער עס איז דאך דא אייניקליך פון אנדערע טעכטער און פון זיינע זון
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער האט געהערט פון איינער פון די פאללאק אייניקליך אז ער האט געזען די בריוו הלואי זאל מען קענען לייגן א יד אויף דעם עס וואלט זיכער געווען היסטאריע

וואס גייט כלל ישראל קלוגער ווערן פון די בריוון? וועלכע היסטאריע גייט אויפגעדעקט ווערן?
זונטאג אקטאבער 28, 2018 4:39 pm#415493
דאכצעכמער האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים

פאר אזא גוטע מעשה מוזטו שוין ברענגען א מקור

כ'האב צוויי גרייטע מקורות, וואס וועסט דארפן בעטן פון די בעלי מקור אליינס.
מרת ברילל פון סקווער. און חזקל שרגא לונגער - דער סקווערער הויפס שרייבער - וואס איז פונעם מערץ משפחה, און ער האט נאך מער דאקומענטן וואס איז צום שטוינען.