Under maintenance
הויפט זייט » אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12659
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:32 pm#415337
דאכצעכמער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

סאיז בערך אזא יהרג ואל יעבור ווי די בחירות
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:03 pm#415341
דאכצעכמער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

ווי איך האב געברענגט אויבן, עס איז א תוס' אין אנהייב פרק הבא על יבמתו להיתר.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:35 pm#415348
ימים ידברו האט געשריבן:לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא


איך ווייס נישט וואס איהר רעדט..
ווייל פונקט היינט בין איך געוועהן ביי די ניחום אבלים אין נייטרא וויליאמסבורג, האב איך גערעדט מיט איינער פין די נאנטע מענטשן.
האט ער מיר קלאר געזאגט אז דער נייטרא רב הרב מאשקאוויטש האט יא גאר שטארק מעריך געוועזן די בעלזער רבי, אין עס האט איהם דאר שטארק באנג געטוהן פין די ערשטע מינוט, אין ער האט די מסירת מודעה געטוהן טאקע בשעתו אין די בצוק העיתים, אין ער פלעגט אלס זאגן אז ער ווייסט נישט וואס איז געקומען פאר די בעלזער רב אזא זאך, ער האט איהם נישט געהאלטן פאר א מחוצף...

אזוי האט מיר יענע נאנטע מענטש געזאגט..
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:41 pm#415349
יין שרף האט געשריבן:דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.

אפשר איז ער עתים חלים
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:46 pm#415350
איש חזון האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.

אפשר איז ער עתים חלים

נישט חשוד אויף די האלב.. עתים שוטה האט ער שוין געפראווד
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:47 pm#415351
צפור בודד האט געשריבן:נישט נאר פון דעם ויואל משה נאר אפילו פון דעם ברך משה

אלא מאי?... (ער האט נישט איבערגעבעטן)
און סתם למען הדיוק, נישט אלע צען זענען געווען דיינים
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:41 pm#415360
דאכצעכמער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

הער שוין אויף מיט סכנת נפשות. סכנת פחיתות כבוד, און שוין.

גאנץ א נידריגע תירוץ אז דאס איז א שב ואל תעשה. דו קענסט זאגן שב ואל תעשה איבער נישט מוחה זיין, און איך פארשטיי דאס טאקע (אויף יעדעם, חוץ ווער עס פאררופט זיך רשכבה"ג אדער מנהיג הדור אדער פוסק הדור). אבער שטילשוייגן אנשטאט והייתם נקיים פארלאנג א הסבר. אין אנדערע ווערטער, האט ער מקיים געווען ולא היה נקיים...
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:45 pm#415361
און וואס האט ער געטון צום בעלזער? אויך נאר פחיתות כבוד און בזיונות. מאי חזית?
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:11 pm#415363
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא


איך ווייס נישט וואס איהר רעדט..
ווייל פונקט היינט בין איך געוועהן ביי די ניחום אבלים אין נייטרא וויליאמסבורג, האב איך גערעדט מיט איינער פין די נאנטע מענטשן.
האט ער מיר קלאר געזאגט אז דער נייטרא רב הרב מאשקאוויטש האט יא גאר שטארק מעריך געוועזן די בעלזער רבי, אין עס האט איהם דאר שטארק באנג געטוהן פין די ערשטע מינוט, אין ער האט די מסירת מודעה געטוהן טאקע בשעתו אין די בצוק העיתים, אין ער פלעגט אלס זאגן אז ער ווייסט נישט וואס איז געקומען פאר די בעלזער רב אזא זאך, ער האט איהם נישט געהאלטן פאר א מחוצף...

אזוי האט מיר יענע נאנטע מענטש געזאגט..

אויב איז אמת וואס הרב מאשקאוויטש שרייבט אינעם בריוו אז ער האט נאך בשעת מעשה געמאכט א מסירת מודעה בכתב, זאל מען ארויסגעבן יענעם בריוו. דאס קען אפשר מער ריינוואשן הרב מאשקאוויטש ווי א בריוו פון דרייסיג יאר שפעטער.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:40 pm#415365
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און וואס האט ער געטון צום בעלזער? אויך נאר פחיתות כבוד און בזיונות. מאי חזית?

יא יא, יענץ געלעכטער
דער בעלזער אליין האט זיך גאנץ פיין אויסגעצייכענט אין פארשעמען אנדערע רבי'ס, יעצט אויף די עלטער האט ער אנגעהויבן שפילן ווי א קדוש וטהור וואס איז העכער פאליטיק.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:56 pm#415366
עפר אני תחת כפות רגלי הנייטרא רב ז"ל אבל תורה הוא וללמוד אני צריך.
טאמער איז די אינטערשרייבן טאקע געווען אן אומרעכט, פארוואס איז ער נישט ארויסגעקומען ברבים תשע"א און געטון תשובת המשקל?
סאמטינג איז מיסינג.

איך האב שוין געפרעגט אויבן און כ'ווארט פאר אן ענטפער. ווער זאגט אז די גאנצע בריוו איז אמת? פון ווי קומט עס, ווער האט עס מפרסם געווען?
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:03 pm#415367
דער בריוו איז אמת - געהערט פין א נאנטע שטוב מענטש היינט ביי די ניחום אבלים...
זיי האבן געוויסט דערפון אין געמאכט א שווייגעניש כדי מען זאל נישט קומען פארדרייען אז ער זאל צוריק ציען...
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:24 am#415372
קוקט אויס ווי עס איז דא געוויסע וואס פארשטייען באמת נישט וואס דאס וואלט געמיינט פאר נייטרא'ער דיין אין יענע יארן ארויסצוקומען מיט א בריוו קעגן "התאחדות הרבנים" אז מען האט געפעלשט זיין חתימה.
@ראובן פרעגט מ'כלומר'שט אזוי תמימות'דיג צו סאטמאר האט דען אמאל איינעם גע'הרג'עט ? ניין, מיין טייערער. אבער צו ווייסטו וואס דאס מיינט 'רצח אופי' ? גלייב מיר, סאטמאר וואלט אים געמאכט אז ער זאל זיך ווינטשן דעם טויט, און די טויט אליינס וואלט מען אים נישט פארגינען.
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 3:10 am#415373
@גדליה, מיין טאטע, ווען ער פלעגט הערן די קינדער האבן אזא דיסקוסיע ווי מען האט דא, פלעגט ער זאגן אז אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו גייט אויך אן ביי רביס און רבנים. אויף דעם ארויף פלעג איך אים ענטפערן אז עס איז אמת אז איך בין נישט אין יענעמ'ס שוך און ממילא וויל איך יענעם נישט דן זיין. די איינציגסטע טענה וואס איך האב יא אויף רבי פלוני איז פארוואס ער פארשטייט נישט אז פונקט ווי ער האט געהאט שווערע נסיונות אזוי האב איך אויך מיין פעקל נסיונות. און פונקט ווי ער וויל אז מ'זאל אים פארשטיין, זאל ער אונז אויך דן זיין לכף זכות מיט אונזערע נסיונות. (איך זאג דאס נישט דוקא בנוגע צו הרב מאשקאוויטש נאר איבער רביס ורבנים בכלליות.

מענין לענין איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט צוגעברענגט די מעשה וואס בן האדמו"ר מפשעווארסק האט לעצטנס מפרסם געווען אויף א פאבליק פורום, סודות פון אונטער די קוליסען.

סוף חודש אב זה עונת הפוליטיקה בפשעווארסק. בשבוע שחל בו ימי ההילולה של רבותינו מבעלזא וסאטמאר, טוחנים כל מיני סיפורים על המחלוקת ועל העבר וכו'. ישנם כאלה המנצלים לרעה את זה שאבא יחסית במצב רוח מרומם בהיותו בנופש בין ההרים, ואפשר לשוחח איתו בפרטי, ומלעיטים אותו בכל מיני שקרים.

כזה הוא ט', חסיד מכנובקה בדם, חתנו של אחד מגדולי לוחמי סאטמאר ע"ה בלונדון הבירה, שיום אחד החליט למכור לאבא סיפור גרנדיוזי ושקרי, לא פחות ולא יותר, תלמידי ישיבת אחד החצרות החסידיות הגדולות בארץ, התקבצו בימי בין הזמנים של חודש אב לסימפוזיון, ואורחי הכבוד היו לא פחות ולא יותר, הנשיא דאז שמעון פרס והפרשן הפוליטי נחום ברנע. סיפור מצוץ מהאצבע (ביררתי).

ואבא שלי שתה בצמא את דבריו של ט', כדרכו בקודש לקנות כל סיפור שמספרים לו, ועל בסיסם הוא מחליט לשחוט ולשפוט אנשים בלי לברר ולחקור (ראה ערך הרב שטיינמן).

עכ"פ, אבא חזר הביתה נרעש מאוד, ואמר בזה הלשון: כבר עברו הרבה שנים מאז שיצאתי נגד אותו צדיק (הכוונה למנהיג החצר של הישיבה הנ"ל ), ובמשך השנים חשבתי כמה פעמים, אולי כבר הגיע הזמן לעשות שלום, אולי מעיקרא עשיתי טעות לצאת בכזה שארפקייט נגדו. עכשיו אני שמח, כי נוכחתי לדעת שהוא רק התדרדר מאז שיצאתי נגדו, ולא עוד אלא שהחסידים שלו נשארים איתו. כבר לא אתפלא אם מחר יספרו לי שהוא ענד שרשרת עם שתי וערב, והחסידים נשארים אצלו, עכלה"ק מילה במילה.


מתי אנשים יבינו שאין!! ממסד, פשוט לא קיים, אין בעלי חזון, אין מקבלי החלטות, יש רק מושפעים ונגררים. האדמו"ר מושפע מהפרשן בעיתון, שמושפע מחבריו בקבוצות הרכילות בוואצאפ, שמושפעות מהשוואנץ במקווה, שבסך הכל מנסה לצאת צדיק ולהוכיח לכולם כמה הוא פרומער, ויותר טוב ואדוק מהשכן שלו.
כל החרדיות זה מעגל קסמים של תחרות מי יותר צדיק, מי יותר קיצוני ומי יותר מחמיר מהשני. נהג המונית מושפע מהרופא, הרופא מושפע מאברך הכולל, אברך הכולל מושפע מהרבי, הרבי מושפע מהעיתון, והכתב בתורו מושפע משכנו הבעל תשובה שאינו יודע שביל הזהב מהי. חד גדיא, חד גדיא.


(דיסקלעימער, אויב אן או טי די פארלירט אטאמאטיש די נאמנות ביי אייך נאר צוליב זיין נייע בחירה בחיים, מוזט איר נישט גלייבן דער סיפור.)


.
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:03 am#415374
כמיין אז ט' מיינט ער פנחס ענגלענדער
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 8:57 am#415375
עס זעט אויס אז הרב לייזער ליידט פון confirmation bias. ער גלויבט שנעל די מעשיות וואס שטימען מיט פריערדיגע הנחות.

הממממממ....
אפשר דארף מען זיך אליינס אויך באקוקן. זיין זון זאגט אז ער האט עפעס געזאגט. ווי שנעל דארפן מיר גלויבן? אדער ווייל ביי אונז איז ער עלול צו גלויבן שנעל, דעריבער גלויבן מיר אונז שנעל אויף אים.

ווער ליידט פון confirmation bias.......
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 11:04 am#415382
ווי סקוקט אויס האט ווארשיינליך פאסירט דאס פאלגענדע. (אויב מ'איז ערלויבט צו טראכטן אויסער די קאווע שטיבל קעסטל)

אין די יארן פון תשמ''א - מ''ב איז דער אדמו''ר הגדול געווען א ערענסטער געפאר פאר אויטענטישע אידישקייט, דער איינפלוס פונעם אדמו''ר הגדול אויפן ארטאדאקסישען אידענטום איז נאך דאן געווען גרויס. נישט צוליב זיין פערזענליכקייט, ערליכע אידן האבן אלעמאל געוויסט אז דער פארמאגט עפעס פייגל אין מוח. נאר צוליב דער שטיל אויף וועלכע ער איז זיצט. א גרויסע טייל פון די דעמאלסדיגע אונגארישע רבנים האבן זיך דאן אינדענטעפיצירט מיט די אמאליגע הייליגע בעלזא, און בכלל האט דער אלגעמיינער אונגארישע אידענטום פון שטענדיג אן פארמאגט א שטארקע שעצונג צו די אמאליגע גלארייכע בעלזער הויף פון דער אלטער היים. דערפאר ווען דער אדמו''ר הגדול האט אין די עפענטליכקייט אנגעהויבן צו גיין דרום, האבן זיך די גדולי ישראל שטארק געפארכט אז די אלגעמיינע אידישע מאסן וועלן נאכגעשלעפט ווערן נאך זיינע נייע אויפגעקלערטע אידעלאגיעס, דערפאר האבן זיי איינשטימיג באשלאסן צו מינימוזירן זיין איינפלוס בלויז צו זיינע אנגהענגער זעלבסט. און ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענליך איז דאס נישט צוגעגאנגן מיט קיין זיידענע הענטשוך, נאר ס'איז דורכגעפירט געווארן מיטן גאנצן סאטמארען קנאק לויט די ארגינעלע פארשריפטן וואס מיר האבן נאך פון די פארצייטישע בעלזא יושבים.
פאר די אנהענגער פונעם אדמו''ר הגדול, איז דאס ווירקליך געווען א ביטערער פיל אראפצושלינגן. מערסטייל פון זיי גלויבן אין עפעס א מיסטיריעזע גלויבן וואס רופט זיך "כבוד בית בעלזא" א גלויבן אין וועלכע די אלגעמיינע מענטשהייט האבן נישט די מינדעסטע השגה, זיי האבן געשפירט ווי זייער גלויבן האט געכאפט א שטיקל שנעלקע. אבער אין די ווירקליכקייט האט דאס ב''ה עטוואס געהאלפן, און ס'איז געווען ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און בעלזא החדש איז פארבליבן גענצליך איזאָלואירט און אפגעזונדערט פון די ערליכע ארטאדאקסישע קרייזן פאר לאנגע יארן. ( דאס איז אייגענטליך געווען א שטארקע טובה פאר זיי זעלבסט, כידוע)
ווען דער שטורם האט זיך עטוואס אפגעשטעלט און די שווארצע כמארעס זענען זיך ביסלעכווייז צוגאנגן, און ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט אז מ'האט פילייכט שטארק איבערגעשאצט דעם געפאר פונעם אדמו''ר הגדול. אין רזולטאט האבן פולע גדולי ישראל אנגעהויבן צו באקומען חרטה געפילן, און אנגעבליכע גילו דעת בריוו האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן. איטליכער פון די דאזיגע סארט בריוו איז ווי באלזאם אויף א אפענעם וואונד פארן אדמו''ר הגדול זעלבסט, און נאך פיל מער פאר זיינע שווערע טויזענטער אנגהענגער.
די דאזיגע חרטה-געפילישע רבנים וועלכע שוינען שטארק זייער פרעסטיזש, הענגן אן זייערע היפאקריטיזם אין די אלוועלטיכע ברייט-צושמירטע אנגעבליכע סאטמארער טעראר. און ס'מוז נישט זיין אז זייער ארגינעלע אונטערשריפטן זענען ווירקליך געוען פארבינדן מיט אנגעבליכע טעראר פון די סאטמאריסטן.

און דאס האט דא ווארשיינליך פאסירט. זאל דער נשמה פונעם רב רוען אין ליכטיגן גן עדן,עד שתעמד לגרלו לקץ הימין.
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 11:20 am#415384
הוגה האט געשריבן:עכ"פ, אבא חזר הביתה נרעש מאוד, ואמר בזה הלשון: כבר עברו הרבה שנים מאז שיצאתי נגד אותו צדיק (הכוונה למנהיג החצר של הישיבה הנ"ל ), ובמשך השנים חשבתי כמה פעמים, אולי כבר הגיע הזמן לעשות שלום, אולי מעיקרא עשיתי טעות לצאת בכזה שארפקייט נגדו. עכשיו אני שמח, כי נוכחתי לדעת שהוא רק התדרדר מאז שיצאתי נגדו, ולא עוד אלא שהחסידים שלו נשארים איתו.

איך גלייב שווער דעם צדיק'ל, אבער אויב האט זיין טאטע געזאגט טאקע בזה הלשון ''איך פריי מיך'', פריי איך מיך.
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:40 pm#415393
טאמבל סאס האט געשריבן:כמיין אז ט' מיינט ער פנחס ענגלענדער

ער איז איז אן איידעם ביי א וויזשניצער פון בני ברק, נישט ביי א סאטמארער פון לאנדאן
מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:48 pm#415410
צו די אלע זאך קעננער ווי איז די חרטה בריעף אז די עירוב אין ווילאמסבורג איז יא כשר? עס איז אמת אזוי וווי דאס איז אמת פארשטייט איר!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:30 am#415424
קאך לעפל: און יעצט אז דו האסט שוין געטראכט (הויעך) ארויס פונ'ם קאווע שטיבל קעסטל, קענסטו נעמען דעם גאנצן סרחה'דיגן געמויזאכץ פון פארדארבענע קישקע און זיך באלעקן דערמיט צוזאמען מיט דיין מחוזת מרעים. אזוי ווי ימים ידברו און איש את רעהו...!

דו זעהסט דאך אז ס'האט דיר קיינער נישט געשטערט. און מ'גייט דיך נישט מעקן. סיי וואספארא אבסורדאלע געדאנקען דו ברענגסט ארויף. משא"כ דיין הייליגע ..."איי וועלט"... וואלט שוין לאנג געמעקט א מאמר וואס איז נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא...!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:59 am#415469
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: און יעצט אז דו האסט שוין געטראכט (הויעך) ארויס פונ'ם קאווע שטיבל קעסטל, קענסטו נעמען דעם גאנצן סרחה'דיגן געמויזאכץ פון פארדארבענע קישקע און זיך באלעקן דערמיט צוזאמען מיט דיין מחוזת מרעים. אזוי ווי ימים ידברו און איש את רעהו...!

דו זעהסט דאך אז ס'האט דיר קיינער נישט געשטערט. און מ'גייט דיך נישט מעקן. סיי וואספארא אבסורדאלע געדאנקען דו ברענגסט ארויף. משא"כ דיין הייליגע ..."איי וועלט"... וואלט שוין לאנג געמעקט א מאמר וואס איז נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא...!


דער עונש פאסירט אלעמאל, און דאן וואונדערט מען זיך ווי אלע שרייבער ווערן פארשוואונדן ווי שוואמען נאך א רעגן.

אלענפאלס. ו.ב.י.ל.י.כ.ל. אמן ואמן.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:14 pm#415479
מברויך מאכן א ליסטע פון אלע רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן, און האבן דערנאך חוזר געווען אדער געלייקנט אין די חתימה. אט האט איר די טאהשער קהילה לייקנט אינעם חתימה.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:22 pm#415480
פרייוויליג האט געשריבן:מברויך מאכן א ליסטע פון אלע רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן, און האבן דערנאך חוזר געווען אדער געלייקנט אין די חתימה. אט האט איר די טאהשער קהילה לייקנט אינעם חתימה.

דאס איז שיין! וואו איז דאס געדרוקט געווארן?
וראה זה פלא, דער טאהשער רבי איז נישט געשטארבן פון שטיינער אין פענסטער.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:38 pm#415485
ATUB @ראובן ATUB כמדומה אין "דער איד" בימים ההם. איך מיין דאס איז א ציטאט פון דארט.