גדליה האט געשריבן:קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.
מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.
איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארטפאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע, און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האסטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נארישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.
איך בין מעיד אויף יעדע איינציגסטע פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.
אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!