Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
איך האב גראדע גערעדט מיט איינער פון אנטווערפן וואס האט מיר דערציילט וואס מ׳שמועסט דארט אין גאס. מ׳דערציילט דארט אז עס רעדט זיך פון א פשוט׳ער גניבה. שלום האט געוואוסט ווי די מזומנים ליגן, ווי אויך ווערדפולע ספרים וואס מ׳האט געשנעקט פאר זיין טאטען. וויבאלד ער איז יעצט שוין נישט קיין חסידישע איד, איז ער אוודאי אן אויפריכטיגע ערליכע צדיק, וואס האט אנגעהויבן נזהר ווערן אין חשן משפט פיל מער ווי די ווילדע פרימיטיווע אומערצויגענע וועלף המכונים חסידים, און ממילא איז ער געקומן גנבנ׳ן ביי זיין אייגענעם טאטן, וואס לא זרחה השמש עליו.
אן אינטרעסאנטע געזעץ עגזיסטירט אין בלגיה (אפשר נאר אנטוורפן, איך מוז מברר זיין. איך ווייס נישט צו בלגיה האט נאך שטעט אחוץ אנטוורפן. יא יא, איך געדענק יעצט, עס איז דא קנאקע אויך) אז א גנב גייט אין חד גדיא אריין. אלס רביש קינד, האט דער שלום מעגליך געמיינט אז די געזעצ׳ן זענען נישט פאר אים. ער האט נישט פארשטאנן אז מאדערנע חסידות׳ן וואס זענען געגרינדעט נאכ׳ן קריג זענען נישט אריין אין די כלל, און צו זיין גרויסע אנטוישונג האט ער זיך אויך געטראפן ווי אלע גנבים גיין, ביים קאזע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk