Under maintenance
הויפט זייט » רבי פרחיה'ס קשיא

רבי פרחיה'ס קשיא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12761
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm#418583
א הייליג ווארט
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:15 am#418612
ברוך דיין האמת!
אוי, מי יתן לנו תמורתו?. ושכינה מייללת עלי כבוד אשר גלה וכו'.
גדליה האט געשריבן:א הייליג ווארט

יש שיאמרו כי אחר ווארט זה נח נפשיה דר' פרחיה.
מחמת שכל חיותו היתה משמחתן של ישראל בימים אלו, ואחר ווארט זה שנאמר ברצינות רבה מדי, איבד ר' פרחיה כל קיסטא דחיותא דיליה ושבק חיים לכל חי.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 12:13 pm#418651
Re: רבי פרחיה'ס קשיא
תחיית המתים אקציע איז אין פילן קראפט, ס'זענען געגאנגען א מנין אידן צום הייליגער בעל איש אמת המכונה בפי כל' בבא קראטיא' אשר החיה מכבר כמה נפשות ממתי עולם און ער האט מבטיח געווען אז ער וועט אים נאך צוריקברענגן.
מ'ארבעט יעצט אויף א פאנדינג פעידש צו קענען דעקן די אומגעהויערע סכומים וואס דאס וועט אפקאסטן פאר די גבאים צו קענען ארויסהעלפן מיט אלע סגולות.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:18 pm#418902
מן הסתם איז די ניינטע טאג געווען אסרו חג חנוכה, און אין די לעצטע פופצען צוואנציג יאר איז עס שוין אויך געווארן א יום טוב'דיגער טאג, מיט ווייסע העמדער וכו' וכו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:23 pm#418905
יין שרף: נאך א מזל אז איינער האט נישט געטראפן עפעס א מדרש הנעלם וואס זאגט אז ס'איז א מצוה זיך אן צו טרינקען אין דעם ניינטן טאג פון חנוכה. ווייל אלע חדרים און ישיבות וואלטן דאמאלס נישט געלערנט. ווייל די מלמדים זענען דאך געווען ביי זייערע רעבעס א נאכט פריער...!
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:28 pm#418908
גדליה האט געשריבן:כלל ישראל גרייט זיך צו די געוואלדיגן טאג פון די ניינטע טאג חנוכה וואס ווערט גערופן אין ספרים "זה חנוכה"
די טעם דערפון שטייט אין די ספרים אז כידוע האט חנוכה ארגינעל געברויכט זיין צוועלעף טעג און מהאט אראבגעשניטען ביז ניין. ז"ה איז טאקע עולה בגימטריה צוועלעף,כידוע.
מבעט די עולם זאל אראפלייגען די מנהגים וואס מפירט זיך ביי זיי אינדערהיים אין דעם ניינטען טאג זה חנוכה.

Women first מן התורה מנין? ת"ל זאת חנוכה קומט פאר זה חנוכה ודפח"ח..

אגב די מנהג פון צוועלעף טעג חנוכה איז נאר מיט די בית יוסף'ס קשיא, אבער כידוע האט מען נישט געטראפן קיין איין תירוץ אויפן קשיא.. ממילא האבן די אויפגעקלערטע לאור די קשיא טאקע נאר געמאכט עלעף טעג..
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:32 pm#418909
berlbalaguleh האט געשריבן:יין שרף: נאך א מזל אז איינער האט נישט געטראפן עפעס א מדרש הנעלם וואס זאגט אז ס'איז א מצוה זיך אן צו טרינקען אין דעם ניינטן טאג פון חנוכה. ווייל אלע חדרים און ישיבות וואלטן דאמאלס נישט געלערנט. ווייל די מלמדים זענען דאך געווען ביי זייערע רעבעס א נאכט פריער...!
פארשטיי איך שוין פארוואס אסאך מוסדות האבן נישט קיין חדר/סקול זונטאג חנוכה, ווייל כידוע איז דא א חיוב פונעם אבן עזרא אינעם פיוט האי האי בית כור וכו', וכל משרת דם ענבים לא ימוש מפיכם אויף שבת חנוכה..
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:39 pm#418914
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:יין שרף: נאך א מזל אז איינער האט נישט געטראפן עפעס א מדרש הנעלם וואס זאגט אז ס'איז א מצוה זיך אן צו טרינקען אין דעם ניינטן טאג פון חנוכה. ווייל אלע חדרים און ישיבות וואלטן דאמאלס נישט געלערנט. ווייל די מלמדים זענען דאך געווען ביי זייערע רעבעס א נאכט פריער...!
פארשטיי איך שוין פארוואס אסאך מוסדות האבן נישט קיין חדר/סקול זונטאג חנוכה, ווייל כידוע איז דא א חיוב פונעם אבן עזרא אינעם פיוט האי האי בית כור וכו', וכל משרת דם ענבים לא ימוש מפיכם אויף שבת חנוכה..


און די חסידישע ספרים זאגען נאך אז מ'דארף מיט נעמען די חנוכה אויף א גאנץ יאר...

#שה"י-פה"י
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:41 pm#418915
שבת היום, פורים היום...
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:55 pm#418922
אזא מין געלונגען פאלק. מ'הארגעט זיך מיט אפאר אומות, מ'שטורעמט ארויס אלס צייטווייליגע געווינער, תיכומ"י א פרעס פון א וואך א האלב. איי ס'דאך נישט קיין סעודת מצוה, ווי מעג מען? נישט קיין פראבלעם. מ'וועט טרעפען א קשיא, אין צוזאם קראצען תירוצים כפליים כיוצאי מצרים כהררים תלוים בשערה. והנה און אט! א סעודת מצוה! ס'גאר א מצוה צו האקן אכט טעג. איי די תירוצום שטימען נישט? נישט קיין פראבלעם, די זיידעס האבן שוין געשריגען "נעשה ונשמע" קודם ריקט מען אריין און אפשר נאכדעם וועט מען הערן.

מי כעמך ישראל...
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:05 pm#418924
וואלווי: אויב אזוי איז דאך א קשיא. פארוואס האלטן מיר נאר 3 טעג פורים. מ'וואלט געדארפט האלטן פורים לכה"פ א וואך און א האלב...!
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:52 pm#418928
ווייל דאס קאסט שוין געלט טיילען...
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 5:58 pm#418975
יין שרף האט געשריבן:בילד

אנ"ש ד'לאנדאן רופן דעם מעייאר "SADIQ-KHAN" שמו היהודי הוא "ר'-צדוק-הכהן"
און אינטערסאנט צו ער איז א מעמבער דא אין שטיבל, אדער האט ער טאקע א טעות געהאט.
:lol: :lol: :lol:
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:47 pm#418979
נקודת אמת: ס'איז נישט מוכרח אז דער נאמען שטאמט טאקע פון אידן. אפשר זיין עלטער , עלטער זיידע איז געווען א איד. אין פאקיסטאן איז נישט לאנג צוריק געווען א פריים מיניסטער א פרוי, מיט'ן נאמען ..."בענאזיר".../בן נזיר, הי"ד...די טעראריסטן האבן זי געשאסן...!

אפשר וואלט כדאי געווען ווען איינער פון חוקרים וואס דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל זאלל מאכן א גרונטליכע חקירה איבער דעם מקור פון א סאך נעמען ביי די באפעלקערונג אין אינדיע און פאקיסטאן. ווייל א סאך נעמען קלינגען ווי ס'איז אריגינאל געווען אידישע נעמען...!
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 8:54 pm#418983
יא יא, זיי זענען דאך די עשרת השבטים, כידוע.
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:18 am#419017
אישתישבי: אבער די עשרת השבטים האבן נישט געהייסן פארקאש און זילבערשטיין. דער איינציגער שבט וועלכע האבן געהאט די נעמען זענען געווען די אונגארישע שבט...!

ס'איז אויך אינטרעסאנט צו וויסן אויב די עשרת השבטים האבן געהאט טשילאר'ס אין זייערע כאטקעס. און זייערע ווייבער האבן געבאקן קאקאאש קעיק און ראפאגאש בארכעס...! און זיי זענען געגאנגען רבינו תם גאטשעס...!