Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עונש כרת בימינו

עונש כרת בימינו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12929
זונטאג מאי 10, 2020 11:01 pm#448305
פאליטיקאנט: נאר היינט איז שוין בעוה"ר, ליידער (ב"ה) נישט געבליבן קיין ציונים. אפשר א פאר מפד"ל'ניקעס אין ארץ ישראל וועלכע לערנען אין כולל. אדער דאהי אין אמעריקע.ווייל די נישט רעליגיעזע באפעלקערונג אין ארץ ישראל זענען בכלל נישט קיין ציונים. זיי ווייסן ניטאמאל וואס ציונות איז. זיי זענען אויס פאר א קאריערע צי אין די ארמיי אדער אין אינדוסטרי. צו מאכן א פיינעם טשעק און לעבן באקוועם. ספעציעל די קינדער פון די רוסישע אמיגראנטן. קיין פאטריאטישע ציונים עקזיסטירט שוין היינט נישט...!
זונטאג מאי 10, 2020 11:11 pm#448307
אז מ'רעדט שוין פון ציונים האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט וואס איז נוגע צו די אלע סארטן באוועגונגען למיניהם. ס'שטייט אין פסוק: "וַיַּעֲלוּ עֹלֹת וַיַּגִּשׁוּ שְׁלָמִים וַיֵּשֶׁב הָעָם לֶאֱכֹל וְשָׁתוֹ וַיָּקֻמוּ לְצַחֵק", דאס איז מרמז אויף דריי שטופעס פון א באוועגונג. די ערשטע דור זענען זיך מקריב פאר די שיטה בבחינת קרבן עולה, כליל תקטר, זיי געבן אלץ אויף פאר'ן שיטה. די צווייטע דור איז שוין נאר בבחינת קרבן שלמים, שהכל שלום בהן, א חלק גיבט מען אוועק פאר די שיטה און א חלק פאר די אייגענע באקוועמליכקייט, חציו להשם וחציו לכם. די דריטע דור אינטערעסירט שוין די גאנצע שיטה אין די לינקע פאה, וישב העם לאכול ושתו ויקומו לצחק...
זונטאג מאי 10, 2020 11:50 pm#448318
די מיינסט צו זאגן אז פונקט ווי עס איז נישטא קיין ציונים איז נישטא קיין קנאים.
זונטאג מאי 10, 2020 11:53 pm#448319
קנאות איז קיינמאל נישט געווען אן אלגעמיינע באוועגונג, מסירות נפש פאר קנאות איז א דרך פאר יחידים, די איבעריגע זענען סתם נאכשלעפערס.