Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עונש כרת בימינו

עונש כרת בימינו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12929
דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:22 am#423905
עונש כרת בימינו
א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:38 am#423909
עיין פה ואולי תמצא נחת
דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:46 am#423910
משהה פרידמן האט געשריבן:א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

הרב פלאי ענטפערט אויף דעם אז כרת מיינט ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זיינע קינדער וועלן ווערן גוים
דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:55 am#423911
אלע תירוצים קענען אריינגיין אין דעם אשכול...

בפשטות מיינט עס אז ער וועט ווערן excommunicated - אויסגעשלאסן פון די קהילה, וואס אמאליגע צייטן איז עס געווען דאס ערגסטע שטראף וואס שייך. היינטיגע צייטן קענסטו זיך אויסלאכן, אבער אמאליגע צייטן אן א קהילה ביזטו געווען אליינס אויפ'ן וואסער. ס'דא עפעס א שמועס אין די ראשונים אז ס'מיינט אז ער וועט שטארבן אינגערהייט, איך ווייס אבער נישט צו אלע ראשונים האלטן אזוי, און צו ס'האט א מקור אין חז"ל. אלנספאלס איז דאס נאר א תוצאה פון ווערן אויסגעשלאסן פון דעם אידישן פאלק, כאילו אז ער האט מער נישט קיין שייכות צום אידישן פאלק, און צו די שפע אלוקי, אויטאמאטיש ווערט ער פארוועלקט און פארשימלט און שטארבט.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 2:13 am#423912
Re: עונש כרת בימינו
קאצקע ציקער האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:א גוטן, עס באדערט מיך שטארק די שאלה ווי אזוי קען זיין אז במציאות איז נישט דא קיין כרת אויף מענטשן וואס זענען עובר אויף איסורים ווי חמץ בפסח אכילה ומלאכה ביום כיפור מילה ועוד ועוד, ווי קען זיין אז די תורה זאגט בפירוש "והאבדתי את הנפש ההוא מקרב עמה" און במציאות געשעהט דאס נישט. אויב איינער האט א תשובה וואס לייגט זיך אויפן שכל וואלט איך מיך שטארק געפריידט צו הערן

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

הרב פלאי ענטפערט אויף דעם אז כרת מיינט ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זיינע קינדער וועלן ווערן גוים
ווייל ער טענה'ט אז דאס איז די אפטייטש פון "מעמיה" פון זיין פאלק וואס דאס איז די אידישע פאלק
דינסטאג פעברואר 05, 2019 2:17 am#423913
ס'שטייט ונכרתה הנפש ההיא, נישט ונכרתה בני נפש ההיא.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 4:01 am#423916
Re: עונש כרת בימינו
אז די גייסט מיט דיקדוק קען עס אויך נישט מיינען excommunication ווייל ס׳שטייט והאבדתי את הנפש ההיא איך וועל פארניכטען דעם זעהל.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 5:07 am#423919
Re: עונש כרת בימינו
רביה"ק: איך האב דווקא גענוצט די פסוק פון 'והאבדתי' ווייל ס'איז קלאר טייטש אז די באשעפער אליין וועט עס טוהן און נישט בית דין. ווי אויך איז משמע פון די פסוק 'ערירים ימותו' (ויקרא כ כ) אז מ'רעדט פון מיתה, און אויך ביי הנותן זרעו למולך שטייט "מות יומת, ואם העלם יעלימו... והכרתי אותו" זעהט מען סיי אז מ'רעדט פון מיתה און סיי אז ס'קומט פון די באשעפער. כיהודה ועוד לקרא האבן חז"ל אויך אזוי פארשטאנען "מת בחמישים שנה זו היא מיתת כרת" (מועד קטן כח.).

לעניות דעתי זו היא שאלה (תיובתא?) שאין עליה תשובה

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:09 am#423923
געהאערט אמאל א שיעור פין מיין רבי Y Y האט ער מסביר געוועהן אז די סיבה פארוואס עס איז נישטא מער היינט קיין מיתות בית דין איז פארשטייט זיך ווייל עס איז שוין נישטא קיין סמיכה. אבער די סיבה פרוואס די אייבישטער האט אזוי צוגעפירט איז ווייל היינטיגע צייטן איז נישט שייך קיין עונשים ווייל עס איז שוין נישטא קיין גילוי אלוקית אזוי ווי אמאל ווען אמונה איז געוועהן א פשוטע זאך אז עובר זיין א עבירה נאך דערצו מיט עדים און התראה האט מען געמוזט זיין א ריכטיגע להכעיסניק. משא"כ און אזא טינקעלע וועלט
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:48 am#423925
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא עפעס א שמועס אין די ראשונים אז ס'מיינט אז ער וועט שטארבן אינגערהייט, איך ווייס אבער נישט צו אלע ראשונים האלטן אזוי, און צו ס'האט א מקור אין חז"ל.

מועד קטן דף כ''ח
מת בחמשים שנה זו היא מיתת כרת חמשים ושתים שנה זו היא מיתתו של שמואל הרמתי ששים זו היא מיתה בידי שמים
דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:48 am#423936
א. תוספות פארענטפערט שוין די קשיא בדרך אפאלאגעטיקע, אז ס'קען זיין אז ער האט געטון זייער א גרויסע מצוה, וואס דאס וועגט איבער.

ב. די גמרא זאגט אז נישט יעדע כרת מוז גיין מיט שטארבן יונג, ס'קען גיין מיט א מיתה חטופה (פארשטייט זיך אז אויף דעם קען מען אויך פרעגן, אז מ'זעט אז ס'איז נישט אזוי, אבער שערי תירוצים לא ננעלו).
דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:35 pm#423941
משהה פרידמן האט געשריבן:רביה"ק: איך האב דווקא גענוצט די פסוק פון 'והאבדתי' ווייל ס'איז קלאר טייטש אז די באשעפער אליין וועט עס טוהן און נישט בית דין. ווי אויך איז משמע פון די פסוק 'ערירים ימותו' (ויקרא כ כ) אז מ'רעדט פון מיתה, און אויך ביי הנותן זרעו למולך שטייט "מות יומת, ואם העלם יעלימו... והכרתי אותו" זעהט מען סיי אז מ'רעדט פון מיתה און סיי אז ס'קומט פון די באשעפער. כיהודה ועוד לקרא האבן חז"ל אויך אזוי פארשטאנען "מת בחמישים שנה זו היא מיתת כרת" (מועד קטן כח.).

לעניות דעתי זו היא שאלה (תיובתא?) שאין עליה תשובה

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

נאך א מזל דו האסט דאס באטאהנט
דינסטאג פעברואר 05, 2019 2:53 pm#423945
Re: עונש כרת בימינו
די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 5:49 pm#423952
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.

דאס קאווערט אבער אפשר א צען פראצענט, הגם די פראצענטן זענען נישט אנדרעש ביי די וואס זענען בפשטות נישט פון דיי חייבי כריתות קען מען אבער זאגן אויף דעם אדער אז נסתרים דרכי השם אדער אז הקב"ה מדקדק עם צדיקים כחוט השערה.
מיר איז אבער איינגעפאלן אויסצוברייטערן דעם תירוץ אויף צו קאווערען הונדרעט פראצענט ווי פאלגענד
מצורע קען מיינען אז ער האט נישט די זכיה צו וואוינען אין א"י, עס איז דא א חז"ל הדר בחו"ל נחשב כמצורע.
עני קען מיינען אפילו ער האט מיליאנען אבער אנן סהדי אז ער איז נישט קיין שמח בחלקו און ווי חז"ל זאגן דאך איזהו עשיר השמח בחלקו.
מי שאין לו בנים מיינט אז ער זעט נישט קיין אידיש נחת, אפילו ער זאגט ער האט יא נחת איז עס אבער גויאישע נחת
סומא קען מיינען א סמיות עינים אז ער וועט נישט זען באשיינפערליך עין בעין דעם יד השם ווי אנדערע וואס זען השגחה פרטיות אויף טריט אין שריט.
די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 6:26 pm#423954
Re: עונש כרת בימינו
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 6:38 pm#423955
ס'ווענדט זיך וויאזויי דו לערנסט אפ פשט אין תורה מן השמים.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:31 pm#423956
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס דעיס איז די שטערקסטע קושיא פון צענדליגע אנדערע קושיות עס זענען פארהאן, פאר יעדן באדערט אנדערע זאכן.
אלענפאלס דאס וואס דו זאגסט אז קיינער איז נישט געבליבן ביי די קושיות, איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו ביסט אבער פאר רוב מנין ורוב בנין פון אידן אפשטאמיגע זענען שוין די קושיות שוין נישט נוגע
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:04 pm#423959
Re: עונש כרת בימינו
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די תירוץ איז פשוט.
די גמרא זאגט ד' חשובים כמת.
מיינט דאס אז אדער וועט ער פארלירן די געלט ביי די פופציג, אדער וועט ער קרעציג ווערן, אדער וועט ער בלינד ווערן, אדער וועט ער מער נישט קענען האבן קיין קינדער נאך די פופציג.

נישט קענען האבן קינדער נאך די פופציג (זעכציג?) איז מער שכר ווי עונש.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:07 pm#423960
Re: עונש כרת בימינו
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:22 pm#423962
נאר וואס דען? דברה תורה לשון הבאי. איינער זאגט עפעס א האלבע ווארט, א בחינה, א געדאנק, אן ענין, קומט א צווייטער און שרייבט עס אראפ אלץ א קאנקרעטע פאקט, נאכדעם האט מען קשיות.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:34 pm#423963
Re: עונש כרת בימינו
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.

וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:42 pm#423964
Re: עונש כרת בימינו
טמיר האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
איך פארשטיי נישט דיין reasoning, "וויבאלד די פסוקים זענען מופרך לכל בר דעת, קען נישט זיין אז א מענטש האט עס געשריבן ווייל א מענטש רעדט נישט קיין שטותים". אלא מאי וועט מען זאגן אז גאט האט עס געשריבן ווייל ער רעדט יא שטותים?!?

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:47 pm#423965
Re: עונש כרת בימינו
חתן בחור האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.

וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
עיין לעיל ווי כ'האב געוויזן אז כרת מיינט מיתה בידי שמים לפי פסוקי התורה אן צוקומען צו חז"ל

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:09 pm#423969

עס איז שווער צו בויען א קשיא פון א מושג וואס איז שווער צו דעפינירן אזויווי ''חיוב כרת''.
וואס מיינט כרת? מיתה בידי שמים? נישט זוכה זיין צו עולם הבא?
ווער איז מחיוב אין דעם? עס מוז לכאורה זיין איינער וואס האט עובר געווען במזיד. וואס מיינט מזיד?
ווערט די עונש טאקע אויסגעפירט אויף יעדער וואס איז מחיוב? אפשר איז דא מהלך פון תשובה, אפשר איז דא זאכן וואס וועגן דאס איבער.
בקיצור עס איז נישט ריכטיג צו פרעגן אויף עפעס וואס מען פארשטייט נישט קלאר.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:49 pm#423971
(תשובה איז מבואר בגמ' אז ס'העלפט)
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:49 pm#423972
די פוינט איז אויב זאלסטו זיין א שומר תורה ומצוות וועגן יראת העונש, דאן פארגעס, סאטיסטיקלי איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטן אז סוכ"ס גייסטו שפירן אז דו ביסט נענש געווארן מכח שערי תירוצים לא ננעלו וכנ"ל.
וכבר אמרו רז"ל אל תהיו משמשין את הרב וכו'
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:52 pm#423973
לעצם הענין, כהיום זענען מיר אלע סייווי נכרת רח"ל פון אונזער הייליגע פאלקליכקייט
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:52 pm#423974
Re: עונש כרת בימינו
משהה פרידמן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.

וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
עיין לעיל ווי כ'האב געוויזן אז כרת מיינט מיתה בידי שמים לפי פסוקי התורה אן צוקומען צו חז"ל

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

סארי אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער ערירים ימותו איז לכאורה טייטש אז זיי וועלען שטארבן קינדערלאז. והדרא קושיא לדכתא, פון די תורה איז אין ערגעץ נישט מוכרח אז מ׳רעדט פון מיתת הגוף.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:18 am#423986
ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.
מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:35 am#423987
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.

ובפרט בימינו אלה, אז נערים פני זקנים ילבינו, ואוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה, גיימער לעבן ביז הונדערט און צוואנציג.

ווער ס'וויל...
מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:38 am#423988
ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...
מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:42 am#423989
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...

ועד"ז אפ"ל אם יהי' חטאיכם כשנים כשלג ילבינו, אז ס"וועט זיין אזעלעכע פארפארענע קינדער, אז עלטערן וועלען ווייס ווערען..
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:43 pm#441282
Re: עונש כרת בימינו
דער תפארת ישראל אין זיין באקאנטע דרוש אור החיים (וואו ער דערמאנט די פאסילס) (אות ב) פרעגט די קשיא אויף כרת (ווי אויך וואס איז אויב איינער טוהט מערערע מאל איסורי כריתות, צווישן אנדערע קשיות אויף די מושג). ער ענטפערט אז עס זענען דא צוויי מיני נפשות אינ׳ם מענטש. איינס איז די חלק אלוק וניצוץ ממעל וואס איז אומעגליך אז עס זאל נתאפס ווערן לכלום; דאס האט אן השארה אלעמאל און איז נצחי. דערנאך איז דא די נפש הבהמית (עס קען האבן פאראלעלן מיט׳ן נפש הבהמית וואס דער תניא דערמאנט), וואס איז פשוט באשאפן געווארן און אריינגעגעבן געווארן אינ׳ם מענטש כדי צו האלטן די נפש הנצחי, וואס איז כולו רוחני, מיט די גוף החמור, וואס איז איר דירעקטע אפאזיט; עס איז די מתווך און האלט זיי צוויי צוזאם.

די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.

יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.

אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.

‏איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.
מוצ"ש מערץ 14, 2020 9:51 pm#443819
עונש כרת בימינו
מ׳קען אפשר אויך פרובירן צו ענטפערן אויף די קשיא אן אפאלאגעטישן (דוחק׳דיגן) תירוץ עפ״י שיטת הרלב״ג. ער זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר ד פ״ו) (בתוך זיין ברייטערע שיטה פון השגחת הקב״ה און אין דעם אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים) אז די שלעכטס/עונשים וואס שטייט אין די תורה און ס׳איז משמע אז דאס קומט דירעקט און נישט מחמת השארתם להילוך הגלגלים והטבע, איז אדער מכח דעם פאר׳ן צדיק (וואס איז זוכה צו השגחה בו, ווייל ער גייט אריין אין די כלל אויף וועמען ס׳איז דא די השגחה) וואס הייבט אן אביסל ״גליטשן״ להדריכו אל דרך הישרה (און ער גייט טאקע נישט שטארבן דערפון), אדער מכח דעם ווייל די השגחה אויפ׳ן פאלק בכלליות פארלאנגט אז די עונש זאל מדריך זיין ה(יותר )צדיקים בם, ע״ש באריכות.

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ב פ״ג) פרעגט אויף אים אין דעם אז דעמאלטס, למשל, טאמער וואלט נח אויך געזונדיגט ביים דור המבול וואלט הקב״ה נישט געברענגט די מבול, וואס איז א דירעקטע עונש שלא כדרך הטבע. דאס איז נישט מסתבר און איז נישט משמע. ווי אויך אויב אזוי וואס איז פשט אין עונש כרת? אויב גייט דאס ארויף אויף א מיתה בעולם גייט דאך אויסקומען אז אנדערע (די צדיקים) מוזן וויסן דערפון כדי די דירעקטע עונש זאל האבן א פשט, וממילא אויב האט ער עובר געווען בסתר גייט טאקע נישט זיין די עונש. דאס איז ווייטער נישט מסתבר. און טאמער נעם איך אן אז דאס איז (אויך) אן עונש פאר׳ן נפש לעתיד שטימט ווייטער נישט. ווייל עפ״י (פילאזאפישע) טבע וואלט דער נפש החוטא (אין דעם) געדארפט ווען ווערן מקושר מיט׳ן שכל הפועל מכח די מושגים השכליים וואס ער האט קונה געווען בחייו, נאר מען טוהט דא עפעס שלא מן הטבע (הפילוסופית) כדי אים מעניש צו זיין. פארוואס? נישט ער און נישט אנדערע קענען זיך לערנען דערפון וכדומה, וואס דאס איז דאך פשט אין דירעקטע עונשים לפי הרלב״ג, ע״כ ע״ש באריכות.

יעצט, טאמער ״בּייסט מען די קויל/בּוּלעט״ און מ׳זאגט אז לויט׳ן רלב״ג איז טאקע איה״נ נאר דא כרת בעולם הזה און נאר ווען ס׳איז שייך אויף אויסצולערנען צדיקים וכדומה, קען מען אפשר זאגן אז היינט ווען ס׳איז א דור שכולו חייב איז טאקע נישט דא קיין עונש כרת. ודוחק, ובפרט אז מ׳דארף אננעמען דערצו, ווי נישט, די טעזע פון ״ירידת הדורות״ (ברוחניות).
דינסטאג מאי 05, 2020 10:41 pm#447831
Re: עונש כרת בימינו
משהה פרידמן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.

איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
איך פארשטיי נישט דיין reasoning, "וויבאלד די פסוקים זענען מופרך לכל בר דעת, קען נישט זיין אז א מענטש האט עס געשריבן ווייל א מענטש רעדט נישט קיין שטותים". אלא מאי וועט מען זאגן אז גאט האט עס געשריבן ווייל ער רעדט יא שטותים?!?

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
אויב איז עס נאכאלץ שווער אפילו אויב די זאגסט אז תורה לא מן השמים הוא איז וואס פארדינסטו פון ענטפערען תורה לא מן השמים הוא?!?

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
פרייטאג מאי 08, 2020 5:26 am#448096
עוקר הרים: איך ווילל נאר מאכן א קליינע באמערקונג. איך ווייס נישט וועם דו קוואוטסט אין דיין מאמר. ווייל ס'איז דא צופיהל נעמען. אבער איינער האט פארגרייזט דעם מאמר. און דאס טוישט דעם פשט פון אלעם. דער מאמר חז"ל פון די גמרא איז..."תורה לא בשמיים הוא. נישט תרה לא משמיים הוא...!

ס'איז א גרויסער חילוק. ווען די גמ' זאגט ..."בשמיים"...מיינט עס אז היינט אז אונז האמיר די תורה ווערט נישט באשלאסן א הלכה אין הימל. נאר דא אויף די ערד...אבער די תורה אליינס איז געקומען פון הימל...!
פרייטאג מאי 08, 2020 5:40 am#448097
Re: עונש כרת בימינו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: איך ווילל נאר מאכן א קליינע באמערקונג. איך ווייס נישט וועם דו קוואוטסט אין דיין מאמר. ווייל ס'איז דא צופיהל נעמען. אבער איינער האט פארגרייזט דעם מאמר. און דאס טוישט דעם פשט פון אלעם. דער מאמר חז"ל פון די גמרא איז..."תורה לא בשמיים הוא. נישט תרה לא משמיים הוא...!

ס'איז א גרויסער חילוק. ווען די גמ' זאגט ..."בשמיים"...מיינט עס אז היינט אז אונז האמיר די תורה ווערט נישט באשלאסן א הלכה אין הימל. נאר דא אויף די ערד...אבער די תורה אליינס איז געקומען פון הימל...!
מען מיינט טאקע נישט די מאמר מען מיינט פשוט צו זאגען אז תורה איז לא מן השמים ח"ו......

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
פרייטאג מאי 08, 2020 5:49 am#448099
עוקר הרים: ייש"כ. דאס איז דאך די מיינונג פון די רעפארמער. אבער אויב אונז האלטן מיר אזוי, דאמאלס איז אונז גארנישט פון די מצוות התורה מחייב. ווייל וואס איז מיר א חילוק אויב האמוראבי האט געמאכט דעם געזעץ. אדער משה רבנו...!פארוואס זאלל איך נישט פארן מיט קיין קאר אום שבת. אדער עסן אום יום כיפור. אדער עסן א גוטן העם סענדוויטש...!
פרייטאג מאי 08, 2020 6:10 am#448102
Re: עונש כרת בימינו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: ייש"כ. דאס איז דאך די מיינונג פון די רעפארמער. אבער אויב אונז האלטן מיר אזוי, דאמאלס איז אונז גארנישט פון די מצוות התורה מחייב. ווייל וואס איז מיר א חילוק אויב האמוראבי האט געמאכט דעם געזעץ. אדער משה רבנו...!פארוואס זאלל איך נישט פארן מיט קיין קאר אום שבת. אדער עסן אום יום כיפור. אדער עסן א גוטן העם סענדוויטש...!
הונדרעט פראצענט, איינער האט נאר געזאגט אז לכאורה דער קשיא פון כרת בלייבט שווער און מען מיז אזוי זאגען האב איך געטאנעט אז אפילו אויב די וועסט אזוי זאגען וועט עס נאכאלץ נישט ווערען פארענטפערט.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
פרייטאג מאי 08, 2020 6:44 am#448106
עוקר הרים: כרת איז א הימל'ישע זאך. און אונז מענטשעלעך זעמיר צו קליין צו קענען זאגן א דיעה אין דעם. און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער ווייסט. ערשט ער ווייסט גארנישט...!
פרייטאג מאי 08, 2020 3:28 pm#448156
Re: עונש כרת בימינו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: כרת איז א הימל'ישע זאך. און אונז מענטשעלעך זעמיר צו קליין צו קענען זאגן א דיעה אין דעם. און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער ווייסט. ערשט ער ווייסט גארנישט...!
איך מיין אז ווען די תורה שרייבט עפעס רעדט ער צו אונז מענטשען נישט צו קיין הימל'ישער בריאים.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 12:18 am#448208
Re: עונש כרת בימינו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: כרת איז א הימל'ישע זאך. און אונז מענטשעלעך זעמיר צו קליין צו קענען זאגן א דיעה אין דעם. און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער ווייסט. ערשט ער ווייסט גארנישט...!
לכאורה גרעניצט זיך וואס די זאגסט מיט כפירה די זאגסט אז כרת מיינט נישט כפשוטו איז אויב אזוי נישט דא קיין שכר ועונש... און אז כרת מיינט נישט כרת דארף איך שוין נישט מורה האבען... ניין?! און אפשר איז סקילה אויך עפעס המיל'יש?! און אפשר לא תבשל גדי בחבל אמו מיינט אויך נישט כפשוטו?!?.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 12:36 am#448211
עוקר הרים: ס'איז נישט אז כרת איז נישט כפשוטו. כרת מיינט דער עונש כרת. נאר ווער ס'באקומט עס. און ווער נישט. דאס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין...!
זונטאג מאי 10, 2020 2:28 am#448218
Re: עונש כרת בימינו
berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: ס'איז נישט אז כרת איז נישט כפשוטו. כרת מיינט דער עונש כרת. נאר ווער ס'באקומט עס. און ווער נישט. דאס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין...!
וואס הייסט?! אין די תורה שטייט עס קומט אויף געוויסע עבירות די זאגסט אז עס איז לאו דוקא??! די אייבערשטער האט סתם ליב געהאט צו סטראשענען?!

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 2:33 am#448219
ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
זונטאג מאי 10, 2020 2:36 am#448220
Re: עונש כרת בימינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
Two wrongs don't make one right....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 3:13 am#448222
Re: עונש כרת בימינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
יענץ איז נישט אזוי שווער ווייל עס שטייט נישט וויפיל פראצענט פון כלל ישראל דארפען זינדיגען אז עס זאל קומען די עונשים דאס איז אבער א עונש פארען יחיד....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 7:54 am#448233
Re: עונש כרת בימינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...

כ'טראכט דערפון אפט, און מ'קען עס אנקוקען ווי אן איינמאליגע זאך. ס'איז א ווארענונג אז ווען מ'וועט זינדיגען וועט נישט קומען קיין רעגן און דערנאך וועט מען פארטריבען ווערן. איינמאל מ'איז פארטריבען געווארן איז די גאנצע זאך אריבער.
זונטאג מאי 10, 2020 2:47 pm#448256
ס'שטייט אז ס'וועט נישט רעגענען פאר א לאנגע צייט, ס'וועט זיין א הונגער, און דער עולם וועט אויסשטארבן אדער אנטלויפן. איך רעד שוין נישט פון היינט ווען דער עולם דינט דעם עבודה זרה פון ציונות און מ'לעבט און לאכט אפילו אן די רעגן, נאר אפילו ווען מ'פלעגט דינען די אריגינעלע עבודה זרה האט געהעריג גערעגנט אויסער די דריי יאר וואס אליהו הנביא האט עס אפגעשטעלט. מ'קען עס פארענטפערן אז די פסוק רעדט נאר ווען יעדער איינער אן אויסנאם דינט עבודה זרה און ווילאנג ס'דא אפילו איין סאטמארער וואס איז כופר אין די עצם זאך וועט גארנישט פאסירן, אבער נאכדעם וועט מען דארפן פארשטיין פארוואס די תוכחה איז יא מקויים געווארן.
זונטאג מאי 10, 2020 8:22 pm#448290
Re: עונש כרת בימינו
אדער קען פשוט זיין אז ציונות איז נישט עבודה זרה ?