או אינו האט געשריבן:אמאזאן דעליווערד היינט. וואס קויף איר נישט אויף אמאזאן?
כ'האב ב"ה אינטערנעט, ס'באגלייט מיך איבעראל ווי ס'וואלט ווען געווען מיין שוכבת חיקו.
נאר די סיבה פארוואס כ'באשטעל נישט ביי עמעזאן איז ווייל אויב קען איך מיך מונע זיין פון צו נעמען ביי זיי וועלעך ענדערש נישט קויפן ביי זיי. כ'קען עמעזאן פונעם פארקויפערס פערספעקטיוו, און דאס בלוט וואס זיי האבן שוין געזויגן פון זייערע קליענטן/פארקויפערס, איז אומבאשרייבאר, ממש כ'עקל מיך צו דילן מיט זיי.
אין א נארמאלער וועלט וואלט אזא דזשעף בעזאס נישט ארום געדרייט מיטן קאפ אויף ארויף און געפיפן אויף יעדעם, נאר שוין לאנג געווען אינעם תהום, אן עקעלדיגער היומען ביאינג. און דאס טוה איך נישט ווייל כ'וויל עם באיקאטירן ווייל מיין נישט האנדלען מיט עם איז סייווי נישט מעלה אדער מוריד, ס'נאר מצידי ס'עקלט מיך פשוט צו קויפן פון דארט, אזוי ווי כ'פרוביר מיך מונע צו זיין צו קויפן דייטשע אדער ספאנישע פראדוקטן, ווייל זיי האבן פארפייניגט מיינע קרובים.