Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

וועקער נומער 15 איז אט אט דא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12954
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:00 pm#424727
וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
ברוך הטוב והמטיב. די בשורה טובה אז דער וועקער נומער 15 וועט שוין אט אט זיין צו באקומען, פארלאנגט א נייעם אשכול...!

איר אלע ווייסט אוודאי אז עס איז נישט גרינג געווען ווייטער אנצוגיין נאכדעם וואס קריעיטספעיס האט זיך פארמאכט, און אין צוגאב צו דער געווענליכער עבודה קשה שבמקדש וואס עס פארלאנגט זיך ארויסצוגעבן דעם וועקער, האבן מיר דאס מאל געדארפט נאך מער שוויצן אויסצוארבעטן א פרישן מהלך פאר'ן דרוקן.

חסדי ה' אז מיר גייען אין א גוטער ריכטונג, און מיר האפן אז דער וועקער וועט זיין צו באקומען אין די קומענדיגע טעג.

פאלגנד איז א שטיקל איבערבליק וואס איז דא צו ערווארטן אינעם פרישן וועקער.

וועקער נומער 15 איז קנאפע 200 זייטן, אנגעפאקט מיט דעם שענסטן חומר וואס איר קענט געפונען אין א אידישער אויסגאבע. דער הויפט ארטיקל איז אן ערשט-מאליגער און אייגנארטיגער פארש-ארבעט מיט גרויסע חידושים - געשריבן דורך ATUB @ראובן ATUB . דער ארטיקל, בעסער געזאגט: פראיעקט, וועט אייך נישט נאר געבן א נייעם פארשטאנד אין דער געזעלשאפטליכער עוואלוציע פון דעם יהדות החרדית, נאר אויך לערנען גאנצע בלעטער היסטאריע פון פריערדיגן דור.

נאך אן אריגינעלער ווערק ערשיינט פון הרב ATUB @יהודה מאשקאוויטש ATUB , וואס ווארפט אריין א פלאקן אין דעם באגריף אז אקאדעמיקער און פראפעסארן פארשטייען און ווייסן אלעס.

ATUB @קטלא קניא ATUB ברענגט אונז א קאמישע דערציילונג באגלייט מיט אריגינעלע אילוסטראציעס. איר וועט זיך האלטן ביי די זייטן... קטלא איז נישט נאר פארנומען מיט מרבין בשמחה, נאר ער איז נאך אונטערן רושם פון דער שרעקליכער פיטסבורג טראגעדיע, און טיילט מיט אונז זיינע קאלעמוטנע געדאנקען.

אונזער פריינט ATUB @מיימון ATUB אנטוישט נישט ווידער מיט זיין דריטן ארטיקל אין דער חכמות חיצוניות סעריע. א בליק אריין אין דער תקופת הראשונים, און די חכמות מיט וועלכע זיי האבן זיך אפגעגעבן.

הרב ATUB @יצחק לאווי ATUB ברענגט אונז א שיעור מבית מדרשו, א הערליכער מאמר אויף די י"ג עיקרים.

ATUB @נח פייפער ATUB האלט אפ אן אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג איבער זיין נייעם בוך "פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן".

פאעזיע פון ATUB @ונבנתה העיר ATUB , א בוך-רעצענזיע פון ATUB @שלום בערגער ATUB , א באטראכטונג אויף הרב שאול יצחק ראבינאוויטש, אן ארטיקל פון ATUB @מנשה לוסטיג ATUB , און אוודאי, מאזאאיק, בליצן, בימים ההם, עצה-פלייצע, און נאך...
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:08 pm#424730
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
על בשורה טובה מברכין בלאה בלאה בלאה

א געוואלדיגע שטיק נייעס! כאטש איך האב נישט קיין גרויסע שייכות מיט די יעצטיגע וועקער, בין איך זייער אנציקט צו הערן די נייעס אז מ׳קען אוועק לייגען דער יתד און דער עמי מאגאזין, מ׳עט נישט דארפן איינשלאפען מיט דער מאמענט און מארשמאלאו, עס איז דא צו ליינען פון די העכערע קוואליטעט וואס אונז זע׳מיר צוגעוואוינט.

בד בבד, וויל איך זיך צושטעלן צו די פראבלעם פון די פארמאכונג פון קריעיטספעיס. די נייע קאמפאניס זענען טייערע און שווערערע זיך צו באנוצן דערמיט, אבער מיט די צייט וועט עס ווערן האפעדיג לייכטער און ביליגער.

כה לחי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 18, 2019 7:28 pm#424748
יגעת ומצאת.. בחודש אשר ישועות בו מקיפות.

כ'האלט באמת, אז מ'וואלט ווען געברויכט גוזר תענית זיין, אויף דעם גזירה קשה, אז מ'קען מער נישט דרוקן אנליין ביכער ספרים און סיי וועלכע יודיש בוכשטאביגע פארמאט - לאמיר האפן ס'וועט צעריסן ווערן די גזירה במהרה.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 8:28 pm#424752
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
א יישר כוח וועקער שטאב פון פאראויס.
אויב קען מען עס מער נישט קויפן ביי עמאזאן דארף מען זיכער מאכן אז עס קומט אהן צו אלע היימישע געשעפטן!
מאנטאג פעברואר 18, 2019 8:55 pm#424753
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
וועט עס נאכאלס זיין צובאקומען אויף אמאזאן ?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:03 am#424758
כ'בין זייער עקסייטעט, אויפגעהייטערט און דעלייטעט.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:39 am#424760
חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

אוי, בך בטחו אבותנו בטחו ותפלטימו
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:57 pm#424785
חברה חברה, ראובן האט מיך אריינגעלאזט אביסל אונטער'ן פורהאנג און וואסזשע זאל איך אייך זאגן, כ'האב באקומען ממש גוזבאמפס, גוזבאמפס פארוואס וועקער קען מיך ווידעראמאל מאכן גוזבאמפס ווען כהאב געמיינט אז כ'האב שוין אלעס געזען און מווייסמער שוין בערך פון וואס מ'רעדט, גוזבאמפס פון די רייכע אויספירליכע טריגערנדע ברעמען אויפהייבנדע ארטיקלען, גוזבאמפס פון די אויסנאמליכע קאליר וואס וועקער טראגט מיט ארטיקלען פון אלע סארטן לייכטע און שווערע ערנסטע און הומאריסטישע, טיפע און גרינגע ווי א רעגנבויגנדע כרכא דכולי' ביה.
ס'איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן אז דער וועקער איז דער חסידישער ניו יארקער, מ'רעדט דא פון חומר זשאסט אנבעליוועבל, טיף און רייך, פראפעסיאנאל און דייווערס, יעדע וועקער קומט מיט א פרישן טוויסט און מיט נייע סארט ארטיקלען איבער נייע טעמעס אויף א ניווא וואס מ'דארף זיך ציפן צי ס'איז עכט. .
לעצטנס ווען ראובן בעט מיך איך זאל שרייבן אן ארטיקל פאר וועקער כאפט מיך אן ממש א פאראנויע פון במקום גדולים אל תעמוד איך פיל באמת ווי ווער ווייסט צי מיינע סחורה קומען נאך די וועקער קוואליטעט.
אלנפאלס, א גוטע זאך קומט אן שווער און יעדער האט מיטגעהאלטן די פעטש וואס מ'האט געכאפט ווען עמעזאן האט אונז געוויזן די מיטלסטע פינגער, סאיז גענוג שווער צו גיין אין דרוק מיט אזא זשורנאל אן קיין שום בעקינג און אן קיין שום אינטערעסע, קיינער פארדינט נישט דא קיין געלט און ניטאמאל כבוד, ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו איבעריגע קאפ וויי. איז אדער זענען די עורכים כותבים און מגיהים פון וועקער די פיינסטע מענטשן זינט וועלט באשאף וואס שאפן נייע מוסטערן אין חסד של אמת און זענען גרייט זיך מקריב צו זיין פאר אן אידיאל פון זיכוי הרבים אן די מינדעסטע אייגענע אינטערעסן אדער פארדינסטן אדער זענען זיי פשוט פאררוקט.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:25 pm#424795
איך קוק ארויס פאר די נייע אויסגאבע, אבער אינצווישן וועל איך מזכה זיין די עולם מיט מיין ארטיקעל וואס די וועקער רעדאקציע האט נישט געוואלט אננעמען. l viewtopic.php?f=13&t=12955 l
דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:36 pm#424799
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
הללוהו כל כוכבי אור און ווי כוכב זאגט אזוי איז.

איר קענט שטוינען אז דאס גיט ארויס ראובן כמעט אינגאנצן אליין. איך האב אים געפרעגט צי אויסער די שרייבער און גראפיקער האט ער הילף אויף מגיה זיין און רעדאקטעריי און ער זאגט אז כאטש ער האט הילף איז עס בעיקר זיין אייגענער עול. קיינע רעקלאמען זענען נישטא, געלט קאסט עס, כבוד האט ער נישט, ער ריזיקירט זיין געזעלשאפטלעכע לעבן און אלעס בלויז אז אידישע מוחות זאלן זיך אויפוועקן. פאר מיר ומובטחני פאר אנדערע שרייבער אויך איז עס אן אינספיראציע צו שרייבן און א זכיה און א כבוד צו קענען צו שטייער געבן צו דער אתערותא דלתתא.

הבו ונחזיק טיבותא להאי גברא ועליו נאמר בחכמה פותח שערים ובתבונה משנה עתים.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:42 pm#424802
שיטה מקובצת האט געשריבן:איך קוק ארויס פאר די נייע אויסגאבע, אבער אינצווישן וועל איך מזכה זיין די עולם מיט מיין ארטיקעל וואס די וועקער רעדאקציע האט נישט געוואלט אננעמען. viewtopic.php?f=13&t=12955

קוקט אויס זיי האבן נאך גאט אין הארצן.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:42 am#424819
קוקן מיר ארויס מיט שפאנונג.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 2:35 pm#424858
מיך האט ראובן נישט אריינגעלאזט אינטער די קוליסען.... :evil:
אבער פון די תוכן הדברים קוקט אויס דא קומט ריכטיגע וועקער סחורה, מיר קענען נישט ווארטן... :twisted:
מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:13 pm#424874
די נייע פרינטינג פירמע דרייט א קאפ. מ'זעט שוין די ליכטיגקייט ביי דער ענדע פונעם טונעל, אבער פראבלעמען קומען נאך אונטער.

נישט געזארגט, ס'וועט בקרוב אי"ה זיין א וועקער, נאר מ'דארף געדולד.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:21 am#424916
מנשה פילאף, פליז הער אויף געבן צדקה פאר קרן הצלה להעביר גזירת וועקער!
זונטאג פעברואר 24, 2019 8:17 pm#425069
חכם מיינסט אז ער אינדשויט עס נישט?
ער דארף סחורה אויף וואס צי האקן.
זונטאג פעברואר 24, 2019 9:45 pm#425080
עס פעלט לעצטענס פרעסעריי געשעפטן אין וויליאמסבורג? די גאנצע פרויערישע געשלעכט איז שוין פארטיליגט? ער האט גענוג און נאך סחורה, ער דארף אונז נישט.
זונטאג פעברואר 24, 2019 9:51 pm#425081
גראדע יא, ס'פעלט פרעסעריי געשעפטן אין וויליאמסבורג...

מ'קען ניטאמאל זאגן זכרנו את הדגה שאכלנו בוויליאמסבורג, אדער בישבנו על סיר הבשר...
זונטאג פעברואר 24, 2019 10:48 pm#425088
וועקער וועקער ווי ביסטו...
דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:38 pm#425246
ATUB @דער וועקער ATUB עפעס נייעס? קען מען עכ''פ ווייזן די דעקל?
דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:05 pm#425250
ווי געזאגט זענען מיר אריבער צו א נייעם דרוקער, און יעדער שטאפל איז א נייער פראצעס מיט נייע שוועריגקייטן. מיר זענען שוין געגאנגען צום דרוק א צייט צוריק, און ברגע וואס מיר וועלן וויסן קלאר ווען דער וועקער וועט זיין עוועילעבל פאר די לייענער וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל. האפנטליך וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל מארגן אדער דאנערשטאג, און דער וועקער וועט שוין זיין צובאקומען אנפאנג קומענדיגע וואך.



ערשטע זייט פון אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג, וואס ערשיינט אינעם קומענדיגן וועקער.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:37 pm#425252
איך פיל אביסעל ווי יום כיפור ביי קידוש לבנה פאר אויספאסטן
מיטוואך פעברואר 27, 2019 4:45 am#425271
גדליה האט געשריבן:איך פיל אביסעל ווי יום כיפור ביי קידוש לבנה פאר אויספאסטן


איך פיל ווי תשעה באב פאר'ן אויספאסטען נאכדעם ווי כ'האב נישט געפילעוועט אין א ספר א גאנצע טאג
מיטוואך פעברואר 27, 2019 3:39 pm#425290
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
איך האב געווארט און געווארט...
און גארנישט זיך דערווארט...
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:05 am#425332
דער וועקער האט געשריבן:ווי געזאגט זענען מיר אריבער צו א נייעם דרוקער, און יעדער שטאפל איז א נייער פראצעס מיט נייע שוועריגקייטן. מיר זענען שוין געגאנגען צום דרוק א צייט צוריק, און ברגע וואס מיר וועלן וויסן קלאר ווען דער וועקער וועט זיין עוועילעבל פאר די לייענער וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל. האפנטליך וועלן מיר קענען ארויסשטעלן דעם דעקל מארגן אדער דאנערשטאג, און דער וועקער וועט שוין זיין צובאקומען אנפאנג קומענדיגע וואך.



ערשטע זייט פון אינטערוויו מיט מנשה לוסטיג, וואס ערשיינט אינעם קומענדיגן וועקער.


קען איך ארדערן א דורכגרינטליכע אינטערוויו מיט ליפא שמעלצער?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 5:06 pm#425377
אפדעיט:
די וועקערס פאר די געשעפטן זענען שוין אויפן וועג, און וועלן אי"ה זיין צו באקומען אינמיטן קומענדיגער וואך. וועגן עמעזאן דארף מען צואווארטן צו זען ווילאנג דער פראסעס וועט נעמען, האפנטליך נישט מער ווי עטליכע טעג.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 5:07 pm#425378
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
דעקל ?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:20 pm#425405
וועקער נומער 15, אדר-ניסן תשע"ט
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:50 pm#425413
ענדליך געט ראובן ארויס זיין אלטער ווייטאג צו דער עפנטליכער גאס...
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:06 pm#425424
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
די חומר קוקט אויס ווי א מייסטערהאפטיגן מיזוג! אויב מעג מען דן זיין א ביכל ביי די דעקל שטייען מיר גאנץ גוט.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:21 pm#425427
ס'האט מיר געדויערט א מינוט ביז כ'האב געכאפט די פרויען בילד אינעם הונטערגרונד.. פיין!!!
פרייטאג מערץ 01, 2019 12:11 am#425432
און איך ווינדער מיר פארוואס פונקט טאקע אזא פארגעשריטענע צייטונג ווי דער וועקער פירט זיך אויף אזוי ווי דער אראפגעקלאפטע ערי מקלט איד קוים וואס ס'קען טרעפן ווען ארויסצוקומען און וואו צו דרוקן ווען ס'האט ליינער אין די טויזענט און מער. לעומת די סיסטעם צייטונגען פונעם פרומען גלות איד וואס יעדן טאג חדשים לבקרים שפייען זיי ארויס נייע מאגאזינען אויפן וואך און חודש מיט א פונקטליכקייט.
פרייטאג מערץ 01, 2019 2:06 am#425449
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
דער וועקער האט געשריבן:וועקער נומער 15, אדר-ניסן תשע"ט
ב" ה די שמחה איז גרויס, ס'קוקט אויס עפעס געוואלדיג. איין זאך וואס ציפט מער ווי אביסעל איז, ווי אזוי דער וועקער 15 ווערט גערופן, "וועקער נומ' 15 אדר-ניסן תשע"ט, ס'הייסט אויף פסח גייט נישט זיין קיין וועקער?!?!?!?! פליז!!
מוצ"ש מערץ 02, 2019 8:30 pm#425494
מיט גרויס שמחה קענען מיר מעלדן די פריידיגע בשורה אז מ'קען שוין קויפן דעם וועקער אויף עמעזאן!

גיט א קליק:
m https://www.amazon.com/dp/1934730963 m
זונטאג מערץ 03, 2019 3:20 am#425509
מזל טוב, זה היום קוינו נגילה.
זונטאג מערץ 03, 2019 1:17 pm#425536
דער פארווארט אינעם נייעם וועקער.
זונטאג מערץ 03, 2019 2:19 pm#425540
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
ס'איז שוין דא צו באקומען אין די געשעפטן?
זונטאג מערץ 03, 2019 2:57 pm#425546
אין ברוקלין די וואך אי"ה, אין אפסטעיט נעקסטע וואך.
זונטאג מערץ 03, 2019 5:43 pm#425577
מיר האבן באקומען צענדליגער אנפראגעס פון תושבי ענגלאנד אז דער דארטיגער אמאזאן ווייזט אז דער וועקער וועט ערשט דעליווערט ווערן אין א וואך צוויי ארום, אדער גאר שפעטער.

צום באדויערן איז דאס נישט אין אונזערע הענט, און דאס האט צוטון מיט דער נייער דרוקעריי פירמע וואס מיר נוצן, נאכדעם וואס 'קריעיטספעיס' האט זיך אפגעשלאסן.

ווי מיר הערן איז פאראן א מעגליכקייט אז די שפעטע דעליווערי דאטומען וועלן פארפריערט ווערן, אבער מיר קענען דאס נישט גאראנטירן. די בעסטע עצה איז צו קויפן דעם וועקער ווי פריער.

מיט אנטשולדיגונג.
מאנטאג מערץ 04, 2019 10:48 am#425624
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:וועקער נומער 15, אדר-ניסן תשע"ט
ב" ה די שמחה איז גרויס, ס'קוקט אויס עפעס געוואלדיג. איין זאך וואס ציפט מער ווי אביסעל איז, ווי אזוי דער וועקער 15 ווערט גערופן, "וועקער נומ' 15 אדר-ניסן תשע"ט, ס'הייסט אויף פסח גייט נישט זיין קיין וועקער?!?!?!?! פליז!!

קוק אויף עס אז יעצט איז די פסח'דיגע וועקער נאר באקומסט עס א חודש פרי.
מאנטאג מערץ 04, 2019 2:12 pm#425643
כ'האף אזויפיל, אז דאס זאל נישט זיין די תירוץ אז וועקער זעכצן זאל זיין אויף שבועות, נאר היבש פריער.. פליז
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:36 pm#425758
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
ווען קומט עס אן צו טוביע'ס אין מאנסי???
דינסטאג מערץ 05, 2019 3:07 pm#425759
דער וועקער איז עוועילעבל אין בארא פארק, ביים ניוז-סטענד 13 קארנער 49.

אפסטעיט און וויליאמסבורג נעקסטע וואך אי"ה.
דינסטאג מערץ 05, 2019 6:55 pm#425773
שטאפענע: עםםםם, כדארף אהיים גיין פרי היינט. עפעס וויכטיג
בעה״ב: שוין ווייטער?
שטאפענע: סארי אבער סברענט מיר
בעה״ב כפארשטיי נישט. ווייב שוין געהאט א קינד צווויי חדשים צירוק.
שטאפענע: יא אבער... עפעס אנדריש
בעה״ב: סאיז דער מאל? בעבי צובלידיגט? פארפאסט די באס? טאטע שפיטאל? סארא בול שיט תירוץ די מאל.
שטאפענע: עםםםם כהאב באקומען א אימעיל.
בעה״ב: א אמיעיל? די ביסט משוגע סארא אימעיל?
שטאפענע: פון אמאזאן.
בעה״ב: זאג נאר ביסט משוגע? סארא אימעיל אזוי וויכטיג? דזעפ ביזאז וויל די טרעפן?
שטאפענע: ניין אז מיין ארדער איז אנגעקומען
בעה״ב: פארשטיי נישט, פעמפערס זענען אנגעקומען? ביסט באזארגט איינער גייט גאנבנען?
שטאפענע: ניין די וועקער איז אנגעקומען, כקען נישט טראכטן נארמאל. כדארף עס זעהן זאפארט
בעה״ב: די צו צולאסטע פערד. גיי נעם א נייע דזאב, גייסט אהיים פרי פאר א קינטרוס?

כזיץ דא אויפן קאוטש אין פארטיפט ווי קיינמאל ביפאר. כהאב קיין אנונג ווי כגיי מארגן טרעפן א דזאב
דינסטאג מערץ 05, 2019 7:11 pm#425774
כ'ווייס נישט צי שטאפענע מאכט א ווערטל אדער נישט, אבער גענוי אזוי האט פאסירט ביי מיר, איך בין אהיים פרי אפנעמען דעם וועקער.
#וועקער_איז_א_דראג
דינסטאג מערץ 05, 2019 7:50 pm#425775
Re: וועקער נומער 15 איז אט אט דא!
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז עוועילעבל אין בארא פארק, ביים ניוז-סטענד 13 קארנער 49.

אפסטעיט און וויליאמסבורג נעקסטע וואך אי"ה.
די אפסטעיט איינוואוינערס זענען עפעס שטיף קינדער?? למה נגרע!!
די חברה וואס האבן עס שוין בקאומען רייצן מיך אויף!
דינסטאג מערץ 05, 2019 7:55 pm#425776
וועט עס זיין צו באקומען אין בלומינבורג ביטע?
דינסטאג מערץ 05, 2019 8:28 pm#425777
ליפא האט געשריבן:וועט עס זיין צו באקומען אין בלומינבורג ביטע?

נישט אין די דארטיגע געשעפטן, אבער עמעזאן דעליווערט אהין.
דינסטאג מערץ 05, 2019 8:35 pm#425779
כ'האב אצינד באשטעלט 2 וועקערס פון אמאזאן. 1 פאר מיר, די צווייטע שיק איך צו מיין זון אין ישיבה. לקיים מה שנאמר: תן לחכם ויחכם..
דינסטאג מערץ 05, 2019 9:13 pm#425782
כוכב האט געשריבן:כ'ווייס נישט צי שטאפענע מאכט א ווערטל אדער נישט, אבער גענוי אזוי האט פאסירט ביי מיר, איך בין אהיים פרי אפנעמען דעם וועקער.
#וועקער_איז_א_דראג

כ'ווייס נישט צו כוכב ליינט די וועקער אבער גענוי ווי שטאפענע, איך זוך א זשאב...