ווען מיר הערן די ווערטער 'דיברה תורה כלשון בני אדם', קען מען מיינען עס איז א תירוץ צו א קשיא, און גאר א שוואכען. דאס איז ווייל מ'קוקט אן די גמרא און די תורה מיט אויגען וואס זוכען א געוויסע זאך, און ווען זאכען שטימען נישט דערמיט, מיינט מען אז עפעס א תירוץ דארף מען. דער אמת איז, אז דיברה תורה כלשון בני אדם איז נישט קיין תירוץ נאר וויאזוי מ'דארף לערנען תורה, און וואס די תורה וויל פון אונז.
ווען די תורה רעדט פון זריחת החמה, מיינט עס די חמה וואס דער מענטש זעט. ווי דו שטייסט, זעסטו א זון אין די הימל, און די חמה איז ארויף געקומען. עס איז דיר נישט נוגע בכלל וואס איז דארט געשען, וויאזוי עס איז געקומען, און וואס איז געווען מיט די זון איידער דו האסט עס געזען. די הלכה ווערט באשטימט לויט ווי די מענטש זעט, ווייל די גאנצע בריאה עגזיסטירט פאר א די מענטש. דעריבער איז די תורה געגעבען און געזאגט געווארען אין די שפראך פון א מענטש וואס ער זעט און שפירט.
ווען מיר דארפען מאכען חשבונות לויט זאכען וואס אונז קענען נישט זען, איז די תורה שפראך אביסל אינדערויסען פון איהר שטח, עס ווערט שוין מאדנע און אומפארשטענדליך, און אפילו פאר אמוראים, אזוי ווי שמואל דארט אין די גמרא אין ר"ה. די סוד העיבור לויט דער רמב"ם איז נאר א מאטעמאטישע חשבון. עס איז אביסל שווער פאר דומ'ער מענטשן, אבער עס איז נישט מער ווי א פאר קאלעדזש קרעדיטס פאר דער וואס האט א נארמאלן קאפ. נאר די סוד דערפון איז אז עס שטימט בכלל נישט מיט די אלגעמיינעם תורה בליק אויף די וועלט, ווייל מ'גייט ארויס פון די מענטשליכע ערפארונג און מ'קוקט אין די חלקים פון די הימל וואס מיר זען נישט.
ווען די תורה רעדט פון חלוני רקיע, איז עס לפי ראות עיני די מענטש, ווייל די חלונות זענען וואס איז אונז נוגע. די זון גייענדיג ארויף צו אראפ איז אויך געבויט אויף די סארט חשבונות, נאר איך געדענק זיי נישט אויפ'ן מינוט. די גאנצע זריחת החמה איז א 'ויזרח לו השמש', דער זון שיינט פאר די מענטש. די סייענטיפישע בליק איז אז די זון קומט און גייט לויט איהר חשבונות, און די מענטש איז נישט קיין חלק פון די חשבון. אבער די תורה'ס שפראך נעמט נאר די מענטש אריין אין די חשבון. ממילא האט די תורה זיך נאר וויסענדיג געמאכט פון די זון אויף די יבשת, און די זון הייבט זיך אן ביים 'קצה הארץ', וואס דאס מיינט די עק פון ווי מענטשן וועלען זען די זון. פון דארט פאלט מען נישט אראפ, נאר פון דארט שיינט נישט די זון, עכ"פ נישט פאר קיין מענטשן, ווייל דארט איז די ים, נישט די פלאץ ווי מענטשן וואוינען.
לגבי די הלכה פון קו התאריך, איז די היסטאריא געווען מער ווייניגער אזוי. די גוים האבען געמאכט א קו התאריך, אבער דאס איז געווען אן אן עמטליכע חשבון, סתם לויט זייער קאפריסען און לויט וואס איז זיי דעמאלס געווען באקוועם. ווען די שאלה איז געווארען אקטועל לגבי שבת, האבען מאנכע רבנים געשפירט אז ווען מ'טוט אנדערש ווי די גוים, וועלן פשוט'ער עמך אידען אויפהערן היטן שבת אין גאנצן. דער חזו"א האט זייער נישט געגליכענט די מהלך. מאך נישט דיין אייגענע חשבונות מיט די תורה, קוק אין תורה און טרעף דארט וואס שטייט, ער דארף נישט דיין הילף, ער קען אליינס. צוליעב דעם איז געווען אזא ריזיגע דגש אויף די ענין. דאס איז ענדליך צו די היינטיגע 'פסקים' אז ווייבער טארען נישט דרייווען א קאר, צו אז מ'טאר נישט האבען קיין סמארטפאון וכדו'. מ'זוכט א געוויסע ציל, ד.ה. אז די קו התאריך זאל ענדלען די קו התאריך פון די גוים, אדער אז מענטשן זאלען נישט האבען קיין במארטפאון, און צו דעם בויט מען א שטיקל תורה. דער חזון איש האט דאס זייער נישט געגליכענט.
דער וואס לערנט די סוגיא און זוכט נישט קיין התירים, וועט זען אז די פשטות איז ווי דער חזו"א ברענגט פון דער בעל המאור. די סברות וואס מ'לייגט צו, הגם אז א טייל זענען פון די גדולי הראשונים, זענען אבער מער דרוש'דיג אדער השקפה'דיג, נישט ווי די אלגעמיינע הלכה'דיגע שפראך. בשעת ווען דער חזו"א האט געזאגט זיינס האט מען אויך געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג, און מ'האט נישט געטראכט פאר קיין איין מינוט אז דער בעל המאור האט אנדערש געהאלטען. מ'האט געוואוסט אז ער האט נישט געוואוסט פון יבשת אמריקא, אבער דאס איז נישט אריין געקומען אין די חשבון. קוקט'ס אינעווייניג אין דער חזון איש קונטרס י"ח שעות, וועסטו שוין אלסדינג פארשטיין.