Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13013
מיטוואך מערץ 06, 2019 11:22 am#425819
קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
אין דער נייעם וועקער (#15, מאזאאיק) ברענגט ראובן א שמועס מיט הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל, ווי ער פארציילט אז דער סאטמארער רבי האט נישט געגלויבט אז עס איז דא אן אונטערשייד פון א גאנצע טאג, אין די וועלט, ווי יאפאן איז ממש פיר און צוואנציג שעה גערוקט פון אמעריקא.
ער ברענגט פון אן אומבאקאנטען ספר וועגען חכמת התכונה פון איינער פון די ראשונים פון 900 יאר צוריק.

עס איז מיר זייער שווער צו גלויבען די מעשה. דער רמב"ן אין חומש אין פרשת בראשית ברענגט פון 'ויש מפרשים', וואס אין די נייע דרוקן לאזט מען אונז וויסען אז דאס איז דער רמב"ם אין מורה (ב, ל), אז ויהי ערב ויהי בקר יום אחד מיינט אז אין יעדער סעקונדע איז עס ערגעץ אנדערש געווען די זעלבע צייט אין טאג, ווייל דער זון דרייט דאך ארום די וועלט און אין יעדער סעקונדע שטייט עס ערגעץ אין דער וועלט ביים עלות און ביים שקיעה וכדו'.

ויש מפרשים (מורה נבוכים ב ל) כי זה רמז לתנועת הגלגל על פני כל הארץ בעשרים וארבע שעות, שכל רגע מהם בקר במקומות משתנים, וערב במקומות שכנגדם ואם כן ירמוז לאשר יהיה ברקיע אחרי הנתן המאורות ברקיע השמים:


ער מוז נישט זיין א בקי אין אלעם, אבער א רמב"ן על התורה איז גארנישט אזא ווייטע מראה מקום ער זאל עס נישט קענען.
אפשר האט הרב טירנויער נישט געוואוסט דערפון, און ער האט עס נישט פארשטאנען פון דער סאטמארער רבי'ן אויך נישט.
מיטוואך מערץ 06, 2019 3:12 pm#425855
דוכט זיך אז כ'האב געזען אויפ'ן דעקל פון דער "אוצר" אויסגאבע אז זיי רעדן וועגן דעם. אויב איינער קען עס אהערברענגען וואלט אינטערעסאנט געווען צו זען וואס זיי זאגן.
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 3:04 pm#425943
דער ציטאט פון ר' אלי' דוד טירנויער זאגט גארנישט איבער דעם סאטמארער רב נאר איז ליבערשט א סטעיטמענט אויפ'ן בעל מספר ר' אלי דוד זעלבסט.

ס'איז זייער נישט מסתבר אז דער סאטמארער רבי, זייענדיג א זיבעציג יעריגער איד דעמאלט וואס האט געהאנדלט מיט טויזנטער מענטשן איבער פארשידענע קאנטינענטן במשך זיין לעבן זאל נישט וויסן אזא פשוטע פאקט אז ס'איז דא פלעצער אין דער וועלט וואס איז אפגעריקט מיט 24 שעה, כ'מיין וואס איז שוין די גרויסע תורה, אז ס'איז דא פלעצער וואס זענען אפגעריקט מיט זיבן שעה קען דאך געמאלט זיין מער אויך.

ר' אלי' דוד איז נישט געווען קיין תלמיד חכם און האט זיכער ווייניג פארשטאנען איבער דעם גאנצן שמועס. בכלל איז וויכטיג צום באטאנען אז עס ווערט פארציילט פארשידענע סתירה'דיגע געשיכטעס איבער דעם שמועס צי דער רבי האט יא געהאלטן פון שי' חזון איש צי נישט וכו', איך בוצינא קדישא דערציילט ר' סענדער דייטש איין גירסא, און כמדומה אז דער טאהשער דיין רבי בנימין לאנדא וועלכער איז אנוועזנד געווען האט אן אנדערע גירסא. כמדומה אז ר' ישראל דוד הארפענעס האט דערוועגן א שמועס אין ישראל והזמנים.

ווען מ'רעדט פון אזא סארט שמועס ווי קו התאריך וואס די ארומיגע זענען קיין סך נישט געווען באהאוונט דערוועגן איז סיי וועלכע שמועה עס ווערט נאכגעזאגט איז נישט מאסגעבנד. כ'האב שוין געטראפן בעבר שטותים און גרייזן וואס ווערט נאכגעזאגט פון דעם שמועס צום ביישפיל אין זקניך ויאמרו לך ווי הרב טעלער ציטירט פון אן עלטערן איד כאילו ציטאטן פונעם שמועס, אז איינער האט דערמאנט א מאירי וואס אויף דעם בויעט זיך די גאנצע סוגיא און דער רבי האט געזאגט אז מ'קען אנדערש אפלערנען פשט אין מאירי ווי דעם חזון איש וואס כידוע איז דער גאנצער סוגיא באזירט אויפ'ן בעל המאור נישט דעם מאירי.

אליבא דאמת איז יתכן אז דער סאטמארער רבי איז אויך נישט געווען באהאוונט דערוועגן צופיל (ווען ר' חיים דרוק האט געברענגט א ספר פון זיין פאטער (עפעס אזוי גייט די מעשה) צום סאטמארער רבי'ן איבער אסטראנאמיע האט דער סאטמארער רבי זיך אנגערופן, "א חידוש פון אייער פאטער, ער שרייבט א ספר אויף א נושא וואס קיינער קען נישט", פשט איז אז קיינער קען אים נישט טשאלענדזשען. האט ער אים געענטפערט, "אנדערע קענען יא..." ווי איינער זאגט אז דו קענסט נישט מיינט נישט אז אנדערע קענען נישט...) בסך הכל האט מען דארט געשמועסט אויבערפלעכליך אין א נושא וואס פאדערט זיך א גאר שטארקע גרינטליכקייט צו האבן א ששטעלונג דערוועגן. (ס'איז דא א תשובה אין בני ציון פון הגאון ר' דוד שפירא וועלכער איז געווען א גדול בתורה אין ירושלים וועלכער האט זיך געשריבן מיט די גרעסטע גדולי ישראל בדורו ווי דער ראגאטשאווער גאון זצ"ל, רבי חיים עוזר זצ"ל און דעם חזון איש זצ"ל און איז געווען א שטארקער ידען אין אויסטראנאמיע און צווישן די גדולי הרבנים וואס האבן געשריבן זייער מיינונג איבער'ן "קו התאריך" ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער די מירער תלמידים אין שאנכיי, שרייבט ער אין א תשובה, אז ער איז געזעסן ביי א גרויסע אסיפת הרבנים איבער דער נושא און רוב רבנים האבן נישט געהאט די מינדעסטע השגה אין די גאנצע סוגיא, סיידן געציילטע רבנים ווי רבי יחיאל מיכל טוקצינסקי ועוד איזה רבנים שהיה להם "קצת" ידיעה בענינים אלו...)

ר' ראובן האט מסתמא נישט געברענגט די שטיקל אין מאאזאיק פאר גארנישט, און אויב עפעס זאגט דער ציטאט עדות וויפיל עס איז ווערד א שמועס פון אן אלטן איד וואס רעדט זכרונות פון פופציג יאר פריער און וואס פאר א ניווא עס שטייט דער חוש הביקורות פון שרייבער און מגיהים אין היימישע צייטונגען וואס וועלן נאכשרייבן אזעלכע שטותים וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס און ברענגען ניטאמאל א כבוד פאר'ן רבי'ן.
זונטאג מערץ 24, 2019 2:58 pm#426929
ראובן האט געשריבן:דוכט זיך אז כ'האב געזען אויפ'ן דעקל פון דער "אוצר" אויסגאבע אז זיי רעדן וועגן דעם. אויב איינער קען עס אהערברענגען וואלט אינטערעסאנט געווען צו זען וואס זיי זאגן.


איינער האט אפשר צוטריט צו דעם ארטיקל, און קען דא איבערגעבן די "אויפדעקונגען"?
זונטאג מערץ 24, 2019 6:00 pm#426932
איז דא איינער וואס האט געקענט "הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל", וואס אויף אים בויצעך דא א שמיס איבער'ן סאטמאר'ן רב זצ"ל
זונטאג מערץ 24, 2019 6:32 pm#426935
elter-zeide האט געשריבן:איז דא איינער וואס האט געקענט "הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל", וואס אויף אים בויצעך דא א שמיס איבער'ן סאטמאר'ן רב זצ"ל

ווער האט דען נישט געהערט פון רעב עליעדאוועד? א גאר טייערער איד געווען, אבער דאס נאכזאגן מימרות איבער פארצווייגטע נושאים בשמו איז ווי נח פייפער זאגט א ריכטיגע ליצנות, נישטא ווער זאל לאכן

בערל וועט זיכער קענען געבן א געהעריגע הערכה אויף אים און זיינע בני משפחה (אויף איינעם פון זיי זאגט מען אז אין ישיבה האט ער באהאלטן צוויי ספרים, זרע קודש און נדה ביהודה. נישט אז ר' אלי' דוד איז געווען אזא אנאלפאבעט, אבער ביזן בויען אויף אים איז פאלג מיר א גאנג).
זונטאג מערץ 24, 2019 7:34 pm#426936
די ענין פון קו התאריך איז נישט די פשוטע הבנה אז עס איז דא אונטערשיידן פון 24 שעה איבער די וועלט, אוודאי האט דאס דער סאטמארער רב פארשטאנען, די מוכרחדיגע חידוש שבו איז אז עס איז פארהאן א פלאטץ אין די וועלט וואס דארט איז אינגאנצען אפאר סעקונדעס געריקט לויטן גאנג פון די זון אבער איז בהכרח געריקט א גאנצע טאג, ווייל פון ערגעץ מוז מען אנהויבען רעכענען די טעג לויט די וואכן טעג. איך האב אליין געהערט א טעיפ ווי ר' סענדר דייטש פארציילט דארט אז בשעת ווען די סאטמארער רב איז געפארן אויפן שיף קיין ארץ ישראל האט ער מסביר געווען פארן רבי'ן וויאזוי די קו התאריך ארבעט און די מחלוקה צעווישן די חזון איש און די אנדערע רבנים וואס אויף דעם ארויף האט דער רבי געזאגט וועלעכע שיטה עס געפעלט אים בעסער, איך האב געהערט דעם טעיפ יארן צוריק, אבער דאס געדענק איך בבירור אז בין ארויס מיט די רושם אז ער האט בכלל נישט געוויסט מדעתיה דנפשיה פון די גאנצע זאך און אויך נאך דעם וואס סענדר האט אים מסביר געווען האט ער דאס בכלל נישט עפעס אזוי ארויסגעהאט, איך געדענק אז כ'האב מיך געחידושט אז סענדר פארציילט דאס אויף אן אופן פון נעמען קרעדיט אז ער פארשטייט דאס גוט און אז ער האט דאס מסביר געווען פארן רבש"י און ס'האט אים עפעס נישט געשטערט אז די רבי קומט ארויס אן אומוויסענדער, מ'קען דעם טעיפ אפירזוכן.
זונטאג מערץ 24, 2019 9:18 pm#426941
אזוי האב איך אויך פארשטאנען פון מיין זיידן וואס איז דארט געווען אויפ'ן שיף מיטן רבי'ן אז דער רבי האט בכלל נישט ארויסגעהאט וואס דא גייט פאר, כמדומה אז איינער (שכחתי) האט מסביר געווען פארן רבי'ן מיט א הוט און געוויזן וויאזוי די זון דרייט זיך ארום און דער רבי האט רעספאנדעט מיט עפעס א נארישע דזשאוק וועגן דעם הוט. ביטע בויט נישט אויף מיינע ווערטער צופיל ווייל איך געדענק נישט פונקטליך און איך גיי נישט יעצט איבערפרעגן. אבער זכורני אז דאס איז געווען מיין אימפרעשאן פון די מעשה.

מכאן ואילך פרשנות: עס דארף אבער נישט זיין קיין וואונדער, סאטמארער רבי איז געווען היבש א פארמאכטער מענטש כידוע ליודעים, ער איז טאקע געווען גאר שארף, אבער האט נישט געהאט די ריכטיגע סקילס צו דזשאדזשן זאכן, אזעלכע זאכן ווי סייענס וכדו' זענען נישי געווען ביי אים אפגיפרעגט וועגן ער האט געהאלטן אז זיי זאגן נישט גוט (ווי דער ליובאוויטשער אדער ר"א מילר וכדו') נאר פאר די זעלבע סיבה וואס מיין באבע האט נישט געהאלטן דערפון ער האט פשוט נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז און וויאזוי מען עסט דאס. זיין תשובה צו א קשיא פון אמונה וואלט געווען צו חוזק מאכן און מוחה זיין. פונקט אזויווי זיין רעספאנס צו ציוניזם איז געווען ספאנטאן צו אסרן און שרייען, ער האט קיינמאל נישט גענומען די מיה צו טראכטן אפשר יא, ער איז פשוט נישט געווען קעיפעבל דערצו. דאס וואלט געמאכט זיין גאנצע מציאות אויס, ער דער גרויסער מיוחס דור אחר דור וואס מאסן משכימים לפתחו זאל דארפן גיין זיך אראפזעצן מיט א מאדערנעם מענטש און לערנען פון אים, לא יעלה על הדעת. סאטמאר רב האט מעודו נישט געפרעגט ביי קיינעם קיין דיעות און געוואוסט בעסער פון יעדעם וואס צו טון (ער האט נישט געהאט אפילו קיין רבי). דעריבער האט ער אויסגענוצט זיין גאנצן שארפקייט און סיגעטן קאפ אויפצוקומען מיט דריידלעך און אונגארישע לומדות מתובל מיט מדרש פליאה סארט דרושים'לעך פארוואס צו אסר'ן ציונות און א גאנצע רייע מיט זאכן אנשטאט אדמיטן איינמאל אפילו אז אפשר איז ער געווען ראנג.

אזא ענין ווי קו התאריך האט מען נישט געלערנט אין מארמאראש, און ער האט לכאורה קיינמאל נישט געזען קיין גלאוב, דעריבער איז זיין רעספאנס ערטוארטעט פונקט ווי מיין באבנס: וואס רעדסטו שטותים עס קען נישט זיין עס מאכט דאך נישט קיין סענס. פונקט ווי איך האב רעספאנדעט נאכן הערן צום ערשטן מאל וועגן אזא מאדנע זאך. (גיי יעצט ארום פרעגן עלטערע מענטשן דאס וועט זיין ממש זייער תשובה, חוץ אויב זיי זענען שוין אסאך געפלויגן אדער ת"ח יודעים וואס ווייסן די מעשה מיטן חזו"א).

וואס יא, פראקטיש איז ער זייער געווען און האט געהאט א געלונגענעם חוש צו מענטשן, און זיין צוגאנג צו רוב עניני חול איז געווען מער רעאליסטיש ווי אסאך רביס פונעם חסידישן חדר.

סליחה על הדברים הבוטים ואני מקבל נזיפה מכל חסידי סאטמר שיבואו בהמוניהם ויירוקו על פתח ביתי כמקובל לנו מאותו זקן זיעועיכי"א
זונטאג מערץ 24, 2019 9:36 pm#426942
ואוסיף עוד אז באמת איז סאטמארער רבי גערעכט געווען (ווי אלעמאל פארשטייט זיך). אים האט לכאורה בעיקר געבאדערט אז תורהדיג לייגט זיך אזא זאך נישט אויפן שכל. אין די תורה איז יום ולילה אן אביעקטיווע ממשותדיגע זאך וואס איז נישט תלוי אין הסכמה אדער קביעה וכדו'. צו זאגן אז אויף איין פלאץ איז מאנטאג און א טפח ארויפציר דינסטאג (או שבת וחול) דאס איז א משונהדיגער חידוש וואס די תורה וואלט געדארפט ערקלערן אדער חז"ל וכדו'. דאס אז עס רוקט זיך די שעות דורכן פארן איז נישט געפערליך ווייל אין די תורה פארט מען מיט א אייזל אדער שיף און צוביסלעך רוקט מען זיך מיט מיט די שעות און ממילא ווען מען קומט אן אויף די אנדערע זייט אויב האט ער נאכנישט פארלוירן דעם חשבון אינצווישן וועט ער העכסטנס רוקן זיך מיט א טאג צוזאמען מיט דעם מנהג המקום און באשליסן אז ער האט זיך יא טועה געווען. משא"כ ווען מען פארט מיט עראפלאנען שנעלער ווי דער טאג און מען פארט אריבער קאנטינענטן בליץ שנעל איז עס א אקטועלע שאלה וואס דארף א תשובה.

אבער דער אמת איז אז ער איז גערעכט, די תורה האט נישט גערעדט פון אזא מציאות און די תורה האט נישט קיין תשובה דערויף (ווען איינער טאנצט אהין און צוריק אויפן דעיטליין צווישן שבת און וואכן וואס טוט ער?) פונקט אזוי ווי די תורה האט נישט קיין תשובה פאר ספעיס ווען עס איז דארט שבת.און פונקט ווי די תורה האט נישט קיין אנונג וואס איז דער דין מיט עלעקטריק. א פרואוו צו טרעפן אין די תורה עפעס פשטלעך איז פאלש. נאר וואס מען מוז דאך לעבן מיט עפעס א סיסטעם מוז מען זיך מאכן כאילו. אבער באמת האט דאס די תורה בכלל נישט געמיינט.
זונטאג מערץ 24, 2019 9:50 pm#426943
מיימון האט געשריבן:סאטמארער רבי איז געווען היבש א פארמאכטער מענטש כידוע ליודעים, ער איז טאקע געווען גאר שארף, אבער האט נישט געהאט די ריכטיגע סקילס צו דזשאדזשן זאכן, אזעלכע זאכן ווי סייענס וכדו' זענען נישי געווען ביי אים אפגיפרעגט וועגן ער האט געהאלטן אז זיי זאגן נישט גוט (ווי דער ליובאוויטשער אדער ר"א מילר וכדו') נאר פאר די זעלבע סיבה וואס מיין באבע האט נישט געהאלטן דערפון ער האט פשוט נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז און וויאזוי מען עסט דאס. זיין תשובה צו א קשיא פון אמונה וואלט געווען צו חוזק מאכן און מוחה זיין.

דו זאגסט זייער א טיפע נקודה, אז א קלוגע מענטש וואס ווייסט אז ער איז קלוג וועט ענדערש לאכן פון א נייע געדאנק ווי זיך אריינצוטיפן און פרובירן מאכן סענס דערפון. איך מיין אבער אז אויב וועט ער הערן אן אבסורדע געדאנק פון א קלוגע מענטש וועט ער יא פרובירן צו פארשטיין און נישט גלייך אוועקמאכן, די פראבלעם מיט סאטמארע רב איז נאר געווען, אז ער איז געווען כחכם אחד בין שבעים טפשים... כ'מיין קיינעם נישט אוועקצומאכן, אבער צו סאטמארע רב זענען זיי נישט צוגעקומען, ס'איז אים פשוט נישט איינגעפאלן אז אפשר ווייסן זיי יא וואס זיי רעדן. שטעל זיך פאר אז סענדער דייטש קומט דיר פארקויפן תורת הקוואנטום, וואלסט אפילו געהאט א הוה אמינא אז ער ווייסט וואס ער רעדט?
זונטאג מערץ 24, 2019 10:26 pm#426944
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
מיימון - דער בעל המאור זאגט אונז אז די גמרא און די ברייתא פון סוד העיבור רעדן אקוראט אויף די נושא. וואס זאגסטו אז דע תורה רעדט נישט דערפון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 24, 2019 10:47 pm#426945
דאס אז די מענטשן ארום זענען געווען בהמות איז נישט די סיבה נאר דער פועל יוצא. קלוגע מענטשן זענען נישט געקומען צו אים ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז זיי וועלן עפעס טרעפן ביי אים. צום ליובאוויטשער האבן געשטראמט דאקטוירים און געלערנטע מענטשן (נישט אז איך האלט אז ער איז געווען סופער קלוג און ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט מיט זיין עגאצענטריזם וואס איז נאר געוארן פארשטערקערט פון זיצן איינגעשפארט אין די אייגענע ד אמות, אבער זיין צוגאנג צו חכמה האט יא אינספירירט די געלערנטע לייט. ער האט ליב געהאט צו לערנען נייע זאכן און געזען דערין א ערך און חשיבות.) צום סאטמאר רבין האבן זיך צוגעצויגן די סארט מענטשן. (זיינע אייגענע גוטע קעפ זענען אנטלאפן קיין חבד סקווער און ליטווישע ישיבות, סאטמארער רבי האט סוף כל סוף פראדוצירט א דור פון עמי ארצים און ליידיגע מוחות.

ליטוואק וועגן בעל המאור. איז דאך דאס טאקע נאר וויבאלד ער האט זיך ליידער אנגעליינט מיט סייענס רח"ל ווי ער איז אליין מעיד דארט אין די סוגיא. זע טאקע די בייזע תגובה פונעם ראב"ד דארט אויפן פלאץ. אזוי צו אזוי סאטמאר רב האט מסתמא גוט אפגעלערנט די הלכהישע אספעקטן אין די סוגיא און ארויסגעהאט די שיטות וכו' אבער דעם מציאות האט ער טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען, און ער האט נישט געהאט ווער עס זאל אים עס מסביר זיין. די תורה מיין איך צוזאגן אז עס וואלט געדארפט זיין א חז"ל אמר רבה בר בר חנה לדידי חזי לי ההוא אתרא דבחד סטרא הוה שבתא ובאידך יום א' והוי מדלגינן מהאי להאי בעי ר ירמיה צריך לחזור ולקדש או לא ואת"ל צריך מהו שיעשה מלאכה מאי תיקו. אזאנס וואלט געווען קלאר.
זונטאג מערץ 24, 2019 10:57 pm#426946
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
וואו! האסט עצות וויאזוי דער סוד העיבור וואלט געדארפט געשריבען ווערן. גארנישט שלעכט, דער אמורא שמואל האט עס אויך נישט פארשטאנען.
דער ראב"ד דינגט זיך נאר אויף איין פרט, אויב איך געדענק גוט. דער בעל המאור שרייבט קעגן די וואס ווילען נישט נעמן אינפארמאציע פון די גוים, אבער דאס איז נאר צו פארשטיין די גמרא. ער דינגט זיך נישט אז דער גמרא זאגט עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 24, 2019 11:18 pm#426948
.
זונטאג מערץ 24, 2019 11:55 pm#426949
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דער נייעם וועקער (#15, מאזאאיק) ברענגט ראובן א שמועס מיט הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל, ווי ער פארציילט אז דער סאטמארער רבי האט נישט געגלויבט אז עס איז דא אן אונטערשייד פון א גאנצע טאג, אין די וועלט, ווי יאפאן איז ממש פיר און צוואנציג שעה גערוקט פון אמעריקא.

מיינסט אודאי צו זאגן צוועלף שעה

חברה, איך בין אויך נישט די גרעסטע חסיד פון סאטמאר רב'ס גאונות און בקיאות אבער איך מיין אז עטליכע שרייבער דא וואלטן געמעגט זיך אויסדריקן מיט אביסול מער רעספעקט.

הנלענ"ד כתבתי וד"ב
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:08 am#426951
אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:15 am#426953
איסר האטלקי האט געשריבן:אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.

ממילא פארדעם איז יאפאן אפגעריקט 24 שעה פון אמעריקא נישט 12?
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:21 am#426954
קו התאריך איז א מציאות, איך גלייב נישט אז א איד פון 40 יאר צוריק האט נישט געוואוסט דערוועגן. ס'איז נישט קיין סייענס אדער גרויסע מיסטעריעזע חכמה. מסתמא האט מען פארגעלייגט א שאלה וואס טירנויער האט נישט געהאט קיין מושג פון וואס מ'רעדט.

מער פון דעם, וויקיפידיה ברענגט אז סאטמאר רב האט אפי' געהאט א דעה אינעם ריזיגן פולמוס קו התאריך ביים צווייטן וועלט מלחמה, לגבי די מחלוקת הראשונים אויף וועלכע זייט פונעם קו התאריך שאנכיי געפינט זיך.
כשהתעוררה השאלה בתחילתה, כתב החזון איש אל הרב איסר זלמן מלצר שאינו רוצה להתערב בנושא זה. תלמידי ישיבת מיר פנו אל רבם, ראש הישיבה אליעזר יהודה פינקל, שלא גלה עימם ליפן אלא התיישב בארץ ישראל לפני המלחמה, והלה פנה אל הגרי"ז, ששהה כבר בירושלים אך לא רצה שוב לפסוק בנושא. הרב פינקל פנה אל החזון איש, שפסק שיש לשמור שבת ביום ראשון המקומי. החזון איש היה תקיף מאוד בדעתו זו ולא רצה לזוז ממנה גם לאחר שרוב רבני ירושלים לא פסקו כמוהו, אף על פי שגם ידידו הרב מלצר ניסה להניאו מדעתו. הוא אף חיבר את קונטרס י"ח שעות כתשובה לחיבורו של הרב יחיאל מיכל טוקצינסקי היומם בכדור הארץ[3]. כשקיבלו ביפן את תשובתו של החזון איש, מיד שבתו תלמידי ישיבת מיר ביום ראשון, ומסופר שלאחר קבלת התשובה, נכנס בליל שבת המשגיח הרב יחזקאל לוינשטיין לישיבה, דפק על הבימה ופתח בתפילת "והוא רחום" (תפילת יום חול).

בדעה זו החזיק גם רבי יואל טייטלבוים, האדמו"ר מסאטמר.
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:24 am#426955
שמעון וואלף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.

ממילא פארדעם איז יאפאן אפגעריקט 24 שעה פון אמעריקא נישט 12?

אויב ס'לויפט אדורך אינמיטן יאפאן, איז האלב יאפאן א טאג גערוקט פון צווייטן האלב יאפאן.
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:53 am#426959
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
שאנכאיי איז נישט געווען קיין שאלה. שאנכאיי איז טשיינא, קובה איז יאפאן און דארט איז געווען די שאלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 25, 2019 12:59 am#426961
ס'זעט מיר אויס אז דער רבי אליינס איז אראפגעקומען פון אויבן אנטיילנעמען אינעם שמועס...
מאנטאג מערץ 25, 2019 7:53 am#426962
עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:00 am#426966
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
אישתישבי האט געשריבן:עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.
נו' אפשר ביזטו מאריך הדברים? דו מיינסט צו זאגן אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי איבערטרעטן א ליניע וואס מען זעהט נישט און דו דארפסט מאכן קידוש?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:24 am#426967
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
טאמער דו מיינסט שיטת ר מ"מ כשר, איז עס נישט ממש אזוי. ער זאגט אז עס איז מסור ביד חכמי ישראל שבכל דור ודור.

עס איז אבער ווייט פון א שיטה. קיין שום מקור האט ער נישט געברענגט, און קיינער האט נישט מסכים געווען צו איהם.

טאמער דו מיינסט די שיטה (דוכט זיך ח"ז סלאנימסקי) אז עס ווענדט זיך פון וועלכע ריכטונג מ׳קומט. מיינט עס נישט אז עס איז נישט דא, נאר אז עס ווענדט זיך אויף די אומשטענדן.
און דאס האט אויך נישט קיין מקור

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 25, 2019 11:42 am#426971
אישתישבי האט געשריבן:עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.

עס איז דא אחרונים וואס האבן אזוי געשריבן, אבער נישט אין די לעצטע 100 יאר ווען מ'האט שוין קאמיוניקירט מיט די גאנצע וועלט און יעדער האט אלעס געוואוסט. אמאל האט מען געלעבט אין א באקס.
מאנטאג מערץ 25, 2019 2:08 pm#426986
איך וועל עס אפירזוכען, עס איז געוועהן אפאר יאר צוריק א גרויסע טראסק דערוועגן, און א לאנגע אשכול אין עצור.

אגב, דער חזון איש זעלבסט האלט אויך נישט פין א קו התאריך, ער האלט אז מען גייט נאך רוב וכו', און א קו התאריך מיינט א ליין וואס אויף דער זייט איז טאג, און דער זייט איז נאכט.
מאנטאג מערץ 25, 2019 2:29 pm#426990
א קורצע זיך האט געוויזן אז דער ווייצנער רב, און שו"ת הר צבי, שרייבט אזוי בפירוש, אז לדעתו אין קו התאריך, ער פילט אפילו נישט וויכטיג מאריך צו זיין אין דעם, ווייל עס איז געוועהן דער אנגענומענער שיטה פין רוב פוסקים דעמאלס

כידוע איז ער געװעהן נאך דער קריג א סאטמערער און שטארקע אנהענגער פין סאטמאר רב זי"ע, איז מסתבר אז אדער סאטמארער רב האט אויך אזוי געהאלטען, אדער מען האט געשריבן אז ער האט אזוי געהאלטען ווייל עס איז עולה בתלם.

הגם מיין זכרון זאגט מיר אז הארפענעס האט א ספר אויך דעם ווי ער ברענגט אנדערש בשמו פין סאטמארער רב.
מאנטאג מערץ 25, 2019 2:31 pm#426992
איך קלער יעצט אז די סיבה פארוואס רביה"ק האט נישט געהאלטן פון די גאנצע פראבלעם פון קו התאריך איז צוליב דעם וואס רביה"ק איז געווען א פייערדיגער פראפאנענט פון שיטת ר"ת, און לויטן שיטת ר"ת הויבט זיך נישט אן די פראבלעם ווייל די טאג רעכענט זיך פון ווען די זון קומט ארויס פונעם פענסטער זיינער אין הימעל ביז ווען ער גייט צוריק אריין און דאס איז נישט קיין נפק"מ ווי אימער אויף די וועלט מ'שטייט.
מאנטאג מערץ 25, 2019 2:45 pm#426995
דא איז עס
מאנטאג מערץ 25, 2019 3:49 pm#427001
נהורא נפישא האט געשריבן:איך קלער יעצט אז די סיבה פארוואס רביה"ק האט נישט געהאלטן פון די גאנצע פראבלעם פון קו התאריך איז צוליב דעם וואס רביה"ק איז געווען א פייערדיגער פראפאנענט פון שיטת ר"ת, און לויטן שיטת ר"ת הויבט זיך נישט אן די פראבלעם ווייל די טאג רעכענט זיך פון ווען די זון קומט ארויס פונעם פענסטער זיינער אין הימעל ביז ווען ער גייט צוריק אריין און דאס איז נישט קיין נפק"מ ווי אימער אויף די וועלט מ'שטייט.

:lol: :lol:
מאנטאג מערץ 25, 2019 5:54 pm#427005
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
הייסט׳ס די חברה האלטען, און זענען זאגאר מרעיש עולמות, אז איינער פארט פון יוראפ קיין אמעריקא, האלט ער שבת אום סאטערדעי, און דער וואס קומט פון טשיינא האלט שבת אום פרייטאג? ווייל ער קומט דאך פון דארט און ער האט געהאלטען זעקס טעג ביז פרייטאג.

עס לייגט זיך שטארקער אויפ׳ן שכל אז דער ווייצענער רב האט אויך נישט געכאפט וואס דא טוט זיך.

דער חזו"א האט א חידוש פון ׳גרירה׳, אז א שטיק לאנד ווערט נאכגעשלעפט נאך די אנדערע, און דער קו קען נישט אפהאקן איין שטיק לאנד פון די צווייטען. נישט דוקא מיעוט בתר רוב, נאר נעכטן אויף היינט, וואס נענטער צו א"י. עס איז לכאורה א שווערע שיטה, און דער יסוד עולם פרעגט אויפ׳ן בעל המאור געבויט אויף דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 25, 2019 8:41 pm#427019
יאך געדענק אז דער חזון איש ארבעט דוקא יא מיט רוב, און א אינזעל למשל וואס דער קו איז ערגעץ אינדערמיט גייט מען נאך רוב אינזעל. און למשל אױב דער קו איז אינמיטן ניו זילאנד וואלט עס געגאנגן נאך רוב. און אלעס איז דאך סוף כל סוף א אינזעל. און מיט דעם פארענטפערט ער אז מען קען האלטען ניינציג מעלות (זעקס שעה) און עס קומט נישט אויס אין מיטען א שטאט.

לויט דער חזון איש טאר מען נישט פארען אויף א שיף פין סידני אוסטראליע און זונטאג ווייל אויף דער וואסער איז שבת.

איך שיהיה איז דער קו נישט דער לעצטער קובע לויט דער חזון איש. טאקע נישט דער זעלבער שיטה ווי דער הר צבי.

און דער עולם וואס חידוש'ט זיך אזוי אויף דער שיטה כאילו עס מאכט נישט קיין סענס, הגם איך בין נישט אזוי פראו דער שיטה, פארשטיי איך עס גוט.

היות אין די תורה שטייט נישט דער מושג אז דער שקיעה און דער זריחה רוקען זיך, נאר כאילו דער גאנצע וועלט ווערט לעכטיג אויף איינמאל און טונקל אויף איינמאל, ולא עוד, די חכמים אין ש"ס שרייבן אויך נישט דערוועגן (לכאורה ווייל זיי האבן נישט געוויסט), קען מען עס נישט לייגן אין שיקול הדעת לגבי דער הלכה.

נאר וואס דען? מען דארף קוקען דערויף אזוי ווי די חכמי התלמיד האבן אויף דעם געקוקט. אז די גאנצע וועלט איז אויף איינמאל לעכטיג און אויף איינמאל טונקעל.

איי די זייגער איז גערוקט? זאל זיין. איז וואס? אין אויסטראליע איז יעצט נישט דינסטאג, נאר מאנטאג. דער חשבון וואס זאגט אז ווייל דער זון איז אויפגעהאנגען געווארן אין ירושלים און דערפאר דארף מען רעכענען

לאמיר אראפלייגן די טענה פין קו התאריך. אז דער זון איז געווארן אויפגעהאנגען אין ירושלים מיטוואך אינדערפרי, און דעמאלס איז איין מעלה פאר ירושלים געוועהן מיטוואך פיר מינוט נאך דער זריחה, און דער נעקסטע מעלה אכט, און ממילא דארף מען רעכענען 180 מעלות ווייל 180 מעלות פריער איז געוועהן א קורצע טאג פין איין מינוט, אבער פאר 180 מעלות געהערט צו די נעקסטע טאג.

דאס איז דער יסוד פין די בעלי קו התאריך.

איך האב אפאר קשיות.

ווער זאגט דער אויבערשטער האט אויפגעהאנגען די זון אין ירושלים?
איך וואלט געזאגט אין גן עדן התחתון, גיי טרעף עס. ווען איינער זאגט עס היינט איז עס א בויך סברא. עס האט נישט קיין מקור.

ועוד, ווער זאגט אז די אלע מקומות פאר ירושלים האבען א טאג אויב איז נישט געוועהן דארט קיין נץ החמה?

און מען קען מאריך זיין כהנה וכהנה.

אוודאי קען קיינער היינט נישט מכחיש זיין די מציאות, אבער וויאזוי די הלכה שטעלט זיך מיט דער מציאות איז נישט אזוי פשוט.

איז מאכטס נישט די וואס זאגען אין קו התאריך כלל ווי טפשים און נאראנים, זיי האבן א שטארקע סברא צו זיך.

ווען איך זאל זאגען אז מען דארף האלטען שבת לויט דער זייגער פין ירושלים אין די גאנצע וועלט, וואלט עס געוועהן א סברא מופרכת, פארוואס? ווייל ווער זאגט. דא אויך, ווער זאגט אז דער מיטוואך האט זיך אנגעהויבן אין ירושלים. און ווער זאגט אז א שטיקעל טאג הייסט טאג. דאס אלס האט נישט פין די גמרא קיין שום ראיות.
מאנטאג מערץ 25, 2019 10:06 pm#427033
קיינער האלט נישט אז אלעס ווערט לעכטיג און טונקל אין די זעלבע מינוט, נאר די שאלה איז לגבי רוקן מיט א גאנצן טאג אויף פאראויס. פלוצלינג געט מען עס א רוק מיט 24 שעה פון איין שטאט צום צווייטן, דאס האט דער חזון איש געהאלטן אז נישט.
מאנטאג מערץ 25, 2019 10:38 pm#427039
דער יסוד עולם פרעגט אויף דער שיטה פין 90 מעלות זעקס שעה, אז לפי זה ווערט גערוקט דער טאג אין מיטען א שטאט, און פארדעם האלט ער אז דער זמן איז נישט 90 מעלות נאר מער, באופן וואס ער האט געהאלטן אז עס איז נישט בין הישוב. און דער חזון איש ווייל יא האלטען 90 מעלות, ממילא זאגט ער דער סברא פין רוב.

דאס וואס די זאגסט אז קיינער זאגט נישט אז עס ווערט טונקעל אין איין מינוט דער גאנצער וועלט, איך האב געשריבן אז דער אמאליגער הבנה, אין דער זמן פין מתן תורה, און דער זמן פין חכמי התלמיד, ביז 600-800 יאר צוריק איז געוועהן אזוי. ממילא איז דער שאלה צו אונז היינט וואס ווייסט אנדערש דארפען אנהייבן מאכן חשבונות לויט ווי די תורה און די גמרא פארציילט אז די זון האט אנגעהויבן שיינען מיטוואך אינדערפרי, און קנאקען א מעשה אז עס איז געשעהן אין ארץ-ישראל, און פארדעם איז 90 צו 180 מעלות פאר ארץ ישראל א טאג שפעטער.

איך זעה נישט דער הכרח דערצו. עס איז שיינע תורות, אבער צו זאגען אז דער וואס לאכט עס אפ איז א טיפש צו א נאר וואס פארשטייט נישט, אזוי ווי מאנכע אין דער אשכול האבן זיך אויסגעדריקט מיט א זלזול אויף דער סאטמערער רב איז נישט גערעכט.
דינסטאג מערץ 26, 2019 1:27 am#427053
אישתישבי האט געשריבן:א קורצע זיך האט געוויזן אז דער ווייצנער רב, און שו"ת הר צבי, שרייבט אזוי בפירוש, אז לדעתו אין קו התאריך, ער פילט אפילו נישט וויכטיג מאריך צו זיין אין דעם, ווייל עס איז געוועהן דער אנגענומענער שיטה פין רוב פוסקים דעמאלס

כידוע איז ער געװעהן נאך דער קריג א סאטמערער און שטארקע אנהענגער פין סאטמאר רב זי"ע, איז מסתבר אז אדער סאטמארער רב האט אויך אזוי געהאלטען, אדער מען האט געשריבן אז ער האט אזוי געהאלטען ווייל עס איז עולה בתלם.

הגם מיין זכרון זאגט מיר אז הארפענעס האט א ספר אויך דעם ווי ער ברענגט אנדערש בשמו פין סאטמארער רב.

ווייצנע רב'ס ספר הייסט שו"ת מקדשי השם. רצ"פ פראנק האט געמאכט א ספר שו"ת הר צבי
דינסטאג מערץ 26, 2019 1:39 am#427056
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א קורצע זיך האט געוויזן אז דער ווייצנער רב, און שו"ת הר צבי, שרייבט אזוי בפירוש, אז לדעתו אין קו התאריך, ער פילט אפילו נישט וויכטיג מאריך צו זיין אין דעם, ווייל עס איז געוועהן דער אנגענומענער שיטה פין רוב פוסקים דעמאלס

כידוע איז ער געװעהן נאך דער קריג א סאטמערער און שטארקע אנהענגער פין סאטמאר רב זי"ע, איז מסתבר אז אדער סאטמארער רב האט אויך אזוי געהאלטען, אדער מען האט געשריבן אז ער האט אזוי געהאלטען ווייל עס איז עולה בתלם.

הגם מיין זכרון זאגט מיר אז הארפענעס האט א ספר אויך דעם ווי ער ברענגט אנדערש בשמו פין סאטמארער רב.

ווייצנע רב'ס ספר הייסט שו"ת מקדשי השם. רצ"פ פראנק האט געמאכט א ספר שו"ת הר צבי


גערעכט וטעות לעולם חוזר.

עס איז אויך דא פין אים בנין צבי. און דאס האט מיר גורם געוועהן דער טעות.
דינסטאג מערץ 26, 2019 5:36 am#427057
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
הרב אישתשבי, דו ווארפסט זאצען מיט א זיכערקייט, וואס איז בכלל נישט באשטעטיגט. ׳דער תורה דערמאנט נישט׳, קוק אין מיין ערשטע תגובה, ווי דער רמב"ן ברענגט די טייטש אין פסוק אזוי. ׳דער גמרא רעדט נישט׳, וואס עפעס? דער טייטש אין גמרא לויט דער בעל המאור, און דער ריטב"א ברענגט עס אויך, איז אז עס איז יא דא אן אנהייב צום טאג. ׳פארוואס עפעס ירושלים׳, קוק אין כוזרי וועסטו טרעפן פארוואס עפעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 27, 2019 1:12 am#427109
די אלע פלעצער וואס די דערמאנסט הייסט נישט אז עס שטייט.
בדרך אגב, דער שבט הלוי האלט אויך אז מען דארף זיך פירן ווי דער מנהג במקום. אויך רב שטערנבוך. פין די פריעדיגע איז באקאנט דער יעבץ, ר' שמואל מאהליבער.

אגב, דער רמב"ן אויף ויהי ערב ויהי בוקר האט נישט מיט דער קו התאריך, אוודאי מוז דער מציאות האבן א קו, אבער די שאלה איז צו הלכה'דיג מוז מען אנעמען א קו בכלל. דער הנחה, אז עס איז אדער זעקס שעה, אדער צוועלעף שעה איז נישט אמת. כמה וכמה האבן געהאלטן אז עס איז נישטא קיין קו להלכה בכלל.


m http://hb.borisute.com/reader/reader.as ... hlts=&ocr= m

דא קענט איר זעהן ווי יצחקי ברענגט אלטע מאפעס פין דער צייטען פין דער בעל המאור, און פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס נאך צו גיין דער שיטה פין בעל המאור ווען מען ווייסט אז זיין שיטה איז געבויט אויף א טעות מציאותי.

דא ווערט א נייע דיון, בעת וואס מען האלט זיך אינמיטן ראנגלען וואס צו טוהן מיט גמרות וואס זענען קעגן מציאות, דארף מען שוין אננעמען ראשונים וואס זענען קעגן מציאות.
מיטוואך מערץ 27, 2019 7:42 am#427110
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
איך זאג דיר א בעל המאור, זאגסטו ׳הייסט נישט׳ און מיט א שבט הלוי. פליז, אביסל א רמה ווען עס קומט צו אזא סוגיא!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 1:42 am#427201


http://hb.borisute.com/reader/reader.as ... hlts=&ocr=

דא קענט איר זעהן ווי יצחקי ברענגט אלטע מאפעס פין דער צייטען פין דער בעל המאור, און פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס נאך צו גיין דער שיטה פין בעל המאור ווען מען ווייסט אז זיין שיטה איז געבויט אויף א טעות מציאותי



האב איך געשריבן וועגן דער בעל המאור.

ער ברענגט פיין ארויס אז דער בעל המאור האט געקליבן א פשט אין די סוגיא וואס האט געשטימט לויט דער מדע בזמנו, איז פארוואס זאל עס אונז משעבד זיין היינט ווען מען ווייסט אז עס איז געבויט אויף א טעות.

ר' ליטוואק
טאמער האט איר הייסע פילינגס צו דער קו התאריך סוגיא ווייל דער חזון איש האט זיך געקשנ'ט גאר שטארק, און די פילסט פאר דער חזון איש, פליז זאג יעצט, און איך וועל מסכים זיין מיט דיר אויף אלעס, און מען ברויך זיך נישט מתווכח זיין אויף גארנישט. איך וועל דיר מסכים זיין,
א. אז דער חזון איש איז פין די מעתיקי השמועה.
ב. אין אחר דבריו כלום, (אליו תשמעון).
ג. דער חזון איש האט געקענט דער היינטיגער מדע אין דער ענין.
ד. ועוד ועוד כהנה וכהנה

אױב ווילט איר אבער יורד זיין לעומק לאמתו של דבר, ביטע שרייב וואס איר ווילט, נישט פארלאנג רמה, און זאג האלבע זאצען וכו'.

אבער לדאבוננו איז דער אמת אין דער ענין אז דער חזון איש נעמט דא א צוויי זייטיגע שטעקען, ער נעמט אהן דער בעל המאור ווי תורה מסיני, ווייל די ראשונים ראשונים קענען חלילה נישט מאכן א טעות. און ער חזרט אליין איבער טעותים פין בעל המאור ווי פאקט, ווען דער בעל המאור אליין האט געבויט אויף מדע וואס איז מופרך היינט.

וועלכע טעות?

דער בעל המאור האט געמיינט אז אונז וואוינען נאר אויף דער איין זייט פין דער וועלט, און כמה פעמים חזר'ן זיי איבער "קצה המזרח" אלץ דער אנהייב פין דער טאג. ווען דער היינטיגע מציאות ווייסט יעדער תינוק שלא נשבה אז עס עקזיסטירט נישט קיין קצה המזרח.

און דער חזון איש פארט מיט דעם אליין.

זיי זשע מסביר וואס דא גייט פאר. אדרבה, איך וויל פארשטיין דער חזון איש.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:21 am#427209
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
בקיצור, דו גייסט נאך די סקריפט. קודם האלבע זאצען, און ווען מ׳האלט דיר פאר, ברענגסט פערזענליכע אטאקעס. זייער גוט, דער סיסטעם האלט נאך אן פיין.

פאר אלע זייטיגע צוקוקערס, היט׳ס ענק פון ליקוטים און מאמרים. זיץ און לערן די גמרא מיט די פשטים פון די ראשונים, דער רש"י און תוספות און דער בעל המאור מיט דער ראב"ד. פארשטיי וואס זיי זאגען, נישט וואס מ׳ברענגט נאך פון זיי. און אז דו ווילסט פארשטיין די קטנות פון די מאמר שרייבערס, לערנט׳ס די הקדמה פון דער ספר אגן הסהר, ווי ער איז מסביר די חילוק פון עכט פסקנ׳ן מיט פאלש פסקנ׳ן, דוקא בנוגע דער קו התאריך.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:40 am#427210
שכוח ליטוואק פאר דיינע ווארימע הדרכה
נאר איין שאלה ווי האסטו געזאגט קוקן און א ספר אגן הסהר??
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:48 am#427213
זייער שיין, יישר כח פאר צו אונז מיטטיילן וויאזוי צו לערנען. ביסט א געווינער ווען עס קומט צו געבען דעות.

האסט א תירוץ אויף קשיות וואס איך האב אויפגעברענגט??????

לכאורה נישט. ווען יא וואלט איר עפעס געשריבן זאכליך.

א. קו התאריך האט נישט א מקור אין די תורה און חז"ל.
ב. עס איז נישט מקובל תורה מסיני.
ג. דער בעל המאור כוזרי וכו' וואס שרייבען אזוי איז געבויט אויף מדע פין זייער צייט אז ירושלים איז באמצע הישוב. און דער גאנצע וועלט באשטייט פין א האלבע ערד קוגל. נישט געוויסט פין אמעריקא (כמובן).
ד. דער חזון איש האט זיך גאר שטארק תולה געוועהן אין א אמונה אז מען ברויך האלטען וואס ראשונים זאגען כאילו עס איז תורה מסיני.
ה. רוב פוסקים האבען אדער נישט געהאלטן פין קו התאריך בכלל, אדער געהאלטן א שיטה וואס טוישט נישט דער טאג פין דער אנגענומענער לאקאלע זמן.
ו. און דער קנאקער איז, כמעט קיינער האט נישט געהאלטן ווי דער חזון איש, נישט ר' אהרון קאטלער נישט כמעט קיינער וואס מען קען אלץ א חשובער תופס ישיבה. דער וואס יא האט עס געטוהן אלץ א בחינה פין אליו תשמעון, ימין ושמאל וכו'.
ז. דער שיטה פין זעקס שעה, ניינציג מעלות איז כנגד הדעת, און כנגד הסברה.
ח. זיך תולה זיין אויף א פשט וואס דער רמב"ן ברענגט פין רמב"ם אויף ויהי ערב ויהי בוקר, איז ווי זאגען אז ווייל דער תורה זאגט ראשית עריסותיכם דארף מען באקען חלות דער ערשטע זאך אינדערפרי. און משלים זענען ענדלאזע.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:58 am#427215
ווען בערלאנד איז געוועהן אין גלות אויך דער אנדערע זייט וועלט, האט ער נישט געלאזט זיינע חסידים פארען צו אים דורך דער קו התאריך!! ער האט געהאלטן אז עס איז א סכנה מען באקומט קאפ וויי מען קען שטארבן.

די אמונות טפילות וואס אונז זענען געבענטשט.

איז דען דא א קו התאריך?

באנטש אפ קרעיזיס.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 9:22 am#427217
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
א. חז"ל האבען געהאט בקבלה א ברייתא דסוד העיבור, וואס מיר האבען נישט די גאנצע.

ב. איין ברעקל וואס איז אונז געבליבען איז אז עס איז דא חילוק צווישען נולד קודם חצות און נולד לאחר חצות, א חילוק וואס שמואל האט נישט פארשטאנען.

ג. דער גמרא איז מסביר די ברייתא, אבער די פשט אין די גמרא איז נישט קלאר, די ראשונים טענה׳ן זיך דערויף, אזוי ווי רוב סוגיות אין ש"ס.

ד. דער בעל המאור פארדאמט שטארק דאס זיך באנוצען מיט פרעמדע מקורות ווען מיר האבען חז"ל, און ער לערנט אפ די גמרא אז עס איז געבויט אויף א קו התאריך.

לסיכום, דער בעל המאור האט א מפורש׳ע גמרא, וואס איז מסביר א ברייתא וואס איז מקובל איש מפי איש צו משה רבינו, אז עס איז דא א קו התאריך, און דאס איז א פערטל וועלט פאר א"י. און ער אליינס, אחוץ טאמער ער איז א היפאקריט, האט זיך נישט פארלאזט אויף פרעמדע מקורות.

פארקערט, די וואס ווילען זיך דינגען אויף דער בעל המאור, האבען נישט קיין גמרא אויף די סוגיא בכלל, און זיי דארפען זיך מוטשען צו טרעפן א קו התאריך אן א מקור אין חז"ל. זאגט אונז דער חזון איש עפעס אויף דעם, אבער שיטת בעל המאור האט גארנישט מיט דער חזון איש.

דער חזון איש׳ס גדלות איז נישט דא אויפ׳ן וואגשאל, און די ׳אלע׳ חולקים אויף איהם בשעתו זענען עפ"י רוב נישט געווען באהאווענט אין די סוגיא און נישט אין זיין שיטה. כדוגמת האדמו"ר וואס האט זיך אויסגעדרוקט אז אישתמיטתיה דברי הרמב"ם, ווען דער חזו"א אליינס ברענגט דער רמב"ם און שרייבט ׳אין מקום לראיות מעין אלו בביהמ"ד׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:21 pm#427234
א יישר כח פאר שרייבן עפעס זאכליך.

די טוסט דער זעלביקער וואס דער בעל המאור טוט.

שרייבסט כאילו די שרייבסט פין דיר, און דערווייל זאגט עס שוין גאר חזון איש אליין. ער שרייבט אויך אין דער סוגיא אז קיינער לערנט נישט אדורך די סוגיא מען ליינט נאר (כלומר קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי מיר), שרייבסטו דא דער זעלבער, אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דער חזון איש. אדער אזוי גוט ווי דיר, ווייל אונז לערנען נישט דער גמרא מיט די ראשונים, אונז קוקן ליקוטים, וכו' מיט אזעלכע נארישע הדרכות.

טאמער איז אמת, אז די מיט דער חזון איש זענען די שפיץ פין די תורה, האב איך נישט וואס צו שרייבן און רעדן און פארשטיין, זיי גונז די גאנצע תורה, שרייב אפאר הלכות, און האפענטליך וועט איר האבען נאך פאלגער, לעת עתה ביסטו מיט דער חזון איש און יעדער אפען פאר סקרוטעני, און ווען עפעס וואס ענק ביידע זאגען איז נישט ריכטיג לדעתי העניה וואס ליינט די תורה און קוקט ליקוטים, וועלען אונז קליינע מוחות זאגען אז די מיט דער חזון איש זענען נישט להלכה ווייל אונז פארשטייען מיר ענק נישט. קען זיין ביסט גערעכט, ביסט גרעסער פין מיר, אבער עס מיינט נישט מען דארף פאלגען.

און די היסטאריע ווייזט אז בעלי גאה לא די מאכען זיי טעותים, נאר זיי האבען נישט דאס לעצטע ווארט אין קיין שום ענין.

און ווער דארפט איר א ראי', האט איר מניה וביה, דער שיטה פין חזון איש איז נישט געווארען אנגענימען, טאקע מהאי טעמא אפשר, ווייל ער שרייבט אז קיינער לערנט נישט, קיינער פארשטייט נישט.

צוריק צום בעל המאור, ער שרייבט פארשידענע יסודות כאילו עס איז זיינע, און דער ראב"ד אויפ'ן פלאץ שרייבט אז דער בעל המאור שרייבט יסודות כאילו עס איז זיינע, און ער נעמט עס אלץ פין כוזרי. און דאס טוסטו אויך ווען די בלאבערט נאך דיר חזון איש אז אונז לערנען נישט פארשטייען נישט וכו'. און די שרייבסט עס נאך מדעת עצמך אויך.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:40 pm#427239
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]א. חז"ל האבען געהאט בקבלה א ברייתא דסוד העיבור, וואס מיר האבען נישט די גאנצע.

[quote][color=#FF0000]מסכים[/color][/quote]
ב. איין ברעקל וואס איז אונז געבליבען איז אז עס איז דא חילוק צווישען נולד קודם חצות און נולד לאחר חצות, א חילוק וואס שמואל האט נישט פארשטאנען.

[quote][color=#FF0000]מסכים[/color][/quote]
ג. דער גמרא איז מסביר די ברייתא, אבער די פשט אין די גמרא איז נישט קלאר, די ראשונים טענה׳ן זיך דערויף, אזוי ווי רוב סוגיות אין ש"ס.

[quote][color=#FF0040]מסכים[/color][/quote]

ד. דער בעל המאור פארדאמט שטארק דאס זיך באנוצען מיט פרעמדע מקורות ווען מיר האבען חז"ל, און ער לערנט אפ די גמרא אז עס איז געבויט אויף א קו התאריך.

[quote][color=#FF0040] איך זעה נישט ווי דער מאור שרייבט קעגען פרעמדע מקורות, פארקערט ער אליין באנוצט זיך מיט דער חכמה פין זיין זמן, אדרבה דער ראב"ד ער מאכט חוזק פין דער בעל המאור, אז ער איז א מתעטר בעדיים שאינו שלום וכו'.[/color][/quote]

לסיכום, דער בעל המאור האט א מפורש׳ע גמרא, וואס איז מסביר א ברייתא וואס איז מקובל איש מפי איש צו משה רבינו, אז עס איז דא א קו התאריך, און דאס איז א פערטל וועלט פאר א"י. און ער אליינס, אחוץ טאמער ער איז א היפאקריט, האט זיך נישט פארלאזט אויף פרעמדע מקורות.

[quote] נאך אמאל, איך זעה נישט ווי ער זאגט אז ער ניצט נישט קיין פרעמדע מקורות. אדרבה שרייב א ציטאט.

דער קו התאריך איז נישט מקובל פין קיינעם, עס איז א טעות. ער וויל טאקע מסביר זיין א שווערע גמרא מיט זיין טעות. און עס איז דא רש"י תוס' און אנדערע ראשונים. פונקט דא ווען איינער איז מסביר א גמרא מיט פעלערהאפטיגע יסודות ווערט עס מקובל איש מפי פיש
[/quote]

פארקערט, די וואס ווילען זיך דינגען אויף דער בעל המאור, האבען נישט קיין גמרא אויף די סוגיא בכלל, און זיי דארפען זיך מוטשען צו טרעפן א קו התאריך אן א מקור אין חז"ל. זאגט אונז דער חזון איש עפעס אויף דעם, אבער שיטת בעל המאור האט גארנישט מיט דער חזון איש.

[quote]
איך וועל דיר מודה זיין אז דער קו התאריך האט נישט קיין מקור, נישט זעקס און נישט צוועלעף. און פארדעם איז דער בעסטע שיטה אז אין קו התאריך כלל.
[/quote]

דער חזון איש׳ס גדלות איז נישט דא אויפ׳ן וואגשאל, און די ׳אלע׳ חולקים אויף איהם בשעתו זענען עפ"י רוב נישט געווען באהאווענט אין די סוגיא און נישט אין זיין שיטה. כדוגמת האדמו"ר וואס האט זיך אויסגעדרוקט אז אישתמיטתיה דברי הרמב"ם, ווען דער חזו"א אליינס ברענגט דער רמב"ם און שרייבט ׳אין מקום לראיות מעין אלו בביהמ"ד׳.

[quote]
סתם געפלאפעלד, דער חזון איש איז טאקע געווען א גאון און עמקן גדול, אבער אנדערע זענען אויך געווען. דער קצה המזרח באדערט, עס שטערט,מיילא דער מאור האט געמיינט עס איז אזוי, אבער דער חזון איש? פליז. האט ער טאקע געמיינט אז ווען מען פארט צום עק וועלט פאלט מען אראפ ווייל דער בעל המאור שרייבט אזוי?
[/quote]

Sent from my LG-K373 using Tapatalk[/quote]
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:55 pm#427240
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
טאמער דער פשט אין די גמרא איז ריכטיג, האט מען א ברייתא וואס רעדט פון דער קו התאריך. און דער ברייתא איז מקובל איש מפי איש, נישט ווי אנדערע ברייתות.

דער בעל המאור שרייבט ערגעץ אז דער וואס גייט צום קצה המזרח פאלט אראפ? אדער איז דאס אישתשבי און דער סאטמארער רב׳ס טעות?

די סברא פון ניינציג מעלות איז זייער פארשטענדליך. דער זון הייבט זיך אן פון ערגעץ, און ער וויל קומען קיין ארץ ישראל, די טאג הייבט זיך ווען דער זון קומט אויפ׳ן יבשה. עס וועט שפעטער קומען צו אנדערע יבשות, אבער יעצט הייבט זיך עס אן.

איך זאג דער עולם נאכאמאל. גלויבט׳ס נישט די וואס ברענגן נאך פון יענעם. לערן אליינס דער בעל המאור. און לערן אליינס דער חזון איש. לויט מיין פארשונג, איז נישט דא קיין איין קשיא וואס שפעטערע ברענגן, וואס ער פארענטפערט נישט. און די חולקים זענען נאך נישט אנטדעקט. הרב אהרן קוטלר איז נישט געווען דער נושא דארט, זיין שווער האט געפרעגט א קשיא, ותו לא. זיכער נישט געפסקנ׳ט אין דעם. דער בריסקער רב האט אויך געהאלטען ווי דער חזון איש. הרב טיקוצינסקי איז א פיינע מלקט, אבער נישט קיין פוסק (וכבר שמעתי מפי מו"ר שליט"א וואס איז געווען ביי ר׳ אליה לאפיאן און איינער האט דערמאנט עפעס פון לוח א"י. האט ר׳ אל׳ה געזאגט "ער איז א פוסק?") ר׳ משה פיינשטיין האט נישט געוואלט פסקנ׳ן די זאך. די אלע מתאספים ביי הרב הרצוג האבען מער ווייניגער מודה געווען אז זיי האבען די סוגיא נישט געקענט. הרב הנקין האט זיך געדינגען, אבער דער וואס האט געזען זיין תשובה וועט גלייך איינזען למי החותמת ולמי הפתילים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 4:48 pm#427242
די סברא פון ניינציג מעלות איז זייער פארשטענדליך. דער זון הייבט זיך אן פון ערגעץ, און ער וויל קומען קיין ארץ ישראל, די טאג הייבט זיך ווען דער זון קומט אויפ׳ן יבשה. עס וועט שפעטער קומען צו אנדערע יבשות, אבער יעצט הייבט זיך עס אן.



און די שרייבסט נאך דער שטות אזוי ווי עס איז תורה מסיני.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 4:49 pm#427243
[quote]
דער בעל המאור שרייבט ערגעץ אז דער וואס גייט צום קצה המזרח פאלט אראפ? אדער איז דאס אישתשבי און דער סאטמארער רב׳ס טעות?
/quote]

קצה מיינט א עק, אזוי האט מען אמאהל געמיינט אז דער וועלט האט א עק. און א עק מיינט אז מען פאלט אראפ.