Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נישט אייגענס אבער גוט
א גרופע הערשן האבן אמאל זיך צאמגעזעצט אויף אן אסיפה דחופה, מטכס עצה צו זיין איבער די שווערע פראבלעם וואס פלאגט זיי אז ווען זיי קומען אריין אין וואלד ווערן זייערע הערנער אפט פארכאפט אין די צווייגן פון די גרויסע ביימער, און קוים מיט צרות זעען זיי זיך ארויס פונעם קניפ.
איז דער ראש החכמים אויפגעקומען אויף א וואזשנעם געדאנק, מען זאל זיך פאראייניגן אין א ריזיגן קאמף, און צוביסלעך אויסרייסן און אויספליקן אלע צווייגן פון די גאנצע וואלד, און אזוי ארום וועט מען מער נישט דארפן ליידן.
אלע האבן אים אפלאדירט, און מסכים געווען צום ענדגילטיגן לעזונג צום "פארצווייגטן" פראבלעם.
דאן איז אריבער דער חכם שבחיות דער פוקס, און הערנדיג זייער באשלוס האט ער אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער: "וויפיל איר וועט נאר ארבייטען אויסצורייסן דעם וואלד, וועט איר קיינמאל נישט פארטיג ווערן! שניידט אייך אפ די הערנער איינמאל פאר אלעמאל און לאזט אלע צווייגן במנוחה!"
זיי זענען פארשוויגען געווארן מיט שאק, כאפנדיג זייער מיאוס'ן טעות כאילו מ'האט א פראבלעם מיט א וואלד, מיט צווייגן, בסך הכל איז דא א פראבלעם מיט די אייגענע הערנער אויפ'ן קאפ!
דא קאכט זיך שוין אפאר יאר מיט א סאמאטוכע ביי א געוויסן קרייז, וועלכע פלעגט פרובירן צו טראגן א נארמאלע אוועקגעשטעלטע פנים, אבער זענען נעבעך געווארן פארשלעפט אין גאר אומבא'טעמ'טן עסק, ווען זייער מנהיג האט זיך אויפגעריסן מיט א זינלאזע אומפארשטענדליכע אטאקע קעגן א גאנצן קרייז, און זיי גאר מיאוס אונטערגעריסן און פארשעמט, פאר'ן שרעקליכן חטא פון "שפילן קנאות", הלמאי שטעלט הרב אויערבאך זיך ארויס "כאילו" ער איז א קנאי, און טוט מסירות נפש'דיגע זאכן קעגן די שלטון הכופר, פיל פיל מער פון דעם מנהיג'ס השגות. ווער האט אים געפרעגט? און ער מיינט דאך די גאנצע זאך נישט לשמה, און איז עכט בפנימיות לבבו יא א ציוני, וכו' וכו'.
מיר אלע געדענקן די ערשטע רעאקציע פון זיינע נאכשלעפער, וואס זענען געווען אויסטערליש פארלוירן, זיי האבן גאר שטארק געוואלט האלטן פונקט ווי זייער רבי'ן, אבער זיי האבן פשוט נישט געוויסט וואס...
דאן האט זיך אנגעהויבן די שארפע החלטות פון די אויבנדערמאנטע "הערשן מיטינג". נעמליך, מ'גייט זיך נעמען און אויסרייסן די גאנצע וואלד! ס'דא א פראבלעם מיט די וואלד און אלע צווייגן, מ'גייט עס צוביסלעך אויספליקן!
די אויסגערופענע קעפ האבן אנגעהויבן אחת לאחת; ארטיקלען און דרשות, נייע סארט גליונות "מסביר צו זיין די שיטה", א אויסגעשפילטע כינוס כללי צו אויסשארפן די מוחות אז מיר זענען קנאים אויף עצם רעיון הציונית, מחדש געווען א נייע איידיע פון לערנען ויואל משה, ווייל עכט זענען מיר עכטע קנאים, און זיי זענען די פאלשע, א חידוש פון א מערכה קעגן די שטאט-ראט בחירות, געבויעט אן "עסקעלעיטאר" און מסביר געווען אז ווען אויערבאך גייט צו עירי' בחירות אין ירושלים איז ער א ציוני און ווען אונז גיימיר אין בני ברק איז עס א קאמף קעגן עצם רעיון הציונית.
דאן א פרישע פראבלעם, אויערבאך גייט שוין נישט גיין צו קיין בחירות פאר כנסת המינים, אה, זיי גייען עכט יא גיין, און אפי' אויב נישט איז עס נאר די איין מאל ווייל זיי קענען נישט באקומען קיין בענקל, און אפי' אויב איז עס פאר ביז ביאת משיח, איז עס נישט "לשמה".
דער מצב ווערט ארגער און ארגער, מ'פליקט צווייגלעך, בשעת מ'פאראנקערט זיך נאכאמאל די הערנער אין א פרישע צווייגלעך... ס'לאזט זיך אראפ א פייערדיגע וואלקן ביי אלפי חסידי סאטמאר צו שטיצן די 7000 קינדער עטה"ק, ס'דאך א ווייטאג, הייבט מען אן גיסן "פינטלעך" אין דער בלאט אז מ'טאר נישט שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש, ווייל ס'נישט לשמה, אין דער צייט וואס מ'געט אפ זעלטענע כבוד מלכים פאר א מנהיג וואס שיקט יעצט צו די בחירות הטמאות ביי שבע ברכות, און מ'רעכט אפ אפיעלס פאר זייערע מוסדות וואס נעמען געלט "לשמה" פון די ממשלת הכופרים...
ס'פעלט היצערט בלויז דער פוקס וואס זאל מודיע זיין פאר די חמורים: שניידט אייך אפ די הערנער, וועט אלעס זיין מסודר!
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk