איסר האטלקי האט געשריבן:אין נעסאו קאלעסיום גייט אריין 14,500. מען האט צוגעלייגט 1800 זיצן אויף די ערד. אהבת קדומים איז געווען פול, אונטערן אויבן-אן איז געווען ליידיג, און ארום דעם זאל שיטער. דאס איז געווען מיט טויזנטער קינדער.
ארטור עש איז געמאכט פאר 24,000. צען טויזנט מער ווי נעסוי. אונטערן אויבן-אן פארמאכט 5,000 זיצן, צענטער פון זאל איז געווען פול 10,000 זיצן, העכערע שטאקן 3 זייטן בערך א דריטל ליידיג, דאס מיינט 7,000 פול און 3,000 ליידיג. אין גאנצן זאל איז כמעט נישט געווען קיין קינדער, זיכער נישט קיין פארגלייך צו די לעצטערע יארן, וויבאלד ס'איז געווען ביינאכט.
פונקטליך וויפיל מער ס'איז געווען איז נישט קייו נפק"מ, אבער אויב האט מען גענומט א סטאדיום נאך לעצטע יאר, וועט מען נוצן נאכאמאל נאך היי יאר.
איסר, סאיז א שאד צו ספינען, יאך בין דארט געווען און אזויפיל קען איך דיר זאגן, סאיז דא סיבה פארוואס עס פארט כמעט נישט ארום קיין בילדער און אוודאי נישט קיין אפיציעלע בילדער אזוי ווי געווענטליך, ווייל סאיז געווען בזיונות...
סאיז א נארישקייט געווען צו נעמען א סטעדיום און אוודאי נישט אזא גרויסע...
ס'זעט אויס אז די עסקנים האבן זיך איינגערעדט אז סאיז דא א מעדזשיק ווארט וואס הייסט "סטעדיום" און דאס גייט אויטאמאטיש שלעפן דעם עולם.
ווארשיינליך האט שוין די דזשאוק אויסגעוועפט און איך מיין אז אדונינו איז גערעכט אז:
אדונינו האט געשריבן:קוקט אויס ווי דאס איז די לעצטע מאל וואס מען הערט די ווארט סטעדיום ביינונז... א שאד.
אונז וועלן מוזן צוריק גיין צום אמאליגן מעדזשיק ווארט וואס הייסט "ארמארי" וואס דארט פיט דאך אריין אפילו 100,000 מענטשן און מוועט מוזן פארקוקן אויפן פאקט אז הקדוש מספינקא האט שוין פארכאפט די ארמארי דזשאוק.