Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
132 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 182 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13032
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:02 pm#427530
טאמבל ביזט בכלל נישט קיוט מיט דיין מאסיווע אויבערחכמשאפט, און אביסל רעספעקט, דא איז נישט דער פלאץ פאר סאטירישע וויצן, עפן א באזונדערע אשכול.
אביסל מענטשליכקייט וואלט נישט געשאדט.
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:06 pm#427532
יאנקי מאיער זאגט אפדעיט וועגן לויה
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:15 pm#427533
אוף אייוועלט.....
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:50 pm#427534
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:55 pm#427536
גלה כבוד מישראל
גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו
כלל ישראל באוויינט מיט די ביטערע בשורה פין די אחד מהמיוחד מגדולי וצדיקי הדור
הרה"ק רבי ישראל אברהם פארטיגאל זצוק"ל מסקולען
וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא צו די צער פין די גאנצע אידישע וועלט

עס איז א שווערע קלאפ פאר יעדער איינער, וואס מען קען זיך קוים צוריק כאפן...

יה''ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:56 pm#427537
קאסובע רבי גייט זאגען א הספד אין זיין שול היינט נאכט 9 אזייגער
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:56 pm#427538
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

קודם תלמיד חכם נישט תלמוד.
איך ווייס נישט צו ער איז געווען דער גרויסער חריף, אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת תורה ומצוות נאך בימי נעוריו, דאס איז זיכער אז ער איז געווען אן אפגעהיטענער איד, מורא געהאט פאר אן עבירה.
איך מיין אז אין יהדות זענען די זאכן זייער חשוב
ס'זאגט עפעס אינעם היינטיגן דור ? אז נישט איז נישט.
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:57 pm#427539
זיין א תלמיד חכם איז טוען פאר 'זיך', דאס האבן מיר גענוג, די זאכן וואס דו רעכענסט אויס איז טוען פאר 'יענעם', אסאך א גרעסערע קונץ.
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:58 pm#427540
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..
מאנטאג אפריל 01, 2019 8:03 pm#427541
וויפיל רבי'ס האט ער איבערגעלאזט?
מאנטאג אפריל 01, 2019 8:08 pm#427542
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אוף אייוועלט.....
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא
מאנטאג אפריל 01, 2019 8:43 pm#427545
החוקר האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אוף אייוועלט.....
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא

לצורך פרנסה :roll:
מאנטאג אפריל 01, 2019 10:04 pm#427551
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
כי נח נפשיה דרבי פתח עליה ההוא ספדנא ארץ רומניה הרה וילדה, ארץ אמעריקא גידלה שעשועיה, אוי נא אמרה בארא פארק כי אבדה כלי חמדתה

א רבי וואס האט מאחד געווען די חסידישע וועלט
א רבי וואס האט געהאלפן אידן און געפוילט ישועות נפלאות, און געברענגט אויף כלל ישראל זכותים און השפעות טובות
א רבי וואס האט געשיינט פון קדושה און קיינמאל געהאט אן אלט׳ן פארקנייטש׳טען פנים (כדוגמת הרבי מסאטמאר)
א רבי וואס האט אריינגעברענגט און כלל ישראל שיינע ווארימע חסידישע ניגונים
א רבי וואס האט זיך געזארגט פארן רוחניות און עתיד פון כלל ישראל
לאו כל יומי מתרחיש כגון דא, ויש על מה לבכות

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 10:41 pm#427555
טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:28 pm#427558
דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:31 pm#427559
יין שרף האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..

געגאנגען וויירעל!
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:35 pm#427560
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
שבת אחים האט געשריבן:דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

אמת אז יעדע דארף אמאל גיין פון די וועלט, אבער עס קען זיין ביי די הונדרט, אדער גאר הונדרט און צוואנציג, בכלל אפי׳ די רבי איז שוין געווען א בן תשעים איז נאך אלס דא צער פון די עצם פטירה, דברים פשוטים

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:37 pm#427561
חוקר ודורש האט געשריבן:

פיין. איך וואלט געזאגט:

ווער סקען זאל שרייבן א ביאגראפיע פון זיין לעבן, וויאזוי ער האט זיך איבער געגעבן פאר אנדערע אידן׳ס וועגן. די מעשיות פון רומעניע און פון די תפיסה, די ליסטע פון די הערליכע ניגונים וואס די רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן. וכו׳ און נישט קיין זינלאזע וויינערייען אויף דער ערד...
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:42 pm#427562
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
שבת אחים האט געשריבן:

יא יא איך האב אנגערירט די עיקר נקודות פונעם צדיק,
נישט קיין ״זינלאזע וויינערייען״ נאר ארויסגעברענגט די אבידה, און יעצט געב איך איבער דעם ברעטל פאר דיר שבת אחים

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:47 pm#427563
איך? איך קען דאך נישט אזוי גוט די היסטאריע פון סקולען. איך קען נאר מיין היסטאריע מיט אים. און דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט אויף די יעצטיגע מינוט.
דינסטאג אפריל 02, 2019 12:10 am#427564
מ’גייט אפשפארן אלע גאסן פון 52 ביז 61. און פון 12 עווניא ביז 16טע עווניא? Wow! שטארק איבערגעטריבן דאכצעך...
דינסטאג אפריל 02, 2019 2:02 am#427567
טאמבל סאס האט געשריבן:.

ליהוי ידיעה. דאס האב איך נישט אויסגעליידיגט - דאס האט מען מיר געמעקט. וכן אויף די תגובות נאכדעם. פארוואס זאג איך אייך ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.
דינסטאג אפריל 02, 2019 7:03 am#427577
ימים ידברו האט געשריבן:טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר

א זעלטנהייט, דער פארהויטיגטער מוח, ימים, מאכט איין, אין סאמע מיטן מאכן...
דינסטאג אפריל 02, 2019 7:13 am#427579
קען איינער מיר געבן צו פארשטיין פארוואס קול מבשר זאגט: נצחו ערלים את המצוקים''
דינסטאג אפריל 02, 2019 7:18 am#427580
טאמבל סאס האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:.

ליהוי ידיעה. דאס האב איך נישט אויסגעליידיגט - דאס האט מען מיר געמעקט. וכן אויף די תגובות נאכדעם. פארוואס זאג איך אייך ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.

איך בין צופרידען
גיט האט מען געטוהן

עס איז דא א גבול פאר די סטאקמערע רשעות פון אני ואפסי עוד
איך האלט אז מען ברויך עפענען אפשר איז שוין דא אן אשכול פון אלע צדיקים וגאונים וואס סאקמער האט גערוידפט
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:04 pm#427684
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זיין א תלמיד חכם איז טוען פאר 'זיך', דאס האבן מיר גענוג, די זאכן וואס דו רעכענסט אויס איז טוען פאר 'יענעם', אסאך א גרעסערע קונץ.
מאי אהני לן רבנן!! דיר באקאנט די גמ' ??
תלמידי חכמים זענען געמאכט פאר אנדערע נישט פאר זיך, און ס'איז די גרעסטע זאך און ליידער האמיר נישט גענוג דערפון. און נעקסט צו דעם איז טוען פאר יענעם.
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:08 pm#427685
זי"ע ועכי"א
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:11 pm#427686
גאנצל האט געשריבן:זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב (פארשטייט זיך ווען די רבי האט געטון וואס ער דארף כדאי צו האלטן סאטמאר גאנץ האט זיך אנגעהויבן די קראקאדיל אשת פוטיפר טרערן ואין כאן מקום להאריך ווייל דער עולם השקר איז גרויס) און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

און די זעלבע דער סאטמאר רב שליט"א בעל לב אהרן איז פון די זעלטענע צדיקים ומנהיגים אין היינטיגן דור ואין להאריך משום אפם כי עז פון געוויסע דא וואס קומט רויעך מאפם ווען מען רעדט פון דעם צדיק ונפש נקי

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן און מ'קען נאך אסאך מאריך זיין במדריגותיו פון דעם צדיק ער איז נישט געשטאנען אין קיינעםס וועג און קיינער נישט אין זיינס

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה

איך ווייס נישט צו סאיז אזוי גלייך צו שמייכלען ווען מדארף מתאבל זיין על האי צדיק וקדוש. אבער דעי פאר תמימותדיגע ווערטער אויפן תחת אהרן. "זעלטענע צדיקים. צדיק ונפש נקי" האט געקאסט א שיין שמייכעל מילד גערעדט...... קוקט אויס פארדעים האלטן ענק נישט סקולענע רבין פאר א צדיק ווייל ביי ענק האט צדיק א גאר אנדערע דעפינישען....
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:14 pm#427687
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
זאפטיג האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

אמת אז יעדע דארף אמאל גיין פון די וועלט, אבער עס קען זיין ביי די הונדרט, אדער גאר הונדרט און צוואנציג, בכלל אפי׳ די רבי איז שוין געווען א בן תשעים איז נאך אלס דא צער פון די עצם פטירה, דברים פשוטים

Sent from my iPhone using Tapatalk

דער צער איז דא אזי פאר אינזערע אבידה ניטש אויף דעם צדיקס אוועקגיין פון דער וועלט. פאר איםאיז זיכער זייער גיט דארט
עס איז שוין נישט געבליבן היינט א רבי אין גאנץ אמריקה וואס מען קען געבן א קוויטל
אפשר דער נייע סטאר דער ווארדאנע? כקען אים נישט.
ווי נעמט מען היינט א קינד זעהן א צדיק? א טאהשער רבי א סקולען רבי... ווי זעהט מען היינט מסירות נפש כפשוטו
וואס זאל איך ווייזן מיין קינד דער נייע קאר מיט סיירענס און דער גרויסע זילבערנע מנורה?
די געוואלדיגע דרשות קעגן ציונות אינטערסירט שוין ליידער נישט מיין קינדער
דעי דאנט גיב עי האט צי גזירת הגיוס און אויסגראבן קברים
זיי ווילן זעהן אן ערליכן איד דא אין אמריקע און דעטס איט
גאט'ס וועלט איז ב"ה נישט באנקראט!
אויב ווילסטו ווייזן דיינע קינדער עכטע ערליכע אידן, דאן פיר זיי אריין אין די בתי מדרשים זונטאג'ס און אין גויאישע חגאות ווען אסאך ביזנעסער זענען פארמאכט וואו די בעלי בתים און ארבייטערס זיצן און הארעווען.
פון זיי טראגן לייגן תפילין אדער כאפן שריים ביי א בנש"ק'ל גייט זיי גארנישט צוגעבן צו זייער אידישקייט.
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:19 pm#427688
איסר האטלקי האט געשריבן:וויליאמסבורג האט אויך נאכנישט געזען אזא עולם. ביים ברך'ס לויה איז נאר די בית המדרש געווען פול, די גאס ראדני סטריט איז ניטאמאל פול געווען משום איזה סיבה. ווארשיינליך וויל די לויה איז געווען בלויז 4 שעה נאכן הסתלקות.

איך בין דארט געוועהן, ס'איז ממש געוועהן א חוזק. די גוטליב'ס לוי' נאך די שרעקליכע עקסידענט איז געוועהן אסאך א גרעסערע.
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:23 pm#427689
פארטיי חסידות'ער אין אמעריקע האבן א שווערע הארץ אויף סקולען, ווייל עס האט פאקטיש געדינט אלס אן עיר מקלט פאר יעדן וואס איז געבליבן פרום אבער האט נישט ליעב געהאט די סיסטעמייזד חסידות'ער. אזוי ווי די משפיעים אין א"י. זיי האבן נישט געקענט זאגן אז יענער ווערט מאדערן, נישט אז ער גייט זיך גט'ן, גארנישט. האבען זיי געקריצט מיט די ציין, און אפאר נישט-פראפאגאנדיסטער, זאגאר אנטי-פראפאגאנדיסטער, רעדן און גלויבן אין 'נפש נקי וצדיק' מיט די עבוה"ק פון האלטן סאטמאר גאנץ (עס זאל נישט ווערן א ניקב קרום המוח) מיט סדר מאכען מיט זעלבסט פאבריצירטע קעגנערס. די סקווערע האבן אויך די פראבלעם, נאר אונזער שטיבל איז נישט געבענטשט מיט אזויפיל פון זיי.
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:42 pm#427692
אונטער חכם האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער בצלאל בן אורי בן חור למטה טייטלבוים .

זאגסט זייער גוט , אבער וואס האסטו קעגן בצלאל?

קענסט נישט ציוניסטישע היסטאריע?...
דינסטאג אפריל 02, 2019 5:58 pm#427693
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב (פארשטייט זיך ווען די רבי האט געטון וואס ער דארף כדאי צו האלטן סאטמאר גאנץ האט זיך אנגעהויבן די קראקאדיל אשת פוטיפר טרערן ואין כאן מקום להאריך ווייל דער עולם השקר איז גרויס) און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

און די זעלבע דער סאטמאר רב שליט"א בעל לב אהרן איז פון די זעלטענע צדיקים ומנהיגים אין היינטיגן דור ואין להאריך משום אפם כי עז פון געוויסע דא וואס קומט רויעך מאפם ווען מען רעדט פון דעם צדיק ונפש נקי

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן און מ'קען נאך אסאך מאריך זיין במדריגותיו פון דעם צדיק ער איז נישט געשטאנען אין קיינעםס וועג און קיינער נישט אין זיינס

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה

איך ווייס נישט צו סאיז אזוי גלייך צו שמייכלען ווען מדארף מתאבל זיין על האי צדיק וקדוש. אבער דעי פאר תמימותדיגע ווערטער אויפן תחת אהרן. "זעלטענע צדיקים. צדיק ונפש נקי" האט געקאסט א שיין שמייכעל מילד גערעדט...... קוקט אויס פארדעים האלטן ענק נישט סקולענע רבין פאר א צדיק ווייל ביי ענק האט צדיק א גאר אנדערע דעפינישען....

איך פארגין דיר דיין שמייכל..... מיט פארגעניגן.
איך קוק נאר אן דיין צדיקל שוין נאכדעים וואס עטץ האטס מלחמה געהאלטן מיט'ן רבין ז"ל אז קיינער איז נישט ראוי איבערצונעמען דעם פעטער זענט איר געבליבען מיט דעם גרעסטן לאו לייוו נו פרעג איך אייך אויב איר שמייכלט וואס זאלן שוין סאטמארע אידן טון......

אז מ'רעדט פון סקולען איז טאקע כדאי אנצוצייגן אז דער סקולענע רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען פון ב"פ , זיך מטריח געווען בטירחא דגופא קיין קר"י נאר איבער צו שמועסן מיט סאטמאר רב שליט"א בנוגע שיטתו בנוגע כינוס כלל ישראל און סקולענע רבי האט מחשיב געווען דעם סאטמאר רב שליט"א אז ער האלט אן דרכי מרן הדברי יואל זי"ע
דינסטאג אפריל 02, 2019 6:08 pm#427694
גאנצל האט געשריבן:

הער אויף דעיס גייט שוין אריין און ערענסטע הוללת. ער איז געפארן קיין פאלם טרי איבער צו שמועסן זיין שיטה? די ביסט עכט קורצקעפיג אדער מאכסטעך? ער איז געפארן וויינען צו אים ער זאל מיטשטיין מיט כלל ישראל....... און אז די שרייבסט אויף מיין רבין לאו לייף איז נאר א קאמפלימענט נאכדעים וואס אין ענקער דיקשענערי מיינען דעי מינע זאכן פונקט קאפויער...... און מלחמה געהאלטן מיטן רבין די ברך משה זי"ע האבן לפי ידיעתי די פאלם טריע שוואנצאנעם......
דינסטאג אפריל 02, 2019 6:19 pm#427695
פארוואס שלאגט זיך ר׳ משה לייבלער פון וויזניץ מיט די פאליציי?
m https://twitter.com/hasidic_1/status/11 ... 9282851840 m
דינסטאג אפריל 02, 2019 6:54 pm#427696
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
שבת אחים האט געשריבן:פארוואס שלאגט זיך ר׳ משה לייבלער פון וויזניץ מיט די פאליציי?
https://twitter.com/hasidic_1/status/11 ... 9282851840
ווער דען זאל זיך שלאגן מיט זיי?????
דינסטאג אפריל 02, 2019 6:55 pm#427697
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
IMG_2254.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 02, 2019 6:55 pm#427698
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
גאנצל האט געשריבן:אז מ'רעדט פון סקולען איז טאקע כדאי אנצוצייגן אז דער סקולענע רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען פון ב"פ , זיך מטריח געווען בטירחא דגופא קיין קר"י נאר איבער צו שמועסן מיט סאטמאר רב שליט"א בנוגע שיטתו בנוגע כינוס כלל ישראל און סקולענע רבי האט מחשיב געווען דעם סאטמאר רב שליט"א אז ער האלט אן דרכי מרן הדברי יואל זי"ע

דינסטאג אפריל 02, 2019 7:49 pm#427707
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
IMG_2255.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 02, 2019 8:42 pm#427712
:roll:
דינסטאג אפריל 02, 2019 8:53 pm#427713
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב (פארשטייט זיך ווען די רבי האט געטון וואס ער דארף כדאי צו האלטן סאטמאר גאנץ האט זיך אנגעהויבן די קראקאדיל אשת פוטיפר טרערן ואין כאן מקום להאריך ווייל דער עולם השקר איז גרויס) און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

און די זעלבע דער סאטמאר רב שליט"א בעל לב אהרן איז פון די זעלטענע צדיקים ומנהיגים אין היינטיגן דור ואין להאריך משום אפם כי עז פון געוויסע דא וואס קומט רויעך מאפם ווען מען רעדט פון דעם צדיק ונפש נקי

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן און מ'קען נאך אסאך מאריך זיין במדריגותיו פון דעם צדיק ער איז נישט געשטאנען אין קיינעםס וועג און קיינער נישט אין זיינס

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה

איך ווייס נישט צו סאיז אזוי גלייך צו שמייכלען ווען מדארף מתאבל זיין על האי צדיק וקדוש. אבער דעי פאר תמימותדיגע ווערטער אויפן תחת אהרן. "זעלטענע צדיקים. צדיק ונפש נקי" האט געקאסט א שיין שמייכעל מילד גערעדט...... קוקט אויס פארדעים האלטן ענק נישט סקולענע רבין פאר א צדיק ווייל ביי ענק האט צדיק א גאר אנדערע דעפינישען....

איך פארגין דיר דיין שמייכל..... מיט פארגעניגן.
איך קוק נאר אן דיין צדיקל שוין נאכדעים וואס עטץ האטס מלחמה געהאלטן מיט'ן רבין ז"ל אז קיינער איז נישט ראוי איבערצונעמען דעם פעטער זענט איר געבליבען מיט דעם גרעסטן לאו לייוו נו פרעג איך אייך אויב איר שמייכלט וואס זאלן שוין סאטמארע אידן טון......

אז מ'רעדט פון סקולען איז טאקע כדאי אנצוצייגן אז דער סקולענע רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען פון ב"פ , זיך מטריח געווען בטירחא דגופא קיין קר"י נאר איבער צו שמועסן מיט סאטמאר רב שליט"א בנוגע שיטתו בנוגע כינוס כלל ישראל און סקולענע רבי האט מחשיב געווען דעם סאטמאר רב שליט"א אז ער האלט אן דרכי מרן הדברי יואל זי"ע

הער אויף דעיס גייט שוין אריין און ערענסטע הוללת. ער איז געפארן קיין פאלם טרי איבער צו שמועסן זיין שיטה? די ביסט עכט קורצקעפיג אדער מאכסטעך? ער איז געפארן וויינען צו אים ער זאל מיטשטיין מיט כלל ישראל....... און אז די שרייבסט אויף מיין רבין לאו לייף איז נאר א קאמפלימענט נאכדעים וואס אין ענקער דיקשענערי מיינען דעי מינע זאכן פונקט קאפויער...... און מלחמה געהאלטן מיטן רבין די ברך משה זי"ע האבן לפי ידיעתי די פאלם טריע שוואנצאנעם......

זאגסט ער איז געקומען וויינען צו אים ..... אויך גוט

אבער לפי ידיעתי איז נישט געווען קיין שום געוויין נאר... סקולענע רבי זצ"ל מיט יבדל לחיים ווינע רב מיט ר' מלכיאל קוטלער האט זיער געבאדערט אז די סאטמארע קהלה קומט נישט צום כינוס ובפרט סאטמאר רב וואס פירט שוין א מערכה מיט די אינטערנעט זינט די קאמפיוטער עפאכע אין תשנח איז שוין דא דרשות פון אים האבן זיי געוואלט הערן חות דעת קדשו פ"וו ער איז זיך נישט משתתף
סאטמאר רב האט זייער שיין מסביר געווען פאר די דערהויבענע דעלעגאציע אין שפיץ פון סקולענע רבי זצ"ל, אז די פעטער זצ"ל וואלט זיך אין אזא פלאץ נישט משתתף געווען משום כמה טעמים איבערהויפט וועגן די ענגלישע דרשות און נאך וואס סקולענע רבי זצ"ל האט מיט זיין שטענדיגן הייליגן שמייכל מסכים געווען אז אי הכי איז די רבי גערעכט אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט
ווינע רב האט פראבירט צו זאגן אז הוראת שעה און אין אזא פאל וואלט אפשר דער דברי יואל זיך יא משתתף געווען אבער למעשה האט סאטמאר רב אנגעוויזן פאר ווינע רב אז ער איז זיך טועה בדא ווינע רב איז געבליבען מיט א טענה בלבו זינט דאן אויף סאטמאר רב שליט"א וואס פאפא רב שליט"א האט שוין אויף דעם געזאגט א גוט ווארט אין א אנדערע פאל אה איר רעדט פון הכרת הטוב איך האב געמיינט דאס איז שם שמים זאכן וואס יעדער האט שיטתו איבער דעם סקולענע רבי האט אבער יא פארשטאנען דעם סאטמאר רב און די הערצה פון סקולענע רבי צום סאטמאר רב איז טאקע געווען להפליא ווי מ'זעיט אויפ'ן בילד אין פאלם ספרינגס די אהבה צוויישן זיי צוויי

עכ"פ אזוי צו אזוי איז דאס א שיינע זאך צו פארציילן אין אזא היינטיגע טאג
דינסטאג אפריל 02, 2019 9:00 pm#427714
גאנצל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
איבער דעם סקולענע רבי האט אבער יא פארשטאנען דעם סאטמאר רב און די הערצה פון סקולענע רבי צום סאטמאר רב איז טאקע געווען להפליא ווי מ'זעיט אויפ'ן בילד אין פאלם ספרינגס די אהבה צוויישן זיי צוויי

איך האב בילדער ווי סקולענע רבי טאנצט אויף מיין חתונה האסט געדארפט זעהן די הערצה וואס ער האט געהאט צו מיר...

:lol: :lol: :lol:

פוסטע פראפעגאנדע! מ'זעהט גארנישט אויף קיין שום בילד!
דינסטאג אפריל 02, 2019 9:21 pm#427715
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
דאס פארדריין היסטאריא איז געוואלדיג. מ׳איז געגאנגען הערן זיין מיינונג!!! מ׳האט יעדעם געוואלט, אפילו סאטמאר. און וויבאלד סאטמארער פקחים פאלגען דער מטה אהרן, איז מען געגאנגען איהם משכנע זיין. און אז ער זאגט ניין, וואס זאל סקולענער רבי טון? איהם שלאגען מיט זיין שטעקן? (דער חפץ חיים האט געזאגט ׳שלאג זיך נישט מיט יענעם, נאר טאמער דו ביסט שטערקער און יענער איז פרומער׳)

בקיצור, קיינער קימערט זיך נישט מיט די מיינונג פון די אלע אדמו"רי סאטמאר למיניהם. זאלען זיי אלע טרעפן ארבעט אין גיכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 02, 2019 10:10 pm#427718
קאך_לעפל האט געשריבן:
אין בארא פארק האט געוואוינט א שטילע אידל וואס האט געשטאמט פונעם זעלבער גובערניע פון ניר-טאהש אין אונגארן. דער איד האט נאך גאר גוט געדעקט דעם רבי אלימלך פון טאהש ז''ל, דער זיידע פונעם פריערדיגער טאהשער רבין ז''ל. עטליכע יאר צוריק ווען דער איד איז צום באדויערן נפטר געווארן, האבן די הויכראנגיגע טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן אפגעאטעמט מיט א קענטליכער פארלייכטערונג... נעמליך, די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אומאויפהערליך געארבייט אויפצובויען א בילד ווי דער רבי אלימלך טאהשער ז''ל איז געווען א געטליכער שרף, א סבא קדישא, א שר בית הזוהר, אד''ג. ווען אין די ווירקליכקייט איז ער בלויז געווען א פיינער אונגאריש אידל באקליידעט מיט א טינקעלער דריי פערטעל רעקל, וואס פלעגט צו גיין שנארן פאר אידנסוועגן און פאר זיך. בלויז פורים האט ער געהאט עטוואס מער ווי מזומן ביי זיין טיש. דער אידל וואס האט דאס נאך גוט געדענקט און ער פלעגט דאס נאכאנאנד פארציילן פאר די יונגערע גענעראציעס. די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אים דערפאר געוואלט פארציקן, ווייל די ווירקליכע געשיכטעס פון דעם איד איז געווען אין אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט זייער פארפירשע פראפאגאנדע.

די גמרא זאגט אין ראש השנה: שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו. יעדען שטיק צייט ווערט כלל ישראל באשאנקן מיט א פרישער שריפת בית אלוקינו, די פארפירשע פראפאגאנדע מאשין ארבייט אומערמידלעך צו פארטושן די מוחות פון די מענטשהייט. געלט גייציגע פארשוינען אונטערגעשלאגן מיט אייגענע דורכגעפוילטע אינטערסן, באנוצן זיך מיט פארפירשע פראפאגאנדע צו פארוואנדלן געוויסע ערליכע אידן פאר אפגעטער. און אויב עמיצער טראכט ראציאנאל און קומט צו זיינע אייגענע אויספירן, צו די מיתת צדיקים איז טאקע כשריפת בית אלוקינו צו נישט, ווערט ער באלד פארשריגן דורך די אלעס-גלייביגער געמיינדע אלס א געמיינער צדיקים אפלאכער. די גרעסטע צדיקים אפלאכער זענען באשיינפערליך בלויז די פראפאגאנדע מיניסטארן וועלכע טרייבן קאטאוועס פון די מענטשהייט.

די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן באגענוגן זיך נישט בלויז מיט א כשריפת בית אלוקינו פראקאלאמאציע, נאר זיי גייען נאך א שטאפל ווייטער. זיי דרייען אן א ביטול מלאכה און א גראנדיעזער גרידלאק אין גאנץ בארא פארק. זיי גרייטן זיך צו פארקריפלן א גאנצע שטאט און פאראורזאכן קאפוויי און ביטול תורה פאר שווערע טויזענטער אומשולדיגע מענטשן צוליב זייער זעלבסט-דעקלערטער שריפת בית אלוקינו. פאר די הייפעלע סקולענע חסידים איז היינט גאר א טראגישער טאג, זיי האבן פארלוירן זייער קרוין פון קאפ, און כלל ישראל פילט מיט מיט זייער אונסטערלישער ווייטאג. אבער גיוואלד און געשריגן וואס וויל מען פון אונזער לעבן האבן, מיר זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער די סקולענע פראפאגאנדע מאשין, ביי אונז איז דער הסתלקות פונעם סקולענער צדיק ז''ל הכ''מ נישט מער ווי א פארלוסט פון נאך א ערליכער איד אין ברוקלין, מיר זעען נישט קיין שום שריפת בית אלוקינו היינט מער ווי א צווייטער טאג, און מיך נויטיגן זיך אינגאנצן נישט אין קיין ביטול מלאכה און קיין אומגעבעטענע גרידלאק, וואס ווילן די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן פון די אומשולדיגע איינוואוינער פון בארא פארק?

איך האב נישט קיין השגה וואס דיך דריקט דא. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, ממה נפשך, האלסטו פון די חסידישע רביים, וואס האט ר' אלימלך מטאש געזינדיגט? האלסטו נישט פון קיין רבי'ס דאן קאפאט מיט אלע רביס, אינקלאדינג הייטב לב, בעל דברי יואל, און בעל לב אהרן מברך משה.

גראדע האב איך יא געהערט פונעם אלטן רבין פון טאהש-הונגריה צו זיין א תלמיד חכם מופלג, א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס אפאר מאל א יאר, און האט עוסק געווען בתורה זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען א שטילער איד, רבי אלימלך מטאאש איז כמעט נישט געפארען אויף קיין שבתים צו אנדערע שטעט צו זאמלען געלט אדער פראווענען. ער האט נישט געזיכט ס'זאל וואקסן דער עולם, ראשית ווייל ער איז געווען זייער א בעלת בית'שער רבי, וואס האט זיער מקפיד געווען אויף זיין פונקטליכע סדר היום, ער האט זיך געלייגט פריה, אויפגעשטאנען חצות און געלערנט א גאנצע נאכט. ארום פארענדיג, אדער אז ס'קומט א גרויסער עולם, וועט ער געשטערט ווערן פון זיין סדר היום, האט ער דאס נישט געוואלט.

דער טאאשער רבי מהר"א זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע, און איז געווען ווייט באוויסט בימיו פון די גרויסע חסידי'שע רבי'ס אלץ א גרויסער פועל ישועות, און האט באוויזן אומצאליגע מופתים, אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

אבער נאכן לערנען אז ATUB @קאך_לעפל ATUB איז אנארוני, איז אלעס קלאר און דייטלעך.
דינסטאג אפריל 02, 2019 10:36 pm#427721
ביבער האט געשריבן:I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire

נישט וואולטער. מאך א גוגל חיפוש פארן זיך אונטערשרייבן מיט א מאמר.
מיטוואך אפריל 03, 2019 6:37 am#427735
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארטיי חסידות׳ער אין אמעריקא האבען א שווערער הארץ אויף סקולען, ווייל עס האט פאקטיש געדינט אלס אן עיר מקלט פאר יעדער וואס איז געבליבען פרום אבער האט נישט ליעב געהאט די סיסטעמייזד חסידות׳ער. אזוי ווי די משפיעים אין א"י. זיי האבען נישט געקענט זאגען אז יענער ווערט מאדערן, נישט אז ער גייט זיך גט׳ן, גארנישט. האבען זיי געקריצט מיט די צען, און אפאר נישט-פראפאגאנדיסטער, זאגאר אנטי-פראפאגאנדיסטער, רעדען און גלויבען אין ׳נפש נקי וצדיק׳ מיט די עבוה"ק פון האלטען סאטמאר גאנץ (עס זאל נישט ווערן א ניקב קרום המוח) מיט סדר מאכען מיט זעלבסט פאבריצירטע קעגענערס. די סקווערער האבען אויך די פראבלעם, נאר אונזער שטיבל איז נישט געבענטשט מיט אזויפיל פון זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארקריכסט אביסל. סאטמאר האט אלץ געגליכן סקולען, טאהש, וכו'. לגבי סקווירא ביסטו אפשר גערעכט. דאס איז אן אנגעווייטאגטע כינוס כלל ישראל מערכה ותו לא מידי.
מיטוואך אפריל 03, 2019 8:18 am#427738
דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין
בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט
מיטוואך אפריל 03, 2019 8:19 am#427739
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
גאנצל האט געשריבן:דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט
מיטוואך אפריל 03, 2019 8:48 am#427740
הגיון האט געשריבן:איך האב נישט קיין השגה וואס דיך דריקט דא. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, ממה נפשך, האלסטו פון די חסידישע רביים, וואס האט ר' אלימלך מטאש געזינדיגט? האלסטו נישט פון קיין רבי'ס דאן קאפאט מיט אלע רביס, אינקלאדינג הייטב לב, בעל דברי יואל, און בעל לב אהרן מברך משה.

גראדע האב איך יא געהערט פונעם אלטן רבין פון טאהש-הונגריה צו זיין א תלמיד חכם מופלג, א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס אפאר מאל א יאר, און האט עוסק געווען בתורה זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען א שטילער איד, רבי אלימלך מטאאש איז כמעט נישט געפארען אויף קיין שבתים צו אנדערע שטעט צו זאמלען געלט אדער פראווענען. ער האט נישט געזיכט ס'זאל וואקסן דער עולם, ראשית ווייל ער איז געווען זייער א בעלת בית'שער רבי, וואס האט זיער מקפיד געווען אויף זיין פונקטליכע סדר היום, ער האט זיך געלייגט פריה, אויפגעשטאנען חצות און געלערנט א גאנצע נאכט. ארום פארענדיג, אדער אז ס'קומט א גרויסער עולם, וועט ער געשטערט ווערן פון זיין סדר היום, האט ער דאס נישט געוואלט.

דער טאאשער רבי מהר"א זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע, און איז געווען ווייט באוויסט בימיו פון די גרויסע חסידי'שע רבי'ס אלץ א גרויסער פועל ישועות, און האט באוויזן אומצאליגע מופתים, אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

אבער נאכן לערנען אז @קאך_לעפל איז אנארוני, איז אלעס קלאר און דייטלעך.

הערסטע, די ביעס וואס גיסט זיך דא איז מבהיל הרעיון. אפילו פאר עמיצער וואס האט נישט געהערט פון אים איז קענטיג אז דיינע ווערטער זענען utter horse excrement. ת"ח 'מופלג' און מסיים געווען ש"ס אפאר יאהר. זאג, וואס האסטע איבערגעלאזט פארן ראגעטשאווער אז ס'גיסן זיך ביי דיר אזוי מפלגות?
מיטוואך אפריל 03, 2019 9:10 am#427742
אין די חסידישע וועלט איז פארהאן בלויז דריי הייליגע צדיקים וועלכע האבן זיך דערארבן דעם טיטול שרף. דער הייליגער רבי אורי פון סטרעליסק זי''ע, דער הייליגער רבי מענדל פון קאצק זי''ע, און דער הייליגער רבי חיים מאיר יחיאל פון מאגלניצא זי''ע. ווארשיינליך צוליב זייער אויסטערלישע הייליגע פייערדיגער קאך צום הייליגן באשעפער. און ס'זאל נישט קומען קייינער און דעקלערן אז רבי אלימלך טאהשער ז''ל, אפגעזען פון זיין צדקות און ערליכקייט גייט אריין אין די קאטאגאריע פון א שרף. דאס דעקלערן רבי אלימלך טאהשער ז''ל אלס א שרף, איז א שאנדע פאר די אויבענדערמאנטע הייליגע צדיקים, און ס'איז בלויז טאהשע פארפירישע הוילע פראפאגאנדע.

דאס זעלביגע איז מיטן סקולענער צדיק. קיינער צווייפלט נישט חלילה אין זיין אהבת ישראל, אדער אין זיין אויסטערלישע עבדות השם, וואס איז ווירקליך געווען א זעלטנהייט אינעם היינטיגן דור. אבער ביטול מלאכה? זעמער אונז טאקע אין גאנצן פון זינען אראפ? איז ער דען געווען א עובדיה יוסף? אדער א מנחת יצחק? וואס האט דען דער דור גענאסן פון אים? וואס האט ער באשטייערט פארן כלל ישראל אויסער חסד לאברהם? מ'מאכט פון אונז ליצי ליצנות... און אויב עמיצער זאגט א ווארט עפענט זיך דער גאנצער גיהינום אויף אונטער זיינע פוס. און יא און וועמען אטאקירט מען? איר האט גוט צוגעטראפן, דעם הייליגן בעל לב אהרן, אדער ווי די אנגעבליכע צדיקים-פארטיידיגער פון דא אינעם שטיבל רופן אים מיט שטאלץ דער בעל תחת אהרן... זענען מיר ווירקליך אין גאנצן פארוקט אויפן קאפ? מ'טאר שוין גאר נישט צווייפלן אין די שטירן אפפאל פון די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטעריום? וואו איז אונזער רעכט צו טראכטען ראציאנאל?

א פרישע אויסברויך פונעם סאטמאר-האסער רבי ארי נוהם זאל זיין געזונט איז ערווארטעט מיט שעצונג...