מיטוואך אפריל 03, 2019 9:18 am#427743
גאנצל האט געשריבן:דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין
בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט
איך ווייס נישט פון וועלכע מסורה דו רעדסט, אבער רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך משתתף גענוג ביי גענוג כינוסים וואס מען האט גערעדט ענגליש אינאיינעם מיט די ליטווישע וועלט. איינמאל איז עס געווען ווען הגר"מ פיינשטיין האט עס געפירט, צו ראטעווען יהדות אייראפע. דער רבי האט מבטל געווען זיין דעת און שיטות פאר די גדולי הדור. אבער אז דיין רבי האלט זיך פארן גדול הדור שאין גדול כמותו, וואס פארשטייט בעסער פון יעדעם וויאזוי צו צעמישן רבבות מישראל מיט שיטות און סברות וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל, איז פארוואס זאל ער זיך לאזן פונעם רומענישער קארופטירטער ארעסטאנט וואס איז א גר אן מסורת אבות, אשרינו מה טוב חלקינו....
קאך לעפל'ס לעצטע תגובה ברענג בעסער ארויס די סיבה פארוואס מהר"א האט זיך נישט צוגעשטעלט, גארנישט מיט מסורה, נאר איך וועל אים נישט מאכן פאר גדול הדור...





















