Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 183 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13065
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:45 am#428689
berlbalaguleh האט געשריבן:לפענ"ד איז הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א איינער פון די (ווייניג) דיינים וואס רעדן און פארשטייען דעם היינטיגן דור. און האבן נישט קיין אגענדא מיט פארטיי אנגעהעריגקייטן (ווי סאטמאר, וויזשניץ וכדו'). ער רעדט גראד צו די זאך און ער באלאנסירט אלע זיינע מאמרים מיט מענטשליכקייט אין די ראמען פון די הלכה...!

ב"ה ר' בערל איז אויף מיין זייט
מיטוואך אפריל 17, 2019 5:52 pm#428725
איך זעה עפעס אויף זיין נאז א געוויסע הנאה פון זיין אנדערש
DONT LIKE THIS
מיטוואך אפריל 17, 2019 9:31 pm#428735
זאפטיג האט געשריבן:איך זעה עפעס אויף זיין נאז א געוויסע הנאה פון זיין אנדערש
DONT LIKE THIS

@זאפטיג איך בין נאך קיינמאל געווען לייוו ביי זיין שיעורים האב איך נישט געקענט קוקן אויף זיין נאז בשעת'ן פאר לערנען צי זעהן וואסערע הנאה ער האט, אויף תורה-עני-טיים זעהט מען נישט אזוי קלאר, פין זיינע רעדן זעהט מען עס נישט, איך ווייס נישט וויפיל שיעורים די האסט געהערט פין אים, איך האב מורא אז אויף דיין נאז קען מען זעהן עפעס אן הנאה פין כשר'ן אונזער קרומע אידישקייט סיסטעם.
מיטוואך אפריל 17, 2019 10:14 pm#428738
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:אין וועלכע ביהמ"ד לערנט ער פאר די שיעורים?

אויף טוויטטער...!

סתם שטותים געפלאפעלט. ער איז א שונא מובהק פאר סאושעל מידיע.

די גאנצע וואס ער פארמאגט אליינס איז א סעלפאן וואס איז אייביג אויף סיילענט, וואס ער נוצט נאר אויף ארויסצורופן בעת הדחק, און א אימעיל קאנטע וואס מען קען אנפרעגן שאלות (אבער נאר טייפן אין אידיש אדער לשון קודש, אדער ריקארדן און שיקן אין audio, אבער נישט ענגליש, ער איז דאך א וויזניצע...) און עס קען נעמען אפאר טעג ביז ער עפענט עס..

ער האט א נאכשלעפער וואס קומט צו אלע שיעורים, און ער ריקארד עס, און שיקט אויף וואסאפפ, טעלעגראם און Torahanytime.com.

ביי מיר האט ער גענטפערט יענע טאג!
מיטוואך אפריל 17, 2019 10:52 pm#428740
אמת, מאכט זיך. אבער ער איז זיך אינגאנצן נישט משעבד דערצו
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:07 pm#428741
א גיטע קאנדידאט פארן וועקער
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 6:28 am#428749
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
וואס איז זיין אימעיל אדדרעס?
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 8:54 am#428751
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 7:44 pm#440569
כ'הער זאגן אז ס'קומט א חרם.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:29 pm#440580
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
זאפטיג האט געשריבן:https://pricelessknowledge.com/contact-us/

Blocked by משומר
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:01 pm#440593
.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 3:52 pm#440847
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
לגבי פאריגע קרבתנו האט ער זיך אפגעזאגט ווייל ער נישט געוואלט מען זאל ארויס קומן קעגן זיי

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 3:53 pm#440849
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
אויכט ער האט שוין נישט קיין סעלפאון בכלל
ער האט זייער פיינט היינטיגע טעכנילאגיע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:41 pm#441984
איך גיב א קליק אויף מיין גוגל בראזער יעצט, און איך דריק אויף מיין בוקמארק הרב ר שמואל ניימאן'ס שיעורים, און איך גיב א קרעכטץ, אוי תורה תורה, נעם דיך שוין אן פאר די כבוד! ווי איז די שיינע בעגראנד פון די פערנוטשער מיט די אלטע אויסגענוצטע ספרים?? אלעס פארוואס? ווייל ער וויל זיך נישט צושטעלן צו די פארקרימטע סאסייעטי?

אגב דא קען מען הערן זיין געזעגנס דרשה פאר וויזניץ, וואס ער האט נעכטען געזאגט, די יסוד פון די היינטיגע חסידות'ן
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:34 pm#441988
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=13065
איינער וויסט ווי מקען באקומען זיינע שיעורים אויף הלכות נדה?
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:01 pm#441996
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער וויסט ווי מקען באקומען זיינע שיעורים אויף הלכות נדה?

1) אויף די טעלעגראם טשענעל פון אלע זיינע הלכה שיעורים. m https://t.me/dailychimushshiur/662 m

2) torahanytime.com

3) אויפן וועב זייטל פון אלע זיינע שיעורים priceless knowledge
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:52 pm#442005
ווי געברענגט אין די אנדערע אשכול, נאך קרוב צו דרייסיג יאר וואס רבי שמואל ניימאן האט פארגעלערנט שיעורי תורה ברבים, בגמרא, הלכה ותנ"ך אין ביהמ"ד וויזניץ אויף דר. פרענק, וועט ער פארלאזן די פלאץ צוליב פרעשור פון וויזניץ. (י"א דירעקט פון ר"י מוויזניץ מאנסי, איך קען עס נישט וועריפייען). אנשי ותלמידי רבי שמואל האבן געפענט א נייע ביהמ"ד פאר אים צו קענען ווייטער געבן זיינע שיעורים מיט הרחבת הדעת.

די נייע צייטווייליגע מקום איז Six Yale Dr. Monsey NY (איין גאס אוועק פון דר. פרענק, ווי די וויזניצע ביהמ"ד ווי ער האט פארגעלערנט ביז היינט געפינט זיך).

די נייע ביהמ"ד האט מען א נאמען געגעבן "אבני החושן" נאך די ערשטע ספר וואס רבי שמואל האט פארפאסט אלס אינגערמאן, אויף די ספר קצות החושן. (אבני החושן ר"ת שמואל בן אברהם ניסן ניימאן, די איבריגע אותיות געדענק איך נישט...).

היינט דאנערשטאג, כ"ו טבת תש"פ איז פארגעקומען די ערשטע שיעורים און תפילות אין די נייע ביהמ"ד, מיט די השתתפות פון בערך 30 אינגעלייט וואס זענען מיטגעקומען מיט אים פון די אלטע ביהמ"ד.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:52 pm#442007
די זמנים פאר די שיעורי תורה ותפילות
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:56 pm#442008
א בילד פון די Cookies וואס זענען געברענגט געווארן דורך איינע פון די מתפללים, ביי די נ"ך שיעור פאר מעריב...
פרייטאג יאנואר 24, 2020 10:48 am#442026
איז דאס א רעספאנס אויף דער קול קורא, אדער עס איז שוין לאנג געפלאנט?
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 11:20 pm#442057
*Dear Members, Brothers, Friends and Followers,*

We are preparing to launch a grand campaign to build / buy a shul for our beloved Dayan & Magid Shiur R’ Shmiel Neiman!

We need the כלל'ס support to continue to spread the *beauty of תורה* around the world!

*The chizuk of the campaign is very much dependant on its MEGA success!*

*We're currently looking for people to host campaign pages.*

*If you’d like to have the privilege to host a page for the campaign, please email e ourrabbicampaign@gmail.com e *

More details of the campaign will be forthcoming in the next few days iy”h.

*Best Regards!*
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 11:23 pm#442058
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
איינער מיט די נאמבער פון הרב שמואל ניימאן?

Sent from my Lenovo TB-7104F using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 11:24 pm#442060
ווי געשמועסט האט ער נישט קיין סעל
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 11:27 pm#442061
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
נו א היים נאמבער ערגעץ ווי מען קען איהם אופן איך האב געטרייט צו שיקן א שאלה אויף אימייל אבער איך האב נישט באקומען קיין ריספאנס!

Sent from my Lenovo TB-7104F using Tapatalk
זונטאג יאנואר 26, 2020 3:30 am#442081
דעברעצינער האט געשריבן:איינער מיט די נאמבער פון הרב שמואל ניימאן?

Sent from my Lenovo TB-7104F using Tapatalk

אפיס נאמבער
8453711068
זונטאג יאנואר 26, 2020 6:12 am#442083
ווייל אזוי האט געשריבן:
דעברעצינער האט געשריבן:איינער מיט די נאמבער פון הרב שמואל ניימאן?

Sent from my Lenovo TB-7104F using Tapatalk

אפיס נאמבער
8453711068

ייש''כ
דינסטאג יאנואר 28, 2020 3:59 pm#442189
Exciting News!!!

The campaign will be running on Wednesday & Thursday. Whoever would like to participate with hosting a page, please email e ourrabbicampaign@gmail.com e
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:18 pm#442296
יעצט געווען די קביעת מזוזה ביים צייטווייליגן ביהמ"ד אויף יעיל דרייוו, בראשות אבי המרא דאתרא, הגאון ר' אברהם ניסן ניימאן שליט"א.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 5:07 am#442320
יין שרף האט געשריבן:יעצט געווען די קביעת מזוזה ביים צייטווייליגן ביהמ"ד אויף יעיל דרייוו, בראשות אבי המרא דאתרא, הגאון ר' אברהם ניסן ניימאן שליט"א.

אויף די לינקע זייט זיצט זיין ברודער ר׳ ישראל ער איז זיין צווילינג-ברודער דאכצעך.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 11:01 am#442327
שבת אחים האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:יעצט געווען די קביעת מזוזה ביים צייטווייליגן ביהמ"ד אויף יעיל דרייוו, בראשות אבי המרא דאתרא, הגאון ר' אברהם ניסן ניימאן שליט"א.

אויף די לינקע זייט זיצט זיין ברודער ר׳ ישראל ער איז זיין צווילינג-ברודער דאכצעך.

דאכט זיך ער איז היינטיגע צייטן די אפיציעל אוישליסליכע מוהל אין וויזניץ מאנסי (און אויך א bookkeeper פאר די ווילידש פון כתר, און אויך א pilot..)
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:26 pm#442333

ער איז א אינטערסאנטע מענטש דער ר׳ ישראל ניימאן
דרייסיג יאהר צוריק איז ער געוועהן משגיח אין די ישיבה אין גיבערס, ער איז שוין דעמאלטס געוועהן א pilot.

א משגיח מיט א pilot צוזאמען. שוין געהערט אמאל אזא זאך?

לעבעדיג :lol:
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:33 pm#442335
ער איז זייער א וואוילער.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 6:49 pm#442349
מ'האט שוין געהערט אזאנס, סטאלינע רבי און די קעניג פון נעדערלאנד זענען אויך פיילאטס.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 7:56 pm#442350
שבת אחים האט געשריבן:ער איז אן אינטערסאנטער מענטש, דער ר' ישראל ניימאן.

דרייסיג יאהר צוריק איז ער געוועהן משגיח אין די ישיבה אין גיבערס, ער איז שוין דעמאלטס געוועהן א pilot.

א משגיח מיט א pilot צוזאמען. שוין געהערט אמאל אזא זאך?

לעבעדיג :lol:

It's simple. אדער איז מען א וואוילע בחור, אויב נישט "פליעט" מען פון ישיבה...
מאנטאג יולי 06, 2020 1:11 pm#453827
מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר
מאנטאג יולי 06, 2020 1:17 pm#453828
calculator האט געשריבן: א קליינע חתם סופר

:lol: :D :lol: :D :lol: :D :P :P :P :twisted:
מאנטאג יולי 06, 2020 1:21 pm#453829
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
calculator האט געשריבן: א קליינע חתם סופר

:lol: :D :lol: :D :lol: :D :P :P :P :twisted:

האסט אויסגעהערט אדער סתם אזוי?

אגב די חתם סופר האט זיך געהאלטן פאר א קליינע רמב"ן כידוע וועגן דעם האט ער זיך אינטערגעשריבן משה הק' סופר
מאנטאג יולי 06, 2020 1:58 pm#453836
calculator האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
calculator האט געשריבן: א קליינע חתם סופר

:lol: :D :lol: :D :lol: :D :P :P :P :twisted:

האסט אויסגעהערט אדער סתם אזוי?

אגב די חתם סופר האט זיך געהאלטן פאר א קליינע רמב"ן כידוע וועגן דעם האט ער זיך אינטערגעשריבן משה הק' סופר

די אופן פון חתמנ'ן די נאמען און דערנאך הק' איז געווען אן עקסעפטעד נארמ אין אויבערלאנד. ס'איז לכאורה גארנישט מרמז.
מאנטאג יולי 06, 2020 2:58 pm#453840
וואלווי האט געשריבן:

כן אמר מהרי"ץ דשינסקי בשם הגה"ק ר' זעקל פאלק תלמיד ממרן זי"ע

דערנאך הק' אדער פאר? ווער נאך?
מאנטאג יולי 06, 2020 4:33 pm#453848
calculator האט געשריבן:כן אמר מהרי"ץ דשינסקי בשם הגה"ק ר' זעקל פאלק תלמיד ממרן זי"ע

דערנאך הק' אדער פאר? ווער נאך?

דערנאך.

די חת"ס פלעג חתמ'נען עפעס אזוי: משה"ק סופר מפפד"מ.

בעצם איז דאס די נוסח החתימה, למשל, אברהם הק' קליין, אנשטאטס הק' אברהם קליין. נאר דארט ווי די נאמען ענדיגט זיך מיט א ה', אזוי ווי משה וכדו' איז געווען חותמים וואס האבן גענוצט די אות ה' לכאן ולכאן, און עס מבליע געווען און ס'איז געווארן משה"ק.

וואס מהרי"ץ האט נאך געזאגט בשם הגאון ר' זעקל איז אודאי אמת. נאר דאס איז נישט דער עיקר טעם, ווייל ס'איז געווען מצוי אפי' ביי די המון עם במדינות אלו אזוי צו חתמ'נען. און דער המון זענען אודאי נישט געווען קיין קליינע אברהם אבינו'ס אדער יוסף הצדיק'ס...
מאנטאג יולי 06, 2020 5:20 pm#453856
calculator האט געשריבן:מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר

וואוו קען מען עס הערן
מאנטאג יולי 06, 2020 5:30 pm#453858
כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין (ס:) אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.
מאנטאג יולי 06, 2020 8:13 pm#453872
כרם זית האט געשריבן:כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.

ער האט זיך גענומען די כבוד פאר זיך און מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט?
מאנטאג יולי 06, 2020 8:42 pm#453874
וואלווי האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.

ער האט זיך גענומען די כבוד פאר זיך און מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט?

וואס איז איז אנדערש ווי יעדע רב וועלכע האט זיך אונטערגעשרריבן הקטן? איך האב נאר געברענגט א מקור צו שרייבן הקטן נאכן נאמען (משה הקטן), ווי פארן נאמען (הקטן משה).
מאנטאג יולי 06, 2020 8:46 pm#453876
למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער
מאנטאג יולי 06, 2020 8:51 pm#453877
פיקח עצום האט געשריבן:למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער

אויך אין די מאנסי ''קאמיוניטי קאנעקשונס'', אנגעפירט דורך א וויזניצע חסיד, איז געשטאנען אזאנע טיטלן ביי די שמחות אפטיילונג.
מאנטאג יולי 06, 2020 8:54 pm#453878

אדרבא דאס איז זייער שיין אז אפילו עס איז געווען א קול קורא אפגעזעהן צו מיט רעכט אדער נישט קומען נישט בעלי בתים אוועקנעמן זיינע טיטלען וירבו כמותם בישראל
מאנטאג יולי 06, 2020 10:45 pm#453889
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
דעת האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר

וואוו קען מען עס הערן
@dailychimushshiur
Telegram link

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מאנטאג יולי 06, 2020 11:10 pm#453891
כרם זית האט געשריבן:
פיקח עצום האט געשריבן:למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער

אויך אין די מאנסי ''קאמיוניטי קאנעקשונס'', אנגעפירט דורך א וויזניצע חסיד, איז געשטאנען אזאנע טיטלן ביי די שמחות אפטיילונג.

זיין ביהמ"ד איז פיל מיט וויזשניצע אידן פון מאנסי. רוב וויזניץ האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט עם.
דינסטאג יולי 07, 2020 12:03 am#453893
שמעי' האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר

וואוו קען מען עס הערן
@dailychimushshiur
Telegram link

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אדער תורה-עניטיים. https://pricelessknowledge.com/free-shiurim/