בל"נ וועל איך איין טאג אים באשרייבן, סיי אלס מורה הוראה און סיי אלס מומחה בשלום בית/תורת הנפש וכו'. און אויך אלע מיינע עקספיריענסעס מיט אים.
נאר אפאר נקודות פאר יעצט,
א) ער האט א לויזן וועג פון רעדן. נישט שמוציג אדער שלעכט נאר זייער לויז.
ב) ער איז א מורה הוראה מובהק, גענומען הוראה און שימוש ביי גאר גרויסע רבנים, ממילא האט ער א אינטרעסאנטע דרך פסק, אמאל גאר לויז און אמאל שטארק מחמיר.
און בכלל זה נכלל ער איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער! ער איז וואס ער איז, אין איין ענין אזוי און א אנדערע ענין קען ער זיין פונקט פארקערט.
(ווער עס האט געליינט זיין ביכל nine to five וועט זיך אנשטויסן דערמיט. אגב עס איז שוין אפאר מאל איבערגעדריקט געווארן און אסאך שפראכן. ער האט נאך אפאר ספרים, א שו"ת ספר קל כנשר, א ספר אויף קצות און נאך).
ג) ער איז באמת א ירא שמים!
ד) ער איז גאר honest, סיי מיט זיך סיי מיט אנדערע.
ה) ער איז א געלענטע טערעפיסט דורך גאר וועלט בארימטע פסיכילאגן, אבער נאר וואס ער האט זיך געלענט פון זיי, קען ער גוט. (ער איז אבער אויך עוסק און אנדער מענטל העלט ענינים וואס ער האט זיך נישט געלערנט ביי זיי, און אין יענע תחומים סאקט עס.. לענ"ד)
ו) ער ברענגט זיך זייער אסאך מאל נישט גוט ארויס. Hard to express himself. דהיינו אסאך מאל זאגט ער זאכן ער פרובירט זיך מסביר זיין און מען פארשטייט אים נאכאלץ נישט גוט. מענטשן זענען זיך טועה פון זיינע ווערטער.. און ער רעדט אסאך מאל מיט טעותים, אין זיין שכל ווייסט ער וואס ער וויל, אבער עס זאגט זיך שווער ארויס. (מען דארף אים הערן גענוג צו פארשטיין וואס איך מיין), און בשיטה גייט אים עס נישט אן..
צו פארשטיין די שיטה דארף מען קויפן איינע פון די שלוות הנפש שיעורים...
ז) ער העלפט הונדרעטע צו טויזענטע אידן א יאר! מיט שלום בית, מענטל העלט, און סתם אזוי אלס אוזן קושבת און מורה הוראה, ואכ"ז האט ער נישט קיין פרוטה! (מען שאפט אים געלט צו חתונה מאכן).
ח) גדולי מורי הוראה שיקן אים מענטשן מיט OCD אס ער זאל זיין זייער דיין פאר זייער שאלות.. ער האט אפאר שיעורים פאר רבנים מורי הוראות און מחנכים וויאזוי זיך צו אומגיין מיט מענטשן וואס ליידן פון OCD וכדו' אין הלכה. סיי הלכות נדה, סיי בשר בחלב און נאך, ווען מען איז מחמיר און ווען מען איז מקיל, בשיעור עיון בעניני תורת הנפש וויאזוי צו וויסן ווען איינער מיט OCD פרעגט א שאלה, "אבער אפשר..." אויב איז עס טאקע אזוי ווי ער פרעגט אדער נישט, און לגבי וועלכע הלכות מין קען זיך פארלאזן אויף די חזקה. (בתוכם גייט ער אריבער פילע כללי הוראה, ובעיקר איזה שאלות הם ספק דאורייתא ואיזה ספק דרבנן ויכולים להקל).
ט) זיינע שונאים זענען מודה אז ער איז גערעכט און אסאך ענינים מיט אן "אבער" צו דער זייט..
י) ער איז א שונא מובהק פון סעלפאונס! כשר'ע פונקט ווי מאושר! סמארטפאון און "זך" איז ביי אים די סעים לעוועל, לאז עס אין קאר! בעט ער זיך מיט טרערן צו די אינגעלייט. נישט אויף ווייברעיט נאר קאמפליטלי off ווען מען איז אינדערהיים מיט די ווייב..
ובלי נדר עוד ארחב מיט א באזונדע באשרייבונג אויף אים.