דינסטאג יולי 02, 2019 11:27 am#432520
ויסעו קאָנצענטראַציע לאגערן... ויחנו בבית הכסא:
די היפאקריטיע און די זונלאזיקייט פון די סאציאליסטן אינעם רעפרעזאנטן הויז איז שוין אריבער יעדע גרענץ פון נארמאלקייט, אזש ס'רופט שוין ארויס בייז-געלעכטער ביי אלעמען.
דער פארגאנגענע וואך האט די סאציאליסטע פירער פון אמעריקע, הויכגעשעצטע קאמעראד אלעקסאנדריע אָקזיאָ קאָרטעז, פראקלאמירט מיט פאטאס אז די אויפהאלטונג צענטערן פון די גרענץ וואך ביים דרום ברעג זענען נישט מער און נישט ווייניגער ווי די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן! און נעכטען האט זי גאר פאבריצירט א פרישע פאבריקאציע, אזוי צו זאגן: די פארהאלטענע אומלעגאלע אימיגראנטן טרינקן וואסער גראד ארויס פונעם בית הכסא שיסל...
די דראמא האט זיך נאך אייגענטליך אנגעהויבן דעם פארגאנגענעם וואך - דער פרעזידענט האט געזען ווי דער רעפרעזאנטן הויז איז גענצליך פארכאפט געווארן דורך א הייפעלע סאציאליסטן, וואס זענען בלויז אויסן גענצליך צו פארניכטן דאס לאנד און אלעס וואס איז אין איר – זיי האלטן בייזוויליג אפ דעם רעפרעזאנטן הויז צו באשטעטיגן קריטיש וויכטיגע פאנדן צו לינדערן דעם הומאנעריאיסטישע קריזיס וואס הערשט ביים דרום גרענץ. און דאס טוען זיי בלויז אז זיי זאלן קענען ווייטער פראפאגאנדירן... קאָנצענטראַציע לאגערן... טרינקן וואסער פון בית הכסא... אד''ג.
דאס שרעקליכער הומאנעריאיסטישע קריזיס וואס הערשט ביים גרענץ, צוליב דעם אויסטערלישער איבערפלוס פון אומדאקאמענטירטע קינדער, אינטערסירט פאר די הארצלאזע און שלעכטע סאציאליסטן נאך ווייניגער ווי די פאריאריגער שניי. דער פרעזידענט האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ס'איז שוין העכסט צייט פולשטענדיג אויסצוקרויזן די דיסטראקטיווע און פארהאסטע סאציאליסטן. ער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט געמאלדן אז ער גרייט זיך דורכצופירן מאסיווע דעפארטאציעס - שווערע טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האלטן זיך אויף אין לאנד אומלעגאל, וועלן זיין געצווינגן צו פארלאזן דאס לאנד און זיך אומקערן צו זייערע אייגענע לענדער. אזוי אז מ'וועט האבן די מעגליכקייט ארויסצולאזן פארהאלטענע אימיגראנטן וואס ווארטן נאך אויף זייער לעגאלער סטאטוס פון די פארהאלטונג צענטערן ביים גרענץ. א שריט וואס וואלט ווען עטוואס געלינדערט דאס שרעקליכער הומאנעריאיסטישע קריזיס וואס הערשט אין די אויפהאלטונגס צענטערן.
די מעסיגע דעמעקראטן אינעם רעפרעזאנטן הויז האבן געכאפט דאס קדחת - זיי האבן זייער גוט געוויסט אז אלע באשולדיגען-פינגערס וועלן צייגן בלויז אויף זיי, ווארום צוליב זייער פארנאכלעסיקייט און נידעריגע פאליטישע אמביציעס, און זייער גארנישט טוען זאכליך צו לינדערן דעם ענגן צושטאנד פון די קינדער פון די אומלעגאלע פארהאלטענע ביים גרענץ, איז דער פרעזידענט געצווינגן דורכצופירן אזאנע אויסערארדענטליכע שריט. דער פארזעצערין פונעם רעפרעזאנטן הויז נענסי פּעלאָסי האט זיך אין איילעניש פארבינדן מיטן ווייסן הויז און געבעטן פונעם פרעזידענט אז ער זאל צייטווייליג אפהאלטן די דעפארטאציעס. מיסטער פרעזידענט, איר דערשרעקט די קינדער, האט זי געזאגט. דער פרעזידענט האט איר געגעבן בלויז צוויי וואכן צו צייט צו באשטעטיגן די נויטיגע פאנדן צו לינדערן דעם הומאנעריאיסטישע קריזיס ביים גרענץ. און ס'האט טאקע ווירקליך געארבייט ווי א צויבער ראד.
דער פארזעצער פונעם סענאט, סענאטאר מיטש מאַקאָנעל פון קאַנטאַקי, אדער ווי ער גלייכט זיך צו רופן: דער מלאך המות! צוליב דעם וואס ער הרג'עט ברוטאליש אפ יעדע סארט סאציאליסטישע לעגיסלאציע וואס ווערט געברענגט פארן סענאט פאר באשטעטיגונג, האט זייער גוט געוויסט אז כמעט יעדע שטיק לעגיסלאציע וואס ווערט לעגיסלאטירט אינעם רעפרעזאנטן הויז איז דורכגעפוילט און אונטערגעשלאגן מיט סאציאליסטישע אפפאל – וואס דער פרעזידענט וועט קיינמאל אין זיין לעבן נישט אונטערשרייבן אלס געזעץ. דערפאר האט סענעטאר מאַקאָנעל באשלאסן זעלבסט דורכצופירן לעגיסלאציע פאר די פאנדן צו לינדערן דעם הומאנעריאיסטישע קריזיס ביים גרענץ אינעם סענאט. א שריט וואס האט שטארק נישט געשמעקט פאר די שטאלצע פּעלאָסי, ווארום דאס מאכט דאך שטארק ארויסשטארצן ווי אומקאמפיטענץ און ווערטלאז דער איצטיגער סאציאליסטיש געשטומטער רעפרעזאנטן הויז איז. מיטש מאַקאָנעל רעכענט זיך גאנץ קנאפע מיט פרוי פּעלאָסי'ס באבישע געפילן. דער סענאט האט סעקסוספול באוויזן דורכצופירן לעגיסלאציע פאר פאנדן מיט א גרויסע מערהייט, וועלכע דער פרעזידענט האט פארשפראכן עמטליך אונטערצושרייבן אלס געזעץ.
אין די זעלבע צייט האט די רעפרעזאנטן הויז דורכגעפירט זייער אייגענע לעגיסלאציע, און ווי ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט איז מאַקאָנעל געווען הייליג רעכט. פּעלאָסי האט ארויפגעברעגט לעגיסלאציע דורכגעפוילט מיט בייסיגע רעגולאציעס, און מיט א גאנצע הויפן פון סאציאליסטיש אפפאל, אזש דער פרעזידענט האט פארשפראכן עס צו וועטואירן אויפן ארט. אייגענטליך, אפילו די דאזיגע לעגיסלאציע איז אויך אנידער געשטומט געווארן דורך דיסטראקטיווע סאציאליסטן, אין שפיץ פון די דריי הויפט סאציאליסטישע סטוזשיס, די נאכט-לאקאל סארווירער אלעקסאנדריע אָקזיאָ קאָרטעז, די אנטיסמיטקע און אידן האסער אילהאַן אַבדאַלאַהי אָמאַר שר''י, מיט איר קאלעגע די מכשפה ראַשידאַ טאליב. די זעלבע טאליב וואס האט נעבאך געוויינט אינעם רעפרעזאנטן הויז אז זי באקומט טויט דראאונגען צוליב איר אראבישער אפשטאם... דודקעס מיט לאקשן... א פרוי וואס האט זיך אויסגעדרוקט מיט פרעצעדענטלאזע פרעכהייט באלד נאך דעם וואס זי האט געווינען די וואלן: לאמיר גיין אומפוטשן דעם מוטער פאכער... מיינענדיג דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. א מכשפה וואס קען אנרופן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן 'מוטער פאכער' צוליב פאלטישע מיינונגס פארשידנהייטן, באקומט ווארשיינליך אזעלכע שיינע בריוו אויף משלוח מנות. דערווייל קען זיך גיין אפווישן אירע קראקעדייל טרערן פון איר רינעכיגער פרצוף און לאזן די מענטשהייט אין פרידן...
פּעלאָסי האט געזען ווי מיט די דיסטראקטיווע סאציאליסטן וועט זי נישט אנקומען אין ערגץ. זיי האבן נישט קיין שום פלאן אדער סטראטעגיע אויף גארנישט, זיי זענען בלויז אויסן צו מאכן גרודער און צו באקומען נאכפאלגערשאפט אויף די סאציאלע מידיא נעצן, און דא קלאפט דער זייגער מיט א שנעלקייט – די צוויי וואכן וואס דער פרעזידענט האט איר געגעבן האלט ביים אויסלויפן... פּעלאָסי האט זיך געבראכן איר שוואלבישער שטאלץ און באשלאסן ארויפצוברענגן די לעגיסלאציע פונעם סענאט פארן רעפרעזאנטן הויז פאר אפשטימונג. און גענוי ווי געראכטן איז די סענאט לעגיסלאציע דורכגעגאנגען מיט א באדייטענעם מערהייט און די סאציאליסטן האבן געליטן א מעכטיגע נידערלאגע.
די סאציאליסטע מיידלעך קענען זיך נאכאלס נישט צו זיך קומען פון זייער וויסטער דורכפאל... די פון פונגער ארויסגעזויגענער געשיכטע פון קאָרטעז אז אומלעגאלע פארהאלטענע טרינקן וואסער פון בית כיסא איז א דירעקטע רעאקציע צום העפטיגן פראסק וואס קאָרטעז געכאפט פון פּעלאָסי, און עס האט ווארשיינליך גארנישט צוטאן מיט ריאליטעט...