Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

קאווע שטיבל • דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13193
פרייטאג יוני 21, 2019 10:26 am#432163
דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
וואשינגטאן – דער אמעריקאנע באפעלקערונג איז אויפגעשוידערט ביז גאר, הויפזעכליך די אידישע באפעלקערונג. דער קאָנטראָווערסיאַלע רעפרעזאנטיוו פון ניו יארק, "אלעקסאנדריע קאָרטעז" האט ווידער איינגעמאכט און זיך געלאזט הערן. זי האט פראקאלאמירט אין א פייגל אז די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האלט אויף קאָנצענטראַציע לאגערן ביים דרום גרעניץ וואו אומשולדיגע מענטשען ווערן ברוטאל אינטערנירט אונטער די די ערגסטע אומשטענדן. די דאזיגע שאנדפולע פראקאלאמאציע - רופט ארויס בייז בלוט ביי יעדען רעכטדענקיגען באשעפעניש וועלכער האט נאך נישט פארלוירן זיין גלייכער שכל, און איז נאכנישט אנגעשטעקט געווארן מיט די סאציאליסטישע אנטיסמיטישע קענסער וואס בושעוועט ארויס פונעם ליבעראַלען לאגער.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון שטענדיג אן געווען א לאנד פריינטליך צו אימיגראנטן. די סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט הארט ביים אריינגאנג צום ניו יארקער האפן איז אלעמאל געווען א פאקל פון ליכטיקייט פאר ארימע און אונטערדריקטע אימיגראנטן וועלכע האבן מאסנווייז געפליכטעט קיין אמעריקע פון איבער די גאנצע וועלט. נעמליך, מ'האט אבער קיינמאל נישט געקענט אריינקומען אין לאנד אומלעגאל. די פריש-אנגעקומענדע אימיגראנטן זענען געווען פארפליכטעט אפצושטייגן פון די דאמפ-שיפן אין עליס איילענד - וואו זיי זענען דורכגעגאנגען שטרענגע אימיגראציע פראצודורן. נישט יעדער האט באוויזן צופרידן צושטעלן די אימיגראציע אפיצירן. פולע אימיגראנטן זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער לענדער פון וואו זיי זענען געקומען פאר אלערליי אורזאכן. עליס איילענד האט זיך טאקע דערפאר דערארבן דעם נאמען דער אינזל פון טרערן, צוליב די טייכן טרערן וואס די מיטגעמאכטע און אנידערגעשלאגע אימיגראנטן האבן פארגאסן דארט אויפן אינזל ווען זיי זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

נאך די גרויסע דעפרעסיע וועלכע האט פאסירט אין יאר 929' למספרם, זענען די טויערן פון אמעריקע אין אלגעמיין געשלאסן געווארן פאר פרישע אימיגראנטן. וויזעס אריינצוקומען אין לאנד זענען בלויז געשאנקן געווארן פאר א ענגע צאל אימיגראנטן איינגעטיילט לויט ראסע און נאציאן. אונזערע עלטערן וועלכע זענען שטעקן געבליבן אין אייראפע נאכן שרעקליכער חורבן האבן טאקע ביטערליך געליטן פון די דאזיגע איינגעצוימטע אימיגראציע אריינצוקומען קיין אמעריקע, פארט איז קיינעם נישט בייגעפאלן אריינצוקומען אין לאנד אומלעגאל. יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז די גרענצן פון א לאנד דארפן פולשטענדיג רעספעקטירט ווערן.

די דעמאקראטן האבן אלעמאל געשטיצט סאציאליזם, זיי האבן אין לויף פון די יארן דורכגעפירט פילע געזעצן צו העלפן די ארימע שיכטן פונעם פאלק און מענטשען אין געברויך. דערפאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז אימיגראנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין ארעם און אונטערדרוקט האבן מערסטייל געפונען א ארט אין די דעמעקראטישע פארטיי – די פארטיי וועלכע האט זיך אנגעבליך אנגענומען פאר זייער ווירדן און געקעמפט פאר זייער געברויכן.

זייער גלייך, דאנקבארקייט איז גאר א נאבעלע איינפיר.

מיט די צייט האבן זיך די דעמאקראטן אנגעהויבן צו כאפן ביים קאפ אז זיי פארמאגן אין זייער באזיץ א רייכער גאלד גרוב - זיי זענען געקומען צום אנערקענונג אז די ארימע אימיגראנטן קענען באשיינפערליך גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אויף זייער פאליטישען שאך ברעטל. זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן טעטיקייטן אז די אימיגראנטן און די מינאָרעטן זאלן אנהייבן צו שטומען אין די וואלן פאר די דעמעקראטישער פארטיי. און ווען זיי האבן געזען ווי זייער סטראטעגיע ארבייט זיך אויס האבן זיי אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו פארגרינגערן אימיגראציע, אזוי אז וואס מער אימיגראנטן זאלן קענען אריינקומען אין לאנד און שטומען מיט די דעמאקראטישער פארטיי. זיי זענען נישט געבליבן שטיין ביי דעם און זיי האבן זיך געריקט צו א שטאפל ווייטער - זיי האבן אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו שוצן אויף די רעכטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך באוויזן אריינצושמוגלן אין לאנד אומלעגאל. און וואס מער די דעמאקראטישע פארטיי האט זיך גענויגט לינקס, אלס מער ראדיקאל און אבסורד זענען די אימיגראציע געזעצן געווארן.

סאציאליסטן לעכטצן אויסטערליש נאך מאַכט און קאָנטראָל – די גאנצע סאציאליסטישע אידאלאגיע איז אוועק געשטעלט אזוי אז דער רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן יעדעס עספעקט אינעם לעבן פון א מענטש, און אז זיי זאלן גאר זיין די וואס קאנטראלירן דאס באפעלקערונג. דאס איז אין שארפן קאנסטראסט פון די פרייהייט וואס די קאנסטעטוציע פארזיכערט פאר יעדען אמעריקאנער בירגער אפגעזען פון ראסע אדער קאליר. דערפאר זענען זיי אויסן גענצליך אפצושאפן פריוואטע מעדעצינישע פארזיכערונג, פריוואטע ערציאונגס אנשטאלטן, א.ד.ג. ווארום זייער אויסשליסליכסטער ציל איז אז אלעס, אלעס, זאל זיין אונטער די פולשטענדיגען קאָנטראָל פון די רעגירונג, און זיי זאלן זיין די וואס שטייען ביים רעדל און קאנטראלירן און געוועלטיגען אויף די מענטשהייט, און צו דערגרייכן זייערע אמביציעס איז קריטיש אז וואס מער אימיגראנטן זאלן פארפלייצן דאס לאנד און שטומען פאר זיי ביי די וואלן.

לענדער אין צענטראל אמעריקע זענען גענצליך רעאונירט עקאנאמיש און מאראליש. די לאנגע יארן פון לעבן אונטער סאציאליסטישער רעזשים האט געשלאגן צייכנס און גענצליך פארניכטעט יעדע גוטע זאך אין די דאזיגע לענדער. כאאס, דראגס, ארימקייט, ארבייטסלאזקייט, פראסטאטוציע, מענטשן-שמוגלעריי איז א רוטינער טייל פונעם געזעלשאפטליכער לעבן אין יענע לענדער. דאס גאנצער שיינקייט און סוקסעס פון סאציאליזם אנטפלעקט זיך דארט. און ווי איראניש ס'זאל זיך נאר נישט הערן וויל נאך די באלאנד, פרוי קאָרטעז, אינאיינעם מיט איר קאמעראד זיידע סאנדערס פון ווערמאנט פארוואנדלן אמעריקע צו סאציאליסטישע גן עדן. פרעזידענט טראמפ איז אויסן אז אמעריקע זאל זיין א רייכע עקאנאמישע און מאראלישע לאנד, און די ליבעראַלע סאציאליסטן שרייען ניין טראמפ איז א היטלער – ווארום ער שטייט זיי אין וועג דורכצופירן זייער געפארפולע סאציאליסטישע אגענדע... ג-ט באהיט אמעריקע...

די מעקסיקאנע דראג קארטעלן נוצן אויס די דורכגעפוילטע דיסטראקטיווע ליבעראַלע געזעצן אנצופולן זייערע קעשענעס מיט רייכטום. זיי פירן אן מיט א סוקסעספולע שמוגלעריי-אפאראט אריינצושמוגלן וואס מער אומלעגאלע אימיראנטן - וואס זוכן צו אנטלויפן פונעם סאציאליסטישען גן עדן אין צענטראל אמעריקע. און זיי האבן די פולסטע שטיצע און קאאפאראציע פון די סאציאליסטישע ליבעראַלן - וועלכע לעכטצען אז וואס מער אומלעגאלע אימיגראנטן זאלן אריינגעשמוגלט ווערן אין אמעריקע – יעדע אומלעגאלער אמיגא באזונדער איז א פארזיכערטער שטימע פאר די ליבעראַלן און זייערע אגענדעס.

פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א פולשטענדיגער-קריג קעגן מעקסיקאנער דראג לארדן און מיט זייערע קאלאבארירער די סאציאליסטישע ליבעראַלן. ער פירט א אומבויגזאמער קאמף עטוואס איינצוצוימען אומלעגאלע אימיגראציע. אפגעזען פון די אומהויערע שוועריקייטן וואס ער שטייט אויס פון די ליבעראַלן אינעם פרעזענטאטן הויז. און וואס מער דער שטריק ווערט איינגעצויגן אויף די העלצער פון די ליבעראַלע סאציאליסטן, אלס העכער הילכען זייערע גסיסה כארכלען. דער ווילדער טראמפ טרעט זיי אויפן האלץ מיט אייזענע שטיוול, זיי קענען זיך גארנישט צוזאמען געלויבן פון די האס און פיינטשאפט וואס שפריצט פון זייערע נאז לעכער ווי הייסע לאווע פון א וואלקאנישער בארג ערגעצ-וואו אין אינדאנעזיע.

די גייסטיש-בארירטער מיידלע קאָרטעז פארגלייכט גאר די אויפהאלטונג צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראטן זענען אינטערנירט, צו די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן – אפגעזען פונעם רעאליטעט אז די גרענץ וואך טוען אנווענדן אלע זייער מעגליכקייטן נאכצוקומען די הומאנעריאיסטישע געברויכן פון די אינטערנירטע אונטער די שווערסטע אומשטענדן. די ליבעראַלן אינעם רעפרעזאנטן הויז טוען נישט גארנישט אין דער וועלט צו לינדערן דעם הומאנעריאיסטישע קריזיס וואס הערשט ביים דרום גרענץ, זיי זענען צו שטארק פארנומען מיט זייערע אויספארשונג קאנצערטן קעגן פרעזידענט. און זיי האבן נאך דעם פרעצעדענטלאזע פרעכהייט צו פארגלייכען די די אויפהאלטונג צענטערן צו נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן? דער דאזיגער זינלאזע פארגלייך טיט אנדייטן אז די גרענץ וועכטער זענען גאר צוגעגליכענט צו די נאצישע עס.עס איינהייטן. דער היפאקריטיע שרייט דאך ביז צום הימל...

דער דאזיגער שאנדפולער פארגלייך איז א שאנדע צום גאנצן אידישען פאלק וועלכע האט אזוי שרעקליך געליטן אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן. דער זינלאזע און שעדליכער צו שטעל גיבט גאר פייער שטאף פאר די אלוועלטיכע חורבן-אפלייקענער וואס זוכן וואס מער צו מינימוזירן און אוועק מאכן די שוידערליכע צרות וואס אונזערע עלטערן האבן געליטן אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן. און די גייסטיש-בארירטער מיידלע קאָרטעז האט דאס בלויז געזאגט צוליב דעם וואס אפהאלטן אומלעגאלע אימיגראנטן פון אריינצוקומען אין לאנד איז א שטער פאר אירע סאציאליסטישע חלומות, און א שטער צו איר שטרעבן צו מאכט און קאנטראל, אפגעזען פון די ווייטאגליכע נאכפאלגן וואס איז פראקאלאמאציע האט פאראורזאכט פאר די מענטשהייט.

די ניין און צוואנציג יעריגע קרעטשמע סארווירער האט נעבאך ווירקליך געמיינט, אז ווי זי גייט ווערן א רעפרעזאנטיוו אינעם רעפרעזאנטען הויז גייט זי ווערן מאכטפול און זי וועט קענען פארוואנדלן אמעריקע צו א סאציאליסטישע לאנד, ווי אנטוישט איז זי נעבאך ווי זי דערזעט זיך אלס דער שטאטס שוטה...
פרייטאג יוני 21, 2019 11:52 am#432168
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
ברוך הוי"ה!

מ׳האט נייע נאנסענס מיט וואס צו זיין באשעפטיגט!

פון טראמפ׳ס כינוי פאר העיטי, ביז די סוועדער פון מעלאניע, און נאך אזעלכע ערנסטע דאגות, איז די לאנד מסודר. און דערנאך ביי ביידען׳ס קענטעניס אין ארבעטן מיט סעגרעגעישעניסט׳ן פון פופציג יאר צוריק, מיט נאך מוריטשקע אפפאל כיד הדזשורנאליסטן הטובה עליהם.

פליז, לאזט ענק נישט פאר פאבריצירטע פאניק. עס איז דא עכטע נושאים אויף וואס צו רעדן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יוני 21, 2019 12:40 pm#432169
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ברוך הוי"ה!

מ׳האט נייע נאנסענס מיט וואס צו זיין באשעפטיגט!

פון טראמפ׳ס כינוי פאר העיטי, ביז די סוועדער פון מעלאניע, און נאך אזעלכע ערנסטע דאגות, איז די לאנד מסודר. און דערנאך ביי ביידען׳ס קענטעניס אין ארבעטן מיט סעגרעגעישעניסט׳ן פון פופציג יאר צוריק, מיט נאך מוריטשקע אפפאל כיד הדזשורנאליסטן הטובה עליהם.

פליז, לאזט ענק נישט פאר פאבריצירטע פאניק. עס איז דא עכטע נושאים אויף וואס צו רעדן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שכוח פארן מיטיילען דיין מיינונג, ס'איז זייער אינפארמאטיוו און מאסגעבענד.
און מאך ביטע זיכער אז נאך א גוטע אשכול זאל אראפגעפלאשט ווערן און טוילעט, און אלע שרייבער אנטלויפן פון דאנעט ווי פון צואה. אזוי אז דער פלאטפארמע זאל בלייבן אפען בלויז פאר אייך מיט אייער קאמאראד דער באלהגאלע....
פרייטאג יוני 21, 2019 5:39 pm#432173
קא*ק לעפל: ניכרים דברי חכמתך. מ'דערקענט דיין טיפע חכמה וואס דו האסט דיר ערווארבן . מסתמא אין הארווארד אדער אין יעיל. אדער אפשר גאר אין דזשעיל. קיין איין גראד ווארט ריכטיג געספעללט גייט נישט ארויס מתחת ידך. דער ליטוואק דארף נישט אז איך זאלל מיך אננעמען פאר איהם. אבער דו האסט ווייניגער שכל פון א קוה. איך רעד שוין נישט פון מענטשליכקייט. חוץ דיינע אנדערע מעלות שמנו חכמי כעלעם. וואס וואלסטו געוואלט אז ער זאלל זאגן אומיין אומיין אויף דיינע שטותים והבלים וואס דו פירקלסט צוזאם אין אן אומ-פארשטענדליכע שפראך אדער דיאלעקט. כדרכך בטומאה. ער טאר נישט אויסדרוקן זיין פערזענליכע מיינונג. נאר דיין קלוגע (חכם בעינך) מיינונג מעג געהערט ווערן...?!

יא. איך ווארט שוין אויף דעם טאג וואס דו ודכוותך וועללן אפפוצן פון דא. נישט נאר דיין אשכול מעג מען אראפפלאשן. נאר דיין קוה (מלשון פרעה'ס קוען) באורד אויכעט. און אפשר דו אליינס מעגסט אויכעט כאפן א טבילה אין די אונטער-ערדישע 24 אינטשיגע פייפס וועלכע פיהרן צום מי הנילוס. אפשר אז דו וועסט זיין לאקי וועסטו באגעגענען דיין קאלעגע פרעה נכה ווען ער גייט צום טייך לעשות צרכיו...!
פרייטאג יוני 21, 2019 6:17 pm#432174
:lol: :lol: :lol: :lol:
זונטאג יוני 23, 2019 9:24 am#432209
קינדערלעך טייערע, זייט מוחל און Please take your fight outside
דא איז מקום קדוש, עס איז שטרענג פארבאטן זוי צו ריידן.

ואתכם הסליחה - המעוררים
זונטאג יוני 23, 2019 10:20 am#432210
דער ענין איז, דער לאנד האט אסאך פראבלעמען וואס מ'דארף לעזען. די אויסדרוקן פון א פאליטיקאנט מאכען ווייניג אויס פאר די אלע זאכען. און די זאכען זענען נאר א היסח הדעת פון וואס איז טאקע וויכטיג. פונקט ווי ציונות און צניעות, פרעס טראקס און שירים ושיעורים מיט עירובין ביי אונז חרדים. אלס וועגן אז מ'זאל נישט באקוקען ווי מ'דארף. אזוי ווי עס אידישט זיך, אזוי גויישט זיך
זונטאג יוני 23, 2019 11:04 am#432212
פארגלייכן דעם פרעזידענט צו היטלער, פארגלייכן די אויפהאלטונג-צענטערן ביים דרום גרענץ צו נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן, רופט ארויס בייז בלוט ביים פאלק וואס האט געליטן פון היטלער, און ביים פאלק וואס זייער עלטערן זענען געווען אינטערנירט אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן. און ווען א פאליטיקער טיט דאס איז דאס געפארפול פאר די מענטשהייט און עס קען האבן ווייטגרייכענדע נאכפאלגן. היינט טיט דאס די וואנזיגע פרוי קאָרטעז און מארגן קען דאס טוען מער א באזעצענער און מער א פּראָמינענטע פיגור וואס זיינע ווערטער האבן מער געוויכט ווי די ווערטער פון פרוי קאָרטעז.
און צוגאב זי האט נישט געזאגט וואס זי האט געזאגט ווייל זי האלט ווירקליך אזוי, זי האט דאס בלויז געזאגט ווייל זי האסט די אמעריקאנער באפעלקערונג צוליב זייער אפשיי צו סאציאליזם, און ווייל זי האט געוואלט פארמערן איר נאכפאלגערשאפט און פארקער אויף סאציאלע מידיא. און דאס איז שוין ווירקליך א שאנדע.
כ'גלייב אז כ'האב פילייכט איר צו טיף אפגעלערענט, אזעלכע באשעפענישן ווי קאָרטעז און דער מיין קאמף-אנגעלייענטער שוטה באלהגאלע, דארף מען אייגענטליך אינגאנצן נישט אפלערנען אדער פראבירן זיך צו דערגרינטעווען זייער טיפזיניגע טיפשות... מ'לייענט מ'שמייכלט און מען גייט ווייטער.... ס'איז נישט ווערט...
זונטאג יוני 23, 2019 12:00 pm#432215
וואלווי האט געשריבן:קינדערלעך טייערע, זייט מוחל און Please take your fight outside
דא איז מקום קדוש, עס איז שטרענג פארבאטן זוי צו ריידן.

ואתכם הסליחה - המעוררים

וואלווי: דו און קאצקע ציקער האבן מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך זעה אז דער פארקא*קטער לעפל. (אדער וויאזוי מ'רופט עס אויף אונזער הייליגע שפראך, אונגאריש.) האט שוין עפעס מגיב געווען. זיכער עפעס דברי חכמה פון מקור הטיפשות והבורות. כ'האב עס נאכנישט געליינט. סאו איך מוז לויפן. ווייל איך האלט עס נישט אויס פון נייגעריגקייט...!
זונטאג יוני 23, 2019 12:02 pm#432216
ו.ב.י.ל.כ.ל.
זונטאג יוני 23, 2019 12:05 pm#432217
קא*ק לעפל...האלאו. איך האב דיר וואס צו ענטפערן. נאר איך ווילל מקיים זיין דעם פסוק..."אל תען כסיל כאיוולתו"...נאו גאו ענד טעיק עי לאנג וואק אן עי שארט פיער...! דער האדסאן טייך איז מוכן ומזומן אנצונעמען אזעלכע קלוגע סחורה ווי דו (דיך)...!
זונטאג יוני 23, 2019 12:05 pm#432218
ו.ב.י.ל.כ.ל.
זונטאג יוני 23, 2019 12:07 pm#432219
קאך_לעפל האט געשריבן:ו.ב.י.ל.כ.ל.

קא*ק לעפל: ווי ס'זעהט אויס ארבעט נישט דיין סגולה. צום וויפלסטן מאל האסטו שוין געשריבן ובילכל...לאל...!
זונטאג יוני 23, 2019 12:07 pm#432220
ו.ב.י.ל.כ.ל.
זונטאג יוני 23, 2019 12:11 pm#432221
קא*ק לעפל: איך מיין אז אויב דו וועסט עס זאגן (אדער שרייבן) זיבן מאל רצופים וועט עס אפשר ארבעטן. אדער אזוי ווי דער בעל מחבר פונ'ם טעיפ איבער דעם כלי יקר האט געזאגט..."כוחות הטומאה, העלפטס מיר ארויס"...!
זונטאג יוני 23, 2019 12:12 pm#432222
ו.ב.י.ל.כ.ל.
זונטאג יוני 23, 2019 12:13 pm#432223
:like :D :lol: :roll: :P :evil: :twisted: :cry: :mrgreen: ...לאל...!
זונטאג יוני 23, 2019 12:52 pm#432224
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
עס איז אן אינטערנאשנעל סקאנדאל. קאך לעפל האט געשריבען ובילכ"ל. עס ברענגט ארויף בייז בלוט!

רבן דקרו!

זאלץ אין דער ווייץ!

שמיני עצרת טאראראם!

לא ציית דינא!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 23, 2019 1:04 pm#432225
ליטוואק: דו ווייסט יא דעם פירוש פון ..."ובילכל"...למען האמת. ס'אינטרעסירט מיך ווי דער שניי וואס איז געפאללן פאריאר אין אלאסקא...!
ווהאטעווער איט איז. ס'ארבעט ב"ה נישט. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."כי לא נחש ביעקב"...ס'קען זיין בילעכל, שפילעכל אדער דרילעכל...!
זונטאג יוני 23, 2019 1:16 pm#432226
מי אנכי אריינצורעדן אין די גרויסע קריג דא, פונעם לעפל מיטן ליטוואק, און זיידי.
אבער ייש"כ קאך לעפל, איך האב באמת הנאה פון דיינע ארטיקלען, עס איז אינפארמאטיוו, גוטע שפראך, עס לייענט זיך געשמאק, כה לחי!!!!
זונטאג יוני 23, 2019 3:14 pm#432227
קאך_לעפל האט געשריבן:פארגלייכן דעם פרעזידענט צו היטלער, פארגלייכן די אויפהאלטונג-צענטערן ביים דרום גרענץ צו נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן, רופט ארויס בייז בלוט ביים פאלק וואס האט געליטן פון היטלער, און ביים פאלק וואס זייער עלטערן זענען געווען אינטערנירט אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן.

אמת!

ס'דערמאנט מיר טאקע פון אן ענליכן אנהאלטנדן שערוריה ביים קנאישן לאגער, וואס פארגלייכן אידישע פאליציאנטן און סאלדאטן צו נאציס, און וואס - כלשונך: רופט ארויס בייז בלוט ביים פאלק וואס האט געליטן פון היטלער, און ביים פאלק וואס זייער עלטערן זענען געווען אינטערנירט אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן.
זונטאג יוני 23, 2019 3:32 pm#432228
איך האב געטראפען א מאמר אויף טראמפ וואס זאגט אויס אסאך זאכען וואס איך האב געטראכט
He’s the symptom of several larger issues.

First off, he’s a clear representative for the partisan nature of politics, not by who is he, but by the fact that, despite everything he’s said and done, he’s still utterly untouchable, because his own party aren’t willing to step up and do the principled thing.
More than that, he represents a rather dangerous side to the US: the one that enjoys sensationalism and entertainment more than engagement with facts and the need for nuanced debate and action. There’s a segment of the population that would rather have a guy flinging mud from the Oval Office than seriously engaging with the complex political questions that a President would traditionally be expected to focus on.
Trump demonstrates the exploit of populism: many in the electorate feel that their voice is not effectively represented, and that their needs are being ignored. True or not, Trump came across as plainspoken, willing to speak on their level, and not afraid to smash traditional social/political norms in the process. I will say I don’t believe that’s a failure of politics - in truth, it’s a failure of the electorate to understand politics, and how shockingly difficult it is to govern a country in a reasonable fashion. The manner in which it’s evident that he is way in over his head only serves to emphasise that, I feel.
It showcases that the electorate simply isn’t sufficiently educated when it comes to politics. They’re not willing to embrace the complexity: they want simple answers to complicated problems, preferably in small soundbites that don’t require a lot of thinking. That’s why the whole “Make America Great Again!” was so potent: it doesn’t mean anything, but you can infer just about anything you like from it. Trump is a huge indictment of the American education system, and the failure of Washington to speak to the average person’s concerns effectively.
His zero-sum philosophy also highlights the manner in which political discourse and compromise in Washington has devolved into a “For us to win, the other guy has to lose” approach to politics: rather than saying “This is my view, this is yours: let’s compromise to find a way that works for everyone”, we’re witnessing a government that now works on the principle of “This is my way, and you’re a traitor for disagreeing”. Be blunt: we’re witnessing the downfall of the United States in real time, and a significant portion of the electorate are okay with that, provided their guy presides over it, and provided they feel they can justifiably blame the other side.
Trump honestly represents the worst that America has to offer, but it’s worse than that: I can’t expect Trump to behave other than he does. What’s utterly inconceivable to me is that Americans still continue to support and provide justification for a man who isn’t fit to throw out the garbage. Trump isn’t the problem: that is. That you either see him for what he is and don’t care, or that you’re so blinded by what you’ve been told that you think he’s something better than he is.

Either way…America has problems.

The really galling part, though? The bit that makes me want to scream? It’s that I know most Americans don’t support this guy, and don’t like what their country is turning into. They’re innocent bystanders, the collateral damage, but they’re watching it all happen and can’t know where the ride ends. That’s depressing as all hell.
מאנטאג יוני 24, 2019 9:41 am#432237
ארי נוהם האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:פארגלייכן דעם פרעזידענט צו היטלער, פארגלייכן די אויפהאלטונג-צענטערן ביים דרום גרענץ צו נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן, רופט ארויס בייז בלוט ביים פאלק וואס האט געליטן פון היטלער, און ביים פאלק וואס זייער עלטערן זענען געווען אינטערנירט אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן.

אמת!

ס'דערמאנט מיר טאקע פון אן ענליכן אנהאלטנדן שערוריה ביים קנאישן לאגער, וואס פארגלייכן אידישע פאליציאנטן און סאלדאטן צו נאציס, און וואס - כלשונך: רופט ארויס בייז בלוט ביים פאלק וואס האט געליטן פון היטלער, און ביים פאלק וואס זייער עלטערן זענען געווען אינטערנירט אין די נאצישע קאָנצענטראַציע לאגערן.


הער לייבעלע, ווי דו ווייסט, אז כ'בין נישט קיין פען - ווי טראמפ זאגט אויף עמיצן וועם ער קען נישט דולען... זאגאר אצינד און דיין אנעקדאט גאר א זאכליכער.

דאס אז איין איד זאל שרייען אויף א צווייטן איד נאצי - איז נאך אין א געוויסן זין ערגער ווי דאס וואס נישט-אידישער-פאליטיקער פרוי קאָרטעז האט געטאן צוליב טיפשות און אויפמערקזאמקייט.

אין די פארגאנגענהייט ווען מערסטייל פון די דעמאנסטרירער זענען זעלבסט געווען חורבן איבערלעבער - און דער פאליצייאישער הויפט קאמאנדאנט פון ירושלים לוי אברהמי האט ארויסגעשיקט זיינע פרענקישע פאליציאנטן איינצושטעלן ארדענונג אין מאה שערים, און די פאליציאנטן האבן זיך א לאז געטאן מיט צארן אין די גאסן מיט פערד און נייגאקעס און געהאקט אויף רעכסטס און לינקס, האבן זיך אין אלגעמיין נישט געהערט געשרייען ווי נאציס, היטלער, אד''ג. אידן האבן אין אלגעמיין פארשטאנען אז די דאזיגע פראזן זענען נישט בלויז פראזן און לאזונגען - זיי האבן פארשטאנען אז דער ווארט נאצי טראגט מיט זיך גאר א ערענסטער געוויכט - און מ'קען דאס נישט נוצן אומעטום. טייערע אידישע יונגעלייט וואס זייער אויפגאבע איז צו האלטן ארדענונג און זיכער צו מאכן אז דער פארקער גייט אן אומגעשטערט זענען נישט קיין נאציס. די נאציס האט געקעפעט פיצלעך קינדער און אריין געווארפן אין גרובער נאך האלב לעבעדיג ווי כפרות נאך די שחיטה פאר די אויגן פונעם צושראקענעם מוטער. די דעמאנסטרירער האבן פילייכט פארשטאנען אז יעדער באזונדער האט זיין אויפגאבע אין לעבן - דיינס איז צו מאכן הפגנות יעדע מאנטאג און דארנאשטאג, און זיינס איז צו האלטן ארדענונג. און דער טערמין נאצי איז נישט אין פלאטץ. אפגעזען פון די מיטלן מיט וועלכע די פאליציי באנוצט זיך. ווילסט נישט כאפן פון די נייגאקעס אויפן יאכות? טא בלייבט אינדערהיים...

זאגאר היינט צוטאגס איז כלל ישראל צום באדויערן באשאנקן געווארן מיט א פראקציע פון פאליטישע דעמאנסטרירער וועלכע מיינען גארנישט ג-ט. זיי זענען בלויז אויסן צו זייען כאאס צילוב זייער פארלוסט פון פאליטישער איינפלוס. זיי באנוצען זיך מיט די געמיינסטע און נידעריגסטע מיטלן צו באקומען אויפמערזאמקייט, דערפאר האלטן זיי זיך נישט אפ פון צו שרייען אויף די פאליציי נאציס. א שריט וואס איז שאנדפול און שעדליך. און צום באדויערן כאפט זיך דאס אויך אריבער ביי די ערליכע בני ציון המסולאים בפז וועלכע מיינען עס נאך ערענסט.
מאנטאג יוני 24, 2019 10:32 am#432243
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
הלוואי ווען עס וואלט געווען אמת.

א. די קנאים האבען אייביג גענוצט די ווארט נאצי. ווען בגין איז געקומען קיין נ.י. האט מען איהם באשריגען מיט די לאזונג נאצי, איידער די אהרן זלמעלייב עפאכע, כמבואר בספר The Prime Ministers לפי תומו.

ב. אין די לעצטע יארען, די בילד פון די פארשטעלטן קינד איז געווען איידער דער עץ עפאכע, און עס איז געווען די קנאישע לאגער וואס האט עס צוגעשטעלט, נישט עץ.

גראדע, אין די פאל האט קארטעז א פאוינט, נאר עס איז געווארען פארווישט. די אידען אין דייטשלאנד, פולין, ליטא, אונגארן האבען געמיינט אז א פארגעשריטענעם וועלט וועט נישט צולאזען אזעלכע שחיטות. די נאציס האבען אזוי געקלערט, ביז דער עוויאן קאנפערענס, ווי די וועלטס מדינות האבען זיך אנטזאגט פון אריין נעמען פליטים פון אונטער די נאציס. זיי גלויבען אז מ׳דארף דאס געדענקען אז נאך אזא מעשה זאל נישט פאסירען. זענען די היינטיגע פאסירונגען נישט קיין פארלעצונג פון יענער ננעווער עגעין׳ שריי? אז מענטשען אנטלויפען פאר זייער לעבן, און א גאנצע מדינה שרייט ׳נישט מיין פראבלעם׳, וואלטען זיי דאס נישט געטון פאר אידען אויך? יא, עס איז נאך נישט ממש די זעלבע, אבער די זעלבע יסוד גילט דא און דארט, אז די וואס האבען, האבען א מארלישע פליכט דאס צו נוצען צו ראטעווען די לעבען פון די וואס זענען אין געפאר פון פארניכטונג



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 11:11 am#432244
מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
מאנטאג יוני 24, 2019 12:03 pm#432245
ליטוואק: להוסיף לדבריך. כ'האב פונקט נעכטן געזעהן א קליפ פון א ווילדע צולאזטע און צעיושעטע הפגנה אין בית שמש. וואו די דעמאנסטראנטן האבן געשריגן פאר די פאליציי..."נאצים, כלבים"... און די פאליסלייט האבן אינגאנצן נישט רעאגירט. איינער האט געפאכעט מיט זיין הוט אין די אויגן פון דעם פאליסמאן. בשעת ער לאזט ארויס זיינע ווילדע קללות און דער פאליסמאן רעאגירט אינגאנצן נישט. שפעטער ווען די צולאזטע , צעיושעטע חברה פון ליידיגגייערס נעמען לויפן ווילד, שטופן זיי די פאליס צוריק. בכלל נישט ווילד. אן זאגן א ווארט. זיכער. ווען זיי ברענגען די פאליס ארויס פון די כלים כאפן זיי אמאל אפאר קלעפ אויף די מחילה...!

ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט. און אפילו דאמאלס האבן זיי אויך נישט אויפגעהערט. דער טאטע האט טאקע אויפגענומען לאיערס. און זיי געבן אריין א ציווילע לאו-סוט אקעיגן די פאליס. אבער בדרך כלל זענען זיי איינגעהאלטן...!

זאלל נאר דאהי אדער אין סיי וועלכע שטאט א דעמאנסטראנט פרובירן צו שרייען אויף א פאליס אז ער איז א נאצי אדער א הונט, כאפט ער א רוק אז זעהט זיך מיט זיין באבע...!
מאנטאג יוני 24, 2019 12:07 pm#432246
און זאלל דער קא*ק לעפל קוועטשן אז מ'פארדרייט די נושא. דאס הייסט נישט פארדרייען די נושא. דאס הייסט פארשטאפן דאס מויל און צענזורירן. נישט דעבאטירן...דא איז נאך דערווייל נישט דא א שטארקע און איינזייטיגע צענזור. (ס'הייבט אן). און מ'מעג ארומרעדן א סאבדזשעקט פון אלע זייטן וכל המסתעף...או.קעי...קק"ל (און ס'מיינט נישט קרן קיימת לישראל.)
מאנטאג יוני 24, 2019 12:09 pm#432247
ו.ב.י.ל.כ.ל.
מאנטאג יוני 24, 2019 12:11 pm#432248
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט.

אין אנדערע נייעס... נאכדעם קומען זיי נאך מיט טענות.
מאנטאג יוני 24, 2019 12:13 pm#432249
קק"ל: זאג שוין עפעס צו דער זאך. בילעכל און דרילעכל האמיר שוין געהערט הונדערטער מאל. זיי עפעס מחדש....ד.פ.א.ט...אכיה"ר...!
מאנטאג יוני 24, 2019 12:15 pm#432250
ו.ב.י.ל.כ.ל.
מאנטאג יוני 24, 2019 12:17 pm#432251
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט.

אין אנדערע נייעס... נאכדעם קומען זיי נאך מיט טענות.

רביה"ק זי"ע: ס'איז נישט אמת. דער בחור איז יא אויטיסטיש. מ'קען דאס זעהן אויפ'ן קליפ. ער נעמט זיך שרייען ..."מאמי", "מאמי"...! און די פאליס האקן אריין אין איהם ווען ער שטייט שוין אנגעלאנט אויפ'ן פאליס קאר. נאר לאור פון דעם מצב וואלטן די עלטערן אדער די מחנכים געדארפט מאכן זיכער אז ער געפונט זיך נישט ביי קיין ווילדע הפגנות...!
מאנטאג יוני 24, 2019 12:33 pm#432252
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 12:40 pm#432253
די געזעצן פון א לאנד דארפן אין יעדענספאל רעספעקטירט ווערן. מ'קען נישט אריינקומען אומלעגאל אין לאנד. און א לאנד קען נישט עקזעסטירן מיט אפענע גרענצן. פינטל.

מענטשען לויפן פאר זייער לעבן? ס'איז ווירקליך א טראגעדיגע. זאל דאן דער רעפרעזענטן הויז דורכפירן שטאנדהאפטיגע און גערעכטע געזעצן וועלכע זאלן בייהילפיג זיין פאר פליכטונגען אין געפאר. אויב זיי האלטן אז אז יעדער וואס זאגט אז ער איז געפאר און לויפט פאר זיין לעבן איז דאס אמעריקעס פראבלעם.
קיין הפקר וועלט קען נישט זיין.

די איינציגסטע אורזאך פארוואס זיי טוען דאס נישט, ווייל זיי ווילן אז אימיגראנטן זאלן שטומען פאר די דעמאקראטישער פארטיי...
מאנטאג יוני 24, 2019 12:49 pm#432255
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

דו רעדסט אוודאי פון דעם בירגער קריג אין סיריע, וואו אפאר יאר צוריק האט איין צד אנגעפאנגען גובר צו זיין און די אנדערע צד האט אנגעפאנגען מאכן א ריקצוג, און זיי זוכן צו אנטלויפן צו אנדערע לענדער. דאס איז בכלל נישט דומה לדומה צום האלאקאוסט, ס'איז מער דומה צום מעשה פונעם קאזאק הנגזל.
מאנטאג יוני 24, 2019 12:53 pm#432256
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
ניין, איך מיין צענטראל אמעריקאנער לענדער, כגון גואטאמעלא. און די פליטים פון סוריא זענען נישט די קאזאקען, זיי זענען סתם בירגער.

מר קאך ובילכ"ל, יא ממש אזוי האט קענעדדי געטענה׳ט ביים צוריק שיקען דער שיף. און אזוי האט breckenbridge long געטענה׳ט. געזעץ איז געזעץ, גיי שטארבען. דאס איינפיהרען אין לאנד א מהלך אז פרעמדע קומען איבערנעמען, און מ׳דארף זיך שיצען, ווען זיי זענען אין געפאר פון זייער לעבען, איז אויף וואס זיי שרייען ׳נעווער עגעין׳. און מיר אידען דארפען ערשט זיין סענסיטיוו צו די זאכען.
אז איינער פארלעצט די געזעץ פאר פת לחם, פאר זיין לעבען, דארף מען פארשטייען אז אראפ קומען בכל חומר הדין איז אן אכזריות, און עס העלפט קיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 1:14 pm#432258
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, איך מיין צענטראל אמעריקאנער לענדער, כגון גואטאמעלא. און די פליטים פון סוריא זענען נישט די קאזאקען, זיי זענען סתם בירגער.

מר קאך ובילכ"ל, יא ממש אזוי האט קענעדדי געטענה׳ט ביים צוריק שיקען דער שיף. און אזוי האט breckenbridge long געטענה׳ט. געזעץ איז געזעץ, גיי שטארבען. דאס איינפיהרען אין לאנד א מהלך אז פרעמדע קומען איבערנעמען, און מ׳דארף זיך שיצען, ווען זיי זענען אין געפאר פון זייער לעבען, איז אויף וואס זיי שרייען ׳נעווער עגעין׳. און מיר אידען דארפען ערשט זיין סענסיטיוו צו די זאכען.
אז איינער פארלעצט די געזעץ פאר פת לחם, פאר זיין לעבען, דארף מען פארשטייען אז אראפ קומען בכל חומר הדין איז אן אכזריות, און עס העלפט קיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ניין נישט קענעדי, נאר ראזעוועלט אייגענליך אויך א ליבעראלער...

און ער האט דאן אגרומענטירט, אז מיטן אריין לאזן די אידישע פליכטונגען פונעם סענט לואיס אין די פאראייניגטע שטאטן, וועלן די אידן אין דייטשלאנד וועלכע האבן געווארט אויף וויזעס ליידן. אמעריקע האט אין יענע יארן בלויז אריינגענומען א באגרעניצטע צאל פליכטונגן פון יעדע נאציאן און ראסע.
מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 pm#432259
מ'דארף יעדעם איינעמען. אבער מיט א סיסטעם. לעגאל, און געזעצליך. די אידן אויפן סט לואיס האבן נישט געהאט קיין אמעריקאנע וויזעס, זייער רייזע פלאן איז געווען קובא, און נישט אמעריקע.
מאנטאג יוני 24, 2019 1:24 pm#432260
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
וואס דארף דאס צו מיינען? אז ער איז גערעכט געווען? אז מיין זיידעס האבען געמוזט שטארבען צוליעב דער געזעץ? און מיר אידען זאלען דאס נאך שטיצען?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 1:48 pm#432262
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווענדט זיך פון וואו איר שעפּט אייער נייעס. אז איר לאזט זיך פיטערן מיט נייעס וואס איז אומריכטיג און נישט איבערצייגנד דאן וועט איר טאקע פארשטיין אז ס'איז אזא גרויסע פראבלעם. אבער ווי ווייט איך בין איבערצייגט איז א מערהייט פון די א''ג פליטים בכלל נישט אין קיין לעבנ'ס געפאר. אויך פארשטיי איך אז סיי ווער ס'איז אין א לעבנ'ס געפאר קען זיך איינמעלדן לעגאַל און אדורך גיין א ספעציעלע פראצעס פאר אסילום. איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם פראצעס מיט הצלחה.

ס'איז כדאי איר זאלט אנרופן סיי וועלכע אימיגראציע אדוואקאט און אנפרעגן, וועט איר הערן אז די אמת'ע סיטואַציע איז פונקט פארקערט.
מאנטאג יוני 24, 2019 2:01 pm#432263
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דארף דאס צו מיינען? אז ער איז גערעכט געווען? אז מיין זיידעס האבען געמוזט שטארבען צוליעב דער געזעץ? און מיר אידען זאלען דאס נאך שטיצען?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די טוסט גענוי וואס קארטעז טוט די פארגלייכסט זאכן וואס זענען נישט קיין צושטעל...
מאנטאג יוני 24, 2019 2:38 pm#432266
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
קורקלענד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווענדט זיך פון וואו איר שעפּט אייער נייעס. אז איר לאזט זיך פיטערן מיט נייעס וואס איז אומריכטיג און נישט איבערצייגנד דאן וועט איר טאקע פארשטיין אז ס'איז אזא גרויסע פראבלעם. אבער ווי ווייט איך בין איבערצייגט איז א מערהייט פון די א''ג פליטים בכלל נישט אין קיין לעבנ'ס געפאר. אויך פארשטיי איך אז סיי ווער ס'איז אין א לעבנ'ס געפאר קען זיך איינמעלדן לעגאַל און אדורך גיין א ספעציעלע פראצעס פאר אסילום. איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם פראצעס מיט הצלחה.

ס'איז כדאי איר זאלט אנרופן סיי וועלכע אימיגראציע אדוואקאט און אנפרעגן, וועט איר הערן אז די אמת'ע סיטואַציע איז פונקט פארקערט.
איך ווייס נישט וואס א לאויער קען מיר זאגען אויף וואס פאסירט, יענער קען מיר עאר זאגען די געזעץ

עכ"פ מאכט עס נישט אויס. דער נידון איז יעצט צו מ׳זאל זיך פיהרען אזוי צו נישט. זאגסט די מציאות איז נישט ווי זי זאגט, איז עס אן אנדערע טענה. אבער זאגען ׳אזוי איז די געזעץ׳ מיינט אז מ׳האט זיך גארנישט געלערנט פון די האלאקאוסט, און דאס טענה׳ט זי. נישט ווייל עס איז די זעלבע, נאר ווייל די זעלבע טענות ווערען איבערגחזר׳ט. ׳די געזעץ׳ איז נשט קיין אויסרייד זיך אוועק צו קוקען פון מענטשליכע צער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 2:52 pm#432267
די געזעץ איז קלאר יא א לעגיטימע סיבה אוועק צו קוקן אויף מענטשליכע צער. פארשטייט זיך אבער אז ס'ווענדט זיך ווי גרויס די צער איז וכו'. דעס איז דא די נידון!

אין אלענספאל איז די פראבלעם דא נישט קיין פיקוח נפש. א גרויס חלק פון די חורבן איז אז די דעמאקראטן זעלבסט מארקטן די דרום גרעניצן ווי עפעס איין איינטריט צו א גן-עדן. וואו ווער ס'זאל עס נאר אדורך גיין וועט באקומען פרייע מעדיצין, פרייע פלעגונג, פרייע וואוינונג, און פרייע עדיוקאציע. אזעלכע זאכן וואס נישט נאר מיר בירגער זענען נישט ערלויבט צו באקומען, נאר מיר באצאלן נאך דערפאר אויך! זיי לוינט עס פאליטיש און פאר אונז נישט. ווען ס'זאל נאר נישט זיין אזא גן-עדן דארט, וואלט די גאנצע קריזיס ניטאמאל עקזיסטירט! נישט גן-עדן מיינט נישט אז ס'דארף זיין א גהינם, אבער פארט ברויך מען זיי נישט צו טיילן אזעלכע בענעפיטן אן קיין שום חשבון.

ס'וועט אייך אבער נישט בייפאלן צו באשולדיגן די דעמאקראטן אויף זייער פאליסי.

אבער איר װילט דאך נישט פארשטיין די מציאות. איר ווילט זיך האלטן צו א ספעציפישע אידיאלאגיע, ממילא וועט איר אלס אריינפירן וויאזוי ס'קומט אייך אויס גוט.
מאנטאג יוני 24, 2019 3:50 pm#432270
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
אויף יעדער זאך גייט מען זוכען בלעים. ווילסט הייסען די דעמאקראטען צו אויפהערען אדווערטייזען אין גואטאמעלע אז מ׳זאל קומען קיין אמעריקא? פיין. דאס איז אבער נישט די נושא.

אוף יעדער נושא טרעפט מען עפעס מסיח דעת צו זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 5:06 pm#432275
ביי אייך איז די גאנצע נושא צו דערנידערן טראמפּ, אבער כדאי זיך צו בארעכטיגן מאכט איר א עסק פון עפעס א הומאניטארישע קריזיס, און אנגעבליך שרייט איר אז טראמפּ איז די רוצח! די סעקונדע אבער וואס מ'איבערצייגט אז ער איז בארעכטיגט און א צווייטער איז מעגלעך שולדיק גייט איר אוועק פון די דבר העומד על הפרק צוריק צו פאוקוסן אויף די נושא פון דערנידערן טראמפּ.

זאג נאר, איר זענט אמאל געווען איבערצייגט אז די רוסן האבן געהאלפן טראמפּ און אז מולער גייט עס דעמאנסטרירן. איר האלט נאכאלץ אזוי?
מאנטאג יוני 24, 2019 6:21 pm#432276
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
און אין די אשכול וועגן די רוסן, וועסטו קענען ארויף ברענגן קארטעז.
האלט זיך צום נושא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 24, 2019 7:08 pm#432278
הא גופא איז די נושא טאקע, אז ס'נישט דא קיין נושא, ס'איז אלץ נאר תירוצים אויף משוגע מאכן.
דינסטאג יוני 25, 2019 1:49 am#432294
Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפי' די מענטשן וואס זענען טאקע אין א סכנת חיים זענען געווענליך שוין נישט אין קיין סכנה ווי נאר זיי קומען אן קיין מעקסיקא.
דינסטאג יוני 25, 2019 9:08 am#432301
ליטוואק האט בארירט עטליכע זאכליכע פונקטן – וועלכע זענען ווערט עטוואס אויסצוקלארן.

אימיגראציע אין א תורה'דיגער בליק:

די תורה הק' זאגט אונז אין פרשת כי תצא - וַאֲהַבְתֶּם אֶת הַגֵּר כִּי גֵרִים הֱיִיתֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם, איר זאל ליבן אימיגראנטן ווארום אימיגראנטן זענט איר געווען אין לאנד עגיפטן. און נאך מער די תורה האט גלייכצייטיג אראפגעשטעלט פארשידענע סאציאלע פראגראמען צו העלפן פאר די אימיגראנטן. יעדער גוט-באזיצער אין ארץ ישראל איז פארפליכטעט צו ערלויבן פאר אימיגראנטן צו קלויבן פון זיינע ווייץ פעלדער איינצעלע זאנגן און פארגעסענע בינטלך, און איינצעלע טרויבן פון די וויין גערטער, אד''ג. אבער דאס איז בלויז אויב דער אימיגראנט געפונט זיך לעגאל אין ארץ ישראל און ער איז אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פונעם לאנד – וואס איז דאן געווען די זיבן געבאטן וואס אלע אפשטאמיגע פון נח זענען פארפליכטעט איינהאלטן.
ליב האבן און העלפן אימיגראנטן איז א אידישער שטייגער.

נאך די שרעקליכע פראגראמען אין אייראפע, הויפזעכליך נאך די פראגראמען אין קעשענוב - האבן מאסן רוסישע אידן זיך אויפגעהויבן פון רוסלאנד אין אימיגרירט קיין אמעריקע - וואו זיי זענען ערפאנגן געווארן מיט אפענע ארעמס דורך די איינוואוינער פון לאנד. נאך די ערשטע וועלטס קריג האט אמעריקע צוליב פארשידענע אורזאכן עטוואס פארשלאסן אירע טויערן פאר פרישע אימיגראנטן און די מאסיווע אמיגראנטן פלייץ איז געקומען צו אן ענדע.

ווען די פארפאלגונגען אויף אידן האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד האבן מאסן אידן געוואלט פליכטן קיין אמעריקע, אבער צום באדויערן זענען די טויערן פון אמעריקע געווען פארשלאסן! פארט האט אמעריקע יא אריינגעלאזט נאנט צו צוויי הונדרעט טויזענט אידן! דער האולאקאסט איז געווען גאר א זעלטענעם אויסנאמס-צושטאנד, און אמעריקע האט דאס ליידער נישט גענוג ערענסט אויפגענומען. און ציגאב איז אמעריקע דאן אויך געווען אונטער די איינפלוס פון וויסטע אנטיסימטן, די קענעדי'ס און די פארדס זענען דאן געווען פון די איינפלוסרייכסטע לייט אין לאנד. פרעזידענט ראזעוועלט זעלבסט, איז אויך געווען ווייט פון א אידן ליב-האבער.
ראזעוועלט איז געווען ריכטיגער ליבעראלער – ער איז געווען פון דיתלמידים און נאכפאלגער פון די טאטע פון די דעמאקראטישער פארטיי, פרעזידענט זשעקסאן - וועלכער איז געווען א וויסטער אנטיסמיט. ער האט הייליג געגלייבט אין די זעלבע וואס היטלער האט געגעלייבט. אייגענטליך,דער אנטיסמיטישער גייסט האט זיך נאכאלס נישט אפגעטאן פון די דעמאקראטישער פארטיי ביז צום היינטיגן טאג. דאס אנטיסמיטזם וואס מ'הערט היינט פון די ליבעראלען איז נישט קיין נייע ערשיינונג. דערפאר האט אמעריקע נישט געוואלט אנערקענען דאס אויסנאמס-צושטאנד וואס האט באטראפן דאס אידישער פאלק, איז די טויערן פון די פאראייניגטע שטאטן איז געבליבן הערמעטיש פארשלאסן פאר אידישע פליכטונגען פון אייראפע, ביז פרעזידענט טורמאן האט דאס ענדליך באוויליגט צו עפענען,אבער דאן איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

היינט צו טאגס הערשט נישט קיין אויסנאמס-צושטאנד אין צענטעראל אמעריקע, די רעדע איז זיכער נישט פון קיין האולאקאסט. און די דאזיגע וואס זאגן אז יא טוען דייטליך מינימוזירן דעם האולאקאסט. די שטעלע פון די אמעריקאנער רעגירונג איז גענוי ווי עס שטייט אין די תורה: אימיגראנטן זענען באוויליגט אריינצוקומען און צו וואוינען אין אמעריקע, אבער בלויז אויף א געזעצליכע וועג. און אין פאל פון אן אויסנאמס-צושטאנד איז די רעפרעזאנטן הויז פארפליכטעט צו שאפן געזעצן עטוואס מער צו עפענען די טויערן פון אמעריקע פאר אימיגראנטן וואס אנטלויפן פאר זייער לעבן. און לאמיר זאגן אז עס הערשט יא א אויסנאמס-צושטאנד אין צענטעראל אמעריקע, פארוואס טיט דער רעפרעזאנטן הויז גארנישט? און זיי האבן נאך די פרעכהייט צו פארגלייכן די אויפהאלטונג צענטערן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן צו קאָנצענטראַציע לאגערן? און די גרענץ וואך צו די געסטאפא? און אנדערע ווערטער די ליבעראלן אינעם רעפרעזאנטן הויז זענען די גרעסטע היפאקריטן וואס דער וועלט האט נאר אמאל געזען, זיי זענען געפארפול פאר די מענטשהייט און פאר די גאנצע ציוויליזאציע...
פרייטאג יוני 28, 2019 5:45 pm#432438
למעשה האט בענעט איינער פון די דעמעקראטישע קאנדידאטן איינער וואס איז א זוהן פון א האלאקאסט סערווייווער יא פארגליכן די קאנצענטראציע לאגערן צו טראמפס לאגערן נעכטן ביי די דיבעיט