מוצ"ש יולי 27, 2019 11:51 pm#433823
לבי ובשרי האט געשריבן:פאלט מיר יעצט ביי א קושיא.
לו יצוייר, אין ניו יארק סיטי, ווען א יוגענטליגכער צעשפליטערט א שוטר'ס קאפ ( און דער שוטר קען דערנאך נישט גיין אויף די אייגענע פיס, שלא כסיפורו של @מאך זיכער). ווי אזוי באגייט זיך דעמאלט די פאליציי?
נעמען זיי דען אן אנדערן פלאש און צעשפליטערן דער וואס האט נארוואס געשאסן דעם פלאש אויפן פאליציאנט, אדער קייטלט מען און מ'פירט אים אריין אויף לעבנסלענגליך?
אלזא, אפילו אויב די מוחים זענען מוחה פיזיש און מיט געווער און וויין פלעשער, וואס איז אבער דער תירוץ אז פאליציי זאל זיך באגיין מדה כנגד מדה? (אויסער ווען איינער דערמארדעט א צווייטן שיסט מען אויפן פלאץ).
אבער פאליציי זאל אנזייען בלוט-קוועלער? אז פאליציי זעלבסט זאל צעשפליטערן קעפ? אז פאליציי זעלבסט זאל ציען פיאות, העמעדער און הויזענעס?
וואו האט מען געהערט אזאנס אויסער אין די דריטע וועלט לענדער.
כל הנ"ל איז אפילו ווען די מוחים זענען נישט גערעכט און פירן זיך ווי ווילדע בערן
לבי ובשרי: מאך זיכער איז דאך נישט דארט געווען ביי דעם המשך פון די מעשה. דו האסט דען א הווה אמינא אז די פאליציי האט דאס געלאזט סתם אזוי אדורך גיין. די טשאלמערס האבן האלב געהארגעט די פאליציאנטקע און די פאליציי האט נישט נאכגעפארשט פון וועלכן באלקאן די פלאש איז געקומען צו פליען. דו קענסט גאנץ רואיג זיין אז זיי האבן געהאלטן די אומפאראנטווארטליכע חיות בצורות אדם פאראנטווארטליך פאר דעם אקט...!