Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!

קאווע שטיבל • א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13243
דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:07 am#433677
א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
איך געפין זיך יעצט אין ארץ ישראל.

נעכטן בין איך נאטורליך געגאנגען אויף די היסטארישע מאה שערים גאס אין ירושלים, איך האב געהערט שוין אינדערפרי אז עס גייען פארקומען אומרוען, אבער נישט זייענדיג עכט באקאנט אין די ענינים האב איך געמיינט אז עס וועט זיין אין ערגסטן פאל אזויווי די קליפס וואס איך זעה כסדר אין די נייעס.

גיי איך זיך אזוי ארויף פון רחוב יואל אויף מאה שערים און איך מאך א רעכטס אין ריכטונג פון ככר השבת, איך האב שוין פונדערווייטנב געקענט זען אפאר הונדערט מענטשן (?) ביי די זייטן פון די פינף ווינקלען אינטערסעקשן אבער טרעפיק איז געפארן געהעריג אוו אלס איז אנגעגאנגען ווי נארמאל.

דערנענטערנדיג זיך מער און מער האבן די פארזאמלטע פלוצלינג אנגעהויבן צו לויפן אין מיין ריכטונג, איך האב געקוקט און געזען צוויי ריטערישע פערד נאכיאגן די מענטשן, הינטער די פערד האב איך אנגעמערקט א שטארקע איינהייט פון פאליציי און א ווייסער טרעקל מיט א גרויסע רער ביים נאז, די שטונק וואסער טראק.

איך האב זיך נישט געזוימט און אריינגעלאפן זוכן שוץ אין א בנין, פילע טשאלמער'ס און ישיבה בחורים האבן פארפלייצט דעם אריינגאנג צום בנין, א אויבער חכם האט אנגעהויבן שרייען ביים טיר לאזונגען אויף די פאליציי און א ליטווישער ישיבה בחור האט אים מיט א מאכטפולער בריקע אין די סענסיטיווע מקומות ארויסגעשטויסן פון דארט.

אבער דאך זייענדיג א שלום פארערער האט מיר געבאדערט זעענדיג די ברוטאליטעט פון די משטרה.

די יס"ם זענען אנגעקומען נענטער צום טיר פון בנין, איך האב נישט געוואוסט וואס זייער פלאן איז, ביז איינער פון זיי האט עס פארהאקט און די משטרה האט נישט געלאזט ארויסגיין פון דארט, זייער פארשטענדליך פון זייער זייט.

אזוי בין איך געווען געשטראנדעט אין א פרעמדער בנין מיט אומבאקאנטע מענטשן, ספרדישע קנאים הפלג מיטגלידער און אמעריקאנע וויליאמסבטרגע בחורים און שוויץ שמעקנדע נטורי קרתא משוגעים פאר איבער א שעה, דאן האבן די פאליציי געעפנט דעם טיר און געבעטן שיין אויף ענגליש אז מען זאל אהיימגיין און נישט פארבלייבן אויף די גאס, איך האב ארויסגעשפאנט אפאטעמנדיג און געגאנגען אויפן וועג אהיים.

ווי נאר איך בין אנגעקומען ביים ווינקל פון יואל זיך פארקירעוונדיג אריין אין געסל האט אנגעהויבן פליען פון די פארטשעס כל מרעין בישין, איך האב פארשנעלערט מיינע טריט ווילנדיג אפטראגן פונעם שלאכטפעלד ווען פלוצלינג-

טראך!

א גלעזערנעם באטל האט אראפגעלאנדעט אויפן קאפ פון א פאליציאנטקע, זי האט מיט א ביטערע געשריי אראפגעטראסקעט אויף דער ערד און פארלוירן דעם באוואוסטזיין, איך בין אינסטינקטיוו צוגעלאפן פרובירנדיג צו שרייען פאר הילף ווען עטליכע ירושלימ'ע לייכטזיניגע בחורים האבן אנגעהויבן אריינהאקן מכות רצח אין איר פארוואנדעטע קערפער.

פארשטייט זיך אז ביז א מינוט זענען אנגעקומען די פאליציי און געטיילט קלעפ אויף אלע זייטן, און אריינגעפירט די האלב טויטע פאליציאנטקע אין שפיטאל מיט א טרעקל פון מד"א.

אבער נאך איין מאל איינער וועט מיר קומען דערציילן אז די פאליציי אין ארץ ישראל האט פיינט חרדים, וועל איך ענטפערן צוויי ווערטער.

איך אויך!!!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 10:50 am#433684
עס איז צו באדויערן וואס גייט דארט פאר.

דאס איז די פירות פין אונזערע חינוך.

דאס נישט לאזן גיין אין מיליטער פין איין זייט, און דאס געבן געלט פין די צווייטער זייט, ברענגט אסאך ליידיגייער, און די רעזולטאטן זענען וואס די האסט געזען.

טאמער מיינט איינער אז דא אין אמעריקא איז אנדערש, ווארט נאר צו, אין צען יאר געשעהן דא דער זעלבער זאכן.

א פראטעסטַ וועגן דער גזירת החינוך וועט ארויסברענגן אלע ליידיגייער וואס האבן נישט געלערנט די לעצטער צוואנציג יאהר, און מיר וועלען זיין ערגער פין וואס די שווארצער זענען געוועהן פערציג יאר צוריק.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:08 am#433687
איך ווייס פון אן ענליכן פאל וואס א בחור'ל פון 14 יאר האטציך אריינגעדרייט אין פעקל. דער בחור איז געווען טראבל. נאך פאר זיין בר מצוה האט ער אנגעשטעלט פארשידענע שטיקלעך. און ער האט געברענגט בושות פאר זיינע עלטערן. ער פלעגט אויפברעכן פושקעס אין בתי מדרשים. אין זיין אייגענע דירה האט ער אנגעשטעלט א גניבה. ווען מ'האט איהם געלייגט פרעשור האט ער זיך מודה געווען אז ער האט עס אליינס אנגעשטעלט...!

ער איז אנגעקומען צו די בארעלעך אין ירושלים. איין טאג איז ער ארויף אויפ'ן דאך פון בנין הישיבה. ער האט אראפגעווארפן א סינדער בלאק אויפ'ן קאפ פון א פאליציאנט. דער פאליס איז דערהרג'ט געווארן. פארשטייצעך אז מ'האט איהם ארעסטירט און געמאכט א משפט. זיין טאטע איז געקומען צו פארן און מיט גרויס פראטעקציע און א סאך געלט האט מען איהם באפרייט אלס דזשווענייל (יוגנטליכער).אבער ער האט תיכף געמוזט אפפוצן קיין אמעריקע...!

אבער דא איז אויך שייך די מימרא פון די גמרא..."לאו עכברא גנבא אלא חורא גנבא"...! וואו זענען די משגיחים אז א ראצער פן 14 יאר זאלל הרגנ'ען א מענטש...?! נאר אט דאס לערנט מען אין תולדות אהרון און די אנדערע אזעלכע פארדארבענע פלעצער...!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:08 am#433688
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
ממש א רחמנות אויף די אומ-שולדיגע פאליציי
m https://twitter.com/ze_lama/status/1131 ... 45120?s=19 m
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:10 am#433689
אישתישבי: נאר איין ווארט...מחאת מאנסי ביום שבת קודש נגד ה'טעכנאלאגיע יוכיח...!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:27 am#433690
יהודי פשוט האט געשריבן:ממש א רחמנות אויף די אומ-שולדיגע פאליציי
https://twitter.com/ze_lama/status/1131 ... 45120?s=19

יענע פאליציי אפיציר איז געווען א מאן אויב דו האסט נישט באמערקט, אפשר איז ער געווארן א טרענס? און דאס איז אנעם אריינגיין אינעם לא תיקום.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:46 am#433691
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יענע פאליציי אפיציר איז געווען א מאן אויב דו האסט נישט באמערקט, אפשר איז ער געווארן א טרענס? און דאס איז אנעם אריינגיין אינעם לא תיקום.


מאך זיכער האט דאך ערקלערט אז ער האט פיינט חרדים, ער זאגט נישט ער האט פיינט די חרדים וואס זענען שולדיג אין דער אקט.

זאג איך אויך אז איך האב פיינט אלע פאליציי ווייל אפאר פון זיי האבן געקענט טוהן אזא זאך (און פאר נאך אפאר סיבות)
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:50 am#433692
איך מיין אז מאך זיכער האט אויך פיינט די פאליציי, אויך אראבער, לינקע, און נאך אסאך סארט מענטשן, ביטע נישט פארדרייען קיין אשכולות, יישר כח.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:59 am#433693
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
אינטערעסאנט אז מאך זיכער האט נישט גע'עפנט קיין אשכול דעמאלטס, אויס צושרייען זיין וויי-געשריי קעגן די פאליציי
דאנערשטאג יולי 25, 2019 12:11 pm#433695
נאכאלץ נישט קיין תירוץ צו פארדרייען אשכולות.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:23 pm#433702
סאיז א גרויסע ווייטאג
סאיז שווער צו פארשטיין בכלל וואס דא גייט פאר מיט די אלע הפגנות
וואס איז דער ציל? האט מען שוין אמאל אויפגעטון עפעס זאכליך מיט אזוינע ווילדע אומלעגאלע הפגנות?
קעגן וואס פראטעסטירט מען בכלל? ווי לאנג גייט מען נאך פראטעסטירן?
את גווי נתתי למכים! פארוואס? פארווען?
פאליציי ברוטאליטעט איז א פראבלעם אין אלע מקומות
די קשיא איז פארוואס שיקט מען בחורים און יונגעלייט אויף אזעלכע צודרייטע מיסיעס אפצושפארן גאסן און אנצינדן גארבעזש קענס. דאס מאכט א רושם אז דיפראטעסטירער זענען נישט בגדר אנושיים און סאיז שווער צו רחמנות האבען אויף זיי.
אז א שווארצער פארקויפט ציגרעטלעך אין ניו יארק און די פאליציי דערשטיקט אים איז א טענה אויף פאליציי.
אז ישיבה בחורים גייען פראטעסטירן און ווערן אנגעמקלט איז א רחמנות אויף די בחורים. אבער קיין טענות קען מען צו קיינעם האבען אויסער אויף די מענטשן וואס שיקען זיי.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:49 pm#433706
איינער קען מיר פארציילן וואו און ווען די מעשה האט פאסירט??

דא רעדט מען נאר פון עפעס א לעבען וואס האט קיינעם נישט געשעדיגט.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:51 pm#433707
גדליה האט געשריבן:סאיז א גרויסע ווייטאג
סאיז שווער צו פארשטיין בכלל וואס דא גייט פאר מיט די אלע הפגנות
וואס איז דער ציל? האט מען שוין אמאל אויפגעטון עפעס זאכליך מיט אזוינע ווילדע אומלעגאלע הפגנות?
קעגן וואס פראטעסטירט מען בכלל? ווי לאנג גייט מען נאך פראטעסטירן?
.


נאך א שאלה וואס מען קען פרעגן:
איז אידישלעך צו damagen property אדער מענטשן?

נישט קיין חילוק ווער עס שיקט זיי, קען א בחור אליינס פארשטיין אז דאס איז נישט די אידישע וועג.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:52 pm#433708
מאך זיכער האט געשריבן:א גלעזערנעם באטל האט אראפגעלאנדעט אויפן קאפ פון א פאליציאנטקע, זי האט מיט א ביטערע געשריי אראפגעטראסקעט אויף דער ערד און פארלוירן דעם באוואוסטזיין, איך בין אינסטינקטיוו צוגעלאפן פרובירנדיג צו שרייען פאר הילף ווען עטליכע ירושלימ'ע לייכטזיניגע בחורים האבן אנגעהויבן אריינהאקן מכות רצח אין איר פארוואנדעטע קערפער.

פארשטייט זיך אז ביז א מינוט זענען אנגעקומען די פאליציי און געטיילט קלעפ אויף אלע זייטן, און אריינגעפירט די האלב טויטע פאליציאנטקע אין שפיטאל מיט א טרעקל פון מד"א.



איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר פארציילן וואו און ווען די מעשה האט פאסירט??

דא רעדט מען נאר פון עפעס א לעבען וואס האט קיינעם נישט געשעדיגט.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:52 pm#433709
ATUB @מאך זיכער ATUB פיינע מעשה און שיינע ערפארונג וואס האסט מיטגעלעבט.

אבער ביטע האק נישט אין קאפ. אלעס האט א שיעור. עס איז גענוג באקאנט די רציחה'שע מיטלען פון משטרת מדינת ישראל ושוטרותיהם, און ווי דער קליפ וואס ATUB @יהודי פשוט ATUB האט צוגעברענגט איז פארהאן נאך טויזנטער אזעלכע.

כ'זאג נישט אז די אידעלעך זענען גערעכט און נארמאל מיט זייער פירונג. אבער דאס איז נאכאלס נישט קיין ענטפער אויפדעם וואס קעפ ווערן טעגליך צעשפליטערט און בלוט גיסט זיך ווי וואסער דורך די משטרה און זייערע שוטרות.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:00 pm#433710
לבי ובשרי האט געשריבן:כ'זאג נישט אז די אידעלעך זענען גערעכט און נארמאל מיט זייער פירונג.

וועלכע אידעלעך...
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:26 pm#433713
ענדליך האב איך געטראפן א מקור צום געשיכטע, וואס שרייבט אינעם קעפל 'שוטרות נפצעה', אבער אן קיין שום פרטים אינעם ארטיקל. אויף א קורצן ווידיאו זעט מען ווי א פרוי פאליציאנטקע שפאצירט אוועק אויף די אייגענע צוויי פיס.

אינטערעסאנט פארוואס נאר ATUB @מאך זיכער ATUB ווייסט דערפון. מוז זיין ער איז אליינס דארט געווען, און נאר ער איז געווען דארט, דאס מיינט אז מסתמא האט ער גאר געשאסן דעם באטל...
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:50 pm#433714
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
איך פארשטיי נישט די ענין פון בארעדן די פאליציי. זיי זענען פרייע אידען, וואס הארעווען נישט אין אביי ורבא. אוודאי פיהרען זיי זיך אזוי אויף.

אבער מיר ווייסען דאך וואס מיינט תיקון המדות, וואס מיינט הכנעה צום אמת, וואס מיינט זיך פיהרען אידישלעך, אוודאי רעדט מען פון אונזערע! עס איז לייכט צו געבן מוסר אינדערויסען, אבער דער אמת איז מ׳דארף זיך אלינס מוסר׳ן.

כוחי ועוצם ידי איז נישט די אידישע דרך! מ׳שלאגט זיך נישט מיט כח! ידים ידי עשו, נישט יעקב! ווען א מענטש, זאגאר א אידישע מענטש, ווערט פארוואונדעט, איז עס אונזער דאגה, זי איז דאך עצמינו ובשרינו. אז זי היט נישט קיין מצוות טויג נישט. און עפעס וואלט געדארפט געטון ווערן דערוועגן (טאמער מ׳האט אן אויסגעהאלטענעם וועג), אבער דאס נעמט נישט צו אז איהר קערפער דארף נישט געשלאגען ווערן. און אונז רחמנים בני רחמנים, וואס לערנען ב"ק און ווייסען וואס מיינט חבלות, וואס לערנען ארחות צדיקים און ווייסען וואס מיינט איידעלקייט, דארפען זיין די ערשטע דאס אנערצוקענען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:56 pm#433715
ביי אונז אידן איז אלעמאל געגאנגן שלעק.

אין בית המקדש ווען ינאי המלך האט געגאסן די ניסוך המים וואסער אויף די לאפעס, האבן אים די א.ג. עקסטרעמיסטן באווארפן מיט אתרוגים. ווי אויך ביי די סמיכה סעמוטאכע וואס האט געבושעוועט צווישן די תלמידים פון שמאי און הילל איז געגאנגן ערענסטע מכות אין די עזרה.
אזוי אויך פארציילן די קריסטן אז ווען יעזעס איז אריין אינעם בית המקדש - און געזען די אנגעבליכע קאראפציע וואס ס'האט געהערשט צווישן די בית המקדש איינגעשטעלטע, האט באלד אנגעהויבן טיילן פעטש. די העד ליין אין די צייטונגען איז דאן געווען "יעזעס טיילט מכות אין בית המקדש"...

מה שהיה הוא שיהיה...
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:36 pm#433716
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
לאמיר דיר מסביר זיין וואס איז דא געשען. עס איז געווען שמיני עצרת און א זאלי האט עס געטון.
יעצט פארשטייסטו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:36 pm#433717
איסר האטלקי האט געשריבן:ענדליך האב איך געטראפן א מקור צום געשיכטע, וואס שרייבט אינעם קעפל 'שוטרות נפצעה', אבער אן קיין שום פרטים אינעם ארטיקל. אויף א קורצן ווידיאו זעט מען ווי א פרוי פאליציאנטקע שפאצירט אוועק אויף די אייגענע צוויי פיס.

אינטערעסאנט פארוואס נאר @מאך זיכער ווייסט דערפון. מוז זיין ער איז אליינס דארט געווען, און נאר ער איז געווען דארט, דאס מיינט אז מסתמא האט ער גאר געשאסן דעם באטל...

ר' איסר דו האלטסט אז איך בין א בעל דמיון? אויף ככר השבת און בחדרי חברים האט מען נישט געמאלדן אבער אויף קול זקאקא האט מען שוין איינמאל געחאגעט אויף די געשיכטע.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:45 pm#433719
הייסט אז קול זעקה איז ביי דיר א מקור מוסמך?

וואס איז זייער נומער?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:48 pm#433720
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין וואס איז דא געשען. עס איז געווען שמיני עצרת און א זאלי האט עס געטון.
יעצט פארשטייסטו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארשטייסטו וואס? וואס איז דא צו פארשטיין? האסט בלויז געוואלט ארויפברענגען די טעמע, צוליב מיין רעליגיע? דאס איז ריינע ראסזים!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:00 pm#433721
בת קול האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סאיז א גרויסע ווייטאג
סאיז שווער צו פארשטיין בכלל וואס דא גייט פאר מיט די אלע הפגנות
וואס איז דער ציל? האט מען שוין אמאל אויפגעטון עפעס זאכליך מיט אזוינע ווילדע אומלעגאלע הפגנות?
קעגן וואס פראטעסטירט מען בכלל? ווי לאנג גייט מען נאך פראטעסטירן?
.


נאך א שאלה וואס מען קען פרעגן:
איז אידישלעך צו damagen property אדער מענטשן?

נישט קיין חילוק ווער עס שיקט זיי, קען א בחור אליינס פארשטיין אז דאס איז נישט די אידישע וועג.

סאיז נישט ריכטיג אז א בחור דארף אליינס פארשטיין
א בחור איז א קינד, א טינעידזשער. ער איז עלול צו טון ווילדע זאכען
שולדיג זענען בלויז די ערוואקסענע וואס זענען עס מחזק
די חרדישע הנהגה קען עס היינט אפשטעלן אז זיי ווילן ווען
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:03 pm#433722
קאך_לעפל האט געשריבן:ביי אונז אידן איז אלעמאל געגאנגן שלעק.

אין בית המקדש ווען ינאי המלך האט געגאסן די ניסוך המים וואסער אויף די לאפעס, האבן אים די א.ג. עקסטרעמיסטן באווארפן מיט אתרוגים. ווי אויך ביי די סמיכה סעמוטאכע וואס האט געבושעוועט צווישן די תלמידים פון שמאי און הילל איז געגאנגן ערענסטע מכות אין די עזרה.
אזוי אויך פארציילן די קריסטן אז ווען יעזעס איז אריין אינעם בית המקדש - און געזען די אנגעבליכע קאראפציע וואס ס'האט געהערשט צווישן די בית המקדש איינגעשטעלטע, האט באלד אנגעהויבן טיילן פעטש. די העד ליין אין די צייטונגען איז דאן געווען "יעזעס טיילט מכות אין בית המקדש"...

מה שהיה הוא שיהיה...

"ביי אונז אידן..."
Speak for yourself
רוב אידן פירן זיך אויף מענטשליך און נארמאל
ליידער איז דא א מיעוט וואס פירן זיך אויף ווי קינדערגארטן קינדער
ליידער טייל פון די קינדערגארטן יונגעלעך שטייען בראש פון גאנצעטע קהילות
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:05 pm#433723
אזוי? דו לעבסט אין לאלי לאנד.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:09 pm#433724
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
קאך_לעפל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין וואס איז דא געשען. עס איז געווען שמיני עצרת און א זאלי האט עס געטון.
יעצט פארשטייסטו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארשטייסטו וואס? וואס איז דא צו פארשטיין? האסט בלויז געוואלט ארויפברענגען די טעמע, צוליב מיין רעליגיע? דאס איז ריינע ראסזים!
אז אין איטאליע רעדט מען איטאליעניש, איז דאס ראסיזם? עס איז דא אזעלכע וואס פארשטיין נישט קיין שבעים לשון, כלשון דיין גייסטישע פיהרער.

ווי אויך, ראסע קען מען נישט טוישען. דאס איז די פרעכקייט פון ראסיזם. קענסט ווערן אויס ארויני איבער נאכט. עס איז נישט שווער. קום קיין וואודרידזש און מ׳וועט דיר אויסלערנען, כלשון רבינו שליט"א ׳ליצנות אחת דוחה מאה חסידות׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:15 pm#433725
קאך_לעפל האט געשריבן:אזוי? דו לעבסט אין לאלי לאנד.

פארוואס למשל אין פלעטבוש שלאגט מען זיך קיינמאל נישט
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:16 pm#433726
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין וואס איז דא געשען. עס איז געווען שמיני עצרת און א זאלי האט עס געטון.
יעצט פארשטייסטו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארשטייסטו וואס? וואס איז דא צו פארשטיין? האסט בלויז געוואלט ארויפברענגען די טעמע, צוליב מיין רעליגיע? דאס איז ריינע ראסזים!
אז אין איטאליע רעדט מען איטאליעניש, איז דאס ראסיזם? עס איז דא אזעלכע וואס פארשטיין נישט קיין שבעים לשון, כלשון דיין גייסטישע פיהרער.

ווי אויך, ראסע קען מען נישט טוישען. דאס איז די פרעכקייט פון ראסיזם. קענסט ווערן אויס ארויני איבער נאכט. עס איז נישט שווער. קום קיין וואודרידזש און מ׳וועט דיר אויסלערנען, כלשון רבינו שליט"א ׳ליצנות אחת דוחה מאה חסידות׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מיר האבן זיך א סאך געדרייט ביי רבי יצחק'ן. אבער מ'האמער זיך געפירט ווי רבי מאיר מיט זיין רבי, אחר, תוכו אכל וקליפתו זרק. מ'האמער מקבל געווען זיין תורה, און זיינע ראדיקאלע אנטשויאונגן האבן מיר נישט מקבל געווען. מיר פארשטייען גוט אז פון קיין וואלדס-מענטש טאר מען נישט מקבל קיין אנטשויאונגן. קליפתו זרק!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:17 pm#433727
גדליה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אזוי? דו לעבסט אין לאלי לאנד.

פארוואס למשל אין פלעטבוש שלאגט מען זיך קיינמאל נישט


מ'שלאגט זיך און מ'הרגט זיך דארט אויף טויט. דו ווייסט נאר נישט אלעס...
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:37 pm#433728
יא טאקע
כהאב נעכטן געזען אפאר פלעטבושע מגולחים מיט בלויע העמעדער שטייען אין פראנט פון איינעמס הויז און שרייען "shaigetz out"
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:39 pm#433729
גדליה האט געשריבן:יא טאקע
כהאב נעכטן געזען אפאר פלעטבושע מגולחים מיט בלויע העמעדער שטייען אין פראנט פון איינעמס הויז און שרייען "shaigetz out"


די עיקר איז אז מ'שלאגט זיך צווישן אידן, און דאס וועט זיכער ברענגן משיח אין גיכן.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:44 pm#433732
סארי טו דיסעפוינט יו
פיזיקעל ווייאלענס איז בכלל נישט א אידישע זאך
יא כווייס אז מהאט זיך געפירט אזוי אין קראלע און אין סאטמאר
און פארדעם איז עס אפשר א סאטמארע זאך. נישט אידיש
פילייכט האט מען זיך געלערנט דארט פון די אונגערישע זשאנדארן
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:03 pm#433737
גדליה האט געשריבן:סארי טו דיסעפוינט יו
פיזיקעל ווייאלענס איז בכלל נישט א אידישע זאך
יא כווייס אז מהאט זיך געפירט אזוי אין קראלע און אין סאטמאר
און פארדעם איז עס אפשר א סאטמארע זאך. נישט אידיש
פילייכט האט מען זיך געלערנט דארט פון די אונגערישע זשאנדארן


דאס איז פילייכט חזרה? א יא?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:41 pm#433740
!the brutality goes both ways and both are not right
דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:00 pm#433751
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:ממש א רחמנות אויף די אומ-שולדיגע פאליציי
https://twitter.com/ze_lama/status/1131 ... 45120?s=19

יענע פאליציי אפיציר איז געווען א מאן אויב דו האסט נישט באמערקט, אפשר איז ער געווארן א טרענס? און דאס איז אנעם אריינגיין אינעם לא תיקום.

רביה"ק זי"ע: אבער די פאליס וועלכע האבן צושלאגן דעם אויטיסטישן בחור'ל האבן רעאגירט אויף די קאמפלעינט פון א שיקסע פאליס וועלכע האט געטענה'ט אז דער בחור האט איהר געשלאגן...!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:07 pm#433753
קאך_לעפל האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אזוי? דו לעבסט אין לאלי לאנד.

פארוואס למשל אין פלעטבוש שלאגט מען זיך קיינמאל נישט


מ'שלאגט זיך און מ'הרגט זיך דארט אויף טויט. דו ווייסט נאר נישט אלעס...

אבער נישט אויף סאטמערישע זאכן. זאלונים אומרים אהרונים זענען שקצים און ציונים. אונז האמיר מקבל געווען די ריינע שיטה הקדושה. בני יואל אומרים. עטץ זענט אלע ציונים. אונז האמיר מקבל געווען די ריינע שיטה הקדושה. פון די רעבעצן שתליט"א...! וכל העולם כולו אומר. עטץ רייסטץ ענק ביי די קעפ. אבי יענער איז א שייגעץ...! און הרה"ג הצ. ר' יצחק לעבאוויטש איז נאך א וואלד'ס מענטש מענטש. לפי שיטת הקק"ל...!
דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:48 pm#433755
מצפצף האט געשריבן:!the brutality goes both ways and both are not right

אויב די מעשה איז אמת. ביזדערווייל האט עס נאכנישט קיין איין פארלעסליך מקור.

די ישראלישע נייעס אגענטורן וואלטן עס באריכטעט מיט פאמפע, אבער קיינער דערמאנט נישט קיין זכר דערפון.
פרייטאג יולי 26, 2019 12:01 am#433763
Even if this particular story is not true my previous statement does not change
פרייטאג יולי 26, 2019 1:02 am#433766
מצפצף האט געשריבן:Even if this particular story is not true my previous statement does not change

אז מאך זיכער האט פיינט חרדים? אמת...
פרייטאג יולי 26, 2019 2:51 am#433771
פאלט מיר יעצט ביי א קושיא.

לו יצוייר, אין ניו יארק סיטי, ווען א יוגענטליגכער צעשפליטערט א שוטר'ס קאפ ( און דער שוטר קען דערנאך נישט גיין אויף די אייגענע פיס, שלא כסיפורו של ATUB @מאך זיכער ATUB ). ווי אזוי באגייט זיך דעמאלט די פאליציי?

נעמען זיי דען אן אנדערן פלאש און צעשפליטערן דער וואס האט נארוואס געשאסן דעם פלאש אויפן פאליציאנט, אדער קייטלט מען און מ'פירט אים אריין אויף לעבנסלענגליך?

אלזא, אפילו אויב די מוחים זענען מוחה פיזיש און מיט געווער און וויין פלעשער, וואס איז אבער דער תירוץ אז פאליציי זאל זיך באגיין מדה כנגד מדה? (אויסער ווען איינער דערמארדעט א צווייטן שיסט מען אויפן פלאץ).
אבער פאליציי זאל אנזייען בלוט-קוועלער? אז פאליציי זעלבסט זאל צעשפליטערן קעפ? אז פאליציי זעלבסט זאל ציען פיאות, העמעדער און הויזענעס?

וואו האט מען געהערט אזאנס אויסער אין די דריטע וועלט לענדער.

כל הנ"ל איז אפילו ווען די מוחים זענען נישט גערעכט און פירן זיך ווי ווילדע בערן
פרייטאג יולי 26, 2019 4:50 am#433772
ווען עס ווערט א מצב אין די גאס פין א פייט, ווי דער עבר האט געוויזן אז מען האנדלט מיט פראים, קען מען נישט האבן טענות ווען פאליציי פירט זיך מיט ברוטאלע הנהגות.

ווען עס איז דא א אויפשטאנד פין לאולעס lawless מענטשען, גייט עס אזוי, ַַ אז מען כאפט מענטשן וואס זענען דארט, און מען פירט זיי אריין.

די טענות זענען נישט אויף די פאליציי, נאר אויף די וואס מאכן דאס.

קען נישט קומען איינער און זאגן, איך שטיי נאר דא. איך טוה גארנישט. טוסטו גארנישט, גיי אהיים.

עס איז פין געלונגען פאר די משוגעים דארט אז זיי האבן געכאפט א קרבן א ספעציעל בחור,ַַ וואס זיין טאטע האט געשיקט אביסל זעהן די פראטעסטן, און מען מאכט א צימעס. די פראטעסטן זענען א פלאץ וואס יעדער וואס וויל לעבן ברויך זיך אפטוהן פין דארט ווי ווייט די פוס טראגען אים.
פרייטאג יולי 26, 2019 6:24 am#433773
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
ביסט גערעכט, די פאליציי זענען א באנדע איך ווייס וואס׳. אבער מיר טראגען פאר זיי נישט קיין אחריות, זיי האבען זיך ארויס גענומען פון די ערבות פון כלל ישראל. אונזער מאה שערים׳ער ברידער זענען אבער נישט אזוי. זיי זענען נאך פרום, זיי נוצען דא אונזער תורה. אויף זיי האט מען אן אחריות און אן ערבות אז זיי זאלען וויסען וויאזוי זיך צו פיהרען. אונזער קינדער גיין דארט לערנען אין ישיבה, מיר דארפען זיי אויסלערנען אז כן לא יעשה. זיי קומען נאך געלט ביי אונז ווען זיי ווערען ארעסטירט, זאלען זיי וויסען אז מיר שטיצען דאס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יולי 26, 2019 7:51 am#433776
יא יא ליטוואק, די פראבלעם איז אבער, אז פון די ליטווישע דיימס און ניקלס גייען זיי זיך דאס נישט אויסלערנען...
פרייטאג יולי 26, 2019 3:15 pm#433798
גדליה האט געשריבן:יא טאקע
כהאב נעכטן געזען אפאר פלעטבושע מגולחים מיט בלויע העמעדער שטייען אין פראנט פון איינעמס הויז און שרייען "shaigetz out"

גדליה: די פלעטבושער הייליגע אידן מיט די בלויע העמעדער און די מגולח'שאפט האבן געשריגן אז יענער זאלל ארויסקומען פון קלאזעט. ווייל דארט איז נישטא קיין לופט. זיי האבן אויכעט געוואלט האבן א גרויס מנין פאר די נייע (געי) שול וואס זיי האבן אויפגעמאכט...!
פרייטאג יולי 26, 2019 3:21 pm#433799
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט, די פאליציי זענען א באנדע איך ווייס וואס׳. אבער מיר טראגען פאר זיי נישט קיין אחריות, זיי האבען זיך ארויס גענומען פון די ערבות פון כלל ישראל. אונזער מאה שערים׳ער ברידער זענען אבער נישט אזוי. זיי זענען נאך פרום, זיי נוצען דא אונזער תורה. אויף זיי האט מען אן אחריות און אן ערבות אז זיי זאלען וויסען וויאזוי זיך צו פיהרען. אונזער קינדער גיין דארט לערנען אין ישיבה, מיר דארפען זיי אויסלערנען אז כן לא יעשה. זיי קומען נאך געלט ביי אונז ווען זיי ווערען ארעסטירט, זאלען זיי וויסען אז מיר שטיצען דאס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אבער גיי זאג פאר א טשאלמער אדער א שוויץ שמעקעדיגן (שטינקעדיגן) נטורי קרתא'ניק אז שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען זאלל ער אהיימגיין צו זיך אין שטוב און מאכן קידוש פאר די משפחה. און עסן די סעודה צוזאמען מיט זיין משפחה. און זיך נישט אנשיכור'ן ביי קידוש אין ביהמ"ד. און ארויסגיין זיך שלאגן מיט די חילונים און די פאליס...!
פרייטאג יולי 26, 2019 5:30 pm#433807
טאמער דו ביסט טאקע אזוי ווייט פון די צאלמערס ווי פון די פאליציי, און ביידער זענען נישט דיין רעליגיע, ביסטו בארעכטיגט אין גאנצען זיך מעלים עין זיין פון זיי, אזוי ווי אלע פרייע אידען וואס מיר באוויינען אבער דערווייטערן זיך פון זיי.
מוצ"ש יולי 27, 2019 8:25 pm#433808
איסר האטלקי האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:!the brutality goes both ways and both are not right

אויב די מעשה איז אמת. ביזדערווייל האט עס נאכנישט קיין איין פארלעסליך מקור.

די ישראלישע נייעס אגענטורן וואלטן עס באריכטעט מיט פאמפע, אבער קיינער דערמאנט נישט קיין זכר דערפון.

האב איך יעצט געשמועסט מיט אפאר קנאים, האבן זיי באשטעטיגט די מעשה.
מוצ"ש יולי 27, 2019 10:31 pm#433812
זיי האבן עס געזען, געהערט, אדער געליינט אויף ק"ש?
מוצ"ש יולי 27, 2019 10:34 pm#433813
.