Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?

גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
72 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 74 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13289
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 1:28 pm#438835
Re: גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?
ריכטיג האט געשריבן:הערליכע טעזע, ראובן.

אבער פונקט אזויווי אינעם ערשטן אשכול האב איך דארט געהאט א פראבלעם מיטן דין פון מורידין ולא מעלין, האב איך דא א פראבלעם מיט א שיינע פאר הלכות. איין דוגמא:

פארוואס דארף א פרוי פון א צוטיילטע זיווג בלייבן אן עגונה כל ימיה ביז דער מאן וועט נעתר לבקשתה זיין און גיבן א גט מרצונו הטוב (אויסער ממש געציילטע עקסטרעמע פעלער וואס מען זאגט כופין אותו עד שיאמר רוצה אני)? בשלמא אויב איז אידישקייט און תו"מ דעם אבסאלוטן אמת איז די תירוץ פשוט, כך עלה במחשבה, געפעלט מיר יא געפעלט מיר נישט. אבער לויט דעם אמונה-פשוטה-פאזיטיוו טעזע איז זייער שווער, וואס פארא פאזיטיווע נקודה זעהסטו דערין? (דעם דין האט שוין געקאסט א שיינע פאר אט"ד'ס).

אינעם פריערדיגן אשכול האסטו מיר גאנץ שנעל געענטפערט אז אה"נ, מורידין ולא מעלין שטימט נישט דערמיט. אויב איז דער זעלבער ענטפער גילטיג דא דאן מוז איך צוקומען צום מסקנה אז דיין טעזע, ווי קלינגענדיג עס איז נאר, איז נישט אין איינקלאנג מיט די ארטאדאקסישע יהדות ההלכה.
ריכטיג. @ראובן'ס מהלך איז אן אלטענאטיוו צו ארטאדאקסישע אידישקייט, אין א בחינה פון אז איך בין שוין במילא דא זאל עס כאטש זיין מיט השלמות הדעת.

נישט אז דאס איז די פארעם פון אמונה/אידישקייט וואס אונז האבן גע'ירש'ט פון אונזערע עלטערן.

ראובן, פארשטיי איך ריכטיג?

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 1:48 pm#438836
די פארעם פון אמונה/אידישקייט וואס אונז האבן גע'ירש'נט פון אונזערע עלטערן איז אז יעדער טוט וואס ארבעט פאר איהם, דוק ותשכח.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:43 pm#438841
Re: גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פארעם פון אמונה/אידישקייט וואס אונז האבן גע'ירש'נט פון אונזערע עלטערן איז אז יעדער טוט וואס ארבעט פאר איהם, דוק ותשכח.
גוט.

אבער איך רעד פון כלליות אמונה און אידישקייט, פרטים ארויף פרטים אראפ, קיינער גייט נישט זאגן אז מורידין ולא מעלין שטימט נישט מיט אמונה פשוטה וכדו', ראובן'ס מהלך איז מער גלייך צו די געדאנק פון רעפארם ווי צו אמונה פון אונזערע עלטערן.

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 3:18 pm#438843
א. מורידין ולא מעלין קען זייער גוט שטימען מיט אמונה פשוטה, איך קען גורם זיין אז דער געצנדינער זאל שטארבן ווייל לויט מיין טראדיציע איז ער א שטער פאר'ן מענטשהייט, איך דארף אבער נעמען אין חשבון אז דער מוסולמענער וועט טון צו מיר די זעלבע. ס'ווענדט זיך אין אונז צו אונז ווילן אז אונזער געזעלשאפט זאל ארבעטן אויף אזא אופן אז רעליגיעזע גרופעס הרג'נען און רצח'נען זיך איינער דעם צווייטן, און אויף דעם איז שוין דא דעם חזו"א וכו'.

ב. איך זעה נישט די גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון דער רמב"ם און די אמונה פון די רעפארמער, סך הכל גלייבט יעדער אין וואס ארבעט פאר איהם. דער רמב"ם האט געהאט א פראבלעם מיט אייזלען וואס רעדן האט ער געזאגט אז ס'איז געווען א חלום, די רעפארמער האבן א פראבלעם מיט אנדערע זאכן זאגן זיי אז יענע זאכן זענען חלומות, סך הכל גלייבט יעדער וואס ער וויל גלייבן.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 5:31 pm#438852
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. מורידין ולא מעלין קען זייער גוט שטימען מיט אמונה פשוטה, איך קען גורם זיין אז דער געצנדינער זאל שטארבן ווייל לויט מיין טראדיציע איז ער א שטער פאר'ן מענטשהייט, איך דארף אבער נעמען אין חשבון אז דער מוסולמענער וועט טון צו מיר די זעלבע. ס'ווענדט זיך אין אונז צו אונז ווילן אז אונזער געזעלשאפט זאל ארבעטן אויף אזא אופן אז רעליגיעזע גרופעס הרג'נען און רצח'נען זיך איינער דעם צווייטן, און אויף דעם איז שוין דא דעם חזו"א וכו'.


איך כאפ נישט ווי אונז דיסעגריען, אוודאי איז מורידין ולא מעלין שייך מיט אמונה פשוטה, אבער נישט מיט ראובן'ס אמונה פשוטה, ראובן'ס אמונה פשוטה איז ווי איך פארשטיי אן אמונה אין א סיסטעם מער ווי אין א אמונה אין גאט אין במילא אין זיינע געבאטן, די אמונה באשטייט פון גלייבן אינגאנצן אן שכל ווייל עס מאכט די לעבן פרייליכער.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ב. איך זעה נישט די גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון דער רמב"ם און די אמונה פון די רעפארמער, סך הכל גלייבט יעדער אין וואס ארבעט פאר איהם. דער רמב"ם האט געהאט א פראבלעם מיט אייזלען וואס רעדן האט ער געזאגט אז ס'איז געווען א חלום, די רעפארמער האבן א פראבלעם מיט אנדערע זאכן זאגן זיי אז יענע זאכן זענען חלומות, סך הכל גלייבט יעדער וואס ער וויל גלייבן.


דו מאכסט מיר טראכטן… ביסט גערעכט בעיקרון, אבער לגבי אונזער שמועס דא קומט עס נישט אריין, אונז האבן נישט מקבל געווען די רמב"ם'ס אמונה פון אונזערע עלטערן, אונז האבן מקבל געווען א גאר גאר פשוט'ע אמונה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט ראובן'ס.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 5:58 pm#438854
פארשטאנד האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:הערליכע טעזע, ראובן.

אבער פונקט אזויווי אינעם ערשטן אשכול האב איך דארט געהאט א פראבלעם מיטן דין פון מורידין ולא מעלין, האב איך דא א פראבלעם מיט א שיינע פאר הלכות. איין דוגמא:

פארוואס דארף א פרוי פון א צוטיילטע זיווג בלייבן אן עגונה כל ימיה ביז דער מאן וועט נעתר לבקשתה זיין און גיבן א גט מרצונו הטוב (אויסער ממש געציילטע עקסטרעמע פעלער וואס מען זאגט כופין אותו עד שיאמר רוצה אני)? בשלמא אויב איז אידישקייט און תו"מ דעם אבסאלוטן אמת איז די תירוץ פשוט, כך עלה במחשבה, געפעלט מיר יא געפעלט מיר נישט. אבער לויט דעם אמונה-פשוטה-פאזיטיוו טעזע איז זייער שווער, וואס פארא פאזיטיווע נקודה זעהסטו דערין? (דעם דין האט שוין געקאסט א שיינע פאר אט"ד'ס).

אינעם פריערדיגן אשכול האסטו מיר גאנץ שנעל געענטפערט אז אה"נ, מורידין ולא מעלין שטימט נישט דערמיט. אויב איז דער זעלבער ענטפער גילטיג דא דאן מוז איך צוקומען צום מסקנה אז דיין טעזע, ווי קלינגענדיג עס איז נאר, איז נישט אין איינקלאנג מיט די ארטאדאקסישע יהדות ההלכה.
ריכטיג. @ראובן'ס מהלך איז אן אלטענאטיוו צו ארטאדאקסישע אידישקייט, אין א בחינה פון אז איך בין שוין במילא דא זאל עס כאטש זיין מיט השלמות הדעת.

נישט אז דאס איז די פארעם פון אמונה/אידישקייט וואס אונז האבן גע'ירש'ט פון אונזערע עלטערן.

ראובן, פארשטיי איך ריכטיג?

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk

ניין, דאס איז אידישקייט. אוודאי זענען פאראן אנדערע סארטן אידישקייט -- פון די וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען ראציאנאל אויפווייזן אמונה, ביז די וואס זענען בלינד און אראגאנט און זאגן אז זיי זענען מאמינים אן קיין שום פשט אדער ביאור. אבער אן אויפריכטיגער שכל'דיגער מענטש קען נישט נוצן די סארט אמונה, על כרחך איז די אמת'ע אמונה נאר די אמונה פשוטה פון וואס מיר רעדן.

דאס אז ס'האט א פראבלעם מיט מורידין ולא מעלין מאכט עס נישט קיין קיין רעפארם. אייגנטליך, דו ביסט דען באקאנט מיט א פאל וואס אידן האבן אומגעברענגט א מענטש אויף וועמען דער רמב"ם פסק'נט מורידין ולא מעלין? ס'איז דאך פשוט אז ס'איז להלכה ולא למעשה.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 3:33 pm#438894
דאכצעך די רבני איזמיר האבן ארויסגעגיבן א פסק מורידין ולא מעלין אויף שבתי צבי. און לויט ווי איך האב אמאל געלייענט פון דוד אסף ברענגט ער מקורות אז מען פלעגט נאך שטילערהייט בהסכמת הרבנים נוצן דעם דין אויף מוסרים ביז ארום 200 יאר צוריק (הגם ס'האט נישט ממש אהער, מוסרים לפי מקומם וזמנם האבן לכאורה געהאט א סטאטוס פון רודפים, און סעלף דעפענס איז דאך מאראליש אויסגעהאלטן).
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 3:44 pm#438896
פארוואס האט מען נישט געהערט פון אזעלכע זאכן אין די לעצטע זיבעציג יאר? ס'זעהט מיר אויס אז די רבנים האבן אפגעמאכט אז די סארטן דינים האבן שוין עקספייערט.

אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די לשון פון ר' אבהו איז "אבל המינין והמסורות והמומרים היו מורידין ולא מעלין, זעהט אויס אז ר' אבהו האט געהאלטן אז די דין האט שוין דעמאלטס עקספייערט.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:09 pm#438898
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט געהערט פון אזעלכע זאכן אין די לעצטע זיבעציג יאר? ס'זעהט מיר אויס אז די רבנים האבן אפגעמאכט אז די סארטן דינים האבן שוין עקספייערט.
.

איך האב געטראכט אן אנדערע טעאריע, אז דאס האט צוטוהן מיט דעם חומה בצורה'דיגע אידישקייט זינט די קריג וואס איז א געקליבענע געמיינדע פון אזאנע וואס האבן געהאלטן דערביי, אלזא האלטן מיר נאכנישט ביי א דרגא צו דארפן דיעלן מיט מכם-ומבכם'ניקעס אויף אזא פארנעם ווי אמאל. לויט דעם קען זיין אז עס וועט טאקע גאנץ בקרוב צוריקומען אין פראקטיקע.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:13 pm#438899
איך מיין אז ס'פעלן נישט היינט קיינע OTDs (מומרים) און מוסרים.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:32 pm#438900
ראובן האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:הערליכע טעזע, ראובן.

אבער פונקט אזויווי אינעם ערשטן אשכול האב איך דארט געהאט א פראבלעם מיטן דין פון מורידין ולא מעלין, האב איך דא א פראבלעם מיט א שיינע פאר הלכות. איין דוגמא:

פארוואס דארף א פרוי פון א צוטיילטע זיווג בלייבן אן עגונה כל ימיה ביז דער מאן וועט נעתר לבקשתה זיין און גיבן א גט מרצונו הטוב (אויסער ממש געציילטע עקסטרעמע פעלער וואס מען זאגט כופין אותו עד שיאמר רוצה אני)? בשלמא אויב איז אידישקייט און תו"מ דעם אבסאלוטן אמת איז די תירוץ פשוט, כך עלה במחשבה, געפעלט מיר יא געפעלט מיר נישט. אבער לויט דעם אמונה-פשוטה-פאזיטיוו טעזע איז זייער שווער, וואס פארא פאזיטיווע נקודה זעהסטו דערין? (דעם דין האט שוין געקאסט א שיינע פאר אט"ד'ס).

אינעם פריערדיגן אשכול האסטו מיר גאנץ שנעל געענטפערט אז אה"נ, מורידין ולא מעלין שטימט נישט דערמיט. אויב איז דער זעלבער ענטפער גילטיג דא דאן מוז איך צוקומען צום מסקנה אז דיין טעזע, ווי קלינגענדיג עס איז נאר, איז נישט אין איינקלאנג מיט די ארטאדאקסישע יהדות ההלכה.
ריכטיג. @ראובן'ס מהלך איז אן אלטענאטיוו צו ארטאדאקסישע אידישקייט, אין א בחינה פון אז איך בין שוין במילא דא זאל עס כאטש זיין מיט השלמות הדעת.

נישט אז דאס איז די פארעם פון אמונה/אידישקייט וואס אונז האבן גע'ירש'ט פון אונזערע עלטערן.

ראובן, פארשטיי איך ריכטיג?

Sent from my Nexus 5 using Tapatalk

ניין, דאס איז אידישקייט. אוודאי זענען פאראן אנדערע סארטן אידישקייט -- פון די וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען ראציאנאל אויפווייזן אמונה, ביז די וואס זענען בלינד און אראגאנט און זאגן אז זיי זענען מאמינים אן קיין שום פשט אדער ביאור. אבער אן אויפריכטיגער שכל'דיגער מענטש קען נישט נוצן די סארט אמונה, על כרחך איז די אמת'ע אמונה נאר די אמונה פשוטה פון וואס מיר רעדן.


קודם זעה איך אז איך פארשטיי דיין מהלך, נאר דו טענה'סט אז "דאס" אידישקייט, אויף דעם שרייב איך אז דאס איז גאר עפעס ניי, נישט ווי איך האב געהערט פון מיינע עלטערן, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט אבער עס איז א דבר חדש.

ראובן האט געשריבן:דאס אז ס'האט א פראבלעם מיט מורידין ולא מעלין מאכט עס נישט קיין קיין רעפארם. אייגנטליך, דו ביסט דען באקאנט מיט א פאל וואס אידן האבן אומגעברענגט א מענטש אויף וועמען דער רמב"ם פסק'נט מורידין ולא מעלין? ס'איז דאך פשוט אז ס'איז להלכה ולא למעשה.


די פארגלייך צו רעפארם איז נישט אויף די דיטעלס, נאר בכלליות, רעפארם האט אויך אויסגעגליכן אידישקייט מיט די מציאות, טראדיציאנאלע אידישקייט גלייכט אויס די מציאות מיט אידישקייט.

די טענה אז מ'האט נישט אויסגעפיהרט געוויסע הלכות אפילו ביי טראדיציאנאלע אידישקייט ווי מורידין ולא מעלין איז קיין טענה, קודם כל ווייל מ'האט יא, ווי @ריכטיג מערקט אן פון אספ'ן אין דרך מלכות, און אויך ווייל מורידין ולא מעלין איז מדברים שבשתיקה, אבער חוץ מזה, דאס אז עפעס אן הלכה ווערט נישט למעשה אינפארסירט צוליב א דרויסענדע סיבה (ווי מוראה של מלכות) מאכט עס נישט אויס רעליגיעז וויכטיג, וואס איז מאסגעבענד איז וואס די גלייבער האלטן וואלט געדארפט זיין אין א מצב פון תיקון העולם, קלאר אז רוב אידן מיט אמונה פשוטה האלטן אז ווען משיח קומט גייט מען האקן קעפ פון די עמלקים רעכטס און לינקסט, זייגענדע מיט שטעקן-גייערס צוגלייך, דאס איז טראדיציאנאלע אידישקייט, דיין אמונה פשוטה איז א חידוש.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:34 pm#438901
און וואס איז מיט בן סורר ומורה, גייט מען דאס אויך טון?
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:38 pm#438902
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז מיט בן סורר ומורה, גייט מען דאס אויך טון?


פון א רעליגיעזע בליק? זיכער! (שטייצעך לויט די כללים פון חז"ל).

מאך זיכער צו מחנך זיין דיינע קינדער בעוד מועד ;)
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:39 pm#438903
חז"ל זאגן אז בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, יעצט זאג נאכאמאל, ווער איז די רעפארמער?
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:50 pm#438904
ווייס איך דען נישט וואס חז"ל זאגן אויף בן סורר ומורה? דערפאר האב איך צוגעלייגט אז עס דארף זיין לויט די כללים פון חז"ל.

וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז חז"ל האבן נישט ארויסגענומען כמה וכמה פסוקים פון איר פשט? וואס איז מיט עין תחת עין? ואטו כי רוכלא? עס איז טאקע אמת אז אונזער אידישקייט איז נישט די תורה אידישקייט עס איז חז"ל'ס אידישקייט.

אבער עס נעמט נאך אלס נישט אוועק אז די דאזיגע חז"ל אידישקייט איז וואס אונז האבן מקבל געווען, און אז ראובן'ס אמונה איז א נייע זאך.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 4:52 pm#438905
ביזטו מודה אז מבטל זיין עקספייערד מצוות איז א חלק פון טראדיציאנאלע אידישקייט, גארנישט מיט רעפארם צוטון.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 5:14 pm#438909
ניין.

טראדיציאנאלע אידישקייט מיינט אידישקייט פראקטיצירט היינט צוטאג ביי ארטאדאקסישע אידן, די אידישקייט -באשאפן דורך די חכמים בשעת בית שני אין דערנאך- נעמט נישט אן קיין דראסטישע טויש, אוודאי נישט צו מאכן מצות עקספייערן אין פאקטישן זין פון ווארט.

דאס אז חז"ל האבן געמאכט אידישקייט שטימען מיט די מציאות דעמאלט, האט נישט קיין שייכות מיט די קאנקרעקטע no change אידישקייט פראקטיצירט דורך רבני'שע אידנטוהם די לעצטע צוויי טויזענט יאהר, און דאס איז וואס מעטטערד אין די היצטיגע דיסקוסיע דא בנוגע ראובן'ס מהלך.

(רעדאגירט צו בעסער ארויסברענגען די נקודה)
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 6:46 pm#438912
ריכטיג האט געשריבן:דאכצעך די רבני איזמיר האבן ארויסגעגיבן א פסק מורידין ולא מעלין אויף שבתי צבי. און לויט ווי איך האב אמאל געלייענט פון דוד אסף ברענגט ער מקורות אז מען פלעגט נאך שטילערהייט בהסכמת הרבנים נוצן דעם דין אויף מוסרים ביז ארום 200 יאר צוריק (הגם ס'האט נישט ממש אהער, מוסרים לפי מקומם וזמנם האבן לכאורה געהאט א סטאטוס פון רודפים, און סעלף דעפענס איז דאך מאראליש אויסגעהאלטן).

ווי דו זאגסט, האט דאס נישט מיט דער הלכה פון מורידין ולא מעלין, נאר פון סאציאלער גערעכטיגקייט -- וואס מיר ווייסן פון חז"ל און די ראשונים אז בתי דינים און פרנסי הקהילות האבן געהאט א כוח צו שטראפן אז מ'זאל זיך אויפפירן מענטשליך. סתם שמועות איבער אמאל זענען דאך נישט אינטערעסאנט, און פארקערט, אויב איז אמת אז די רבני איזמיר האבן ארויסגעגעבן א פסק פון מורידין ולא מעלין אויף שבתי צבי איז דאך עס געווען בכוונה תחילה אז דאס איז נאר להלכה ולא למעשה, ווייל ס'איז בכלל נישט שייך געווען דעמאלט אז אידן זאלן אפיציעל איינעם הרג'ענען.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 6:53 pm#438913
פארשטאנד האט געשריבן:קודם זעה איך אז איך פארשטיי דיין מהלך, נאר דו טענה'סט אז "דאס" אידישקייט, אויף דעם שרייב איך אז דאס איז גאר עפעס ניי, נישט ווי איך האב געהערט פון מיינע עלטערן, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט אבער עס איז א דבר חדש.

די פארגלייך צו רעפארם איז נישט אויף די דיטעלס, נאר בכלליות, רעפארם האט אויך אויסגעגליכן אידישקייט מיט די מציאות, טראדיציאנאלע אידישקייט גלייכט אויס די מציאות מיט אידישקייט.

די טענה אז מ'האט נישט אויסגעפיהרט געוויסע הלכות אפילו ביי טראדיציאנאלע אידישקייט ווי מורידין ולא מעלין איז קיין טענה, קודם כל ווייל מ'האט יא, ווי @ריכטיג מערקט אן פון אספ'ן אין דרך מלכות, און אויך ווייל מורידין ולא מעלין איז מדברים שבשתיקה, אבער חוץ מזה, דאס אז עפעס אן הלכה ווערט נישט למעשה אינפארסירט צוליב א דרויסענדע סיבה (ווי מוראה של מלכות) מאכט עס נישט אויס רעליגיעז וויכטיג, וואס איז מאסגעבענד איז וואס די גלייבער האלטן וואלט געדארפט זיין אין א מצב פון תיקון העולם, קלאר אז רוב אידן מיט אמונה פשוטה האלטן אז ווען משיח קומט גייט מען האקן קעפ פון די עמלקים רעכטס און לינקסט, זייגענדע מיט שטעקן-גייערס צוגלייך, דאס איז טראדיציאנאלע אידישקייט, דיין אמונה פשוטה איז א חידוש.

כ'האב מורא אז דו פארשטייסט נישט. רעפארם האט געטוישט הלכה -- ווער רעדט דא בכלל פון הלכה? די נושא איז אמונה, און יעדער וואס איז ערנסט וועגן אמונה דארף קענען מסביר זיין וואס זיין אמונה איז. אין מיין ערשטן מאמר האב איך פארגעשטעלט דעם פראבלעם פון דעם ראציאנאלן בעל מחשבה אז ס'איז נישט מעגליך לאגיש אויפצואווייזן אידישקייט, און זיין אן אידיאט איז זיכער נישט קיין עסק, על כרחך מוזן מיר פארשטיין אז אמונה מיינט אמונה פשוטה וואס איז נישט אידיאטיש און אראגאנט. איינמאל מ'האט אוועקגעשטעלט יענע הנחות, קומען מיר צו צו דעם יעצטיגן מאמר און מ'נעמט עס א שטאפל ווייטער.

אלזא, זיי מיר מסביר גענוי וואו דו ביסט סטאק. אויב ביסטו נאך נישט מסכים מיט די פריערדיגע הנחות, ביטע שעהן גיי צו יענעם מאמר, און זיי מסביר וואס דיין פראבלעם איז. אויב ביסטו יא מסכים מיט מיינע פריערדיגע הנחות, נאר ביסט נישט צופרידן מיט וואס כ'שרייב אין דעם דאזיגן מאמר, ביטע שטעל קלאר וואו דו שטייסט, וואס דיין פראבלעם איז, און וואס דיין אלטערנאטיווע איז.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 7:03 pm#438916
איך האב געליינט אלע מאמרים אין די סעריע, מער ווי איינמאל, איך בין נישט סטאק.

וואס איך פראביר צו זאגן - ארגינעל פאר @ריכטיג - איז אז דיין מהלך מיט אמונה, און בעיקר אז מ'קען זאגן אז געוויסע מצות התורה ווי מורידין ולא מעלין זענען נישט אין איינקלאנג מיט אמונה, איז א נייע זאך, ווייל אמונה ארגינעל ווי איך האב מקבל געווען פון מיינע עלטערן קען נישט אויסשניידן קיינע מצות.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 7:54 pm#438918
פארשטאנד האט געשריבן:ניין.

טראדיציאנאלע אידישקייט מיינט אידישקייט פראקטיצירט היינט צוטאג ביי ארטאדאקסישע אידן, די אידישקייט -באשאפן דורך די חכמים בשעת בית שני אין דערנאך- נעמט נישט אן קיין דראסטישע טויש, אוודאי נישט צו מאכן מצות עקספייערן אין פאקטישן זין פון ווארט.

דאס אז חז"ל האבן געמאכט אידישקייט שטימען מיט די מציאות דעמאלט, האט נישט קיין שייכות מיט די קאנקרעקטע no change אידישקייט פראקטיצירט דורך רבני'שע אידנטוהם די לעצטע צוויי טויזענט יאהר, און דאס איז וואס מעטטערד אין די היצטיגע דיסקוסיע דא בנוגע ראובן'ס מהלך.

(רעדאגירט צו בעסער ארויסברענגען די נקודה)

איז וויאזוי ארבעט עס, זענען די מצוות התורה מחייב אדער נישט?

גראדע ווייס איך פון גענוג זאכן וואס מ'האט געטוישט, וויפיל אידן קענסטו וואס גייען תכלת? דו זיצסט אין סוכה שמיני עצרת? קאט די קרעפ.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:54 pm#438927
ראובן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דאכצעך די רבני איזמיר האבן ארויסגעגיבן א פסק מורידין ולא מעלין אויף שבתי צבי. און לויט ווי איך האב אמאל געלייענט פון דוד אסף ברענגט ער מקורות אז מען פלעגט נאך שטילערהייט בהסכמת הרבנים נוצן דעם דין אויף מוסרים ביז ארום 200 יאר צוריק (הגם ס'האט נישט ממש אהער, מוסרים לפי מקומם וזמנם האבן לכאורה געהאט א סטאטוס פון רודפים, און סעלף דעפענס איז דאך מאראליש אויסגעהאלטן).

ווי דו זאגסט, האט דאס נישט מיט דער הלכה פון מורידין ולא מעלין, נאר פון סאציאלער גערעכטיגקייט -- וואס מיר ווייסן פון חז"ל און די ראשונים אז בתי דינים און פרנסי הקהילות האבן געהאט א כוח צו שטראפן אז מ'זאל זיך אויפפירן מענטשליך. סתם שמועות איבער אמאל זענען דאך נישט אינטערעסאנט, און פארקערט, אויב איז אמת אז די רבני איזמיר האבן ארויסגעגעבן א פסק פון מורידין ולא מעלין אויף שבתי צבי איז דאך עס געווען בכוונה תחילה אז דאס איז נאר להלכה ולא למעשה, ווייל ס'איז בכלל נישט שייך געווען דעמאלט אז אידן זאלן אפיציעל איינעם הרג'ענען.

מ׳טרעפט טאקע אין תשובות הרא״ש (כלל יז סימן ח) אז ער פסק׳נט אויף אפצושניידן די צונג פון א מגדף בלשון ערבי, אויב גיבט די אראבישע ממשלה די רשות פאר בי״ד, און ער איז עס מסמיך ווייל די ארטיגע אראבער [די ארומיגע סאציאלע אונשטענדן] זענען זייער שטרענג אין די סארט זאכן ע״ש. (אגב, אין אנהויב כלל רעדט ער אויך ארום איבער דיני מסור.)

‏(אונז רעדן נישט דא פון א מאראלישן שטאנדפונקט, נאר פון א סאציאלן.)