מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:04 pm#435045
גוט, מ'האמיר שוין אמונה פשוטה. וואס יעצט?
המשך פון פריערדיגן מאמר.
איינמאל מיר האבן שוין ערקלערט אז אמונה קען נאר ארבעטן מיט אמונה פשוטה, און אמונה עפ"י חקירה איז מן הנמנע, און מ'קען עס בכלל נישט ערווארטן, דארפן מיר פארמירן א אידישקייט וואס שטימט מיט אמונה פשוטה. מיר האבן שוין פריער גערעדט פון דעם אז אזא אידישקייט דארף גיין מיט ענוה און פארשטענדעניש. יעצט ווילן מיר רעדן פון דעם אז א אידישקייט עפ"י אמונה פשוטה דארף זיין געשמאק.
פארוואס מוז אידישקייט זיין געשמאק? ווער זאגט אז דער רבוש"ע וויל אז אידישקייט זאל זיין געשמאק? אפשר דארף עס זיין שווער און אן קיין געשמאק? גוט געפרעגט. אבער דער תירוץ איז פשוט. מיר זענען נישט דא אויסצוגעפונען דעם רצון ה' – אויב יא, וואלטן מיר דאך חוקר געווען אויף די יסודות פון אידישקייט אויך. אונזער באשעפטיגונג איז אז אידישקייט זאל ארבעטן פאר אונז און געבן באפרידיגונג. און דאס איז א הכרח פאר אן אמונה וואס איז אמונה פשוטה.
וויאזוי איז א מענטש מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים? ווען אידישקייט וואלט געווען עפ"י חקירה, זי וואלט געווען א רעזולטאט פון זוכן דעם אמת, און דער אמת וואלט געצייגט אויף אידישקייט מיט א זיכערקייט, וואלט אידישקייט נאר געדארפט זיין אמת. דאס אז ס'איז אמת וואלט געצווינגען דעם חוקר איר מקבל צו זיין, נישט קיין חילוק צי זי איז געשמאק צי נישט. אבער ווען אידישקייט קומט נישט פון א זוך נאכ'ן אמת, נאר נאך א קבלה בלב האדם אז ער וויל אויף זיך נעמען אט די אמונה אן קיינע לאגישע חשבונות, דארף דאך דער מענטש האבן א סיבה איר מקבל צו זיין.
די סיבות קענען זיין פילצאליגע, אבער סוף כל סוף דארף דער מענטש וויסן הינטער זיין באוואוסטזיין אז אידישקייט גיט אים צו געשמאק אין לעבן – זי איז א פלוס, נישט קיין מינוס. אז א מענטש האט ליב זיינע עלטערן, און זיינע עלטערן זענען אידן, איז דאס א גוטע סיבה פאר אים אויך צו נעמען אויף זיך אידישקייט. אז ער האט ליב געהאט זיינע מחנכים, מלמדים, ראשי ישיבה – זיי האבן דאך אים געגעבן אט די רעליגיע, און גיין אין זייערע וועגן גיט אים א הנאה, איז דאס עפעס וואס איז א פיינע סיבה פאר אמונה פשוטה.
אז א מענטש שפירט אז זיינע קינדער-יארן זענען געווען גוטע אויפוואקסנדיג אלס איד. ער האט מצליח געווען אין חדר, ער איז דורך די בחורישע יארן בשלום – אז ס'ארבעט פאר אים, אז ס'גיט אים א לעבן, איז דאס גענוג סיבה צו מחליט זיין אנצוגיין מיט אידישקייט באמונה פשוטה.
אז זיין שידוך האט געקלאפט, אז זיין ווייב איז אן עזר כנגדו, אז זיינע קינדער באקומען וואס זיי דארפן אין אט דעם לעבן – יעדע פון די פאר זיך, זענען גענוג גוטע סיבות אז א מענטש זאל זאגן, יא, איך וויל דאס באמונה פשוטה.
אז איינער זעט אז זיינע טאלאנטן ווערן געשעצט, אז ער קען זיין אן איש מכובד, אז ער איז אנערקענט, און אחד מן החבורה – א גוטע סיבה אז דער הינטערן באוואוסטזיין זאל זאגן, יא, דאס וויל איך.
איר זעט, עס דארף זיין א סיבה אז א מענטש זאל בוחר זיין צו לעבן א געוויסן סארט לעבן – צומאל קען עס זיין ווייל ער האט חוקר געווען און איינגעזען אז דאס איז דער אמת. אט די זענען די אידעאליסטן. אבער מיר ווייסן דאך אז, א. בוחר זיין אידישקייט דורך חקירה איז נישט מעגליך; ב. רוב מענטשן זענען בכלל נישט מסוגל חוקר צו זיין; און ג. מיר וואקסן דאך אויף אז מ'דארף נאר גלייבן באמונה פשוטה. דערפאר, היות חקירת האמת קען נישט זיין אונזער סיבה צו בלייבן באמונה פשוטה, מוזן זיין אנדערע סיבות. און ווי מיר האבן געזען ביז אהער, קענען די סיבות זיין פילצאליג.
דארף יעדער איד זיין אויפריכטיג און מודה זיין אז זיין אמונה פשוטה איז נישט סתם קיין באשלוס אין דער וועלט אריין אן קיין שום סיבה וטעם. יעדער מאמין האט א סיבה דערפאר, און נאר אזוי קען מען אויף זיך נעמען דעם עול התורה והמצוות באמונה פשוטה. אפגערעדט פון רבנים, וכדומה, וועלכע האבן זוכה געווען צו שטייגן מיט זייערע טאלאנטן און ווערן אנערקענט אינערהאלב דעם סיסטעם פון אידישקייט, זיי קענען גרינג אידענטיפיצירן זייערע סיבות. אבער אפילו יעדער פשוט'ער מענטש וואס איז א מאמין וועט טרעפן ביי זיך די סיבות פארוואס ער איז א מאמין באמונה פשוטה, אויב טראכט ער אביסל אריין.
פונקט ווי יעדער אויבנדערמאנטער סיבה פאר זיך איז גענוג אז א מענטש זאלן דערפאר אננעמען די אמונה בפשיטות, קען יעדע איינע אויך זיין א סיבה אויף פארקערט. אז איינער איז דורך טראומא דורך זיינע עלטערן, קען ער צומאל אפלאזן אידישקייט נישט ווייל עס איז אים יעצט נתברר געווארן אז אידישקייט איז נישט אמת, נאר ווייל יעצט האט ער שוין נישט די סיבה צו מאכן דעם אמונה פשוטה'דיגן שפרונג. אז א מלמד האט אים פארגוואלדיגט, אז זיין רבי האט אים געווארפן איבער'ן דראנג, אז ער שפירט אז זיין שידוך האט נישט געטויגט, אז זיין עדיוקעישאן האט אים בארויבט פון פרנסה, אז זיינע פעאיגקייטן און טאלאנטן ווערן נישט געשעצט און האבן דא נישט קיין מקום – דאס זענען אלעס גוטע סיבות אז דער מענטש זאל צו זיך טראכטן: איך דארף גלייבן באמונה פשוטה? פארוואס?
ובכן דארפן מיר פארשטיין פון וואנעט דער OTDניק קומט. ניין, ער איז נישט פלוצלינג געווארן א גאנצער פילאזאף וואס "פארשטייט" אז אידישקייט איז נישט אמת, נאר ער האט פשוט פארלוירן זיין סיבה אויף מחליט צו זיין אז ער וויל גלייבן באמונה פשוטה. דער וועג וויאזוי ער האט פראקטיצירט אידישקייט גיט אים נישט דער בענעפיט וואס זי גיט פאר דיר און פאר אנדערע אז ער זאל מאכן דעם שפרונג אויף אמונה פשוטה. יא, דו האסט דיינע בענעפיטן וועלכע ברענגען דיר צו דיין אמונה פשוטה; ער האט דאס נישט. איז וואס בלייבט אז ער זאל אויף זיך נעמען דעם עול התורה והמצוות?
אשר-על-כן, קומען מיר צוריק צו וואס מיר האבן אנגעהויבן, אויב אידישקייט איז אמונה פשוטה, מוז זי זיין געשמאק. אויב מאכט מען נישט זיכער אז אידן זאלן טרעפן אין אידישקייט עפעס וואס וועט זיי געבן הנאה און בענעפיטן, לאזט מען נישט קיין סיבה אז זיי זאלן בוחר זיין צו גלייבן. אז מיר ווילן פארמיידן אידן פון אפלאזן די אמונה, אז מיר ווילן ערציען דורות וואס וועלן בוחר זיין צו זיין אידן, דארפן מיר זיי געבן די סיבה דערפאר. און די סיבה דארף זיין אז זי איז מוסיף עפעס פאזיטיוו צום לעבן, אנדערש קען עס נישט ארבעטן.
אז מיר אנערקענען שוין אז דער יסוד פון אידישקייט מוז זיין אז עס איז א קראפט פון פאזיטיוויטעט אין לעבן, דארפן מיר אויך אנערקענען אז דאס וואס איז געשמאק פאר דיר, מוז נישט זיין געשמאק פאר יענעם. על כרחך מוזן מיר צוקומען צו דער מסקנא אז הרבה דרכים למקום, און מ'מוז זען אז יעדע אידיש קינד זאלן קענען פירן זיין אדער איר אידישקייט מיט א וועג וואס ברענגט אים פערזענליך באפרידיגונג און הנאה.
מסקנא:
1. אידישקייט עפ"י חקירה ארבעט נישט.
2. מיר קענען נאר גלייבן מיט אמונה פשוטה.
3. אמונה פשוטה דארף א סיבה צו גלייבן.
4. די סיבה דארף זיין אז אידישקייט ברענגט פאזיטיוויטעט אין לעבן.
5. איינער וואס איז נישט פערזענליך נהנה פון אידישקייט וועט איר פארלאזן.
6. מיר דארפן זען אז אידישקייט זאלן זיין געשמאק.
7. היות יעדער האט אן אנדערן געשמאק, דארף אידישקייט זיין אינקלוסיוו, און אנערקענען פארשידענע וועגן וויאזוי צו ברענגען בענעפיטן און הנאה פאר יעדן.
סך הכל פון די צוויי מאמרים: אמונה פשוטה מוז ברענגען בויגזאמקייט, ענוה, פארשטענדליכקייט, א גרעסערן דגוש אויף בין אדם לחבירו, פאזיטיוויטעט, און אינקלוסיוויטעט.