פארומס › א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ

א בליק אריין אין "לב טהור" - הרב העלבראנץ

135 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #133
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אפריל 15, 2013 12:53 am#104844
איך האב יעצט געהערט א מוראדיגע געשיכטע וואס ווייזט בעיקר אז מענטשן פארשטייען נישט וויאזוי מען ברויך צו העלפן די אידן וואס קריכען פון דארט ארויס, ס'רעדט זיך איבער עפעס א אינגער בחור וואס דריידט זיך לעצטענס ארום אין קרית יואל, וואס קומט פון רב העלבראנץ. זיינע עלטערן זענען גאר געשוואוירענע חסידים דארטן, דער בחור איז געבוירן אינטער די השפעה פונעם רבין. נו וואס האט דא פאסירט.

דערציילט מיר מיין ראש ישיבה, אז פארגאנגענם סוף זמן, נאך פורים, באקומט ער א פאון קאל פון א עסקן דארט אין קרית רימענאוו, אז היות איינע פון אונזערע בחורים הייבען אן צו גליטשען פון וועג, זענען מיר געצווינגען אים תיכף ומיד צו פארשיקען פונעם שטעטל, דער בחור באלאנגט מער נישט ביי אונז. דערציילט ווייטער דער עסקן, אז מען האלט שוין דעם בחור איינגעשפארט פאר עטליכע חדשים אינגאנצען אליינס, מען האט אים דערווייטערט, ווייל ער איז א שרעקליכער געפאר פארן שטעטעל. למשל. ער רעדט פון סעל פאונס, ער לאכט צופיל, ער זאגט ליגענט, און ער טויג שוין נישט פון אלץ קינד, אבער ליידער עכ"ז אפי' מיט'ן זיין איינגעשפארט וויל ער זיך נישט טוישען. און ער זאגט אז מאנכע האבן אים גע'עצה'ט מען זאל אים שיקן קיין קרית יואל צום ראש ישיבה, אים אריינצונעמן און אויפהייבן און מאכן פאר א מענטש.

אויפגעשוידערט ביז גאר איבער אזא ערשט האנטיגע אביוז, און נאכ'ן זיך איבער רעדן מיט רבנים ועסקנים וואס צו טאן, האבן אלע גע'עצה'ט דעם ראש ישיבה אז ער זאל אים אוודאי אננעמען. איבערהויפט אז זיי ווילן אים גאר שיקן. בקיצור דער בחור קומט אן קיין קרית יואל קומט אריין אין ישיבה, און עס באווייזט זיך דער לב טהור באם. א בחור מיט א פארצייטישען פרומען אויסזעהן, א ריזיגע ביבער הוט מיט שווארצע זאקען, פרום אויף משוגע צו ווערן, ממשפחת הסרחי האט ער נעבעך אוועקגעסרוחעט, און גלייך הייבט ער זיך אן היימיש צו מאכען מיט די בחורים. און מען טענהט זיך שוין אהין און צוריק. ער קריטיקירט זייער פראסטע לעבן, נאך בו ביום הייבט ער אן רעדן פון די גדלות פון זיין רבין, און ווייזט זיינע ספרים ומכתבים, און זיי די בחורים, נאכען שוין הערן א שעור איבער זיין גורל קוקען אים נעבעך אן מיט שטארקע רחמנות געפילען, זיי פארגינען אים די פריייע שפראך עקספיריענס צום ערשטען מאל, און זאגן אים ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה. מיר זענען דא דיר צו העלפען.

אלע האבן גלייך פארשטאנען אז דער בחור איז דא אנגעקומען אויפן ריכטיגען פלאץ, עפעס א זכי' האט ער דאך געהאט, דער ראש ישיבה האט אים גענומען אונטער זיין אויפזיכט און געשאפט אש"ל אויף בין הזמנים, נישט גערעדט וועגן שכ"ל, די בחורים האבן פארשטאנען דעם נחיצות הענין וכו'

למעשה קומט בין הזמנים און דער בחור הייבט אן צו וואנדערן אין שטעטל און דערציילט פאר יעדען וואס וויל נאר הערן איבער זיין לעבנס געשיכטע, אלע האבן מיטלייד מיט אים און מען רופט אים פאר סעודות און צו שמועסען. אויך דערציילט ער אז די ישיבה איז נישט פאר אים ווייל ס'איז באמעס, זיי לאכען, זיי עסען בשר בהמה, זיי שפעטען פונעם רבין, און ער האלט אז ער דארף צוריקפארן קיין רימענאוו ווייל דארט האט ער כאטשיק דעם צדיק הדור, אלע פרובירן אים אויפצוקלערן. ביז ס'קומט איינער א בייזוויליגער ראטצער א געבוירענער שלעכטער און זאגט פאר דעם בחור ווי גערעכט ער איז, און ער זאל נישט אריין אין יענע ישיבה. און דער שלאנג הייבט אן תיכף צו רופען קיין רימענאוו מסביר זיין די סכנה וואס שוועבט אויף דעם בחור'ל אויב גייט ער אריין אין ישיבה. דער ראש ישיבה האט דאס וויי געטאן עד דכדוכה של נפש, מען רעדט דא נישט פון קיין כבוד אדער געלט נאר פשוט נפש אחת מישראל.

דער בחור איז ליידער אויפן וועג צוריק.
פרעג איך אייך וואס נאך וואלט איר ווען דא געטאן
מאנטאג אפריל 15, 2013 1:49 am#104874
מיסטער שם טוב, דו שרייבסט כאילו דו ביזט עפעס א שליח פון דיין ראש ישיבה, אבער "בארואיג דיך", דו וועסט במילא נישט טוישן "לב טהור", אבער וויסן זאלסטו, אז זייט איינער איז ארויס פון "רימענאוו" האט קיינער פון דארט נישט קיין ווארט אדער אן האלבע ווארט איבער אים, פונקט ווי מ'האט א ווארט אויף דיר האט מען א ווארט אויף אים, במילא ווילסטו אונז באשולדיגן איבער ווערטער פון עפעס אן אומבאקאנטן "בייזוויליגער ראטצער א געבוירענער שלעכעטער" וואס מיר האבן קיין אנונג וועמען דו מיינסט און וואס דו מיינסט, דער בחור איז ליידער "נישט" אויפן וועג צוריק, דאס ווייסן מיר זיכער. קיינער האט נישט גערעדט צו אונז קיין שלעכטע ווארט אויף דיין ראש ישיבה אדער אויף דיין ישיבה, מילא טמער האט איינער א געבוירענער שלעכטער וויי געטוהן דיר אדער דיין ראש ישיבה, עפן אויף אן אשכול אויף אים, און ס'האט גארנישט מיט אונז. טאמער דו ביזט אן אורנטליכער, ביטע אנשולדיג דיר, ווייל אן קיין שום שייכות צום עצם ענין פון לב טהור אדער זייערע באמ'ס, האט די פרשה גארנישט מיט אונז, און טאמער עפעס א געבוירענער שלעכטער האט וויי געטאהן פאר דיין ראש ישיבה נעם קער פון אים און לאז אונז צורוה, און בכלל קנה "שם טוב" קנה לעצמו... און דו דארפסט נישט אריין מישן א פרייוואטער בחור'ל אין זיין עתיד אין אן אינטערנאציאנאלע פרשה וואס איז במילא ווייט פון זיך ענדיגן...
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:57 am#104886
שפוי, זאג נאר, ס'דא איינער וואס האט עדות געזאגט אז שלמה העלבראנץ לייגט אסאך טעג נישט קיין תפילין אין דאווענט נישט, אין אז ער איז משביע בנקיטת חפץ פאר זיינע גבאים אז זיי טארען נישט אויסזאגען זיינע סיקרעטס,
היינט לייגט ער שוין תפילין אדער נאך אלץ נישט ?,

ער זיצט נאך שעות מיט פרויען אין פרעגט זיי אויס פריוואטע זאכען ? אדער ס'קיינמאל נישט אמת אין יעדער זאגט ליגענט,

ס'דא חאטש איין ערליכער איד מיט א מסורה אין הנהגה וואס האלט אז שלמה העלבראנץ גייט אויף א ריכטיגען וועג? ,

אויף ווילעך בעטען אז די נעקסטע מלקות עפיזד זאל מען קענען מיטהאלטען לייוו אנליין, וואס גייטעך אן אז נאך אידען האלטען מיט דעם מעמד נשגב,

נאך עפעס ווילעך וויסען, פארוואס האט זיך יוסל וואלדמאן אפגעלאזט פין ענק ? ער האט דאך אנגעהויבען אין די ריכטיגע רעלסען, אין פליצלונג האט ער געסטאפט, וואסי די מעשה ?

אין וואס טיצעך מיט נתן'ס קינדער, אפגעגנבעט אין פארטיג אדער ענק גייען עס צירוקגעבען ?


די שרייבסט אז מען וועט ענק נישט טוישען, אין איך זאג דיר אז שקר האלט זיך נישט פאר אייביג, צים סוף וועט ענקער קולט ציפאלען, דער באשעפער זעהט אין ווייסט אלעס אין צים סוף וועט ער באצאלען א פרייז פאר א יעדע טראפ צער וואס ער האט פאראורזאכט פאר אומשולדיגע אידישע קינדערלאך, דער באשעפער איז א מאריף אף אבער צים סוף קומט אן דער וגבי דיליה,
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:05 am#104892
shem-tov האט געשריבן:
דערציילט מיר מיין ראש ישיבה, אז פארגאנגענם סוף זמן, נאך פורים, באקומט ער א פאון קאל פון א עסקן דארט אין קרית רימענאוו, אז היות איינע פון אונזערע בחורים הייבען אן צו גליטשען פון וועג, זענען מיר געצווינגען אים תיכף ומיד צו פארשיקען פונעם שטעטל, דער בחור באלאנגט מער נישט ביי אונז. דערציילט ווייטער דער עסקן, אז מען האלט שוין דעם בחור איינגעשפארט פאר עטליכע חדשים אינגאנצען אליינס, מען האט אים דערווייטערט, ווייל ער איז א שרעקליכער געפאר פארן שטעטעל. למשל. ער רעדט פון סעל פאונס, ער לאכט צופיל, ער זאגט ליגענט, און ער טויג שוין נישט פון אלץ קינד, אבער ליידער עכ"ז אפי' מיט'ן זיין איינגעשפארט וויל ער זיך נישט טוישען. און ער זאגט אז מאנכע האבן אים גע'עצה'ט מען זאל אים שיקן קיין קרית יואל צום ראש ישיבה, אים אריינצונעמן און אויפהייבן און מאכן פאר א מענטש.



לויט וויפעל כ'קען דעם מהלך המחשבה פין דעם כיטרען שלמה העלבראנץ, איז זייער מעגליך אז די גאנצע מעשה איז א שפיל פין זיין זייט, כדי דער בחור זאל גיין אהין אין רעדען פין לב טהור, אין אפשר וועט עס האבען א השפעה אפילו נאר אויף איינעם, אין ער וועט קענען אריינחאפען נאך א קרבן, ער קען דרייען וועלטען נאר פאר איין מענטש, אמאל ארבעט ער חדשים צי אריינחאפען איין מענטש, דער איז הונגעריג אויף בלוט,

טאמער דער וואס ריפט פין לב טהור זאגט אז מען האלט דער בחור פארשפארט דאן דארף מען ריקארדירען דעם שמועס אין גלייך ריפען די פאליציי, (ע"פ הלכה איז עס מותר לכתחילה, אין ס'נישט נאר מותר נאר א חיוב)
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:16 am#104893
http://www.kcna.co.jp/index-e.htm
CPRK Warns US, S. Korea Not to Make Misjudgment
Pyongyang, April 11 (KCNA) -- The Secretariat of the Committee for the Peaceful Reunification of Korea (CPRK) released information bulletin No. 1029 Thursday.
The puppet group of south Korea, taken aback by the toughest steps taken by the DPRK to defend its dignity and sovereignty, is letting loose absurd remarks, the bulletin said, and went on:
Those concerned of the puppet regime including Chongwadae, experts and conservative media have remarked that the north will not provoke an all-out war even though it ratchets up threats. They are describing those steps as "brinkmanship tactics", saying that study into the inside of the north shows that the people are leading a peaceful life as usual.
They are also calling those steps an "extreme psychological warfare" and "sort of propaganda".
Our comment to their rhetoric about "psychological warfare" and "propaganda" is that they are free to think at their will but should not belatedly regret having done such a thing.
Now south Koreans buy out food and daily necessities out of extreme war-phobia, making volumes of sale soar.
Several countries are taking measures to provide shelter or evacuate their people residing in south Korea, and foreign students, businessmen and institutions are thrown into chaos, trying to find their way out of south Korea.
The puppet group of south Korea is resorting to smear propaganda campaign to seek its comfort by forcing others into death like itself.
The arrows indicating the merciless retaliatory strikes have already been drawn directing at the U.S. mainland, U.S. military bases in the Pacific and all other bases where the U.S. imperialist aggression forces station.
The powerful strike means of the revolutionary armed forces of the DPRK have been put in their places and the coordinates of targets put into the warheads.
Just pressing the button will be enough to turn the strongholds of the enemies into the sea of fire.
However, the south Korean regime is talking about "psychological warfare" and "propaganda campaign". This is a despicable act which can be done only by imbeciles and fools unaware of what an all-out action declared by the DPRK is like and what consequences their acts will entail.
As for their talk about peaceful activities in the north, it is the fixed will of the army and people of the DPRK to carry on production and construction till midnight today and have children taught at schools even though a war might break out tomorrow.
The DPRK has won victories in confrontation with the U.S. in this spirit and is waging an all-out action with it, with confidence in final victory.
The enemies should know that it is the era of the great Marshal Kim Jong Un, leader of the most powerful country and invincible great Paektusan nation.
The U.S. and south Korean war maniacs are gravely mistaken and misjudged if they think they can have lucky chance.
War can break out any moment and what remains to be done is merciless punishment of the enemies.
Belated regret will be useless and not a single man will be able to survive to regret for his doing.



Copyright (C) KOREA NEWS SERVICE(KNS) All Rights Reserved.
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:25 am#104895
נייעס פין נארט קארעא קומט טאקע אריין אין דעם אשכול, ס'דאך ענדליך צי לב טהור.......
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:46 am#104896
אז זייער לאגיק, פון די נארט קארעא נייעס אגענטורן וואס רעדן און ווייסן נישט וואס זיי רעדן, איז זייער ענליך צו די לאגיק פון די אלע וואס רעדן אין לב טהור און ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:10 am#104913
יהודי שפוי, גיב נאר א פרעג נתן העלבראנץ, אין די קאסטאם שיך פראדיצירערס, צו ס׳איז אמת צו נישט. ארז אלברנס, וועט נאך איינטאג גראמען מיט סוף גנב לתליה, די קאנאדישע אוטוריטעטן האבן שוין אויף אים א פראפיל. איין טרייסט האט ער אבער, אז די סאטמערע וועלן אים דינגען אדוואקאטן, ווייל ער איז נעבעך א קרבן פון די ציונים
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:19 am#104915
אין אמת'ן איז דער לב טהור רימאנאוו סעקטע נישט אזוי ווי נארט קאריע, עס איז מער ווי א סעקטע פין די פאליגימיסטען די מארמאנער, ביי זיי שפילט זיך אפ די זאך אויף דער זעלבער אופן. פארשטייט זיך מיט איין שינוי, אז מען האט מערערע פרויען, נישט נאר איין פרוי.

די ראש החבורה זאגט ווער עס זאל חתונה מיט וועם, מען גט מענער און פרויען און מען מאכט זיי חתונה מיט אנדערע, מען שיקט אוועק די בחורים'ליך וואס האבען נישט די ריכטיגע "אמונה" און התנהגות, מען רצח'ט אהן די בחורים מיט די גרעסטע אכזריות.

איך וואלט נישט געוועהן סופרייזט ווען איך הער אז עס טוט זיך דארט מאלעסטיעשען אין גרויסען. דארט בכלל איז איינגעפירט ביי קינדער אז מען מאכט פאלשער חתונות אסאך, עס ווערט געברענגט אין די פלעצער ווי די משוגעים דארט האלטען זיך גרויס דערמיט, און דאס איז אלעס מכחו של אותו זקן, דער געמיינער העלבראנץ, וואס לייגט אריין אין די קליינער קינדער זיי זאלען שוין וועלען חתונה האבען, אזוי אז ווען זיי היטען צוועלף דרייצען זענען זיי שוין פולקאם גרייט חתונה צו האבען. די קינדער מאכען פאלשער חתונות, און דערנאך א פאלשער ייחוד שטיבעל. און דער רעשט איז אפ צו דיין דמיון.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:53 pm#105085
ווייסט איינער די שייכות פון התאחדות הרבנים מיט קהל לב טהור ?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:53 pm#117330
היינט רודערט שוין ווידער וועגן העלבראנץ'ען, א פאמיליע פון 6 קינדער מיט עלטערן פון 49 און 46, האבן די נאכט פראבירט זיך אריינצושמוגלען קיין ירדן, און זענען ארעסטירט געווארן דורך ירדן'ער אוטאריטעטן.
ווי עס שיינט, ווילן די עלטערן זיך אריבערכאפן קיין קאנאדע זיך צו באזעצן ביי דעם העלבראנץ, פון וועמען זיי זענען לעצטענס געווארן אנהענגער, אבער פאמיליע מיטגלידער האבן פארלאנגט פון רעגירונג אמטן אז מען זאל זעהן אז דאס זאל נישט צישטאנד קומען, וויבאלד עס איז באקאנט אז דארט איז א סכנה צו לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און די איזראעלישע רעגירונג האט ארויסגעגבן א פארבאט אויף זיי צו פארלאזן דעס לאנד, ממילא האבן זיי פראבירט צו אנטלויפן דורך ירדן.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די פאמיליע פראבירט די שמוגלעריי, זיי האבן שוין איינמאל געשיקט צוויי אינגע טעכטער אהין מיט א פלוגצייג, ווי עס האט זיי שוין אפגעווארט צוויי בר מצווה אינגלעך וואס האבן זיי געברויכט צו הייראטן, אבער די קאנאדישע גרעניץ וועכטער האבן זיי צוריק געשוקט אויפן פארלאנג פון פאמיליע מיטגלידער וואס איז אינפארסירט געווארן דורך אינטערפאל.

m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=54833 m
מוצ"ש מאי 25, 2013 10:03 pm#117765
איך פארשטיי אינגאנצען נישט,
וויאזוי גייט דאס צו? אויב למשל וויל אן אמעריקאנער נטורי קרתא'ניק וואס איז אפגעפארן,
מאכן אן עליה קיין ארץ, קענען משפחה מיטגלידער זיך אריינמישן אין זאגן טשיילט עבויז פאר די קינדער? כמיין אפשר זאל מען לעגאל קענען שטערן א סאטמער'ע חסיד פין שיקן זיין קינדער קיין בעלזא מטעם טשיילד עביוז?
עפעס רעכטן קומען זיך דאך פאר עלטערן נישט אזוי?
מוצ"ש מאי 25, 2013 10:20 pm#117768
פסיכאלאג האט געשריבן:איך פארשטיי אינגאנצען נישט,
וויאזוי גייט דאס צו? אויב למשל וויל אן אמעריקאנער נטורי קרתא'ניק וואס איז אפגעפארן,
מאכן אן עליה קיין ארץ, קענען משפחה מיטגלידער זיך אריינמישן אין זאגן טשיילט עבויז פאר די קינדער? כמיין אפשר זאל מען לעגאל קענען שטערן א סאטמער'ע חסיד פין שיקן זיין קינדער קיין בעלזא מטעם טשיילד עביוז?
עפעס רעכטן קומען זיך דאך פאר עלטערן נישט אזוי?

דא איז נישט די שאלה צו די עלטערן האבן אנרעכט צו טוישן די גלויבונג פון די קינדער, די פראבלעם דא איז אז דער העלבראנץ שטעטל איז א סכנה פאר די קינדער, וויבאלד דארט גייט פאר אביוז, פיזיש ווי אויך מסוגיא דמאחוריי, ממילא האבן די פאמיליע און די רעגירונג אמטן א ״חוב״ דאס אפצוהאלטן און עס באהאנדלען ווי פיקוח נפש ממש
זונטאג מאי 26, 2013 3:23 am#117856
שטומט נישט איגאנצען, אויב וואלט ווען געווען קלארע און לעגאלע אויפווייזונגען אז דארט קומט פאר פיזישע און גייסטישע אביוז (און נאך דערצו אויף מאחורי ענינים) וואלט די רעגורונג שוין לאנג געמאכט סדר דארט, זיי וואלטען שוין אויסגעלערט דעם גייסטליכען פירער וואס מלקות מיינט...
זונטאג מאי 26, 2013 10:12 pm#118223
די רעגירונג האט שוין אפאר מאל אים אפיר גענומען, אבער דערווייל האבן זיי נאך נישט גענוג א שטארקע קעיס, אבער עס וועט אויף דעם אויך נאך אנקומען די צייט.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:57 pm#118442
שוין דא אשכול איבער דער "וויכטיגע" טעמע
l viewtopic.php?f=24&t=708 l
דינסטאג מאי 28, 2013 11:18 am#118805
אפדעיט: ירדן: די קינדער האט מען אוועק גענומען היינט פון די עלטערן אין אוועק גענומען די רעכטן פון די עלטערן צו די קינדער,
אין די עלטערן זענען איצטער אין קאסטעדי ביי מדינת ישראל
מיטוואך מאי 29, 2013 7:42 pm#119428
די שאלה איז בלויז פאר איינער וואס שעמט זיך נישט מיטן טיטל "סאטמעריסט".

עצץ האלטס אז די "מדינת ישראל" איז עצם הסטרא אחרא, כל פרצות הדור וכו' וכו', נו, וי אזוי זענט עטץ מסביר אז די זעלבע מדינת ישראל איז די ערשטע צו פארבאטן קהילת לב טהור, צו אפהאלטן משפחות פון קומען דארט. מיילא, א חבדניק, קען דאך זאגן "יכין רשע וצדיק ילבש", און דורך די תינוקות שנשבו וועט קומען די גאולה במילא אויך א 'גאולה פרטית' פון לב טהור, אבער עצץ אלץ סאטמארע אידן (אדער ענליכע קרייזן) מוזט דאך מודה זיין אדער די ציונים זענען "מושיעים של ישראל" אדער אז אפשר לב טהור איז גראדע 'טהור'?

ווי ס'הערט זיך, האט טאקע לב טהור שטיצע, בשם בעל הברך משה זיע"א, און א שטילע שטיצע פון אנדערע סאטמערע משפיעים. אבער ס'איז דאך א גוטע טעמע פאר "קאווע שטיבל".

ווער ס'האלט זיך נישט פאר א סאטמעריסט, זאל זיך ביטע נישט אריינמישן. ווייל די ענטפער איז דאך פארשענדליך פון זיך אליינס, אז די מדינה איז כשר וישר, און די "משטרה היהודית" דארף דאך "נעמען קעיר" פון די אלע "שונאי ישראל" "טאליבאן" כדוגמת לב טהור וכדומה. דאס איז דאך פשוט. אבער פון די אזוי גערופענע קנאים כדוגמת "וואלדמאן" פאדערט זיך א ענטפער. איז ציונות סטרא אחרא אדער נישט? טאמער יא, איז מהם תבוא תשועת ישראל, פארוואס האבן זיי אזא זכות צו אפהאלטן אידן פון צו פאלן אין די הענט פון די "סטרא אחרא..."?
מיטוואך מאי 29, 2013 8:04 pm#119437
דער חב"דניק דא קוקט מיר אויס צו זיין מער לבטהור'יש געשטימט ווי חב"ד. אין משנת חב"ד איז כמדומה נישט דא בכלל אזא מושג ווי "יכין רשע וילבש צדיק" אויף מדינת ישראל. מנחם פרידמן און שמואל היילמן נעמען אן פאר א פשטות אז די סיבה פארוואס ר' מנחם מענדל ז"ל האט קיינמאל נישט באזוכט אין ישראל (אנדערש ווי זיין שווער ריי"צ ז"ל) איז געווען ריינע התנגדות צום ציוני'סטישע שיבת ציון. נאר א לב טהור'ניק, מושפע פון תורת הברך משה מסאטמר ז"ל קען דאס אויסטארכטן אויף (לגביה) די ווילד פרעמדען חב"ד.
מיטוואך מאי 29, 2013 9:26 pm#119452
סתם פאר אינטערעסאנקייט, אז חבדניק האט שוין אויפגעברענגט דעי קאנטסעפט.

ווי אזוי האבן סאטמערע אידן רעגירט ווען מדינת ישראל האט געכאפט אייכמאן? בפרט די וואס זענען געווען אין די לאגערן.
מיטוואך מאי 29, 2013 10:06 pm#119464
קיינער לייקענט נישט אז זיי טויגן.
פארשטייצעך ווען ס'איז באשערט פון אויבן.
מיטוואך מאי 29, 2013 11:18 pm#119474
חבדניק האט געשריבן:די שאלה איז בלויז פאר איינער וואס שעמט זיך נישט מיטן טיטל "סאטמעריסט".

עצץ האלטס אז די "מדינת ישראל" איז עצם הסטרא אחרא, כל פרצות הדור וכו' וכו', נו, וי אזוי זענט עטץ מסביר אז די זעלבע מדינת ישראל איז די ערשטע צו פארבאטן קהילת לב טהור, צו אפהאלטן משפחות פון קומען דארט. מיילא, א חבדניק, קען דאך זאגן "יכין רשע וצדיק ילבש", און דורך די תינוקות שנשבו וועט קומען די גאולה במילא אויך א 'גאולה פרטית' פון לב טהור, אבער עצץ אלץ סאטמארע אידן (אדער ענליכע קרייזן) מוזט דאך מודה זיין אדער די ציונים זענען "מושיעים של ישראל" אדער אז אפשר לב טהור איז גראדע 'טהור'?

ווי ס'הערט זיך, האט טאקע לב טהור שטיצע, בשם בעל הברך משה זיע"א, און א שטילע שטיצע פון אנדערע סאטמערע משפיעים. אבער ס'איז דאך א גוטע טעמע פאר "קאווע שטיבל".

ווער ס'האלט זיך נישט פאר א סאטמעריסט, זאל זיך ביטע נישט אריינמישן. ווייל די ענטפער איז דאך פארשענדליך פון זיך אליינס, אז די מדינה איז כשר וישר, און די "משטרה היהודית" דארף דאך "נעמען קעיר" פון די אלע "שונאי ישראל" "טאליבאן" כדוגמת לב טהור וכדומה. דאס איז דאך פשוט. אבער פון די אזוי גערופענע קנאים כדוגמת "וואלדמאן" פאדערט זיך א ענטפער. איז ציונות סטרא אחרא אדער נישט? טאמער יא, איז מהם תבוא תשועת ישראל, פארוואס האבן זיי אזא זכות צו אפהאלטן אידן פון צו פאלן אין די הענט פון די "סטרא אחרא..."?


און ווען א מדינת ישראל סאלדאט האלט אפ אן אראבער פון זיך אויפרייסן האסטו אויך די זעלבע קשי'??? מהם תבוא תשועת ישראל???? פארוואס האבן זיי א זכות????

אז שמעון איז מיין שונא און לוי איז מיין שונא און בצפל קריגן זיך שמעון און לוי ארום צווישן זיך, האסט א פראבלעם דערמיט???? וועסט נישט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין???

דאס אז מדינת ישראל פרובירט אפצוהאלטן די משוגעים מאכט נאכנישט מדיענת ישראל גערעכט אין די אנדערע זאכן וואס זיי טוען. אבער מיט די פרט גיב איך זיי קרעדיט.

און פאר איך פארגעס....איך בין א סאטמאר'ער און איך שעם מיך נישט דערמיט.
מאנטאג יוני 10, 2013 10:35 am#123540
ברעיקינג! בחדרי ברענגט א שמועס מיט דעם מנובל'ס רעבעצין אליינס! וואס איז אנטלאפן בעור שיניה.
מאנטאג יוני 10, 2013 11:25 am#123564
יישר כח, פאר דער לינק.

אין די אלטע נייעס ווי דער זוהן פין העלבראנץ איז אנטלאפען, און דער שמועס פין אים מיט וואלדמאן איז געוועהן אויף יוטוב, רעדט ער דארט פין זיין מאמע ווי מען רודף'ט איר, און אים האט מען אויך גערודף'ט וועגען ער האט זיך אנגענומען פאר זיין מאמע.

בדרך אגב, אין דער לינק וואס די ברענגסט שטייט אזוי
במהלך השיחה, שחלקה צונזרה מסיבות משפטיות, מספרת הלברנץ כי פנתה לאחד מבני הכת שיעיד בפני בעלה על האלימות שהפנו נגדה הבחורים: "אמרתי לו: 'תלך להעיד לרבה'. אז הוא אמר לי: 'לא. הייתי רק 10 דקות'. אמרתי לו: 'אתה נבל זקן, נבל זקן'".


קען מיר איינער מסביר זיין אויף אידיש וואס דא שטייט?

וואס האט זי געזאגט און וואס האט ער געזאגט?
מאנטאג יוני 10, 2013 11:30 am#123568
זי האט געבעטן איינער פון די כת זאל גיין צו איר מאן די רבי און מעיד זיין אז די בחורים האבן איר געשלאגן האט יענער געזאגט ניין ,איך בין נאר דארט געווען צעהן מינוט ,האט זי געשריגן אויף עם דו אלטער מנובל.
מאנטאג יוני 10, 2013 11:34 am#123571
הייסט עס אז ער וויל נישט מעיד זיין ווייל ער האט נאר געזעהן פאר צעהן מינוט ווי מען פייניגט איר?

און אז ער וויל נישט ווערט ער א אלטע מנוול.

זעהט אויס זי אליין איז נישט גענוג קליג צו פארשטיין אז איר מאן איז גאר דער וואס שטייט אינטער די אלע אלימות. און ער גלייבט פשוט נישט, ער ווארט נאר אויף עדות.

דערמאנט מיר פין עפעס אנדרעש וואס מען פארלאנגט אייביג עדות.
מאנטאג יוני 10, 2013 11:55 am#123582
מאן דאמר
די רעגירונג האט שוין אפאר מאל אים אפיר גענומען, אבער דערווייל האבן זיי נאך נישט גענוג א שטארקע קעיס, אבער עס וועט אויף דעם אויך נאך אנקומען די צייט.
דינסטאג יוני 11, 2013 12:50 pm#123942
בחדרי האט עפעס צוריק געצויגן
ביי דעם לינק, זעט אויס ווי זיי האבן עפעס צוריק געצויגן:

הכתבה החדשה

זיי שרייבן דארט אזוי:

בתגובת הרבנית ל'בחדרי חרדים', היא מחתה על פרסום הדברים, לטענתה הפרסום מהווה לשון הרע ופגיעה בצנעת הפרט. הרבנית גם ציינה בפנייתה כי היא שוהה בארץ על רקע בעיה רפואית הקשורה עם משפחתה ולא נמלטה מהקהילה.


אז זי זאגט אז אלעס איז שקר, און זי רעגט זיך, איז אדער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן, אדער יש דברים בגו.

על כל פנים, ס'זעט אויס ווי מ'נעמט פרייוואטע זאכן און ממאכט פון דעם א וועלט מעשה פאר פארשידענע סיבות.

טאמער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן איז די פרסום הדברים אסור אויך על פי חוקי המדינה פון בחדרי.
דינסטאג יוני 11, 2013 1:18 pm#123948
שלום עליכם,
לאמיר נישט פארקריכען, זאג בקיצור, איר האט איידימער וואס מאכן דעם שווער לעבעדיג, אדער איר האט א שווערע לעבן, איר ליידט פון אנדערע?
עפן אן אשכול, שרייב וואס באדערט אייך, לאמיר זעהן וויאזוי מ'קען דיר גרינגער מאכן. אונז האמיר א גאנצע סטעף פון חברה, אן אייגענע בדחן, וכו'.
דינסטאג יוני 11, 2013 2:50 pm#123982
מיין שווער לעבן איז זייער קאמפליצירט
ס' מיינט אסאך זאכן:

ס' מיינט כפשוטו מיין שווער לעבן. (לאורך ימים ושנים טובות).

ס'מיינט מיין שוויגער אויך, ווייל אשת חבר כחבר.

ס'מיינט אויך אז איך האב א שווערע לעבן.

ס'מיינט אבער נישט אז איך האב איידימער, וואס מאכן מיר שווער, ווייל החכם עיניו בראשו ומתפלל שיהיו בניו זכרים, אז נישט איז זייער שווער....

עכ"פ, לו יצוייר וואלט איך געהאט איידימער וואלטן אלע געווען בדחנים, אזוי ווי מיין שווער לעבן נעמט נאר בדחנים אלס איידימער.

האסט געזאגט נישט צו פארקריכן, אלזא:

מיין שווער לעבן זאגט, אז א פרייוואטע זאך טאר מען נישט מאכן קיין פובליק אישו. מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

און מיט דעם איז מיין שווער גערעכט!

איך זאג נישט חלילה אז מיט אנדערע זאכן נישט,

ווען איך וועל דאס זאגן, וועט דאס אויך אריין לייגן אין ספק די עצם עובדא אז ער האט מיך אויסגעוועלט פאר זיין תכשיט'לע.

עכ"פ, נחזור לעניננו אז מיט דעם איז מיין שווער גערעכט.

און בכלליות מיין שווער לעבן זאגט אז א שווער איז אייביג גירעכט

און מיט דעם איז ער נישט גערעכט!

ווייל אויב יא, מיינט דאס אויך אז איך בין נישט גירעכט ווען איך בין חולק אויף מיין שווער.

אבער לאמיר נישט פארקריכן, ווייל דאס איז אויך א פרייוואטע זאך, און על פי חוקי המדינה, פרייוואט איז פרייוואט.

בברכה, מיין שווער לעבן
דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:55 pm#126743
לכל מבקש האמת.
718-557-7777
קרעדיט: לוח הציבור
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:16 am#227881
<a class="postlink" href="http://www.montrealgazette.com/touch/story.html?id=10267670">http://www.montrealgazette.com/touch/st ... d=10267670</a>
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:36 am#349437
עקשאן אין גוואטעמאלע: די רעגירונג האט אוועקגענומען אלע קינדער פון די לב טהור קולט.
ק\פ
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:48 am#349439
Lev Tahor @Z9.jpg
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:39 am#349457
Untitled.jpg
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm#349465
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:56 pm#349466
טרויבן88
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....

הה"ד ווער זענען אונזער עסקנים?
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:10 pm#349471
שלום על ישראל
טרויבן88
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....

הה"ד ווער זענען אונזער עסקנים?

וואס איז די ראשי תיבות?
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:13 pm#349472
הדא היא דכתיב
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:32 pm#349474
עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:49 pm#349477
mevakesh
עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים

איך פריי מיך נישט קיין חילוק פארוואס...
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:03 pm#349479
טרויבן88
mevakesh
עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים

איך פריי מיך נישט קיין חילוק פארוואס...

איך האב מיר באצויגען צו דעם
טרויבן88
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:14 pm#349490
כ'ווייס נישט צי מ'קען זיך פרייען, אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי, וואס גייט די רעגירונג טון מיט די קינדער? על מי נטשת את הצאן?
מען קען זיי פארטרייבן (ווי אין קענעדע) אדער באשטראפן מיט א קנס, אבער אוועקנעמען די קינדער?
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:40 pm#349492
יעצט זענען זיי כאטש תינוקות שנשבו...
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:55 pm#349495
איך באקום יעצט אן אישי פון אן אומבאקאנטען ניק היתכן איך בין מלמד זכות אויף העלבראנס קען מיר איינער מסביר זיין וואס דער יוד וויל?
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:41 pm#349503
שמעקעדיג
כ'ווייס נישט צי מ'קען זיך פרייען, אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי, וואס גייט די רעגירונג טון מיט די קינדער? על מי נטשת את הצאן?
מען קען זיי פארטרייבן (ווי אין קענעדע) אדער באשטראפן מיט א קנס, אבער אוועקנעמען די קינדער?

בעסער זאלן זיי זיין גוים ווי איידער אידן ביי העלבראנץ.
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:51 pm#349511
COME ON
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:13 pm#349515
שמעקעדיג
COME ON

איך מיין עס זייער ערענסט... איך ווייס נישט צי ווען מען דינט א מענטש (העלברנץ) און מען רצח'ט מיידלעך און קינדער... און געדענק אז 1 באשעפער ווייסט וואס מען טוט אלץ דארט, ווייס איך נישט וואס סאיז בעסער...
אדרבא זיי מסביר וואס א נחת רוח דער באשעפער האט פון העלבראנץ... און זיי מסביר וואס גאט טוט ווען מיידלעך און קינדער וויינען
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:46 pm#349524
http://www.youtube.com/watch?v=BpiCE4p1AEQ


אפשר קען ר' בערעלינו איבערטייטשן.