Under maintenance
הויפט זייט » האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13348
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:49 pm#459281
עמינדב האט געשריבן:איך קוק נישט אין די מין בוכער האב איך נישט געקליקט אויף דיין לינק.

אז נישט איז נישט, ניצחתני ניצחתני.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:56 pm#459283
ס'א חילוק די רעליגיע פון די הארץ.
יומען ביענגס האבן אזא אינסטינקט. ניין?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:58 pm#459285
ס'דא וואס יא און ס'דא וואס נישט, דו ביזט פון די וואס האבן עס יא און איך בין פון די וואס האבן עס נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:20 pm#459289
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא וואס יא און ס'דא וואס נישט, דו ביזט פון די וואס האבן עס יא און איך בין פון די וואס האבן עס נישט.



געבוירן אן דעם אדער האט מען געטעמפערט דערמיט?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:28 pm#459290
דו פרעגסט צו דו זאגסט?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 11:25 pm#459295
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו פרעגסט צו דו זאגסט?



איך פרעג.
I don't like assumptions.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 1:58 pm#459327
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:07 pm#459331
העי רביהק
אידישע הארץ איז א סימן פונעם אידישן פאלק לויט די אידישע חז"ל, "רחמנים".
אינגאנצען פארגעסן.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:20 pm#459335
נישט אייביג, מ'דארף וואוסן וואו איין און וואו אויס.

אמר רבי אלעזר, כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים. (מדרש תנחומא תחילת פרשת מצורע)

ואמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו, שנאמר כי לא עם בינות הוא על כן לא ירחמנו עושהו ויוצרו לא יחוננו. (ברכות לג. סנהדרין צב.)
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:56 pm#459344
אהא. קודם מאך אים אויס בר דעה אדער אן אכזר און דאן איז מען פטור פון רחמים. נישט פטור, נאר אסור. איך בין נאך פרום אויך...

די פראגע בלייבט, וואס קומט פריער. אים קרוינען אלטס שוטה/אכזר, אדער מיין החלטה צו אויסלעשן דאס רחמנות אינסטינקט.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:58 pm#459346
ווען האב איך געמאכט אן החלטה? כ'האב מורא אז דו פארמישסט מיך מיט א צווייטן.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:05 pm#459348
פון אנפאנג האב איך געקוואוט דיך פאר א ספרינגבארד פאר די אפיניען וואס האסט ארויסגעברענגט.
שפעטער האסטו למעשה יא ארויס געוויזן חיה'ישע הרגשים (ווי איך קוק עס אן) אז אויב ער האט נישט חרטה קען ער פוילן לעד ולעולמי, און אז די רחמנות באטטען איז ביי דיר גע'סעט אויף off.

וואס ס'איז נאר, איך מיין די דיעה נישט די פערזאן.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:15 pm#459349
מיין רחמונת באטטאן איז נאכנישט געסעט ווילאנג איך ווייס נישט וואו ער שטייט, און יא, איך האב חיה'שע הרגשים, און דו האסטו אויך נאר צו אנדערע מענטשן (נאציס? טערראריסן? מאפיאנערן? ISIS?), און ס'גארנישט שלעכט דערמיט.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:24 pm#459350
נו האסט דאך געזאגט אז אויף אכזרים מעג מען :)
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 7:19 pm#459361
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:זיצט א יוד 20 יאר אין תפיסה פאר עבירות וואס ער האט יא אדער נישט געטון, דאס איז זיכער אז א גוי וואלט נישט געזעצן אזויפיל יאר, איז ער געזעצן נאר ווייל ער איז א יוד, ענדליך קומט ער ארויס צו די פרייד פון זיינע נאנטע וואס האבן זיכער גארנישט געטון, איז מען דא דן צו אונז זענן מוחל?
א ווייטאג אז יודן רעדן אזוי אין די הייליגע טעג.

מאן יימר? עפּעס קראַנטע באװייזן פאר אייער טעאָריע האט איר?

בפּשטות איז ער געזיצן אזויפיל יאר װייל ער האט נישט געװאלט מודה זיין און אננעמען א פּלי באַרגן. גארנישט צו טוהן מיט זיין רעליגיע

-------------------

לעצם ענין האשכול: לדעתּי סעלעברירן א "בעל תּשובה" מיינט נישט אז מ'איז מצדיק זיינע מעשים בעבר. רעדן פון עהם און עהם באַשרייבן איז קיין עװלה, אזוי לאנג װי מ'זאגט נישט קלאָר אז ער איז געזיצן על לא עװל בכפּו
אין א געװיסן זין איז דװקא פארקערט, װי מער מ'רעדט פון עהם ברענגט עס ארויס דעם שלא תּמות כּדרך שמת פּלוני.
דאס איז אלעס כּמובן אז ער איז נישט עומד במורדו, װאס װי עס שיינט הערשט אַן אומקלארקייט דא איבער די מציאות

---------------------
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט געשטעלט אין סכנה א סאך אידן. איינוואוינער פון מאנרא. און אויך פון אנדערע געגנטער. אפילו דעם מרא דאתרא אליין האט ער אויך געשטעלט אין סכנה. ווייל די רעגירונגס פארשער האבן געזאגט אז ס'איז כמעט אוממעגליך אז דער רב זאלל נישט וויסן פון זיינע מעשים טובים.

װי מנחם ציון האט דערמאנט טראגט ר"א נישט א טינה בלב, װי מ'קען ברענגען א ראיה פון די בילדער װאס מ'האט ארומגעשיקט װי ער נעמט אױף זיינע קינדער און איז מעיין אין זיין ספר
מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:07 pm#460577
כ'האב געליינט אינטערוויא מיט סאמעט אין מאמענט , ער איז נאר ביזי אז ער איז מוחל דעי וואס האבן אים גע'מסר'ט. קיין איין ווארט וועגן זיין חרטה וואס ער האט געטוהן און וואס ער האט געטוהן פאר אנדערע מענטשן.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 12:10 am#460588
מיר האבען זייער רחמנות געהאט אויף זיינע קרבנות.

עס איז באקאנט וואס דער חפץ חיים האט געזאגט אויף איינעם וואס האט געהאט א מיתה משונה, "איך האב שוין געווארט אויף דעם דריסיג יאהר". נאך וואס יענער האט ארויסגעווארפן א אלמנה און יתומים און גאס, ווען זיי האבען נישט באצאלט די רענט וואס איז זיך אים געקומען. אבער מען טוט דאס נישט צו אלמנות און יתומים.

מיר פערזענליך האט דער מענטש נישט וויי געטוען חוץ פון די נקודה אז ס'האט זיך דאן געטוישט דער בליק פון א אמעריקאנער גוי, אויף דעם איד.

איך האף אז ער האט איבערגעבעטן זיינע קרבנות. ס'איז א שאד אז נאכן זיצן, זאל ער נאך דארפען זיצן אינעם אמת'ן גיהנום.

והוא רחום יכפר.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:31 am#460596
ביז ער האט געגעבן דעם אינטערוויו מיט'ן מאמענט (און פאר'ן בלאט) האביך געמיינט אז ער ווילל פאר א יעדן איינרעדן אז ער איז א צדיק. איצט זעה איך אז ער רעדט פאר זיך אליין אויך איין אז ער איז נאך א צדיק א בעל מדריגה. ער איז מוחל אפילו די וועלכע האבן אים געמסר'ט... לאל. וואס איז געווען איהם צו מסר'ן? אז ער האט נישט אנגעטון קיין מאסק. אדער ער איז געגאנגען אין חדר ווען די רעגירונג האט געהייסן אז מ'זאלל נישט גיין. אדער אז ער האט געדרוקט פאלש געלט. און מכשיל געווען אנדערע מיט צושפרייטן עס. אדער אז ער האט נאכגעמאכט ..."סערטיפיקעטס אף דעפאזיט"...און נאך אנדערע אזעלכע און ענליכע מעשים טובים. וועלכע האבן גורם געווען פאר אנדערע אידן צו גיין זיצן אין תפיסה. אויסער די גרויסע געלט שאדנס וואס ער האט גורם געווען פאר די מענטשן וועלכע זענען געפאללן קרבנות פון זיינע פעלשונגען. ניין. איך בין נישט געווען איינער פון די דירעקטע קרבנות. אבער דער חילול ה' וואס דאס האט גורם געווען איז זייער ווייטאגליך.

מאכטס איהם דאמאלס נישט פאר קיין צדיק יסוד עולם...ר'האט געטון עוולות. ר'איז געכאפט געווארן. ר'איז געווען אין תפיסה א שיינע פאר יאר. אהיימגעקומען. זאלל ער כאטש שטילל זיין. און נישט געבן אינטערוויוס פאר די אידישע מידיא. און זיך אהערשטעללן ווי א צדיק...!
זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:55 am#460599
ממש א מחי' צו ליינען דא, אזעלכע רעכטפארטיגע אידן וואס מאכן זיכער אז דער צווייטער איד זאל באקומען זיין פארדינטע שטראף אן רחמנות און אן קיין שארטקאטס נאר גענוי אזוי ווי די ריכטערין האט באשלאסן בעת ההיא, און גאטס-פארכטיגע וואס זארגן זיך פאר יענעמ'ס גיהנם, פדיון שבויים איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות אהער בכלל, כ'בין זיכער אז די אלע וואוילע אידן האבן נאך קיין עוולה נישט געטון אין זייער לעבן און וועלן אנקומען צום ב"ד של מעלה מיט א רואיג געוויסן. איך האף נאר אז מען זאל זיי נישט אויפנעמען אלס א חלק פון ב"ד של מעלה.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:59 am#460600
Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??
וואס יא די מען קען רעדן פון די קוראפטירטע געזעצן אין אמעריקע אז פאר ווייט קאלאר קריים גייט מען אין תפיסה וואס אין 2020 רוב מאדערנע לענדער זיצט מען נישט פאר גניבות

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 18, 2020 6:43 am#460606
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א מחי' צו ליינען דא, אזעלכע רעכטפארטיגע אידן וואס מאכן זיכער אז דער צווייטער איד זאל באקומען זיין פארדינטע שטראף אן רחמנות און אן קיין שארטקאטס נאר גענוי אזוי ווי די ריכטערין האט באשלאסן בעת ההיא, און גאטס-פארכטיגע וואס זארגן זיך פאר יענעמ'ס גיהנם, פדיון שבויים איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות אהער בכלל, כ'בין זיכער אז די אלע וואוילע אידן האבן נאך קיין עוולה נישט געטון אין זייער לעבן און וועלן אנקומען צום ב"ד של מעלה מיט א רואיג געוויסן. איך האף נאר אז מען זאל זיי נישט אויפנעמען אלס א חלק פון ב"ד של מעלה.

רוב עולם האט זיך באצויגן צום קעפל אויב אונז האבן שוין מוחל געווען, נישט איבער די שאלה צו ער דארף זיצן, אדער אויב זיצן נאך צוואנציג יאהר וועט אים מאכן איבערבעטן זיינע קרבנות.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:35 am#460616
קנדה האט געשריבן:וואס יא די מען קען רעדן פון די קוראפטירטע געזעצן אין אמעריקע אז פאר ווייט קאלאר קריים גייט מען אין תפיסה וואס אין 2020 רוב מאדערנע לענדער זיצט מען נישט פאר גניבות

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קנדה: דו ביסט גערעכט. ס'איז טאקע שוין צייט אז מ'זאלל ארויסנעמען פון די עשרת הדיברות (און פון די תורה,בכלל) דעם איסור פון גניבה. אין די היינטיגע מאדערנע, סאציאליסטישע וועלט (די פון שבת אחים) ווערט עס שוין נישט פאררעכנט פאר א קריים. איז דאך עס סתם אנטיסעמיטיזם אז מ'האטציך אנגעטשעפעט אויף דעם איידל'ן איד דעם צדיק הרב הגאון הקדוש שליט"א און מ'האט איהם סתם אזוי אריינגעטראסקעט אין תפיסה פאר 19 יאר.1/2
זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:39 am#460618
הרב שיף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א מחי' צו ליינען דא, אזעלכע רעכטפארטיגע אידן וואס מאכן זיכער אז דער צווייטער איד זאל באקומען זיין פארדינטע שטראף אן רחמנות און אן קיין שארטקאטס נאר גענוי אזוי ווי די ריכטערין האט באשלאסן בעת ההיא, און גאטס-פארכטיגע וואס זארגן זיך פאר יענעמ'ס גיהנם, פדיון שבויים איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות אהער בכלל, כ'בין זיכער אז די אלע וואוילע אידן האבן נאך קיין עוולה נישט געטון אין זייער לעבן און וועלן אנקומען צום ב"ד של מעלה מיט א רואיג געוויסן. איך האף נאר אז מען זאל זיי נישט אויפנעמען אלס א חלק פון ב"ד של מעלה.

רוב עולם האט זיך באצויגן צום קעפל אויב אונז האבן שוין מוחל געווען, נישט איבער די שאלה צו ער דארף זיצן, אדער אויב זיצן נאך צוואנציג יאהר וועט אים מאכן איבערבעטן זיינע קרבנות.

הרב שיף: אט דאס איז די נקודה. זיין חוצפה זיך אהערשטעללן ווי אן אומשולדיג שעפעלע. ווי א צדיק. א בעל מדריגה. אבער דאס ווילל דער חשוב'ער הרב שמעקעדיג שליט"א נישט איינזעהן. ער פארדרייט די אישו. כאילו איינער פרייט זיך אז ער איז געזיצן אין תפיסה...!
זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:55 am#460619
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א מחי' צו ליינען דא, אזעלכע רעכטפארטיגע אידן וואס מאכן זיכער אז דער צווייטער איד זאל באקומען זיין פארדינטע שטראף אן רחמנות און אן קיין שארטקאטס נאר גענוי אזוי ווי די ריכטערין האט באשלאסן בעת ההיא, און גאטס-פארכטיגע וואס זארגן זיך פאר יענעמ'ס גיהנם, פדיון שבויים איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות אהער בכלל, כ'בין זיכער אז די אלע וואוילע אידן האבן נאך קיין עוולה נישט געטון אין זייער לעבן און וועלן אנקומען צום ב"ד של מעלה מיט א רואיג געוויסן. איך האף נאר אז מען זאל זיי נישט אויפנעמען אלס א חלק פון ב"ד של מעלה.

כ'האב נישט געזען אפילו איינער דא טענה'ן אז ר' מרדכי יצחק דארף נאך זיצן אין תפיסה. אבער אין דער צייט וואס יעדער קרימינאל ווערט ליידער ביי אונז פארוואנדלט אין א העלד, מעג זיין א ווינקעלע וואו מ'געדענקט אז ער איז נישט קיין העלד. נישט אז ער קען נישט זיין קיין העלד. יעדער מענטש וואס איז דורך א טראומאטישע פאסירונג און קומט ארויס א בעסערער מענטש ווי אמאל קען דינען אלס אינספיראציע. אבער דאס איז נאר ווען דאס איז די נקודה, אז ער ברענגט ארויס וואו ער איז געווען אמאל, און וואו ער שטייט היינט.

דער אינטערוויו מיט'ן מאמענט האט מיך אויך געמאכט נישט קיין גוטן רושם. חוץ דאס וואס איז שוין דערמאנט געווארן אז ער דרוקט נישט אויס קיין שום חרטה אויף זיינע מעשים, קען איך נישט פארשטיין וויאזוי עס איז נישטא קיין איין ווארט קרעדיט פאר זיין אשת חיל וועלכע איז געשטאנען צו זיין זייט די גאנצע צייט און אויפגעצויגן זיין שטוב בשעת ער האט געשמאכט אין טורמע א דאנק זיינע מעשים טובים. אזוי ווייט, אז ווען דער אינטערוויוער פרעגט אים וויאזוי ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן אזא שיינעם שטוב קע"ה זיצנדיג אין תפיסה, ברענגט ער נאר ארויס אז עס זענען געווען גוטע אידן וואס האבן געהאלפן, אבער קיין ווארט וועגן די העלדישע פרוי וואס האט דאס אלעס געמאכט פאסירן.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:12 pm#460628
האסט יא געזעהן. איך האלט קלאר אז דער איזרעילי יונגאטש האט באקומען צוגעטיילט צו ווייניג יאר. עכ''פ ביז ער זעהט איין די שעדליכקייט פון זיינע מעשים טובים און דרוקט אויס פולע חרטה הן כלפי דער אמעריקאנער גאווערמענט וואס האט אריינגענומען דעם יונגאטש מיט זיין גאנצע ברייטע משפחה און ער האט זיי באצאלט מיט לויטער שלעכטס ווי ר' בערעלינו איז שוין מאריך, הן כלפי זיינע אומצאליגע שולדיגע און אומשולדיגע קרבנות, והן כלפי די גאנצע אידישע קאמיוניטי וועמנס נאמען ער האט אזוי שענדליך פארשוועכט.