Under maintenance
הויפט זייט » האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13348
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:44 am#436166
האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??
אין די לעצטע יארען איז מרדכי יצחק סאמעט געווארן א סעלעבריטי ביי אונז , נאכדעם וואס ער זיצט שוין נאנט צו צוואנציג יאהר אין תפיסה

now don't get me wrong ,
איך האלט אז ער באלאנגט שוין נישט אין תפיסה. געניג איז געניג !! יא , ער איז געוועהן א געפערליכע פארברעכער , וואס האט נישט נאר געשווינדעלט , נאר אויך אריינגעלייגט אנדערע אידן אין געפערליכע פראבלעמען. אבער וויפיל יאהר דארף מען וועגן דעם באראבאווען פון אים וועגן דעם? פינעף יאהר ? צעהן יאהר ?? ס'כאפט א טרייסעל צו ליינען אז ווען ער איז אריין אין תפיסה האט ער נאך נשיט חתונה געמאכט קיין איין קינד אין היינט האטער שוין איבער 50 אייניקלעך!! ס'איז קאלטבליטיגע רשעות אזוי צו רויבן פון א מענטש אזא גרויסע חלק פון זיין לעבען

אבער ס'איז דא א גרויסע "אבער" ,
פייטען קעגן אינזער רשעו'תדיגע justice system איז איין זאך , און מאכן מר. סאמעט פאר א סעלעבריטי איז א צווייטע זאך. איך געדענק זייער גיט ווען מ'האט אים ארעסטירט איז געוועהן א גרויסע שמחה ביי היימישע אידן. יעדער האט ההנאה געהאט אז מ'האט אראפגנומען אזא קרימינעל פון די גאסן . ער האט נעבעך איינגענארט בחורים און אנדערע נא'איווע אידן וואס זענען געזעצן וועגן דאים און געהאט גרויסע פראבלעמען.

א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

ווען א מענטש ווי ער איז א חלק פון אונזער סאסייעטי און שעדיגט מענטשען אין אונזער סאסייעטי איז דא א תביעה פון אונז צו אים , און די פאקט אז ער שמאכט אין תפיסה איז נישט געניג א סיבה אים מוחל צו זיין און מאכן פאר א הירא. ער איז נישט קיין הירא . יא , מ'דארף אים העלפען ארויסקומען פון תפיסה , אבער מ'טאר אים נישט געבען קיין כבוד און מ'קען נישט נעמען פון אים חיזוק און מוסר פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.

אונזער סאסייעטי טאר נישט מוחל זיין מרדכי יצחק סאמעט פאר ער בעט אונז פאר מחילה!!
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:07 am#436169
המלוכה והממשלה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ס'איז היינט אזא וועלט אז אויב מ'זאגט ארויס א מיינונג וואס איז נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע ווערט מען פארשריגן מיט כל'ערליי צו נעמען...!

איך בין מלמד זכות פארוואס דער עולם איז בכלל נישט אויפגעברויזט אויף די מעשים טובים וואס דער איד האט אפגעטון. אז רוב היינטיגע יונגעלייט זענען נאך געווען בחורים און יונגלעך אין יענע יארן...

אויך איז דא ווער ס'ווילל פארגלייכן זיין קעיס צו רובאשקין. ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך. רובאשקין האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה. און ער האט פאקטיש נישט עובר געווען אויפ'ן געזעץ. משא"כ ר' מרדכי יצחק סאמעט האט געטון געפערליכע זאכן (אויסער די מולטי מיליאן דאללאר גניבות) וועלכע האבן געקענט שטעללן די לעבנס פון א סאך מענטשן אין א סכנה של ממש. נאכמער. אויסער וואס ער האט פארפלאנטערט א סאך אומשולדיגע אידן מיט'ן געזעץ. האט ער געשטעלט אפילו דעם רב פון שטעטל קרית יואל אין סכנה אז די רעגירונג זאלל זיך אנטשעפען אויף איהם אויך אז ער איז געווען א חלק פון זיינע שווינדלערייען. אדער לכה"פ געוואוסט וואס ס'גייט פאר...!

יא. מ'דארף ארבעטן פאר זיין באפרייאונג. אבער קיין העלד איז ער נישט...!
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:03 pm#436173
א בושה אז איר שרייבט מיט אזא קאלטבליטיגקייט
איך ווייס אז איר גייט דא ווייטער ספינען פארוואס איר זענט גערעכט מיט אייערע מיינונגען, ומ"מ כתבתי דלא יאמרו מדשתקי ש"מ דניחה לי'
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:13 pm#436177
די דיני התורה ווי זיך צו באגיין מיט אזא מענטש זענען פילפאכיג מער קאלטבלוטיג, א בושה אז איר קומט ארויס אפן קעגן די תורה הקדושה, טו תשובה!!!!
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:27 pm#436179
Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??
און וואס טוהט זיך מיט שלום ווייס? ער זיצט אויך דארט אין אטעסוויל חד גדיא שוין קרוב צו 18 יאר!!!!!
מ'הערט נישט פון איהם ווייל ער האלט זיך שטיל. אבער ער מעג שוין ארויסגיין.
שלום בן לאה.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:29 pm#436180
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

.........פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.


א מענטש קען זיצן אזויפיל יאר און נאך אלעם נישט ארויסווייזן חרטה..... אפשר איז די סיסטעם טאקע נישט די ריכטיגע מהלך... נאך אזויפיל יאר האט עס גארנישט געווירקט אויף איהם...
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:50 pm#436182
1000% מסכים
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:31 am#436209
Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??
עס מוז זיין אז די ליינסט נישט דורך זיינע ארטיקלען, וועל דיר איד הערט נישט אויף צו רעדן פון חרטה, ער שרייבט גאר אסאך דערוועגן וויאזוי ער האט יעדן צוריקבאצאלט, און אז ער שפירט זייער אפט וויאזוי אומבאטעמטע זאכן וואס פאסירן דארט און תפיסה קען ער ממש זעהן ווי עס איז מידה כנגד מידה אויף וואס ער האט חוטה געווען.

ווי אויך ווייס איך קראנט אז ער האט יעדן איבערגעבעטן, רוב האבן אים שוין מוחל געווען במשך די צייט.

און ניין ער דארף לכאורה נישט ארויסקומען איבערבעטן מיר אין דיר פאר זאכן וואס ער האט אונז נישט וויי געטאן.
פרייטאג פעברואר 21, 2020 5:21 pm#443252
צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.

קיינער זאגט נישט אז ער איז נישט באגאנגען קיין עוולות, אבער יעדער פון אונז האט שוין געטון עוולות, בפרט אין די יונגע יארן. מען ווערט עלטער, רוב מענטשן האבן חרטה אויף די מעשה נערות, מען ווערט ערנסטער, און עס איז צייט צו קוקן פאראויס, נישט חרוב מאכן איינעמ'ס לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליב א עוולה וואס מ'האט געטון אין די יונגע יארן. מיר אידן זענען בעסער ווי דעם.
מוצ"ש פעברואר 22, 2020 11:55 pm#443260
חטאת נעורים איז פין די בעסטע גילט טריפס.
זונטאג פעברואר 23, 2020 1:56 am#443264
שמעקעדיג האט געשריבן:צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.

קיינער זאגט נישט אז ער איז נישט באגאנגען קיין עוולות, אבער יעדער פון אונז האט שוין געטון עוולות, בפרט אין די יונגע יארן. מען ווערט עלטער, רוב מענטשן האבן חרטה אויף די מעשה נערות, מען ווערט ערנסטער, און עס איז צייט צו קוקן פאראויס, נישט חרוב מאכן איינעמ'ס לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליב א עוולה וואס מ'האט געטון אין די יונגע יארן. מיר אידן זענען בעסער ווי דעם.


איך בין זייער פרייליך אז ער קומט שוין ארויס אבער ער איז נישט א היראו
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
now don't get me wrong ,
איך האלט אז ער באלאנגט שוין נישט אין תפיסה. געניג איז געניג !! יא , ער איז געוועהן א געפערליכע פארברעכער , וואס האט נישט נאר געשווינדעלט , נאר אויך אריינגעלייגט אנדערע אידן אין געפערליכע פראבלעמען. אבער וויפיל יאהר דארף מען וועגן דעם באראבאווען פון אים וועגן דעם? פינעף יאהר ? צעהן יאהר ?? ס'כאפט א טרייסעל צו ליינען אז ווען ער איז אריין אין תפיסה האט ער נאך נשיט חתונה געמאכט קיין איין קינד אין היינט האטער שוין איבער 50 אייניקלעך!! ס'איז קאלטבליטיגע רשעות אזוי צו רויבן פון א מענטש אזא גרויסע חלק פון זיין לעבען
זונטאג פעברואר 23, 2020 7:12 am#443274
אמע"כ הרבני הרב המשלשל בשלש שלשולים המלוכה והממשלההי"ו

איך ווייס נישט צו וואס דו ווענדסט זיך דא און צוליב וואס דו האסט געווידמעט דיין אשכול, ס'הייסט, דו ביסט פרייליך פאר אים אז ער קומט ארויס אבער משום איזה סיבה שהוא מוזטו נאר צוליב דיין אויפריכטיגקייט ארויסומען מיט אן ענטליכער מחאה אז מען מאכט אים פאר א הירא.

לערן זיך אויס א כלל, יעדער איינער וואס טוט עפעס היסטאריש איז א הירא, ומי לנו גדול ווי אסאמא בין לאדין וואס איז געדעקט געווארן אין יעדן פארשטופטן נייעס סטאנציע אין יעדן פארשטופטן ארט אין די וועלט, דאנעלד טראמפ איז אויך א אומסטאבילער מענטש געווען אלע יארן און דאך איז ער געווען געדעקט איבעראל.

לעניננו, מרדכי יצחק סאמעט איז געווען א שווערליכער קרימינאל און זייער פיל שלעכטס אנגעזייט, אבער יעצט נאך אזוי לאנג זיצן האט מען מחליט געווען אז עס איז שוין צייט אז ער זאל אהיימגיין, ער גייט מער נישט טון וואס ער פלעגט טון, יעדער ווייסט דאס.

א הירא איז ער יא, וויבאלד ער גייט ארויס פריער ווי זיין טערמין, און א דאנק די נייע רעפארמירטע געזעצן, און אז יעדער איינער קען זיין נאמען פון הינטער די טורמע ווענט א.ד.ג.

אויב וועט מען מאכן מיט אים וואס מען והאט געמאכט מיט רובאשקין דאן וועסטו קענען שרייבן דעם אשכול, אבער יעצט וואס ווילסטו? האט איינער געזאגט אז ער איז א צדיק, האט אים איינער געגעבן גערעכט אויף זיינע מעשים?

וואס איז דיין ציל?
זונטאג פעברואר 23, 2020 10:17 am#443279
אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.
זונטאג פעברואר 23, 2020 1:10 pm#443284
שמעקעדיג האט געשריבן:צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.


פון ווי זעסטו אז ה' האט אים שוין מוחל געוועהן?? ער מעג שוין ארויסגיין לחפשי אפילו אהן מחילה. אז מ'איז אים נישט מוחל מיינט עס אז וועגען דעם דארף ער שמאכטען אין תפיסה ביז ער שטארבט??? מיינסט אז די אייבישטער איז א סאדיסט וואס ווען אים לאזן שמאכטען אין תפיסה לעולם ועד פלעין ווייל ער האט נישט געבעטן מחילה??

איך האב לכתחילה געשריבען אז ער איז שוין געניג געזעצן. איך בין באמת פרייליך אז ער קומט ארויס , איך בין פרייליך פאר זיין משפחה וואס האט אזוי פיל מיטגעמאכט , (בעיקר וועגן מרדכי יצחק'ס ווילדער קרימינאלע אקטיוויטי'ס) , און איך בין אפילו פריילך פאר מרדכי יצחק אליינס. געניג איז געניג , ס'האט א שיעור וופיל א מענטש דארף זיצען אין תפיסה!!

אבער מיט דעם אלעס איז ער נישט קיין העלד!! ער באלאנגט נישט אויף א קאווער פון א היימישע מעגעזין מיט שיינע טיטעלען , און ס'איז א שאנדע אז ער פארקויפט אמונה יעדע וואך אין צייטונגען אין זיין ביך פארקויפט מען אין די סטאר'ס.
זונטאג פעברואר 23, 2020 11:27 pm#443309
טשילער האט געשריבן:און וואס טוהט זיך מיט שלום ווייס? ער זיצט אויך דארט אין אטעסוויל חד גדיא שוין קרוב צו 18 יאר!!!!!
מ'הערט נישט פון איהם ווייל ער האלט זיך שטיל. אבער ער מעג שוין ארויסגיין.
שלום בן לאה.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

טשילער: אפילו דער קעיס פון שלום ווייס איז נישט גלייך צו דעם קעיס פון סאמעט. שלום ווייס האט טאקע געטון מולטי מיליאן דאלאר'דיגע שווינדלען. אבער דאס איז אלעס געווען בינו לבין עצמו און די (רייכע) אינשורענס קאמפעניס. ער האט נישט אריינגעמישט קיין שום יחיד און איהם געמאכט פאר א שליח אדער שותף אין די קרימינאלע מעשים. ביודעים ובלא יודעים. ומכלל הן אתה שומע לאוו. אפגעזעהן פון וואו די סימפאטיעס פון הרב שמעקעדיג ליגן...!
זונטאג פעברואר 23, 2020 11:36 pm#443310
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.

דאס איז די אויפפאסונג פון "טיים" מעגעזין און פון די נאבעל פרייז קאמיטע. אפגעזעהן צי ער האט געטון גוטס אדער שלעכטס. וויבאלד מ'רעדט פון איהם איז ער ראוי צו כבוד...! זיי (ביידע) האבן געקענט נאמינירן א מאנסטער און רוצח ווי היטלער, ימ"ש פאר דעם שלום פרייז. און ..."מאן פונ'ם יאר"...!
מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:05 am#443316
berlbalaguleh האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.

דאס איז די אויפפאסונג פון "טיים" מעגעזין און פון די נאבעל פרייז קאמיטע. אפגעזעהן צי ער האט געטון גוטס אדער שלעכטס. וויבאלד מ'רעדט פון איהם איז ער ראוי צו כבוד...! זיי (ביידע) האבן געקענט נאמינירן א מאנסטער און רוצח ווי היטלער, ימ"ש פאר דעם שלום פרייז. און ..."מאן פונ'ם יאר"...!

בדיוק לזאת התכוונתי
מאנטאג פעברואר 24, 2020 1:26 pm#443328
ווען ער וואלט געוועהן א שווינדלער פאר זיך אליינס מילא. ער האט אריינגענערט אסאך אנדערע מענטשען אין די זאק אריין. איך האב א פירסט קאזין וואס איז געגעאנגען זיצן וועגן אים אכצן חדשים. און ער האט אפילו נישט געמאכט קיין איין פעני פון סאמעט... ס׳האט אים געקאסט זיין לעבן...

מ׳האט דעם סאמעט געווארענט טוינזט מאל. מיין פאטער האט געהאט א אפיס לעבן אים מיט יאהרן צוריק, ער האט נאר געוואלט יעדעם אריינשלעפן אין זיינע שווינדלערייען...

ער האט גארנישט געטוהן וואס ער זאל ווערט זיין צו ווערן באטיטלט אלץ א הירא!

איך וואונדער מיך וויאזוי גייט צוגיין זיין באפריינוג?

ער שרייט שוין באלד 20 יאהר אז ער הייסט נישט סאמעט. סקומט די טאג ווען ער ווערט באפרייט. מ׳רופט אויס סאמעט קענסט אהיימגיין!
ער הייבט זיך אויף און וויל ארויסגיין. איין מינוט!? כהאב געמיינט דו הייסט נישט סאמעט???

שוין באלד ווי יענער וואס איז געגעאנגען נעמען א פטור פון צבא ווייל ער איז טויב און ווען די דאקטער האט אים געזאגט, קענסט אהיימגיין, הייבט ער זיך אויף און גייט ארויס.

כהאב געמיינט אז דו ביסט טויב? הא?
מאנטאג פעברואר 24, 2020 5:17 pm#443335
איך שפעקעליר אזוי, וואס איז די באדייט פון טורמע? איז דאס א שטראף? אדער עס איז געמאכט צו האלטן געפארפולע מענטשן אונטער גראטעס?

מיר קאנען דעם מיסטער סאמעט. ער איז קיין געפאר פאר די מענטשהייט. און אויב א שטראף, איז ער שוין גענוג באשטראפט געווארן.

ער איז א פעפעריגער ארץ ישראלדיגער אידל וואס האט מער ווייניגער אנגענומען דעם הלכה למעשה אז טעות עכו''ם לעולם מותר אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט, דערפאר האט ער זיך ערלויבט צו באשאפן זעלבסט-ערצייגטע סאושעל סיקיורעטי ציפערן און פאספארטן פאר ווירטואלע מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום פארקער דא מיט אונזער עולם עשיה, זיי האבן בלויז עקזעסטירט אין די העכערע ספערן דארט אינעם ווייטן עולם היצירה. דאן איז ער זארגלאז געגאנגען און איינקאסירט זייערע פעטע טעקס ריטורנס. פארוואס איז בלויז פאר די רעגירונג רעזערווירט די רעכטן צו ערצייגן לעגיטימאַציע דאקומענטן? פארוואס זאל דען איך נישט טארן? האט ער געוואלט פארשטיין... נעמליך, די רעגירונג זוכט ווארשיינליך נישט קיין קאָנקורענץ אין דעם הינזיכט, דערפאר האבן זיי אים אריינגעשליידערט אין טורמע און אוועק געווארפן די שליסלען... אמעריקאנער יוסטיץ אין איר שיינקייט.

פעטער שמואל גלייכט ווען דער עולם זיצט אין חד גדיא, ווארום אזוי ווייסן זיי אויף זיכער אז ער בארויבט נישט חלילה די שטייער צאהלער, דערפאר איז האלב אמעריקע אונטער שלאס און ריגל. עס איז שוין העכסט צייט אז דאס זאל קומען צו אן ענדע. האסט געבארגט געלט פון די רעגירונג אן זייער וויסן? נא שוין! זיי מוחל צאל עס אפ והכל על מקומו יבא בשלום.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:06 am#443368
כמיין אז יעדער האלט אז סאיז שוין צייט אז ער זאל אהיימגיין.
אבער טוה מיר א טובה, מינימייז נישט וואס ער האט געטוהן...


ער האט געבארגט געלט פון די רעגירונג?

אדער ער האט אריינגעשלעפט מענטשען מיט זיך אין חד גדיא אריין?

געבארגט געלט פון די רעגירונג??? האהא

דער איד איז געוועהן א שווינדלער וואס וועגן אים זענען אומשולדיגע מענטשען געגעאנגען שמאכטן אין תפיסה. א שטייגער ווי מיין קאזין וואס איז נאר געוועהן א accountant פאר אים פאר אפאר וואכן...

טעות עכו״ם מיין מאמע ער האט אריינגעדרייט אומשולדיגע מענטשען היימישע אידן אינעם זאק אריין.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:19 am#443369
ער איז זיכער נישט אומשולדיג, אבער ווי אויבנדערמאנט, איז ער געזעסן גענוג צו חרטה האבן אויף זיינע שענדליכע מעשים און אפילו אויף זיך צו מקבל זיין אז ער וועט עס מער נישט טון.

נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...
דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:25 am#443370
מאך זיכער האט געשריבן:ער איז זיכער נישט אומשולדיג, אבער ווי אויבנדערמאנט, איז ער געזעסן גענוג צו חרטה האבן אויף זיינע שענדליכע מעשים און אפילו אויף זיך צו מקבל זיין אז ער וועט עס מער נישט טון.

נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...


ער האט קיינמאל נישט חרטה געהאט אויפן שווינדלן, ער האט חרטה אז מ׳האט אים געכאפט.

ער האט נישט געוואלט נעמען קיין שום פלי-בארגען. ער איז געוועהן א גרויסער אויבער-חכם... ער וואלט שוין לכאורה געקענט זיין אינדרויסן א לאנגע צייט צוריק.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:01 pm#443375
מאך זיכער האט געשריבן:
נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...

מ'ריפט אים שוין יעצט בעל מסירת נפש..... קוק אויף די קאווער פון מאמענט דא אנפאנג אשכול
דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:50 pm#443382
Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??
וואס זאגן זיינע קרבנות דערצו?

איך קען איינעם פון זיי און יענער וויל נישט רעדן דערפון, עס זעהט אבער אויס ווי ער האט אים נאך נישט אינגאנצן מוחל געווען.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:03 am#443403
אונטער חכם האט געשריבן:וואס זאגן זיינע קרבנות דערצו?

איך קען איינעם פון זיי און יענער וויל נישט רעדן דערפון, עס זעהט אבער אויס ווי ער האט אים נאך נישט אינגאנצן מוחל געווען.

קען איך אויך איינעם פין זיינע קרבנות וואס איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, אין וויל אים ריפען צי ד"ת ווי נאר ער קומט ארויס,
מיטוואך פעברואר 26, 2020 1:45 am#443409
איך קען א וויזשניצער אינגערמאן וועמען ער האט אויך מיאוס אנגעמיירעט, אבער יענער רעדט נישט.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 10:16 am#443417
מאך זיכער האט געשריבן:איך קען א וויזשניצער אינגערמאן וועמען ער האט אויך מיאוס אנגעמיירעט, אבער יענער רעדט נישט.


נא פון אים רעדט איך דאך, מיין קאזין.

סאיז דא צוויי וויזניצער אינגעלייט וואס זענען געגעאנגען זיצן וועגן אים. איינער האט געארבעט פאר אים א לאנגע צייט, יענער האט פונקטליך געוואוסט וואס ער טוט. דער אנדערער וואס איז מיין קאזין איז נעבעך געווארן א בוכהאלטער CPA פאר אים פאר אפאר וואכן, ער האט ניטאמאל באקומען איין פעני פון סאמעט.

שוין וואס א חילוק? ער גייט דאך שוין ארויס.

איך האלט נישט אז מען דארף אים עפעס רודפן ח״ו נאר ווער מיר נישט פלוצלינג קיין הירא אויף דער עלטער ווייל ער איז געזיצן אין תפיסה פאר זיין ערליך פארדינטע חטאים.

סאיז עפעס א נייע דערהער אין די טונא-בייגל באבעל אז יעדער היימישע איד וואס שמאכט אין תפיסה פאר יאהרן ווערט פלוצלינג א גאנצע ״בעל יסורים״ און א ל״ו צדיק.

איך וואלט אים עני טיים געהאלפן אפילו ער איז א קרימינאל מיט דעם אלעמען ווייס איך פונקטליך ווער ער איז.

מען דארף אויסלערנען אונזערע קינדער נישט ארויפצוקוקן אויף אזעלכע מענטשען...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:39 pm#459037
איז ער שוין טאקע אויפן וועג אהיים ??
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:22 pm#459062
51B61FA9-7750-452B-B498-A0E514BA0DA3.jpeg
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:52 am#459100
ער איז אויפן וועג אהיים!
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:55 am#459101
בילד
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:58 am#459102
בשם המשפחה זאל מען נישט פארשפרייטן קיין בילדער, נאר אויב מ'זעט מארגרעטן אויפן בילד!
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 9:29 am#459103
בילד
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 10:19 am#459105
כ'בין באמת בשמחה אז מרדכי יצחק איז ארויס. גענוג איז גענוג!!!
לחיים!!
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:40 am#459106
המלוכה והממשלה: ס'איז נישט דא קיין איין (נארמאלער) איד וואס פריידט זיך נישט אז ר' מרדכי יצחק סאמעט איז ארויס אויף דער פריי. אבער אונז טארן נישט פארגעסן פון זיינע מעשים טובים. ווייל ער האט געשטעלט אין סכנה א סאך אידן. איינוואוינער פון מאנרא. און אויך פון אנדערע געגנטער. אפילו דעם מרא דאתרא אליין האט ער אויך געשטעלט אין סכנה. ווייל די רעגירונגס פארשער האבן געזאגט אז ס'איז כמעט אוממעגליך אז דער רב זאלל נישט וויסן פון זיינע מעשים טובים. אויסער די איסורים און לאווין וואס מ'איז עובר ווען מ'באשעפטיגט זיך מיט אזעלכע אומלעגאלע געשעפטן...!
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:21 pm#459113
ער קומט ווען ארויס א האלב יאר צוריק, וואלטן אלע ברסלבע אידן געהאט אוקריינישע פאספארט...
זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 11:27 pm#459121
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער אונז טארן נישט פארגעסן פון זיינע מעשים טובים. ווייל ער האט געשטעלט אין סכנה א סאך אידן.

וואו שטייט אז מען טאר נישט?
עז פאר איך האב געזען יעצט אין מיין ר"ה מחזור, איז נאר דער באשעפער א זוכר כל הנשכחות. אלזא, קענסט רואיג אראפנעמען די דאגה פון דיין קאפ און מעגסט פארגעסן, איך גיב דיר א היתר.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 8:08 am#459134
כ'האף נאר אז ער האט שוין אויך פארגעסן...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:09 am#459137
ליידער נישט, ער האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט אויסגעדרוקט חרטה אויף זיינע מעשים טובים און/אדער מיטלייד מיט די אלע שלדיגע ואומשולדיגע וועם ער האט איינגעמיירעט, שוין אפגערעדט פון זיי צאלן קאמפענסאציע.

ער גייט אן עד עצם היום הזה מיט די זעלבע שמוציגע איזרעלי טראציקייט אז ער וועט 'ווייזן' פאר די אמעריקאנער רעגירונג ווער ער איז און וואס ער קען.

עס איז א שווארצע טאג פאר יוסטיץ ווען דער וואגאבונד ווערט ארויסגעלאזט פרי, פינטל.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:03 pm#459183
יוסטיץ אהין יוסטיץ אהער. טיפע האס און אומבאגרעניצטע רישעות ליגט אין אזא בלוט-דורשטיגע יוסטיץ-זוכינדיגע שרעקליכע באגער.
דער מענטש איז שוין געווען באגראבן לעבעדיגערהייט 20 יאר פון זיין פריים. וויפיל נאך דארפסטו?
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:09 pm#459185
וואס נאך מ'דארף? חרטה על העבר און קבלה על העתיד, אויך צופיל?!
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:57 pm#459188
זייט ווען דארף מיר "אונז" אים מוחל זיין?
יעדע בעל עבירה דארף מיר אונז מוחל זיין?
יעדער וואס מאכט א חילול השם זענט איר נישט מוחל?
זיצט א יוד 20 יאר אין תפיסה פאר עבירות וואס ער האט יא אדער נישט געטון, דאס איז זיכער אז א גוי וואלט נישט געזעצן אזויפיל יאר, איז ער געזעצן נאר ווייל ער איז א יוד, ענדליך קומט ער ארויס צו די פרייד פון זיינע נאנטע וואס האבן זיכער גארנישט געטון, איז מען דא דן צו אונז זענן מוחל?
א ווייטאג אז יודן רעדן אזוי אין די הייליגע טעג.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:04 pm#459190
דער עולם האט פולי ווייערטעפט דעם סאמעט....
דו ווייסט צו ער האט יא חרטה צו נישט? דו ווייסט צו ער האט שוין יא באצאלט צו נישט?
לויט ווי משה מארגערעטען זאגט האט ער פעסט חרטה געהאט
לויט ווי יורידישע עקפערטן וועלכע טוהן אין דער קעיס האט ער באצאלט פאר אלע וועם ער דארף באצאלן


מען קען נישט אנקוקן די וועלט נאר שווארץ אדער ווייס, ווען עס קומט צו דיינע צדיקים וועסטו נישט זאגן אז ער איז א אומפארגעבארער פארברעכער,
ווי אזוי וואלט איר רעאגירט צו איינער וואס שרייבט אז ג'ורג' פלויד איז א פאלנע פארברעכער און עס קומט אים וואס קומט אים?

ער האט געטוען אן עוולה? קיין פראגע! ער האט געשפילט תם? אבסאלוט!
אבער איר האלט פאר איין רגע אז ער איז עדיין עומד במרדו? דער פרייז פון זיין אפגעריסן פון זיין פאמיליע פאר 19 יאר!! האט נישט געמאכט די דזשאב מיט אים? זענט איר פארריקט?!?

איינער אן אינטעליגענטער(?) ניק שרייבט דא ארויפצי אז ער גייט אן מיט אן "איזראעלי טראציגקייט" (ווי כאילו ער האט דעקונג אויף זיינע ווערטער)
איר ווילט פארגלייכן די צייטן ווען ער איז געווארן ארעסטירט, ווען טעכנעלאגיע איז געווען אין די ווינדלען האלב געטרעינט, ווען א מארטגעדזש אין באנק איז עקטשעלי באשטאנען פון א שטויס פאפירן, צו היינט, ווען יעדע מינדערוויכטיגע רעגירונגס אגענטור איז פארבינדן איין וועג אדער א צווייטע?
יא, יענע צייטן זענען געווען צייטן, קיין סוד פאר קיינעם, מען האט געקענט טוהן זאכן וואס מען קען נישט היינט,
ער איז אפשר געגאנגן צו אגרעסיוו, ער איז געווען א כלב שב על קיאו נאך נאכאנאנדע ווארענונגען, און נאך אבלאוועס פון עף בי איי,
אבער איר האלט אז זיין שמאכטן מיט יסורים האט אים נישט געכאפט? ער איז א הומען מעיד אוו סטיעל? (פאן)
קאם אן!! אזוי נאריש צו זיין?

@בערל, @המלוכה, זארגט נישט אזוי פארן מרא דאתרא, בעת ער אליין האט אים מוחל געווען, און אים פערזענליך געגאנגן באזוכן, און געשטיצט די משפחה בכל עת ועונה מיט געלט און מאראלישע שטיצע, (ווי אויך אז זיינע אייגענע מעשים טובים האט אויך נישט אויסגעלאזט אריינצולייגן אנדערע אין פעקל)
ער האט געזינדיגט? נסוגים אם אבו? ער האט אבער תשובה געטוען! ומדרכם שבו! און ניין! קיינער האט נישט ערווארטעט, אריינגערעכנט די וואס זענען פון אים טאקע בא'עוול'ט געווארן, אז ער וועט איבערבעטן "כלל ישראל" ער האט געטוהן וואס ער האט געברויכט
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:36 pm#459199
שוין אז מען האלט ביי ''פאר עבירות וואס ער האט יא אדער נישט געטון'', און " ער האט געטוהן וואס ער האט געברויכט''.
איז נישט שייך צו פירן א דיאלאג, מיר לעבן פשוט אין צוויי אנדערע פלאנעטן.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:50 pm#459230
די לייק איז פארן צוויטן האלב
מען קען זיך דינגען צו ער האט יא אדער נישט געטוהן וואס ער ברויך
אבער צו ער האט געזינדיגט? ווער זאגט אז נישט?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 7:33 pm#459260
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס נאך מ'דארף? חרטה על העבר און קבלה על העתיד, אויך צופיל?!

פון יעדער וואס גייט ארויס פאדערסטו די זעלבע? דו ביסט בעלבאס אויף זיין עטיטוד אדער אויפפירונג?
דער איז ארויס לויטן געזעץ. אפגעשימעלט ביז דאס לעצטן טאג.
און אז ער וויל נישט חרטה האבן אדער ער קען נישט אדער ער וויל דיר עס נישט זאגן (ווי קומסטו אריין אין די בילד). אפשר האט ער אויסגעדרוקט פאר יעניגע וואס ער האט בא'עוול'ט.
איז אויב וויל ער נישט, זאל ער אפפוילן דארט אויף אייביג?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:02 pm#459262
עמינדב האט געשריבן:אפשר האט ער אויסגעדרוקט פאר יעניגע וואס ער האט בא'עוול'ט.

זייער גוט געזאגט, אין דעם ווענדט זיך טאקע די גאנצע שמועס דא, און ער דארף אפילו נישט אויסרוקן חרטה מיט'ן מויל, אז ער האט חרטה בינו לבין עצמו איז אויך גענוג. אויב דאס איז נישט דא קען ער פון מיין זייט אפפוילן אין כולל אויטאסוויל אויף שטענדיג.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:36 pm#459278
נאר ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן חרטה.
אזוי איז דיין געפיל צו יעדער וואס האט אמאל געטשעפעט א צווייטן און נישט חרטה געהאט, אז ער זאל פוילן ביז מעגעטס וועלן ארויסקרוכן פון אים?
די יוסטיץ דעפט. האט נישט די רעכט צו צווינגען צו זאגן סאררי, און אויך דו האסט נישט וואס צו אונטערדרוקן קיינער אז ער זאל ווערן א בעל מידות.
זיי האבן אים געהרגעט אויף ווי לאנג זיי האבן געוואלט, יעצט האט זיך די געזעץ געטוישט און ער איז באררעכטיגט צו זיין פריי. וואס פאר א גוט יאר איז דאס דיין געשעפט אויב ער האט יא חרטה אדער נישט.

צו א 20 יעריגער אפריקען אמעיריקען וואס האט גע'גנב'ט $1000 דאללער און געגאנגען זיצן אויף עטליכע חדשים און געענדיגט די טערמין און ארויס. האסט אויך די זעלבע אכזרות'דיגע געפיל אדער, בעסער געזאגט, נישט-געפיל?

אפגערעדט פון די קרובים וואס ליידן. און אפגערעדט פון א "אידישע הארץ" וואס זעהט נישט אויס צו עקזיסטירן דא.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:42 pm#459279
עמינדב האט געשריבן:אפגערעדט פון די קרובים וואס ליידן. און אפגערעדט פון א "אידישע הארץ" וואס זעהט נישט אויס צו עקזיסטירן דא.

דו מיינסט אוודאי צוזאגן "קריסטליך הארץ"...
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:47 pm#459280
איך קוק נישט אין די מין בוכער האב איך נישט געקליקט אויף דיין לינק.
אידיש גיויש, מענטשליך!!