Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
111 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 143 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13356
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:49 am#436601
געווען אין קול הציבור פאריגע וואך.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:48 pm#436608
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין פון קמחית איז מיר אלץ שווער געווען. אויב זענען זיבן קינדער געווען כהנים גדולים בחייה, מיינט עס לכאורה אז זי האט באגראבן כאטש זעקס פון אירע קינדער. נישט אזוי? איז דא נאך אן אופן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן? אויב בין איך גערעכט איז עס דאך געווען א שלעכטע זאך פאר איר.

פארגעס נישט אז מ'רעדט דא פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין אן אלטערנעטיוו יוניווערס אוואו ס'איז שקשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים, אין יענעם אלטערנעטיוו יוניווערס איז דאס געווען די שפיץ גליק, דאס איז דאס גאנצע פון וואס זייער לעבן איז באשטאנען.

אין די זעלבע בילד פון די תוס' ישנים שטייט "כגון שאירע פסול ...דהא פשיטא שלא קברתם מדשבח הוה לה"
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:26 pm#436614
א גרויסן ישר כוח פאר דעם הערליכן מאמר, וואס האט גאר שיין און שטארק צונומען די נושא. איך האב שוין געליינט אויף דעם בעבר, אבער נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא גרינטליכע מאמר.

איך האב שוין לאנג געוואוסט אז די ועד ארבע הארצות האט קיינמאל נישט געהאט צוטוהן מיט דעם, און ס'האט נישט קיין מקור, אבער די תיאוריות פון ווי ס'נעמט זיך יא, איז מיר געוועהן זיין אינטערסאנט. סיי קולטנוס, סיי דאס אז ס'איז געוועהן א סטיל צו שערן די האר הויך, אויך אז אפילו מענער האבן זיך געשוירן וועגן לייז. די אלע זאכן לייגן א מורא'דיגע ליכט אויף דעם מנהג.

א גרויסן ישר כוח.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:27 am#437781
אין ליכט פון די תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער, ווערט איצט צורוק נתעורור די פראגע "וואס איז דער אמת" וואס טוט זיך אין די גאס איבער די ענין פון לאזן וואקסן די האר פון קאפ?
מיר עפענען א פרישע סערוועי אויף די נושא. עס איז א יאר שפעטער, קען זיין די מצב איז שוין אנדערש.

ענפערט אפילו אויב איר האט שוין געענפערט די פריערדיגע סערוועיץ

מיר בעטן זייער, ביטע פילט אויס נאר דעם אמת..זענט איר נייגעריג צו וויסן דעם אמת'ן מציאות אין דעם ענין ? אוודיא יא. אנדערע ווילן אויך דעם אמת !!
אויב פלאנט איר נישט צו שרייבן דעם אמת, ביטע האט פארשטענדעניש איןענפערט נישט דעם סערוויע.. מיר וועלן ארויסלייגן די רעזולטאטן ווען עס וועט זיין בערך 300 ענפערס.

אבער מיר בעטן אייך "פילט עס יא אויס" אין ענפערט יאבלויז דעם אמת" "מען וועט נאר קענען מאכן הנחות אויב אסאך וועלן אויספילן דעם סערוועי..

m https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A m
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 9:50 am#438501
אמעריקאנע איד ר' משה גרין וואס האט בכלל נישט די מנהג תגלחת נשים אסר'ט סנאד'ס ווייל אויב מ'גייט עס וועט מען אפשר צוקומען צו לאזן די האר וואקסען....
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 1:58 am#440399
.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 4:21 am#440402
ענדליך קען איך שיקען מיין ווייב זיכער מאכן אז זי איז געשוירן לויטן שיעור.
איינער ווייסט אויב דאס איז סערוויס בחנם?
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 7:58 am#440432
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.

כבר היו דברים מעולם..

פון א צייטונג אין ירושלים בשנת תרע"ג

החרות ירושלים _1.jpg
החרות ירושלים _1.jpg (51.21 KiB) געזען געווארן 2485 מאל

החרות ירושלים _2.jpg
החרות ירושלים _2.jpg (60.8 KiB) געזען געווארן 2485 מאל
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:03 pm#440440
נאך אפאר מקורות:

אפשערן כולל שומרי החומות1.jpg

אפשערן כולל שומרי החומות22.jpg

אפשערן כולל שומרי החומות3.jpg
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:04 pm#440446
דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:15 pm#440457
הדסים האט געשריבן:דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.

דארטן האט מען גערעדט פון געלט און ארויסגעווארפן פונעם כולל'ס הויז. אין ירושלים עיה"ק, אין די צייטן פון די ערשטע וועלט'ס קריג (און אויך פריער), איז געלט געווען א שאלה פון פיקו"נ, א לעבנ'ס פראגע כפשוטו.

און וועגן די נושא פון קר"י, עס טוט מיר זייער וויי, אבער איך האלט אז א מוסד האט די רעכט צו פאדערן האלטן זיינע תקנות, בפרט תקנות וואס זיי האלטן פאר עיקרי הדת ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט באשטימט. אויב יענע קאפל וויל, האבן זיי א ברירה צו גיין וואוינען אין א פלאץ וואס פאדערט דאס נישט.
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:43 pm#440463
חיים שיש בהם האט געשריבן:

זיי האבן נישט די רעכט אויב האלטן זיי אפ דאס עפענען אנדערע מוסדות
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:44 pm#440464
די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:13 am#440476
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:03 pm#440497
ליב צו וויסן האט געשריבן:די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?

א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.
די מעשה מיט כולל שומרי החומות איז געווען, אז געוויסע רבנים האבן באשטימט אז די געלט וואס קומט פון חו"ל קיין אר"י וועלן באקומען נאר משפחות וואס שטעלן זיך צו מיט'ן תקנה פון שערן די האר. די (ריכטיגע) טענה איז אז די וועד פון הנהלת ונשיאות הכולל אין אונגרן האבן נישט געפאדערט די תקנות, נאר אז מ'זאל נישט גיין פריצות'דיג וכדו', נישט גערעדט וועגן יא שערן אדער נישט.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:22 pm#440499
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
חיים שיש בהם האט געשריבן:א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.

איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס בדברים שבצנעה, אבער די געדאנק אז א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ במילא דארף מען זיך צושטעלן גייט מיינעך אן פארן ערשטן דור, דהיינו מענטשן וואס קומען אהין פרייוויליג, קינדער אין אייניקלעך וואס ווערן דארט געבוירן, מיט וואספארא רעכט ווארפט מען אויף זיי ארויף איבעריגע חומרות - מיט א שטעקן פון 'אז דו ביסט נישט צופרידן גיי פון דאנעט' - נאר ווייל זיי זענען דארט געבוירן געווארן? דאס פלאץ איז זייערס פונקט ווי די ערשטע איינוואוינער.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:57 pm#440502
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
חיים שיש בהם האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.

דארטן האט מען גערעדט פון געלט און ארויסגעווארפן פונעם כולל'ס הויז. אין ירושלים עיה"ק, אין די צייטן פון די ערשטע וועלט'ס קריג (און אויך פריער), איז געלט געווען א שאלה פון פיקו"נ, א לעבנ'ס פראגע כפשוטו.

און וועגן די נושא פון קר"י, עס טוט מיר זייער וויי, אבער איך האלט אז א מוסד האט די רעכט צו פאדערן האלטן זיינע תקנות, בפרט תקנות וואס זיי האלטן פאר עיקרי הדת ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט באשטימט. אויב יענע קאפל וויל, האבן זיי א ברירה צו גיין וואוינען אין א פלאץ וואס פאדערט דאס נישט.
די כוללים געלט איז נישט געווען סתם קיין צדקה געלט פאר ארימע אידן, עס איז געווען כולל געלט וואס אידן אין חו''ל האבן געשיקט כדי צו שטיצן אידן וואס זיצן און לערנען על טהרת הקודש אין ירושלים, די נותנים האבן געהאט די רעכט צו פארלאנגען סיי וואס אין אויסטויש פונעם געלט, און ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געקענט אויפהערן צו לעבן אויפן ציבורס חשבון.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:09 pm#440504
@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:12 pm#440506
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
חיים שיש בהם האט געשריבן:@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
דעיס איז א עקסטערע טענה, אבער מען קען נישט צוגלייכן מאכן תקנות פאר ווער עס וויל לעבן אויפן חשבון הציבור , צו תקנות פאר ווער עס וויל שיקן די קינדער אין חדר.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:40 pm#440508
אונטער חכם האט געשריבן:

דו רופסט לומדי כולל "לעבן אויפן חשבון הציבור"?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:21 pm#440510
טראכטכמוני האט געשריבן:@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.

וועם פרובירסטו צו נער'ן... זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן. און לויט שמועות פרובירן זיי אפילו אפהאלטן מאנסי מוסדות פון אריינעמען קר"י קינדער
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:22 pm#440511
חיים שיש בהם האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
חיים שיש בהם האט געשריבן:@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
דעיס איז א עקסטערע טענה, אבער מען קען נישט צוגלייכן מאכן תקנות פאר ווער עס וויל לעבן אויפן חשבון הציבור , צו תקנות פאר ווער עס וויל שיקן די קינדער אין חדר.

דו רופסט לומדי כולל "לעבן אויפן חשבון הציבור"?

אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:35 pm#440525
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..

אויף זייערע ווייבער'ס חשבון
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 1:40 am#440533
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
real fake news האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..

אויף זייערע ווייבער'ס חשבון
און אויף וועמענס חשבון לעבן זייערע ווייבער?
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:40 am#440537
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.

וועם פרובירסטו צו נער'ן... זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן. און לויט שמועות פרובירן זיי אפילו אפהאלטן מאנסי מוסדות פון אריינעמען קר"י קינדער

אויב די שמועה איז ריכטיג, בין איך מבטל דעתי הקטנה, און מצרף עצמי בכל תוקף להמחאה...
מיטוואך יאנואר 01, 2020 10:32 am#440662
תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
חיים שיש בהם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.

וועם פרובירסטו צו נער'ן... זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן. און לויט שמועות פרובירן זיי אפילו אפהאלטן מאנסי מוסדות פון אריינעמען קר"י קינדער

אויב די שמועה איז ריכטיג, בין איך מבטל דעתי הקטנה, און מצרף עצמי בכל תוקף להמחאה...

ג״א מצטרף
מיטוואך יאנואר 01, 2020 4:10 pm#440713

עס איז ארום געגאנגען שמועות אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף מונקאטש פון מאנסי זאל נישט אריינעמען נאך קינדער פון קר"י, איך האב עס דערווייל נישט באשטעטיגט אויף 100%.
מיטוואך יאנואר 01, 2020 4:53 pm#440721

סמאכט נישט קיין סענס פארוואס זאל זיך עני מוסד רעכענען מיט זייער טערראר?
מיטוואך יאנואר 01, 2020 5:20 pm#440725
עס איז ארום געגאנגען שמועות אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף מונקאטש פון מאנסי זאל נישט אריינעמען נאך קינדער פון קר"י, איך האב עס דערווייל נישט באשטעטיגט אויף 100%.[/quote]
סמאכט נישט קיין סענס פארוואס זאל זיך עני מוסד רעכענען מיט זייער טערראר?[/quote]

די זעלבע סיבה פארוואס ווען אפאר קראנקע עסקנים מאכן עפעס אפ וועלן 30 רבנים מיט טאנצן
זונטאג יאנואר 19, 2020 2:34 am#441751
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
ליב צו וויסן האט געשריבן:
חיים שיש בהם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.

וועם פרובירסטו צו נער'ן... זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן. און לויט שמועות פרובירן זיי אפילו אפהאלטן מאנסי מוסדות פון אריינעמען קר"י קינדער

אויב די שמועה איז ריכטיג, בין איך מבטל דעתי הקטנה, און מצרף עצמי בכל תוקף להמחאה...

עס איז ארום געגאנגען שמועות אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף מונקאטש פון מאנסי זאל נישט אריינעמען נאך קינדער פון קר"י, איך האב עס דערווייל נישט באשטעטיגט אויף 100%.
איך ווייס אזויפיל ערשט האנטיג אז מונקאטש האט שוין גענוג קינדער כעת און נעמען נאר אן בדוחק טאטעס מיט אסאך געלט , און עטליכע וואס שיקן פון קרית יואל קיין מונקאטש שוין פום א לאנגע צייט צוריק האבן אינטערגעשריבן אז סאיז נאר פאר 2 יאר ווילאנג זיי ציען זיך קיין מאנסי , די תנאי האט די קרית יואל וועד הצניעות פארלאנגט פון מונקאטש, איך ווייס איינער וואס האט אנגעהויבן שיקן עטליכע וואכן צוריק פון קרית יואל און מונקאטש האט אים נישט אנגענומען, נישט זיכער די סיבה, דאכט זיך וועגן ער איז נישט גענוג פארמעגליך
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:54 pm#441992
אלעס קען זיין
זונטאג מערץ 29, 2020 6:49 pm#444625
תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
און ווידער אין דעם נייעם מאווי Unorthodox מאכן זיי א גאנצע עסק פון דעם אפשערן די האר, אוי טאטע ווען וועט מען שוין אויפהערן מיט דעם אכזריות׳דיגען מנהג

בילד

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 19, 2020 7:56 am#448951
פראפ' מלך שפירא אין א פרישע פאוסט אויף ''די תורה בלאג''.

It was told by R. Joseph Buxbaum, the director of Machon Yerushalayim:[7] When R. Abraham Sofer came back to Jerusalem after teaching at the Seminary, the Brisker Rav, R. Isaac Zev Soloveitchik, stopped talking to him “in learning”. This upset Sofer and he complained to the Brisker Rav, what is the difference between him and Shraga Abramson. Abramson also taught at the Seminary and yet everyone knew that he was welcome to come speak in learning with the Brisker Rav.

The Brisker Rav replied with a story: The beit din in Vilna ruled that a woman should be divorced without receiving her ketubah because she did not cover her hair and thus had the status of עוברת על דת יהודית. The woman objected that just yesterday the beit din ruled that another woman who also did not cover her hair did not have the status of עוברת על דת יהודית, so what is going on? The dayanim explained to her that the woman from yesterday grew up in Vilna where it is common for married women not to cover their hair, so she is not regarded as עוברת על דת יהודית, but you come from Hungary where the practice is to shave the heads of married women. A Hungarian woman who goes without a head covering[8] is certainly an עוברת על דת יהודית. (The point is clear, but I wonder, in the twentieth century did any non-hasidic Hungarian women shave their heads?)

The Brisker Rav explained to Sofer that when a descendant of the Hatam Sofer teaches for the Conservatives, “he is a ‘sheigetz,’ but Shraga, where does not come from? From Lomza, nu . . . it is not so far away.”[9] His point was that Lithuanian Torah scholars, who are generally more open-minded than Hungarian scholars, have often not seen it as problematic to have relationships with non-Orthodox scholars.[10]

פאר די פילע פאוסט
דינסטאג מאי 19, 2020 8:11 am#448952
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!
דינסטאג מאי 19, 2020 10:01 am#448964
פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!

יישר כח @פאליטיקאנט פאר די בשורה טובה. ר' יחיאל האט מיר א צייט צריק געזאגט, אז ער זאמעלט שוין יארן שטאף ארום די נושא (ער העלפט אויך ארויס פארפעלקער וואס ווילען טוישען - געבענדיג די מאטריאל פאר זייערע רבנים). ר' יחיאל הגם א זעלטען איידעלע מענטש קען אבער פארנעמען היץ.

ומידי דברו בו אוי! די סעודת ביי ר' יחיאל: ''(מעין) עולם הבא ועולם הזה'' די רייכע געשמאקע עסן פראכטפול סערווירט דארוך די חשוב'ע רעבעצין, און די שמוסען ''שפתותיו שושנים נטפות מור עבר'' האט געזעטיגט פיזיש און גייסטיש פאר די גאנצע וואך...
שוין! לאמיר נישט פארקריכען פון די נושא.
דינסטאג מאי 19, 2020 10:03 am#448965
אז דאס איז זיין לעצטע ספר איז שוין נישט גוט. ער האט דאך אזויפיל געזאמעלט אויף די היסטאריא פון ירושלים און נאך, עס איז א שאד ווען עס בלייבט אין אימעיל.
דינסטאג מאי 19, 2020 10:10 am#448966
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז דאס איז זיין לעצטע ספר איז שוין נישט גוט. ער האט דאך אזויפיל געזאמעלט אויף די היסטאריא פון ירושלים און נאך, עס איז א שאד ווען עס בלייבט אין אימעיל.

געלט געלט געלט .... און א ביסעלע ''היומען-פאוער.

[ד''א ער האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון זיין אנציקלופדיה אויף די יושב הישן (מיט סקאנדאליזע אויפדעקונגען)]
דינסטאג מאי 19, 2020 10:24 am#448967
אגב, אן אינטערסאנטע אנעקדאט פון דא

Nicholas 1.png
Nicholas 1.png (23.96 KiB) געזען געווארן 332 מאל

Nicholas 2.png

ווי די אידישע גע'גאל'טע קאפ איז געוועהן א מטרה לחץ פארן קייזער ניקאליי ימ"ש. (מ'רעדט ווארשיינליך פון צאר ניקאליי דער ערשטער).
דינסטאג מאי 19, 2020 10:26 am#448968
פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!

ווען ערווארט מען עס זאל זיין געדריקט?
דינסטאג מאי 19, 2020 10:37 am#448969
תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
פאליטיקאנט: אין די נייע וועקער (נאמבער 17) האט איינער אריינגעשיקט א בריוו ווי ער ברענגט צו געוויסע אונטערסאנטע חלקים פון א דרשה וואס רבי יחיאל האט געגעבן (חודש אלול תשע״ט) איבער דעם נושא.
מען דארף אבער צוצייכענען אז רבי יחיאל געהערט צום סטאלין-קארלינער חסידות ווי מען פירט זיך טאקע נישט שערן די האר, במילא איז עס נישט אזא גרויסע חידוש אז ער טוט אין דעם און אז דער סטאלינער רבי זאל אים געבן זיין הסכמה.
ומדי דברי בו, סוף פונעם תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער 16 וואס הרב @אלע הודעות פון חוקר ודורש
דינסטאג מאי 19, 2020 11:05 am#448973
חוקר ודורש האט געשריבן:ומדי דברי בו, איז דערמאנט געווארן - סוף פונעם תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער 16 - א יישר כח פאר הרב צבי גאלד, וואס האט געהאלפען מיטן ארטיקל, און עס שטייט דארט אז אז הרב גאלד האט געשריבען א ספר (נאך נישט ארויס געקומען) מיטן נאמען ״הררים בשערה-לתולדות מנהג הגילוח״.
ווארטען מיר צו זען ביידע ספרים סיי פון הרב יחיאל גולדהבר און סיי פון הרב צבי גאלד, און איך בין זיכער אז דאס וועט גורם זיין א געוואלדיגע שינוי, און א סאך מער פרויען וועלן זיך לאזן וואקסען די האר בעזהשי״ת.

גם אני בחלומי נאכן ליינען אינעם וועקער האב איך געזוכט צו קאנטאקטן הרב גאלד, ולא אסתייעא מילתא, עלמער מוזן ווארטן אויפן דרוק.
דינסטאג מאי 19, 2020 4:03 pm#448996
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
פארשטאנד האט געשריבן:ווען ערווארט מען עס זאל זיין געדריקט?

מיין קרוב זאגט אז ער פלאנט עס ארויסצוגעבן קומענדיגע יאר, און ער האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען.

חוקר ודורש האט געשריבן:פאליטיקאנט: אין די נייע וועקער (נאמבער 17) האט איינער אריינגעשיקט א בריוו ווי ער ברענגט צו געוויסע אונטערסאנטע חלקים פון א דרשה וואס רבי יחיאל האט געגעבן (חודש אלול תשע״ט) איבער דעם נושא.
מען דארף אבער צוצייכענען אז רבי יחיאל געהערט צום סטאלין-קארלינער חסידות ווי מען פירט זיך טאקע נישט שערן די האר, במילא איז עס נישט אזא גרויסע חידוש אז ער טוט אין דעם און אז דער סטאלינער רבי זאל אים געבן זיין הסכמה.

די עצם געבן א הסכמה אויף אזא ספר וועט זיכער מעורר סערה זיין ביי א שיינע פאר חסידות'ן......
דינסטאג מאי 19, 2020 4:10 pm#448997
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
פאליטיקאנט: סטאלינער רבי איז באוואוסט אלץ איינער וואס רעכענט זיך נישט ״מיט די וועלט״, נעם לדוגמה זיין התנגדות צו בילדער, צו זיין התיר צו ניצן לכתחילה א סמארטפאן ועוד ועוד..

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 19, 2020 4:50 pm#449000
חוקר ודורש האט געשריבן:פאליטיקאנט: סטאלינער רבי איז באוואוסט אלץ איינער וואס רעכענט זיך נישט ״מיט די וועלט״, נעם לדוגמה זיין התנגדות צו בילדער, צו זיין התיר צו ניצן לכתחילה א סמארטפאן ועוד ועוד..

זיך אפרייסן פון די עדה, מבטל זיין די ירושלימע קאפ צודעק פאר פרויען, לערנען לימודי חול אין ישיבה (אין א"י), באזוכן מוזעאומס, ארומפארן צו אלע פארשטופטע פלעצער אויפ'ן וועלט אן קיין גבאים, און נאך פריוואטע זאכן וואס מ'דארף נישט אויסרעדן... נישט אז איך מאך איהם אוועק, ער איז א גאון אין תורה און א חכם מחוכם אבער אז דאס געבן א הסכמה אויף אזא ספר איז נאך פון די קלייניגקייטן, ווער רעדט נאך אז אין סטאלין האט מען קיינמאל זיך נישט געפירט צו שערן.
דינסטאג מאי 19, 2020 5:15 pm#449005
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
רביה״ק די ביסט גוט..!
איך האב זיך דערמאנט נאכאיינס, ביים גירוש פון גוש קטיף איז ער געווען זייער צובראכען דערוועגן און פערזענליך אהינגעפארן מחזק זיין די עולם, ער האט אפי׳ געריסען קריעה אויף דעם.
און לאמיר נישט פארגעסען זיין אחריות׳דיגע ריספאנס צום קאראנא וויירוס.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 19, 2020 9:06 pm#449038
מ'דארף טאקע אמאל מאכן א באזונדער אשכול איבער דעם פערזענליכקייט, ווי ער פלעגט ממש רודף'ן די חסידים זיי זאלן זיך זייפן יעדן טאג (וועלכע טשאלמער האט אמאל געוואוסט פון זייף צוזאגן?), ווי ער האט גע'אסר'ט דעם עולם צו רייכערן (נאכאמאל, דא רעדט מען פון טאשלמערס וואס ווערן געבוירן מיט א ציגארעטל אין האנט), פון זיין שבת מיטאג טיש וואס ער פירט צוויי שעה נאכ'ן דאווענען וואס געדויערט אונטער פופצן מינוט און די גאנצע צוועק פון דעם טיש איז נאר אז דער עולם זאל קומען אין שול און אז מ'איז שוין דארט בלייבט מען שוין לערנען. מיט דעם איז ער אייניג מיט אלע אנדערע רביס אז ער נוצט גוט אויס די פאוער וואס ער האט אין די הענט, כאטש האט ער די שכל עס אויסצונוצן אויף גוטע זאכן, ווי ער זאגט אלץ, זייטס מענטשן און נישט בטל'ען די צייט.
דינסטאג מאי 19, 2020 10:45 pm#449051
אויף איי וועלט איז שוין א שיינע צייט צוריק געשטאנען וועגן די ספר פון ר' יחיאל.https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=10604&sid=328532360d05ec0d7ce3179c9aa011e0
דינסטאג מאי 19, 2020 10:51 pm#449053
פרופסר בנימין בראון האט לעצטנס פארעפנטליך א דיקן ספר "כספינה מיטלטלת", וואו ער באשרייבט די סטאולנער דינאסטיע, און ווידמעט עטליכע פרקים אויף דער רבי שליט"א'ס קאלירפולע היסטאריע.
דינסטאג מאי 19, 2020 11:10 pm#449055
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!
ר' יחיאל זאגט אז די וועקער האט עם אביסעל חרוב געמאכט ווייל ער האט נאר געוואלט אראפברענגען ביידע צדדים אז עס זאל סתם זיין א ספר וואס טוט דורך א מנהג נישט וואס פראבירט עס אראפצוהאקען אז אזוי זאל עס זיין אנגענומען אויך ביי די פרומערע עולם .....אבער יעצט אז די וועקער האט אינגאנצען אוועקגעמאכט די מנהג וועט עם שוין זיין שווערער אז די עולם זאל עס נישט אנקוקען ווי ער פראבירט עס אוועקצומאכען.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דינסטאג מאי 19, 2020 11:14 pm#449057
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!
ווען ר' יחיאל וואלט ווען נישט מורא געהאט פון היץ וואלט ער שוין ארויס געגעבען אסאך אנדערע ספרים......

Sent from my SM-A105F using Tapatalk