איך האב דורכגעליינט דעם ארטיקל מיט א שטארקע כובד ראש און ערנסטקייט, און מתחילה האב איך געשפירט א שטארקע צעבראכנקייט, ווי אנדערע האבן אנגעוויזן, אז ווען מ'גייט צוריק צו די מקורות און מ'זעט ווי די גאנצע זאך שטייט אויף הינערנע פיס טוט וויי על חללי בת עמי, אויף די שקרים מיט וועלכן מ'איז געפלעגט געווארן און אויף די אומוויכטיגע און עקסטרעמע דגוש עס ווערט געלייגט אויף א זאך וואס איז בכלל נישט וויכטיג.
פון דער אנדערער זייט, נאך התבוננות, איז מיר די סוגיא קלאר געווארן און דאס איז וויאזוי איך קוק עס אן: תגלחת נשים איז א מנהג וואס האט זיך עוואלווד מיט די יארן און עווענטועל האט מען געזען דערין צוויי אונטערליגנדע טעמים, איינס אלס חציצה און צוויי אלס צניעות. ס'איז קלאר אז שניידן די האר העלפט פאר די צוויי, ווארום אז מ'האט קיין האר נישט איז קיין חציצה נישט פארהאן, און ווארום אז מ'האט קיין האר איז נישט שייך אויפצודעקן די האר.
יעצט, קען זיין אז די מנהג האט זיך אנטוויקלט פון זיך אליין, קען זיין אז ס'איז אפילו א גרייזיגע און א נישט אויסגעהאלטענע מנהג מצד אנדערע סיבות, ווי פארמיאוסן א פרוי פאר דער מאן אדער דער איסור פון בל תלבש, אבער מ'קען נאך אלץ נישט לייקענען דעם פאקט אז דער מנהג העלפט פאר די צוויי אויבנדערמאנטע פראבלעמען און אונטערשטע שורה האט מען אנגעהויבן זען ווי א מנהג וואס העלפט צו די פראבלעמען פון חציצה און צניעות.
ממילא, עווענטועל האט דער מנהג באקומען א בליק ווי א סייג, און גדולי ישראל האבן עס אנגעהויבן מחזק זיין און געזוכט סיבות עס צו מחזק זיין. פארשטייט זיך קיין איין גדול בישראל וואס דער מנהג איז אים געווען פרעמד האט נישט געזוכט דאס צו אימפלימענטירן ווייל ס'איז אים ניטאמאל איינגעפאלן א זאך, אבער דארט אין די מקומות וואו ס'איז געווען דער מנהג האט מען געזוכט אנצוהאלטן די סייג. און די סברא קען זיין נאך פשוטער, אויב א פרוי האט זיך ביז יעצט געשוירן און יעצט וועט זי זיך נישט שערן, איז זיכער דא א חשש אז זי וועט נישט האבן די פולקאמע זהירות אין חציצה וואס זי איז נישט געווען געוואוינט ביז יעצט, די זעלבע וועט זי נישט האבן די זעלבע זהירות אין צניעות און זיך צודעקן וואס זי איז נישט געווען געוואוינט צו דעם.
נאך מער פון דעם, אויב גדולי ישראל האבן געזען אז דאס לאזן וואקסן די האר קומט צוזאמען מיט א ווינט פון זיך אויפדעקן די האר, און אין געוויסע צי אין מערערע פעלער ווערט דאס געטון בכדי צו האבן האר זיך אויפצודעקן למחצה לשליש ולרביע, אדער אין ריכטונג פון זיך אויפדעקן, אדער עכ"פ אין גייסט און לויט די אנשויאונגען פון מאדערנע פרויען וואס ווילן זיך אויפדעקן, איז געוויס פארוואס גדולי ישראל האבן דייקא געזוכט צו פארהייליגן און מחזק זיין די סייג פון זיך שערן און האבן מוותר געווען אויף אזעלכע פראבלעמען ווי מאוס לבעלה אדער בל תלבש, ווייל אצינד איז דאס יא שערן וויכטיגער און וועגט איבער אויפ'ן וואגשאל.
דאס אלעס שרייב איך אביסל צו לינדערן מיין צעבראכנקייט אויף דעם מנהג, אז ס'איז נישט ממש קיין מנהג של שטות ווי ס'קען זיך דאכטן, און יא דן זיין לכף זכות די גדולי ישראל וואס האבן אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון דעם מנהג מיט טעמים מטעמים שונים. זיי האבן געברענגט דעם זוהר נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אז דער זוהר איז ממש מכריע צו דעם מנהג, נאר זיי האבן געהאלטן אז דער מנהג איז וויכטיג און געברענגט דעם זוהר דאס אונטערצולאנען וכהנה רבות.
השתא דאתית להכי איז מיין אויספיר אז אין אונזערע (חסידישע אונגארישע און גאליציאנער) מקומות האט מען יא געזען א וויכטיגקייט אין זיך שערן און ס'איז א שיינע זאך טאמער איינער קען עס אנהאלטן, א זאך וואס גדולי ישראל האבן געזען לפי מצבם ומצב דורם אלס א סייג און פארשטייט זיך, פאר אונז, אפילו מ'קען זאגן בשפי אז ס'איז בטלה טעמא און מ'וואוינט היינט מיט גענוג נשים חרדיות וצדקניות וואס שערן זיך נישט, איז אבער נאך אלץ דא די שיינע ערליכע (און צומאל וויכטיגע) מהלך החיים פון נישט משנה זיין און אנהאלטן מסורת האבות אויף ווי ווייט מעגליך.
יעצט, דאס אלעס איז געזאגט געווארן אין א באזעסענע מענטשליכע און תורה'דיגע וועלט, ווי יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ. א דאורייתא בלייבט א דאורייתא, א דרבנן בלייבט א דרבנן, א חומרא בלייבט א חומרא, א מנהג בלייבט א מנהג, און אן איינפיר וואס גדולי ישראל האבן געזען אלס סייג און מעלה אין צניעות פארבלייבט א סייג.
יעצט שטעלט זיך די קשיא אויף די אבנארמאלע עמפעסיס מ'האט געשטעלט דערויף כאילו גאנץ אידישקייט איז אפהענגיג אויף דעם האר, און מ'האט עס געמאכט פאר אזא עיקר העיקרים ביז נישט לייגן אין בית החיים, ארויסווארפן די קינדער פון מוסדות, סטראשען מיט דת יהודית און ברעטשען כל נדרי דערויף?
אבער נאך אביסל התבוננות בין איך אויפגעקומען אז ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אזוי ארבעט אונזער געזעלשאפט! די וויכטיגקייט פון זאכן ווערן נישט געשטעלט לויט ווי די הלכה איז קובע נאר אויף א געזעלשאפטליכן וואגשאל, עס איז נישטא קיין שום איסור זיך צו שניידן די בארד און דער זעלבער חומר העונש וועט גיין אויף איינער וואס שניידט די בארד, על פי עיקרי הלכה איז נישטא קיין איסור צו גיין אן א קאפל און איינער וואס גייט אן א קאפל ווערט נישט פאררעכנט מזרע ישראל.
א טריט ווייטער: איינער וועט פרעגן פארוואס ווען א טאכטער אדער שנור וועט וועלן אויפהערן שניידן די האר וועלן עלטערן\שוויגער עלטערן רעוואלטירן ביז בלוט?
כ'מיין אבער ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווען א קינד טוישט זיך הוט צי טוט אויס ווייסע זאקן שפרינגט מען פונקט אזוי. יעצט קענסט עס מסביר זיין אויף פארשידענע וועגן און יא אדער נישט געבן גערעכט, מיין פוינט איז אבער אז ווען מ'לייגט א דגוש אויף עפעס ביי אונז מוז בכלל נישט זיין אז עס האט שטארקע יסודות אין הלכה אדער אפילו אין מנהג ווייל ווייסע זאקן צום ביישפיל איז זיכער נישט אפילו קיין מנהג קל און נישט מער ווי א קולטורעלע אידענטיטעט און איך ווייס נישט צי דער אויפברויז פון א טאטן אויף זיין זון וואס טוט זיך אויס די ווייסע זאקן וועט זיין קלענער ווי אויף דער טאכטער וואס הערט זיך אויף שערן.
עד כאן זענען מיינע מחשבות ארום דעם ענין און כ'האף כ'האב מיך קלאר מסביר געווען און אז איינער וועט הנאה האבן פון מיינע ווערטער.