האפנליך קומט שוין די דראמא צו אן ענדע.
וואשינגטאן – א שטורמישע וואך איז אריבער אין וואשינגטאן, דער סענאט איז געקומען צו א פולקאמע שטילשטאנד, אלע געווענדליכע סענאט טעטיקייטן זענען געשטעלט געווארן צו א זייט, ווארום דער סענאט איז געווען געצווינגן אויפצונעמען און אויסצוהערן די שיף-פיקציע אימפישמענט קלאגעס, וואס די סאציאליסטן אין קאנגרעס האבן פאַבריצירט קעגן פרעזידענט טראמפ. דורכאויס די פראצעדורן זענען די סענאטארן נישט ערלויבט אויסצוטוישן ווערטער צווישן זיך, און זיי זענען נישט ערלויבט צו עסן און צו טרינקן, אויסגעשלאסן וואסער, מילך און ציקערלעך. עלעקטעראנישע קאמיוניקאציע געצייג זענען נישט ערלויבט אינעם זאל, די הונדרעט סענאטרן זענען געצווינגן צו זיצן און אוסצוהערן מיט אן ערענסטקייט צו די קלאגעס וואס דער קאנגרעס ברענגט פאר זיי. פאר לאנגע שטונדען זענען די סענאטארן געווען געצווינגן מיט א קענטליכע אומגעדולד, אויסצוהערן דעם מייסטער-דעמאגאג און לעגענדארער ליגנער, אדם שיף פון קאליפארניע. ער האט נאכאנאנד ווידערהאלט זיין זעלבע כארא נאכאמאל און נאכאמאל אזש ס'האט שוין געגריצלט די אויערן...
די גוטע נייעס איז אז דער ליכטיקייט פונעם טונעל זעט זיך שוין ענדליך אויפן האריזאנט, דער טייוול-געיעג פון די סאציאליסטן קעגן די אמעריקאנער באפעלקערונג קומט שוין האפנטליך ענדליך צו אן ענדע, די גסיסה כארכלען פון די סאציאליסטן און זייער פראפעגאנדע מאשין די מידיע - צייגן דייטליך אז זיי גרייטן זיך די וואך איינצונעמען א מעכטיגע נידערלאגע וועלכע וועט זיי האפנטליך פארוואונדערן פאר א לאנגע צייט. אבער אין וואשינגטאן קען מען קיינמאל גארנישט וויסן.
די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט, זשעי סאקאלאו, פּעט סיפּאָלאָנע, מייק פּורפּורא, און פּעם באונדי האבן אן קיין צווייפל געמאכט א פענאָמענאַלע ארבייט. זיי האבן סוקסעספול באוויזן צו צורייבן אויף פיצלעך די פאלטשע און פארפירישע דעפיניציע וואס ליגנער שיף האט פראבירט צו פארקויפן פאר די סענאטארן. און ווי איראניש איז געווען צו אבזערווירן ווי ליגנער שיף און זיינע קאמעראדן האבן נאכאנאד ווידערהאלט - אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט האבן נישט באוויזן אפצווארפן זייער דעפיניציע, ווען אין די ווירקליכקייט האבן די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט געמאכט פון שיף'ס פארגעשריבענעם טיאטער פיקציע אש און פארך. אבער צום מערסט האט ארויסגעשטארצט די קאָנטראָווערסיאַלע פאַרטיידיקונג-ארגומענט פונעם בארימטן אידישן אדוואקאט פראפעסאר אַלען דערשאָוויטץ, אט איז וואס ער האט ארגומענטירט אויף די קלאגע אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערסן:
עס איז פארהאן דריי אורזאכן וואס מען קען ארגומענטירן פארוואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע פאר א קורצע וויילע:
• זיכער צו מאכן אז דער אוקריינישער פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי וועט זיך צוהאלטן צו זיין צוזאג צו באקעמפן קאראפציע.
• צו לייגן דרוק אויף אנדערע אייראפעישע לענדער אז זיי זאלן זיך מער צושטעלן מיט מאטריאליסטישע און מיליטערישע הילף פאר אוקריינע.
• צו צווינגן אוקריינע אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט ביידן, וואס איז איינגעטינקן איבער די נאז אין די קאראפציע פון אוקריינע.
דער מיינונג פון א גרויס מערהייט פונעם פאלק איז אלע דריי אינאיינעם. דער פרעזידענט ארגומענטירט אז בלויז די ערשטע צוויי. די סאציאליסטן זאגן אז אויסשליסליך בלויז דאס לעצטע.
דערשאָוויטץ ארגומענטירט: לאמיר שוין זאגן אז בלויז דאס לעצטע, איז וואס? יעדער פאליטיקער האלט אז פארן וואוילזיין פונעם לאנד איז ער דאס מערסט-געאייגענטער מאן צו זיצן אויף זיין אמט. דערפאר אפילו דער פרעזידענט וואלט ווען אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע בלויז זיי צו צווינגן אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט, איז דאס נישט געווען צוליב פינאציאלע אדער אומלעגאלע אינטערסן, נאר אויף צו פארזיכערן זיין ווידערוויילונג וואס איז לויט אים דאס וואוילזיין פונעם לאנד. דערפאר הייסט דאס נישט אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געברענגט א פאסיגער צושטעל פון פרעזידענט לינקלאן. אין די סאמע ברען פונעם ציווילער-קריג – האט פרעזידענט לינקלאן אהיים געשיקט זעלנער פון פראנט, אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו קענען שטימען אין זייער שטאטן פאר די רעפובליקאנע פארטיי, וואס איז אייגענטליך געווען זיין פארטיי.
דער דאזיגער זאכליכער ארגומענט פון פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געמאכט די סאציאליסטן טאנצן ווי משוגענע הונט וועלכע האבן איינגעשלינגען א הויפן משוגענע שוועמליך. ווי זייער שטייגער אלעמאל האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א מאסיווע פרעכע קאמפיין קעגן דער ליבעראלן דערשאָוויטץ. זיי האבן בייזוויליג פארדרייט זיינע ווערטער, ווי ער וואלט ווען געהאט געזאגט אז דער פרעזידענט קען באגיין א פארברעך ווי לאנג מ'קען ארגומענטירן אז ער טיט דאס פאר די אינטערסן פונעם פאלק. א זאך וואס דערשאָוויטץ האט קיינמאמל אין לעבן נישט געזאגט. נעמליך, אין די שיף און נאדלער וועלטל פארמאגט דאס רעאליטעט נישט קיין שום ארט, זיי לעבן זיך אין זייער אייגענעם פייגל וועלט, וויפול מ'זאל זיי נאר אויפווייזן אז זיי לעבן אין א טרוים וועלן זיי זיך נישט דערוועקן.
די געטרייע אונטערטאן פון די געוועזענע לאפע טאנצערין אָקרזיאָ-קאָרטעז, באבי פאלאוסי - האט זיך אויך געלאזט די וואך הערן, זי האט דעקלערט אין א פרעסע קאנפערענץ - אז די אדוואקט שיינען פון די אדוואקטן פונעם פרעזידענט דארפן אויפגעלעזט ווערן, ווארום זיי האבן מיט פרעכהייט זיך דערוואגט אפצושלאגן די פאלטשע דעפיניציע און די גראנדיעזע ליגנטס פון אירע צוויי אינטערטאנען, ליגנער שיף און זיין קאמעראד שוטה נאדלער... זיי האבן בייזוויליג אויסגעריסן די גאנצע קאנסטעטוציע האט באבי געיאמערט מיט טרערן פאר די פרעסע.
זינט איר אימפישמענט איז די באבע נעבאך געשלאגן געווארן מיט אזא סארט קאנסטאטוציע דעראַנגמאַנט סינדראָום. זי זעט אלעס וואס זי וויל טאן אין די קאנסטעטוציע.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער באשולדיגטער וועלכע איז דער פרעזידענט טאר זיך נישט פארטיידיגן קעגן איר אגרעסיע. ווען זי רופט זיינע נאנטסטע מיניסטארן אויף א קרייץ פארהער ביי שיף אין בונקער, אזוי דער אנקוויזעטאר זאל קענען ארויסקוועטשן פון זיי עפעס א מיסברויך וואס דער פרעזידענט איז באגאנגן, ווארום זיי ברויכן דאך אים צו אימפיטשען, מוזן זיי אלע ענטפערן, צום באפעל, און זאפארט ערשיינען ווי רינדער צו די שחיטה, זיי האבן נישט די רעכט צו גיין אין געריכט זיך צו פארטיידיגן, זיי האבן נישט די רעכט מיטצוברענגן זייער אדוואקאטן, גארנישט! זיי מוזן גענצליך אויספאלגן אירע באפעלען בלינדערהייט.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז בלויז זי איז אויסגעקליבן געווארן פון ג-ט זעלבסט צו געבן די אנווייזונגען פארן סענאט ווי אזוי דער געריכט זאל פינקציאנירן.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער פרעזידענט איז נישט ערלויבט זיך צו פארטיידיגן נישט נאר בלויז ביי ליגנער שיף אין בונקער נאר אפילו נישט אינעם סענאט. פארן זינד פון פארטיידיגן דעם פרעזידענט דארפן זיינע אדוואקאטן פארלירן זייער רעכט צו פראקטערצירן געזעץ.
זי זעט אין די קאנסטעטוציע אז בלויז זי איז באפולמאכט איינצוטיילן וועם דער פרעזידענט קען רופן אלס עדות אין זיין פארטיידונג און וועם נישט.
דאס אלעס זעט זי קלאר אין די הייליגע קאנסטעטוציע.
די דאזיגע דאָמינאַנטע פרוי איז גענצליך נישט ביי די קלארע געדאנקן, איר נידערטרעכטיגע פרעכע ארגאנץ איז ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. זי איז דאס גרעסטע שאנדע פארן אמעריקאנער פאלק. האפנטליך וועט מען פון איר פטור ווערן ווי אמשנעלסטן.