Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ענדליך! אומפושטמענט:

קאווע שטיבל • ענדליך! אומפושטמענט:

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13365
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 3:48 pm#436610
ענדליך! אומפושטמענט:
דער אנגייענדער אומפוטשמענט שדים טאנץ אין וואשינגטאן איז שוין אין פילן שוואונג...

אין יאר 2016 למספרם האט דאס אמעריקאנער פאלק מיט פרייד אריינגעוועלט פרעזידענט טראמפ אין אמט. איינס פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן וואס דער פרעזידענט האט געהאט פארשפראכן איז געווען, אז אויב ווערט ער פרעזידענט, גייט איין מאל פאר אלעמאל גענצליך אפטריקענען דאס פארפעסטעטער זומפ אין וואשינגטאן.
די לאנג-יעריגע פרעש אינעם זומפ האט זיך הייס געאייסערט אז אויב חלילה פרעזידענט טראמפ ווערט פרעזידענט גיי זיי אים זאפארט אומפוטשען מיטן גאנצן קראפט – זיי וועלן צייגן פארן אמעריקאנער פאלק ווער ס'איז ווירקליך בעל הבית אין וואשינגטאן הבירה. די דורכגעפוילטע פרעש אינעם זומפ - האבן טאקע ערליך געהאלטן ווארט. און ווי נאר דער פרעזידענט איז ערוועלט געווארן, האבן זיי באלד אנגעהויבן צו וועבן פלענער פאר אומפושמענט. אבער פאוואליע... איין שטיקל פראבלעם האבן זיי געהאט. נעמליך, צו אומפוטשען א פרעזידענט, דארף דער פרעזידענט ערשט האבן באגאנגען א הארבע מיסברויך שוין זיצנדיג אין אמט, אלזא וואו שאפט מען אפיר א מיסברויך? נישט געזארגט! שקלאפטע פלאוסי האט ארויסגעגעבן דעם באפעל פאר אירע טרופן, זיך באלד ארויסצולאזן אויף די יארכע און אפיר זוכן א מיסברויך. זי האט זיי שארף אנגעזאגט - אז זיי זאלן זוכן אפילו אונטער די ערד און אין אלע זיבן הימלן איך גלייך נישט מיסטער טראמפ! ער מוז זאפארט אומפוטשט ווערן, האט באבי פאלאוסי געשריגן פאר אירע טרופן.

אין יענע טעג האט באבי פלאוסי מיטאמאל ערהאלטן גאר גינסטיגע נייעס... דער עף.בי.איי. דירעקטאר, קאמעראד קאומי, האט איר אנטפלעקט דעם געהיימעניש, אז די פרעש אינעם זומפ האלטן שוין טיף אין מיטן פארקאכן עפעס א רוסישע קאנספיראציע, א קאנספיראציע וואס וועט אן קיין שום צווייפל פירן צום אומפושטמענט פונעם פרעזידענט. באבי פאלאוסי האט זיך ממש צוקושט מיט קאומי פאר פרייד. באבי פלאוסי אינאיינעם מיט די פרעש פונעם זומפ האבן זיכער געמאכט אז די הייסע נייעס רינט וואס שנעלער ארויס צו די מידיא. די מידיא האט זיך טאקע צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייס-געבראטנס. זיי האבן רעגלמעסיג צוגעשטעלט פאר די באפעלקערונג פרישע הייסע ווארע און "אמת'ע פאקטן" איבער די געפערליכע קאנצפיראציע, אזש דאס לאנד איז געגאנגן באנקערס... דער לעגענדארער ליגנער און קאנספירער אדם שיף - האט זיכער געמאכט וואס מער אפטער צו ערשיינען אויפן נאציאנלע טעלעוויזיע, און דעמאגאגיש פראקלאמירן אז ער האט אין זיין באזיס קראנטע באווייזן וואס ער האט זעלבסט געזען אז דער פרעזידענט איז ווירקליך א געהיימער רוסישער שפיאן! נעמליך,ער איז דאך דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, טא ער ווייסט דאך זיכער וואס ער רעדט.

מ'האט דאן אויפגענומען דעם צוקאליטשן און צוקעקצטן מוללער אנצוהייבן מיט אן גרונטליכער אויספארשונג, אן אויספארשונג וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי יאר. די ליבעראלן האבן נעבאך געלייגט זייער גאנצער האפענונג אויף קאמעראד מוללער, זיי האבן זיך הייס געשוואוירען אז בלויז ער וועט זיין דער משיח וואס וועט איבערצייגן דאס לאנד אז דער פרעזידענט אין א רוסישער שפיאן!
מוללער האט ענדליך גענדיגט זיין לאנגער אויסגעצויגענער אויספארשונג... און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישטא קיין בערן און נישט קיין וואלד, נישט קיין קלאבאראציע, און נישט קיין דיסטראקציע פון יוסטיץ. גארנישט! די ליבעראלן האבן אבער נאך נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, מ'האט אים אראפגערופן געבן צייגעניש פארן קאנגראס. ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אויב עמיצער האט נאך געמיינט אז די קאנספיראציע פארמאגט נאך עפעס לעבן אין זיך, איז נאכן צייגעניש פון קאמעראד מוללער געקומען צום אנערקענונג אז דער קאנספיראציע איז מער טויטער ווי טויט!

דער רבי זלמן נאדלער איז נעבאך אין גאנצן פארצווייפלט געווארן, וואו קען מען טרעפן עפעס א מיסברויך? ער האט זיך ארום רומפאזשירט אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז מיט זיינע ברייטע שלייקעס און ערענסטע ברילן און געפרעגט ביי יעדען פארבייגייער מיט אנגסט: זאג נאר, דו ווייסט פילייכט איבער עפעס א מיסברויך וואס טראמפ זאל האבן באגאנגען? ס'מוז נישט זיין אמת. די פארבייגייער האבן געשאקלט דעם קאפ מיט מיטלייד, און זיך אפגעשאקלט פון דעם אלטען וואנזיניגער מיט רחמנות. דער אלטער נאדלער האט אבער נישט אויפגעגעבן. ער האט באשלאסן אראפצורופן דעם געוועזענער קאמפיין פארזיצער פון פרעזידענט טראמפ, הער קאָרי לעוואַנדאָווסקי צו קומען אפגעבן צייגעניש. לעוואַנדאָווסקי איז טאקע געקומען און קלארגעמאכט אז ער האט גארנישט וואס צו לייגן צו דאס וואס ער האט קלארגעשטעלט פאר מוללער. די ליבעראלן האבן געברויזט אויף לעוואַנדאָווסקי... דו ווייסט דאך אז מיר מוזן האבן א מיסברויך צו אומפוטשן דעם פרעזידענט... טא פארוואס באשאפסטו נישט עפעס א מיסברויך? דו ביזט א מסרב לקאנגרעס, דו ערלויבט אונז נישט צו טאן אונזער הייליגער פליכט...

ס'איז ממש נישטא ווער עס זאל לאכן...

אבער איצט האבן שוין די ליבעראלן ענדליך געטראפן וואס זיי זוכן שוין מיט ליכט פאר נאנט צו דריי יאר!

א העליש פייף פון א אומבאוויסטער פייפער-בלאזער האט זיך געהערט אין וואשינגטאן! א מיסטריעזער מאן ווארשיינליך א ליבעראלער האט ארויסגעלאזט א שטונק אז דורכאויס א טעלאפאנישע דיסקאסיע מיטן אוקריינישער פרעזידענט, איז דער פרעזידענט איז באגאנגען א מיסברויך. לויט דעם מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דער פרעזידענט געבעטן פונעם אוקריינישען פרעזידענט, אז ער זאל אנצוהייבן אן אויספארשונג אויף דער געוועזענער וויצע פרעזידענט רבי יוסל ביידן און זיין קאראפטירטער זון הער האנטער, אויף פינאנציאלע מיסברויכן אין אוקריינע! וואס איז דער פראבלעם? דער פראבלעם איז א צוויי-פאכיגער.

ערשט. רבי יוסל ביידען, זאל דערלעבן דאס פרעזידענטשאפט אין פריידן, איז אצינד דער פאליטישער קאנקורענץ פונעם פרעזידענט. און געזעצליך איז פארבאטן פאר א פאליטישער קאנדיטאט זיך צו באנוצן מיט הילף פון אן אויסלענדישער רעגירונג קעגן זיין פאליטישער קאנקורענץ!

צווייטנס. דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן געלט וואס קאנגרעס האט באשטומט פאר אוקריינע פאר עטליכע וואכן. און באלד נאך דער געשפרעך מיטן פרעזידענט פון אוקריינע, האט אראפגענומען דעם אפהאלט. און לויטן מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דאס צו טאן איינס מיטן צווייטן. ס'איז אזא סארט מאפיאנער שטיק! איך שיק דיר דאס געלט אין אויסטויש פאר א אויספארשונג אויף מיין פאליטישער קאנקורענץ. רבי יוסל ביידן זעלבסט האט אייגענטליך געטאן גענוי דאס זעלביגע, זאגאר ער איז דאך א גרויסער פראש אינעם וואשינגטאן זומפ, דערפאר איז ער דאך אוטאמאטיש ריינגעוואשן פון אלעם-בייזן...

ווי נאר אונזער אלעמענען באליבטער אדם שיף האט געהערט דעם היליכיגער פייף, האט זיין גלאנציגער פנים ממש אויפגעלאכטן פאר פרייד... אה... מ'האמער שוין ענדליך נאך לאנגע יארן געטראפן דעם אזוי לאנג געגארטן מיסברויך וואס מיר זיכן שוין יארן מיט ליכט. ער האט באלד אנגעהויבן פארלאנגן דאקאמענטן און טראנסקריפטן איבער דעם טעלאפאנישער דיסקאסיע צווישן דעם פרעזידענט מיטן אוקריינישער פרעזידענט...

דער פרעזידענט האט זיך דא דערזען אין אן ערענסטען דילעמא. נעמליך, ער האט געקענט באשטיין ארויסצוגעבן דעם טראנסקריפט פאר שיף און פאר די אנדערע אידיאטן, אבער דאס איז פארבינדן מיט ערענסטע נאציאנאלע זיכערהייטס געפארן. נעמליך, וועלכע נארמאלער וועלטליכער פירער וועט דען וועלן פארפירן געשפרעכן מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט וויסנדיג אז זיינע געשפרעכן וועלן ענווענטועל אויסגעלופטערט ווערן אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז? די ליבעראלן האבן זיך געריבן די בייכער מיט פארגעניגען איבער די קאמפליצירטע סיטואציע אין וועלכער דער פרעזידענט געפונט זיך. און מיט גרויס רשעות האט באבי פאלאוסי באשלאסן זאפארט אנצוהייבן מיט די פון פאראויס-פלאנירטע אומפוטשמענט פראצעדורן. אפילו נאך דעם וואס דער פרעזידענט האט באשלאסן יא צו פארעפענטליכען די טראנסקריפטן. די ליבעראלן האבן זיך אנטזאגט צו ווארטן אויף די טראנסקריפטן און דורכפירן א נארמאלער אויספארשונג, דער אויסטערלישער אומפוטשמענט-הונגער וואס נאגט שוין אין זייערע געדערים זינט דער פרעזידענט איז פרעזידענט האט זיי נישט ערלויבט צו ווארטן קיין איבעריגע סקונדע...

אפילו היינט ווען די טראנסקריפטן זענען פארעפענטליך געווארן, און יעדער קען זען שווארץ אויף ווייס, אז די אפהאלט פון די געלט איז ווארשיינליך נישט געווען פארבינדן מיטן פארלאנג פונעם פרעזידענט אויסצופארשן רבי יוסל'לען, און ווי אויך האט דער יוסטיץ אפטיילונג קלארגעשטעלט אז א פארלאנג אויסצופארשן א קאראפטירטער פאליטיקער הייסט נישט קיין זאכליכער קאמפיין הילף, פארט זעצט דער אומפושטמענט-באן פאר צו גאלאפירן מיט אימפעט ביז עס וועט אריינקראכן פאר די דעמאקראטן אין זייער אייגענעם פנים מיט אן אויסטערלישער קראפט ביי די בעפארשטייענדע וואלן...
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:31 pm#436625
דא קען מען ליינען די טראנסקריפטן:
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:33 pm#436631
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
מען זעהט אז די ליבעראלען דא האבן נישט געלייקט די פותח האשכול. פילייכט צוליב זיין אויסגעשפראכענע רייד קעגן די פרעש אין די זומפ..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:44 pm#436634
אין אנדערע נייעס האט רודי זשוליאני, געוועזענע מעיאר פון ניו יארק, געכאפט א נערווען בראך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:22 am#436659
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
חוקר ודורש האט געשריבן:דא קען מען ליינען די טראנסקריפטן:
יישר כח פארן ארויפלייגן. ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז דער גאנצע סאמוטוכע נישט מער ווי א זייפנבלאז, אויפגעבלאזן דורך די מידיא און זייער דאמאקראטישע שותפים, וואס האבן קלאר פארטוישט די מציאות עס צו מאכן אויסקוקן כאילו טראמפ האט "געצווינגען" דער אוקריינישער פרעזידענט אויסצופארשן ביידען.

אינעם ערשטן טייל פונעם טראנסקריפט זעהט מען ווי טראמפ האט געבעטן זעלענסקי א טובה אויב ער קען אויסגעפונען וואס ס'האט פאסירט מיט דער גאנצע אוקריינישע אינטערווענץ ביי די 2016 וואלן וואס האט געהאט שייכות מיט קלינטאן און די דעמאקראטן (פונקטליך די פרטים בין איך נישט באקאנט). די מידיא האט געוואלט פארטייטשן ווי כאילו דאס איז געווען א פארלאנג אויסצופארשן ביידען, ווען באמת האט ער געבעטן אויסצופארשן די אריינמישונג פון אוקריינע אין די 2016 וואלן, אזויווי רוסלאנד'ס אינטערווענץ.

און....דא איז די "באמבע" וואס די דעמאקראטן האבן געלייגט אזויפיל האפענונג!! טראמפ זאגט: "די אנדערע זאך, ס'איז דא אסאך וואס צו רעדן וועגן ביידענ'ס זוהן, אז ביידען האט אפגעשטעלט די גאנצע אויספארשונג, און אסאך מענטשן ווילן וויסן וואס ס'האט פאסירט, איז וואס דו קענסט טוען דערוועגן מיט די אטוירני דזענעראל וואלט געווען געוואלדיג". עד כאן לשונו. נישטא קיין שום סטראשע, נישט דא קיין שום פארלאנגען, נאר א פריינטליכע שמועס, וואס דו קענסט טון וואלט געווען געוואלדיג. ער האט ניטאמאל דערמאנט עפעס וועגן צוריקהאלטן געלטער אויב מען טוט דאס נישט, אנדערש ווי ביידען וואס האט אפן געסטראשעט אז אויב מען באזייטיגט נישט דעם פראקוראר האלט ער צוריק די געלטער.

די מידיא האט שוין געכאפט איין קלאפ, ווען דער אוקריינישער פרעזידענט איז היינט ארויסגעקומען און געזאגט: ס'איז געווען א פריינטליכע שמועס, קיינער האט מיר נישט געדרוקט אז איך זאל אויספארשן ביידען. דאס האט אבער נישט צוריקגעהאלטן די דעמאקראטן מיטן פאראויסגיין מיט די אימפיטשמענט פראצעדורן, נאך איידער מען האט אפילו ארויסגעגעבן די אינהאלט פונעם שמועס.

נאך האט זיך געקאכט, אז די מידיא האט ליגנט געזאגט אז דער דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש האט געסטראשעט צו רעזיגנירן אויב טראמפ גייט נישט פובליצירן די קאמפלעינט פונעם וויסעלבלויער, מיט דעם וואס דשאסעף מאגוירי, דער דעריקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט: "איך האב קיינמאל נישט געהאט א קלער צו רעזיגנירן פון מיין פאזיציע, זינט איך בין איינגעשוואוירן געווארן. איך האב קיינמאל נישט רעזיגנירט אין מיין לעבן, און איך פלאן נישט יעצט אנצופאנגען".

נאך האט מען היינט אויפגעדעקט, און טראמפ האט געטוויט דערוועגן, אז דער אדוואקאט פונעם וויסעלבלויער איז געווען א שטארקע אנטי טראמפער, און האט פריער געארבעט פאר טשאק שומער און הילערי קלינטאן.

בקיצור, די מידיא האט שוין לאנג נישט געהאט אזא שלעכטע טאג, ווען דער גאנצע "היסטעריע" וועגן אוקריינע האט נאר באוויזן ארויפצוברענגען די קארופציע פון ביידען און זיין זון, וואס דאס איז די סיבה פארוואס טראמפ האט אים דערמאנט. טראמפ מיט זיינע חברה שארפן זיך די ציין אויפצודעקן די גאנצע ביידען - אוקריינע קארופציע, איינמאל ס'איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך, און ס'איז מעגליך אז דער גאנצע פרשה וועט גאר בעקפייערן אויף די דעמאקראטן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:56 pm#436685
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
אין אנדערע אימפיטשמענט נייעס, שטעלט זיך ארויס אז די דעמאקראטן האבן שוין 217 קאנגרעסלייט וואס שטיצן אימפיטשמענט, בצירוף פון דער "רעפאבליקאנער" געווארענער אינדעפענדענט קאנגרעסמאן דשאסטין אמאש, וואס געבט זיי די גורל'דיגע 218 שטימען צו קענען פאראויסגיין מיט א סעקסעספולע אימפיטשמענט, האבנדיג א מאיראיטעיט פון 435 קאנגרעסלייט.

נאך ווערט באריכטעט, אז טראמפ און זיין קאמפיין האבן באוויזן צו ברעכן א רעקארד מיטן שאפן 5 מיליאן דאלער פאר זיין 2020 ווידערוויילונג, אין די 24 שעה וואס פעלאסי האט מודיע געווען אז זי גייט פאראויס גיין מיט אימפיטשמענט. דאס שטרייכט ווייטער אונטער, אז דער גאנצע מערכה טוט בלויז שטארקן טראמפ ביי זיינע שטיצער, און מאכט גרינגער די מעגליכקייט פאר טראמפ צו קענען אפהאלטן א מאסיווע זיג אין 2020. צו וועט עס טאקע העלפן טראמפ אין דער צוקנופט, וועט מען זעהן.

נאך אינטערסאנטער איז אז דער דעת הקהל האט זיך ניטאמאל געטוישט זינט דער גאנצע אנגעבליכע "אוקריינע סקאנדאל" איז אפירגעקומען, אין א פרישע אנקעטע גענומען דעם וויקענד זעהט מען אז בלויז 36% אויסגעפרעגטע שטיצן אן אימפיטשמענט פראצעדור אויף פרעזידענט טראמפ, וואס דאס רעכנט אריין 66% דעמאקראטן, 31% אינדעפענדענטס, און 5% רעפאבליקאנער, וואס דאס איז נאך א פראצענט ווייניגער ווי דאס וואס איז געווען אין אוגוסט.

בילד
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:37 pm#436691
דער טראמפ מאכט עס אייזן!
דער האט אלעמען איינגעשפאנט פאר זיין קאמפיין
אפילו די דעמאקראטן זענען העפטיג פארקאכט אים צו דעליווערן זיין זיג.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 9:28 am#436779
קיינער זאל זיך נישט נארן, אומפוטשמענט איז א פלעק וואס וועט שטענדיג הויערן אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט. און אנדערע ווערטער די דעמאקראטן מיט זייער קורצזיכטיקייט האבן בלויז געשעדיגט די פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ פון אן היסטארישער קוק ווינקל. אבער זיי האבן זיך זעלבסט ביטער אריינגעלייגט אין פעקל.

אין די היסטאריע פאר די פאראייניגטע שטאטן זענען בלויז 3 פרעזידענטן אומפוטשט געווארן: ענדרו זשאנסאן, ריטשארד ניקסאָן, און ביל קלינטאן.
זשאנסאן איז אומפוטש געווארן צוליב דעם ווייל ער האט עמטליך דעקלערט קריג אויפן רעפרעזאנטן הויז – ער האט וועטאירט יעדע אייניציגע געזעץ ווי נאר ס'האט דערגרייכט זיין שרייב טיש. נאך איידער ער האט אפילו געליינט איר אינהאלט. ניקסאן איז אומפוטש געווארן צילוב דעם וואס ער האט געשיקט זיינע אונטעוועלטניקעס זיך איינצוברעכן אינעם וואטערגיעט האטעל, און ער האט דערנאך געשטערט דעם אויספארשונג. און קלינטאן איז אומפוטשט געווארן צוליב דעם וואס ער האט אפגעטאן עקלהאפטיגע חאזעריי, און דערנאך עס געלייקענט אונטער שבועה מיט א בלעכענעם פרצוף.

פרעזידענט טראמפ האט אן קיין צווייפל נישט געטאן קיין איינע פון אויבנדערמאנטע מיסברויכן. ער גייט אצינד דורך אומפוטשמענט, בלויז ווייל די סאציאליסטן און די פרעש אינעם וואשינגטאן זומפ קענען אים נישט דערליידן. די גאנצע איצטיגע סימוטאכע שטינקט אויך פון די דורכגעפוילטע עלעמענטן אין די סי. איי. עי. אין אלגעמיין באנוצט זיך די סי.איי.עי. מיט די דאזיגע שווארצע שטיק אומצווארפן רעגירונגען פון אנדערע לענדער. און אצינד נאכדעם וואס זייער ערשטע רוסישע קאנצפיראציע האט אויפגעקראכט אין זייער פרצוף מיט קראפט, און די יוסטיץ מיניסטעריום האלט אט אט ביים אויפקומען אויף די שפירן פון די דאזיגע וועלכע זענען געווען פארמישט אין די קאנצפיראציע, האבן זיי אנגעהויבן מיט זייער פרישע קאנצפיראציע – דער פייפער-בלוזער קאנצפיראציע. ווי עס שיינט איז דער פייפער-בלוזער א געהיימער סי. איי. עי. אגענט וואס קען זיך גוט אויס מיטן סיסטעם. ווי אזוי האט דער וואנזינגער טשוואק שומער געזאגט? אז מען הייבט זיך אן מיט די שפיאנאזש געמיינדע אין וואשינגטאן, האבן זיי זעקס וועגן דיך אונטערצוברענגן. עכ''ל. דאס איז אן קיין שום צווייפל פרעצעדענטלאז און א אויסטערלישער געפאר פאר דער דעמאקראטישער פאליטישער סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן.

אין ליכט פון די אומפוטשמענט קענען זיך אנטוויקלען פארשידענע אנטוויקלונגן:

די באציאונגען צווישן די לעגיסלאטיווער פליגל וואס באשאפט די געזעצן, און די עקזעקוטיווער פליגל וואס באשטעטיגט די געזעצן קען צונישט ווערן. דאס באדייט אז דער ווייסער הויז מיטן רעפרעזאנטן הויז גייען נישט האבן קיין פארקער איינע מיטן צווייטן. דער רעפרעזאנטן הויז גייט דורכפירן א געזעץ וועט עס בלייבן שטעקן אינעם סענאט און ס'וועט קיינמאל אנקומען צום טיש פונעם פרעזידענט, און אפילו אויב יא, וועט דאס דער פרעזידענט קיינמאל נישט אונטערשרייבן. אלזא די אמעריקאנער בירגער גייען שרעקליך ליידן. ביקסן רעפארמען, אימיגראציע, געזונטהייט פארזיכערונג, שניידן די קאסטן פון מעדעצינען, אלעס קומט צו אן האסטיגן אפשטעל. אין רעזולטאט גייען די ליבלעראלע רעפרעזאנטן נישט האבן די מעגליכקייט צו צייגן פאר אמעריקע קיין שום זאך וואס זיי האבן אויפגעטאן אין וואשינגטאן. און די רעפובליקנער וועלן ווארשיינליך צוריק איבערנעמען דעם רעפרעזאנטן הויז מיט א שטארקע מערהייט.

אצינד האבן די ליבראלע סאציאליסטן, נאך נישט געשטומט פאר אומפוטשמענט, זיי האבן בלויז אנגעהויבן מיט די פראצעדורן. ווי נאר זיי שטומען, דאן גייט די אומפוטשמענט אפציעל אריין אין קראפט. דאס באדייט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט גייען באקומען די מעגליכקייט אויסצופארשן וועם אימער זיי ווילן,זיי גייען באקומען צוטריט צו יעדע סארט דאקימענט וואס זיי וועלן נאר באגערן. אוי גייען זיי דאס גוט אויסנוצן, זיי וועלן עפענען דעם שאכטל ווערים ווי קיינאמל בעפאר. זיי גייען גרינטליך אויספארשן: זשעימס קאָמי, פוטער סטראק, ליסא פעידש, ברוס אָהר, גלען סימפּסאָן, דאַנאַ בראַזיל, אריק האלדער, ליארעטע לינש, קריסטארפער סטיל, הילערי קלינטאן, זשאו ביידן, און נאך. די ריפובליקאנער וועלן אויפשאקלן דעם וואשינגטאן זומפ ווי קיינמאל בעפאר. די קאראפציע און די פארברעכן פון די פרעש אין וואשינגטאן וועט קומען צום פילען אויבערפלאך. אמעריקע וועט אויפגעשאטקלט ווערן ווי קיינמאל בעפאר. טראמפ וועט האבן ערייכט זיין ציל. דער וואשינגטאן זומפ גייט אפטריקענען און די פרעש גייען מאסנווייז אויספייגערן. די ליבעראלן וועלן זיך שעמען פון זיך זעלבסט. און זיי וועלן זיין אזוי באמאכט, אז דער צווייטער טערמין פונעם פרעזידענט וועט זיין העכער אלע ערווארטונגן.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 11:04 am#436783
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
הרב קאך, זייער שיין געשריבן.
איין קליינע הערה.
אומפוטשמענט וועט א ליטוואק ליינען umpuchment.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:24 am#436827
מר. לעפל ניקסאן איז קיינמאל נישט אימפיטשט געווארן ער האט ריזיינט פאר מ'זאל אין קענען אימפיטשן
דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:01 pm#436853
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
יוסל פון בני ברק האט געשריבן:מר. לעפל ניקסאן איז קיינמאל נישט אימפיטשט געווארן ער האט ריזיינט פאר מ'זאל אין קענען אימפיטשן
גערעכט, מען האט אים טאקע נישט אימפיטשט, אבער מען האט געעפענט אימפוטשמענט אויספארשונגען קעגן ניקסאן אלץ רעזולטאט פון דעם סקאנדאל, וואס דאס האט כמעט געפירט צו זיין אימפיטשמענט דורך קאנגרעס, נאר זיינע ראטגעבער האבן אים מסביר געווען אז ס'איז בעסער צו ריזיינען ווי איידער ליידן די בזיונות פון א פארמאלע אימפיטשמענט (וואס ס'האט דעמאלסט אויסגעזעהן אז אפילו אין סענאט ווט ער נישט ווערן ריינגעוואשן). אבער ס'איז זיכער אז ער האט געליטן פון "אימפיטשמענט פיבער" אויף אן ענליכע פארנעם וואס די דעמאקראטן ווילן יעצט טוהן מיט טראמפ.
דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:26 pm#436859
קאך
האסט געשריבן


אצינד האבן די ליבראלע סאציאליסטן, נאך נישט געשטומט פאר אומפוטשמענט, זיי האבן בלויז אנגעהויבן מיט די פראצעדורן. ווי נאר זיי שטומען, דאן גייט די אומפוטשמענט אפציעל אריין אין קראפט. דאס באדייט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט גייען באקומען די מעגליכקייט אויסצופארשן וועם אימער זיי ווילן,זיי גייען באקומען צוטריט צו יעדע סארט דאקימענט וואס זיי וועלן נאר באגערן. אוי גייען זיי דאס גוט אויסנוצן, זיי וועלן עפענען דעם שאכטל ווערים ווי קיינאמל בעפאר...



זיי זשע מסביר מער דער זאך. פארוואס גייען זיי האבן דער רעכט צו פארשן מער ווי פריער.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 6:02 am#436867
טראמפ האט נעכטן גערופן די אימפיטשמענט פראצעס א coup.. א אויפשטאנד...
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 5:38 pm#436947
ווי עס שטעלט זיך ווירקליך מער און מער ארויס, איז דער גאנצער אימפישמענט ספעקטאל איין גרויסע פאליטישער שטונק.

דער פרעזידענט האט אין א טעלאפאנישער געשפרעך פארלאנגט פונעם אוקריינישן פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי, אז ער זאל אויספארשן הער ביידן און זיין פראבלעמאטישער יונג האנטער איבער הארבע קראפציע אין וועלכע זיי זענען פארמישט ביז צו נאז אין אוקריינע און אין כינע.

אנגעבליך קוקן דאס די ליבעראלן אן פאר גאר א הארבער פארברעך. זיי ארגומענטירן אז ווי באלד דער קאראפטירטער ביידן איז אצינד דער פאליטישער קאנקורענץ פונעם פרעזידענט, טאר דער פרעזידענט נישט פארלאנגן אז פרעמדע רעגירונגן זאל אים אויספארשן, ווארום דאס באדייט אז ער באנוצט זיך זיין מאכט פאר אייגענע פאלטישע אינטערעסן. זיי רעדן איין די מענטשהייט אז דאס איז אזא הארבע פארברעך אזש זיי זענען גאר אויסן צו אומפיטשען דעם פרעזידענט איבער דעם.

דאס איז אפגעזען פונ'ם פאקט אז זיי זעלבסט האבן אין די פארגאנגנהייט געטאן גענוי דאס זעלביגע. ביידען זעלבסט דעקלערט אויף ווידיא אז ער האט אפגעהאלטן פעדעראלע געלטער פון אוקריינע ביז ווי לאנג דער אוקריינישער פּראָקוראָר הער שוקין וועלכע האט אויסגעפארשט די פירמע פון זיין זון האנטער ווערט אפגעזאגט פון זיין פאסטן. הער שוקין זעלבסט באשטעטיגט אז ער איז אנגעזאגט געווארן נאכצולאזן מיט די אויספארשונג מיטן אויסרייד אז עס שעדיגט די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע.

דאקעגן די רעפובליקאנער און דער פרעזידענט קוקן דאס אן מיט גאר אנדערע בריל. זיי ארגומענטירן ווי פאלגענד: האט דען דער פרעזידענט באצאלט פאר א אויסלענדישע רעגירונג פאר שמוץ אויף ביידן? אזוי ווי די סקאנדל-געפלאגטע פרוי קלינטאן האט געטאן? האט דען דער פרעזידענט געטאן וואס ביידן האט געטאן מיטן אוקריינישער פּראָקוראָר? זיכער נישט! דער פרעזידענט איז דייטליך איבערצייגט אז די אבאמא-ביידן אדמיניסטראציע האבן געארבייט פון אונטער די קוליסן מיט אוסלענדישע רעגירונגען צו סאבאטאזשירן זיין ערוויילונג. דערפאר האט ער די רעכט צו דערגיין ביידנ'ס געשעפעטן אין אוקריינע. עס האט גארנישט צו טאן מיט זוכן שמוץ אויף א פאליטישער קאנקורענץ.

דער פרעזידענט האט היינט ווידער גערופן אז אוקריינע און כינע זאלן אויספארשן די ביידן קאראפציע. אזוי ווי ווען דער אייבישטער האט געפרעגט אדם הראשן ''המן העץ אשר צויתיך לבלתי אכל ממנו אכלת? האט אים אדם גענטפערט אכלתי ואוכל עוד..." דאס האט ארויסגענומען די ליבעראלן פון די גלייזן. אבער ווי געזאגט דער פרעזידענט האלט נישט אז ער טיט עפעס נישט ריכטיג.

אין די ווירקליכקייט האלטן די ליבעראלן זעלבסט אז דאס איז גארנישט אזא הארבע זינד. זיי לעבן בלויזט אין אנגסט און אין שרעק אז זייערע געמיינע טעטיקייטן גייט אט אט קומען צום אויבערפלאך. דער יוסטיץ מיניסטער הער ביל באר האלט שוין נאנטער ווי ווייטער אויפצוקומען אויף די שפירן פון די ליבעראלע פארברעכער. און זיי זענען אויסן דאס אפצושטעלן. און זיי מיינען אז מיט זייער אימפישמענט שטונק גייען זיי דאס אפשטעלן...
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:15 am#437154
אין הארץ פונעם הויפט שטאט וואשינגטאן שטייט א גינגאטישע ווייסע געביידע - אין וועלכע עס זיצן די ניין העכסטע ריכטער פונעם לאנד. דער געביידע איז דאס מאסט פון יוסטיץ און גערעכטיקייט. דער געביידע שטעלט מיט זיך פאר די נאבעלע ווירדן און גערעכטיקייט פון די אמעריקאנער קאנסטאטוציע. העכער די טויערן פון די געביידע איז אריינגעקריצט דעם פאלגענעם ציטאט: "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ" דער דאזיגער ציטאט איז דער הויפט-פאנדאמענט פונעם אמעריקאנעם יוסטיץ סיסטעם. יעדער בירגער איז אייניג בארעכטיגט צו גלייכע יוסטיץ.

נאך איידער פרעזידענט טראמפ האט געהאט די געלעגנהייט צו פארעפענטליכן דאס טראנסקריפ פונעם געשפרעך צווישן אים און דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי – האט זיך שוין באבי פאלאוסי צוגעשארט צום נענטסטן מיקראפאן, און דעקלערט מיט פאטאס אז דער רעפרעזאנטן הויז הייבט אן מיט אימפישמענט פראצעדורן, ארויסצושטויסן דעם פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט ערוועלט אין אמט! פארוואס האט באבי נישט געקענט ווארטן ביז דער טראנסקריפט ווערט פארעפענטליכט? דאס איז געווען א מיסטירע וועלכע האט געהויבן די ברעמען ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש. אבער היינט ווען די ווירקליכע פאקטן הייבן אן צו קומען צום אויבערפלאך, שטעלט זיך ארויס שווארץ אויף ווייס פארוואס דער באבע איז געווען אזוי זיכער מיט זיך...

לויט די טראדיציע פירט דער דזשודישיערי קאמיטע אן מיט אימפישמענט פון א פרעזידענט. נעמליך, באבי פאלאוסי האט געזען ווי מיט דעם אלטן נאר נאדלער קומט זי נישט אן אין ערגץ, און ווי זיינע פארהערן ווערן נאכאנאנד פארוואנדלט צו א צורקוס, און דינען בלויז אלס אונטערהאלטונג פאר די רעפובליקאנער, איז זי געווארן גאר באזארגט. זי האט מיט אלע אירע קרעפטן געזיכט וועגן ווי אזוי צו מאכן איר אימפישמענט ספעקטאל מער ווירקזאם און פאפולער.

אין די פארלוירענע טעג נאך די אפגע'פגר'טע מוללער קאנספיראציע, האט א געהיימער סי.איי.עי. שפיאן מיט שטארקע פארבינדונגן מיט הויכע ליבראלע שישקעס אין וואשינגטאן, זיך פארבינדן מיטן קאנצעליי פונעם פארזעצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, קאמיסאר אדם שיף. דער שפיאן האט דעקלערט אז ער פארמאגט אין זיין באזיץ נעגעטיווע אינפארמאציע איבער א געשפרעך צווישן פרעזידענט טראמפ און דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי. קאמיסאר שיף האט זיך צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייס-געבראטנס, און ער האט באלד אנגעוויזן פארן שפיאן גענויע אנווייזונגן ווי אזוי זיך צו פארבינדן מיט א ליבעראלע אדוואקטן פירמע און וואשינגטאן. און די ליבעראלע אדוואקטן האט טאקע אהערגעשטעלט א זאפטיגער באריכט פון וועלכע ס'איז גערינען הייסע שמאלץ, אזש קאמיסאר שיף מיט זיין אויבערהארנטע באבי פאלאוסי האבן זיך ממש פארסמאקעוועט... קאמיסאר שיף און באבי פאלאוסי האבן דאס געהאלטן העכסט געהיים. דערפאר איז באבי פאלאוסי געווען זיכער מיט זיך אנצוהייבן מיט די אימפישמענט פראצעדורן, ס'איז איר קיינמאל נישט געקומען אויף די געדאנקן אז דער פרעזידענט וועט ווירקליך פארעפענטליכן דער גאנצן טראנסקריפט פונעם טעלאפאנישער געשפרעך, וועלכע האט אייגענליך גענצליך צונישט געמאכט די גאנצע קלאגע פונעם ליבעראלער שפיאן - דער פייפער-בלאזער.
אצינד האבן זיך באבי פאלאוסי און קאמיסאר שיף געפונען אין א שטיקל פארגעלעגנהייט. אבער זיי זענען געווען פעסט אנאשלאסן ווייטער אנצוגיין מיט די אימפישמענט באן...

קאמיסאר שיף האט דאס נישט פארציילט פאר קיינעם. ער האט שטארק געהאפט אז מען וועט זיך קיינמאל נישט דערוויסן איבער זיין פאררעטערישע ראלע אינעם פייפער-בלאזער סימוטאכע. פארוואס? ווייל ער ווייסט גאנץ גוט. אז דאס מאכט אים פאר אן עדות אינעם אימפישמענט-געריכט - און א עדות קען נישט שפילן די ראלע פון פּראָקוראָר אין די זעלבע צייט! פארט שפילט שיף די ראלע פון פּראָקוראָר! וואו איז דער גערעכטיקייט? וואס טיט זיך מיט "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ"?

שוין ביים ערשטען פארהער האט דער קרוק שיף אין זיין עפענונגס רעדע אראפגעגעבן א אויפגעבאקענע געשיכטע איבער אנגעבליכע מיסברויכן וואס דער פרעזידענט זאל האבן באגאנגן. דאס אמעריקאנער פאלק האט ממש געשטוינט ווי דער קרוק שיף שטעלט זיך אויף מיט א בלעכענעם פרצוף, און זאגט אזעלכע פרעכע ליגנטס פארן אמעריקנער פאלק. באבי פאלאוסי האט באלד איינגעזען אז מיטן אנהאלטן עפענטליכע פארהערן אונטער די אנפירערשאפט פון אזא ליגנער ווי קרוק שיף, וועט די גאנצע אימפישמענט ספעקטאל גיין פייפן אויפן רויטן ים. דערפאר איז געפאסט געווארן א געהיימער באשלוס צו האלטן די אימפישמענט פארהערן אונטער געהיימע טויערן אונטער שלאס און ריגל. און ווי אויך אז דער שפיאנזש קאמיטע אין שפיץ פונעם עדות/פּראָקוראָר קאמיסאר שיף זאלן זיך אפפגעבן מיט דעם, און נישט די דזשודישיערי קאמיטע ווי די טראדיציע לויטעט. דאס איז אייגענטליך א פרעצעדענטלאזע שריט.

די פארהערן גייען טאקע ווייטער אן אונטער פארמאכטע טויערן. און לויט ווי מען הערט שטעלט זיך אלס ארויס מער און מער אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך. דער קרוק שיף מיט זיינע אידיאטן פראבירן מיט אלע זייערע קרעפטן צו מאנעווירן די עדות צו זאגן וואס זיי ווילן הערן, אבער ביזדערווייל אן ערפאלג. דער קרוק שיף מאכט זיכער אז בלויז געשטיקלטע אינפארמאציע זאל ארויסרינען צו די פרעסע - אזוי אז ס'זאל אויסזען ווי דער פרעזידענט זאל האבן באגאנגען א פארברעך. ווי אויך האט דער קרוק שיף גאר שטארק באגרעניצט די רעכטן פון די רעפובליקאנער מיטגלידער צו פרעגן פראגעס. עס איז אומגלויבליך אז דאס שפילט זיך אפ אין די פאראייניגטע שטאטן. מען פאראורטיילט א מענטש, און מען ערלויבט אים נישט זיך צו פארטיידיגן. ווי איז דער "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ???"

נאך פול מער פון דעם...

באבי פלאוסי וויל נישט אז דער גאנצער רעפרעזאנטן זאל שטימן איבער אימפישמענט. פארוואס? פילייכט צוליב דעם וואס זי פארכט זיך אז געוויסע מעסיגע דעמאקראטן וועלכע פארטרעטן טראמפ סימפאטישע באצירקן וועלן ארויסגעשטויסן ווערן פון אמט? זי זעלבסט האט דאך דעקלערט אז איר אימפישמענט איז אויסשליסליך נישט פאליטיש, נאר עס איז גאר איר קאנסטעטוציאלע פליכט? טא פארוואס קוקט זי גאר פאליטיש? נישטא ווער ס'זאל לאכן!
דער ווירקליכער אורזאך פארוואס זי איז אזוי אויסגעשלאסן נישט צו ברענגן אימפישמענט צו א פילער אפשטימונג - איז בלויז ווייל זי ווייסט אז דאן פארמאגט דער פרעזידענט אויך רעכטן. ער קען זיך דאן געהעריג פארטיידיגן, און די רעפובליקאנער קענען דאן אויך רופן עדות אויפצוטרעטן. און דאס וויל טאקע די רשענטע פלאוסי פארמיידן! זי וויל נישט ערלויבן אז דער פרעזידענט זאל זיך קענען פארטיידיגן, ווי יעדע ציווילער בירגער אין לאנד! ווען מען האט איר אין א בריוו פארגעהאלטן דעראויף,האט זי טראציג גענטפערט אז אין די קאנצטעטוציע שטייט נישט אז דאס גאנצער רעפרעזאנטן הויז דארף שטימען איבער אימפישמענט. ניין? וואס טיט זיך מיט "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ"???

די גוטע נייעס איז אז דער פרעזידענט גייט אין א קליגע שריט שיקן א בריוו צו די ליבעראלן, אז דער ווייסער הויז אנטזאגט זיך צו קאפפארירן מיטן רעפרעזאנטן הויז ביז ווי לאנג א אפיציעלע אפשטימונג איבער אימפישמענט ווערט דורכגעפירט. דער פרעזידענט איז באוויסטזיניג אז די דעמאקראטן וועלן אים אין די ענדע ממלא אומפישן, אפגעזען צו ער איז ווירקליך יא באגאנגן מיסברויכן צו נישט. ער וויל בלויז קענען איבערצייגן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג אז ער איז אומשולדיג. ער איז בלויז א קרבן פון ווילדע דעמאקראטישע האסער...
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 5:39 pm#437172
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
קאך, ווי אייביג, האסט געמאכט א הערליכע ארבעט. גוט צוזאמגענומען און שיין ארויסגעברענגט דבר דבר על אופניו. ס'איז אמת יעדעס ווארט.

איך וויל צולייגן, אז דער גאנצע אוקריינע-טראמפ "סקאנדאל" האט פשוט אויפגעלעבט די טראמפ באזע און אפילו אזעלכע וואס זענען נישט געווען מיט אים. סי ען ען האט אויסגעפרעגט עטליכע וויילער אין קריטישע סווינג סטעיטס, וואס זיי האלטן פון די אומפיטשמענט רדיפה, און זיי האבן געענטפערט אז אדרבה דאס האט זיי געמאכט איבערקומען זייער סקעפציזם אויף טראמפ, און יעצט גייען זיי יא שטימען פאר אים, ווייל זיי זעען די חורבנות פון די דעמאקראטישע פארטיי זייט אהן אויף אמעריקא. פעלאסי האט צוזאמגעברענגט די רעפאבליקאנער פארטיי צו זיין פאראייניגט אין זייער שטיצע פון פרעזידענט טראמפ. אזויווי ביי קלינטאן האט זיין אומפיטשמענט נאר געהויבן זיין פאפוליריטעט, זעהט מען די זעלבע ביי טראמפ.

סאיז געווען אינטערסאנט, אז א געוויסע אנטי טראמפ אקטיוויסט ראוסי אדאנעל האט געמאכט אן אנקעטע אויף טוויטער, צו זעהן אויב דאס פאלק וויל מען זאל אימפיטשען פרעזידענט טראמפ. זי האט געמיינט אז ער גייט זיכער פארלירן, צווישן אירע ליבעראלע שישקעס. למעשה האבן 58% געשטימט ניין אויף די פראגע פון אימפיטשמענט. זעענדיג אז ס'טויג נישט און זי כאפט געבראטענע בושות האט זי שנעל פארמעקט דעם אנקעטע פון טוויטער....אבער נישט פאר אנדערע האבן עס אויפגעכאפט, און געמאכט פון דעם מטעמים אין די פרעסע, זעה בילד.בילד
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 1:25 pm#437427
ביזדערווייל איז פרייליך אין וואשינגטאן...

די רעפובליקאנער האבן זיך גענומען צו שיף'ס ביינער אזש ס'גייט א רויעך. דער שווארצער אונטערוועלטניק שיף, מיינט טאקע אז אין די פאראייניגטע שטאטן קען מען אנפירן מיט אזא סאוויעטישע-סטיל קאַנגערא געריכט, און ס'זאל דורכגיין שטיל. ער מיט זיינע אנדערע ציגאנער זיצן טעג און נעכט אין א געהיימע בונקער וואס געפונט זיך אין די שטויביגע קעלערן פונעם קאפיטאל געביידע, וואו זיי וועבן געהיימע אונטערערדישע פלענער אומצווארפן דאס פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט אריינגעוועלט אין אמט. ער רופט נאכאנאנד אראפ דיפלאמאטן פונעם אויסערן מיניסטעריום און קוועשט ארויס פון זיי אלערליי צווייפלהאפטיגע לשון הרעלעך קעגן פרעזידענט, און דאס ווערט אפגעהאלטן אונטער שלאס און ריגל, אן די אנוועזנהייט פון דעם פרעזידענטס אדוואקאטן און אנדערע מיטגלידער פון קאנגרעס. און דאן שיקט דער אונטערוועלטניק שיף ארויס זיינע קאמעראדן, אז זיי זאלן דעקלערן פאר די פרעסע מיט א ערענסטע מינע אויף זייערע געזיכטער - אז דאס וואס זיי האבן אקוראשט געהערט איז ממש שרעקליך... דער געמיינער אונטערוועלטניק שיף האלט אונז פאר פשוטע קעלבער...

היינט האבן די רעפובליקאנער זיך אריינגעריסן אינעם שיף-בונקער און שארף געפאדערט אז די פאסקיצווע שטיק דארפן זיך זאפארט אויפהערן. זיי האבן דעקלערט אז אויב עס גייט אים אין לעבן צו אימפיטשן דעם פרעזידעט וואס דאס אמעריקאנע באפעלקערונג האט אויסגעקליבן, זאל ער מוחל זיין און דאס טאן אין די עפענטליכקייט פאר די אויגן פון ברייטן פובליקום - און נישט אין קיין געהיימע אונטערערדישע בונקער.

ס'איז נישט ערווארטערט אז זאכן זאלן זיך קיין סאך ענדערן. אימפיטשמענט איז די לעצטע שטרוי אין וועלכע די די ליבעראלן קלאמערן זיך נאך... זיי ווייסן אז מיט די מאלפעס וואס לויפן פאר פרעזידענט וועלן זיי נישט אנקומען צו ווייט. דערפאר זענען זיי אויסן צו טאן וואס אימער זיי קענען נאר צו שעדיגן דאס פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט אויסגעקליבן. שיף מיט זיין אויבערהארנטע פעלאוסי דעקלערן מיט פאטאס: מיר האבן געוואלט הילערי און נישט טראמפ, און ווייל דאס אמעריקאנער באפעלקערונג זענען באגאנגן דעם הארבן פארברעך און געטאן א שריט קעגן אונזער ווילן, דארפן זיי הארב באשטראפט ווערן און זייער קול דארף דערשטיקט ווערן.

לעבן זאל די רעוואלציע...
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 5:06 pm#437572
די ליבעראלן האבן ענדליך אינאכט גענומען אז מ'קען נישט טאן וואס מען וויל. זיי זענען ענדליך געקומען צום באוויסטזיין אז זיי וועלן נישט קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע סאוויעטישע-סטיל געהיימע קאַנגערא געריכט. דאס היינטיגער אנוועזענהייט פון ד''ר טשאַרלעס קופּערמאַן אין זייער געהיימער געריכט האט געשריגן ביז צום הימל און זיי געגעבן א לעקציע, דערפאר האבן זיי מיט גרויס שאנדע געמוזט אויפגעבן זייערע געהיימע קאַנגערא געריכט, און אנהייבן מיט א געהעריגע לעגיטימע אימפישמענט, אין וועלכע דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך זיין געהעריג פרעזענטירט מיט אדוואקטן און מיט סובפינע מאכט. און דאס אמעריקאנער פאלק וועט האבן די מעגליכקייט אפצומאכן פאר זיך צו דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגן א מיסברויך צו נישט. און מ'וועט מער נישט זיין אנגעוויזן אויף די שטוינדענדע האר אויפשטעלנדע אנטדעקונגען פון ליגנער שיף מיט זיינע קאמעראדן.
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 6:51 pm#437577
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
וואס איז די מעשה מיט די ריכטער וואס האט געהייסן באר אז ער מוז איבער געבן די גאנצע מוללער באריכט מיט די גרענד זשורי אן קיין שום געמעכעטץ? @קאך_לעפל ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 9:00 am#437595
צו ענטפערן דיין פראגע - פאדערט זיך ערשט אויסקלארן עטליכע פאדאמענטליכע פונקטען.

ס'איז פארהאן א קאנסטעטוציאלע-צווישנשייד צווישן יוסטיץ און פאליטיק. יוסטיץ איז דער אפטיילונג פונעם עקזעקעטיוו פליגל פון די רעגירונג, און פאלטיק איז דער אפטיילונג פונעם לעגיסלאַטיווע פליגל פון די רעגירונג. פאליטיק און יוסטיץ האבן אין אלגעמיין גארנישט צו טאן איינע מיטן צווייטן. נאך מער, זיי זענען מערסטייל אין קאנטראסט איינס פונעם צווייטן.

מוללער איז געווען א איינגעשטעלטער אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, און זיין אויספארשונג איז געווען באזירט בלויז אויף יוסטיץ. דער מוללער אויספארשונג און די גאנצע רוסישע קאנספיראציע איז אפיציעל אנגעפירט געווארן דורך די יוסטיץ אפטיילונג פון די רעגירונג. דער הייניטיגער יוסטיץ מיניסטער הער בארר איז ביי די מיינונג אז פאליטיק האט אייגענטליך יא געשפילט א באדייטפולע ראלע אינעם אויספארשונג, דערפאר האט ער טאקע אויפגעפאדערט דעם פּראָקוראָר פון קאנעקטיקעט דזשאן דורהאַם דורכצופירן אן אינערליכע אויספארשונג. און דער אויסגאנג איז ערווארטערט צו זיין שאקירענד ביז גאר.

ס'איז זאגאר פארהאן איין אויסשליסליכער פאל ווען דער לעגיסלאַטיווע פליגל פארמאגט יא עטוואס יוריסדיקציע מאכט. דאס איז אין א פאל ווען דער פרעזידענט באגייט גאר הארבע מיסברויכן זיצנדיג אין אמט. דאן קען דער לעגיסלאַטיווע פליגל אויפברענגן אימפישמענט קלאגעס, און דריי-פערטל פונעם סענאט באשטימט צו מען זאל ארויסווארפן די קלאגעס צו נישט. און אפילו דאן איז דער הויפט ריכטער פון לאנד אנוועזן ביי אלע פארהערן אינעם סענאט, אזוי אז דער פראצעדור זאל אויך פארמאגן דאס זיגל פון יוסטיץ און נישט בלויז פון פאליטיק.

אצינד איז אזוי. דער ארגינעלער פלאן פון די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז איז ערשט געווען, צו אומפישען דעם פרעזידענט באזירט אויף די מיללער באריכט. אזוי צו זאגן, אז דער יוסטיץ מיניסטעריום זאל האבן באשטימט אז דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגן א פארברעך. דאן וואלטן ווען די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז פארמאגט פול א לייכטערע פעלד, און דער יוסטיץ מיניסטעריום וואלט ווען געווען געצווינגן איבערצוגעבן אלע זייערע באווייזן קעגן דעם פרעזידענט פאר די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז. דאס האט אייגענטליך נישט פאסירט. די מוללער אויספארשונג האט זיך אויסגעלאזט מיט א פוסטער זייפן בלאז. דערפאר ארגומענטירט דער יוסטיץ מיניסטעריום אז זיי זענען נישט פארפליכטעט איבערצוגעבן פאר די פאליטיקאנטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז קיין שום אינפארמאציע איבער די מוללער אויספארשונג. די דעמאקראטן האלטן נישט ביים פארציכטן אויף די דאזיגע אינפארמאציע, זיי זענען ביי די מיינונג אז דארט ליגט באהאלטן אוצרות פון גאלד, דערפאר פירן זיי אן מיט א העפטיגען קאמף אין געריכט דאס צו עררייכן.

אפגעזען פונעם מוללער דורכפאל האבן די דעמאקראטן קיינמאל נישט אויפגעגעבן זייערע גראנדיעזע אימפישמענט אמביציעס. צו זייער אויסטערלישע האס צום פרעזידענט און צו די רעפובליקאנער איז גארנישט פארהאן קיין שום גרעניץ. ווען דער פייפער-בלוזער האט זיך געלאזט הערן אין וואשינגטאן, האבן זיי באלד געהאלטן אז זיי האבן ענדליך געכאפט דעם טוטער... און זיי האבן באלד סאפאנטאניש דעקלערט אימפישמענט! נאך איידער די פאקטן זענען אפילו געקומען צום אויבערפלאך. אבער ווי שרעקליך אנטוישט זענען זיי געווארן, ווען דער יוסטיץ מיניסטעריום האט ספאנטאן צונישט געמאכט די גאנצע פייפער-בלוזער פאנטאזיע און דעקלערט אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך.

אין גרויס צווייפל, האבן די פאליטיקאנטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז באשלאסן אז אויב דער יוסטיץ מיניסטעריום האלט נישט ביים אנהייבן מיט קיין אויספארשונג איבער די זינלאזע פייפער-בלאזער קלאגע, דאן גייען זיי נעמען דעם געזעץ אין די אייגענע האנד און זיי גייען זיך דעקלערן אלס קרימינאלע אויספארשער, און זעלבסט-באשאפן מיסברויכן וואס דער פרעזידענט זאל אנגעבליך האבן באגאנגן. די פאליטיקאנטן זענען איבער-נאכט פארוואנדלט געווארן צו פעדעראלע פּראָקוראָרן, און ליגנער שיף זעלבסט האט זיך דעקלערט אלס הויפט פּראָקוראָר. נישט בלויז דאס, ער האט ניטאמאל געהאלטן אז דער פרעזידענט איז בארעכטיגט צו גלייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ. ער האט געהאלטן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אויף א נידעריגער שטאפל ווי די ארגסטע פארברעכער.

דאס לאנד האט אנגעהויבן צו שטורמען, און שקלאפטע פעלאוסי האט געזען אז דאס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. מיר לעבן פארט אין אמעריקע און נישט אין סאוויעט רוסלאנד, דערפאר האט זי נעכטן מיט גרויס שאנדע באשלאסן צו פארניכטן ליגנער שיף'ס געהיימער קאַנגערא געריכט, און אראפצושטעלן שטאנדהאפטיגע פראצעדורן, אנגעבליך זיכער צו מאכן אז דער פרעזידענט באקומט גליייכע גערעכטיקייט אונטערן געזעץ. ווי צו זאגן אז עמיצער קען באקומען גרעכטיקייט ביי די ליבעראלע מענטשן-פרעסער. צו זי וועט עס טאקע טאן צו נישט? ווייסט בלויז איין איינציגער באשעפער. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, דער שאדן וואס ליגנער שיף האט שוין פאראורזאכט מיט זיינע פארברעכערישע טעטיקייטן איז שוין אפגעטאן געווארן, און צוריק גייט בלויז א קאזע... די רעפובליקאנער פארשפרעכן צו פירן א פייערדיגע קאמף קעגן די סאציאליסטן, וועלכע פראבירן ארויסצושטויסן א פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט דערוועלט, בלויז צוליב ריינע פאליטישע מאטיווען...
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 9:20 am#437911
איז דער פרעזידענט ווירקליך באגאנגען א "קוויד פראו קוואו"?
דער באדייט פון א 'קוויד פראו קוואו' איז: עפעס אין אויסטויש פאר עפעס - איך טוה עפעס פאר דיר, אין אויסטויש אז דו טוסט עפעס פאר מיר. אין אלגעמיין איז דאס א דורכשניטליכער פראקטעצירונג אין אויסערן פאלטיק, אבער א טייל מאל קען א קוויד פראו קוואו זיין א מיסברויך. עס ענדלט זייער צו די זינד פון נעמען שוחד (ברייבערי בלע''ז), נעמליך, דו שענקסט פאר עמיצן א זאך וואס ער דארף שטארק, ווען אין אויסטויש שענקט יענער פאר דיר א זאך וואס דו ווילסט אויך זייער שטארק. שוחד איז אייגענטליך א זינד אויף וועלכע א פרעזידענט קען אימפיטשט ווערן. און ווען די רעדע איז פון א זאך וואס עס איז גארנישט זיין אייגענטום – נאר עס איז דער אייגענטום פונעם פאלק, איז דער זינד נאך פולפאכיג הארבער, דאן גרעניצט זיך עס שוין אויך מיט קאראפציע. און קאראפציע איז נאך א זינד אויף וועלכע א פרעזידענט קען אימפיטשט ווערן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז.

צוויי באזונדערע געשיכטעס האבן זיך אפגעשפילט אין וואשינגטאן אין די זעלבע צייט:

דער רעפּרעזענאַטיוו הויז האט באשטעטיגט פינאנציאלע שטיצע פאר אוקריינע, מיטן ציל אז זיי זאלן זיך קענען מיליטעריש פארטיידיגן קעגן די רוסישע אגרעסארן. דער פרעזידענט האט אבער געלייגט א צייטווייליגער אפהאלט אויף די געלט, ווארשיינליך צוליב צוויי הויפט-אורזאכן: איינס, ווייל ער האט געוואלט אז אויך אנדערע אייראפאישע לענדער זאלן אייניג אנטייל נעמען אין די פינאנציאלע שטיצע פאר אוקריינע, אזוי אז נישט די גאנצע לאסט זאל פאלן אויף די פלייצעס פון די אמעריקאנער שטייער-צאלער. און צווייטנס ווייל ער האט געוואלט זיכער מאכן אז דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי האלט זיך טאקע צו זיין קאמפיין-פארשפרעכונג צו באקעמפן קאראפפציע.

אין די סאמע זעלבע צייט-אפשניט האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע דיסקאסיע מיט זעלענסקי. דורכאויס דעם געשפרעך האט דער פרעזידענט ווארעם גראטולירט זעלענסקי איבער זיין איבערוויגענדע זיג אין די אוקריינישע פרעזידענטליכע וואלן. גלייכצייטיג האט אים דער פרעזידענט אויך געבעטן, אז ער זאל טאן עטוואס מער קעגן קאראפציע – און נישט בלויז אין אוקריינע זעלבסט, נאר ער זאל אויך העלפן דעם יוסטיץ מיניסטעריום פון די פאראייניגטע שטאטן, אין זייער אויספארשונג אין די ווארצלן פון די טיפע קאראפציע פון די פארפוילטע אמעריקאנע דעמאקראטן, וועלכע האבן געארבייט האנד-ביי-האנד מיט די אוקריינישע אָוליגאַרקס, דורכאויס די פארגאנגענע פרעזידענטליכע וואלן פאר די קלינטאן קאמפיין. דער פרעזידענט האט אין נישט קיין קליגע שריט - אויך צוגעלייגט אז ער זאל אויך ארבייטן אינאיינעם מיט זיין פריוואטער אדוואקאט רודי דזשיליאני, אויסצופארשן די טיפע קאראפציע און מיסברויכן פון טאטע און זון ביידען.

אינעם וואשינגטאן זומפ איז פארהאן א ענגע קליקע פון פאליטיקאנטן און שפיאנזש אפיצירן, וועלכע מאנעווירן שוין לאנגע יארן אינעם שמעלץ טאפ פונעם אמעריקאנעם אויסערן פאליטיק, און ווי אויך אין די אמעריקאנע מיליטערישע טעטיקייטן איבער די גארער וועלט. זיי האלטן זיך העכער ווי די ערוועלטע באאמטע, און זייער זענען צום באדויערן גאר מאכטפול. זיי מאכן זיכער אז די אמעריקאנע עליטע (אָוליגאַרקס אויף רוסיש:) זאל פארבלייבן אין פולשטענדיגע קאנטראל, און אז זייער טיפע קאראפציע זאל בלייבן שטעקן אונטערן טעפיך. אח און וויי איז פאר דער וואס פארטשעפעט זיך מיט זיי - א שטייגער ווי פרעזידענט טראמפ. זיי קענען נישט איבערטראגן די פאקט אז דער פרעזידענט איז א פריי-דענקער און ער האט זיי טיף טייער אין דער ערד.

ווי נאר די דאזיגע וואשינגטאן אָוליגאַרקס האבן געהערט אז דער פרעזידענט הייבט אן נישטערן אין אוקריינע איז זיי באלד נישט גוט געווארן... זיי ווייסן זייער גוט וואס פאר א הייסע ווארע עס ליגט באגראבן אין די טיפענישן פון אוקריינע. זיי האבן מיט שרעק באלד אקטיוויזירט דעם געהיימען פאניק קנעפל, און די פייפער בלוזער האט זיך צופיפן.דער אנגעבליכער פייפער בלאזער איז אן אקטיווער מיטגליד אינעם וואשינגטאן אָוליגאַרקס פארבאנד. דער פייפער בלוזער האט גלייך געוויסט וואו זיך צו ווענדן - ער האט זיך אין געהיים פארבינדן מיטן גרעסטען ליגנער אינעם וואשינגטאן זומפ, מיט קאמיסאר אדם שיף, פאר גענויע אנווייזונגן ווי אזוי שרייבן א בייזוויליגע-מסירה קעגן פרעזידענט, און מיט דאס מאַקסימום שאדן. דער העפליכער שטאב פון ליגנער שיף האבן טאקע באוויזן אנצווייזן פארן פייפער בלוזער ווי אזוי צו שרייבן א וואודערבארער באריכט.

דער פייפער בלוזער האט צוזאמגעשמאלצן די דאזיגע צוויי געשיכטעס אלס איינס. און ער האט נאך צוגעלייגט א קנייטש... דער פייפער-בלוזער האט צוזאמגעשטעלט א באריכט, אז דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן די געלט וואס דער רעפּרעזענאַטיוו הויז האט באשטימט פאר אוקריינע, בלויז אויף צו צווינגן די אוקריינישע אויטריטעטן אויסצופארשן די קאראפציע צווישן די דעמאקראטן און די אָוליגאַרקס. און ווי אויך די קאראפטירטע טעטיקייטן אין וועלכע טאטע און זון ביידען, זענען געווען פארמישט ביז איבער די נאז. ער איז נאך געגאנגן א שריט ווייטער, ער האט געזאגט אז דער פרעזידענט האט דאס געטאן הויפזעכליך צו טרעפן שמוץ אויף ביידען, וועלכע איז אויך אצינד זיין פאלטישער קענגנער... דאס איז א ריכטיגער קוויד פראו קוואו מיטן גאנצן קנאק. אין רעזולטאט ויצא העגל האימפיטשמענט הזהב הזה... והעיר וואשינגטאן צהלה ושמחה...

אבער איין מינוט... פאוואליע...
אין די ווירקליכקייט האט אוקריינע באקומען זייער געלט, אפגעזען צו זיי פארשן אויס די קאראפציע פון די דעמאקראטן און ביידן צו נישט.
אוקריינע האט קיינמאל נישט געוויסט אפילו אז זייער פינאנציאלע שטיצע פון וואשינגטאן ווערט גאר אפגעהאלטן.
אינעם טראנסקריפט פונעם געשפרעך צווישן דעם פרעזידענט און זעלענסקי ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער אפהאלטן געלט.
און אייגענטליך ווער האט אפגעמאכט אז די אפהאלט פון די געלט איז מיט עפעס פארבינדן צום פארלאנג פונעם פרעזידענט אז אוקריינע זאל אויספארשן די קאראפטירטע טעטיקייטן פון די דעמקראטן און די טאטע און זון ביידען? פילייכט האבן די צוויי געשיכטעס גארנישט איינס מיטן צווייטן?

די אלע פראגעס פארמאגן נאכנישט דערווייל קיין צופרידנשטעלנדען ענטפער. אבער די אימפישמענט באן פארט ווייטער מיטן שנעלסטן גאלאפ. ליגנער שיף מיט זיין אויבערהארנטע, רשענטע פעלאוסי, ארבייטן אימערמידליך אויפצווייזן אז עס איז ווירקליך יא געווען א קוויד פראו קוואו. אבער ביזדערווייל אן קיין ערפאלג. און דאס ווייסער הויז אנטזאגט זיך צו קאאפפארירן מיט 'שיף ענד פעלאוסי אימפישמענט פארבאנד', זיי האלטן זיך נישט ביים לאזן שאנטאזירן פון די אימפישמענט געמיינדע פאר גארנישט. די אלע מיינונגן און אפשאצונגן פון די פאלטישע באאמטע, וועלכע האבן עדות געזאגט אין ליגנער שיפ'ס סאוויעטישע-סטיל געהיימע קאַנגערא געריכט, זענען ביזדערווייל נאך נישט גענוג מאסגעבענד. קאמיסאר שיף טאפט א וואנד און פעלאסי מאכט איין אין זויערן...
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:08 am#437915
נאך א פוינט,
לו יצוייר אונז זעמיר מסכים אז ס'יא געווען א קלארע 'קוויד פראו קוואו' , מיז עס נאכנישט זיין אן אומלעגאלע 'קוויד פראו קוואו'.

דהיינו אויב טראמפ האט דירעקט געסטראשעט מיט די געלט אין אויסטויש אז זעלענסקי העט טרעפן שמיץ אויף ביידענען, דאן ברויך מען אים אימפיטשען.
אויב אבער האט ער געזאגט "איך האלט אפ די געלט ביז דו פארשסט מיר אויס קאראפציעס" און אין איינוועגס ווארפט ער שוין אריין צו אויספארשן ביידען, דעמאלטס איזעס א געהעריגע 'קוויד פראו קוואו' נאר א ליגאלע וואן.

סאו אונז האמיר נאך אפאר סטעפס ביז מ'ברויך אימפיטשען, קודם לאמיר זעהן א קלארע 'קוויד פראו קוואו' און נאכהער העמיר זעהן צו סאיז געווען אומלעגאל.

(קרעדיט, בנימין שפירא)
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:17 am#437917
בנוגע דיין פוינט הרב קאך לעפל אז די אוקריינע האבן נישט געוויסט אז מהאט געפרוירן געלטער איז נישט אזוי איינפאך,
סי ען ען, וואשינגטאן פאוסט וכו' שרייען חי וקיים אז מהאט יא געוויסט, און דאס אז מהאט יא געשיקט די געלט איז נאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן ציטערן אז די עולם האלט מיט זיינע געשפרעכן וכו' וכו'
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:20 am#437918
real fake news האט געשריבן:בנוגע דיין פוינט הרב קאך לעפל אז די אוקריינע האבן נישט געוויסט אז מהאט געפרוירן געלטער איז נישט אזוי איינפאך,
סי ען ען, וואשינגטאן פאוסט וכו' שרייען חי וקיים אז מהאט יא געוויסט, און דאס אז מהאט יא געשיקט די געלט איז נאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן ציטערן אז די עולם האלט מיט זיינע געשפרעכן וכו' וכו'


די פראגע איז איינפאך "וואס אוקריינע זאגט", האבן זיי געוויסט אז די געלט ווערט אפגעהאלטן? אדער זיי האבן נישט געוויסט?

פון די מידיע איז "שווער" צו וויסן...
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 9:11 pm#437989
בד"וו איינער ווייסט וואס סטוטזעך ביים בארדער?? איך האב שוין לאנג נישט געהערט רעדן דערפון, וואס איז פלוצלונג אזוי שטיל געווארן??? מצוטיילט שוין נישט קיין משפחות? מהייסט שוין נאמאר טרינקן פון טוילעטס? מהאט שוין אנגעהויבן טיילן ציין בערשטלעך? זיי שטארבן שוין נישט אויס פון קרענק? וואס גייט דא פאר???!?!?

ווי זענען די וואוילע דעמאקראטן וואס זארגן זיך אזוי פאר זייער אימיגראנטישע ברידער??

עממממ... אפשר איז אוקריינע וויכטיגער....
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:21 am#438660
וואשינגטאן – די מיטגלידער פונעם אינפישטמענט-פארבאנד אין וואשינגטאן זענען שטארק דמאראלזירט, זאכן גייען נישט פאר זיי ווי געראכטן. דער פראוו צו פארקויפן פאר די אמעריקאנע באפעלקערונג אז דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגען עפעס א מאנסטערישע פארברעך, אזש דער געברויך פאר אימפישטמענט איז אומפארמיידבאר – קלינגט עפעס נישט אזוי אפ ביים פאלק. די לינקע מידיא האלטן זיך אין איין באקלאגן פארוואס ס'הערשט ביים פאלק אזא אינאינטרעסע נאצופאלגן די אימפישטמענט פארהערן אין קאנגרעס, זיי קלאגן נאכאנאנד פארוואס די געשיכטע וואס די דעמאקראטן האלטן נאך אינמיטן אויסזייגן פון די פינגער קלעבט זיך עפעס נישט אן, עס הערט זיך עפעס ווי א לאנגווייליגע אומגעוועבטע געשיכטע וואס פארמאגט נישט קיין האפט און עס איז נאקעט פון אינהאלט. מאנכע גלויבן - אז שקלאפטע פעלאוסי האט שוין טויזענט מאל חרטה פאר זיך לאזן אריינארן פון די ראדיקאלע סאציאליסטן, וועלכע זוכן איבערצודרייען דאס ווילן פונעם פאלק אין ארויפצווינגן א סאציאליסטישע ארדענונג אין לאנד.

דער הויפט-אינקוויזאטאר, ליגנער שיף, מיט זיין קליקע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע אפצוזוכן אלט-געזעצנע ביורקראטישער דיפלאמאטן וועלכע זיצן שוין יארן וואשינגטאן, דיפלאמאטן וועלכע האבן מיינונגס-פארשידנהייטן מיטן פרעזידענט איבער אויסערן פאלטיק אנגעלעגנהייטן, ביורקראטישער דיפלאמאטן וואס האלטן אז זיי פארשטייען בעסער אויסערן פאליטיק ווי יעדעם אויף די וועלט, אריינגערעכנט דעם פרעזידענט, און ברויזן שרעקליך פארוואס דער פרעזידענט רעכענט זיך נישט מיט זייערע אנגעבליכע פארפעסיאנאלע מיינונגען. אינקוויזאטאר שיף רופט זיי אראפ צו זיין געהיימער בונקער אינעם קאפיטאל געביידע, וואו ער מאכט ער זיכער אז די דיפלאמאטן גייען אין שפאן מיט זיין גאנג. אויב אינקוויזאטאר שיף איז ביי די מיינונג אז דער דיפלאמאט האלט נישט ביים מיטשפילן מיט זיין אגענדע, שיקט ער אים זאפארט לופטערן. מיר זענען נישט דא צו הערן קיין פאזיטיווע צייגעניש אויף פרעזידענט, האסט עפעס נעגעטיוו אויפן פרעזידענט? אהער מיט די ווארע! ס'מוז גאר נישט זיין וואר. אז נישט, קענסטו גיין פייפן אויפן רויטן ים...

נאכדעם וואס אינקוויזאטאר שיף איז שוין פולקאם זיכער אז די דיפלאמאטן זענען פולשטענדיג איינשטימיג מיט זיין אגענדע, ערלויבט ער זיי אפצוגעבן צייגעניש אין די עפענטליכקייט. און אפילו אין די עפענטליכע פארהערן מאנעווירט דער אינקוויזאטאר אז פראגעס וועלכע טארן נישט געפרעגט ווערן אויס זארג אז עס קען חלילה ווארפן עטוואס פאזיטיווע שיין אויף די געשיכטע, ווערן חלילה נישט געפרעגט. ער זעצט מיטן האמערל ווען אימער ער דערשמעקט אז עמיצער גייט פרעגן א פראגע וועלכע וועט אריינווארפן א פלאקאן אין זיין געשיכטע. אפילו אינעם קאמוניסטישן רוסלאנד וואלט אזא שיף-באנעמונג ווען נישט געווען ערלויבט... אבער ווען עס קומט אונטערצוברענגן טראמפ איז אלעס ערלויבט...

דער פארגאנגענעם מיטוואך האבן אויפגעטרעטן די צוויי דיפלאמאטן וויליאם טיילער און דזשארזש קענט. ביידע האבן צייגעניש געזאגט אז לויט ווי זיי האבן געהערט פון מענטשען וואס האבן געהערט פון אנדערע מענטשן וועלכע האבן עס פערזענליך געהערט פון סאַנטע קלאַוס וועלכער האט עס זעלבסט געהערט פונעם מויל פונעם פרייהייט סטאטוע, האבן זיי פארשטאנען אז דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן פאנדן פאר אוקריינע ביז ווי לאנג זיי פארפליכטן זיך נישט אויסצופארשן די קאראפטירטע טעטיקייטן פון די דעמאקראטן אין אוקריינא, און ווי אויך די צוויי פארפוילטע ביידענס. און ווען רבי זשים ירדן פון אהאיא האט זיי פארגעהאלטן: איך הער! עטץ האטס אזוי פארשטאנען... ווארשיינליך האט איר נישט גוט פארשטאנען, נעמליך, די פאנדען זענען ווירקליך געגעבן געווארן אן קיין שום פארפליכטונג פון די אוקריינישע אוטריטעטן אויסצופארשן די קאראפטירטע דעמקראטן... די צוויי דיפלאמאטן זענען געבליבן מיטן צינג אינדרויסן....

פרייטאג האט אויפגעטרעטן באבי מאַריא יאָוואַנאָוויטש, זיי האט אפגעגעבן צייגעניש אז דער פרעזידענט האט איר געשיקט לופטערן, צילוב דעם וואס זשליאני האט גערעדט לשון הרע אויף איר... די ריפובליקאנער געזעץ געבער ווי ראטקליף און ירדן און נאך, האבן זיך איבערגעבליקט מיט וואונדער... זינט ווען האט דער פרעזידענט נישט קיין רעכט פטור צו ווערן פון דיפלאמאטן וואס ארבייטען קעגן אים אונטער זיין רוקן? פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

שקאלפטע פעלאוסי איז אנגעזעצט ביז גאר... די אימפישטמענט אנטוויקלונגען מאכן איר צו שאנד און צו שפאט. זי דעקלערט נאכאנאנד אז זי טיט נישט וואס זי טיט מיט קיין לייכטע הארץ... און זי דאווענט נאכאנאנד פארן פרעזידענט... זי פראקאלאמירט אז זי טיט בלויז אירע קאסטעטוציאלע פליכט... ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די דאזיגע קאמידיאנטקע... זי פראבירט איינצורעדן פארן פאלק – אז דער קאנסטאטוציע פארלאנגט גאר אז ווי נאר א פרעזידענט ווערט ערוועלט אין אמט און די אנדערע פארטיי קאנטראלירט דעם לעגיסלאטור פליגל – זענען זיי אוטומאטיש פארפליכטעט אנצוהייבן מיט אימפישטמענט פראצעדורן, אפגעזען צו דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגען א מיסברויך אדער נישט... אויב איז ער איז נישט באגאנגן שום מיסברויך, מאכט מען אויף א מיסברויך.... און דאס אלעס שטייט גאר דייטליך אין די קאנסטעטוציע... אויף איר זאגט דער נביא הושע: והסר זנוניה מפניה ונאפופיה מבין שדיה...

וועלן מיר זען ווי אזוי די וואך שפילט זיך אויס אינעם ראטן הויז...
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:07 pm#438670
קאך_לעפל האט געשריבן:
פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

רעיסיסט!!!
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:44 pm#438677
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
@קאך_לעפל דו רעדסט דאך הוידעל בוידעל, שטותים מיט הבלים. אבער עס איז דאך ציקער זיס צו לעזן די שפראך וואס טוט אזוי פליסיג רינען פון דיין פעדער.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:52 pm#438678
החוקר האט געשריבן:@קאך_לעפל דו רעדסט דאך הוידעל בוידעל, שטותים מיט הבלים. אבער עס איז דאך ציקער זיס צו לעזן די שפראך וואס טוט אזוי פליסיג רינען פון דיין פעדער.


פילייכט קען איר מיר אנווייזן אויף איין הוידעל בוידעל? עס קימערט מיר נישט אז דו האלסט אנדערש, אבער אז מ'באשולדיגט איינעם מיט שרייבן "הוידעל בוידעל" וואלט ווען שיין געווען אנצוצייגן וואס כ'האב געשריבן גענוי איז הוידעל בודעל...
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 1:43 pm#438688
The Hill: Dems looking at Trump's possible Mueller obstruction in impeachment inquiry

@קאך לעפל, כהאב מורא די ביזט גערעכט זיי לויפן צוריק צו מוללער סאיז גוטע נייעס...
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 3:38 pm#438695
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
קאך_לעפל האט געשריבן:פילייכט קען איר מיר אנווייזן אויף איין הוידעל בוידעל? עס קימערט מיר נישט אז דו האלסט אנדערש, אבער אז מ'באשולדיגט איינעם מיט שרייבן "הוידעל בוידעל" וואלט ווען שיין געווען אנצוצייגן וואס כ'האב געשריבן גענוי איז הוידעל בודעל...

דא האסטו איינס...
קאך_לעפל האט געשריבן:
פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

וואו קומט קראקע צו בעט געוואנט??? וואס איז די שייכות פון אבאמא אהער? די פלעפלסט סתם נאך רעפובליקאנער רעדן שפיצן וואס דרייען סתם א קאפ.

לויט באבי מאַריא יאָוואַנאָוויטש (קרעדיט קאך_לעפל), האט דער פרעזידענט יר"ה איר אויפגעזאגט צוליב דעם וואס זי האט פראבירט באזייטיגן קוראפטירטע אוקרייענער באאמטע און זיי האבן דורך דזשוליאני איר מצליח געווען צו באזייטיגן.

זאגסטו אז וואס? אבאמא האט אויך באזייטיגט אמבאסאדארן! אשר על כן? קיינער האט נישט געזאגט אז א פרעזידענט קען נישט באזייטיגן דיפלאמאטן. די טענה איז אויף די סיבה און מהלך וויאזוי ער האט עס געטון. טאקע דאס וואס אבאמא האט אויפגעזאגט יעדן און נישט געצילט איינעם ספעציפיש, איז אן איבערווייז אז ער האט נישט געהאט קיינע זייטיגע כוונות.

די קענסט זאגן אז זי איז א ליגנער אדער בעלת דמיונות, אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט אבאמא.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:03 pm#438697
אה... נאר דאס... כ'האב ווירקליך געמיינט אז עס קומט ערגערס...

פראגע. דער פרעזידענט קען אפזאגן אן אמבאסאדער ווייל זיין/איר מויל שטינקט צופרי? יא אדער ניין?

דער פרעזידענט האט די אויסשליסליכסטע רעכט אויסצופארשן וועם ער וויל. וואס ער טאר נישט טאן איז, אפצוהאלטן פאנדן צו לייגן דרוק אויף א לאנד נאכצוקומען זיין פערזענליכע פארלאנג, ווייל דאס הייסט שוין כאבאר. און דאס איז די טעמע פון די שיף ענד פעלאוסי אימפיטשמענט פארהערן. און די דעמקראטן האבן נאך אלס נישט באוויזן צו שאפן זאכליכע באווייז אז דאס האט ווירקליך פאסירט.
דאס אז באבי יאָוואַנאָוויטש האט געהאט א פראבלעם מיט די אויספארשונגען און זי איז געפלויגן ווי הונט איז נישט רעלעוואנט פאר גארנישט.

צום לעצט: וואס טיט מען ווען מען ארגומענטירט פאלטיק און מען בלייבט מיטן צינג אינדרויסן? מ'זאגט איינס פון צוויי זאכן: גיי קוק ווייטער פאקס ניוז, אדער זאגט מען דאס איז א רעבופליקאנער רעדן פונקט. און מיט דעם האט מען יענעם גענצליך אפגעוואנדן... און געמאכט פון זיין אנעליז א ''הוידעל בודעל, שטותים מיט הבלים'' (קרעדיט החוקר)
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:16 pm#438701
real fake news האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

רעיסיסט!!!


וואס דען דעסקריפשאן זאל ער געבן אויף האָסעינס מכילטע?
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:30 pm#438727
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
דער שכן האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

רעיסיסט!!!


וואס דען דעסקריפשאן זאל ער געבן אויף האָסעינס מכילטע?
מחילה, זיץ פלייש, אונטערשטע וכו', עס קומט נישט אריין שווארץ פונקט ווי דו וואלסט נישט געשריבן ווייסע מחילה אויף טראמפ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 2:57 pm#438771
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:04 pm#438773
אונטער חכם האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?


זאג, וואס איז דער וועטער אין כינע היינט?
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:16 pm#438774
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
קאך_לעפל האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?


זאג, וואס איז דער וועטער אין כינע היינט?
דא האסטו.
בילד
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:19 pm#438775
יישר כוח!
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 10:32 am#439076
אומפיטשמענט איז אומפארמיידבאר – שקאלפטע פעלאוסי אינאיינעם מיט אירע אונטערטאנען זענען פולקאם אנטשלאסן ווייטער פארצוזעצן מיט זייער פאלטישער ספעקטאל, אפגעזען פון די פאקטן. גארנישט גייט נישט אפשטעלן דעם ווילדן טייוול-געיעג וועלכע איז שוין אייגענטליך אין גאנג זינט פרעזידענט טראמפ האט באוויזן דאס אומגלויבליכע מיטן באזיגן דעם בארימטע קרימענאל און שארלאטאן, פרוי קלינטאן.

איינע פון די אנגעבליכע קלאגעס וואס ליגנער שיף קלאגט דעם פרעזידענט איז: 'אבסטרוקציע פון קאנגרעס'. א קלאגע וואס האט אייגענטליך נישט קיין שום לעגאלע טערמינאָלאָגיע. ליגנער שיף ברויזט ווי א טיגער אויפן פאקט אז דער פרעזידענט מיט זיינע נאנטע מיניסטארן אנערקענען נישט זיין פורים אומפיטשמענט. און ער מוז בויען זיינע אנגעבליכע באשולדיגען דורך צווייפלהאפטיגע צייגענישן – פון מענטשען וואס האבן געהערט פון מענטשן וואס האבן זיך געדאכט אז הוידל בוידל... די רעפובליקאנער האבן געמאכט א פענאָמענאַלע ארבייט צונישט צו מאכן די צייגענישן פון שיף. זיי האבן געמאכט פון די שטאלצע אויסערן מיניסטעריום באמטע אש און פארעך.

ליגנער שיף ווארפט אונז אלע זאמד אין די אויגן, אז עס איז גאר פארהאן אזא מיסברויך פון אבסטרוקציע פון קאנגרעס. דער עקזעקעטיוו פליגל פון די רעגירונג איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די קאפריזן פונעם לעגעסלאטיוו פליגל. בלויז די דזשודישיערי פליגל האט די אויטריטעט צו אנטשיידן ווען דער עקזעקעטיוו פליגל איז פארפליכטעט צו ענטפערן פאר די לעגעסלאטיוו פליגל און ווען נישט. ווען פרעזידענט ניקסאן האט זיך אנטזאגט איבערצוגעבן זיינע געהיימע קאסעטעס פארן לעגעסלאטיוו פליגל האט זיך קאנגרעס געוואנדן צו די דזשודישיערי פליגל און זיי האבן דאן געאורטיילט צום גינסטן פון די לעגעסלאטיוו פליגל. ווען דער שיף ענד פעלאוסי אומפיטשמענט קא. וואלטן ווען ווירקליך געוואלט דערגיין די ווארהייט - וואלטן זיי זיך ווען געוואנדן צום געריכט און פארלאנגט אז דער געריכט זאל צווינגן דעם עקזעקעטיוו פליגל צו קאפפארירן מיט זייער פורים אומפיטשמענט, און ס'איז שטארק מעגליך אז די געריכטן וואלטן ווען געצווינגן די עקזעקעטיוו פליגל עטוואס צו קאאפערירן מיט זיי. אבער זיי האבן דאס נישט געטאן, פארוואס? זיי ארגומענטירן אז די געריכטליכע פראצעדורן וואלטן ווען גענומען צו לאנג. איז וואס? די ליידיג גייער אינעם רעפרעזאנטיווען הויז איילן זיך דעם ערגץ? זיי האבן דען עפעס בעסער צו טאן מיטן לאנגן טאג? נאר וואס דען? דער גאנצער אומפיטשמענט ספעקטאל איז בלויז א פאליטישער ספעקטאל. די דעמאקראטן זענען בלויז דא פאר בלוט, זיי זענען אויסן אונטערצוברענגן דעם עקזעקעטיוו פליגל, און זיי האפן אז דער פורים אומפיטשמענט וועט זיי העלפן אין די בערפארשטייענדע וואלן... דערפאר טאקע איז דער גאנצער אומפיטשמענט ספעקטאל בלויז דער וויץ פונעם טאג...

ליגנער שיף שרייבט אצינד זיינע אומפיטשמענט ארטיקלען. פון זיין שרייב טיש גייט דאס גיין צום אלטן נאר רבי זלמן נאדלער, דער פארזיצער פונעם דזשודישיערי קאמיטע. לויט ווי די דעמאקראטן זאגן גייט דער פרעזידענט דארט יא שוין האבן די רעכט צו לעגאלע פרעזענטאציע. די קאמיניסטישע רעגולאציעס פון ליגנער שיף האבן נישט דארט קיין האפט. און ווי עס שיינט גייען אלע דעמאקראטן שטימען פאר אומפיטשמענט מיט פרייד. און פון דארט גייט דאס ארויף צום סענאט וועלכע איז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער. און לויט ווי די רעפובליקאנער סענאטארן זאגן, ווארטן דארט אפ שקלאפטע פעלאוסי אומאנגענעמע איבעראשונגען. די ארימע באבע פעלאוסי טונקט זיך נעבאך אין איר אייגענעם אפפאל ביז צו איבער נאז....
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 12:03 pm#439077
ס'איז באמת א פארגעניגן צו לייענען אייערע באשרייבונגען, ב"ה אז אין אזא שוואכע דור פון פעיק ניוז, איז נאך דא איין לעצט פארבליבענע שרייבער וואס לייגט נאך אראפ די אמת'ע פאקטן דברים כהווייתן (עז איז בלע"ז).
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:36 pm#439579
וואשינגטאן – פעלאוסי האט נאר וואס ארויסגעגעבן דעם באפעל אז דער דזשודישיערי קאמיטע - וואס שטייט בנשיאות הרב זלמן נאדלער פון ניו יארק, זאל ווייטער פארזעצן מיט די אומפישטמענט פראצעדורן מיטן גאנצן אימפעט. פארוואס ברענט אזוי פאר די קראנקע באבע פעלאוסי די אומפישטמענט? זי ווייסט דאך זייער גוט אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך און אז דער סענאט וועט אים גענצליך ריינוואשן?

גלייך נאך דעם וואס דער פייפער בלוזער האט זיך צופיפן אין וואשינגטאן – האט ליגנער שיף הייס געשוואוירען פאר באבי פעלאוסי, אז אצינד קען מען שוין ענדליך מאכן די מעשה מיט פרעזידענט טראמפ. פעלאוסי וואס איז נאך געווען אנידערגעשלאגן און דעמראליזירט פון די דורכגעפאלענע מוללער אומפישטמענט פראוו, האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו און זי האט פראקאלאמירט אומפישטמענט. גוט..

באלד א טאג דעראויף - האט פרעזידענט טראמפ אין א פרעצעדענטלאזע שריט פארעפענטליך דעם טראנסקריפט פונעם געשפרעך מיט פרעזידענט זאלינסקי, און דער טראנסקריפט פונעם געשפרעך האט גענצליך צינישט געמאכט די גאנצע פייפער-בלוזער מאכרייקע. ליגנער שיף וועלכע איז פון פאך אויס א פיקציע-געשיכטע שרייבער האט זיך אבער אין גאנצן נישט פארלוירן. נעמליך, אז עס איז נישטא קיין געשיכטע מאכט מען געשיכטע. דער ליגנער האט זיך אריינגעזעצט אין די טינקעלע קעלערן פונעם קאפיטאל און אנגעהויבן פאַבריצירן א שיינע פיקציע געשיכטעלע אז דער פרעזידענט האט אנגעבליך געטראכט אזוי, און געזאגט אזוי, און געמיינט אזוי... דער ליגנער האט געמיינט אז עס וועט אים ווירקליך געלונגען אז זיי געשיכטעלע וועט זיך פארקויפן. די רעפובליקאנער לייבן האבן אבער סוקסעספול באוויזן ארויסצושלעפן דעם געמיינעם שיף פון זיין בונקער, און ער איז געווען געצווינגן צו ארבייטן אין די עפענטליכקייט. און דא האט זיך זיין נידערלאגע באלד אנגעהויבן. די רעפובליקאנער געזעץ געבער האבן געמאכט פון זיין פיקציע געשיכטע אש און פארעך אזש ס'איז געגאנגען א רויעך...

דער ערשטער פלאן האט נישט געארבייט האט מען זיך גענומען צום צווייטן פלאן. דער ליגנער מיט זיין עקלהאפטיגער ארגאנץ האט אנגעהויבן צו פארלאנגן אז דער פרעזידענט זאל שיקן זיינע נאנטע לייט צו אים אין זיין בונקער אפצוגעבן צייגעניש איבער מיסברויבן וואס דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען... דער ליגנער שיף האט גוט געוויסט אז דער פרעזידענט האט עקזעקטיווע פריוויליגיעס, און דאס איז טאקע געווען א טייל פון זיין כיטרע פלאן.
ער האט אפיר געקראצט די אומפישטמענט דאקימענטן פון פרעזידענט ניקסאן, און ער האט דארט געפונען געשריבן אז איינע פון די מיסברויכן וואס ניקסאן איז באגאנגן איז געווען אבסטרוקציע צו קאנגרעס. דאס איז עס, מ'האט ענדליך געכאפט דעם נאסן טוטער. דער פרעזידענט באגייט באשיינפערליך אבסטרוקציע צו קאנגרעס מיטן נישט שיקן זיינע נאנטע אפצוגעבן צייגעניש פאר אים אין זיין אינקוועזיציע קעלער.

די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט האבן אבער גלייך קלאר געשטעלט. אז דער פרעזידענט מיט זיינע לייט זענען אויסשליסליך יא גרייט צו קאאפארירן מיט קאנגרעס. אבער בלויז ווען דער פראצעדור ווערט געפירט מיט יושר און גערעכטיקייט, ווי ס'איז געווען אין דער פארגאנגנהייט אין אזעלכע פעלער. באבי פעלאוסי קען זיך דאס נישט ערלויבן. זי ווייסט זייער גוט אז די גאנצע געשיכטע איז הויל פיקציע און די אדוואקטן פונעם פרעזידענט וועל דאס גרונגערהייט איבערצייגן שווארץ אויף ווייס.

דער פרעזידענט איז געגאנגן מיט א שטאפל ווייטער. ער האט קלאר געמאכט אז ער מיט זיינע לייט זענען גרייט פולשטענדיג צו קאאפאפרירן אין א סענאט געריכט. עס איז נישט פארהאן קיין שום אבסטרוקציע! וואס דער פרעזידענט ארגומענטירט איז – אז פעלאוסיס קאנגרעס איז א נעסט פון גיפטיגע שלענג און געמיינע עלעמענטן, דערפאר וויל ער נישט האבן קיין שום פארקער מיט זיי. אפילו ווען דער אלטער נאר נאדלער האט אנגעטראגן פארן פרעזידענט צו שיקן זיינע אדוואקאטן אים צו פארטרעטן ביי זיינע פארהערן, אזוי אז זיין אומפישטמענט צירקוס זאל כאטש עטוואס אויסזען עפעס יושרדיג, האבן דאס די פרעזידענטס אדוואקאטן קאטאגאריש אפגעווארפן. מיר ווילן נישט האבן קיין שום פארקער מיט די שדים טאנץ פון די אומפושטמענט פארבאנד פון פעלאוסי און אירע אונטערטאנען.

דער דאזיגער פאקטאר מאכט דעם גערעגטן באבי פעלאוסי אראפגיין פון גלייכזינען. די פאקט אז דער פרעזידענט קען נישט קיין הכנות פאר איר מיט איר גאנצע אומפישטמענט פארבאנד טרייבט איר צו משוגעת. ווי דער פרעזידענט זאגט טיט וואס איר האט צו טאן. איך וועל שוין פארהאנדלן מיטן סענאט. דאס נישט אנערקענען אין איר און אירע קאמיסארן נעמט איר גענצליך ארויס פון גלייכגעוויכט... נאך נישט פארטיג... ווען דער פרעזידענט וועט געווינען ווידערוויילונג מיט א שטארקע מערהייט, וועט זי זיך גלייך אריינמעלדן צום נאנסטען גייסטישער שפיטאל... מיט אזא ניסל ווי טראמפ האבן נאך די ליבעראלן קיינמאל נישט געהאט צו טאן. זיי ווייסען נישט ווי אזוי אים צו עסן, ער ציעט זיי אראפ די הויזן טאג איין אין טאג אויס, זיי גייען טאטאל באנקערס....
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:25 pm#439618
איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.



דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן.

אלע אמעריקאנע פרעזידענטס אין היסטאריע פון איבער צוויי הונדערט יאהר צוזאמען האבן נישט געהאט אזויפיל lawsuits אין זייער לעבן!
(אפילו מ׳זאל רעכענען נאר די קלאגעס פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט)


קיין איינער האט נישט אזויפיל מאל באנקראטירט!

שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???


זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?

דעוויד קעי דזשאנסאן א באוואוסטער דזשורנאליסט גייט שוין נאך טראמפ מיט זיינע קרימינאלע אקטיוויטי פאר צוואנציג יאהר האסט געליינט זיין ביכל? ניין פעיק ניוס?

דו ווייסט וויפל מענטשען קלעימען אז טראמפ האט זיי באגנבט?

אבי געהאקט אין קאפ אריין!

ער איז א crook א קרימינאל און פארדעם וויל ער נישט ווייזן זיינע טעקסעס.

ער האט אין זיין לעבן געטוהן נאר קרומע זאכן. און אלעס באנקראטירט.

קיין איין ווארט אמת קומט נישט ארויס פון זיין מויל!

דריי א קאפ פאר א צווייטן.

שיף און פעלאוסי זענען אמתע מענטשען מיט א ריינע היסטאריע! לאמיר שוין הערן די ליגענט וואס ער זאגט...

טראמפ איז א קרימינאל און ער קען נישט אפילו די גראדע סיסטעם. ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין גראדע מענטש. יעדער וואס האט געדילט מיט אים זאגט די זעלבע זאך.

ער האט גענומען קאמפעניס צו בויען זיינע קאסינאס און ער האט זיי נישט באצאלט! אסאך פון זיי זענען ארויס פון ביזנעס וועגן אים....
קליינע ביזנעסעס וואס זענען שוין אנגעגעאנגען פאר דריי דורות!

אפילו די ארימע מענטשען וואס האבן געוואשן די דישעס אין זיין קאסינא האט ער באגנבט!

שיף איז א ליגענער! דיין מאמע איז א ליגענער!

יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy

וואס פארא ליגענט האט שיף געזאגט אז דו רופסט אים א ליגענער??? אפשר איינער וואס האלט אנדערש פון דיר ווערט אוטמאטיש א ליגענער!!!

קענעדי איז געוועהן א אנטיסמיט!!! דאס איז אמת! וואס דו שרייבסט דא איז דאך כולו אמת... נאר שיף איז די ליגענער!
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:56 pm#439626
Re: ענדליך! אומפושטמענט:
@שבת אחים
טראמפ איז אסאך ווי דו שרייבסט, נאר די פראבלעים איז אז קאנגרעס - דעמאקראטן זענען נאר פארנומען עם אונטער צוברענגן. עס איז דא אסאך זאכן וואס דארפ'ן געטון ווערן אבער זיי זענען אזוי אן געביסען אז זיי זעהן נאר רויט (תרתי משמע). איך מיין אז רוב אמעריקא האט אנדערע דאגות ווי אימפיטשען טראמפ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 9:32 am#439643
שבת אחים האט געשריבן:איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.



דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן.

אלע אמעריקאנע פרעזידענטס אין היסטאריע פון איבער צוויי הונדערט יאהר צוזאמען האבן נישט געהאט אזויפיל lawsuits אין זייער לעבן!
(אפילו מ׳זאל רעכענען נאר די קלאגעס פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט)


קיין איינער האט נישט אזויפיל מאל באנקראטירט!

שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???


זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?

דעוויד קעי דזשאנסאן א באוואוסטער דזשורנאליסט גייט שוין נאך טראמפ מיט זיינע קרימינאלע אקטיוויטי פאר צוואנציג יאהר האסט געליינט זיין ביכל? ניין פעיק ניוס?

דו ווייסט וויפל מענטשען קלעימען אז טראמפ האט זיי באגנבט?

אבי געהאקט אין קאפ אריין!

ער איז א crook א קרימינאל און פארדעם וויל ער נישט ווייזן זיינע טעקסעס.

ער האט אין זיין לעבן געטוהן נאר קרומע זאכן. און אלעס באנקראטירט.

קיין איין ווארט אמת קומט נישט ארויס פון זיין מויל!

דריי א קאפ פאר א צווייטן.

שיף און פעלאוסי זענען אמתע מענטשען מיט א ריינע היסטאריע! לאמיר שוין הערן די ליגענט וואס ער זאגט...

טראמפ איז א קרימינאל און ער קען נישט אפילו די גראדע סיסטעם. ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין גראדע מענטש. יעדער וואס האט געדילט מיט אים זאגט די זעלבע זאך.

ער האט גענומען קאמפעניס צו בויען זיינע קאסינאס און ער האט זיי נישט באצאלט! אסאך פון זיי זענען ארויס פון ביזנעס וועגן אים....
קליינע ביזנעסעס וואס זענען שוין אנגעגעאנגען פאר דריי דורות!

אפילו די ארימע מענטשען וואס האבן געוואשן די דישעס אין זיין קאסינא האט ער באגנבט!

שיף איז א ליגענער! דיין מאמע איז א ליגענער!

יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy

וואס פארא ליגענט האט שיף געזאגט אז דו רופסט אים א ליגענער??? אפשר איינער וואס האלט אנדערש פון דיר ווערט אוטמאטיש א ליגענער!!!

קענעדי איז געוועהן א אנטיסמיט!!! דאס איז אמת! וואס דו שרייבסט דא איז דאך כולו אמת... נאר שיף איז די ליגענער!


וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 2:04 pm#439650
קאך_לעפל האט געשריבן:[וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....

post-truth
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 1:02 pm#440101
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....

post-truth


נאדיר מיין מיטל פינגער!
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 1:05 pm#440102
וואשינגטאן – די סאציאליסטן האבן נעכטן ענדליך ערייכט זייער לעבנס-ווינטש – זיי האבן באוויזן צו אומפיטשן דעם פרעזידענט אויף צוויי לעכרליכע קלאגעס. אויף אויסנוצן זיין פרעזידענטליכער מאכט פאר זיינע פערזענליכע אינטרעסן, און אויף אבסטראקציע פון קאנגרעס. איבעריג צו זאגן אז די לעכערליכע קלאגעס האבן נישט קיין שום האפט, די קלאגעס זענען בלויז פרוכט פון די פאנטאזיע פון ליגענער שיף וואס האט זיך דערווארבן א רעפארטאציע אלס א פאטאלאגישע ליגנער וואס האט נישט זיינס גלייכן. די סאציליסטן וועלכע האבן אזוי געלעכצט צו אומפיטשן דעם פרעזידענט האבן זיך צוגעכאפט צו ליגנער שיף'ס הייסע לאקשאן און מיט גרויס עקסטאז אומפיטשט דעם פרעזידענט.

אין אלגעמיינע אומשטענדן וואלטן ווען די אומפישטמעט ארטיקלן געדארפט ספאנטאן גיין צום סענאט. אבער שקאלפטע פעלאוסי ווייגערט זיך. זי וויל פארזיכערן אז דער סענאט וועט רופן עדות אונטערצולאנען ליגנער שיפ'ס פעלערהאפטיגע אומפיטשט טשולענט. זי ווייסט גאנץ גוט אז די גאנצע אומפישטמענט באשטייט פון א הויפן שיף און פיקציע. די שקאלפטע וויל אצינד בלעקמעילן דעם סענאט און זיי צווינגען נאכצוקומען אירע צופראסקעטע קאפריזן. צו די עקלהאפטיגע ארגאנץ און מאכט-גליסטעניש פון די דאזיגע שקאלפטע איז גאר קיין גרעניץ נישט פארהאן.
די גרויסע שקאלאפטע בעל תפילה וואס דאווענט נאכאנאנד ווארים פארן פרעזידענט, איז נעכטען געקומען צו די אומפישטמענט איינגעהילט אין שווארצן ווי צו א לויה, אנגעבליך אויסצודרוקן איר טרויער אז דער פרעזיעדענט ווערט אומפישט... נישט בלויז די שקאלאפטע נאר אויך איר סאציאליסטישע אויבערהאר פון וועם זי האט דאס קדחת, די לעגענדארער סאציאליסט אלעקסאנדריע אָקאַרעזיאָ-קאָרטעז איז אויך געקומען איינגעהילט אין שווארצן... דאס לצנות פון די צוויי מאלפעס איז ממש געווען דער געשפרעך פונעם טאג.

געלויבט איז דער פון אויבן האט שוין מיטש-מעקאנאל אראפגעשטעלט זיין פוס און קלארגעשטעלט פאר די מאלפעס. אז דער סענאט גייט נישט טאן די שמוציגע ארבייט פון די סאציאליסטן אין קאנגרעס. דאס אז ליגנער שיף מיט זיין קאלעגע טיפוש נאדלער האבן נישט געהאט די צייט צו גיין אין געריכט צו פארזיכערן צייגעניש, איז דאס זייער פארלוסט. דער סענאט האט וויכטיגערס צו טאן ווי צו כאפן מלאכים וואס זאלן אונטערשטיצן די פאנטאזיעס פון ליגנער שיף.

מעקאנאל וועט געבן די זעלבע יושר'דיגע באהאנדלונג פאר די סאציאליסטן ווי זיי האבן געגעבן פארן פרעזידענט. עס איז ממש קאמיש צו זען ווי די סאציאליסטן וויינען אצינד יושר... ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ליבעראלע מאנגאלן. אז דער פרעזידענט האט שכל זאל ער זיכער מאכן אומפיטש צו ווערן יעדן טאג באזונדער פון דורך די גייסטיש-אומסטאבילע סאציאליסטן, אויב זיי זענען נאכנישט גענוג געלעכטער ביז יעצט, וועט דאס זיין דער ענדגילטיגער געלעכטער...
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 8:56 pm#440125
"[quote="שבת אחים"]איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.

דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!"

יעדער פאלעטישן איז א ליגענער, די חילוק פון טראמפ און אנדערע איז, טראמפ'ס ליגענטס אפעקטירן אין אלגעמיין קיינעם נישט, וועם שטערט אז ער זאגט אז ער האט געהאט די גרעסטע inauguration? אדער ווען ער זאגט אז ער קען עסן די מערסטע קיען אויף איינמאל?...
משא"כ ווען עס קומט צו אויספירן קאמפיין צוזאגן טוט טראמפ מער פון סיי וועלכע פאלעטישן אין מאדערנע היסטאריע,
So צוזאגן אז טראמפ איז די גרעסטע ליגענער איז בס"ה נאכזאגן CNN Talking points...
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 9:07 pm#440126
שבת אחים האט געשריבן: "סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן."

זייער שיין פון דיין זייט, כאטש דו זעהסט נישט אויס צו זיין קיין טראמפ supporter, אנערקענסטו אויך, אז מען פייניגט דעם פרעזידענט, און אלע וואס שטיצן אים, אין א פרעצעדענטלאזע וועג...
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 9:27 pm#440127
שבת אתים האט געשריבן: "שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???

זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?"



שיפ און פעלאוסי האלטן אין איין ארויסלייגן קליינע ביזנעסער פון ביזנעס מיט זייער עקלהאפטיגע רעגולאציעס..
נישטא נאך אזעלכע שלעכטע מענטשן ווי זיי (ווי אלע לינקע) וואס פייניגן אויס די מיטל קלאס פארדינער און גנבנען זייער אפגעהארעוועט געלט כדי צו ווערן ווידער ערוויילט דורך די ארכי רייכע און ארכי ארעמע קלאסן