מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 11:06 pm#438032
גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.
די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!
מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ.
ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.
מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.
מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג
m https://yiddishevinkel.com/archives/75244 m