Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האט ר׳ חיים מאיר׳ל מוויזניץ איבערגעלאזט מיליאנען ירושה?

האט ר׳ חיים מאיר׳ל מוויזניץ איבערגעלאזט מיליאנען ירושה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 77 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13374
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:41 pm#436706
האט ר׳ חיים מאיר׳ל מוויזניץ איבערגעלאזט מיליאנען ירושה?
איך בין יעצט געזיצן אין געשעפט און גערעדט מיט אפאר סאטמארער אידן. זיי זענען אלע מודה אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א גרויסע צדיק און זאגן נאך ״די רבי האט שטארק געהאלטן פון אים״ אבער אויף ר׳ חיים מאירל זאגן זיי איז געוועהן א פשוטע געלט גייציגע שווינדלער...

איך וויל מוחה זיין אויך די סאטמארער חסידים וואס הערן נישט אויף איבערצוזאגן די באוואוסטע גראבע ליגענט, שוין פאר כמעט פופציג יאהר, אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל דער אמרי חיים האט איבערגעלאזט א ירושה פון ״שווערע מיליאנען״ און ר׳ יואל האט געפרעגט ווי האט א ערליכע איד געקענט איבערלאזן אזויפיל מיליאנען...

שעמטס ענק אין ענקער פנים אריין! ר׳ חיים מאירל האט איבערגעלאזט א ירושה פון מיליאנען???

ר׳ חיים מאירל איז אוועק אין 1972 ווער האט געהאט געלט דעמאלטס? פון וואו פונקטליך האט ער געהאט שווערע מיליאנען??? ווער האט געהאט יענע יאהרן געלט אין וויזניץ פונקטליך??? אין די 1960 און 1970 יאהרן??? קיינער! סאיז נישט געוועהן קיין געלט! סאיז געוועהן ביטער! סאיז באוואוסט אז ר׳ חיים מאירל איז געקומען קיין אמעריקע פאר א יאהר צייט און ניטאמאל די שפעזן האט זיך אים אויסגעצאלט!

אבי געהאקט אין קאפ אריין! אבי א ליגענט ווייל ר׳ חיים מאירל איז געוועהן א אגודיסט. אבי געהאקט אין קאפ אריין! ענק פארשעמען ענקער רבי׳ן אז ענק פארקויפן גראבע שקרים וכזבים אבי צו באשמוצען א הייליגע איד וואס האט נישט איבערגענעכטיגט מיט קיין גרויס געלט. א איד וואס האט זיין גאנץ לעבן יעדער אטעם געלעבט פאר יענעמס וועגן! א איד וואס האט אויפגעוואקסן יתומים אויסגעהאלטן אלמנות געהאלפן טויזנטער אידן חתונה האבן. א איד וואס האט זיך אוועק געגעבן פארן כלל, און נישט הנאה געהאט גארנישט פון דער וועלט! א איד וואס האט זיך א גאנץ לעבו געמוטשעט און איז געוועהן רוב פון זיין לעבן א ארימאן און יעדער פרוטה וואס ער האט געהאט האט ער אוועקגעבן פאר אנדערע אידן! שעמטס ענק אין ענקער פנים אריין!

א קדוש וטהור! א איד וואס די שכינה האט גערוהט אויף אים! א צדיק וקדוש! א ריינער מענטש! א מענטש וואס האט נישט וויי געטוהן קיין שום מענטש אין זיין לעבן! א מענטש וואס האט זיך אויסעגארבעט אלע מידות! א מענטש וואס האט אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון יעדע קליין קינד!

קיין איין פיאסטער האט ער נישט איבערגעלאזט! גארנישט! זילטש! קיין איין פרוטה נישט! חובות האט ער איבערגעלאזט! סאיז גארנישט געוועהן דארטן! אבי גערעדט ליגענט און לשה״ר אויף א ריינער מענטש!

שעמטס ענק!

מדבר שקר תרחק!!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:44 pm#436707
נאך איין מזל פאר'ן אהבת ישראל אז די יוקאן דרייווערס ווייסן נישט אז ער איז אויך געווען פון "יענע חברה", ווען יא וואלטן שוין געשפראצט מעשיות אויף איהם אויך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:01 pm#436708
דאס איז נישט נארמאל. אזוי צונעמען צום הארצן.

איך ווייס נישט וועגן ר' חיים מאיר'ל, אבער עס איז באקאנט וועגן דער ברך משה אז ער האט מעיד געווען אמאהל אז ער האט שוין ח"י שלמים (שליימים - מיליאן) אין דער באנק.

ווי אויך דער קלויזענבורגער רבי, האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער אפאר מיליאן, דער פין בארא פארק האט פראפערטיס וואס באלאנגן צו אים אין בארא פארק.

דער מונקאטשער לעבט נאך, און ער איז גאר רייך.

דער באבאווער רבי, ר' שלמה'לע, איז טאקע נישט געוועהן קיין סעיווער, ער האט אלע געלט פארנוצט, אבער זיין רעבעצין האט אייביג אוועק געלייגט געלט, מיט דער אויסרייד אז וויבאלט זיי איז היבש יונגער, וועט זי דאך לעבן לענגער, און קיינער וועט איר נישט אנקוקן, צום סוף האט מען נישט געדארפט נוצען דאס געלט פאר איר, און אירע קינדער האבן צוטיילט. מען רעדט פין פינף זעקס מיליאן, אירע קינדער האבן אלע באקומען בערך א מיליאן.

דער מערסטער האט איבערגעלאזט דער גערער רבי, כידוע אז מען רעדט פין פופציג מיליאן.

דער ליבאוויטשער האט אויך געהאט אסאך געלט איבערגעלאזט און ער שרייבט אין זיין צוואה וואס איז נתפרסם געווארען ביי זיין פטירה? וואס מען זאל טוהן מיט דער געלט.

און דער ליסטע קען אנגיין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:12 pm#436710
א חוצפה דאס. נישט איך בין א גרויסע חסיד פון דעם אמרי חיים, אבער אימפיטשען קומט זיך אים נישט!
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:23 pm#436713
גדליה האט געשריבן:א חוצפה דאס. נישט איך בין א גרויסע חסיד פון דעם אמרי חיים, אבער אימפיטשען קומט זיך אים נישט!

נא נא! דיין טאג וועט קומען!
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:26 pm#436715
אין די שמועסן פון ר׳ מאטעלע זצ״ל פרעגט אים זיין אייניקל צי דער אהבת ישראל האט געהאט א באנק-קאנטע. האט ר׳ מאטעלע גענטפערט, מסתם יא! און ער האט פארציילט אז איינער האט אמאל געפרעגט דער אהבת ישראל צי ער האט אוועקגעלייגט געלט. האט ער גענטפערט איך האב אייביג אביסל געלט אוועקגעלייגט וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי? ווילאנג איך וועל טרעפן א נייע פרנסה מוז איך דאך האבן עפעס געלט...
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:35 pm#436718
למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:38 pm#436719
אע"פ דלא נתקיים ביה נתקיים בזרעו. :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:39 pm#436721
גדליה האט געשריבן:למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.

אפשר די סיגוטער האבן געהאלטן אז ער איז א פאלשע רבי ווייל ער האט מקרב געוועהן שוואכע אידן וואס זיי האבן נישט...
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:40 pm#436722
אויב מיינסטו רבי מאטעלע קען נישט זיין. דער איד האט געלערענט פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת, געענדיגט ש"ס יעדע פאר וואכען. ווי האט ער געהאט צייט צו מאכען געשעפטען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:42 pm#436724
שבת אחים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.

אפשר די סיגוטער האבן געהאלטן אז ער איז א פאלשע רבי ווייל ער האט מקרב געוועהן שוואכע אידן וואס זיי האבן נישט...

איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש.
אויב האט די אהבת ישראל מיט זיין גרויס עניוות פארשטאנען אז ער איז נישט קיין אמת'ע רבי, דעמאלטס ווי קומט ער זאל נעמען געלט און פדיונות פון יודן.
אז מ'געפינט אויס אז ער איז א פאלטשע רבי וואלט ער דאך געדארפט צוריקגעבען דאס גאנצע געלט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:47 pm#436726
גדליה האט געשריבן:

אלעס אפגעפרעגט! תיקו!
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:48 pm#436727
אזוי ווי שבת אחים האט ליידער אויפגעהערט צו לייגען די אינספירירנדע מימרות און מעשיות פון דעם הייליגען אמרי חיים ביי זיין אונטערשריפט, האט גדליה זיך אונטערגעגארטעלט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:33 pm#436738
גדליה האט געשריבן:א חוצפה דאס. נישט איך בין א גרויסע חסיד פון דעם אמרי חיים, אבער אימפיטשען קומט זיך אים נישט!

א חשובע רב איז אמאל געקומען צום אהבת ישראל און אויסגערוהמט זיינע קינדער דער ווישעווער רב, דמשק, סערטער, און אלע זייערע מעלות, וואספארא גאון דער ווישעווער רב איז און וואספארא צדיק דער דמשק איז און וואספארא חריף דער סערטער איז.
און וויפל זיי טוהן אויף פאר תורה און חסידות, דער ווישווער רב אין מארמארוש, דער דמשק אין בוקעווינא דער סערטער אין זיין געגענט. און ער האט ארויסגעלאזט אינגאנצן ר׳ חיים מאירל. האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן ״און דער שווארצער-גנב [ר׳ חיים מאיר׳ל] איז שוקל כנגד כולם״

ווייל ער האט געהאט די אלע מעלות פון די ברודער און נאכדערצו האט ער אלעס באהאלטן און זיך געמאכט פאר א פשוטע מענטש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:54 pm#436741
די סאטמורים היינט זאגן מיר אז די אהבת ישראל האט געזאגט פאר זיינע קינדער אויב זיי ווילן זעהן א צורה פון א ערליכע איד זאלן זיי קוקן אויף סאטמערער רב... אין קדוש ישראל שטייט עס נישט דאכצעך... אין ישראל סבא קדישא אויך נישט. וואו איז דער מקור???

זיי פארדרייען אלע מעשיות

הרה״ק ר׳ בנציון מ׳באבוב האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז אויב זיי ווילן זעהן די צורה פון א אמתע ערליכע איד זאלט איר קוקן אויפן אהבת ישראל- דאס איז א אמתע מעשה און ס׳שטייט אין ספר קדוש ישראל וואס הגאון הקדוש ר׳ יהודלע האראוויץ מדזיקוב און הרה״ק ר׳ מאטעלע זענען נאכגעגעאנען יעדע ווארט צי סאיז אמת. און מקען זיך פארלאזן אז אלעס דארט איז אמת ויציב.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:50 pm#436742
אדרבה אז איינער האט א פארלעסליכע מקור אויף דעם וועל איך אים באדאנקן. איך גלייב שווער אז דער אהבת ישראל זאל האבן געזאגט אזא זאך. אפילו ער האט געהאלטן פון סאטמארער רב. דער סאטמארער רב איז געוועהן צו יונג דעמאלטס. כגלייב עס נישט. אבער איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינוג פארשטייט זיך אז איינער ברענגט מיר א מקור.

סאיז דא אסאך אינטערסאנטע מעשיות בשייכות פון די אהבת ישראל, אמרי חיים, ווישעווער מיט סאטמארער רב אבער יענע מעשיות האט א גוטע מקור
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:50 pm#436743
אדרבה אז איינער האט א פארלעסליכע מקור אויף דעם וועל איך אים באדאנקן. איך גלייב שווער אז דער אהבת ישראל זאל האבן געזאגט אזא זאך. אפילו ער האט געהאלטן פון סאטמארער רב. דער סאטמארער רב איז געוועהן צו יונג דעמאלטס. כגלייב עס נישט. אבער איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינוג פארשטייט זיך אז איינער ברענגט מיר א מקור.

סאיז דא אסאך אינטערסאנטע מעשיות בשייכות פון די אהבת ישראל, אמרי חיים, ווישעווער מיט סאטמארער רב אבער יענע מעשיות האט א גוטע מקור
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:15 pm#436745
שבת אחים האט געשריבן: ר׳ חיים מאירל איז אוועק אין 1972 ווער האט געהאט געלט דעמאלטס? פון וואו פונקטליך האט ער געהאט שווערע מיליאנען??? ווער האט געהאט יענע יאהרן געלט אין וויזניץ פונקטליך??? אין די 1960 און 1970 יאהרן??? קיינער! סאיז נישט געוועהן קיין געלט! סאיז געוועהן ביטער! סאיז באוואוסט אז ר׳ חיים מאירל איז געקומען קיין אמעריקע פאר א יאהר צייט און ניטאמאל די שפעזן האט זיך אים אויסגעצאלט!

האסט געפרעגט א שאלה, פון וואו פונקטליך האט ער געהאט געלט?, וועל איך פרובירן צו ענטפערן. מיין פאטער איז געווען א פליט נאכן קריג און ער דערציילט אז ר' חיים מאיר'ל האט באקומען א סאך געלט פון דער ד'זוינט פאר די פליטים און ער האט עס גענומען פאר זיך צו בויען שיכון וויזניץ, אדער דער 'קיבוץ' ווי מ'האט עס בימים ההם גערופן. עס איז עולה על הדעת אז מפסולתו נתעשר חיים מאיר. איך זאג נישט אז יא אדער נישט, נאר אז דו פרעגסט פון וואו האט ער געהאט געלט איז צו דעם דא א תירוץ. ער איז אויך א סאך ארומגעפארן אין דער וועלט און געשנארעט.

ווען איך בין אויפגעוואקסן האט מען אלס גערעדט פון ר' משה'לע און זיינע שווייצע קאנטעס. איך האב זיי נישט געציילט נאר מאך נישט כאילו ס'איז אלעס א וויסטע חלום.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:27 pm#436747
צפור בודד האט געשריבן:

פון די דזשוינט??? איך בעט דיך! דו ווייסט די מעשה מיט די דזשוינט? איך האב עס געשריבן דא. מיט סקולענער רבי.

איך האלט יעצט אינמיטן עפעס טוהן. איך קען נישט שרייבן קיין לאנגע זאכן אבער איך גיי דיר נאך אויפווייזן אז דו רעדסט פון בויך ארויס! איך בעט דיך ברחמים! ר׳ חיים מאירל האט געהאט אזויפיל צוועקן! אזויפיל יתומים און צובראכנע מענטשען אויסצוהאלטן. וואס איך אליינס האב צאם געהערט אין מיין לעבן... און מיט דעם אלעמען איז געבליבן פונעם דזשוינט אז ער זאל איבערלאזן מיליאנען???

ער אליינס איז נישט געוועהן די דשוינט! די גורער רבי האט צוגעלאזט אז דער אמרי חיים זאל גנבנן מיליאנען???

שקר!

ענק ווייסן ניטאמאל וואספארא בעל צדקה דער אמרי חיים איז געוועהן! די גרויסע בעל צדקה הצדיק רבי דוד לעיב שווארץ איז נאר געוועהן א תלמיד פונעם הייליגען אמרי חיים! ער האט זיך געזארגט פאר יעדעם איינעם! פאר אלע אידן!

אזעלכע שקרים! פרעגטס זיינע לעצטע תלמידים וואס לעבן נאך הרה״צ ר׳ שמואל יענקל קאהן הרה״ג ר׳ אליעזר דוד פרידמאן הרה״ג ר׳ מענדל און הרה״ג ר׳ משה שנעבאלג, הרב ר׳ מאטל שטיין מפאלטישאן וכו׳ ווער די אמרי חיים איז געוועהן. ער וואלט אוועקגעבן זיין לעצטע פרוטה פאר א איד וואס ער האט ניטמאל געקענט. אומזיסט איז ר׳ יודלע געוועהן זיין חסיד און מקבל מרות געוועהן פון אים ביים קריג כיודע און א גאנץ לעבן געהאלטן עולמות פון אים.

ענק האבן אים נישט בכלל געקענט. איינער וואס האט אים געזעהן איינמאל ביי א שבת טיש אדער א דאווענען וועט נישט אזוי שנעל רעדן אויף אים. ער איז געוועהן א שטיק פייער! א מלאך אלקים! א צורה פון א מלאך האט ער געהאט. געברענט פארן אייבערשטען! אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר יענעם
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:42 am#436751
אישתישבי האט געשריבן:
דער באבאווער רבי, ר' שלמה'לע, איז טאקע נישט געוועהן קיין סעיווער, ער האט אלע געלט פארנוצט, אבער זיין רעבעצין האט אייביג אוועק געלייגט געלט, מיט דער אויסרייד אז וויבאלט זיי איז היבש יונגער, וועט זי דאך לעבן לענגער, און קיינער וועט איר נישט אנקוקן, צום סוף האט מען נישט געדארפט נוצען דאס געלט פאר איר, און אירע קינדער האבן צוטיילט. מען רעדט פין פינף זעקס מיליאן, אירע קינדער האבן אלע באקומען בערך א מיליאן.

פראסטע שקר
די קינדער נישט באקומען קיין שום מיליון.
אז מרעדט שוין, ר׳ שלמה באבובער די איינציגסטער רבי וואס האט נישט געפאקט געלטער פארן קינדער.
אלע קוויטעל געלטער זענען געגאנגען פארן מוסדות אין פרעזענדליכע געלטער אויך.
ער האט געוואינט ממש ארים,
ווען זיין רעבעצין האט זיך געמוטשעט יארן לאנג מיט דאקטורים איז מען געהעריג געגאנגען נאך געלט ווייל דארט איז נישט געווען קיין פרוטה איבריג.
זיינע קינדער האבן אלע אייביג געלעבט ווי פשוטע מענטשן אין קיינמאל נישט געהאט עקסטרע געלט פאר דרייווערס וגו׳
ווען די רעבעצין איז אוועק האט זי איבערגעלאסט חובות פון דאקטערי וואס פריוואטע מענטשן האבן געצאלט, די איינציגסטע ווערדפילע זאך איז געווען די הויז.
כהאלט זיך שטאלץ אז מיין רבי איז נישט געווען א געלט פרעסער אין אריין געקרוקט פארן קינדער חודש געלט אדער סתם געלט.
מיין טאטע דערציילט אז אמאל ווען דיין טויבער האט געהאט 3-4 קינדער אין 3 יאר האט דיין טויבער זיך אפגערעדט צום שווער אז די ווייב דארף אויפהערן ארבייטען אין מאכן לייכטער מיט העלף אין די היים. די רב ז״ל האט פשוט נישט געהאט אפאר דולר צו געבן פאר זיין עלסטע איידעם די דיין נאר ער האט אריין גערופן חב״ב פרעגן טאמער ער קען האבן א פריוואטע הלוואה.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:06 am#436772
איך פארשטיי נישט? איז דען נישט די פראפערטי פון די שול אין בני ברק ווערד מיליאנען? ר' חיים מאיר'ל האט דאס איבערגעלאזט נאך זיין פטירה.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:49 am#436775
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט? איז דען נישט די פראפערטי פון די שול אין בני ברק ווערד מיליאנען? ר' חיים מאיר'ל האט דאס איבערגעלאזט נאך זיין פטירה.

ווען מ'רעדט פון מיליאנען דא, רעדט מען פון liquid assets, דהיינו וואס מ'קען פארקויפן, אדער ווי מ'זאגט "אריין קעשען".

די אנדערע אדמורי"ם וואס די גאס שמועסט אז זיי האבן איבערגעלאזט מיליאנען, רעדט מען פון "פריוואטע" נכסים וואס מ'האט מוריש געווען פאר די קינדער.

נישט א בית מדרש בילדינג אין קרית וויזניץ וואס ווערט גענוצט דורך די ציבור.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:51 am#436776
בארא פארקער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
דער באבאווער רבי, ר' שלמה'לע, איז טאקע נישט געוועהן קיין סעיווער, ער האט אלע געלט פארנוצט, אבער זיין רעבעצין האט אייביג אוועק געלייגט געלט, מיט דער אויסרייד אז וויבאלט זיי איז היבש יונגער, וועט זי דאך לעבן לענגער, און קיינער וועט איר נישט אנקוקן, צום סוף האט מען נישט געדארפט נוצען דאס געלט פאר איר, און אירע קינדער האבן צוטיילט. מען רעדט פין פינף זעקס מיליאן, אירע קינדער האבן אלע באקומען בערך א מיליאן.

פראסטע שקר
די קינדער נישט באקומען קיין שום מיליון.
אז מרעדט שוין, ר׳ שלמה באבובער די איינציגסטער רבי וואס האט נישט געפאקט געלטער פארן קינדער.
אלע קוויטעל געלטער זענען געגאנגען פארן מוסדות אין פרעזענדליכע געלטער אויך.
ער האט געוואינט ממש ארים,
ווען זיין רעבעצין האט זיך געמוטשעט יארן לאנג מיט דאקטורים איז מען געהעריג געגאנגען נאך געלט ווייל דארט איז נישט געווען קיין פרוטה איבריג.
זיינע קינדער האבן אלע אייביג געלעבט ווי פשוטע מענטשן אין קיינמאל נישט געהאט עקסטרע געלט פאר דרייווערס וגו׳
ווען די רעבעצין איז אוועק האט זי איבערגעלאסט חובות פון דאקטערי וואס פריוואטע מענטשן האבן געצאלט, די איינציגסטע ווערדפילע זאך איז געווען די הויז.
כהאלט זיך שטאלץ אז מיין רבי איז נישט געווען א געלט פרעסער אין אריין געקרוקט פארן קינדער חודש געלט אדער סתם געלט.
מיין טאטע דערציילט אז אמאל ווען דיין טויבער האט געהאט 3-4 קינדער אין 3 יאר האט דיין טויבער זיך אפגערעדט צום שווער אז די ווייב דארף אויפהערן ארבייטען אין מאכן לייכטער מיט העלף אין די היים. די רב ז״ל האט פשוט נישט געהאט אפאר דולר צו געבן פאר זיין עלסטע איידעם די דיין נאר ער האט אריין גערופן חב״ב פרעגן טאמער ער קען האבן א פריוואטע הלוואה.

אמת, אמת, אמת, אבער די רעבעצין האט געהאט א באנק קאנטע וואס איז געוועהן א מכניס ואינו מוציא פאר דער צייט וואס זי וועט זיין אליין, און למעשה האבן דאס די קינדער צוטיילט צווישן זיך.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:54 am#436777
קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:23 pm#436805
וואלווי האט געשריבן:קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...

לאמיר פראבירען מאכען א שנעלע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס:

1) בעל שושנת יעקב מגור (הונדערט מיליון דאלער, זאגט מען)
2) בעלזע רבי זאל זיין געזונט (פופציג מיליון דאלער, זאגט מען)
3) ברך משה מסאטמאר זי"ע (אכצן שלימים, זאגט ער)
4) בעל גבורת ציון מבאבוב שליט"א
5) בעל כסף מרדכי מויזניץ זי"ע
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:23 pm#436816

די מונקאטשער האסטו פארגעסן. ער האט דאכצעך מעהר ווי אלע צוזאמען. איינער פרענקל דאכצעך פון לאס אנגלס האט אים איבערגעלאזט אזא פערציג שלימים יאהרן צוריק. חוץ דעם ירושה און אייגענע געלטער. ער האט פארלאזטע לאטס און בנינים וואס ער טוט גארנישט דערמיט. פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט. אפשר ווייל ער דארף עס נישט. אבער סאיז דא דארטן גרויס געלט. און ארויס גייט נישט אזוי שנעל דארט. ער האלט זיין געלט פעסט. זעלטן וואס ער געט עפעס פאר איינעם חוץ הילף מיט די געזעצן און לויערס. שוין גענוג לשה״ר.

ער האט געהאט מלמדים און טיטשערס בלוטיגע ארימלייט וואס האבן געארבעט שווער אין זיין מוסדות און מאיז זיי געבליבן שולדיג אסאך געלט. זיי זענען אריין צו אים און ער האט זיי קאלטבלוטיג גענטפערט אז ער האט גארנישט מיט די financials פון די מוסדות...

יא יא... גוט געהערט! א גאלדענע שטעקן האט ער שוין יעצט דארף מען זעהן צו ערלעדיגן א גאלדנע טוילעט פאר הקוה״ט ממונקאטש...
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:35 pm#436817
איך מיט מיין פאטער זענען מיט יאהרן צוריק אריינגעגאנגען על הקודש פנימה צום מונקאטשער רבין אז ער זאל העלפן איינער פון ״זיינע חסידים״ חתונה האבן. א ארימע בחור פון א ארימע שטוב וואס האט געלערנט ביי אים און זיך געהאלטן פאר א מונקאטשער און געהאט צוגעזאגט אויסצוצאלן ביידע זייטן!

האט ער אזוי פארקנייטשט די פנים און זיך אנגערופן מיט זיין הייליגע-הייזעריגע שטומע כאילו שכינה מדברת מתוך גרונו

“מקען דאך שוין היינט חתונה מאכן פאר צעהן-פופצן טויזענט דאללער???”

יא יא! ווער געדענקט דען נישט די ״מונקאטשער חתונות״ יאהרן צוריק ווי די מידיע האט ברייט באריכטעט אז די הוצאות החתונה איז געוועהן העכער א מיליאן דאללער! נאר יענער ארימאן זאל חתונה האבן פאר צעהן טויזנט דאללער!

למעשה האט ער מרוב טובו געאפפערט צו בארגן $1500 נישט צוגעבן נאר בארגן.

למעשה האט די סוקלענער רבי זצ״ל פארשאפט 8000 דאללער פאר די חתונה. און די אלטע סקווירער רביצין פון ב״פ האט געגעבן 2500. די מונקאטשער׳ס הלוואה האט מען קיינמאל נישט אויפגעפיקט. דער חתן האט שוין היינט א שטוב מיט גרויסע קינדער ער האט גארנישט מיט מונקאטש איינגעלייגט!
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:25 pm#436820
פאר די איין זאך בין איך א שטיקל חסיד פון סאטמארער רב ער האט געטוהן אסאך חסד אויסגעלערנט זיין עולם חסד. ער האט געהאט א מזל אז ר׳ געציל בערגער און זופניק האבן אים געשטיפט מיליאנען אין יענע יאהרן. ר׳ געציל פלעגט ווייערן יעדע חודש א מיליאן דאללער אין יענע יאהרן!!!

די חבדסקר למשל האט נישט אריינגעלייגט קיין מינדעסטע חסד אין זיינע מענטשען. קיינמאל נישט גערעדט ביי זיינע תורות גארנישט וועגן קיין חסד נאר אז מזאל זיין מיסיאנערן און פארשפרייטן זיינע תורות.

די סאטמערער רב האט טאקע איינגעפירט אסאך משוגעתן וואס מיר ליידן נאך עד היום הזה פונדעם אבער ער איז געוועהן א פיינער מענטש פון אלע טייטלבוימ׳ס איז ער געוועהן די איינציגסטער וואס האט געהאט א עכטע גוטע הארץ. ער האט געמיינט גוטס- ער איז נאר אנגעקומען צו שלעכטע מסקנות און ער איז געוועהן זייער בלינד צו אסאך זאכן. אבער ער האט געמיינט די ציבור, ער איז געוועהן איינגערעדט אז דאס איז די ריכטיגע וועג. ער האט נישט געמיינט זיך. ער איז געוועהן א ברייטע געשמאקע מענטש. אביסל צו קאנסערוועטיוו. ווען ער וואלט געוועהן אביסל מעהר אויפגעקלערט וואלט ער טאקע געקענט איינעמען די חרדישע וועלט.
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:50 pm#436823
גדליה האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...

לאמיר פראבירען מאכען א שנעלע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס:

1) בעל שושנת יעקב מגור (הונדערט מיליון דאלער, זאגט מען)
2) בעלזע רבי זאל זיין געזונט (פופציג מיליון דאלער, זאגט מען)
3) ברך משה מסאטמאר זי"ע (אכצן שלימים, זאגט ער)
4) בעל גבורת ציון מבאבוב שליט"א
5) בעל כסף מרדכי מויזניץ זי"ע

סמי מכאן בעל גבורת ציון. סתם זאגן קען יעדער.
ווי אויך דער בעלזער רב איז אבי געהאקט א טשייניק.
זיי זענען ביידע טאקע גאר גרויסע רביס, און האבן אסאך בנינים און מוסדות, אבער פריוואטע געלט איז אבי גערעדט.

ר' מאטעלע איז טאקע געוועהן גאר רייך פון דער ווילידזש, אבער עס זעהט נישט אויס ווי עס איבער געבליבן עפעס א ברכה צו מאכן. זיין זוהן פין מאנסי, ר' ישראל מוטשעט זיך גאר שטארק.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:56 am#436830
ר׳ מאטעלע האט באקומען געלט פון די ווילעדזש? פריוואט פאר זיך???

דאכצעך אז נישט! ר׳ מאטעלע איז נאר רייך געוועהן פון לאטס וואס ער האט געקויפט אין מאנסי אויף 306 און שפעטער איז די פרייזן ארויפגעשפרינגן. אלעס איז צוטיילט געווארן שפעטער פאר די אייניקלעך.

ר׳ מאטעלעס יונגעסטע טאכטער טווערסקי האט זיך אפגערעדט פאר א פרוי וואס איז גאר א נאנטע חברטע מיט מיין מאמע אז זי קען נישט אויס לעבן די חודש! איר מאן איז נישט קיין רב אין ערגעץ. און זי האט נישט צו באצאלן איר גראסערי ביללס.

סאיז הונדערט פראצענט אמת אז זי האט עס געזאגט! קען זיין אז זי טרייבט איבער, קען זיין אז סאיז נישט ממש אזוי אבער אפגערעדט האט זי זיך.

פארוואס מ׳העלפט איר טאקע נישט בלייבט למעשה שווער... אדרבה אפשר קען מיר איינער פותר חלום זיין.

דאס אלעס איז פון די ״גרויסע ירושה״ וואס ר׳ מאטעלע האט איבערגעלאזט אז זיין טאכטער- ניטאמאל זיין אייניקל שרייט זי האט נישט קיין פרנסה.

אלע זיינע אייניקלעך כמעט די יונגע ווייבלעך זענען טיטשערס און מוטשענען זיך אויף ברויט. וויפל פארדינט א טיטשער אין סקול א וואך?
זיי האבן יעדעס יאהר א קינד און מיט דעם אלעמען זענען זיי טיטשערס. מוראדיג!

ממש רוטשילד!!!
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:18 pm#436835
העי העי, בארואיגט אייך, אפילו ר' מאטעלע האט געמאכט צען מיליאן איז עס גענוג פאר אים און זיינע קינדער און אייניקלעך פאר אפאר יאר, קעי"ה'ר.

ביסט אויך מודה אז ער האט געמאכט א פריטי פעני, אויך וואס דינגט איר זיך? צו ער האט איבערגעלאזט? מען ווייסט אז נישט, ער האט ביים לעבן אלץ פארטיילט.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 1:11 am#436864
די פארבס ליסטע איז פעיק ניוז. זיי רעכענען די קהלה געלטער פארן רבין און אזוי מאכן זיי זייערע נאמבערס. אפילו אין א פאל וואס די קהילה איז עמטליך פארשריבן אויפן רבין'ס נאמען איז עס נאך אלס א פאלשער חשבון. א בנין וואס ווערט פארניצט פארן ציבור for the foreseeable future, קען נישט גערעכנט ווערן ווי אן אייגענעם נכס. פעריאד. עס קען זיין אז די רביס זענען עשירים, אבער זיכער נישט אזוי ווי עס שטייט אין פארבס.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 7:55 am#436871
yatzmachp האט געשריבן:די פארבס ליסטע איז פעיק ניוז. זיי רעכענען די קהלה געלטער פארן רבין און אזוי מאכן זיי זייערע נאמבערס. אפילו אין א פאל וואס די קהילה איז עמטליך פארשריבן אויפן רבין'ס נאמען איז עס נאך אלס א פאלשער חשבון. א בנין וואס ווערט פארניצט פארן ציבור for the foreseeable future, קען נישט גערעכנט ווערן ווי אן אייגענעם נכס. פעריאד. עס קען זיין אז די רביס זענען עשירים, אבער זיכער נישט אזוי ווי עס שטייט אין פארבס.

ולפעמים להיפך...

דער "אדמו"ר" פארמאגט אסאך מער ווי די מיינסט. דו קענסט מיינען אז ער איז פארמעגליך לויט די נכסי ציבור און ממילא נעמסטו אראפ פון זיין ווערט. ס'איז אסאך מאל פארקערט און די הצלחה פון נכסי ציבור איז גאר די סימן פון די פריוואטע נכסי ה"אדמו"ר". לדוגמא, א רבי פארט פאנדרעיזן, (אדער, מחזק זיין יודען אין אויסלאנד....-ב"ש בלע"ז) איז פאר א יעדען פערזענליכע באזוך ווי ער גייט ארויף צו א נגיד קאסט א סכום למשל צען טויזענט. די רבי באקריגט 3 און די מוסדות 7. די הוצאות פון נסיעה איז ביזנעס עקספענס, חוץ פון דעם איז דא אן עניועל סעלערי אלס נשיא המוסדות (בנשיאות...). אזוי איז דא אלע מיני געלעגענהייטן דורך יאר "ארויסהעלפן" דעם אדמו"ר צו "מחזק" זיין אנדערע יודען, אדער פאר משתתף זיין ביי א שמחה, וואס דער אדמו"ר וואלט פשוט'ערהייט געמעגט קומען ווייל דער בעל שמחה דאווענט מיט עם אין איין בית מדרש, למעשה, פארדינט ער א שיינע מתן שכרה בצדה פונ'ם הרבני הנגיד פאר'ן משמח זיין די חתן וכלה, דאס איז חוץ פונ'ם שם הבנין וואס דער נגיד האט יעצט גע'חתמ'ט א "שותפות" מיט'ן נשיא המוסדות.

די געדאנק איז, ס'נישט אז די רבי רעכנט די נכסי ציבור פאר זיך, און דורך דעם וועט אויסקומען אז מ'ציילט צווי מאל די זעלבע זאך, וואס דערנאך דארפסטו קומען און דאס ארויס נעמען פון די ווערד. נאר, פאר א יעדען דאלער נכסי ציבור וואס די זעסט, איז לעומת זה, און חוץ לזה, דא "נאך" געלטער, א "מעטשונג פאנד" וואס מ'זעט ניטאמאל, וואס זיי זענען אנגעקומען מיט'ן זעלבע שיף...

די משלים און די היכי תמצא'ס זענען נישט די נקודה דא. ס'איז די געדאנק אז די מהלך פון זאמלען געלטער גייט אסאך טיפער מהנראה לעינים. קען גאר זיין אז אסאך מאל איז דאס בארעכטיג ווען א מנהיג ארבעט שווער צו שטיצען די מוסדות פון זיינע חסידים, ובפרט לתועלת פון די בני עניים שבתוך קהילתו. דאך, איז נישטא קיין שום טרענספערנסי, ווי פול געלט קומט און גייט, ווי פול שעות לייגט דער "געטרייע" מנהיג אריין בעבור צאן מרעיתו. וואס האט מען געוואלט? מ'זאל מפרסם זיין די נומערען? וועט עס זיין לכבוד בית רביה"ק?!

מילה בסלע משתוקא בתרין...
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 7:59 am#436872
וויאזוי קען זיין רבי'ס וואס האבן נישט קיין איבריגן דאלער א שטייגער ווי פשטו און זיידל, זיי פארן ארום אין די וועלט צו 'מקורבים' ווען קיין אייגן שול האבן זיי נישט.
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 8:10 am#436874
מאך זיכער האט געשריבן:וויאזוי קען זיין רבי'ס וואס האבן נישט קיין איבריגן דאלער א שטייגער ווי פשטו און זיידל, זיי פארן ארום אין די וועלט צו 'מקורבים' ווען קיין אייגן שול האבן זיי נישט.

אזוי קענען זיי כאטש דאווענען מיט מנין איינמאל א יעדע פאר וואכן...
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 1:08 pm#436879
וואלווי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:וויאזוי קען זיין רבי'ס וואס האבן נישט קיין איבריגן דאלער א שטייגער ווי פשטו און זיידל, זיי פארן ארום אין די וועלט צו 'מקורבים' ווען קיין אייגן שול האבן זיי נישט.

אזוי קענען זיי כאטש דאווענען מיט מנין איינמאל א יעדע פאר וואכן...

פשטו האט נישט אין ארץ־ישׂראל גארנישט?
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 1:22 pm#436880
פשטו האט ניטאמאל קיין לעכל אלס שול אין זיין היימשטאט בני ברק, א אויסגעשפילטער מענטש וואס איז געקומען קיין אמעריקע פאר ביזנעס און די ווילאמסבורגע חברה לויפן אים נאך כדי צו לאכן...
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:39 pm#436891
מאך זיכער האט געשריבן:פשטו האט ניטאמאל קיין לעכל אלס שול אין זיין היימשטאט בני ברק, א אויסגעשפילטער מענטש וואס איז געקומען קיין אמעריקע פאר ביזנעס און די ווילאמסבורגע חברה לויפן אים נאך כדי צו לאכן...

:D
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:42 pm#436892
אישתישבי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...

לאמיר פראבירען מאכען א שנעלע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס:

1) בעל שושנת יעקב מגור (הונדערט מיליון דאלער, זאגט מען)
2) בעלזע רבי זאל זיין געזונט (פופציג מיליון דאלער, זאגט מען)
3) ברך משה מסאטמאר זי"ע (אכצן שלימים, זאגט ער)
4) בעל גבורת ציון מבאבוב שליט"א
5) בעל כסף מרדכי מויזניץ זי"ע

סמי מכאן בעל גבורת ציון. סתם זאגן קען יעדער.
ווי אויך דער בעלזער רב איז אבי געהאקט א טשייניק.
זיי זענען ביידע טאקע גאר גרויסע רביס, און האבן אסאך בנינים און מוסדות, אבער פריוואטע געלט איז אבי גערעדט.

ר' מאטעלע איז טאקע געוועהן גאר רייך פון דער ווילידזש, אבער עס זעהט נישט אויס ווי עס איבער געבליבן עפעס א ברכה צו מאכן. זיין זוהן פין מאנסי, ר' ישראל מוטשעט זיך גאר שטארק.

אויפן איזרעילי ליסטע שטייט, אז די בעלזער רבי שליט״א האט גאר אסאך געלט.
אויך די גערער רבי שליט״א כידוע.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:59 pm#437136
שבת אחים האט געשריבן:די סאטמורים היינט זאגן מיר אז די אהבת ישראל האט געזאגט פאר זיינע קינדער אויב זיי ווילן זעהן א צורה פון א ערליכע איד זאלן זיי קוקן אויף סאטמערער רב... אין קדוש ישראל שטייט עס נישט דאכצעך... אין ישראל סבא קדישא אויך נישט. וואו איז דער מקור???

זיי פארדרייען אלע מעשיות

הרה״ק ר׳ בנציון מ׳באבוב האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז אויב זיי ווילן זעהן די צורה פון א אמתע ערליכע איד זאלט איר קוקן אויפן אהבת ישראל- דאס איז א אמתע מעשה און ס׳שטייט אין ספר קדוש ישראל וואס הגאון הקדוש ר׳ יהודלע האראוויץ מדזיקוב און הרה״ק ר׳ מאטעלע זענען נאכגעגעאנען יעדע ווארט צי סאיז אמת. און מקען זיך פארלאזן אז אלעס דארט איז אמת ויציב.

בקיצור כהאב געמאכט אביסל היימארבעט:

די מעשה שטייט אין הקדמה פון שו״ת דברי יואל. רבי יוסל אשכנזי האט פארציילט אז די אהבת ישראל איז געגאנגען שפאצירן (מסתם אין קארלסבאד?) מיט זיינע קינדער און דער סאטמארער רב איז אנטקעגן געקומען האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן ״קוקטס אן אזא הייליגע צורה ווייל אזא צורה וועט איר נישט זעהן ביז משיח׳ס טאג״

די שאלה איז פון וואו ר׳ יוסל אשכנזי נעמט דאס?!

איינער קען ביטע ארויסהעלפן מיט מעהר אינפארמאציע?

איך האב יעצט אריינגעקוקט אין די הקדמה פון ספר דברי יואל ר׳ יוסל אשכנזי שרייבט אנדערש די מעשה- דאס מאכט שוין סענס!

קודם שרייבט ער אז ווען סאטמערער רב איז געוועהן אין מארינבאד און דער אהבת ישראל איז דארט געוועהן אויף א שבת איז סאטמערער רב געגאנגען צום טיש פון אהבת ישראל און כיודע האט מען דארט געפירט לאנגע טישן און געזינגען ביז שפעט אין דער נאכט שלא כמנהג סיגוט. און סאטמארער רב איז געזיצן דארט ביי די גאנצע טיש! און ווען מ׳האט גענעדיגט די טיש האט די אהבת ישראל אים געזאגט עפעס א גאנצע תורה וועגן שבט לוי- די מעשה איז באוואוסט, ס׳שטייט אויף אסאך פלעצער.

דערנאך שרייבט ר׳ יוסל- מיר ווילן נאכשרייבן די לשון פונקטליך:

בשנת תרע״ה כשביקר רבינו [הרה״ק מסאטמאר] אצלו בגראסווארדיין קרא הרה״צ מוויזניץ זצ״ל לבניו כדי שיכירו את רבינו ואמר בזה״ל ״איך וועל עטץ זאלט זעהן וויאזוי א רבי ברויך אויסצוזעהן״

שפעטער ווען ער איז ארויס האט דער אהבת ישראל געזאגט אויף סאטמארער רב ״דער אינגערמאן איז נישט צו דערקענען, יעדער מאל איך זעה אים שטייגט ער העכער און העכער״

סאיז א באוואוסטע מעשה ר׳ מאטעלע פלעגט עס אלץ פארציילן- נישט געוואוסט אז מ׳רעדט פון די מעשה.

נישט אז ער האט געזאגט א הייליגע צורה ביז משיח׳ס טאג. אזוי דארף א רבי אויסצוזעהן! אקעי...! דאס קען מען שוין הערן! ער האט געהאט א רבישע צורה געוועהן א בעל חסד. סאיז געוועהן וואס צוהאלטן פון אים אפילו ער האט געליטן אויף OCD... :roll: :lol:
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:10 am#437152
יאמרו זונות מפרכסות זו את זו, רבי'ס אוודאי.

זעהט אויס אז סאטמארע רבי האט מער פארגינען און געזאגט גרעסערע גוזמאות.

אונז האבן א כלל, דער גרעסטער רבי קען נישט זיין וואס דער קלענסטער חסיד האלט פין אים.
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 2:58 pm#437165
שבת אחים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די סאטמורים היינט זאגן מיר אז די אהבת ישראל האט געזאגט פאר זיינע קינדער אויב זיי ווילן זעהן א צורה פון א ערליכע איד זאלן זיי קוקן אויף סאטמערער רב... אין קדוש ישראל שטייט עס נישט דאכצעך... אין ישראל סבא קדישא אויך נישט. וואו איז דער מקור???

זיי פארדרייען אלע מעשיות

הרה״ק ר׳ בנציון מ׳באבוב האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז אויב זיי ווילן זעהן די צורה פון א אמתע ערליכע איד זאלט איר קוקן אויפן אהבת ישראל- דאס איז א אמתע מעשה און ס׳שטייט אין ספר קדוש ישראל וואס הגאון הקדוש ר׳ יהודלע האראוויץ מדזיקוב און הרה״ק ר׳ מאטעלע זענען נאכגעגעאנען יעדע ווארט צי סאיז אמת. און מקען זיך פארלאזן אז אלעס דארט איז אמת ויציב.

בקיצור כהאב געמאכט אביסל היימארבעט:

די מעשה שטייט אין הקדמה פון שו״ת דברי יואל. רבי יוסל אשכנזי האט פארציילט אז די אהבת ישראל איז געגאנגען שפאצירן (מסתם אין קארלסבאד?) מיט זיינע קינדער און דער סאטמארער רב איז אנטקעגן געקומען האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן ״קוקטס אן אזא הייליגע צורה ווייל אזא צורה וועט איר נישט זעהן ביז משיח׳ס טאג״

די שאלה איז פון וואו ר׳ יוסל אשכנזי נעמט דאס?!

איינער קען ביטע ארויסהעלפן מיט מעהר אינפארמאציע?

איך האב יעצט אריינגעקוקט אין די הקדמה פון ספר דברי יואל ר׳ יוסל אשכנזי שרייבט אנדערש די מעשה- דאס מאכט שוין סענס!

קודם שרייבט ער אז ווען סאטמערער רב איז געוועהן אין מארינבאד און דער אהבת ישראל איז דארט געוועהן אויף א שבת איז סאטמערער רב געגאנגען צום טיש פון אהבת ישראל און כיודע האט מען דארט געפירט לאנגע טישן און געזינגען ביז שפעט אין דער נאכט שלא כמנהג סיגוט. און סאטמארער רב איז געזיצן דארט ביי די גאנצע טיש! און ווען מ׳האט גענעדיגט די טיש האט די אהבת ישראל אים געזאגט עפעס א גאנצע תורה וועגן שבט לוי- די מעשה איז באוואוסט, ס׳שטייט אויף אסאך פלעצער.

דערנאך שרייבט ר׳ יוסל- מיר ווילן נאכשרייבן די לשון פונקטליך:

בשנת תרע״ה כשביקר רבינו [הרה״ק מסאטמאר] אצלו בגראסווארדיין קרא הרה״צ מוויזניץ זצ״ל לבניו כדי שיכירו את רבינו ואמר בזה״ל ״איך וועל עטץ זאלט זעהן וויאזוי א רבי ברויך אויסצוזעהן״

שפעטער ווען ער איז ארויס האט דער אהבת ישראל געזאגט אויף סאטמארער רב ״דער אינגערמאן איז נישט צו דערקענען, יעדער מאל איך זעה אים שטייגט ער העכער און העכער״

סאיז א באוואוסטע מעשה ר׳ מאטעלע פלעגט עס אלץ פארציילן- נישט געוואוסט אז מ׳רעדט פון די מעשה.
ל
נישט אז ער האט געזאגט א הייליגע צורה ביז משיח׳ס טאג. אזוי דארף א רבי אויסצוזעהן! אקעי...! דאס קען מען שוין הערן! ער האט געהאט א רבישע צורה געוועהן א בעל חסד. סאיז געוועהן וואס צוהאלטן פון אים אפילו ער האט געליטן אויף OCD... :roll: :lol:

יעדע עובדה וואס די ברענגסט פון אהבת ישראל האסטו/ברענגסטו א מקור?
אז דער אמרי חיים האט איבער געלאזט מיליאנען גלייבסטו נישט, אבער אז דער ברך משה האט געזאגט אז ער האט חי שלמים גלייבסטו אן א מקור
זאגן אויף א רבן של ישראל וואס האט לוחם געווען פאר כבוד שמים פאר ער האט געהאט א מנין אפילו ווייל לשיטתו איז דאס געווען עיקר היהדות, אוועק געגעבין יעדע פרוטה פאר א צוויטען, נישט קיין חילוק חסיד אדער מתנגד האט געהאט ocd דאס מעג מען, וואס זאל איך זאגן ווען איך לייען עובדות וואס ר' מאטעלע האט פארציילט פון זיידן אז ער האט זיך געלייגט שלאפן יעדע נאכט 11 אזייגער און ווען זיין אייניקל איז געקימען צו אים אין די צייט האט ער זיך געבייזערט אזוי שפעט? חוץ וואס ער פארציילט אז שינת צהרים איז געווען חק ולא יעבור, וויאזוי זאל איך דאס אנרופן, א פעפער?
ביי דיר איז אלעס הייליג, יענעם איז א מצוה צו אוועקמאכן
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 2:21 pm#437503
היסטאריקער

1)כהאב שוין אפאר מאל געשריבן יעדע עובדה וואס איך האב דא געברענגט פון די אהבת ישראל האט א גוטע מקור! כמעט אלעס שטייט אין ספר ״קדוש ישראל״ פון הרה״ח ר׳ נתן אלי׳ ראטה ז״ל די ספר האט הרה״ק ר׳ יודאלע האראוויץ מדזיקוב א אייניקל פון די אהבת ישראל איבערגעקוקט פאר א לאנגע צייט און יעדער ווארט דארט האט א מקור מוסמך... ווי אויך האט עס ר׳ מאטעלע איבערגעקוקט און יעדער איינציגסטער זאך וואס איז נישט געוועהן זיכער הונדערט פראצענט האט מען פון דארט ארויסגענומען. אזש ביז ר׳ נתן אלי׳ האט געזאגט פאר ר׳ מאטעלע אז באלד בלייב איך אן קיין ספר....

2)איך גלייב טאקע נישט די ברך משה האט איבערגעלאזט קיין אכצן שלימים סתם אזוי. נאר סאיז א דבר ידוע אז ער איז אלע יאהרן געוועהן א ביזנעסמאן און מסתם האט ער איבערגעלאזט א שיינע ירושה. אויב איינער וועט מיר יעצט קומען זאגן ערשט האנטיג אז סאיז נישט אמת בין איך גרייט צו טוישן מיין מיינוג. דערווייל לייקענט עס אבער קיינער נישט.

די רעשט פון דיין תגובה האב איך נאכנישט געליינט מסתם איז די סיפא מלא חכמה פונקט ווי די רישא...
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 2:23 pm#437504
א אינטערסאנטע בריוו וואס הרה״ק ר׳ חיים מאיר’ל האט געשיקט פאר זיין זוהן ר׳ מאטעלע איבער באקעמפען די גזירה פון ״גיוס בנות״ ווי ער רופט פאר מאסן דעמאנסטראציעס און צו פארברענען בן גוריון׳ס בילד אין די גאסן פון ניו יארק.... אין ספר “מכתבי קודש אמרי חיים” איז דא נאך אפאר בריווען בנוגע דעם ענין. אין א שפעטערדיגע בריוו שרייבט ר׳ חיים מאירל צו ר׳ מאטעלע היתכן מ׳האט נאך נישט אויפגערודערט די גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע? פארוואס הענגט נישט קיין צעטליך אין אלע שוהלן?

מכתב מכ"ק אדמו"ר מוויזניץ הרה"ק ר' חיים מאיר האגער זצ"ל, מייסד שיכון וויזניץ ב"ב
לבנו הרה”ק ר׳ מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ
בני יקירי שליט"א

מסתמא ווייסט איהר דארט פון די נייער גזירה וואס אונזערע חפשיים ווילען ארויס געבען, גיוס נשים אויך דתיים, עס איז א הימעל געשריי תסמור שערות ראש, וויפיל טאטע מאמע פלאגן זיך שווער אין ביטער ביז זיי דערלעבען בעזהשי"ת אויף צו ציהען א ערליכע אידישע טאכטער, זיי אפפערין זיך אויף, און ווען זיי האבן שוין זוכה גיווען דערצו, ווילען די חפשיים זיי אוועק רויבען פון זייערע עלטערין, פון איהר צניעותדיגע ערציהונג, זיי אויסמישען מיט גאטלאזע בעלי תאוה ותועבה, און פון איהר מאכען דאס וואס די שבטים האבן געשריגען במעשה שכם, ביי אלע מדינות פון דער וועלט - חוץ אין רויטען גן עדן ר"ל - האט מען עס נישט גימאכט, נאר דא דארף מען נאך טוהן מוסקבה

ע"כ מ'טאר נישט שווייגען, זאל דאס חרדי'שע יודענטום אין אמעריקא שטורמען, מאכען ריזיגע פראטעסט פארזאמלונגען, שמועס מיט אגודת אדמורי"ם, רבנים, ישיבות, עס זאל זיין א ויצעקו עד שמי רום, זאל די אידישע פרעסע אויף וועקען דאס געוויסען פון דער מענטשליכער מיינונג, וויפיל דעמוראליזאציע עס ליגט און דעם ביטערן געזעץ

דאס אליין איז אבער נישט גענוג, בן גוריון פאהרט מיט די צייטין קיין אמעריקא וועגן זיינע זאכען, מגביות, הלוואות, זיי ווילען איצט פארשפרייטען אידישע אנליי פאפירען וכדומה, ער זאל באקעמפט ווערען אויף שריט אין טריט, א קאצען מוזיק זאל מען איהם מאכען, עפענטליכע דעמאנסטראציעס פאר זיין וואהנונג וכדומה וכדומה, מען זאל קענען אויספיהרען אויך א דעמאנסטראציע פון אידישע טעכטער חרדי'שע, מען זאל זיין בילד פארברענען אויף דער אפענער שטראססע, אין רעדעס האלטען, מען זאל דערערככדרינגען וויא נייטיג מען מיז זיך ארויס ראטעווען פון די חפשיים'ס הענד, געוואלד, נישט רוהען, פאר אמעריקא שרעקין זיי זיך, און השי"ת ירחם

בן גוריון וויל זיך נוקם זיין אין די חרדים ווייל זיי האבען געשטירצט זיין רעגירונג, וואס וויל מחנך זיין פלטים קינדער פאר אטעאיסטען מחרפין ומגדפין כל הקודש אצלינו, אבער השי"ת האט אונז שוין אסאך מאהל געהאלפען, און וועט אונז אויך אצינד אויך העלפען, נאר טוהן מוז מען, נישט יוצא זיין מיט הוילע דרשות, נאר באקעמפען, ולד' הישועה

אביך הכותב בדמע ובמרירות נורא המצפה להשי"ת שהוא יצילנו במהרה - חיים מאיר
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 11:46 pm#437529
איז דער בריוו אן איבערזעצונג אויף אידיש? אז דאס איז דער אריגינעלער בריוו פארוואס האט ער געשריבן אויף אידיש? ר' ח"מ האט נישט געקענט שרייבן לה"ק, ר' מאטעלע האט נישט געקענט לייענען אדער ביידע?
זונטאג אקטאבער 27, 2019 1:23 pm#437544
שבת אחים האט געשריבן:היסטאריקער

1)כהאב שוין אפאר מאל געשריבן יעדע עובדה וואס איך האב דא געברענגט פון די אהבת ישראל האט א גוטע מקור! כמעט אלעס שטייט אין ספר ״קדוש ישראל״ פון הרה״ח ר׳ נתן אלי׳ ראטה ז״ל די ספר האט הרה״ק ר׳ יודאלע האראוויץ מדזיקוב א אייניקל פון די אהבת ישראל איבערגעקוקט פאר א לאנגע צייט און יעדער ווארט דארט האט א מקור מוסמך... ווי אויך האט עס ר׳ מאטעלע איבערגעקוקט און יעדער איינציגסטער זאך וואס איז נישט געוועהן זיכער הונדערט פראצענט האט מען פון דארט ארויסגענומען. אזש ביז ר׳ נתן אלי׳ האט געזאגט פאר ר׳ מאטעלע אז באלד בלייב איך אן קיין ספר....

2)איך גלייב טאקע נישט די ברך משה האט איבערגעלאזט קיין אכצן שלימים סתם אזוי. נאר סאיז א דבר ידוע אז ער איז אלע יאהרן געוועהן א ביזנעסמאן און מסתם האט ער איבערגעלאזט א שיינע ירושה. אויב איינער וועט מיר יעצט קומען זאגן ערשט האנטיג אז סאיז נישט אמת בין איך גרייט צו טוישן מיין מיינוג. דערווייל לייקענט עס אבער קיינער נישט.

די רעשט פון דיין תגובה האב איך נאכנישט געליינט מסתם איז די סיפא מלא חכמה פונקט ווי די רישא...

איך זע עס איז נישט שייך זיך מתווכח זייל מיט דיר ווייל ווער עס זאגט אנדערש פון דיר מאכסטו אוועק, אבער וול דיר איינמאל ענטפערן
דאס וואס די זאגסט אז ר' יודעלע האט געזאגט אז קדוש ישראל איז אמת האט אליין נישט קיין מקור, נאר פון דיר און די ביסט נישט באגלייבט לגבי וויניץ
דער ברך משה האט אלס סיגעטער רב פרובירט צו מאכן ביזנעס בצנעה כדי נישט צו דארפן צוקומען צו מענטשן (ער איז געווען דער איינציגסטער רב וואס פלעגט נישט מאכן קיין מלוה מלכה פאר זיך) אבער קיינמאל נישט מצליח געווען צו סאך

ווען איך זאג דיר ערשטהאנטיג וועטו מיר גלייבן?
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:09 am#437668
היסטאריקער האט געשריבן:

ס׳שטייט אין די הקדמה פון די ספר אז ר׳ יודלע און ר׳ מאטעלע האבן עס איבערגעקוקט און מגיה געוועהן. סאיז א באוואוסטע זאך.

אין די שמועסן פון ר׳ מאטעלע זאגט ער אליינס אז ער האט אלעס איבערגעקוקט און יעדע זאך נאכגעגאנגען. און יעדע זאך וואס האט נישט געהאט קיין גוטע מקור האט מען ארויסגענומען.

איך האב דאכצעך קיינמאל נישט געשריבן אז דער ברך משה האט געהאט ח״י שלמים. כהאב נישט קיין אהנונג וויפל געלט ער האט געהאט. כ׳ווייס נישט וואס דו האסט זיך פארטשעפעט אז איך גלייב דאס. איך גלייב אז ער האט געהאט א שיינע פאר דאללער ווען ער איז נפטר געווארן. אבער ס׳קען זייער מעגליך זיין אז ער האט נאר געהאט 5 מיליאן. אלעס איז מעגליך. איך האב נישט געציילט זיין געלט. ר׳ מאטעלע האט נישט איבערגעלאזט קיין גרויסע געלט. ער האט בכלל נישט געהאט קיין סאך געלט. סאיז סתם גערעדאכץ פון די גאס, דאס ווייס איך פון זייער נאנטע מקורות. אז דו וועסט מיר זאגן ווער דו ביסט און פון וואו דו נעמסט עס מילא. אבער דערווייל זאגסטו נישט פון וואו דו נעמסט עס.
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:12 am#437669
צפור בודד האט געשריבן:איז דער בריוו אן איבערזעצונג אויף אידיש? אז דאס איז דער אריגינעלער בריוו פארוואס האט ער געשריבן אויף אידיש? ר' ח"מ האט נישט געקענט שרייבן לה"ק, ר' מאטעלע האט נישט געקענט לייענען אדער ביידע?

דאס איז די אריגינעלער בריוו-ווארט ביי ווארט נאכגעשריבן וואס ר׳ חיים מאירל שרייבט. פארוואס אידיש נישט לשה״ק? ווייס איך נישט. אין מכתבי קודש אמרי חיים איז דא בריווען סיי אין אידיש און סיי אין לשה״ק. פונקטליך ווען ער האט גענוצט אידיש און ווען לשה״ק ווייס איך נישט.

פארוואס זאל ער נישט שרייבן אין אידיש? וואס איז די קשיא? אונז רעדן דאך אידיש? די הייליגע שפראך? כמיין די דייטשע שפראך...

ער שרייבט מ׳זאל מאכן בן גוריון ״א קאצן מוזיק״ וויאזוי שרייבט מען דאס אין לשה״ק??? :lol:
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:34 am#437671
רעדענדיג פון מקורות פון מעשיות.

מיין טאטע האט אלץ בחור שפאצירט מיט ר׳ מאטעלע און מיין טאטע האט פארציילט פאר ר׳ מאטעלע אז ווען ר׳ מוישלע איז געבוירן האט די אהבת ישראל געזאגט ״ער וועט זיין א זיס קינד אן קיין צוקער״ און למעשה איז ר׳ מוישעלע די איינציגסטע פון אלע וויזניצער רבי׳ס וואס האבן נישט געליטן פון קיין צוקער. אלע האגערס האבן שטארק געליטן אויף צוקער, די פריערדיגע סערעטער רבי וכו׳ אלע!

ר׳ מאטעלע האט זיך געגעבן אזא דריי אויס צו מיין טאטע און געפרעגט מיין טאטע “ווער האט דיר דאס דערציילט?” האט ער געזאגט אז אלץ קינד אין שיכון ויז׳ניץ האט די מלמד אין חדר אזוי פארציילט.

כמעט דריי יאהר שפעטער מיין טאטע איז שוין געוועהן חתונה געהאט איז ער אריין צו ר׳ מאטלע מיט קוויטל. זאגט אים ר׳ מאטעלע סקומט זיך דיר א יישר כח, האסט מיר פארציילט א מעשה פונעם זיידן וואס כהאב קיינמאל נישט געהערט, כהאב מיך נאכגעפרעגט און סאיז אמת. מיין טאטע האט בכלל נישט געכאפט פון וואס ער רעדט. האט ר׳ מאטעלע געזאגט האסט מיר פארציילט אז די זיידע האט געזאגט ווען די ברודער איז געבוירן ער וועט זיין א זיס קינד אן צוקער.

למעשה שטימט נישט אינגאנצן די מעשה? איז ער דען געוועהן זיס? :lol: אפשר אלץ קינד נישט ווען איך האב אים געקענט...
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:04 am#437672
פאר ר׳ מאטעלע איז געבוירן איז די אהבת ישראל געפארן קיין קארלסבאד. ר׳ חיים מאירל מיט די רביצין זענען אריינגעקומען זיך געזעגענען האט די אהבת ישראל געזאגט ווען די קינד וועט געבוירן ווערן זאלסטו אים געבן די נאמען מרדכי נאך ר׳ מאטעלע טשערנאבילער. האט זיך די רביצין אנגערופן “הלואי זאל ער אויפוואקסן צוזיין נאר האלב אזוי גרויס ווי ר׳ מאטעלע טשערנאבילער!” האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן “און וואס שטערט אייך אז ער וועט זיין א גאנצע ר׳ מאטעלע טשערנאבילער?”

למעשה זינט ר׳ מאטעלע טשערנאבילער איז דאכצעך נישט געוועהן קיין איין רבי וואס האט איבערגעלאזט אכט זוהן רביס.

די אמרי ברוך (די אהבת ישראל׳ס טאטע) האט איבערגעלאזט ניין זוהן אפאר פון זיי רביס נישט אלע.

ווען ר׳ מאטעלע איז געוועהן ביי הרה״ק ר׳ אהרן מבעלזא זצ״ל האט אים ר׳ אהרלע געפרעגט נאך וועמען ער הייסט? האט ער געזאגט נאך ר׳ מאטעלע טשערנאבילער. האט ער זיך אנגערופן ״א פלא, אזוי ענדליך״ (עפעס אזוי- פונקטליך די לשון ווייס איך נישט).

אקעי, מהאט שוין גערעדט חסידות היינט. יעצט מיין איך אז מ׳קען שוין גיין ארבעטן אדער עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט...