דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 6:34 am#439902
זיי אפן מיט זיי
📎 IMG-20191212-WA0003.jpg
שמעקעדיגליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
אין הקומץ משביע. ופשוט הוא.
שמחהלע קאפשטיקכ'האב א אינטערסאנטע שאלה
אויב איינער וואס מאכט חתונה לויט די געדאנק פון "כח היחיד" וועט נאך אלס מוזן געיבן אויסלייז געלט פאר די "עיני הישועה" קאמפעני ? אדער עס וועט זיין א עקסטערע פעקל פאר ביליג צו קענען ווערן אפגעשפרעכט פון עין הרע ווען מען מאכט חתונה ?
ילמדינו רבינו ?