Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כח היחיד!

כח היחיד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
92 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 166 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13487
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:50 am#439667
כח היחיד!
א נייע קאמפיין אויפצוקלערן די עולם וועגן די טייערע חתונה הוצאות און וויאזוי דער יחיד קען אויפטוהן איז לעצטע וואך געגרינדעט געווארן דורך צוויי "יחידים" די מייסטער פאטאגרפיסט און גראפיקער ר' יוסף גאלדבערגער והשני בדומה לו דער גראפיקער שמואל דוד שווארץ.

זיי האבן צוזאמען געברענגט א גרופע גראפיקער וואס יעדער וועט פרובירן אויף זיין אייגעארטיגע וועג אויפוועקן דעם עולם און ווייזן וויאזוי דער יחיד קען אליינס אויפטוהן.

זיי האבן געעפענט וואטסעפפ גרופעס ווי מ'קען מיטהאלטן ווען ס'קומט ארויס נייע סחורה.

דא האט איר א לינק צו גרופע נומבער 5 וואס איז נאכנישט פוהל

m https://chat.whatsapp.com/GtxwMl3SD365ifMEVVv6NB m

טעלעגראם
m https://t.me/simchasonyourbudget m
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:54 am#439668
אביסל פון די קאמפיין
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:57 am#439669
נאך
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:05 am#439670
נאך
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:06 am#439671
א ווארט אויפן פרשה
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:09 am#439672
ליידער אזוי אמת
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:46 am#439676
די כח היחיד קאמפיין האט ברוך השם א שטארקע אפעקט אויף די היימישע אמעריקאנער אידענטום. די אייגנארטיגע גראפיקס שניידן אדורך ביז די טיפענישן פונעם מח! זיי שלאגן אויף אלע פראנטן, לאגיש, עמאציאנאל, ארטיסטיש, און שפראך. שוינען נישט קיינעם, נישט קיין מחותנים, חתנים, בחורים, מיידלעך, אינגלעך. אלעס אדורך צו ברעכן די אלגעמיינע שמחה געדאנקעסגאנג.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:19 am#439677
יוסי גאלדבערגער האט געוואנען א...שטריימל!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:23 am#439678
אינטערוויו: "דער כח היחיד", מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדערמוצ״ש ויצא פ'

צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ

m https://www.yiddish24.com/4/12/10356 m
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:11 pm#439680
חנוכה געלט
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:26 pm#439684
פרוטה פרוטה מצטרפת
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:12 pm#439687
איינער קען ביטע צוזאמענשמעלצן אלע עד'ס אויף א pdf ?
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:14 pm#439688
סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:42 pm#439695
העלפט פארשפרייטן!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:48 pm#439696
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.


איך גלייב אז אזא קאמפיין קען זיכער און וועט בעזהשי"ת אויפטוהן!

עס איז א קאמפיין צו אויפוועקן די עולם אליינס צונעמען די זאך און די הענט אריין און אליינס באשליסן וועלכע זאכן זענען נישט אזוי וויכטיג ביי עם אז ער זאל דארפן אזויפיל אויסגעבן דערפאר און ער דארף זיך נישט שעמען דערמיט ווייל ער איז א חלק פון א מאוומענט.

אוודאי גייט דאס לכאורה נישט ברענגן א סוף צו די צודרייטע געלטער ספענדעריי אבער עס וועט זיכער אסאך אויפטוהן און דעם ענין.

שאץ נישט אינטער די כח פון מארקעטינג!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:58 pm#439697
תורה ומדע האט געשריבן:א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.

נישט קיין גוטע לעזונג לדעתי, א גוטע לעזונג איז סטאפ איט, מען מעג נישט ספענדן געלט וואס מען האט נישט.

ווען איינער זאגט אז די קינדער זאל עס באצאלן הער איך דאס: דער מחותן האט נישט קיין געלט, ער האט אויך נישט די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג, סאו ער וועט ספענדן די געלט אז עס זאל הייסן ער איז "נארמאל", און זאלן די קינדער עס באצאלן.

ווען די קינדער וואלטן אליין חתונה געהאט, וואלטסטו געווען גערעכט. אבער אויב איז ער נאכנישט גענוג גרויס זיך צו טרעפן א שידוך, און אלע אנדערע דעסישענס ביז דארט, איז ער אויך נישט גענוג גרויס צו נעמען חובות אויף זיך.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:59 pm#439698
עס מוז זיין א ריעליסטישער אלטערנאטיוו כדי אז סזאל קלעבן ביים ציבור.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:06 pm#439700
בעת ווען ס'איז דא אזעלכע פעסימיסטן וואס מאכן אוועק אלעס וואס סיי ווער טוהט זענען אבער דא אזעלכע וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און טוהן צו דער זאך!

מ'קען לאכן וויפיל מ'וויל אבער אזעלכע קאמפיינען קלינגען אפ זייער שטארק און האבן זייער א שטארקע אפעקט אויף למעשה.

נאר אדאנק יואל ראטה האבן מיר א חיים עקשטיין. און די איצטיגע קאמפיין איז נאר אדאנק חיים עקשטיין. און ווער ס'רעדט זיך איין אז דער קאמפיין גייט נישט האבן קיין 'שום' אפעקט איז פשוט נישט אין טאטש מיטן אקטועלער רעאליטעט!

לאנג לעבן זאל די רעוואלוציע!!!!!!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:11 pm#439701
הלואי!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:24 pm#439702
.
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:51 am#439724
די קאמפיין שלאגט ווארצלען
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 12:28 pm#439726
שיינע עדס
ווער מאכט עס? גאלדבערגער ?
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 1:47 pm#439727
כח היחיד, האומנם?

m https://youtu.be/MEhSk71gUCQ m
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 2:13 pm#439728
עס קומט לכאורה נייע "השומרים קארטס"
כח היחיד קארטס

מען זוכט עפעס א ראבינאוויטש וואס זאל עס ארומטיילען
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 6:07 pm#439732
Re: כח היחיד!
לאמיר אויסניצן די קאמפיין פארן יחיד. נעמט די קארטלעך אדער די קאמפיין לופטלעט אין טשענדש די בילד צי וואס דיין כח היחיד באדייט אויף א יעדען טאגעדיגען לעוועל. די שורש מיז אטאקירט ווערן! די סתירה פין לבוש, באנעמונג, אדג. אין אונזער סאציאלע באוואגעגונג מיז געבראכען ווערן אין דאס וועט היילן רוב פראבלעמען.
געגאנגען...
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 9:54 pm#440394
.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 11:05 am#440406
די ניגונים זענען פיין!

איינער ווייסט ווער ס'שטייט דערונטער? קוקט אויס ווי אזא מאטי אילאוויטש סטייל.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:10 pm#440410
.
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 2:07 pm#440414
א ווארט אויף די פרשה
פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 2:44 pm#440415
.
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:52 am#440438
בניגון על על על הניסים
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:17 pm#440442
.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:53 am#440475
.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 12:52 pm#440488
.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:06 pm#440498
.
מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:49 am#440675
נייע סעריע
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:24 pm#440823
.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:44 pm#440900
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל נאר מעורר זיין אז די טוטהפעיסט קען מען נישט צוריק אריין שטופן אין די פושקע. ברגע #כחהיחיד ווערט א זאך, וואס וועט עס אפשטעלן? שטעל זיך פאר דער יחיד הייבט זיין קאפ און זוכט א גוטן חינוך פאר זיין קינד, נישט פאר משיח צו טייטלן די פינגער נאר צו זיין אן אנשטעטיגע אויסגעהאלטענע מענטש, וואס וועט זיין דעמאלס? וואס וועט זיין ווען דער יחיד איז מחליט אז ער דארף א פערזענליכע רבי, נישט קיין גייסטישע פיהרער פון א פארטיי? וואס וועט זיין ווען א יחיד וועט ווילען וואוינען ווי עס איז גוט פאר איהם, און אנ"ש בי דעמנ"ד?

דער #כחהיחיד ביזנעס קען פאראורזאכען א גרויסע ווידערשטאנד אין די מצב הפארטיין אין די פאראייניגטע שטאטן, ולה' הישועה!

m https://twitter.com/katlekanye/status/1 ... 1175997440 m
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:20 pm#440955
.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:23 pm#440957
ק"ק בעלזא אין ניו יארק האט די וואך אנאנסירט א קאמיטע מיטן נאמען "כח הרבים" און ארויסגעקומען מיט א ברייט פארצווייגטע קאמפיין אין די קהלה וואס וועט אהערשטעלן שטארקע פלענער וואס וועט ארויסהעלפן יעדן יחיד צו קענען אויסניצן זיין כח היחיד אויף למעשה. מארגן זונטאג נאכט וועט פארקומען די ערשטע אסיפה וואו א חלק פונעם פראגראם וועט זיין א פאנעל פון ר' אליעזר קרויס מיט די פיאנירן פונעם "כח היחיד" קאמפיין ר' יוסי גאלדבערגער און ר' שמואל דוד שווארץ
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:24 pm#440959
נאך פון בעלזא
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:25 pm#440960
בעלזא
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:27 pm#440961
נייע כח היחיד "למעשה" סעריע
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 11:11 pm#440967
זעהט אויס אז בעלזא ווייסט נישט די טייטש פון כח "היחיד"..
זונטאג יאנואר 05, 2020 12:10 am#440970
‏גמליאל זעט א קול קורא פון 30 רבנים און טראכט, ווייס איך, גראדע האב איך ליב ר' שמואל ניימאן און מיין איידעם (און אויך גמליאל'טע) ווערן משוגע פאר אים אבער דאך רבנים מיט גרויסע בערד לאנגע וואנצעס און ריזיגע קאפעליטשן אסרן אים.
קענסט זיין א גמליאל אדער נוץ דיין אייגענע שכל ‎#כוחהיחיד

קרעדיט, קטלאקניא
זונטאג יאנואר 05, 2020 12:53 am#440975
גמליאל זעט 30 ניקס וואס שעלטן אלע רבנים, ער טראכט גראדע פארשטיי איך זייער גוט די רבנים, אבער דאך, די בעסטע ניקס מיט די מערסטע לייקס זענען קעגן די רבנים, מוז איך אויך טראכטן ווי זיי.

קענסט זיין א גמליאל...
זונטאג יאנואר 05, 2020 1:16 am#440976
אישתישבי האט געשריבן:‏גמליאל זעט א קול קורא פון 30 רבנים און טראכט, ווייס איך, גראדע האב איך ליב ר' שמואל ניימאן און מיין איידעם (און אויך גמליאל'טע) ווערן משוגע פאר אים אבער דאך רבנים מיט גרויסע בערד לאנגע וואנצעס און ריזיגע קאפעליטשן אסרן אים.
קענסט זיין א גמליאל אדער נוץ דיין אייגענע שכל ‎#כוחהיחיד

קרעדיט, קטלאקניא
זונטאג יאנואר 05, 2020 10:33 am#440984
יין שרף האט געשריבן:זעהט אויס אז בעלזא ווייסט נישט די טייטש פון כח "היחיד"..

אוי ווי גערעכט! ע"ז נאמר You can lead the horse to the water, but you can't make him drink. ווי די חברה קענען אזוי פארדרייען א זאך!

כח היחיד מיינט אז מ'טוישט זיך, נישט בעלזא, נישט באבוב, נישט סאטמאר, און נישט חאלעב. נאר זיך. קאפיש?!
זונטאג יאנואר 05, 2020 10:36 am#440985
כח היחיד!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:זעהט אויס אז בעלזא ווייסט נישט די טייטש פון כח "היחיד"..

אוי ווי גערעכט! ע"ז נאמר You can lead the horse to the water, but you can't make him drink. ווי די חברה קענען אזוי פארדרייען א זאך!

כח היחיד מיינט אז מ'טוישט זיך, נישט בעלזא, נישט באבוב, נישט סאטמאר, און נישט חאלעב. נאר זיך. קאפיש?!
אדער האבן זיי אנערקענט די עכטע סכנה פון @ליטוואק פון בודאפעסט׳ס ״טוטפעיסט טעאריע״, און זיי האבן באשלאסן צוריק צו פארמאכן דעם דעקל אזוי וועט דיין נביאות נישט ערפילט ווערן ועולם כגולמו נוהג.
זונטאג יאנואר 05, 2020 1:02 pm#440989
Re: כח היחיד!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:זעהט אויס אז בעלזא ווייסט נישט די טייטש פון כח "היחיד"..

אוי ווי גערעכט! ע"ז נאמר You can lead the horse to the water, but you can't make him drink. ווי די חברה קענען אזוי פארדרייען א זאך!

כח היחיד מיינט אז מ'טוישט זיך, נישט בעלזא, נישט באבוב, נישט סאטמאר, און נישט חאלעב. נאר זיך. קאפיש?!
עס איז דער פאראדאקס פון בעלזא במיטבה. מיר וועלן ערלויבן טויש אבער נאר אויף אונזערע טערמינען מיט מלכנו בראשנו . א ספין פראגראם פאר טעלעוויזיע איז מותר, שלש סעודות מעג זיין אויף ביג סקרינס אבער סמארטפאונס אן עזרינו און דיינע קינדער וועלן פליען. די רביצין קען סיי פירן טיש און סיי קומען צו פילם סקרינינגס אבער די פרויען טארן חלילה נישט דרייוון. יונגעלייט זאלן ווייניגער פאטשקן ביי שמחות נאר חלילה נישט א כוח יחיד. און דער רב וועט ווייטער פליען מיט פריוואטע ד'זעטס...

Sent from my SM-G973F using Tapatalk