Under maintenance
הויפט זייט » הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13541
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:13 pm#441719
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
תודה רבה , נישט געכאפט. יחי ההבדל הקטן.
איך בין שוין כמעט ארויס געקומען מיט א קול קורא פאשקעוויל אויף ליטוואק....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:34 pm#441721
גראף האט געשריבן:תודה רבה , נישט געכאפט. יחי ההבדל הקטן.
איך בין שוין כמעט ארויס געקומען מיט א קול קורא פאשקעוויל אויף ליטוואק....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אינעם קומענדיגן דור, ווען די רבני ישראל וועלן זיין פארבינדן דורך אינטערנעט פארומס, וועלן טאקע האפנטליך פארמיטן ווערן איבריגע קול קורא'ס...
פרייטאג יאנואר 17, 2020 3:10 pm#441727
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
וואלווי האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)


מה פתאום?

אז מען איז דן אויף דם אדער א שטיק בשר מה דינו איז דאס בעיקר א שאלה פון איסור והיתר פאר די שואל גופא וואס איז דער והועד בבעליו אליינס, ווייל דער שואל טראגט עס נישט צו א צווייטער לכתחילה, נאר אפשר אלס גורם. משא"כ ווען דער שואל איז דן לכתחילה וועגען יענעם איז דאס געהעריגע חושן משפט שאלה אויף א "צווייטער" פון די ערשטע רגע, א געהעריגע שמוע בין אחיכם.

ועיין עוד בתשובה המפורסמת בשו"ת דברי חיים בענין המלמד שטען שדברי האוה"ח הק' לא נכתבו ברוה"ק, ווי ער איז דן אין די יסודות פון רוה"ק וכדו', אבער איז מסיים אז די רוה"ק נידון האט גארנישט מיט די חו"מ חלק, וואס אויף די חו"מ חלק דארף מען באזונדער דן זיין דארט אין שטאט ביי זייער אייגענע מרא דאתרא, (לענ"ד, איז דאס די גרעסערע אויפטו פונ'ם תשובה...).

זאת ועוד, ווען די רבנים בעצמן זענען נישט אויסגעהאלטן מיט'ן זייער פסק קעגן א מענטש, ספעציעל ווען מ'איז עם מפסיד געלט לכתחילה, למשל בכי האי גוונא וואס זיי האבן בפירוש געוואלט אוועק נעמען זיין פרנסה פון די שיעורים, נאך דערצו אן קיין שום אחריות אדער due diligence, זענען זיי "מחויב על פי דין" צו צירוק צאלען פאר הרה"ג ר' שמואל, עד פרוטה האחרונה.

גיי לערן מיט גנבים ברטנורא...

צו זיי קענען אפטייטשן א ברטנורא וויס איך נישט אבער דעם דברי חיים׳ס תשובה האבן זיי זיכער בעסער אפגעטייטשט. דא האט איר צוויי צוטאטן (מיט פרייע איבערזעצונג ‘שטייצעך):

״דער מלמד וואס האט טענה׳ט אז דער אוה״ח האט נישט געהאט רוה״ק איז אן אפיקורס ווייל ער גלייבט נישט אין די גדולי הדור.. וכפר בעיקר רוח הקודש...

...און דו האסט גוט געטוהן מיט׳ן נישט שיקן דיינע קינדער צו עם וישר כוחכם בזה!

אבער לגבי זיין שכר מלמדות קען איך נישט פסק׳נען אן דער בעל דין בלא ראות מעשה הנהגתו, כי אולי משגה בזה, און לגבי דעם קענט איר זיך פארלאזן אופ׳ן ארטיגע מרה הוראה״ עכת״ד.

דאס אז ער איז אן אפיקורס אויב ער האט דעס געזאגט האט דער ד״ח קלאר גע׳פסק׳נט ער האט אפי׳ געהייסן נישט שיקן צו עם... ס״ה אויף זיין וועידש וואס ס׳קומט אים האט ער נישט גע׳פסק׳נט שלא בפניו.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:49 pm#441731
טראכטכמוני: ווייל ס'איז טאקע 2 באזונדערע עניינים. איינס. יא שיקן אדער נישט שיקן קינדער צו יענעם מלמד איז מער א געפיהל זאך. וואס האט צו טון מיט יראת שמים אדער גאר רוה"ק. אבער באצאלן זיין שכירות מוז מען זיכער. ווילאנג א בית דין אדער דער מרא דאתרא האט איהם נישט מעביר געווען. און מ'האט איהם געווארנט אז ער זאלל מער נישט אריינגיין אין די קלאס...!
פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:08 pm#441732
גראף האט געשריבן:תודה רבה , נישט געכאפט. יחי ההבדל הקטן.
איך בין שוין כמעט ארויס געקומען מיט א קול קורא פאשקעוויל אויף ליטוואק....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

טאמער דו וויילסט, קען איך מנסח זיין א פאשקעוויל פאר דיר, פארשטייט זיך פאר געלט.
זונטאג יאנואר 19, 2020 3:31 pm#441775
איך האב יעצט געהערט אביסל פון די מעשה מיט הרב קענטאר.

הרב קענטאר איז א בן שמונים וחמש, און ער איז אריין יענעם טאג קיין מאנהאטען אויף א דאקטאר'ס וויזיט. ווען ער איז אהיים געקומען האט אן עסקן פון סקווער זיך געוואלט טרעפן מיט אים וועגן די וויכטיגע נושא, און זיין זון וואס האט אויפגעהויבען די טלפון געזאגט פאר'ן עסקן אז ער איז יעצט נישט געזונט, קום אן אנדערן צייט. ווען יענער האבען דאס געהערט האבען זיי גלייך פארשטאנען אז יעצט דארפען זיי ערשט קומען, און זיי זענען טאקע געקומען.

זיי האבען געזאגט פאר הרב קענטאר אז הרב דוד פיינשטיין שליט"א וויל נאר אונטערחתמ'ן מיט די מאנסי רבנים, און ממילא זאל ער חתמנ'ן. זייענדיג שוואך פון די נסיעה און די פרעשור וואס מ'האט געלייגט, האט ער אונטער געגעבן.

(עס זעט אויס אז דאס איז געשען. ווארשיינדליך האבען די דזשוליקעס לבית סאטמאר-זאלי געמיינט אז פון די פראנקרייך מערכה האבען זיי הרב דוד אויף זייער זייט, און זיי זענען ערשט געגאנגען צו איהם מיט זייער בייזוויליגע פלענער. זייענדיג א גברא דמרא סייעיה, איז ער פון זיי פטור געווארען מיט א זאג 'די זאכען זענען מאנסי'ס זאכען, עס איז פאר די לאקאלע רבנים'. און די שקרנים האבען דאס אבערגעטייטשט אז ר' דוד גייט חתמנ'ן. דערנאך האבען זיי געשיקט יעדער 'עסקן' צו זיין ציל, דער מאנסי'ער האט באומען זיין סקווערע, דער סאטמארער און לעיקוואדער האבען באקומען זייער זאלי וכו').

ווען ער האט געזען די צעטל און הרב דוד פיינשטיין'ס חתימה איז זטארק קענטיג אין זיין העדר, האט ער פארשטאנען וואס איז דא געשען. מ'האט גע'ארבעט אויף א שוואכע איד. ער האט איינגעזען אז ער האט דא געטון א גרויסע עוולה, און צען יאר פריער וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטון, אפילו מיט ר' דוד'ס נאמען, און ער האט געקלינגען הרב ניימאן איהם איבערצובעטן. הרב ניימאן האט איהם מוחל געווען, אבער געבעטן די זאך בכתב. האט ער געגעבען די בריוו.

מ'האלט אין איין ווייטער מאכען פרעשור מיט טענות, היתכן ער שרייבט 'הרה"ג' אויף איהם? ממילא איז ער נישט מסכים צום אריגינעלע צעטיל, אבער וואס נעמט ער יענעמ'ס צד? און ער טענה'ט, 'וואס הייסט? איך האב איהם בא'עוולה'ט, איך מוז איהם מפייס זיין!'.

ער האט געזאגט פאר זיין זון אין לעיקוואד אז ער שלאפט נישט נעכט צוליעב דער זינד וואס האט איהם אזוי אריין געשלעפט. (דער זון פון הרב קענטאר זאגט מיר אויך אז ער זעט זיין טאטע איז פאר'עלטערט געווארען מיט צען יאר צוליעב דעם) איך האב געזאגט פאר דער זון אז זיין טאטע זאל זיך נישט זארגען, מהעז יצא מתוק. זיי האבען קיינמאל נישט געדארפט די חתימה פון הרב קענטאר, אבער די חזרה ווארפט א ליכט אויף די גאנצע זאך, און די גאנצע פאשקעוויל האט אזוי פארלוירען זיין ערך, דייקא צוליעב די חזרה פון הרב קענטאר.

צום שלוס, דא האט איהר א וועבסייט מיט רעקארדירונגן פון די שיעורים פון הרב קענטאר, וואס זיין משפחה לייגט ארויף.
זונטאג אפריל 12, 2020 4:44 pm#445693
כל הפורש מעבודה זרה מיד מיית.
זונטאג אפריל 12, 2020 11:42 pm#445726
המלוכה והממשלה האט געשריבן:כל הפורש מעבודה זרה מיד מיית.

זייער שארף