הויפט זייט » הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13541
מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:03 pm#441532
און רוב זענען פאר אזעלכע סיבות, זיי זענען נאר נישט מודה.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:56 pm#441537
איך גלייב פאר יעדעם רב האט מען געזאגט אַן אנדערע שקר. די חברה ווייסן יעדע רב זיין שוואכקייט וואס דאס גייט איהם מאכן אינטערשרייבן, און מען קימט גרייט מיט א ליגענט פאר יעדע רב באזונדער, חוץ פון די פאר רבנים וואס זיי ווייסן אז מען דארף נישט בכלל זאגן קיין ליגענט ווייל יעדע חתימה איז ביי זיי א מצוה ַ
מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:57 pm#441538
נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:03 pm#441540
שבת אחים האט געשריבן:נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?
ער איז ביזדערווייל די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען מיט זיין אייגענעם כתב נישט נאר א חתימה. און אויכעט אז ער האט געשריבן וואס איז געווען ביהיינד די סיענס פארוואס ער האט גע'חתמ'ט.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:09 pm#441541
כל הכבוד פאר אים פארן ארויסקומען, און עספעשעלי פארן שרייבן די סיבה פארוואס ער האט געחתמט.
(כבין סורפרייזד אז ער האט געחתמט אויף אזא אופן כקען אים אלטס אן ערליכע יוד אן אמתע עובד השם)
(כבין סורפרייזד אז ער האט געחתמט אויף אזא אופן כקען אים אלטס אן ערליכע יוד אן אמתע עובד השם)
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:13 pm#441542
ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:20 pm#441543
מדארף עס פארשפרייטען אין דער בלאט/איד
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:25 pm#441544
פארווע חסיד האט געשריבן:ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען
איך גלייב עס איז געווען אפאר, יעדע איינער פאר אן אנדערע סיבה. אבער די ערשטע מיין איך איז געווען דירענפעלד פון סקווירא.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:26 pm#441545
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:42 pm#441548
טראכטכמוני האט געשריבן:אויף דער אריגינעלער קו״ק איז נישטא זיין חתימה ווי קען מען זען די אופדעיטעד ווערסיע?
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:51 pm#441550
יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..
ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט
מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:55 pm#441551
הקטן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..
ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט
וואוינט ער דאך אויף אמת לעין, זאגט ער די גאנצע אמת. איי ער קומט ארויס אלץ שוטה? מוטב אהיה שוטה וכו'
מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:36 pm#441555
יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..
איך האלט נישט אז עס איז שיין צו אטאקירן אין אזא מצב, עס איז גענוג שווער צו ארויסלייגן אזא בריוו. עט ליסט לאז אים נוצן א לייטער אראפ.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:41 pm#441556
ממנו יראו וכן יעשו אלע נארמאלער רבנים אויפן צעטיל. הרב שור, הרב פישער, הרב היילפרין, הרב טאובער, און נאך געציילטע אנדערע. סאיז מרפסן איגרא די השחתה פון די מושלי בכיפה.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:13 pm#441557
כשם שאינו מקבל שכר על הדרישה כך אינו מקבל שכר על הפרישה.
דער אייבישטער זאגט ארדה נא ואראה און יעדער חדר אינגל ווייסט וואס רש"י זאגט אז מ'דארף אליין מברר זיין נאר די גדולים זיי פארלאזן זיך ווייל מ'האט אים געזאגט (איינמאל נישט מברר געווען) פון ר' דוד פיינשטיינ'ס "פסק" (נאך אמאל נישט מברר געווען און אויך גאר א מאדנע פסק) אז אלע רבנים וועלן חתמ'ענען (דריי מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד וועט אליין אויך חתמ'ענען (פיר מאל נישט מברר געווען) און איצט איז אים "נתברר" געווארן (לאמיר זאגן אז דאס איז יא א ריכטיגער בירור) אז מען האט געפרעגט ר' דוד פיינשטיין (פינף מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד האט געענטפערט (זעקס מאל נישט מברר געווען). און געס וואט ר' דוד האט געענטפערט, "שצריך לברר הדברים".
אלה גדולך ישראל.

מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:17 pm#441558
איך גיב אים אסאך קרעדיט פארן זיין אזוי אפן און אמתדיג.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:03 pm#441559
אשר נשיא יחטא (ויקרא ד' כ"ב), פי' רש"י וז"ל, לשון אשרי, אשרי הדור שהנשיא שלו נותן לב להביא כפרה על שגגתו, ק"ו שמתחרט על זדונותיו, ע"כ.
ושפ"י.
ושפ"י.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:43 pm#441562
עס קומט נישט יעצט פאר הרב קענטאר קיין קיתון של שופכין. ער האט געטון א העראאישע זאך אין זיין וועלטל, ותבוא עליו ברכה. באזונדער קומט אים קרעדיט פאר'ן ארויסשרייבן גענוי וויאזוי א קול-קורא-חותם טראכט, וואס על הכלל כולו יצא. יעצט ווייסן מיר אז נישט נאר שרייבט א חותם אונטער מיאוס'ע לשונות קעגן א רב ות"ח מיט זיין נאמען ארויסגעשריבן אן מאכן א בירור דברים, נאר מ'שרייבט אונטער בלויז ווייל א צווייטער רב האט אונטערגעשריבן -- און אפילו דאס איז מען נישט מברר.
מיר דארפן טראכטן פון זיין בריוו אינערהאלב די רשעות- און קארופציע-וועלטל פון די 30 רבנים. די אלע טענות אויף הרב קענטאר זענען גילטיג -- פונקט ווי זיי זענען גילטיג אויף די אנדערע 29 רבנים -- אבער לאמיר נישט אויסנוצן דעם פאקט אז ער האט כאטש טיילווייז תשובה געטון, זיך דווקא צו נעמען צו זיינע ביינער. הרב קענטאר האט גענומען די קוראזש ארויסצוקומען ברבים און בעטן מחילה פון הרב ניימאן. מיר דארפן דאס אויסלויבן און רעספעקטירן.

מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:16 pm#441564
ראובן האט געשריבן:יעצט ווייסן מיר אז נישט נאר שרייבט א חותם אונטער מיאוס'ע לשונות קעגן א רב ות"ח מיט זיין נאמען ארויסגעשריבן אן מאכן א בירור דברים, נאר מ'שרייבט אונטער בלויז ווייל א צווייטער רב האט אונטערגעשריבן -- און אפילו דאס איז מען נישט מברר.
איך מיין אז פארדעם אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סומאטוכע מיט די קול קורא און קאנטער קול קורא, פאר די פאר תמימים (ואני הק' בתוכם) וואס פון צייט צו צייט כאפט זיך זיי אריין א ספק אין הארץ אז אפשר דאך ווייסן די רע-בנים וואס זיי רעדן.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:37 pm#441566
איז דא נאך א רב וואס זאגט קלאר אז ער ציט צוריק פונעם אונטערשריפט?
מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:53 pm#441570
דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן
ג י ו ו א ל ד ! ! !
בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...

מיטוואך יאנואר 15, 2020 10:57 pm#441584
שבת אחים האט געשריבן:דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן
ג י ו ו א ל ד ! ! !
בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...
האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:39 am#441595
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן
ג י ו ו א ל ד ! ! !
בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...
האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב
תנא ושייר. מאי שייר? גייט נישט מיט קיין שמאלע געפאסטע קליידער
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:41 am#441596
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:09 am#441599
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:28 am#441600
קורקלענד האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?
ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 5:50 am#441606
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
דאכט זיך מיר הרב קענטאר שרייבט אנדערש.. So דו ווייסט בעסער ווי די רבנים החותמים אליין..
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:20 am#441608
איש את רעהו האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?
ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא
נו, די בית המקדש שטייט טאקע נישט, ווייסט פארוואס? צוליב אזעלכע רבנים ווי די דרייסיג. שטעל זיך פאר זיי נעמען זיך הרג'נען מענטשן ווייל יצחק שטערען האט אליין געזאגט אז ר' דוד פיינשטיין האט געזאגט וכו'. נאך איין מזל די רבנים האבן גארנישט חוץ אביסל כח מסכים צו זיין צו יצחק שטערן, און נאך איין מזל דער עולם לאכט פין זיי אין די פויסטען.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:25 am#441616
פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:34 am#441617
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:59 am#441619
פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 11:25 am#441620
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
וריקארדינג כמאה עדות דמיא! כמבואר בש"ס ופוסקיםקורקלענד האט געשריבן:פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:11 pm#441631
ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:18 pm#441633
אן ערנסטע ליטפאק, כהאב אים אסאך מאל געזען דאווענען ער לייגט אריין א גרויסע עבודה בפרט אין קרי"ש..
קוקט אויס ווי א ערליכע יוד ירא שמים, ער איז א שמייכלדיגע וואוילע וכו'
קוקט אויס ווי א ערליכע יוד ירא שמים, ער איז א שמייכלדיגע וואוילע וכו'
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:29 pm#441634
ריכטיג האט געשריבן:פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.
וואס הערט מען דארט?
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:36 pm#441635
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:50 pm#441640
לעיקוואד האט געשריבן:ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?
זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:00 pm#441642
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דיו!ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?
זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.
וואס א נפק"מ פון וועלכע משפחה ער קומט? אויב האט ער אינטערגשריבן און צוריקגעצויגן ווייל ס'צוגעגאנגן מיט שקר און איז ארויס געקומען אין די עפענטליכקייט, נישט נאר געזאגט פאר זיינע ארומיגע, קומט עם קרעדיט
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:10 pm#441646
איך קום נישט רעדן קעגן אים. איך זאג נאר זיין פערזאנאליטעט. עס איז נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. עס איז.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:56 pm#441678
הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
איז דא א וואצעפ גרופ פון רב קענטערס תורה? עצה טובה נוץ יעצט אויס די אפפערטוניטי צו באקומען נאך אפאר טויזענט פאללאוערס!
פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:03 am#441697
ריכטיג האט געשריבן:פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.
רב ניימאן האט שוין מסביר געווען, אז א ריקארדינג וואס איז געשניטן פון פארדעם און פון נאכדעם, קען מען הערן אינגאנצן א אנדערע מעשה, וכ״ש גביית עדות שלא בפניו, וואס די אידן האבן געהערט א ריקארדינג, אדער סתם ליגנט, אבער ער קען זיי נישט אפּ-פרעגן.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 8:15 am#441700
טראכטכמוני האט געשריבן:פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)
מה פתאום?
אז מען איז דן אויף דם אדער א שטיק בשר מה דינו איז דאס בעיקר א שאלה פון איסור והיתר פאר די שואל גופא וואס איז דער והועד בבעליו אליינס, ווייל דער שואל טראגט עס נישט צו א צווייטער לכתחילה, נאר אפשר אלס גורם. משא"כ ווען דער שואל איז דן לכתחילה וועגען יענעם איז דאס געהעריגע חושן משפט שאלה אויף א "צווייטער" פון די ערשטע רגע, א געהעריגע שמוע בין אחיכם.
ועיין עוד בתשובה המפורסמת בשו"ת דברי חיים בענין המלמד שטען שדברי האוה"ח הק' לא נכתבו ברוה"ק, ווי ער איז דן אין די יסודות פון רוה"ק וכדו', אבער איז מסיים אז די רוה"ק נידון האט גארנישט מיט די חו"מ חלק, וואס אויף די חו"מ חלק דארף מען באזונדער דן זיין דארט אין שטאט ביי זייער אייגענע מרא דאתרא, (לענ"ד, איז דאס די גרעסערע אויפטו פונ'ם תשובה...).
זאת ועוד, ווען די רבנים בעצמן זענען נישט אויסגעהאלטן מיט'ן זייער פסק קעגן א מענטש, ספעציעל ווען מ'איז עם מפסיד געלט לכתחילה, למשל בכי האי גוונא וואס זיי האבן בפירוש געוואלט אוועק נעמען זיין פרנסה פון די שיעורים, נאך דערצו אן קיין שום אחריות אדער due diligence, זענען זיי "מחויב על פי דין" צו צירוק צאלען פאר הרה"ג ר' שמואל, עד פרוטה האחרונה.
גיי לערן מיט גנבים ברטנורא...
פרייטאג יאנואר 17, 2020 8:48 am#441703
לייג אוועק אלע ספרים און א זייט.ַדער רב קענטער שרייבט דאך קלאר די ליגענטס וואס מ'נוצט און די קול קורא וועלט. גייט מען און מ'איז גובע עדות שלא בפניו? ס'איז פשוט נישט פראקטיש אויך נישט.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 9:03 am#441705
נו, אוודאי נוצט מען ליגענט, מען קומט צו רב קענטאר מען זאגט איין קליינע גרינגע ליגענט, אז ר' דוד וכו', טאמער וואלט ער נאך אלץ נישט מסכים געוועהן וואלטען זיי ממשיך געווען מיט אנדערע ליגענט ווי מיט אויסצוגן פין האלבע רעקארדינג ווי רב ניימאן זאגט, עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת הגוף וכו'. שניידט מען אויס ווי ער זאגט עס איז דא מענטשן וואס מיינען, און שוין, מען האט א רעקארדינג ווי ער זאגט אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת. אדער גביית עדות פין א פרוי וואס האט מעיד געוועהן אין בית דין ווען זי האט געוואלט באשמוצן איר מאן, אז רב ניימאן איז שולדיג אין אלעס וכו'. קיין סחורה פעלט נישט. אבער רב קענטאר האט גלייך מסכים געווען, האט נישט אויסגעפעלט צו גיין צו סעיף ב'.
פין דעם רעדט מען דא.
פין דעם רעדט מען דא.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:10 am#441708
חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.
פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:56 am#441712
Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן
?ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.
איז ווען איז נגיעה אסור?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:06 pm#441718
גראף האט געשריבן:?ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.
איז ווען איז נגיעה אסור?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ליטוואק רעדט פון א טהור'ע פרוי וואס יעצט דארף זי חושש זיין צו א וסת