דף יומי
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
275 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 323 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13549
מאנטאג יאנואר 20, 2020 10:40 pm#441838
אינטערעסאנט צו באמערקן אז די דריי פון פיר אויסווארפן דערמאנט אינעם היינטיגן דף, אחיתופל, דואג, און גיחזי, זענען די זעלבע הדיוטות ווי אין חלק, אויף וועמען די משנה זאגט אויף זיי אין להם חלק לעולם הבא. דער פערטער דארט איז בלעם, און דא ישו. דאס שטעלט פאר א סיבה צו טראכטן אז די ליסטע אין חלק איז צענזורירט. צענזור מיינט נישט דייקא שלטו בו ידי זרים, נאר אז חזל האבן גערעדט בדרך רמז נישט אויפצווועקן דעם בער. מ'שרייט אויף די טאכטער אבער מיינען מיינט מען די שנור. דאס זעלבע ווען חזל בארעדן עשיו'ן ווייסט מען שוין וועמען מען מיינט.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 10:50 pm#441839
מרגלא בפימיהו דרבנן דיבנה, אני בריה וחברי בריה.
רש"י טייטש עס ווי די רבנן זאלן זאגן, פונקט ווי אונז קענען מיר לערנען, וואלטן די בעלי מלאכה אויך ווען געקענט. איי זיי האבן נישט די השגות, זיי האבן נישט דיי צייט. נו, ס'קיין תירוץ נישט. אחר המרבה ואחד הממעיט. קומט אויס די רבנן קוקן אראפ אויפן המון עם.
אבער מ'קען אפלערנען פארקערט. די רבנן זאגן, אונז טוען פשוט אונזער פאך און זיי טוען דאס זייערע. די באלעבטים ווייסן זייער ארט, און פארשטיין זיי קענען נישט בעסער לערנען פון אונז. און אונז רבנים פארשטייען אז מיר האבן נישט וואס אריינצורעדן אין ביזנעס אנגעלעגנהייטן. יעדער האט זיך זיין תפקיד אויף דער וועלט, און קיינער איז נישט מער חשוב ווי דער צווייטער. איי מיר לערנען דאך מער. נו, אחד המרבה ואחד הממעיט, אלעס איז פונקט אזוי חשוב ביים אייבירשטען, ובלבד שיכוון לבו לשמיים

מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:27 pm#441842
דף יומי
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט אז פונקט אין די היינטיגע דף, ביום שחוגגים לכבודו ולזכרו של MLK, טרעפן מיר אן ענין פון אויסקומען און זיין בשלום ונחת מיט יעדן מענטש, אפילו ער איז פון אן אנדערן ראסע/קריד וכו׳.
מרגלא בפומיה דאביי לעולם יהא אדם ערום ביראה (משלי טו א) מענה רך משיב חמה ומרבה שלום עם אחיו ועם קרוביו ועם כל אדם ואפילו עם נכרי בשוק כדי שיהא אהוב למעלה ונחמד למטה ויהא מקובל על הבריות אמרו עליו על רבן יוחנן בן זכאי שלא הקדימו אדם שלום מעולם ואפילו נכרי בשוק
(ברכות יז.)

דינסטאג יאנואר 21, 2020 5:28 am#441856
דסקיא di-sac א דאפעלטע זאק. ביי די צוויי זייטן פונעם בהמה הענגט עס אראפ און באהאפטן אינדערמיט.
וואס איז דאס אנשי לותיר וואס תוספות דערמאנט. וואו איז דאס?

דינסטאג יאנואר 21, 2020 5:33 am#441857
ר"ת זאגט, אז אמאל פלעגט מען צו אנטון מתים כשרע ציצית, אבער היינט פסל'ט מען די ציצית. פארוואס? ווייל אמאל איז מען תמיד געגאננגען ציצית, הייסט עס לועג לרש טאמער מ'גייט נישט אין ציצית. היינט אבער אז מ'גייט נישט א גאנצן טאג ציצית (מסתמא נאר א טלית צום דאווענען) איז גאר לועג לרש אז מ'טוט דעם מת יא אן ציצית.
איז קודם, וואס איז די סברה? ווייל מ'גייט נישט תמיד ציצית הייסט לועג לרש אז יעצט גייט דער מת יא?
שנית, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז בימיהם איז מען נישט געגאנגען אין ציצית אנגאנצען טאג.

דינסטאג יאנואר 21, 2020 5:44 am#441858
גרסאות דף היומי שרייבט א שיינע זאך:
דתנא ספרא דבי רב ביומא דסיתווא. בניהו האט דורכגעלערנט גאנץ ספרא אין א ווינטער טאג. וואס איז די חידוש פון א ווינטער טאג? נאר די טאג איז קורץ און די נאכט לאנג. און וואס איז אז די טאג איז קורץ? ביינאכט קען מען נישט לערנען? נאר מ'ברויך די ליכט פונעם טאג אויף צו מעיין זיין אין א ספר. קומט אויס אז ספרא איז שוין געווען אפגעשריבן אין א ספר פיל פריער ווי רב'ס צייטן, און דערפאר הייסט עס טאקע "ספרא". (דבי רב: קען זיין ס'גייט פארשידענע גרסאות, און דאס איז פון רב'ס ביהמ"ד).

דינסטאג יאנואר 21, 2020 10:13 am#441860
בר בי רב האט געשריבן:מרגלא בפימיהו דרבנן דיבנה, אני בריה וחברי בריה.
רש"י טייטש עס ווי די רבנן זאלן זאגן, פונקט ווי אונז קענען מיר לערנען, וואלטן די בעלי מלאכה אויך ווען געקענט. איי זיי האבן נישט די השגות, זיי האבן נישט דיי צייט. נו, ס'קיין תירוץ נישט. אחר המרבה ואחד הממעיט. קומט אויס די רבנן קוקן אראפ אויפן המון עם.
אבער מ'קען אפלערנען פארקערט. די רבנן זאגן, אונז טוען פשוט אונזער פאך און זיי טוען דאס זייערע. די באלעבטים ווייסן זייער ארט, און פארשטיין זיי קענען נישט בעסער לערנען פון אונז. און אונז רבנים פארשטייען אז מיר האבן נישט וואס אריינצורעדן אין ביזנעס אנגעלעגנהייטן. יעדער האט זיך זיין תפקיד אויף דער וועלט, און קיינער איז נישט מער חשוב ווי דער צווייטער. איי מיר לערנען דאך מער. נו, אחד המרבה ואחד הממעיט, אלעס איז פונקט אזוי חשוב ביים אייבירשטען, ובלבד שיכוון לבו לשמיים
עי' במהרש"א באגדות, וביתר שאת ועז בבניהו ב"י להרב בן איש חי.
כה לחי בפתיחת האשכול, ושמך נאה לך בר בי רב (דחד דפא...)
מיטוואך יאנואר 22, 2020 12:50 pm#441890
אם ראית ת"ח שעבר עבירה אל תהרהר אחריו שמא עשה תשובה. והני מילי דברים שבגופו אבל במומנא עד דמהדר למריה.
חסידים ווייסן אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קושיות. מ'קען זיך לערנען פון די גמרא דא הני מילי בדברים שבגופו. א רבי דאווענט שפעט, פירט זיך מאדנע מנהגים, אא"וו. אבער ווען א רבי בא'עוול'ט אדער איז מצער מענטשן גייט נישט אן אל תהרהר אחריו.

מיטוואך יאנואר 22, 2020 1:02 pm#441891
אלמלא תודוס אתה גוזרני עליך נידוי.
וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיט תודוס אז נידוי גיבט זיך נישט? צו ער איז ער געווען גרעסער פון רבי אליעזר הגדול? חוני המעגל שטייט דער טעם. למעשה זעט מען אז פון הימל גיבט מען דיר נאך, אז משמע מ'איז מרוצה פון די סארט התנהגות אפילו בדרך כלל הייסט דאס חוצפה.
ס'קען זיין אז תודוס איז געווען וויכטיג אין רוים פאר שתדלנות, און מ'האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו פארטשעפען מיט אים.
אין די צייטן פון שמעון בן שטח, דאס הייסט בימי אלכסנדר ינאי, אז ארץ ישראל נאך נישט געווען בחסות רומי. דאס איז געקומען אביסעלע שפעטער בימי הורקנוס בן ינאי. אבער רוים איז שוין געווען גאר מאכטפול. מדינת יהודה האט געהאט די סטאטוס פון "פריינט פון רוימישע רעפובליק".
ס'קען אויך געמאלט זיין אז שמעון בן שטח איז אגב גררא פון חונח המעגל, און באמת איז עס געווען אן אנדערע מנהיג ישראל.

מיטוואך יאנואר 22, 2020 1:11 pm#441893
רב בר שבא איז געווען אביסל אן אינטערעסאנטע אמורא. דריי מאל ווערט ער דערמאנט.
רבינא האט אים נישט געהאלטן גענוג חשוב צו שואל בשלומו זיין אינמיטן קר"ש.
ער זאגט עפעס אין דער עולם מאכט אוועק.
רב נחמן האט באפוילן אים צו דערלאנגן לעבער צום עסן טראץ זיינע חומרות.

מיטוואך יאנואר 22, 2020 1:27 pm#441895
הערשי האט געשריבן:אלמלא תודוס אתה גוזרני עליך נידוי.
וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיט תודוס אז נידוי גיבט זיך נישט? צו ער איז ער געווען גרעסער פון רבי אליעזר הגדול? חוני המעגל שטייט דער טעם. למעשה זעט מען אז פון הימל גיבט מען דיר נאך, אז משמע מ'איז מרוצה פון די סארט התנהגות אפילו בדרך כלל הייסט דאס חוצפה.
ס'קען זיין אז תודוס איז געווען וויכטיג אין רוים פאר שתדלנות, און מ'האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו פארטשעפען מיט אים.
אין די צייטן פון שמעון בן שטח, דאס הייסט בימי אלכסנדר ינאי, אז ארץ ישראל נאך נישט געווען בחסות רומי. דאס איז געקומען אביסעלע שפעטער בימי הורקנוס בן ינאי. אבער רוים איז שוין געווען גאר מאכטפול. מדינת יהודה האט געהאט די סטאטוס פון "פריינט פון רוימישע רעפובליק".
ס'קען אויך געמאלט זיין אז שמעון בן שטח איז אגב גררא פון חונח המעגל, און באמת איז עס געווען אן אנדערע מנהיג ישראל.
אין זרע שמשון אין פרשת בא שרייבט ער אז איינער וואס גייט קעגן א תקנת חכמים, באקומט נידוי. איי, פארוואס איז תודוס איש רומי געווען אנדערש? וכי משוא פנים יש בדבר? נאר ווען איינער איז מזלזל אין תקנת חז"ל ווייל ער ווייסט נישט, קומט איהם נישט קיין נידוי. נאר דער וואס קען די תקנה און פייפט עס אן. וויבאלד תודוס איש רומי איז געווען א מוקיר רבנן, הא ראיה אז ער איז געווען א מטיל מלאי תוך כיסם של תלמידי חכמים, ממילא ווייסט מען אז פון זלזול קומט עס נישט, נאר פון אומוויסענד, און ממילא קומט איהם נישט קיין נידוי.
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:39 am#441920
בר בי רב האט געשריבן:אם ראית ת"ח שעבר עבירה אל תהרהר אחריו שמא עשה תשובה. והני מילי דברים שבגופו אבל במומנא עד דמהדר למריה.
חסידים ווייסן אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קושיות. מ'קען זיך לערנען פון די גמרא דא הני מילי בדברים שבגופו. א רבי דאווענט שפעט, פירט זיך מאדנע מנהגים, אא"וו. אבער ווען א רבי בא'עוול'ט אדער איז מצער מענטשן גייט נישט אן אל תהרהר אחריו.
איך זעה דא עפעס אנדערש, אז די זעהסט א ת״ח טוט אן עבירה (סו״ז תפלה וכו׳) הייב נישט אהן מאכן תורות אז ער פליט אין הימל וכו,
נאר אן עבירה איז עס ושמא הרהר תשובה
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:51 am#441921
הערשי האט געשריבן:אלמלא תודוס אתה גוזרני עליך נידוי.
וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיט תודוס אז נידוי גיבט זיך נישט? צו ער איז ער געווען גרעסער פון רבי אליעזר הגדול? חוני המעגל שטייט דער טעם. למעשה זעט מען אז פון הימל גיבט מען דיר נאך, אז משמע מ'איז מרוצה פון די סארט התנהגות אפילו בדרך כלל הייסט דאס חוצפה.
ס'קען זיין אז תודוס איז געווען וויכטיג אין רוים פאר שתדלנות, און מ'האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו פארטשעפען מיט אים.
אין די צייטן פון שמעון בן שטח, דאס הייסט בימי אלכסנדר ינאי, אז ארץ ישראל נאך נישט געווען בחסות רומי. דאס איז געקומען אביסעלע שפעטער בימי הורקנוס בן ינאי. אבער רוים איז שוין געווען גאר מאכטפול. מדינת יהודה האט געהאט די סטאטוס פון "פריינט פון רוימישע רעפובליק".
ס'קען אויך געמאלט זיין אז שמעון בן שטח איז אגב גררא פון חונח המעגל, און באמת איז עס געווען אן אנדערע מנהיג ישראל.
פסחים נ''ג ע''ב
איבעיא להו תודוס איש רומי גברא רבה הוה או בעל אגרופין הוה ת"ש עוד זו דרש תודוס איש רומי מה ראו חנניה מישאל ועזריה שמסרו [עצמן] על קדושת השם לכבשן האש נשאו קל וחומר בעצמן מצפרדעים ומה צפרדעים שאין מצווין על קדושת השם כתיב בהו (שמות ז כח) °ובאו [ועלו] בביתך [וגו'] ובתנוריך ובמשארותיך אימתי משארות מצויות אצל תנור הוי אומר בשעה שהתנור חם אנו שמצווין על קדושת השם על אחת כמה וכמה רבי יוסי בר אבין אמר מטיל מלאי לכיס של תלמידי חכמים היה דאמר ר' יוחנן כל המטיל מלאי לכיס תלמידי חכמים זוכה ויושב בישיבה של מעלה שנא' (קהלת ז יב) °כי בצל החכמה בצל הכסף:
רש''י
גברא רבה הוה. ומפני כבודו לא גזרו עליו נדוי: או בעל אגרופין. ומפני היראה:
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:32 pm#441981
וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.

דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:32 pm#441982
א"ל רבינא לרבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן. פריערט פרעגט די גמרא פשיטא נשים זאלן זיין מחוייב מן התורה, פלוצלינג איז דאס אן איבעא. רש"י און תוס גיבן טעמים לספיקא, ווייל נשים זענען נישט בכלל בריתך אדער נישט בכלל ארץ הטובה אשר נתן לך, פארוואס האט די גמרא נישט דערמאנט די סברות
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:33 pm#441983
וכי לא אשא פנים לישראל שכתבתי להם בתורה ושבעת והם מדקדקים עד כזית וכביצה.
וואס איז די שייכות? מ'קען דאך זאגן ביי יעדע חיוב מדרבנן אז כתבתי בתורתי מ'איז פטור והם מדקדקים?

דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:45 pm#441985
עס איז דא צענדליגע פשטלעך אויף דער גמרא.
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן, אז ווען עס איז אוכל קימעא ומתברך במעיו און מען ווערט זאט מיט ווייניגער פין א כזית, און מען שטופט זיך צו עסן מער.

דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:50 pm#441986
Re: דף יומי
עיין בגליון הש"ס.בר בי רב האט געשריבן:א"ל רבינא לרבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן. פריערט פרעגט די גמרא פשיטא נשים זאלן זיין מחוייב מן התורה, פלוצלינג איז דאס אן איבעא. רש"י און תוס גיבן טעמים לספיקא, ווייל נשים זענען נישט בכלל בריתך אדער נישט בכלל ארץ הטובה אשר נתן לך, פארוואס האט די גמרא נישט דערמאנט די סברות
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:02 pm#441987
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא צענדליגע פשטלעך אויף דער גמרא.
וועל איך זאגן איינס.
פארוואס זאל א מענטש נישט עסן כדי שביעה? פשוט, ווייל ער האט נישט. מ'רעדט פון א הונגעריגן ארימאן. און דאך שפירט ער א הכרת הטוב און בענטשט כאילו ער האט געגעסן צו די זעט. דאס איז די היפוך פון תחת אשר לא עבדת בשמחה ומרוב כל. ביי די תוכחה שטייט גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן. קומט זיך דאך דא די היפוך.
פרייטאג יאנואר 24, 2020 2:59 am#442014
ברכות דף כ. פארציילט די גמ' אז רב פפא האט געפרעגט צו אביי מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא, פארוואס פאר די פריערדיגע זיינען געשעהן ניסים און פאר אונז נישט? אויב וועגן לערנען? קען דאך נישט זיין! והא ראי' אין די צייטן פון רב יהודה ווען מ'האט געלערנט ווייניג דהיינו נאר סדר נזיקין און מיר לערנען גאנץ ש"ס, ועוד ווען רב יהודה איז אנגעקומען צו א געוויסע שטעלע אין עוקצין האט רב יהודה געזאגט הוויות דרב ושמואל קא חזינא הכא איז רש"י מסביר: ס'איז גאר שווער פאר מיר די טעם פון די משניות וכו' און מיר לערנען 13 פירושים אויף די משנה? (אגב די 2 זאכען איז צו ווייזען כמות און איכות, די ערשטע ווייזט אונז קענען מער כמות ווי די פריערדיגע, די צווייטע ראי' איז אז מיר קענען מער איכות) זעט מען דאך אז נישט דאס קענען לערנען שאפט מער נסים, אזוי פרעגט רב פפא צו אביי.
לכאו' איז די גמ' א פלא וואס האט רב פפא געמיינט? ווייל ער קען בעסער לערנען פון רב יהודה דארף געשעהן מער נסים? וואס האט נסים מיט קענטעניס פון מער מסכתות אדער טיעפער פארשטיין לערנען, ווען ער וואלט ווען כאטשיג געטעהנ'ט מ'פלאגט זיך מער ווי אמאל, החרשתי! אבער פשוט ווייל ער איז מער געלונגען ווי רב יהודה, און ער האט בעסערע כשרונות, והא ראי' ער האט אנגעיאגט מער מס' און בעסער פארשטאנען וואלט ער געדארפט באווייזען מער מופתים?
נאר אפשר קען מען זאגן רב פפא האט געפרעגט אזוי היות אז אזוי ווי די וועלט עוואולירט און ווערט בעסער, והא ראי' מ'קען מער, וואלט און א מיסטישען זין אויך געדארפט בעסער ווערען, ווייל אזוי ווי עס ערד זיך אזוי הימעלט זיך, דהיינו אז ס'איז דא א גאולת מצרים אז דאך פשט אז אין די עולמות עליונים [רוחניות'דיגע שטאנדפונקט] טוט זיך אויך עפעס אפ א גאולה, וואס מ'זעט דא איז א רעפלעקט און א אפשפיגעלונג פון די טיעפערע ספערן, אויב אזוי האט רב פפא געטענה'ט אז מ'פארשטייט מער וואלט מען אויך געדארפט האבן מער נסים.

פרייטאג יאנואר 24, 2020 9:45 am#442020
קומט רב יהודה אמר שמואל און מאכט א פאראדיים שיפט.
נישט ווי געזאגט ביז אהער אז ק"ש איז דאורייתא. הייבט זיך נישט אן. סך הכל איז איזכור י"מ א דאורייתא. איז געווענטליך ווען מ'דאווענט ווי א איד זאגט מען פרשת ציצית, און מיט דעם איז מען יצא י"מ, און אמת ויציב איז דרבנן. טאמער איינער געדענקט אבער אז אמת ויציב האט ודאי געזאגט, ק"ש ווייסט ער נישט, האט ער מדאורייתא שוין יוצא געווען י"מ מיט אמת ויציב ודאי, און דאס שמע ישראל איז דרבנן.
דאס הייסט אלע לימודים פון בשכבך ובלכתך פרט לעוסק במצוה ופרט לחתן, בהטייה אדער שטיין און גיין, איז אלעס נאר אסמכתות.

פרייטאג יאנואר 24, 2020 1:18 pm#442031
פארוואס זאל מען אין משנה תורה ענדערש דרשנן סמוכין ווי אין די אנדערע ספרים?
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?

פרייטאג יאנואר 24, 2020 1:20 pm#442032
תוספות זאגט אז לויטן מנהג ארץ ישראל האט מען חוה"מ און ר"ח געדאווענט ניינצן ברכות ביי מוסף. אתה חונן און אתה בחרתנו.
פרייטאג יאנואר 24, 2020 1:23 pm#442033
כל המלמד בנו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו קבלה מהר חורב.
ס'איז א המשך המסורה. ס'הייבט זיך נישט ביי דיר און ס'ענדיגט זיך נישט ביי דיין זון. ס'גייט צוריק ביז חורב.

פרייטאג יאנואר 24, 2020 1:40 pm#442035
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
די ערוך שרייבט דאך קלאר אז אין דרך בנות ישראל להתכסות בה. די מהרש"ל ברענגט אויך די ערוך, און שרייבט אז לפי רש"י איז די פריצות ארויסצוגיין אין גאס מיט א בגד חשוב אן גיין מיט א כסוי סרבל אויף דעם.
פרייטאג יאנואר 24, 2020 3:14 pm#442037
בר בי רב האט געשריבן:א"ל רבינא לרבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן. פריערט פרעגט די גמרא פשיטא נשים זאלן זיין מחוייב מן התורה, פלוצלינג איז דאס אן איבעא. רש"י און תוס גיבן טעמים לספיקא, ווייל נשים זענען נישט בכלל בריתך אדער נישט בכלל ארץ הטובה אשר נתן לך, פארוואס האט די גמרא נישט דערמאנט די סברות
בפשטות אין אנפאנג איז די גמרא נאר מצד מצות עשה שהזמן גרמא, בין בקרי"ש, בין תפילה ותפילין, והא ראיה, די גמרא ברענגט די הו"א פון די פסוק בתת ה' לכם בשר בערב ולחם בבוקר אז ברהמ"ז איז אזוי ווי א מצוה שהזמן גרמא, קמ"ל אז נישט.
דערנאך איז די גמרא דן מצד אם ישנם בברית ובתורה וארץ.
למעשה איז עס א גרויסע מחלוקת ראשונים אם חייבים מדאורייתא או מדרבנן. עיין שו"ע קפ"ו וביה"ל שם.
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 8:06 pm#442042
בר בי רב האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא צענדליגע פשטלעך אויף דער גמרא.
וועל איך זאגן איינס.
פארוואס זאל א מענטש נישט עסן כדי שביעה? פשוט, ווייל ער האט נישט. מ'רעדט פון א הונגעריגן ארימאן. און דאך שפירט ער א הכרת הטוב און בענטשט כאילו ער האט געגעסן צו די זעט. דאס איז די היפוך פון תחת אשר לא עבדת בשמחה ומרוב כל. ביי די תוכחה שטייט גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן. קומט זיך דאך דא די היפוך.
דא האסטו די רבינו בחיי
וכתב רבינובחיי ואדםיושבהואובניוובניביתוואין
לפניהםכדישביעה,והםנושאיםליפניםומברכיםומדקדקים
על עצמם עד כזית ועד כביצה, לפיכך ישא ה' פניו אליך,
דהיינושאיןכאןשבחעלעצםהתקנה,אלאעלהברכהבמצב
שאיןלויותר,ואינושבע.
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 8:17 pm#442043
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס זאל מען אין משנה תורה ענדערש דרשנן סמוכין ווי אין די אנדערע ספרים?
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
ער רעדט דא וועגן דיין ערשטע און לעצטע קשיא
ובמשנה תורה דריש. ביבמות דף ד.איתא, דבמשנה
תורהמאיטעמאדריש,איבעיתאימאמשוםדמוכח,ואיבעית
אימאמשוםדמופנה.ובתוס' ד''הוכי, כתבו "דר''ידריש
בכלהתורהסמוכיםהיכידמוכחומופנה,אלאדבמשנהתורה
קים ליה דכולהו מוכח או מופנה. ובהגהות מהר"ב רנשבורגשם הביא דברי הראב"ן דדוקא במשנה תורה דריש, דכל
התורה מפי הגבורה נאמרה ואין מוקדם ומאוחר, אבל משה
שסידרתורהפרשהאחרפרשהלאסידראלאלהידרש.ועיין
ברש''ש דהקשה על תירוץ הגמ' דמיבעי ליה לאידך דרבי
יהושע בן לוי, מאי משני,הא מצי לדרוש ב' דברים כמו רבי
יהושעבן לוי שדרשמהסמיכותב' דברים.ותירץעלפיהגמ'
ביבמותשם דר''י דרישבמשנהתורהרקהיכידמוכחומופנה,
ואינויכוללדרושב'דברים,אבלרבייהושעבןלוילאסבירא
ליההכי.ועייןבמהר"ץחיות בסוגיין
און וועגן דיין צוויטע קשיא פארשטיי איך נישט וואס באדערט דיך, ער איז מסביר די פסוק. די פסוק רעדט בדרך הלצה און ער איז עס שיין מסביר.
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 9:03 pm#442051
בר בי רב האט געשריבן:ר"ת זאגט, אז אמאל פלעגט מען צו אנטון מתים כשרע ציצית, אבער היינט פסל'ט מען די ציצית. פארוואס? ווייל אמאל איז מען תמיד געגאננגען ציצית, הייסט עס לועג לרש טאמער מ'גייט נישט אין ציצית. היינט אבער אז מ'גייט נישט א גאנצן טאג ציצית (מסתמא נאר א טלית צום דאווענען) איז גאר לועג לרש אז מ'טוט דעם מת יא אן ציצית.
איז קודם, וואס איז די סברה? ווייל מ'גייט נישט תמיד ציצית הייסט לועג לרש אז יעצט גייט דער מת יא?
שנית, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז בימיהם איז מען נישט געגאנגען אין ציצית אנגאנצען טאג.
איך וואלטמיך געוואלט טרעפן מיט די אמאליגע (חסיד'ישע) אידן. היינט וואלטן זיי געווען געהעריגע או. טי. די.'ס. דער רבי וואלט איהם געפרעגט . מיט וואס ביסטו א חסיד'ישער איד. א קאפל גייסטו נישט. קיין ציצית טראגסטו נישט. מיט עסן אווערנייט קוגל ביי גאטליעב'ס...?! דו ביסט דאך נישט בעסער פון שלום דיען...!
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 10:30 pm#442054
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
מיר האט די גמרא סתם אזוי געבאדערט,
די גמרא ברענגט עס דא צו צושטעלן צו די גמרא אן עמוד פריער וואס רעדט פון מסירות נפש פון א איד וואס טרעפט זיך אויפן גאס אנגעטאהן אין שעטנז און ער טוט עס אויס אינמיטן גאס,
וואספארא מין דמיון איז די מסירות נפש פון איינער וואס טוט זיך אליין אויס אין גאס צו איינער וואס טוט אויס א צווייטן??
אויכמער א מסירות נפש....
זונטאג יאנואר 26, 2020 12:37 am#442064
real fake news האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
מיר האט די גמרא סתם אזוי געבאדערט,
די גמרא ברענגט עס דא צו צושטעלן צו די גמרא אן עמוד פריער וואס רעדט פון מסירות נפש פון א איד וואס טרעפט זיך אויפן גאס אנגעטאהן אין שעטנז און ער טוט עס אויס אינמיטן גאס,
וואספארא מין דמיון איז די מסירות נפש פון איינער וואס טוט זיך אליין אויס אין גאס צו איינער וואס טוט אויס א צווייטן??
אויכמער א מסירות נפש....
פארקערט, אויסטון שעטנז אין גאס איז טאקע א הקרבה אבער נישט קיין מסירות נפש. ער לייגט זיך נישט אין קיין סכנה אריין. זיך גיין פארטשעפענען מיט פרעמדע אויף די גאס, פיקן פייטס מיט פענסי לעידיס, קען קומען לידי סכנה.
די גמרא ציט נאר אריין מענין אויסטון אין גאס צו אן אנדער ענין פון אויסטון, כדרכה של גמרא.
לויט די פשט מתון טייטש מתינות, קומט אויס רב אדא בר אהבה האט חרטה געהאט מיט א בליק אויף צוריק. ער האט געטון שלא כדין, אבער וואס זאל ער טון אז זיין קנאות האט זיך צעפייערט.
זונטאג יאנואר 26, 2020 12:41 am#442065
chosen people האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:און וועגן דיין צוויטע קשיא פארשטיי איך נישט וואס באדערט דיך, ער איז מסביר די פסוק. די פסוק רעדט בדרך הלצה און ער איז עס שיין מסביר.
כ'פארשטיי נאך אלץ נישט. טאמער קענסטו מיר מסביר זיין מער באריכות אין אישי וואלט איך דיר גערופן אלופי ומיודעי.
זונטאג יאנואר 26, 2020 1:38 am#442068
רבי יהודה איז חולק אויף זבים מצורעים און נידות. אלע טומאה שבגופן, דומיא דבעל קרי. טמאי מת איז נישט כלל און איז יא מחויב טבילה, לכאורה.
זונטאג יאנואר 26, 2020 1:38 am#442069
והודעתם לבניך... יום אשר עמדת בחורב.. מה להלן באימה וביראה.. ובעל קרי מחמת זחיחות הדעת. פארוואס זאגט ער נישט קלאר פון אל תגשו אל אשה ווי ריב"ל זאגט?
זונטאג יאנואר 26, 2020 1:39 am#442070
ואס הייסט נהוג עלמא כרבי יאשיה בכלאים הכרם. צוויי מינים איז דאך אויכעט אסור עכ"פ מדרבנן. ס'א נפקא מינה לענין הנאה צו ס'איז מדאורייתא.
זונטאג יאנואר 26, 2020 1:41 am#442071
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
אין אמתן איז טבילת קרי תקנת עזרא, ממילא איז עס נישט קיין אמת'ער לימוד.
זונטאג יאנואר 26, 2020 1:47 am#442072
מעשה באחד.. אמרה ליה ריקא יש לך ארבעים סאה.
ס'הייסט ווען ער זאגט ווען איך בין נאר מקפיד אויף תשעה קבין וואלט ווען ארויסגעקומען א מכשול.

זונטאג יאנואר 26, 2020 1:56 am#442073
דליכא עילוואי לא האי ולא האי.
רב הונא האט קיינמאל נישט עוסק געווען אין פריה ורביה? וואס הייסט אז אפי' מ' סאה האט ער נישט געברויכט? אויב נישט היינט דעמאלטס נעכטן. מיט הערב שמש האט עס נישט צוטון.

זונטאג יאנואר 26, 2020 2:13 am#442074
בר בי רב האט געשריבן:רבי יהודה איז חולק אויף זבים מצורעים און נידות. אלע טומאה שבגופן, דומיא דבעל קרי. טמאי מת איז נישט כלל און איז יא מחויב טבילה, לכאורה.
ווי טרעפסטו אזא ר''י? מסתמא מיינסטו די ת''ק פון די ברייתא, אבער ווי נעמסטו אז א טמא מת טאר נישט לערנען ביז ער טובל'ט זיך?
זונטאג יאנואר 26, 2020 2:19 am#442075
בר בי רב האט געשריבן:ואס הייסט נהוג עלמא כרבי יאשיה בכלאים הכרם. צוויי מינים איז דאך אויכעט אסור עכ"פ מדרבנן. ס'א נפקא מינה לענין הנאה צו ס'איז מדאורייתא.
כלאי זרעים עכ''פ אין אר''י איז אויכעט אסור מדאורייתא, אבער למעשה האט עס נישט די הארבקייט פון כלאי כרם, לגבי הנאה ביטול במאתיים וכדו'..