Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף יומי

דף יומי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
275 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 323 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13549
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:39 pm#442574
בעה רב חסדא מרב ששת טעה בזו ובזו
וואס מיינט טעה על הכוס? יא געזאגט הבדלה אדער נישט? טעה איז שייך ווען כאטש תפילה האט ער. אויב איז נישטא קיין הבדלה על הכוס זאל ער מוחל זיין און גיין מאכן הבדלה.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:39 pm#442575
וואס איז פשט אז א צורבא מדרבנן איגנארירט די משנה? מ'קען זיין א צורבא און נישט קענען קיין משנה?
קוקט אויס ווי די משנה האט ברייתות החולקות.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:40 pm#442576
אטו יראת שמים מילתא זוטרתא היא, והאמר רבי חנינא משום רשב"י אין לו להקב"ה באוצרו אלא יראת שמים בלבד.
ס'קוקט נישט אויס אין פלאץ. רשב"י רעדט נישט צו יראה איז מילתא זוטרתא אדער מילתא רבוותא. רשב"י איז א קשיא אויף הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ווייל הקב"ה האלט די יראה אונטער זיין רשות. היות די שורות זענען זיך צעפארן האבן מיר נישט זוכה געווען צו קיין תירוץ דערויף.

מקשין העולם, משה רעדט דאך דא צום ציבור. וואס גייט מיך אן צו לגבי משה איז עס מילתא זוטרתא. אלא העניין הוא, אז ווי מער די השגה אין יראה דערגרייכט, אלץ ווייניגער קען מען משיג זיין וויאזוי ס'שייך אן יראה. און כ'מיין אז דאס מיינט דער משל איבער כלי גדול וכלי קטן.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:42 pm#442577
אמר רבי זירא שמע שמע כמודים מודים דמי
מילא אז מ'זאגט מודים אנחנו לך, צו דיר, און מודים צו דיר אויך, איז מחזי כשתי רשויות. שמע זאגט מען דאך אבער הויה אחד. אחד איז אחד, און מ'זאגט דעם נאמען. וויאזוי איז דאס אנדערש פון ה הוא אלהים זיבן ממאל
מילתא מילתא ותני קען מען אפשר פארשטיין. ער איז אחד אין דאס, און ער אחד אין יענץ.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:54 pm#442579
והאיש משה האט געשריבן:די משנה אנפאנג פרק אין עומדין ל: זאגט חסידים הראשונים היה שוהין שעה אחת וכו', פשטות מיינט דאס אן הנהגה טובה וואס גרויסע לייט האבן זיך געפירט (ועי' במג"א סי' צ"ג ס''ק א').

פלוצלינג קנאפע צוויי בלאט שפעטער אין די גמ' לב: ליינט זיך א ברייתא בזה"ל תניא נמי הכי המתפלל צריך שישהא שעה אחת קודם תפלתו, ושעה אחת אחר תפלתו, דהיינו ס'איז גאר א חיוב אויף יעדער מתפלל צו שוהה זיין שעה אחת, אזוי גייט עס קודם איז עס א מנהג חסידים נאכדעם קומט עס אריין אינעם סיסטעם און ס'ווערט א נחלת הכלל, און ווען איינער טוט עס חלילה נישט... ווערט ער באשריגן ס'הייסט? היתכן? דו טוהסט אנדערש ווי מ'האט זיך געפירט און דעראלטערהיים? מ'שטיינס געזאגט אזוי האבן זיך דאך אלע חסידישע יודן געפירט, בקיצור אזוי ווערט יעדער גוטע מנהג אדער ענין א מאסט, און אן הלכה פסוקה א פראסטער פשוטער "צריך". כ'וויל נישט מאריך זיין ווייל די בעל האשכול האט געבעטן זיך צו האלטן צו קורצע הערות ודו''ק כי קצרתי.

די חסידים הראשונים האבן געהאלטן אז המתפלל צריך שישהא... די ברייתא איז משנת חסידים.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 4:20 am#442602
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז פשט אז א צורבא מדרבנן איגנארירט די משנה? מ'קען זיין א צורבא און נישט קענען קיין משנה?
קוקט אויס ווי די משנה האט ברייתות החולקות.

ער איז בעצם נישט געווען קיין צורבא, די גאנצע זאך איהם אנרופן צורבא מרבנן איז אויכעט געווען א חלק פון די חידודא, אזוי זאל אביי מיינען אז רבה איז איהם טאקע מחשב.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:36 am#442604
ברכות לד
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:59 am#442608
בר בי רב האט געשריבן:אטו יראת שמים מילתא זוטרתא היא, והאמר רבי חנינא משום רשב"י אין לו להקב"ה באוצרו אלא יראת שמים בלבד.
ס'קוקט נישט אויס אין פלאץ. רשב"י רעדט נישט צו יראה איז מילתא זוטרתא אדער מילתא רבוותא. רשב"י איז א קשיא אויף הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ווייל הקב"ה האלט די יראה אונטער זיין רשות. היות די שורות זענען זיך צעפארן האבן מיר נישט זוכה געווען צו קיין תירוץ דערויף.

מקשין העולם, משה רעדט דאך דא צום ציבור. וואס גייט מיך אן צו לגבי משה איז עס מילתא זוטרתא. אלא העניין הוא, אז ווי מער די השגה אין יראה דערגרייכט, אלץ ווייניגער קען מען משיג זיין וויאזוי ס'שייך אן יראה. און כ'מיין אז דאס מיינט דער משל איבער כלי גדול וכלי קטן.

איך בין זיכער אז דו ווייסט אז אלע בעלי הדרוש רעדן פון די קשיא, און אסאך פלפולים זענען שוין געזאגט געווארען דערויף. אבער אז מ'רעדט פון די גמרא, קען מען ברענגן די העכסט אינטרעסאנטע חתם סופר אויף דעם.
ויהי כי יראו המילדות את האלקים ויעש להם בתים, ברש"י וכן הוא בגמרא (סוטה דף י"א ע"ב) רב ושמואל חד אמר בתי מלכות וחד אמר בתי כהונה ולויה, מ"ד בתי כהונה ולויה אהרן ומשה (ומ"ד מלכות נמי ממרים קאתי) ויש לפרש בזה מאמר חכז"ל (ברכות דף ל"ב ע"ב) ועתה ישראל מה השם אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה אטו יראה מילתא זוטרתא היא, אין לגבי משה מילתא זוטרתא היא כי ראה משה יען כי יראו המילדות את האלקים נתן להם שכרם ויוכבד אמו אשר היתה ממילדות נחשב הוא שכרה וכדאיתא במדרש רבה וייטיב אלקים הה"ד הן יראת ה' היא חכמה שבשכר היראה זכתה למשה שנתנה החכמה היא התורה על ידו ומשה נבזה בעיניו הי' ונחשב כאין כאמרו ונחנו מה וחשב אם הוא הוא שכר היראה ממילא היראה מילתא זוטרתא היא:
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:11 am#442610
בר בי רב האט געשריבן:
והאיש משה האט געשריבן:די משנה אנפאנג פרק אין עומדין ל: זאגט חסידים הראשונים היה שוהין שעה אחת וכו', פשטות מיינט דאס אן הנהגה טובה וואס גרויסע לייט האבן זיך געפירט (ועי' במג"א סי' צ"ג ס''ק א').

פלוצלינג קנאפע צוויי בלאט שפעטער אין די גמ' לב: ליינט זיך א ברייתא בזה"ל תניא נמי הכי המתפלל צריך שישהא שעה אחת קודם תפלתו, ושעה אחת אחר תפלתו, דהיינו ס'איז גאר א חיוב אויף יעדער מתפלל צו שוהה זיין שעה אחת, אזוי גייט עס קודם איז עס א מנהג חסידים נאכדעם קומט עס אריין אינעם סיסטעם און ס'ווערט א נחלת הכלל, און ווען איינער טוט עס חלילה נישט... ווערט ער באשריגן ס'הייסט? היתכן? דו טוהסט אנדערש ווי מ'האט זיך געפירט און דעראלטערהיים? מ'שטיינס געזאגט אזוי האבן זיך דאך אלע חסידישע יודן געפירט, בקיצור אזוי ווערט יעדער גוטע מנהג אדער ענין א מאסט, און אן הלכה פסוקה א פראסטער פשוטער "צריך". כ'וויל נישט מאריך זיין ווייל די בעל האשכול האט געבעטן זיך צו האלטן צו קורצע הערות ודו''ק כי קצרתי.

די חסידים הראשונים האבן געהאלטן אז המתפלל צריך שישהא... די ברייתא איז משנת חסידים.

דא שטייט א געוואלדיגע יסוד. איך געדענק אזא לשון פון דער חזון איש, אבער איך טרעף עס יעצט נישט 'חסידות לחסיד הוא מן המוכרחות', אדער עפעס אזוי. די יסוד פון מדת החסידות איז ווען א מענטש שפירט דער חומר הענין מיט אזא הארבקייט אזש ער מוז זיך פיהרען מיט זיין מדת החסידות. חסידות מיינט אז פונקט ווי דער תורה האט געהייסן טון געוויסע זאכען, קען מען אפלערנען פון די תורה וואס דער אויבישטער וויל אויפ'ן אמת. און דער וואס וויל עכט היטען די רצון ה', וועט דאס אויך מוזען אויספירען. ממילא איז נישט דא קיין וואלונטיר מעשים אין אידישקייט 'לאמיר אריין כאפען נאך עפעס'. אלס וואס מ'טוט איז מן המוכרחות. דער חסיד זיין חסידות און דער צדיק זיין פשוט'ע מצוות.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:26 am#442664
תלמיד שירד לפני ר"א והיה מאריך יותר מדאי  מקצר מדאי.
א ראיה אז נוסח ברכות שמו"ע זענען נישט געווען קבוע. אפשר מאריך מיינט מיט קרובץ, וואס איז דען מקצר? למשל, אבינו מלכנו שמע קולינו חוס ורחם עלינו, בא" שומע תפילה.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:28 am#442665
אלו הברכות שאדם שוחה בהן, און נאכדעם ת"ר השתחויה זה פישוט ידים ורגלים.
פארוואס האט מען אויפגעהערט דאס טון? אמראים זאגן עד שיתפקקו חוליות שבשדרה. עולא אומר עד שיראה איסר כנגד לבו, אביי ורבא מצלו אצלויי. די ברייתא מיינט אבער השתחויה ממש? ווייל שוחה קען אויך מייינען שחייה, א בייג, א קוועטש אדער וואס.
בזמן הזה די קריסטן קניען על הברכיים, די ישמעאלים מאכן קידה על אפיים, אדער אפילו השתחוויה, נאר די אידן להבדיל מאכן עפעס אזא פיק ברכיים ווי א לעידי'ס קורטסי. נאר יוה"כ קען מען זיך ערלויבן אן אמת'ער השתחוויה אזא, און דעמאלטס רופט מען עס כורעים.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:32 am#442667
דא האסטו די 'נוסח ארץ ישראל', די אלע ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה זענען ממש איינס אדער צוויי שורות לאנג יעדע איינע.

m https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D ... 7%90%D7%9C m
פרייטאג פעברואר 07, 2020 2:08 am#442668
ביניך היינט געוואר געווארן אז א בהמה האט א ׳יצר הרע׳ אפשר גאר אויך א בחירה....
ברכות לג. אָמַר שְׁמוּאֵל: הָנֵי מִילֵּי בְּשׁוֹר שָׁחוֹר וּבְיוֹמֵי נִיסָן, מִפְּנֵי שֶׁהַשָּׂטָן מְרַקֵּד לוֹ בֵּין קַרְנָיו.
רש״י: ביומי ניסן – מתוך שעברו ימי הסתיו שהארץ יבשה ועכשיו רואה אותה מלאה דשאים זחה דעתו עליו ונכנס בו יצר הרע:
פרייטאג פעברואר 07, 2020 7:12 am#442671
בר בי רב האט געשריבן:תלמיד שירד לפני ר"א והיה מאריך יותר מדאי  מקצר מדאי.
א ראיה אז נוסח ברכות שמו"ע זענען נישט געווען קבוע. אפשר מאריך מיינט מיט קרובץ, וואס איז דען מקצר? למשל, אבינו מלכנו שמע קולינו חוס ורחם עלינו, בא" שומע תפילה.

לכאורה דארף מען צו פארשטיין וואס איז געווען די דאווענען איידער די אנשי כנסת הגדולה און וואס האט זיך דעמאלס געטוישט. איך וואלט געזאגט אז יעדער יחיד האט געהאט די כח פון אנשי כנה"ג, צו רעדן אזא מין לשון צח, געבויט אויף פסוקי התורה והנבואה, און ארויס ברענגן די דאפעלטע מיין פון יעדער זאך אז די רמזים און די פשוט'ער פשט זאלען שטימען מיט די נויטן פון די מענטשהייט. (איך מיין נישט די מושגים עפ"י נסתר, וואס מ'זאגט אונז אז זיי ליגען אין די ווערטער, נאר די רמזים פון די שפראך זעלבסט). איך מיין אז יעדער וואס ווייסט אביסל פון שפראך זעט איין אז די לשונות פון תפלות אנשי כנה"ג האבען א טיפקייט וואס שפעטערע תפלות, א שטייגער ווי תפלת השל"ה אדער תפלת זכה וכדו' האבען נישט. יעדער יחיד האט אריין גענומען זיין מצב און די מצב ארום אים, לויט זיין פארשטאנד (עס איז דא מענטשן וואס טראגן די דאגות פון זיך, אנדערע פון זייער משפחה, אנדערע פון זייער ארומיגע, די קהלה, אלע אידען און די גאנצע וועלט, יעדער לויט זיין השגות), און זיי האבען אזוי אפגעלערנט און געדאווענט. פאר דעם האט מען געמוזט גוט גוט קענען נ"ך און דברי הנביאים, און מ'האט געדארפט זיין א שליט אויף די טיפערע פשטים.
אנשי כנה"ג האבען געזען אז לאו כל מוחא סביל דא, רוב מענטשן קענען דאס נישט טון, אי ווייל מ'קען נישט קיין נ"ך, אי ווייל מ'פארשטייט נישט עכט וויאזוי צו בעטן פאר אסאך זאכען אינאיינעם, אי ווייל מ'פארשטייט נישט וויאזוי צו בעטן פאר א זאך (עס איז נאריש צו בעטן דער אויבישטער פאר א פרט, ווען מ'דארף עכט די כלל, און מאכען כללים פון פרטים אן דעם צו פארפעלן איין פרט איז א ריזיגע חכמה). פאר דעם האבען זיי גענומען די פסוקי התורה און מסדר געווען א תפלה געבויט אויף דעם. זיי האבען געמאכט א רשימה פון אלע זאכען וואס מענטשן דארפן, און אויך ערלעדיגט א סדר, עפ"י פסוקים און די מענטשליכע נויט. זיי האבען פארפאסט די סיומים פון יעדער ברכה לויט די פסוקים און אריין געלייגט די עיקר ווערטער פון די בקשה.
די גענויער נוסח התפלה האט דעמאלס נאכאלס נישט אויסגעפעלט, חכמים האבען געקענט צולייגען לויט זייער קענטעניס און ידיעות אין נ"ך, אבי עס האט געשטימט מיט די עיקר כלל פון די ברכה. עס איז מעגליך אז די אנשי כנה"ג האבען געמאכט א פארטיגע נוסח, אבער דאס האט נישט צוגענומען פון יעדער יחיד'ס כח צוצולייגען כפי צחות לשונו ועומק הבנתו. דעריבער זענען די בעלי תפלה די שלוחי ציבור אפט געווען גרויסע לייט, ווייל דאס גופא איז וואס די אנשי כנה"ג האבען געוואלט.
קרוב"ץ איז גאר עפעס אנדערש, כמבואר אצלי במקו"א. עס האט נישט די לשון צח פון תפלה און נישט די מועט המחזיק את המרובה. און דאס איז באמת געווען די טענה פון דער אבן עזרא אויף די גאנצע ענין פון קרוב"ץ, אז עס דינט נישט די ציל פון דאווענען. די תירוץ איז אז קרוב"ץ איז קיינמאל נישט געווען געצילט צו זיין א 'תפלה', עס איז א קרוב"ץ, א הוספה צו תפלה. אזוי ווי א דרשה אין מיט'ן דאווענען מעורר צו זיין און מסביר צו זיין וואס מ'טוט.
איך גלויב שווער אז די אריכות איז געווען קרוב"ץ.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 8:23 am#442673
ברכות לה
פרייטאג פעברואר 07, 2020 8:33 am#442674
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

זאגסט דברים של טעם. כ'האב אויך געטראכט אז דער תלמיד האט מאריך געווען בעיקר התפילה, נישט קרובץ. כ'האב נאר געזאגט אזא אם תמצא לומר. את"ל אז אריכות איז קרובץ, וואס איז קיצור. אלא קיצור איז בגוף הנוסח, ואריכות דומיא דקיצור בגוף הנוסח.

נישט אז דער של"ה האט נישט געקענט (עכ"פ ס'איז נישט מוכח אזוי). דאמאלטס איז געווען רווחת אן אנדער סטיל אין חיבור בקשות. מ'קען היינט אויך פארפאסן תפילות בלשון מקראי צח.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 8:35 am#442675
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דא האסטו די 'נוסח ארץ ישראל', די אלע ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה זענען ממש איינס אדער צוויי שורות לאנג יעדע איינע.

https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D ... 7%90%D7%9C

פיינע נייעס דאס.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:02 pm#442693
תוס אחליה והדר אכליה, נילף משביעית או רק בשנה שמע"ש נוהג.
קצת תימה, ווייל לפי ב"ה לערנט מען אלע הלכות כרם רבעי פון מעשר. פדיון, ממון גבוה, פטור מעשרות וכו.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:02 pm#442694
אמר רבא ילך אצל חכם מעיקרא.
איז מאי אריא ברכות. קענסט דאך זאגן אויף יעדע הלכה ילך אצל חכם וילמדנו.
אפשר פשט אין די ברייתא, מעילת הקדש צאלט מען מיט א חומש, מעילת ברכה צאלט מען מיטן גיין צו א חכם, ווייל כל המביא דורון לת"ח כאילו הקריב ביכורים.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:03 pm#442695
דורות האחרונים מכניסין דרך גגות וכו.
וואס איז די עוולה דערין? אז מ'איז פטור איז מען פטור. לעגאלע לופהאל. רבי ינאי זאגט אפילו בלשון לכתחילה, מערים אדם ומכניס תבואותו במוץ שלו לפטרו מן המעשרות.
אלא ס'איז א המשך מיט די פריערדיגע מאמר, זו וזו לא נתקיימה בידן.
למעשה, איז מען מחויב צו מעשרן, עכ"פ מדרבנן, צו אכילת קבע. נאר וואס שפארט מען זיך דרך גגות, די כאפ א נאש דרך ארעי. פאר די ביסל מעשרות גייסטו שלעפן די זעק איבערן דאך? אז מ'הונגערט פארשטייט מען.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:04 pm#442696
אניגרון, אנסיגרון
דורך יסטרוב, אניגרון א שיבוש פון אוליוגרום, אנסיגרון פון אקסיגרום.
גארום איז א סאוס פון געפיקלטע אינערדס פון פיש, די בלוט פעטנס און חאזעריי פונעם בויך פון פיש. א פאפולערע סאוס אין די רוימישע וועלט. אוליא איז אויל אין גריכיש. אקסי איז זויערס, ווי אקסיגען איז זויערשטאף. אוליגארום איז גארום מיט אויל, אוקסיגארום איז גארום מיט פארשידענע געזייערעכטס.
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 8:38 pm#442705
Re: דף יומי
איך מתרצים סתירות הגמ'
אגרא דתעניתא צדקתא
גדולה תענית יותר מן הצדקה שזו בגופן וזו בממונם

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 9:08 pm#442709
גברא אגברא קרמית? דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת וואס גייט נאך אן ביז'ן היינטיגען טאג, סאטמארע רב האט געהאלטן אז צדקה איז גרעסער, אין סקווירא האלט מען אז פאסטן איז גרעסער..
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 11:29 pm#442714
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך מתרצים סתירות הגמ'
אגרא דתעניתא צדקתא
גדולה תענית יותר מן הצדקה שזו בגופן וזו בממונם

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פארוואס מיז עס זיין א סתירה, תענית איז מער ווי צדקה ווייל די גיבסט אוועק פון דיין גוף און די ביסט זיך מתענה. אבער למעשה די הויך פונקט פון די תענית איז אז ווען די ווייסט ווען די קימסט אהיים איז דא אנגעגרייט א סעודה כיד המלך און דיין שכן האט נישט אויף וואס אויסצופאסטן און די ביסט נישט גרייט ארויס צונעמען אפאר גרייצן פון דיין טאש איז דיין תענית זייער ווייניג ווערט.
זונטאג פעברואר 09, 2020 12:43 am#442719
ברכות לו
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:23 am#442722
צלף
צלף זאגן זיי איז Capparis.
לכאורה איז די אביונות די capers וואס איז די edible flower buds דהיינו פרחא (רש''י זאגט אז דאס איז פריו) flower. און די caper berries איז די תמרות, עס זעהט טאקע אויס אביסל ווי א טייטל.
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:46 am#442723
Salumera שליימרא, זאלץ וואסער.
Coccidia קוקיאני, א פאראזיט פון די קישקע.
Letuario פעפער.
צלף איז נצפה בחילוף ל נ. פירות זענען אביונות, ביטיתא. די שאל איז קפרס. תמרין ועלין זענען שותא.
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:47 am#442724
לעולם האלטן די ב"ש אז צלף איז אילן, נאר זיי זוכן צו מחמיר זיין מספק. לויט די ב"ש איז צלף ערלה מותר אין חו"ל משום ספק? מעגליך לא עלה על דעתם.
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:47 am#442725
פלפלין איז נוהג ערלה, ס'איז אן אילן. דארף מען מאכן בפה"ע ברטיבותא. זנגביל זאגט ער קלאר פבה"א.
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:49 am#442726
דאתי מבי הונדאי, זאגט רש"י כושיים. די שאלה איז ווי קומט הודו צו כוש.
די תירוץ איז אין די מחלוקת רב ושמואל אויב הודו און כוש זענען נאנט צו ווייט. פשט איז, וואו איז דאס הודו איז נישט מוטל בספק. דאס פלאץ האט איין און די זעלבע נאמען. כוש האט מען אויפגעהערט רופן אזוי נאכן זמן המקרא. ס'איז נולד געווארן א ספק וואו דאס איז. אזויפיל איז קלאר געווען איז ס'איז בקצה היישוב.
מה עשה הקב"ה, ס'איז דא א שטיק לאנד אין מערב אינדיע וואס רופט זיך הינדו-קוש נאך עד היום. תנך-לערנדע אידן האבן אנגעהויבן אידעטיפיצירן אינדיע אלס כוש, א שטייגער ווי ספרד פאר אספאניע און צרפת פאר גאול. אזוי האט זיך כוש אריבערגעצויגן פונעם ווייטן אפריקע צום ווייטן אזיע. טאקע אין די תרגומים, טייטש ער כסדר כוש אלס הודו.
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:57 am#442727
chosen people האט געשריבן:
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך מתרצים סתירות הגמ'
אגרא דתעניתא צדקתא
גדולה תענית יותר מן הצדקה שזו בגופן וזו בממונם

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פארוואס מיז עס זיין א סתירה, תענית איז מער ווי צדקה ווייל די גיבסט אוועק פון דיין גוף און די ביסט זיך מתענה. אבער למעשה די הויך פונקט פון די תענית איז אז ווען די ווייסט ווען די קימסט אהיים איז דא אנגעגרייט א סעודה כיד המלך און דיין שכן האט נישט אויף וואס אויסצופאסטן און די ביסט נישט גרייט ארויס צונעמען אפאר גרייצן פון דיין טאש איז דיין תענית זייער ווייניג ווערט.

גוט. מ'קען זיין אן עובד און פארט נישט זיין קיין גרויסע פזרן. נישט יעדער איז צאנזער רב. א יושב בתענית געט מער פון זיך. כדי די תענית זאל זיין בשלימות זאל ער געבן צדקה. אבער אן צדקה איז תענית נאכאלץ ווערד. פארשטייט זיך נישט קמצנות באופן אכזרי.
זונטאג פעברואר 09, 2020 9:45 am#442738
בר בי רב האט געשריבן:דורות האחרונים מכניסין דרך גגות וכו.
וואס איז די עוולה דערין? אז מ'איז פטור איז מען פטור. לעגאלע לופהאל. רבי ינאי זאגט אפילו בלשון לכתחילה, מערים אדם ומכניס תבואותו במוץ שלו לפטרו מן המעשרות.
אלא ס'איז א המשך מיט די פריערדיגע מאמר, זו וזו לא נתקיימה בידן.
למעשה, איז מען מחויב צו מעשרן, עכ"פ מדרבנן, צו אכילת קבע. נאר וואס שפארט מען זיך דרך גגות, די כאפ א נאש דרך ארעי. פאר די ביסל מעשרות גייסטו שלעפן די זעק איבערן דאך? אז מ'הונגערט פארשטייט מען.

ר' חיים בריסקער זאגט אז די פשט איז אזוי. יענער האט טאקע גארנישט געטון ראנג מיט'ן אריין נעמן דרך גגים וכדו', אבער פאר דעם וואס ער מיינט אז ער וועט עפעס פארלירען דורכ'ן געבן מעשר איז ער שוין נישט מדורות הקדמונים.
זונטאג פעברואר 09, 2020 9:49 am#442739
בר בי רב האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך מתרצים סתירות הגמ'
אגרא דתעניתא צדקתא
גדולה תענית יותר מן הצדקה שזו בגופן וזו בממונם

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פארוואס מיז עס זיין א סתירה, תענית איז מער ווי צדקה ווייל די גיבסט אוועק פון דיין גוף און די ביסט זיך מתענה. אבער למעשה די הויך פונקט פון די תענית איז אז ווען די ווייסט ווען די קימסט אהיים איז דא אנגעגרייט א סעודה כיד המלך און דיין שכן האט נישט אויף וואס אויסצופאסטן און די ביסט נישט גרייט ארויס צונעמען אפאר גרייצן פון דיין טאש איז דיין תענית זייער ווייניג ווערט.

גוט. מ'קען זיין אן עובד און פארט נישט זיין קיין גרויסע פזרן. נישט יעדער איז צאנזער רב. א יושב בתענית געט מער פון זיך. כדי די תענית זאל זיין בשלימות זאל ער געבן צדקה. אבער אן צדקה איז תענית נאכאלץ ווערד. פארשטייט זיך נישט קמצנות באופן אכזרי.

די גאנצע גמרא אין די ערשטע פרק זעט מיר אויס ווי א שטיק מוסר צו מענטשן אז זיי זאלען אריין קוקן אין די פנימיות פון זייער מעשים. אגרא דפרקא דוחקא, ד.ה. אז מ'גייט צו א שיעור און מ'טוט דארט גארנישט. יא, מ'האט שכר דוחקא, אבער געוואלד, ביסט דאך ביי הר סיני, לערן עפעס, הער אויס דעם שיעור! אזוי אויך ביי א תענית. אסאך מענטשן פאסטן און עס ווערט גארנישט דערפון, נאר אז א פאר דאללאר איז געגאנגען צו צדקה. דער אמת'ער תענית איז דאך מער ווי סתם נישט עסן, נאר זיך דערהויבען דערמיט.
(ה) הֲכָזֶה יִהְיֶה צוֹם אֶבְחָרֵהוּ יוֹם עַנּוֹת אָדָם נַפְשׁוֹ הֲלָכֹף כְּאַגְמֹן רֹאשׁוֹ וְשַׂק וָאֵפֶר יַצִּיעַ הֲלָזֶה תִּקְרָא צוֹם וְיוֹם רָצוֹן לַה':
(ו) הֲלוֹא זֶה צוֹם אֶבְחָרֵהוּ פַּתֵּחַ חַרְצֻבּוֹת רֶשַׁע הַתֵּר אֲגֻדּוֹת מוֹטָה וְשַׁלַּח רְצוּצִים חָפְשִׁים וְכָל מוֹטָה תְּנַתֵּקוּ:
(ז) הֲלוֹא פָרֹס לָרָעֵב לַחְמֶךָ וַעֲנִיִּים מְרוּדִים תָּבִיא בָיִת כִּי תִרְאֶה עָרֹם וְכִסִּיתוֹ וּמִבְּשָׂרְךָ לֹא תִתְעַלָּם:
וכן הלאה.
זונטאג פעברואר 09, 2020 9:50 am#442740
בר בי רב האט געשריבן:דורות האחרונים מכניסין דרך גגות וכו.
וואס איז די עוולה דערין? אז מ'איז פטור איז מען פטור. לעגאלע לופהאל. רבי ינאי זאגט אפילו בלשון לכתחילה, מערים אדם ומכניס תבואותו במוץ שלו לפטרו מן המעשרות.
אלא ס'איז א המשך מיט די פריערדיגע מאמר, זו וזו לא נתקיימה בידן.
למעשה, איז מען מחויב צו מעשרן, עכ"פ מדרבנן, צו אכילת קבע. נאר וואס שפארט מען זיך דרך גגות, די כאפ א נאש דרך ארעי. פאר די ביסל מעשרות גייסטו שלעפן די זעק איבערן דאך? אז מ'הונגערט פארשטייט מען.

פון די מעשה מיט רב קטינא מיט'ן מלאך אין מנחות מא. זעהט מען אז נוצן א לעגאלע לופהאול איז אויך א שטיקל עוולה.
זונטאג פעברואר 09, 2020 10:16 am#442741
ברכות לז
זונטאג פעברואר 09, 2020 1:05 pm#442752
טייטש פאר די עסנווארג פון פרק כיצד מברכין.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:41 am#442776
כמעשה קדרה ולא כמעשה קדירה
ס'דא זאכן אויף וואס מ'מאכט נישט לאחריה קיין בורא נפשות אויך נישט? אז נישט וואס איז די הוה אמינא אז די ברייתא דארף דאס זאגן בכלל.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:42 am#442777
מעשה ברבן גמליאל
ס'פאסט זיך בעלייה ביריחו, אלס עיר התמרים.
רבי עקיבא האלט אכל שלוק והוא סעודתו מברך ג. זיי האבן דאך נאר געגעסן תמרים, איז דאס אנדערש? ס'איז געווען אומגעראכטענע סנעק.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:44 am#442778
תוספות, רבן גמליאל האט געמיינט אז ר"ע גייט בענטשן ג ברכות. צום סוף האלט ער אים פאר נישט פארן טון אנדערש ווי אים, נאר פאר זיך אריינלייגן אין א מחלוקות. ר"ע האט נישט געהאט קיין אויסוועג ארויס פונעם מחלוקות. ס'איז אזא דיפלאמאטישע וועג פון ר"ג, פארוואס טוסטו אנדערש ווי איך האלט.
תוס, וויין איז דאך מז' מינים, און אז מ'בענטשט על הכוס אין לדבר סוף. באמת לא שמענו ר"ג אויף שתייה מברך ג.
דאל"כ וכי לית ליה לר"ג מעין שלש בכל מקום. ס'יא דא. ביי פת של אורז.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:45 am#442779
סוף, דאס וואס די ברייתא זאגט ביי אורז אפאו ובשלו, איז דאס זעלבע כשלא בשלו נמי, סיי צו די אוקימתא איז ר"ג און סיי רבנן. פת אורז און דייסא דאורז איז נישטא קיין חילוק.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:45 am#442780
אמר רבא האי ריהטא דחקלאי
די זעלבע הלכה איז געווען א בלאט פריער, מיט די זעלבע ראיה פון רב ושמואל.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:46 am#442781
בא מלחם גדול, רש"י דלא נפרס כולו.
לפירוש רש"י אז די גאנצע שמועס דא איז ביי געקאכטע זאכן, וואס איז מיר א חילוק וואס טוטס זיך מיטן איבעריגן לעבל ברויט אין שאפע. לויט תוס איז ניחא. אז מ'ברעכט אראפ א פריסה פון א גאנץ ברויטל אודאי מאכט מען המוציא אפילו ווען ס'איז א קליין שטיקל.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 8:21 am#442786
ברכות לח
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:13 pm#442826
שתיתא רב אמר שהכל בבלילה רכה. דער עיקר חידוש דא איז, ווי די גמרא זאגט, אז שתיתא רכה טרינקט מען נאר לרפואה. סד"א מ'זאל בכלל נישט מאכן קיין ברכה, קמ"ל כיון דנהנה בעי ברוכי. שמואל ורבי יוחנן זאגן דאס זעלבע ביי שמן זית ע"י אניגרון, נאר אויף שמן זית איז ברכתו בפה"ע, אבער שתיתא שהכל, ווייל אויף קמחא גופא מאכט מען דאך אויך א שהכל. כאטש כל שיש בו מחמשת המינים איז מזונות, אפילו ווען סמידא אינו עיקר, דוקא ווען מ'מאכט א מאכל ראוי לאכילה.
בלייבט קשה וויאזוי תוספות נוצט שתיתא אלס ראיה אז אויף ביר מאכט מען שהכל. ביר איז א מאכל בריאים וואס אנהאלט חמשת המינים.

אויך איז שווער די טעם שיש להם עילויא אחרינא. ס'טייטש, אלע מזונות האבן דאך אן עילויא אחרינא בפת.
וואס איז די סברה פון עילויא אחרינא. קמח איז שהכל. וואלט מען דאך געקענט זאגן דער טעם דאשתני, אזויווי ביי ירק שלוק. נאר ירק שלוק איז אשתני לגריעותא, קמח איז דאך א מעלה מער פון ווייץ. זאגט ער ניין. ס'דא נאך א דרגא צו פת, און דער מיטל עילוי אזי קיין מעלה נישט. דאס איז שייך צו זאגן אויף מעל, ווייל פת מאכט מען דאך פון מעל. מ'קען עס נישט זאגן אויף לאקשן, ווייל לאקשן האט נישט עילויא אחרינא. מ'מאכט נישט ברויט פון לאקשן. דאס זעלבע קען מען נישט זאגן אז די גערשטן אין ביר האט אן עילויא אחרינא.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:13 pm#442827
מוציא המוציא
א פליאות דא. ס'נישט ווי דער מלמד האט שיין געשניטן די פעלי זמן, הוציא מוציא יוציא. דער ה, וואס קומט במקום אשר, המוציא איז כאילו אשר מוציא, דרייט עפעס דער הווה אין דער ריכטונג פון עתיד דווקא.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:14 pm#442828
רבי זירא ווערט אנטוישט פון א ירא שמיים יוצא ידי שניים'דיגער הנהגה. ס'איז אים נישט קיין מעלה. מ'דארף קובע זיין הלכה וזהו. נישט ווי תוספות וואס איז פול מיט בייס אן עפל און עס א קוקי להוציא מידי ספק סארט פסקים. ס'איז נישט קיין מהלך. די טעם פון ירושלמי העולם-מן ווערט נישט דערמאנט דא.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:15 pm#442829
ירקות דומיא דפת שנשתנה ע"י האור
פונקט קאפויער. פת טוישט זיך יא די ברכה ע"י האור, ווייל קמחי דחיטי איז שהכל.
מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:17 pm#442830
איז דא א גרויסע מחלוקות דא ביי שלוקין, ווייל רב חסדא איז מחלק מיט א סברא. ס'דא אזוינע ירקות וואס ווערן משתבח למעלייתא און ס'דא לגריעותא. און אזוי נעמט אן תוספות.

אבער דער בבלי דא ציט שטארק נישט צו מחלק זיין, און מאכט אוועק די גאנצע שמועה בשם רבי יוחנן אלס משבשתא.
רב נחמן בר יצחק זאגט נאך א לשון פון רבי זירא, וואס ווי עס קוקט אויס איז בעלמא אמרינהו. רבי זירא זיצט אין אר"י אין רעדט נישט אריין אין די מחלוקה דא. רנב"י לייגט צו טעמים לענין. א מעשה מיט א תורמוס וואס קאכט אוועק זיבן מאל און ס'איז האדמה. רב חסדא וועט טענה'ן וואס איז די ראיה דא. תורמוס דארף מען קאכן אסאך ס'זאל זיין ראוי לאכילה. וועלכע ברכה מאכט מען אויף הארטע ביטערע תורמוס? א שהכל. אודאי איז רב מודה ביי תורמוסין. אבער דער בבלי הערט נאר רב נחמן, נישט רב חסדא און ס'נישטא קיין חילוק. דאס זעלבע מיטן זית. מהיכי תתי א געפיקלטע זית איז נישט געשמאקער פון א רויע. אזוי נעמט אן רב אלפס.
 
נאר ס'א חידוש פארוואס די גמרא מאכט אוועק די ראיה פונעם זית אז אפשר האט ער געמאכט שהכל. אם כן מאי סהדותיה? אז רבי יוחנן עסט נישט אנע ברכה? בכלל האט מען שוין געזען פריער פון ברייתות אז דער לשון מאכן א ברכה לאחריה מיינט נישט בורא נפשות.
דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:08 am#442834
ווען ענדיגט מען שוין מיט די שלקות פאר א גוט יאר?
דינסטאג פעברואר 11, 2020 8:31 am#442843
ברכות לט