Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף יומי

דף יומי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
275 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 323 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13549
מיטוואך פעברואר 26, 2020 8:28 am#443410
ברכות נד
מיטוואך פעברואר 26, 2020 8:38 am#443412
Re: דף יומי
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס נר נכרי הייסט לא שבת בעבירה?  א נכרי איז נישט מצווה אויף שבת. וויאזוי איז עס ערגער פון נר חולה?

תוספות זאגט חדא גזירה היא, דאי לא קיימא הא, לא קיימא הא. עמוד ראשון זאגט רש"י, מיד עם חשיכה. ס'א שטארקע מילתא דלא שכיחא אז פונקט די רגע  פונעם זמן זאל מען כאפן דעם מאורי האש. פאר די כמעט אוממעגליכע פאל אסר'ט מען אלע נרות של נכרי?

בתינוק אימר איקרי ונקיט
ממ"נ, אויב איז דא גענוג צייט פונעם זמן, אפילו גדול נמי. טאמער נישט איז עס דאך נישט נר ששבת.


וועגן דעם דארף מען בודק זיין צי ס'איז א יוד' אדער א גוי.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 26, 2020 10:06 am#443415
יעלה ויבא האט געשריבן:
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס נר נכרי הייסט לא שבת בעבירה?  א נכרי איז נישט מצווה אויף שבת. וויאזוי איז עס ערגער פון נר חולה?

תוספות זאגט חדא גזירה היא, דאי לא קיימא הא, לא קיימא הא. עמוד ראשון זאגט רש"י, מיד עם חשיכה. ס'א שטארקע מילתא דלא שכיחא אז פונקט די רגע  פונעם זמן זאל מען כאפן דעם מאורי האש. פאר די כמעט אוממעגליכע פאל אסר'ט מען אלע נרות של נכרי?

בתינוק אימר איקרי ונקיט
ממ"נ, אויב איז דא גענוג צייט פונעם זמן, אפילו גדול נמי. טאמער נישט איז עס דאך נישט נר ששבת.


וועגן דעם דארף מען בודק זיין צי ס'איז א יוד' אדער א גוי.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


אפילו ס'איז א אידיש קינד, קען זיין באיסור. ס'מוז זיין באיסור טאמער איז נישט געווען גענונג צייט. טאמער איז יא געווען צייט קען דאך זיין א גדול אויכעט.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 7:42 pm#443432
בכל לבבך בשני יצריך
בשלמא מיט די יצר הרע דינט מען דעם אייבערשטען אז מ'צעברעכט אים. וויאזוי איז עבודת השם מיטן יצר טוב?
אז פאר א מענטשן קומט אן א יצר צו טון טוב, דארף ער זיך איבערטראכטן צו ס'טאקע טוב. ווי צדיקים האבן געזאגט, אן אמתע מצוה קומט אן שווער.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 7:43 pm#443433
 משקלקלו המינין ואמרו אין עולם אלא אחד
בכל המקרא, עולם מיינט קיינמאל נישט וועלט, נאר אייביג. לכך נראה לפרש, מתחילה האט מען געזאגט עד העולם, משקלקלו המינין און געזאגט עולם קדמון הוא, תקנו לומר מן העולם, פון אייביג אן איז ה דער מסובב. ובזה מיושב הגירסא.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 7:44 pm#443434
והתקינו שיהא אדם שואל שלום חבירו בשם.
ווען די יוונים האבן גוזר געווען צו עוקר זיין שם ה, כתבו לכם על קרן השור. פארוואס פונקט ביי שלום געבען, דאסמכוהו על מנהג עתיק בועז וגדעון. אלס חידוש מנהג קדום נגד מנהג רווחת, ברענגט ער אל תבוז כי זקנה אימך.
ודרשו עת לעשות לה, ס'איז צייט צו טון לשם ה, מפני הרשעים המפירים תורתך, ווי מ'זאגט די נוסח אין על הנסים להפירם תורתך.
רבי נתן טייטש אנדערש, ס'איז לכאורה דא אן איסור לא תשא שם לשוא, נאר הפרו תורתך.
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 8:23 am#443442
ברכות נה
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 8:30 am#443443
המאריך הבית הכסא מריח ימיו ושנותיו
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 11:28 am#443448
אישתישבי האט געשריבן:המאריך הבית הכסא מריח ימיו ושנותיו


אימיצער זאגט, זוכה צו לאנגע יארין.
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 11:45 pm#443475
עיון תפילה
 בעלמא מיינט עיון תפילה כונה ביים דאווענען. ס'ווערט עטליכע מאל ארומגערעדט. קיינער ווערט נישט ניצול פון אביסל נישט כוונה וכו. חוץ דא ביי כל המאריך בתפילתו ומעיין בה מיינט עס המצפה שתתקבל תפילתו? די טייטש ליגט נישט אין די ווערטער, נאר ס'איז נשתרבב פון די פסוק תוחלת ממושכה, א האפענונג, אבער אינ'אמת'ן תוחלת דא איז א דרש אויף תפילה ווי רש"י זאגט מלשון ויחל. די גמרא פרעגט והיכי עבד?  וויאזוי קען מען מאריך זיין אן קיין עיון? דמפשי ברחמי, ער זאגט אסאך. איז
געדרינגען אז עיון איז מאריך זיין און נישט זאגן מער.
 
עיון תפילה איז ווי א פארגייער צו סידור הכוונות. ס'איז געווען אזא כת מעייני תפילה, זיי פלעגן מאריך זיין מיט ציען וווערטער און אינזינען האבן פארשידענע ייחודים מיט כוונות. ס'איז געווען חכמים וואס האבן עס משבח געווען, און אזעלכע וועלכע האבן עס מגנה געווען. בעיקר האט געשטערט דאס געדאנקענגאנג אז זיי טוען אויף מיט זייערע תפילות, ווי די פאסיגע שליסלן צו עפענע שערי שמים. תפילה דארף זיין רחמים, כעני בפתח, נישט א מעכאנישע מיטל. אויף דעם זאגט רבי יוחנן סוף בא לידי כאב לב, און רבי יצחק מזכירים עוונותיו.
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 11:48 pm#443476
רב תחליפא בר מערבא
אן ארץ ישראל אמורא, זאגט בשם רבי יוחנן צו רבי אבהו, אויך א תלמיד פון רבי יוחנן.
אתון, איר אנשי טבריה, אנן, אונז בני קסרין.

א"ר עקיבא, א"ר פנדא, א"ר נחום א"ר בירים, משום רבי בנאה
ווער זענען די אלע מענטשן דא?  רבי בנאה איז געווען בימי רבינו הקדוש. ער קען נישט מעיד זיין אויף ירושלים. תרי רבי בנאה הווי. רבי עקיבא איז אוודאי נישט די רבי עקיבא, אדער רב ביזנא זאגט נישט בשמו. טאמער ס'איז יא רבי עקיבא, קען ער זאגן בשמו של נחום איש גמזו. פנדא און בירים שטייען נישט אין ערגעץ.
פרייטאג פעברואר 28, 2020 8:58 am#443485
ברכות נו
זונטאג מערץ 01, 2020 1:26 am#443511
ברכות נז
זונטאג מערץ 01, 2020 9:56 am#443515
תוס מרקוליס
תוספות נעמט אן פאר א דבר המובן מאיליו אז דער צלם איז אן ע"ז, און זוכט דעריבער תירוצים ליישב המנהג נישט צו מאכן קיין ברכה.
זונטאג מערץ 01, 2020 9:57 am#443516
הרואה מרקוליס קומט עפעס נישט אריין אין די ליסטע פון ברכות צו מאכן אויף חורבות בבל. מרקוליס איז דאך איבעראל.
יש אומרים, די דרשה איז ווי א טור גייד. דער עולם גייט חול המועד האלטן זען אלט בבל. שטעלט זיך רב המנונא אויף יו"ט, און זאגט א דרשה וויאזוי א איד דארף זיך פירן דארט. די מעשה גייט אז ס'דא דארט א מרקוליס, ממילא איז עס א חלק פונעם גייד.
א ראיה, די נוסח אין ירושלמי הייבט זיך אן הרואה פרת מברך. אנדערע דירעקשאנס אנדערע ברכות.
זונטאג מערץ 01, 2020 9:58 am#443517
שאלה:
וועלכע ברכה מאכט מען הרואה בבל אין איר ווידער אויפבוי?
זונטאג מערץ 01, 2020 10:01 am#443518
ברכות נח
זונטאג מערץ 01, 2020 11:10 pm#443535
ברוך שברא כל אלו לשמשני
נישט געזאגט מיט קיין ביטול, כאילו אלע מענטשן דא זענען ווייניגער פון מיר.
ס'איז אן אויסדרוק פון הכרת הטוב אז מיר לעבן אין א שפעטערע דור ווי זאכן זענען מער מסודר להנהות בהם בני אדם.
עאכו"כ ווי מיר דארפן דאנקן ווי מיר האבן אלע טעכנאלאגישע אויפטרעפן. מיר קענען ארויסגיין אין  א פריוואטע ביה"כ אינדערהיים. מיר האבן עסן אין א פרידשידער, פייער גרייט מיט רויכלאזע גאז און גרייטע הייצונג. מיר האבן אפילו עירקאנדישן אין די זומער. ברוך שברא כל אלו לשמשני.
זונטאג מערץ 01, 2020 11:11 pm#443536
נגדיה לההוא גברא דבעל מצרית
בעל מיינט נישט דרך זנות. נאר פראסט חתונה געהאט מיט א גויטע. מ'טיילט נישט קיין מכות פארן טון אן עבירה, נאר פאר נישט אויספאלגן בי"ד וואס הייסט מגרש זיין. דאס זעלבע מיט בועל ארמית קנאין פוגעין בו, מיינט נישט מ'האט געכאפט איינעם אין א ילבש שחורים מאמענט, נאר ווען ס'געטון אפיציעל. בעל איז א לשון גנאי, אבער די כוונה איז בדרך אישות.
זונטאג מערץ 01, 2020 11:12 pm#443537
א"ל, דיו לעבד שיהיה כרבו
וואס איז די צווייטע מאל בעסער? די ערשטע דרש איז אויך די זעלבע בחינה.
זונטאג מערץ 01, 2020 11:12 pm#443538
אלימלי חמה של כסיל, צינה של כימה
דאס דער הסבר פארוואס זומער איז הייס און ווינטער קאלט. זומער איז שולט כסיל און ווינטער כימה.
יא, מ'קען זאגן אז דער כדור בייגט זיך, אבער ס'בייגט זיך אזוי אז כסיל שיינט אויף אויפן האריזאנט.
מאנטאג מערץ 02, 2020 10:23 am#443542
ברכות נט
דינסטאג מערץ 03, 2020 9:55 am#443566
רבא זאגט אויף דינערן און בליצען קען מען מאכן שכוחו וגבורותו אדער עושה מעשה בראשית. מיר האט מען אןיסגעלערנט שכוחו אויף א רעם (בום), און עושה בראשית אויף א בליץ. וואס זאגן די פוסקים?

תוס, מחלוקות רשבם און ר"ת צו הטוב והמטיב נאר אויף א בעסערע וויין צו אויף יעדע פרישע סארט פלאש. איך זע נישט דער עולם פירט זיך אזוי. וואס זאגן די פוסקים?
דינסטאג מערץ 03, 2020 9:56 am#443567
תוס, שהחיינו,
רבי יעקב בשם רחב"א, ניתן לו אומר הטוב והמטיב. דלא כבבלי דמצריך אחריני בהדיה.
אז מ'פארשטייט די שמחה פון א נותן, איז שוין דא אחריני בהדיה. נאר א ווארט.
דינסטאג מערץ 03, 2020 9:58 am#443568
ברכות ס
מיטוואך מערץ 04, 2020 10:55 am#443619
ברכות סא
מיטוואך מערץ 04, 2020 11:24 pm#443630
משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטוח בה
אמר רבא כל היכי דדרשת להאי קרא מרישיה לסיפיה מסיפיה לרישיה מידרש.
איין פשט איז, ככתוב לא יאונה לצדיק כל און, כהילל.
די צווייטע פשט איז, אפילו ס'קומט יא רעה, דאך לא יירא.
א דערהער אין בטחון. נכון לבו בטוח בה'. דער מענטש האט נישט קיין שום ענקזייעטיס און פחדים. איך טוה וואס איך באדארף צו טון, און וואס ס'פאסירט צו מיר איז נישט מיינע געשעפטן. אלע מיינע רצונות זענען בטל מפני רצונו.
מיטוואך מערץ 04, 2020 11:24 pm#443631
כי מסגי לימא ברוך מצעדי גבר
סגי איז א לשון הליכה. סוגיא איז פון אט די לשון. דער הילוך פון שקלא וטריא.
מיטוואך מערץ 04, 2020 11:25 pm#443632
רבי עקיבא און די רויבער.
געליינט די מחניים ביכלעך אלס קינד. עלטער געווארן האב איך געלערנט מפרשים.
היתכן קיינער נעמט נישט אריין דער גרויסער תנא רבי עקיבא אין שטוב אריין?
וויאזוי באפאלט מען א שטאט און מ'פירט אוועק די איינוואוינער אלס קנעכט? וואו זענען די פאליציי.
צו וועמען דרייט זיך רבי עקיבא אויס מיט טריאומף. נו? האב איך אייך דען נישט געזאגט אלץ איז לטובה?
דא איז מעשה פון סוף המרד. רבי עקיבא אנלויפט מיט זיין הייפל מענטשן. דער גרויסער תנא איז פארזאנא נאן גראטא אין שטאט. מורא'דיג מסוכן, די רוימער זוכן אים. בלייבט ער אין וואלד. אבער א שמועה דערשלאגט זיך פארט צו דער איינהייט אז רבי עקיבא איז אין שטעטל, און פאלן איבער די שטאט ביינאכט. רבי עקיבא ווערט ניצול. אויף ביזדערווייל.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 12:01 pm#443640
ברכות סב
פרייטאג מערץ 06, 2020 12:36 am#443661
רב נחמן בר רב חסדא וייצר שני יצרים, מתקיף רב נחמן בר יצחק אלא מעתה בהמה.
מאי נפקא מיניה לנב"י? יעדע דרשה גייט ער זיך שטעלן? און איז טאקע דומה די יצר פון א בהמה צו א מענטש. ס'איז די זעלבע סארט בחירה און הבחנה בין טוב לרע יבקר?

רבי אבהו, בתחילה עלה במחשבתו לברוא שניים ולבסוף לא ברא אלא אחד.
וואס איז פשט? הקב"ה האט געהאט א טויש אין רצון? וכי בן אדם ויתנחם?

צלע רב ושמואל פרצוף או זנב
אינטערסאנט קיינער האלט נישט צלע כפשוטו. פארוואס דען נישט? ס'נישט מסתבר אדם האט געהאט איין איבעריגע ריב, ווייל ס'קומט אין א פאר.
פרייטאג מערץ 06, 2020 12:37 am#443662
רעדנדיג פון א פאר, ווייטער שטייט, ת"ר כליות יועצות, ריאה שואבת כל מיני משקין.
היתכן מ'רעד תמיד פון א ריאה און נישט פון ריאות. ס'דאך א שפיגל אבר. ס'דא צוויי, ווי כליות עיניים אזניים ידיים רגליים וכו
נאר די לונגן האלטן איין זאך נאר אויפאמאל. וויבאלד ס'שעפט אן משקה שפייט עס אויס ווערטער. דערפאר וואס א ניכטערן אויף דער לונג איז אויף א שיכורן אויפן צונג. לאור זאת רופט מען עס לשון יחיד.
תורה לכבוד פורים.
פרייטאג מערץ 06, 2020 12:37 am#443663
רבי אליעזר, בכל נפשך יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו
פשט איז, נפש איז מלשון שבת וינפש. ס'דא א מענטש וואס ארבעט אווערטיים און שטרענגט זיך איבער. ס'דא א מענטש וואס נעמט עס איזי. מ'דארף לעבן אויך אביסל. בכל נפשך ובכל מאודך איז ווי היינט א מליצה דמים תרתי משמע. זיך אוועקגעבן בגוף ובממון.
רבי עקיבא, נפשך כפשוטו.
פרייטאג מערץ 06, 2020 1:11 am#443664
ר' אליעזר אומר יש לך אדם שגופו חביב עליו מממונו. ומי הם אותם האנשים? אמר רבי אלעזר, צדיקים חביב עליהם ממונם יותר מגופם. וכל כך למה? לפי שאין פושטין ידיהן בגזל. (סוטה יב.)
פרייטאג מערץ 06, 2020 4:06 am#443667
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר' אליעזר אומר יש לך אדם שגופו חביב עליו מממונו. ומי הם אותם האנשים? אמר רבי אלעזר, צדיקים חביב עליהם ממונם יותר מגופם. וכל כך למה? לפי שאין פושטין ידיהן בגזל. (סוטה יב.)


צדיקים שטרענגען זיך שטארק אן זייער גוף נישט צן קומען לידי גזל, למשל גייען נישט אויף א שביל בשדה של יחיד.
פרייטאג מערץ 06, 2020 10:37 am#443670
ברכות סג, סד
זונטאג מערץ 08, 2020 2:46 pm#443701
כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה
וואס איז די המשך מיט רב אבהו משתעי מעשה ברבי חנינא בן אחי יהושע.
ועוד, וואס הייסט כשנכנסו, רבי יהודה ורבי נחמיה זענען שוין דור רביעי לתנאים. אין יבנה איז מען שוין אריין בזמן ריב"ז.

ס'געווען א פראוו צו מחדש זיין יבנה נאכן שמד, ווי די משנה זאגט, מאושא ליבנה. רבי יהודה וחביריו קומען פון אושא, נכנסו ליבנה מיט א פרישקייט. ווייל עיבור השנים דארף לכחחילה זיין אין יהודה, ווי רש"י ברענגט לשכנו תדרשו.

רבי יהודה דרש'נט אין מסעות אהל מועד, און אין הסכת ושמע, בכל יום יהיו בעינך כחדשים. פאסיג לדברים העומדים על הפרק איבער א פרישע גלות סנהדרין, און א התחדשות התורה.
דרשות רבי נחמיה ורבי יוסי זענען איבער כבוד האכסניא, פאר די פריש געקומענע געסט. און דרשת רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי איז משלב מסעות הארון מיט כבוד האכסניא.

מסתמא איז געווען א מעמד נהדר. אן אויבנאן מיט זקני הרבנים, די תיישים מיט קרניים. געווען א פאליטיק, (רבי מאיר איז נישט געקומען? ער האלט נישט דערפון?  און רשב"י? אה, ער איז טמיר ונעלם). די דרשות האבן מחזק געווען לבבות ישראל הנשברים. אבער לא אסתייע מלתא, ומיבנה לאושא.

די צייטונגען האבן געשריבן אז ס'געווען א דורכפאל. היינט איז איין חילוק יבנה צו אושא. די דרשות זענען געבליבן מיט אונז לדורות.

הדרן עלך מסכת ברכות.
זונטאג מערץ 08, 2020 2:50 pm#443702
שבת ב
מאנטאג מערץ 09, 2020 1:17 am#443718
ס'טוטצעך תוספת'ער די ערשטע צוויי בלאט. מ'הייבט אן א מסכת מיט אזא התלהבות ס'איז ממש א קידוש השם. און אויף קלייניקייטן שטלעט מען זיך דא. פארוואס זאגט מען אהער אדער אהין, כאילו ביי דף נ פרעגט מען אויך אזוינע קשיות.

תוס ידיעות הטומאה
פארוואס שטייט נישט העלמות הטומאה, נאר בעווייל ער וויל רעדן פון ידיעות בתרייתא דמחייבא קרבן. זאל שטיין ידיעות השבת, אויך אלס דמייתי לידי קרבן. ביי טומאה כאפט די גאנצע חילוק אין דער ידיעה. ניין, דער חילוק איז אין די העלמה, וואס איז נעלם. ווען מ'האלט שוין ביי די ידיעה איז אלעס אייניג.
מאנטאג מערץ 09, 2020 1:19 am#443719
תוס התם דלאו עיקר שבת היא
די ראיה אז דארט נאר חיובי קחשיב איז דומיא דנגעים. די טעם אבער איז דלאו עיקר שבת היא. קיינער צווינגט אים נישט צו מאכן א דמיון און דערפאר אויסלאזן די פטורים. נאר דערפאר וואס דער תנא זוכט מילא נישט צו לערנען די פטורים איז ער גרייט צו מאכן דמיון צו נגעים.
מאנטאג מערץ 09, 2020 9:52 am#443723
שבת ג
דינסטאג מערץ 10, 2020 8:48 pm#443743
תוס שניהם פטורין
אינו קאי אמתניתן שהרי רישא דשניהן פטורין דהיינו פשט עני את ידו לפנים קבעי לקמן.
לא הבנתי מה תוס רוצים בזה.

תוס בעשותה
למה צריכין לימוד למעט זה יכול וזה יכול, למה שיהא במשכן דבר דאינו צריכא כזה?

תוס איתמר נמי
ברייתא דלא מתניא ביה רבי חייא ורבי אושעיא.
שניהם שעשוהו פטורין משנה היא בהמצניע.
דינסטאג מערץ 10, 2020 8:48 pm#443744
תוס ואיבעית אימא
לפירוש הר"י איפשטא בעיא דרב ביבי דלא התירו. וקשה דלקמן איפשטא דהתירו.

תוס בשוגג לא קנסהו
ומיירי מבעוד יום. לכך אין לפשוט בעין. וקשה דהתוס אומרים כל דקנסהו מבעו"י קנסינן נמי משחשיכה, נמצא סוכ"ס במזיד אסור משחשיכה ואיפשטא בעין דלא התירו.
וא"ת משנויא קמא נמי וכו. שוב, סוכ"ס לא התירו משחשיכה.

לפירוש רש"י, סברה טובה דלא לפשוט, אלא דלא צריכין לאוקים בשוגג ובמזיד לכך, דמ"מ איכא לחלק כך בין רדיה להוצאה אפי תרווייהו במזיד.
דינסטאג מערץ 10, 2020 8:51 pm#443745
שבת ד
מיטוואך מערץ 11, 2020 1:56 am#443750
תוס אבל למעלה מי' ד"ה פטור
לפירוש הר"י, דמ"ד קלוטה כמי שהונחה א"א דילפינן זורק ממושיט, א"כ הא דכאמר הש"ס להלן אבל למטה מי' ד"ה חייב מ"ט קלוטה כמי שהונחה, וזה טעמיהו דרבנן לחודייה, וטעם דר"ע דמחייב למטה מ"י דיליף זורק ממושיט ,ואפי למטה מי'.

תוס אבל למטה מי' ד"ה חייב
למ"ד קלוטה כמי שהונחה דמיא מחייב זורק לר"ה גם בלא הנחה כלשהו. מה קשה להו רבנן דאחרים כמאן, דלכ"ע לא בעו הנחה על ד', והא לכ"ע חייבים בלא הנחה כלל.

תוס דאמרינן, סוף הדיבור, רב חסדא לא מצי לאוקים כ"ע קלוטה כהונחה ברה"ר, כיון דאיהו גופיה מצריך הנחה ד ברה"ר. ודילמא היינו בתר דאפשטיה לרב חסדא דבהא כמפלגי ואיהו הוא דאמר כרבנן.
מיטוואך מערץ 11, 2020 9:39 am#443751
שבת ה
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:24 am#443767
אחרים אומרים עמד במקומו וקבל חייב עקר ממקומו וקבל פטור, בפשט כנפיה וקיבלה.
מאי סברתהון דרבנן דפליגי עליה דאחרים?

לימא דלא כרבי יוסי בר חנינא
אימר דאמר ריב"ח בנעץ קנה, במחזיק בידו מי שמעית ליה? אם כלי לא הוי כרמלית למטה מי', לא הוי נמי רה"י למעלה מי'.
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:25 am#443768
 אמר רבי אבין אמר רבי יוחנן הכניס ידו לתוך חצר חבירו וקיבל מי גשמים חייב
למה חצר חבירו?  למאי דמוקים ליה בגומא למה מי גשמים?
והוי מצי למפרש דהיכי דחפץ לא הוי מנח מעולם לא בעי עקירה, וזהו חידושו של רבי יוחנן.
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:21 am#443774
שבת ו
פרייטאג מערץ 13, 2020 2:02 am#443799
איך יהיה פלטיא רה"ר, והיא שוק בתוך העיר מוקף מחיצות של קירות הבתים.