Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » "קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים

"קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
93 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 218 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1356
זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:43 am#31703
"קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים
די וויסנשאפטליכע וועלט, און אזוי אויך יעדער וואס האט א אינטערעס אין חכמה ומדע, קוקט ארויס מיט שפאנונג צו די היסטארישע מאמענטן ווען היינט גייט לאנדן אויף דעם פלאנעט מארס-מאדים א "ראווער" מיטן נאמען ״curiosity״ - נייגעריגקייט. די ראווער איז ארויסגעפארן פארגאנגענע נאוועמבער 2011, און נאך א רייזע פון איבער אכט חדשים ווערט ערווארטעט אז עס זאל היינט לאנדען אויף די מדבר'דיגע ערד פון מארס. 

דער פראיעקט, וואס קאסט 2.5 ביליאן דאלאר, וועט שטודירן די ערד פון מארס, צו דערגיין צי עס האט זיך אמאל געפינען אויף דעם לעבן. דער ראווער וועגט 2000 פונט, און פארמאגט גאר סאפיסטיקירטע מאשינען אויף זיך וואס דינען ווי א לאבאראטארי צו שטודירן די ערד אויף מארס. 

דורכאויס די צוויי יאר וואס די ראווער וועט קאמאנדעווען אויף מארס וועט עס אויך שטודירן די דארטיגע קלימאט און געאלאגיע, אין בעפארברייטונג צו קומענדיגע מענטשליכע מיסיעס צו מארס. 

די לאנדונג איז באשטימט אויף 1:31 מאנטאג פארטאגס ניו יארק צייט, די זיבן מינוט וואס עס נעמט פאר די ראווער פון אנרירן די אטמאספער ביז'ן לאנדען, ווערן אנגערופן "זיבן מינוט פון טעראר" - דאס איז ווען וויסנשאפטלער וועלן בייסן די נעגל מיט ציטער נישט וויסנדיג די שיקזאל פון דעם טייערן ראווער, פאר פערצן מינוט ביז די סיגנאלן קומען אן פון מארס ביז די וועלט.

אין טיימס סקווער אין ניו יארק וועט זיין לעבעדיגע דעקונג פון די היסטארישע לאנדונג. 

א געמאלן בילד ווי אזוי די לאנדונג גייט היינט אויסזען
בילד
זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:33 am#31714
פארוואס נעמט 8 חדשים אנצוקומען אהין? און פארוואס איז מען נאר ביזי מיט מארס? דער לענד ראווער איז נאר וואס צוריק פון דארט.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:11 pm#31747
ווי אזוי די לאנדונג גייט צוגיין
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:29 pm#31767
א גרויסן דאנק שיטה פאר דעם באריכט.
דא גייט מען קענען מיטהאלטן די לאנדונג לייוו:
m http://news.cnet.com/8301-11386_3-57486 ... r-landing/ m
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:38 pm#31774
זר זהב האט געשריבן: דער לענד ראווער איז נאר וואס צוריק פון דארט.

דערווייל איז גארנישט צוריקגעקומען פון מארס. וואס עס גייט אהין בלייבט דארטן.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:43 pm#31777
נישט לאנג צוריק האט מען געשיקט בילדער פון דארט

l viewtopic.php?p=22096#p22096 l
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:22 am#31964
נאך איינער גייט מיטהאלטן?

איך גיי, מיט יאנקל'ס לינק.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:42 am#31967
יעצט שפילט עס איבער דעם פריערגעברענגטן יוטוב לינק.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:48 am#31969
מ׳האמיר זיך צוגעלייגט נאכמיטאג, און יעצט גיימיר מיטהאלטן די היסטארישע מאמענטען.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:51 am#31970
וואס טוהן אלע מענשן דארט? יעדער ביי זיין טישל
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:55 am#31971
וואס רעדן זיי דארט פון אידי אמין?
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:59 am#31972
ניסלעך....
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:11 am#31973
די צאל מענטשן וואס האלטן מיט פליט ארויף יעדע סעקונדע. ס'האלט יעצט ביי 135123 מענטשן!
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:12 am#31974
און יעצט ביי 136675
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:13 am#31975
וואס זעזען דעי נומערס?
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:14 am#31976
וויפיל מענטשן עס האלטן יעצט מיט מיט אט די לייוו האק-אפ.
יעצט האלט עס ביי 143760
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:15 am#31977
יעצט ביי 148080.

מיט יעדע מינוט נענטער צום גרויסן לאנדונג, אלס שנעלער מערן זיך די מיטהאלטער.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:16 am#31978
די ראווער ריקט זיך נענטער. ס'האלט שוין בלויז א טראפקעלע מער פון צוויי טויזענט מייל פון מאדים.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:16 am#31979
איך האב געמיינט אז דע נומערס אויף די רעכטע זיין איז קארעקט. יעצט כאפיך אז יענץ איז די טאטעל נומערס.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:17 am#31980
די סענטער ווי די חברה געפינען זיך איז אין קאליפארניע. יא?
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:18 am#31981
יא
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:19 am#31982
ער זאגט אז מעגליך עס וועלן זיין בילדער פון מארס הארט נאכ'ן לאנדען.

---
6 מינוט צו לאנדען.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:21 am#31983
קוריאסיטי איז 1,150 מייל אוועק פון מארס.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:23 am#31984
750 מייל אוועק.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:23 am#31985
גייט אריין אין אטמאספער אין 60 סעקונדעס.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:03 am#33960
זר זהב האט געשריבן:זיין העדליין אליינס מאכט מיר קראצן קאפ.פארוואס איז דער הימל א חלק פון פלענעט EARTH?
איז עס נישט עפעס וואס נעמט ארום אלעס אלעס?

איך זע נישט ווי אין די העדליין די זעסט אז די הימל איז א חלק פון די ערד קוגל, אבער מ'סתם מיינט ער אז מארס האט כמעט נישט קיין אטמאספערע און ממילא זעט די הימל אויס אנדערש ווי אויף ד'רערד, למשל, דאס וואס די הימל זעט אויס בלוי איז נאר א ריזאלט פון אנדערע וועיוולענגטס ווערן אנדערש אבזארבט אין אונזער אטמאספערע, און דאס מאכט די זון אויסזען געל, און אראנדזש - רויט שקיעה צייט. אין ספעיס איז די הימל נישט בלוי און די זון איז אלעמאל די זעלבע קאליר.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:07 am#33963
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:זיין העדליין אליינס מאכט מיר קראצן קאפ.פארוואס איז דער הימל א חלק פון פלענעט EARTH?
איז עס נישט עפעס וואס נעמט ארום אלעס אלעס?

איך זע נישט ווי אין די העדליין די זעסט אז די הימל איז א חלק פון די ערד קוגל

דער העדליין: "?What does Earth look like from Mars" , צוזאמען מיט וואס ער שרייבט דארט גאנן אין אנהייב: "I was curious what the sky looks from Curiosity's location"
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:14 am#33965
זר זהב האט געשריבן:

נא, סא וואס איז דיין שאלה? ער ווינדערט זיך ווי אזוי די הימל זעט אויס פון מארס, זייענדיג ווייטער פון די זון, ווייניגער אטמאספערע, האסט אמאל געזען אונזער וועלטל אויסזען ווי א האלבע לבנה?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:19 am#33968
וואס האט דער הימל מיט EARTH ?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:26 am#33971
זר זהב האט געשריבן:וואס האט דער הימל מיט EARTH ?

ווייל Earth איז א חלק פון די הימל פון מארס'ס פראספעקטיוו פוןקט ווי דו זעסט מארס אין אונזער הימל, פון אונזער, Earths פראספעקטיוו.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:32 am#33976
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואס האט דער הימל מיט EARTH ?

ווייל Earth איז א חלק פון די הימל פון מארס'ס פראספעקטיוו פוןקט ווי דו זעסט מארס אין אונזער הימל, פון אונזער, Earths פראספעקטיוו.

אהא. אין אנדערע ווערטער זאגסטע אז פונקט ווי איך זעה די זון (מארס קען מען דען זעהן?) צווישן מיין וועלטעל אינעם הימל אין א רינדיגע באלי פארום אזוי זעהט מען פון דארט אונזער וועלט.
קארעקט?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:54 am#33989

אקוראט אזוי. געפילטע ייש"כ פארן מסביר'ן. אגב, אין די לינק וואס כ'האב פריער געגעבן לינקט ער צו א געוואלדיגע פראגראם וואס דו קענסט דאונלאודן אויפן קאמפיוטער און גיין צו מארס ווירטואלערהייט.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:00 am#33995
זר זהב האט געשריבן:[אהא. אין אנדערע ווערטער זאגסטע אז פונקט ווי איך זעה די זון (מארס קען מען דען זעהן?)

אוודאי קען מען זען מארס, זי איז דאך אונזער נעיבער, מ'דארף נאר וויסן ווי צו קוקען.

יידל האט געשריבן:אקוראט אזוי. געפילטע ייש"כ פארן מסביר'ן. אגב, אין די לינק וואס כ'האב פריער געגעבן לינקט ער צו א געוואלדיגע פראגראם וואס דו קענסט דאונלאודן אויפן קאמפיוטער און גיין צו מארס ווירטואלערהייט.

האט נישט מייקראסאפט עפעס אזא פראגרעם? עפעס ליגט מיר אין קאפ. (חידוש, הא?)
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:03 am#33997
זר, איך פארשטיי עפעס פון דיינע ווערטער אז מען האט דיר נאכנישט מגלה געווען דעם סוד אז עס איז נישט דא א פאקטישע מציאות וואס הייסט ׳הימל׳.

סך הכל איז דא א ענדלאזע חלל וואס רופט זיך ׳ספעיס׳, וואס איז אנגעלייגט מיט פלאנעטן, שטערן וכו׳, ובתוכם אונזער ערד קוגל און מארס, דו קענסט זיך אוועקשטעלן אויף סיי וועלכע פון די אלע און זיך ארומקוקען אויף די איבריגע חלק פון ספעיס, דו קענסט שטיין אויף די וועלט און קוקן אדער קענסטו שטיין אויף מארס און קוקן, אא״וו.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:05 am#34003
גוט, אבער דער הימל איז א חפצא וואס דער פון אויבן האט באשאפן, ויאמר אלוקים יהי רקיע...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:08 am#34005
ווייס איך נישט פונקטליך ווי אזוי מען טייטשט עס אריין אינעם מציאות.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:09 am#34006
נו , ווייסטע אויך נישט אלעס... זעמער בעיסיקלי 2 אומוויסענדע
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:13 am#34010
מיר זענען אויך צוויי אטעמ׳דיגע, איך האב שוין מורא אז מיר זעמיר גאר קאזינס...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:19 am#34013
אפשר קען זיין אז די רקיע איז ביים סוף ספעיס, אבער דאס גייט שוין אריין אינעם פראבלעם פון מה לפנים מה לאחור.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:30 am#34036
זר זהב האט געשריבן:גוט, אבער דער הימל איז א חפצא וואס דער פון אויבן האט באשאפן, ויאמר אלוקים יהי רקיע...

דוכט זיך אז דער מלבי"ם באווארנט דאס אין זיין פירוש אויפן פסוק אין בראשית.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:01 am#34085
קארל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:גוט, אבער דער הימל איז א חפצא וואס דער פון אויבן האט באשאפן, ויאמר אלוקים יהי רקיע...

דוכט זיך אז דער מלבי"ם באווארנט דאס אין זיין פירוש אויפן פסוק אין בראשית.

דער מלבי"ם שרייבט אז רקיע איז די ether, עפעס וואס מ'האט שפעטער אויפגעוויזן אז עס עקזעסטירט נישט. היינט איז דא צוויי מהלכים צו רקיע: איינס, דאס מיינט די אטמאספערע. צוויי, דאס מיינט א רקיע כפשוטו. איי א רקיע כפשוטו עקזעסטירט נישט? אויף דעם איז די תירוץ דברה תורה כלשון בני אדם. (זע דא א פאוסט ביי רנ"ס דערוועגן)
זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:11 am#34091
הייסט עז אז דער אייבישטער האט באשאפן אן אומעקזיסטירנדע זאך?
אפשר טאקע?!
לופט איז דאך אויך א באשעפיניש
זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:14 am#34093
זר זהב האט געשריבן:הייסט עז אז דער אייבישטער האט באשאפן אן אומעקזיסטירנדע זאך?
אפשר טאקע?!
לופט איז דאך אויך א באשעפיניש

פארוואס זאגסטו אז דער אויבערשטער האט באשאפן אן אומעקזעסטירענדער זאך?
די וועלט'ס אטמאספערע איז אן עקזעסטירנדע זאך.
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:01 pm#34814
Mars Looks Quite Familiar, if Only on the Surface
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:21 pm#34835
יידל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:גוט, אבער דער הימל איז א חפצא וואס דער פון אויבן האט באשאפן, ויאמר אלוקים יהי רקיע...

דוכט זיך אז דער מלבי"ם באווארנט דאס אין זיין פירוש אויפן פסוק אין בראשית.

דער מלבי"ם שרייבט אז רקיע איז די ether, עפעס וואס מ'האט שפעטער אויפגעוויזן אז עס עקזעסטירט נישט. היינט איז דא צוויי מהלכים צו רקיע: איינס, דאס מיינט די אטמאספערע. צוויי, דאס מיינט א רקיע כפשוטו. איי א רקיע כפשוטו עקזעסטירט נישט? אויף דעם איז די תירוץ דברה תורה כלשון בני אדם. (זע דא א פאוסט ביי רנ"ס דערוועגן)

איך האב נאר שנעל איבערגעבליקט דעם מלבי"ם, אבער ווי איך האב פארשטאנען דארמאנט ער נאר דעם 'איטער' דרך אגב [לאפוקי פון די וואס האבן געזאגט אז די כוכבים זענען קבוע אין די גלגלים], אבער נישט אז דאס זאל זיין די 'רקיע', און דערנאך ברענגט ער די מהלך אז די אטמאספערע איז די 'רקיע'.
מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:52 pm#34952
פרעזידענט אבאמא האט היינט אפגעשטאטעט א ווידעא רוף ווי ער האט קאנגראטולירט די נאסא טיעם וואס האט געלאנדעט די ראווער אויף מארס. דער פרעזידענט איז געווען זייער אויפגעהייטערט און האט גוטמוטיג געזאגט א אויב זיי מאכן קאנטאקט מיט מארשיענס זאלן זיי אים לאזן וויסן, צולייגענדיג אז זיי זאלן אים לאזן וויסן אפילו אויב די מארשיענס זענען נישט מער ווי מייקראבס...
president-obama-calls-mars-rover-team.jpg
די טיעם נעמט אבאמא'ס ווידעא רוף
president-obama-calls-mars-rover-team.jpg (59.56 KiB) געזען געווארן 2296 מאל
זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:18 pm#37059
קוריאסיטי שיסט ארויס די ערשטע לעזער

m http://www.wired.com/wiredscience/2012/ ... rst-laser/ m
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:57 am#38286
נאסא מעלדט אז אלע טעסטס זענען דערווייל דורך בשלום, און דער ראווער וועט מעגליך אנפאנגען ארומפארן אין 3-4 טעג.
m http://www.telegraph.co.uk/science/spac ... drive.html m
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:50 am#38344
יאנקל האט געשריבן:נאסא מעלדט אז אלע טעסטס זענען דערווייל דורך בשלום, און דער ראווער וועט מעגליך אנפאנגען ארומפארן אין 3-4 טעג.
http://www.telegraph.co.uk/science/spac ... drive.html

חוץ די וועטער מעסטער ראדארן זענען היפש געשעדיגט.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:00 am#38346
פארשטאנד האט געשריבן:

מקור?