Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מנהג ״פינף״-און-זיבן

מנהג ״פינף״-און-זיבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13561
מיטוואך יאנואר 29, 2020 2:25 pm#442217
מנהג ״פינף״-און-זיבן
שוין געהאט א לאנגע צייט אין קאפ איבער די אין די ענין פון זבה שפלטה ש״ז שסותר יום אחד.

די גאנצע זאך אז אונזערע בנות זענען דינם כזבים איז דאך נאר זייער אייגענע חומרא וואס מ׳האט שפעטער געמאכט הלכה פסוקה. אבער פון דארט האט עס גענומען א טרעין רייד ביי די אחרונים און נאך מער ביי די תמימי חכמי אשכנז ביז יהופיץ.

דאס אז א פלטה ש״ז איז סותר יום אחד איז דאך נאר ביי א זבה גמורה און נישט א נדה (איך מיין, וואס זאל זי סותר זיין? א נדה קען דאך שופעת זיין אלע זיבן און איז מפסיק טהרה וטובל לערב). טא מהיכי תיתי אז די דין האבן די בנות ישראל אויך גענומען אויף זיך? און אויב שוין יא, זייער פיין ווען די פרוי ווייסט אזוי פאר א פאקט אז זי האט פולט געווען. מהיכי תיתי צו גיין אזוי ווייט אז מען דארף אייביג חושש זיין ווייל אפשר האט זי פולט געווען? אבער אפילו דאס, לאמיר דאס אויך נאכגעבן: יעדע היינטיגע פרוי דארף ווארטן וועגן מ׳איז חושש אויף פליטת ש״ז.

וויפיל דארף מען ווארטן? אהּ, זייער פשוט: ווער איז די גרעסטע מחמיר ווילאנג א ש״ז איז נאך מטמא: די חכמים לויט איין גירסא, איז דאס איז עס! שיטת חכמים ו׳ עונות. ו׳ עונות איז דריי טעג סאו דארף יעדע פרוי ווארטן פיר טעג ווייל אפשר האט זי פולט געווען ממש סוף פון די לעצטע עונה (סוף דריטע טאג) טא איז די פערטע טאג פאר דעם.

אַה, איין סעקונדע. נישט ממש יעדע פרוי דארף ווארטן שטייצעך, נאר אזא איינער וואס האט משמש געווען פאר זי איז געווארן טמא. אויב אבער האט זי משמש געווען א צייט פארן טמא ווערן דאן דארף זי נישט ווארטן. איוואר? ראנג! שרייבט דער הייליגער רמ״א נישט קיין חילוק יא משמש געווען נישט משמש געווען, יעדער ווארט! איי פארוואס? ״לא פלוג רבנן״ ערקלערט ר׳ שבתי כהן ז״ל. ווער די ״רבנן״ זענען איז נישט קלאר ווען דער מחבר, דעם רמ״א׳ס בן-דורו, מאכט יא דעם חילוק.

פיין, אקעי. עמיר שוין מיטגיין. אבער ביי א בלויזע כתם, דאך א פשוטע רבנן טומאה, דארט גייט זיכער נישט אן דער דין פון פולטת. איא אידאך עס גזירה לגזירה בספיק ספק ספיקא! אבער אונזערע הייליגע זיידעס אנטוישן נישט: געזעהן א כתם? ווארט פינף טאג צו יא משמש געווען צו נישט משמש געווען! איי משמרת ולא משמרת למשמרת איז דאך געזאגט געווארן נאך פאר די אמוראים כל שכן בן בנו של קל וחומר פאר אחרי אחרונים?! פאלג א גאנג, כופר.

אבער איין מינוט; אפשר קען דאך זיין א פשוטע עצה: זאלן זיך די נשים גוט אויסוואשן דעם בית החיצון לאחר המעשה און אזוי איז דאך זיכער נישטא וואס צו חושש צו זיין! זאגן טאקע די הייליגע ראשונים כמלאכים פה אחד אז לכ״ע העלפט אדער זיך אויסוואשן אדער ארומוואקן נאך שימוש. טוט אן אשה איינע פון די זאכן און נאכדעם זעהט זי דארף זי נישט ווארטן פינף אנצוהייבן ציילן די ז׳ נקיים. און אזוי פסקענט טאקע ר׳ יוסף קארו ז״ל. וואס ווייסן מיר אונז אבער, שרייט ר׳ משה איסערליש! אונז זעמיר דען בקי מיטן זיך וואשן, אונז ווייס מיר דען וואס עס באדייט זיך אפצעוואשן עס זאל גענוג זיין נישט מטמא צו זיין מער?? גארנישט העלפט נישט! נישט קיין וואשן, נישט קיין גיין, גארנישט! יעדע פרוי וואס זעהט א משהו דם דארף ווארטן פינף און זיבן בלי שום יוצא מן הכלל, אפילו א כלה וואס האט נאכנישט געזעהן איר חתן!

אז דער רמב״ם, א ראשון, מאכט די אלע געפירעכצער אוועק בשתי ידיו און זאגט קלאר אז מען קען אנהייבן ציילן ז׳ נקיים באלד מיטן מפסיק זיין בטהרה, אז אלע אנדערע שפעטערדיגע ראשונים פאר וועלכע עס שמעקט יא זענען מקיל ברחיצה וכדומה, ווי טרויען זיך אחרי אחרונים צו קומען און מאכן א תורה שלימה מיט חומרות על גבי חומרות?!

מען האט איינמאל עובר געווען אויף לא תגרעו און אויסגעריסן לא תוסיפו אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.

די כבר!
מיטוואך יאנואר 29, 2020 3:15 pm#442220
בן חכמוני האט געשריבן:די גאנצע זאך אז אונזערע בנות זענען דינם כזבים איז דאך נאר זייער אייגענע חומרא וואס מ׳האט שפעטער געמאכט הלכה פסוקה.
און זעמיר נישט בקי אין די מציאות'דיגע חילוקים פון נדה ביז זבה פארדעם איז מען חושש ביי יעדע נדה כאילו זי איז א זבה. דאס איז נישט קיין 'גזירה' וואס מ'קען זאגן אויף דעם גזירה לגזירה וכו' דאס איז א געהעריגע ספיקא דאורייתא לחומרא. דאס זעלביגע איז בנוגע דעם פולטת סוף יום ג'.

בן חכמוני האט געשריבן:ה, איין סעקונדע. נישט ממש יעדע פרוי דארף ווארטן שטייצעך, נאר אזא איינער וואס האט משמש געווען פאר זי איז געווארן טמא. אויב אבער האט זי משמש געווען א צייט פארן טמא ווערן דאן דארף זי נישט ווארטן. איוואר? ראנג! שרייבט דער הייליגער רמ״א נישט קיין חילוק יא משמש געווען נישט משמש געווען, יעדער ווארט! איי פארוואס? ״לא פלוג רבנן״ ערקלערט ר׳ שבתי כהן ז״ל. ווער די ״רבנן״ זענען איז נישט קלאר ווען דער מחבר, דעם רמ״א׳ס בן-דורו, מאכט יא דעם חילוק.
לא פלוג רבנן אין דעם קאנטעקסט מיינט נישט אז די יעצטיגע רבנים וואס פסק'נען זענען נישט מפליג. ער מיינט צו ציטירן דער כלל וואס איז פון כללי הפסיקה און ווערט אפטמאל באניצט אין הלכה ווייל ער האלט אז אויף דעם פאל איז שייך דעם כלל פון לא פליגי און ממילא איז עס אסור, דעס אז דער מחבר האלט נישט אז ס'איז פאסיג דא טוישט נישט דעם הלכה'דיגן כלל פון לא פליגי.

בן חכמוני האט געשריבן:וואס ווייסן מיר אונז אבער, שרייט ר׳ משה איסערליש! אונז זעמיר דען בקי מיטן זיך וואשן, אונז ווייס מיר דען וואס עס באדייט זיך אפצעוואשן עס זאל גענוג זיין נישט מטמא צו זיין מער?? גארנישט העלפט נישט! נישט קיין וואשן, נישט קיין גיין, גארנישט! יעדע פרוי וואס זעהט א משהו דם דארף ווארטן פינף און זיבן בלי שום יוצא מן הכלל
"ר' משה איסרליש" המכונה רמ"א/הגה וואס הערט נישט אויף צוברענגען אלערליי מנהגים וואס זענען נאר נוגע להלכה, האט געשריבן שוין 400 יאר צירוק אז מיר דענקן נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט צו וואשן באופן ס'זאל נישט בלייבן קיין ש"ז, די דענקסט יא? אדרבה ברענג עס צו דא דער עולם וועט אייך שטארק מכיר טובה זיין.

בן חכמוני האט געשריבן:מען האט איינמאל עובר געווען אויף לא תגרעו און אויסגעריסן לא תוסיפו אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.
די כבר!
קענסט פליז איבערזעצן אויף אידיש?
מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:17 pm#442226
אויב וויל מען דן זיין כהלכה כדרכה של תורה, מילא. אבער די גרויליגע זלזול און עקל'דיגע שפראך אויף רבותינו הרמ"א והש"ך ברענגט צום ברעכן.

פוי!
מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:46 pm#442227
אָאָאָ..איך האב געמיינט איך בין אויף קאווע שטיבל. וואס ווייס איך.

זלזול? ארויסשרייבן ״ר׳ משה איסערליש״ איז א זלזול?! ״דער הייליגער רמ״א״ איז גרויליג?! יונגערמאן, נעם דיר א קאלטן שויער!

און @טראכטמוני, דו ביזט נישט גערעכט אז די פרויען זענען זבים מספק דאורייתא. צוערשט האט רבי גוזר געווען ששה נקיים וועגן א מעגליכע ספק און דערנאך האבן די בנות ישראל זיך מחמיר געווען זיבן אייביג. דאס איז דאך די באקאנטע ר׳ זירא גמרא. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז אונז זעמיר נישט בקי אין די חילוק פון נדה וזבה; דער רמב״ם און די חינוך זענען עס זייער קלאר מסביר. נישט א ספק אין ווער איז א נדה צו א זבה האט געברענגט די חומרות, נאר א ספק אין די טעג. דברים פשוטים וברורים.

וואס איך האב געמיינט וועגן לא תגרעו איז אז אזוי וואלט מען געקענט טראכטן אז אזויפיל חומרות איז געהעריג בל תוסיף, קען מען פארענטפערן אז מען האט איינמאל עובר געווען אויף לא תגרעו מיטן גורע זיין לא תוסיפו און אזוי קען מען שטעלן וויפיל חומרות ס׳גייט.

נאכאמאל, שיהיה ברור, כמעט אלע ראשונים האבן ניטאמאל פיר טעג און די וואס יא זענען מחלק בין שמשה ללא און זאגן אז רחיצה העלפט. דאס נישט מחלק זיין בכלום און אסערן אלעס און אלעס איז א תורה חדשה גמורה אן א טראפ ספק!
מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:22 pm#442233
לאמיר קלארשטעל:
דא האט איר דער חינוך וואס לייגט עס אראפ בטוטו"ד:
וכשבא רבי וראה שנתמעטה החכמה בעולם ואין החכמים בקיאין במראות הדמים וכי הנשים היו נוהגות בדין תורה, שהיו מונות ימי הנידה לנידה וימי זיבה לזיבה, חשש לדבר. שמא לפעמים תראה האשה דם שהוא מן התורה טהור ומפני שלא תמצא חכם שיכיר בו, תחוש לו מן הספק ותשב עליו. ואם אתה מנהיגה בדין תורה, הרי שתהיה מונה מאותו יום שתתחיל לראות שבעה ימים, ובליל שמיני אף על פי ששפעה כל שבעה, אם פסקה ביום שביעי טובלת לערב כמו שאמרנו למעלה. ונמצא לפעמים שבאים עליה לידי איסור כרת, כי יש לחוש שמא כל הדם שראתה כל ששה ימים הוא דם טהור ושל יום השביעי היה דם טמא. והיא התחילה למנות שבעת ימי נדות מיום ראשון שראתה, והיה לה להתחיל ולמנותם מיום שביעי כי הוא התחלת נדותה, שהיה דם טמא. ועל ידי טעות זו באה לטעות הרבה פעמים מנדה לזבה ומזבה לנדה, שתהא סבורה להיות בימי נדות ותהא בימי זיבות.

לפיכך עמד רבי ותקן (נידה סו.) שכל אשה שרואה יום אחד תשב ששה ימים נקיים, וכן אם ראתה שני ימים תשב גם כן ששה נקיים. שכל זמן שאינה רואה יותר משני ימים, כשהיא יושבת עליהן ששה ימים נקיים אין בהן מקום ספק מעתה, שאם אותן הימים שניהם בימי נדה הם, לסוף שבעה טהורה היא. ואם שניהן בימי זיבה הם, לא היתה צריכה אלא יום אחד. ואפילו הראשון בימי זיבה והשני בימי נדה, אין בכך כלום שהרי היא יושבת אחר מכן ששה נקיים, והאחד מאותן ששה נקיים עולה לאותו יום של זיבה ואף על פי שכלן בימי נדה הן, שהלכה היא ימי נידה שאינה רואה בהן עולים לימי זיבה. ואם ראתה שלשה ימים, תיקן הוא שתהא יושבת שבעה נקיים מפני שיש לחוש שכל השלשה בימי זיבה היו, והרי היא זבה גדולה שצריכה לישב שבעה נקיים מדין תורה.

זאת היתה תקנתו של רבי. ועם תקנה זו לא נשאר שום ספק בענין. ואחר תקנה זו הוסיפו עוד בנות ישראל והחמירו על עצמן (דף סו.) שאפילו רואות טיפת דם כחרדל, כלומר אפילו בראיה אחת, היו יושבות שבעה נקיים, שלא רצו לחלק בין רואה דם יום אחד או שנים לרואה שלשה ימים. ואין ענין החומרא שהחמירו הם משום דם מועט כחרדל, כי מדין תורה אין חילוק לענין ימי נדות בין דם מועט לדם מרובה, כי לעולם צריכה לישב שבעת ימים רצופים כמו שאמרנו. אבל החומרא היא שעשו עצמן כזבות אפילו בראיה אחת.


רבי'ס תקנה איז וועגן דעם וואס אונז זעמיר נישט בקי במראות הדמים ממילא קען מען זיך אמאל פארטוישן בין נדה לזבה ווייל ס'קען זיך מאכן ראי' וואס איז מה"ת מותר און אונז וועלן עס אננעמן ווי נדה אין מיר וועלן נישט אננעמען די שפעטערדיגע דם לדם זבה. שפעטער האבן בנות ישראל צוגעלייגט אז אפי' ראי' אחת וואס - וואס איז א פראבלעם ביי נדה אבער נישט בדיני זבה איז דאס גארנישט - האבן זיי אויך חושש געווען כזבה גדולה, דאס איז חומרא דר' זירא.

אין אנדערע נייעס...
בן חכמוני האט געשריבן:זלזול?

בן חכמוני האט געשריבן:(אויפן רמא) אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.

די כבר!

מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:29 pm#442234
ביסט גערעכט מיט דיינע טענות, איך ווייס נישט פארוואס טאקע די אשכנזים האבן אזוי מחמיר געוועהן אין דער ענין, און עס איז נישטא קיין אמת'ע תירוץ אויף דעם אויך נישט לפי ידיעתי.

דער טיפת דם פין ר' זירא איז שוין א שוועריקייט ווייל אפילו אפאר פרויען נעמען זיך פאר א חומרא דארף עס נישט ווערען א נחלת הכלל, בפרט אז עס ווערט נישט געברענגט א סיבה דערצו.

און מען אנפרעגן א האלבע שולחן ערוך מיט אזעלכע קשיות. דער אין אנו בקיאין הערשט אין גאר אסאך שאלות, און די חומרות גייען גג על גג.

אבער, עס איז נישטא קיין ברירה, מען מוז האלטען דער תורה לויט דער מסורה, פאר איין סיבה, אויב מען טוישט געוויסע זאכן, ווערט מען דורך דעם שוואך אין אלעס, און עס בלייבט גארנישט איבער. פארוואס?

נישט ווייל מען מוז דווקא האלטען די אלע זאכן. נאר עס איז נישטא קיין סאציאלע פעסטונג ווי צו זיין.

גייסטו צו די ספרדים האבן זיי אויך אייגענע משוגעתן וואס זיי טוהן, און אזוי יעדער פלאץ.

קענסט נישט זיין א סאטמארע און גיין צום כותל, זאל גיין צום כותל זיין דער גרעסטער שטות.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:40 pm#442235
כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:46 pm#442236
דער רמבם זאגט שוין אז ווען איינער זאגט אז בשר עוף איז אסור מדאורייתא איז ער עובר אויף בל תוסיף.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:51 pm#442238
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.


שוין ווייטער... ווען גיייט זיך שוין דאס מינות און אפיקורסת ענדליך אפשטעלן? באשעפער העלף שוין!
מיטוואך יאנואר 29, 2020 6:56 pm#442240
קאך_לעפל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.


שוין ווייטער... ווען גיייט זיך שוין דאס מינות און אפיקורסת ענדליך אפשטעלן? באשעפער העלף שוין!

איך ווייס נישט מיט וועלכע תלמידי חכמים און דיינים דו ביזט אין קאנטאקט, אבער די וועלכע איך בין באקאנט מיט האלטן אויך בערך אזוי, כ'זאג בכלל נישט קיין אייגענע ווערטער.

דו ווילסט טאקע וואוסן ווען די אפיקורסת וועט זיך אפשטעלן? ווען איך וועל באגעגענען אן אנגעזעענע תלמיד חכם וואס האלט אנדערש.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:06 pm#442242
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.


שוין ווייטער... ווען גיייט זיך שוין דאס מינות און אפיקורסת ענדליך אפשטעלן? באשעפער העלף שוין!

איך ווייס נישט מיט וועלכע תלמידי חכמים און דיינים דו ביזט אין קאנטאקט, אבער די וועלכע איך בין באקאנט מיט האלטן אויך בערך אזוי, כ'זאג בכלל נישט קיין אייגענע ווערטער.
האלטן אז וואס? אז מען קען איגנארירן די פינף טעג?

גראדע מענינא דיומא האב איך געהערט פון איינעם אז דאס איז געווען איינער פון ר' שמואל ניימאןס חטאים.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:13 pm#442243
כ'האב נישט גערעדט פון "קענען", דאס איז דאך פשוט אז מען "קען", ס'דאך מעשים בכל יום אז מענטשן טוען וואס זיי געפעלט, איך האב גערעדט פון די ציל (purpose) פון די אלע חששות. און די ציל פון די אלע חומרות איז נישט צו אפהיטן פון אריינפאלן אין גיהנם, אויפרעגן דעם אויבערשטן, אדער ארומפאטשקען מיט די עולמות העליונים, די ציל פון די אלע זאכן איז פשוט צו געבן פאר'ן עולם וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, ווער ס'האט עפעס בעסערס וואס צו טון מיט די צייט זאל איהם וואויל באקומען.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 9:05 pm#442244
אישתישבי האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט דיינע טענות, איך ווייס נישט פארוואס טאקע די אשכנזים האבן אזוי מחמיר געוועהן אין דער ענין, און עס איז נישטא קיין אמת'ע תירוץ אויף דעם אויך נישט לפי ידיעתי.

דער טיפת דם פין ר' זירא איז שוין א שוועריקייט ווייל אפילו אפאר פרויען נעמען זיך פאר א חומרא דארף עס נישט ווערען א נחלת הכלל, בפרט אז עס ווערט נישט געברענגט א סיבה דערצו.


מ'קען מיינען דעס איז די איינצוגסטע פלאץ וואס מיר טרעפן אזא "מנהג" וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א חוב, ספרי הלכה זענען פול פון דעם, איין דוגמא:

תפילת ערבית, וואס ס'קומט אפי' נישט ביי דעם אריין קיין שום חששות דאורייתא, ס'איז "רשות" אבער דאך זאגט דער רמב"ם "ואעפ"כ נהגו כל ישראל בכל מקומות מושבותיהם להתפלל ערבית, וקבלוה עליהם כתפילת חובה".

סארי חברה, ס'וועט אייך גארנישט העלפן. עטץ קענטץ ווייטער האקן, "מנהג ישראל תורה" איז אן אבן הפינה מיסודי הדת שוין טויזנטער יאר, ס'איז נישט קיין נייע זאך בכלל.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 9:10 pm#442245
דער רמב"ם דארט זאגט נישט אז דאווענען מעריב איז פלוצלונג געווארן א חיוב, ער זאגט נאר אז מ'האט עס מקבל געווען כאילו ס'וואלט געווען א חוב, מ'פירט זיך כאילו ס'איז א חוב, ס'מיינט אבער נישט אז איינער וואס דאוונט נישט קיין מעריב טוט עפעס שלעכט, העכסטנס האט ער נישט מקיים געווען די מנהג פון דאווענען מעריב יעדן איינציגסטן טאג כאילו ס'וואלט געווען א חיוב. ביי שופר בלאזן שטייט אויך אז די פרויען האבן עס מקבל געווען ווי א חוב, ס'וועט דען איינער זאגן אז א פרוי וואס גייט נישט הערן שופר בלאזן ווייל זי איז פארנומען מיט די קינדער צו וואס טוט עפעס שלעכט?
מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:02 pm#442248
ווען ער וואלט ווען געזאגט "אזויווי א חיוב" הער איך וואס די זאגסט, כאטש מ'קען מפקפק זיין צו דער דיוק פון "כאילו" חוב איז אמת. אבער רמב"ם זאגט נישט "כחובה" ער זאגט "כתפילת חובה" וואס טייטש: פונקט אזויווי שחרית און מנחה וואס זענען "תפלות חובה".
מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:16 pm#442249
אויב די ווערטער "וקבלו עליהם כתפילת חובה" מיינט צו זאגן אז "כלל ישראל האט זיך פארגענומען צו דאווענען מעריב פונקט ווי מ'דאוונט שחרית און מנחה (וואס זיי זענען א חיוב)", איז דאך עס זיכער נישט קיין חיוב, סך הכל זאגט ער אז ס'איז א מנהג.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:41 pm#442251
מגילה - וואס מ'בענטשט בשם ומלכות אשר קדשנו במצוותיו וכו' - איז א מנהג?
(אסתר ט כז) האט געשריבן:קִיְּמוּ וקבל [וְקִבְּלוּ] הַיְּהוּדִים עֲלֵיהֶם וְעַל זַרְעָם וְעַל כָּל הַנִּלְוִים עֲלֵיהֶם וְלֹא יַעֲבוֹר לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת שְׁנֵי הַיָּמִים הָאֵלֶּה כִּכְתָבָם וְכִזְמַנָּם בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה.

הגם אין דנים דברי תורה מדברי סופרים ולא דברי סופרים מדברי תורה, אבער אן אסמכתא איז עס יא צו וואס איך גלייב איז פשוט פירוש מילות קבלו עליהם.
מיטוואך יאנואר 29, 2020 11:08 pm#442253
דארט האט זיך עס אנגעפאנגען מיט אפאר פסוקים פריער ווען מרדכי האט געמאכט די נייע מצווה דרבנן פון פורים, און וויבאלד א תקנה וואס ווערט נישט אנגענומען ביים ציבור ווערט בטל פון זיך אליינס (אזויווי טבילת עזרא), אויף דעם ארויף שטייט אז דעם מצווה האט מען יא אנגענומען.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 1:49 am#442259
כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען.
האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 3:09 am#442260
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דארט האט זיך עס אנגעפאנגען מיט אפאר פסוקים פריער ווען מרדכי האט געמאכט די נייע מצווה דרבנן פון פורים, און וויבאלד א תקנה וואס ווערט נישט אנגענומען ביים ציבור ווערט בטל פון זיך אליינס (אזויווי טבילת עזרא), אויף דעם ארויף שטייט אז דעם מצווה האט מען יא אנגענומען.

real fake news האט געשריבן:כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען.
האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳?

די פורים תורה׳ס גייען דא כמעיין המתגבר...
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:55 am#442264
גראדע ביסטו דער וואס האט אנגעהויבן רעדן וועגן פורים.

איך האב גראדע געהערט אז ר' שמואל ניימאן האט מקיל געוועהן אין מעריב, ווי אויך אין לערנען חומש ביינאכט.

און צום ענין, מען זעהט אז מען רעדט איין די פרויען (און מענער) פאלשער סיבות פארוואס דער פינף טעג מאכט סענס, מן הסתם איז עס ווייל קיין אמת'ער סיבות איז נישט דא. איך געדענק װען איך בין געגאנגען צו שיעורים פין איינער פין די ל' רבנים לאנג צוריק, פלעגט ער שטארק קרעכצען ביי דער רמ"א פין פינף טעג, פיר אלץ דריי, פינף אלץ פיר, שמשה אטו לא שמשה, דער קרעכץ איז געוועהן גאנץ טיף. און מיט דעם פלעגן רבנים נישט מקיל זיין, אפילו אויף א פאל פין א פרוי וואס האט נישט קיין קינדער ווייל איר אוויולעישען איז פרי, נאר דורך סקיפען מקוה א חודש. היינט איז מען מקיל מער (יא יא, אפילו די דרייסיג) אויף אנדערע אופנים, דורך מחמיר זיין אויף פרישות וכו'.

אויף דעם צו א מנהג פין עלטערען איז מחייב קען מען קוקען דא

m https://www.betmidrash.org.il/index.php ... 7%94%D7%92 m

ווי דער שרייבער איז גאר שטארק מסכם דער ענין. אין דער ענד איז עס א מחלוקת אחרונים, דער חתםַ סופר איז מחמיר (בינגא) און די אנדערע זענען מקיל מיט געוויסע הגדרות.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:42 am#442273
real fake news האט געשריבן:כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען.
האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳?



זיכער נישט דאס, אבער ענליך קען זיין די בית יוסף וואס זאגט אז די סיבה פארוואס די גאונים און די ריף ברענגען נישט די הלכה איז ווייל רוב מאל איז עס נישט נוגע ווייל די פרויען קענען סייווי נישט מפסיק פאר פיר. ער קריגט מיט דעם אויפן רשב״א וואס מאכט אוועק דעם מנהג צוליב די שטילקייט פון די פריעדיגע דערויף (די רשב״א אליין זאגט גראדע צום סוף אז א בעל נפש יחוש לעצמו).
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:54 am#442275
m https://www.google.com/url?sa=t&source= ... lUZlPxOonQ m

דא קען מען זעהן ענדלעך צו דעם, אז זיי האבן געוואלט אז אלע פרויען זאלען זיין גלייך, נישט איינער פריער, איינער שפעטער.

פארשטייט זיך, אז דאס איז אלעס באבע פשעטליך, ווייל שלא הרי די אמאליגע ווי די היינטיגע, אמאהל, האט מען געזאגט דער אמת, ווען די אמאליגע וואלטן געהאט א סיבה צו מאכן אלע גלייך, וואלטען זיי עס געזאגט, נישט באהאלטן און געזאגט אנדערע (שוואכערע) סיבות.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 4:20 pm#442283
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 4:21 pm#442284
.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:45 pm#442300
די לשון זלזול וליצנות לאזט נישט קיין ערנסטע שמועס להלכה דא. ווען דער פותח האשכול וואלט געהאט א קשיא אויסצושמועסן, וואלט די נוסח געווען אנדערש, ופשוט.

איך וויל נאר דערמאנען עפעס. איך האב א חבר א ספרדישע שהשתכנז, און איז זאגאר געווען א חברותא פון דער יורש עצר פון בריסק יארען לאנג. אנך זיין חתונה האט ער געקלינגען זיין באבע פון מאראקא, מיט דער האפענונג אז ער וועט קענען האבען א ׳מסורה׳ להקל אויף פיר און אפשר דריי טעג. זי האט איהם געזאגט ׳בטח! שבע ושבע חכינו!׳ ער האט שנעל אראפ געלייגט די טלפון.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:50 am#442315
זלזול שמולזל. גייטס שוין גייטס, א געשעפט האב איך. די מעריטס איז אזאנס אפגעפרעגט אז עטץ זענטס פרייליך איך האב ענק געגעבן אויף וואס זיך אנצוכאפן. נישטא גארנישט דארט הגם איך האב באמת געוואלט שרייבן שארפער ווייל ס׳איז מיר הייס דאס הארץ אין מיינע געדערים.

און איך האב בכלל נישט קיין קשיות. די קשיות לאז איך פאר ענק פרומע. איך האב די תירוצים, אדער בעסער געזאגט דעם איינעם תירוץ וואס געלט אויף די אלע זאכן: א גוטע נאכט. ותו לא מידי.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:14 am#442317
Complicated halacos and chumros upon chumros make People depend on their rebbis
no way one could know all these laws by heart IF you dont study deeply
which isnt for The laypeople with 9-5 work or even the ones learning causaly at yeshiva
Without people depending on their rabbis they lose their status
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:18 am#442318
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
בן חכמוני האט געשריבן:דעם איינעם תירוץ וואס געלט אויף די אלע זאכן: א גוטע נאכט. ותו לא מידי.

״א גוטן פורים״ געלט סאך בעסער...
פרייטאג יאנואר 31, 2020 8:16 am#442321
געדערעם שמעדערעם, אנשטאטס אריין טראכטן ווערסטו באליידיגט. אדער קענסטו ברענגן פאנטאסטישע קאנספירעסי טעאריעס ווי דער רביה״ק.

און דער אמת איז, אזוי גיין די אלע שמועסן. קודם נעמט מען די זאך נישט ערנסט, און נאך דעם שטעלט מען א פנים כאילו מ׳האט ׳קשיא׳ס׳ וואס ענגבערן. די תירוצים צו רוב קשיא׳ס הייבן זיך נאר אן ווען מ׳איז גרייט צו נעמן די זאך ערנסט. דאנס גילט אין הלכה, אין אמונה און אין מידות.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 10:15 am#442326
מנהג ״פינף״-און-זיבן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Complicated halacos and chumros upon chumros make People depend on their rebbis
no way one could know all these laws by heart IF you dont study deeply
which isnt for The laypeople with 9-5 work or even the ones learning causaly at yeshiva
Without people depending on their rabbis they lose their status


ראי׳ לסתור? זעסט דאך פון דא אליין פונקט פארקערט, ״וויבאלד״ ס׳איז געווען מסובח און פרויען האבן נישט מבחין געווען בין זבה לנידה האבן די רבנים עס סטאנדארדיזירט און געמאכט פשוט נישט די אנדערע וועג ארום. טאקע באויפן של חומרה אבער דאס האט עס נישט געמאכט מער קאמפליצירט, פונקט פארקערט. א חומרה מיינט ס׳איז שווערער, אויסדריקלעך נישט משער קאמפליצירט.

ולעצם טענתך, דאס איז דאך די אלטע אויסגעדראשענע אמעראצישע דעה פון אקאדעמיקס וואס זענען נישט פרום און האבן בסך הכל שטודירט אביסל הלכה אן אדורכאקערן אלעס במקורם אין ש״ס והלכה צו זען השתלשלת הדברים ווי מ׳זעט פאר זיך די משה ומתן בהלכה כדרכה של תורה זה נותן וזה נוטל זה בונה וזה סותר וואו און פון וואו יעדער בויט זיך זיין דעה. אזא טענה איז נאר שייך ווען מ׳קומט מיט אן הנחה קודמי אז עס איז דא עפעס א באהאלטענע קאנספיראטארישע סיבה פארוואס געוויסע פוסקים האבן אנגענומען זייערע שיטות וואס זיי האבן דאס נישט ערווענט בתוך דבריהם וואס זענען געדרוקט געווארן, ווייל ווען מ׳קוקט אריין קען מען בדרך כלל קלאר זען השתלשלת הדברים.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 12:24 pm#442330
טראכטכמוני האט געשריבן:ולעצם טענתך, דאס איז דאך די אלטע אויסגעדראשענע אמעראצישע דעה פון אקאדעמיקס וואס זענען נישט פרום.

אבי גערעדט, א היימישע חשובע תלמיד חכם האט דאס מיר געזאגט.

בכלל געפעלט מיר ווי געוויסע חברה דא אטאקירן מיך פאר'ן רעדן "אפיקורסת" און "אמעראצעס" כאילו איך זאג דא אייגענע זאכן, אדרבה, גייטס אליינס און דרוקטס אייער רב צום וואנט מיט די אלע קשיות אזויווי איך האב געטון, אויב וועט ער האבן וואס צו ענטפערן (יא, נישט אייביג ווייסן זיי אליינס פארוואס זיי זאגן געוויסע זאכן) וועט עס זיין בערך אויף די זעלבע נוסח.

ס'איז זייער גרינג צו גיין אין ישיבה, לערנען אפאר ר' חיים'ס און בריסקע תורות און זיך איינרעדן אז גאנץ אידישקייט ארבעט מיט אזעלכע פונקטליכע כללים און זיך בארואיגן דאס געוויסן אז די רבנים דארט אויבן האבן זיכער גוטע תירוצים אויף אלע קשיות, אויב דאס איז וואס דו ווילסט זאלסטו טאקע נישט פרעגן קיין קשיות, נישט פון דיין רב און נישט פון מיר, אויב אבער ווילסטו דערגיין דעם אמת זאלסטו זיך גוט אנגארטלען פאר דו שפרינגסט אריין, וועסט ארויסקומען אפשר נאך א גרעסערע אפיקורות און עם הארץ ווי מיר...
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:32 pm#442334
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:ולעצם טענתך, דאס איז דאך די אלטע אויסגעדראשענע אמעראצישע דעה פון אקאדעמיקס וואס זענען נישט פרום.

אבי גערעדט, א היימישע חשובע תלמיד חכם האט דאס מיר געזאגט.

בכלל געפעלט מיר ווי געוויסע חברה דא אטאקירן מיך פאר'ן רעדן "אפיקורסת" און "אמעראצעס" כאילו איך זאג דא אייגענע זאכן, אדרבה, גייטס אליינס און דרוקטס אייער רב צום וואנט מיט די אלע קשיות אזויווי איך האב געטון, אויב וועט ער האבן וואס צו ענטפערן (יא, נישט אייביג ווייסן זיי אליינס פארוואס זיי זאגן געוויסע זאכן) וועט עס זיין בערך אויף די זעלבע נוסח.

ס'איז זייער גרינג צו גיין אין ישיבה, לערנען אפאר ר' חיים'ס און בריסקע תורות און זיך איינרעדן אז גאנץ אידישקייט ארבעט מיט אזעלכע פונקטליכע כללים און זיך בארואיגן דאס געוויסן אז די רבנים דארט אויבן האבן זיכער גוטע תירוצים אויף אלע קשיות, אויב דאס איז וואס דו ווילסט זאלסטו טאקע נישט פרעגן קיין קשיות, נישט פון דיין רב און נישט פון מיר, אויב אבער ווילסטו דערגיין דעם אמת זאלסטו זיך גוט אנגארטלען פאר דו שפרינגסט אריין, וועסט ארויסקומען אפשר נאך א גרעסערע אפיקורות און עם הארץ ווי מיר...

אמעראצעס שמאמעראצעס, במחילת כבודך דערמאנסטע מיך פון דעם דארפסמאן פון דערהיים וואס זיין אידישקייט האט באשטאנען פון וואס זיין רב האט עם יא געקענט ענטפערן אדער נישט ווען ער האט עם געדריקט צום וואנט, און אויב האט זיין רב נישט געהאט דעם ריכטיגן תירוץ איז אידישקייט געווען געענדיגט ביינעם. אודאי זענען דא קשיות, ס׳קיינער נאכנישט געשטארבן פון דעם, אבער דער קאנטראליר קאנספיראציע איז נישט קיין תירוץ נאר א גרעסערע קשיא ווי די אלע קשיות צאמגעלייגט.

די האסט זיך ארויפגעכאפט אויף א האלבן דיבור מיינע, כ׳האב נישט געזאגט איך האלט ביסט אן אפיקורס, אודאי נישט קיין עם הארץ. איך זאג נאר צו דיר און צו די אלע אקאדעמיקער וואס טענה׳ן דעם קאנטראליר טענה, גיי עפן א שולחן ערוך גמרה פוסקים וכו׳ אקער דורך דעם סוגיא אליין וועסטו קענען זען מיט די אייגענע אויגן פארוואס דער זאגט אזוי און דער אנדערער טענה׳ט אנדערש, די אמעראצות שפראצט פוו דער וואס קען נישט אליין גרונטליך דורכטוהן די סוגיות מסובכות ממילה איז אסאך גרינגער צו זאגן אז ס׳איז א קאנספיראציע פון די רבנים צו קאנטראלירן דעם ציבור, איי קוק אריין אין זייערע תשובות וועסטו קלאר זען זייער אמת׳ע סיבה? איי זיי אליין האבן מעודד געווען דאס וואס מ׳זאל לערנען גמרא פוסקים?

ס׳איז נישט אנדערש פון די ״פראטאקאלען״ וואס אנטיסעמיטן לייגן אראפ כלומר׳שט אז אלע רבנים האבן זיך צאמגעזעצט אויסטראכן וויאזוי מיר אידן קענען קאנטראלירן די וועלט.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:36 pm#442339
די חילוק איז נאר אז דא זאגן עס די רבנים אליינס, דא האט מען שוין אמאל גערעדט דערפון. האסט גוטע קשיות וויאזוי די מהלך קען ארבעטן, דאס פרעגט אבער נישט אפ די פאקט אז דאס איז די אפיציעלע שטעלונג פון די רבנים, און גראדע פאקטיש ארבעט עס יא בדרך כלל, די מהלך איז שוין tried and tested פאר הונדערטער יארן, און ביזדערווייל האלט זיך עס פיין.

איך האלט שוין נאכ'ן דורכטון סוגיות און פרעגט קשיות, און פארשטייט זיך אז רוב רבנים האלטן נישט ביים געבן נארמאלע ענטפערס משום איזה סיבה שיהיה (אפשר טאקע ווייל זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן? נעה, קען נישט זיין), אבער פון די וועלכע האלטן יא ביים ענטפערן איז דאס די סארט תירוצים וואס כ'האב באקומען.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 4:13 pm#442341
די חשבון איז דאך מורא׳דיג. תורה איז גאנץ שוער, הן מחמיר זיין הן מקיל זיין. ווען די רבנים וואלטען מקיל געווען, ט׳וואלט מען דען נישט געדארפט אנקומען צו די רבנים? חשבונ׳ן די ימי זיבה מיט ׳ווען האט מען די לעצטע מאל געמצוה׳ט?׳ איז נישט קאמפליצירט? וואס האבען די רבנים פארדינט?

זאג דיין ׳היימישע׳ רב אז ער קען גיין באקומען א רעפאנד אויף זיין שיף טאשיגע רעקל, ווייל ער ווייסט נישט וואס ער רעדט.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 4:44 pm#442345
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Complicated halacos and chumros upon chumros make People depend on their rebbis
no way one could know all these laws by heart IF you dont study deeply
which isnt for The laypeople with 9-5 work or even the ones learning causaly at yeshiva
Without people depending on their rabbis they lose their status


אבער די רעביס אליין קענען אויך גארנישט, כאטש וואלטען די הלכות געדארפט פריווענטען רבנים עמי הארץ.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 4:54 pm#442346
און אז מען רעדט שוין, איך האלט נישט אלע פרישות וואס עס זענען דא היינט, נאר 30 31 און הפלגה, הגם דאס איז אויך איבעריג, לויט דער שו"ע דארף מען נאר האלטען 31 ווען עס איז דער יום החודש. אבער אין סאטמאר למשל, האלט מען הפלגה נאך דריי ווסתות אויב דער נייער הפלגה איז קערצער פין דער פריערדיגער, און לויט ווי איך האב געהערט פין חברים וואס האלטען די סאטמארע פרישות קומט אויס אז מען קען אים איין מחזור האבן אין גאנצען אפאר כשר'ע טעג, דאס מיינט צוויי טשאנסען צו מצוה'נען.

דאס איז גאר ווייניג, אינדערהיים אין אונגארין האט מען נישט געהאלטען די אלע חומרות. אפילו אור זרוע איז נישט געוועהן א נחלת הכלל. די חומרות זענען אלע געווארן סטאנדארט דא אין אמעריקע. ווייל עס איז געווארן א תערובות פין מנהגים און אלע חומרות זענען זיך צוזאמענגעקומען.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 4:58 pm#442347
אישתישבי האט געשריבן:אבער די רעביס אליין קענען אויך גארנישט, כאטש וואלטען די הלכות געדארפט פריווענטען רבנים עמי הארץ.


א. פארוואס זאגסטו אז די רבנים קענען נישט גארנישט?

ב. למאי נ"מ צו זיי קענען יא לערנען צו נישט, למעשה האלטן זיי אן א שטיקל קאנטראל און אזוי קענען זיי מאניפולירן דעם טאג-טעגליכן לעבן פונעם המון עם אז זיי זאלן נישט פארפאלן ווערן, ביזדערווייל ארבעט זיך עס אויס גאנץ פיין.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:35 pm#442351
לאמיר נעמען די רבנים וואס האלטען קאנטראל אױב זײ זענען תלמידי חכמים, סאטמארע רבי'ס, איינער יא און איינער נישט, פאפא נישט, סקווירא נישט, באבאווער איינער יא און איינער נישט (און אפילו דער וואס יא קען ער הלכה אזוי ווי דער אנדערע), בעלזער נישט, און דו ליסטע קיין גיין ווייטער.
ווידער די רבנים וואס קענען יא לערנען, האבן נישט דער קאנטראל, זיי זענען געשטעלט פאר סערוויס דורך די רעביס.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:53 pm#442353
אישתישבי האט געשריבן:לאמיר נעמען די רבנים וואס האלטען קאנטראל אױב זײ זענען תלמידי חכמים, סאטמארע רבי'ס, איינער יא און איינער נישט, פאפא נישט, סקווירא נישט, באבאווער איינער יא און איינער נישט (און אפילו דער וואס יא קען ער הלכה אזוי ווי דער אנדערע), בעלזער נישט, און דו ליסטע קיין גיין ווייטער.
ווידער די רבנים וואס קענען יא לערנען, האבן נישט דער קאנטראל, זיי זענען געשטעלט פאר סערוויס דורך די רעביס.

זייט ווען נעמען רעביס א שטעלונג און הלכות נדה ?
די נושא דא איז רבנים נישט רביס!
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:07 pm#442359
מיר א חידוש געווען, פארוואס דער האט א פלוצלינג א דאגה וועגען פינף און זיבן והמסתעף וכו'.

נאך הערן די דברי הבל פון מורו ורבו "הרב ניימאן" בענין פארשטיי איך שוין אלעס

א געזונטען פורים.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:17 pm#442361
ניימאן
אפשר קענסטו אביסעל מער מסביר זיין די שיטת רב ניימאן בענין זה?
זונטאג פעברואר 02, 2020 12:44 am#442393
איך קען פארשטיין די דזשאדזשמענט דא?

דער האלט איך פרעג פראגעס ווען איך האב נישט געשטעלט קיין איין גאט-באהאלפענע פראגע, דער אנדערער האלט אז איך בין מזלזל ווען איך האב נישט גענוצט א מיליאנסטעל פון די פעך און שוועבל וואס גייט צווישן די גדולי הפוסקים איינער אויפן צווייטן אליין, יעצט בין איך שוין גאר א תלמיד פון שמואל ניימאן וועם איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט א ווארט פון.

וואס איז דאס וואס? איך קען נישט האבן עפעס געדאנקען אין קאפ און דאן עס באשלוסן ארויסצולייגן א שיינעם דינסטאג ווען ס׳מיר ליידיג די צייט?!

סיריעסלי, עטץ ווילטס מוחה זיין און קאפענען מיטן חזיר פיסל גייטס אויף אייוועלט! וואס מיט עטץ דא זיין און שטערן די ווי איך וואס האבן נישט קיין מקום דארט?!

די כבר!
זונטאג פעברואר 02, 2020 9:53 pm#442430
בן חכמוני האט געשריבן:איך קען פארשטיין די דזשאדזשמענט דא?

דער האלט איך פרעג פראגעס ווען איך האב נישט געשטעלט קיין איין גאט-באהאלפענע פראגע, דער אנדערער האלט אז איך בין מזלזל ווען איך האב נישט גענוצט א מיליאנסטעל פון די פעך און שוועבל וואס גייט צווישן די גדולי הפוסקים איינער אויפן צווייטן אליין, יעצט בין איך שוין גאר א תלמיד פון שמואל ניימאן וועם איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט א ווארט פון.

וואס איז דאס וואס? איך קען נישט האבן עפעס געדאנקען אין קאפ און דאן עס באשלוסן ארויסצולייגן א שיינעם דינסטאג ווען ס׳מיר ליידיג די צייט?!

סיריעסלי, עטץ ווילטס מוחה זיין און קאפענען מיטן חזיר פיסל גייטס אויף אייוועלט! וואס מיט עטץ דא זיין און שטערן די ווי איך וואס האבן נישט קיין מקום דארט?!

די כבר!

אבער למעשה שטומט עפעס נישט, קומסט אריין אין 'תורה און מחשבה' און נעמסטיך שיסן בענקלעך אויף די רבי'ס פון כלל ישראל, אזוי עמי בבית, דו ווילסט אפשר מציע זיין א נייע תורה וואס קראסט אויס דעם רמ"א און ש"ך?
און ניין, גדולי הפוסקים האבן נישט גע'פּאוסט דברי זלזול איינער אויפ'ן צווייט'ן
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:00 am#442435
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:לאמיר נעמען די רבנים וואס האלטען קאנטראל אױב זײ זענען תלמידי חכמים, סאטמארע רבי'ס, איינער יא און איינער נישט, פאפא נישט, סקווירא נישט, באבאווער איינער יא און איינער נישט (און אפילו דער וואס יא קען ער הלכה אזוי ווי דער אנדערע), בעלזער נישט, און דו ליסטע קיין גיין ווייטער.
ווידער די רבנים וואס קענען יא לערנען, האבן נישט דער קאנטראל, זיי זענען געשטעלט פאר סערוויס דורך די רעביס.

זייט ווען נעמען רעביס א שטעלונג און הלכות נדה ?
די נושא דא איז רבנים נישט רביס!


עקזאטלי דאס איז מיין פאונט
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:06 am#442437
בן חכמוני האט געשריבן:איך קען פארשטיין די דזשאדזשמענט דא?

דער האלט איך פרעג פראגעס ווען איך האב נישט געשטעלט קיין איין גאט-באהאלפענע פראגע, דער אנדערער האלט אז איך בין מזלזל ווען איך האב נישט גענוצט א מיליאנסטעל פון די פעך און שוועבל וואס גייט צווישן די גדולי הפוסקים איינער אויפן צווייטן אליין, יעצט בין איך שוין גאר א תלמיד פון שמואל ניימאן וועם איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט א ווארט פון.

וואס איז דאס וואס? איך קען נישט האבן עפעס געדאנקען אין קאפ און דאן עס באשלוסן ארויסצולייגן א שיינעם דינסטאג ווען ס׳מיר ליידיג די צייט?!

סיריעסלי, עטץ ווילטס מוחה זיין און קאפענען מיטן חזיר פיסל גייטס אויף אייוועלט! וואס מיט עטץ דא זיין און שטערן די ווי איך וואס האבן נישט קיין מקום דארט?!

די כבר!


איך קען דיר מסביר זיין זאלסט פארשטיין די עגמת נפש פין אפאר דא.

עס זענען דא אידן וואס זענען נישט קיין גרויסע קענערס, זיי מיינען אז יעדעס זאך וואס זיי טוהן שטייט אין תורה שבכתב. ווען זיי געפינען אויס אז עפעס וואס זיי געבן אויף מידי חודש בחדשו, איז חומרות וואס מען קען נישט אפילו מסביר זיין, איז עס שווער, און מען האט עגמת נפש. און דער מנהג איז דאך צו שיסען דער שליח, כמבואר במעשה של שאול המלך, ביסטו דער שולדיגער. ביטע זיי נישט דן די אנגעווייטאגטע אידן. דער סוף איז אז דער אמת קריכט אריין צו זיי אויך. שיק זיי נישט אוועק.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:12 am#442438
און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:31 am#442439
Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ
וואס מיינען די ראשי תיבות פון פ"צ??
מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:09 am#442440
ישעיה האט געשריבן:אבער למעשה שטומט עפעס נישט, קומסט אריין אין 'תורה און מחשבה' און נעמסטיך שיסן בענקלעך אויף די רבי'ס פון כלל ישראל, אזוי עמי בבית, דו ווילסט אפשר מציע זיין א נייע תורה וואס קראסט אויס דעם רמ"א און ש"ך?
און ניין, גדולי הפוסקים האבן נישט גע'פּאוסט דברי זלזול איינער אויפ'ן צווייט'ן


איך א נייע תורה? איך ברענג דאך דייקא דאס ארויס אז די חומרות על גבי חומרות אין די פינף טעג איז א תורה חדשה גמורה! נישט איך בין דער מחדש; דער רמ״א איז. און הגם כמעט יעדע חומרה וואס ער ברענגט דארט קומט געווענליך פון דער תרומת הדשן אדער דער מהרי״ק איז דער רמ״א דער וואס ׳קאדיפייד׳ עס ווי הלכה מחוייבת אויפן כלל. און דאס איז די שווערסטע חלק און ער איז דער וואס דארף זיך ערקלערן, נישט איך.

ווילסט זאגן א מנהג המקום, אקעי. ווילסט אוועקשטעלן א גוטע הנהגה, אקעי. אבער עס איז נישט פארהאן קיין שום רעכט צו קומען מיט די הלכה פסוקה עטיטוד און ישכנו נחש סטראשונגען אויף זאכן וואס רובא דרובא ראשונים זאגן קלאר און אפן פארקערט (!!!)!
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:16 pm#442451
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ
וואס מיינען די ראשי תיבות פון פ"צ??

וועסט ווערן באליידיגט ווען איך זאג דיר צו פרעגן דיין מאמען?

ATUB @בן חכמוני ATUB , אין אנדערע ווערטער, מיט וועלכע כללי הפסק האט זיך דער רמ״א באנוצט ווען ער האט אנגענומען א פסק פון איין מנהג איבער אלע אנדערע ראשונים? איז עס ווייל מ׳האט זיך שוין אזוי געפירט און דער מנהג איז דער קובע? איז עס ווייל מסתבר טעמיה? איז עס ווייל רוב ראשונים צו רוב אנגענומענע ראשונים האלטן אזוי?
נייתי ספר וניחזי