Under maintenance
הויפט זייט » יעקב שונא לעשו - וועקער #17

יעקב שונא לעשו - וועקער #17

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13650
מיטוואך מערץ 25, 2020 12:43 pm#444274
יעקב שונא לעשו - וועקער #17
אזוי ווי איך האב באקומען א מודעה פון עמעזאן אז מיין וועקער'ל וועט היינט אי"ה אנקומען צו מיר אהיים, עפען איך דא א אשכול אויף מיין ארטיקל "יעקב שונא לעשו" וואס ערשיינט אינעם וועקער. אין די ארטיקעל ליגט אסאך הארץ, מחשבה, און פלאנירונג, און כ'האב אז די ציבור וועט עס מחשיב זיין און ארייננעמען די נקודה אין הארץ.

ויהי רצון אז ס'זאל אויפטוהן און מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ.
מיטוואך מערץ 25, 2020 6:24 pm#444289
דיס איז סאמטינג. כ'געדענק נאך ווי כ'האב זיך געשפירט פערזענדליך באליידיגט ליינענדיג דעם באריכט בשעתו.

כ'האף נאר אז די לצים פון מאמענט האבן נישט געוואוסט דערפון...
פרייטאג מערץ 27, 2020 3:39 am#444410
כ'מיין אז כ'וועל אריינשיקן דעם דגל מחנה אפרים צו אלע צייטונגען (אויב צייט וועט ערלויבן):

"ועל דרך הלצה יש לפרש אחר ששמעתי בשם אא"ז [הבעש"ט] זללה"ה שפעם אחת הלך למקוה בין ישמעאלים ובחזרתו מן המקוה ירא שלא יגע בו ישמעאל ושמע שני ישמעאלים מדברים זה עם זה אחד לחבירו שמור עצמך שלא תגע ביהודי הטמא הזה חלילה, והוא שאמר הן עם לבדד ישכון ואינם מתערבים בגוים הטמאים והוא מחמת ובגוים לא יתחשב שאינם חשובים בין הגוים וזה טובתם כנ"ל". (פ' בלק).

ס'מיינט נאכנישט אז כ'בארעכטיג ש. ב. מרגליות
פרייטאג מערץ 27, 2020 10:17 am#444420
די ארטיקעל איז מורא'דיג, די מוסר השכל איז זייער זייער וויכטיג, און די שטיקעל איז שאקינג.
אבער איך זעה נישט פארוואס די האסט טענות אויף די אלע אויסגאבעס פאר'ן אריינלייגן די בריוו. האסט געמאכט א גוטע זשאב און ס'האט אויסגעזעהן עכט. וואס ווילסטו יעצט זיי זאלן נישט דעקן אנטיסעמיטיזעם?
פרייטאג מערץ 27, 2020 10:41 am#444422
וויליאמסבורגער האט געשריבן:די ארטיקעל איז מורא'דיג, די מוסר השכל איז זייער זייער וויכטיג, און די שטיקעל איז שאקינג.

א דאנק.
וויליאמסבורגער האט געשריבן:אבער איך זעה נישט פארוואס די האסט טענות אויף די אלע אויסגאבעס פאר'ן אריינלייגן די בריוו. האסט געמאכט א גוטע זשאב און ס'האט אויסגעזעהן עכט. וואס ווילסטו יעצט זיי זאלן נישט דעקן אנטיסעמיטיזעם?

אפשר איז כדאי זאלסט נאכאמאל ליינען די ארטיקעל. כ'האב קיין ערגעץ נישט קיין טענות אויף די אויסגאבעס פאר'ן אריינלייגן די בריוון. כ'האב טענות אויף די היפאקריטסטווע פון פרעדיגן שנאה, און נאכדעם ליארעמען ווען ס'איז קעגן אונז.
מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:30 pm#444498
איך בין געשפרונגען דעם שבת ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל!

ווי דום איז דער בלאט אז זיי האבן נישט געכאפט אז די כלומר'שטע ביכל שרייבט ווארט ביי וארט וואס שמאל שלמה טעללער (מרגליות) האט געשריבן ביי זיי...
מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:36 pm#444499
יעקב שונא לעשו - וועקער #17
א גרויסען יישר כוח @עקפערימענטירער פארן שיינעם ארטיקל. יעצט פארשטיי איך פארוואס דיין ווייב האט אנגעטראפען דעם ערל אויפן באן, ווייל הרוצה לשקר ירחוק עדותו
איין הערה די בריוו האט איר געשיקט צו די איד, בלאט, צייטונג, מאמענט, אבער דוגמאות פון שנאה און האס האט איר נאר געברענגט פונעם בלאט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:39 pm#445017
WOW
כ'מיין אז די עולם האט נאך נישט געכאפט וואס ליגט אין די ארטיקעל, ווייל פון אנפאנג קוקט עס אויס ווי א אומשילדיגע השקפה מאמר..... רבותי , כאפטס דעם וועקער און ליינטס יעקב שונא לעשו!!!

איך פרעג אויך די זעלבע וואס חוקר פרעגט אז די ברענגסט נאר פון די בלאט אבער באשילדיגסט אלע אנדערע צצייטונגען אויך. וואס איז דיין ראיה אויף זיי?

און אויך , אויב ביסטו עקספירימענטירער פארוואס שטייט א אנדערע נאמען עקיבא אפרים טויבערמאן ??
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:57 pm#445020
המלוכה והממשלה האט געשריבן:WOW
כ'מיין אז די עולם האט נאך נישט געכאפט וואס ליגט אין די ארטיקעל, ווייל פון אנפאנג קוקט עס אויס ווי א אומשילדיגע השקפה מאמר..... רבותי , כאפטס דעם וועקער און ליינטס יעקב שונא לעשו!!!

איך פרעג אויך די זעלבע וואס חוקר פרעגט אז די ברענגסט נאר פון די בלאט אבער באשילדיגסט אלע אנדערע צצייטונגען אויך. וואס איז דיין ראיה אויף זיי?

און אויך , אויב ביסטו עקספירימענטירער פארוואס שטייט א אנדערע נאמען עקיבא אפרים טויבערמאן ??


קוק דא וואס החכם @ראובן האט געענטפערט אויף דיין צווייטע שאלה.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:35 pm#445036
המלוכה והממשלה האט געשריבן:און אויך , אויב ביסטו עקספירימענטירער פארוואס שטייט א אנדערע נאמען עקיבא אפרים טויבערמאן ??

די פולע נאמען איז הרב עקיבא אפרים הכהן טויבערמאנן, און ס'איז מרמז אויף עקספערימענטירער דורך האבן רוב קאנסאנענטען, כזה:
הרב עקיבא אפרים הכהן טויבערמאנן

אזוי אויך, "הרב עקיבא אפרים הכהן טויבערמאנן" איז בגמטריא "עקספערימענטירער". חושבנא דדין כחושבנא דדין.
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:22 am#445061
איך האב נארוואס געלייענט דעם ארטיקל און זייער הנאה געהאט.

דו האסט ארויסגעברענגט אז עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי אנצוקוקן אונזער יחס צו די גויים. אדער אז די אידן זענען א מדרגה העכער פון די גוים, אדער אז די גוים זענען נידעריגע ברואים וואס זענען אפשר בכלל נישט בגדר אנושי. איך מיין אז די צוויי אויסקוקן ווענדט זיך אין א מענטשן'ס אויסקוק נישט נאר צו גוים נאר אויך צו אידן און אידישקייט בכלל.

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול, שרייבט דער רמב"ם אז עס זענען דא צוויי סארטן מצוות: מצוות שכליות און חוקים. מצוות שכליות, ווי די מצוות שבין אדם לחבירו, זענען מצוות וואס יעדער מענטש דארף אויספירן אפגעזעהן צו עס שטייט אין דער תורה אדער נישט. די מצוות שבין אדם למקום, דאקעגן, זענען מצוות וואס מיר פארשטייען נישט אייביג זייער טעם אבער מיר טוהן דאס בלויז ווייל מיר זענען אידן און מיר זענען מקיים דעם רצון השם. דאס הייסט אז עס זענען דא צוויי גדרים. עס זענען דא די מצוות שכליות וואס שטעלן אונז אוועק ווי מענטשן. דערנאך זענען דא די חוקים וואס שטעלן אונז אוועק ווי אידן. לויט דעם קומט אויס אז ווילאנג א גוי האלט איין די מצוות שכליות, דהיינו ער איז א פיינער מענטש וואס פירט זיך מענטשליך, איז ער בעצם א מענטש פונקט אזוי ווי אונז. דאס אז ער עסט חזיר מאכט אים נישט אויס מענטש. מיר אבער האבן אן עקסטערע מעלה אז מיר טוהן דעם רצון השם, און וועגן דאס זענען מיר דער עם סגולה, א פאלק וואס דער באשעפער האט העכערע דערווארטונגען פון זיי.

א מענטש אבער וואס זיין איינציגע וועג צו טוהן דעם רצון השם איז דורכן טראכטן אז די אנדערע וועג איז עקלדיג אדער אוממאראליש, א מענטש וואס מוז זיך איינרעדן אז חזיר איז עקלהאפטיג כדי זיך צו האלטן צו כשר'ס, אזא מענטש רעדט זיך איין אז עסן חזיר איז פונקט אזוי נידעריג ווי הרג'ענען מענטשן און דעריבער וועט ער אנקוקן די גוים ווי נידעריגע ברואים, אפגעזעהן ווי מענטשליך זיי זענען אדער נישט. לויט אים זענען דא אידן און נישט אידן. דאס ווארט מענטשליך עקזיסטירט נישט אין זיין לעקסיקאן.

א מענטש וואס סובסקרייבט צום ערשטן מהלך ווייסט צו שעצן מענטשן לויט זייער מענטשליכקייט און אידן לויט זייער אידישקייט. דעריבער געפונען מיר ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס אויף אריסטו אז ער איז געווען קרוב למעלת הנבואים.

א מענטש וואס סובסקרייבט אבער צום צווייטן מהלך ווייסט נאר צו שעצן מענטשן לויט זייער אידישקייט. דעריבער געפונען מיר די ווערטער פון ש.ב. מרגליות.
פרייטאג אפריל 03, 2020 8:46 am#445080
מ'קען אפשר אריינלערנען תחכמוני'ס פשט אין די מחלוקת צווישן רבי חייא בר אבא און ר' יוחנן. ר' חייא בר אבא זאגט: "מפני מה עובדי כוכבים מזוהמים? מפני שאוכלין שקצים ורמשים." - פארוואס זענען גוים "שמוציג"? ווייל זיי עסן "עקלדיגע חזיר". ר' יוחנן דינגט זיך און ער זאגט: מפני מה עובדי כוכבים מזוהמין? שלא עמדו על הר סיני" - פארוואס זענען גוים שמוציג? ווייל זיי האבן נישט מקבל געווען די תורה. (שבת קמה:) ר' יוחנן האט סובסקרייבט צום ערשטן וועג, ר' חייא בר אבא (ר' יוחנן'ס תלמיד, ירידת הדורות?) האט סובסקרייבט צום צווייטן וועג.

אויך איז דא א דריטע שיטה פון רבי אבא בר כהנא, אז אידן זענען אנדערש ווי די גוים מצד עצמם, פשוט אלס עטנישע גרופע פון בני אברהם יצחק ויעקב, קיין שייכות צו תורה און מצוות, עיין שם.
פרייטאג אפריל 03, 2020 2:20 pm#445122
חוקר ודורש האט געשריבן:א גרויסען יישר כוח @עקפערימענטירער פארן שיינעם ארטיקל. יעצט פארשטיי איך פארוואס דיין ווייב האט אנגעטראפען דעם ערל אויפן באן, ווייל הרוצה לשקר ירחוק עדותו
איין הערה די בריוו האט איר געשיקט צו די איד, בלאט, צייטונג, מאמענט, אבער דוגמאות פון שנאה און האס האט איר נאר געברענגט פונעם בלאט.


Sent from my iPhone using Tapatalk

המלוכה והממשלה האט געשריבן:WOW
כ'מיין אז די עולם האט נאך נישט געכאפט וואס ליגט אין די ארטיקעל, ווייל פון אנפאנג קוקט עס אויס ווי א אומשילדיגע השקפה מאמר..... רבותי , כאפטס דעם וועקער און ליינטס יעקב שונא לעשו!!!

איך פרעג אויך די זעלבע וואס חוקר פרעגט אז די ברענגסט נאר פון די בלאט אבער באשילדיגסט אלע אנדערע צצייטונגען אויך. וואס איז דיין ראיה אויף זיי?

א דאנק פאר די פראגע. איך האב נישט געטראכט אז ס'איז וויכטיג אויסצושמועסן. יעדער ווייסט אז אונזערע צייטונגען זענען פול מיט שנאת הגוים ענדליך צו וואס ש.ב. מרגליות שרייבט כסדר. (נאר מרגליות איז אבסעסירט דערמיט כמעט יעדע וואך) איך האב גראדע געברענגט אינעם ארטיקל צוויי ציטאטן פון היימישע צייטונגען אן שרייבן וועלכע אויסגאבעס. וז"ל:
אין יעדע איינע פון די אלע אויסגאבעס פאלט כמעט יעדע וואך אריין שנאה קעגן יעדן מענטש אויף דער וועלט וואס איז נישט קיין איד, ווי אזעלכע פערלווערטער ווי: "ווען א גוי גייט דיר אריבער און געט דיר נישט קיין זעץ איז דאס ווייל ער איז פויל." אדער איבער א מחלה, "אויף אלע גוים געזאגט."

די ערשטע ציטאט "ווען א גוי גייט דיר אריבער" וכו' האב איך געזעהן אין "דער איד". די צווייטע האב איך שוין געזעהן כמה פעמים אין אלע היימישע אויסגאבעס.

נאך עפעס וואס איך האב נישט אנגעצייכענט אין די ארטיקעל אז אין די זעלבע וואך ממש וואס "מאמענט" האט געהאט די בריוו וועגן דעם שרעקליכן "אנטיסעמיטישע בוך" וואס האט געשריבן אז "א איד איז אן אייזל" (זייט 12). איז בלויז איין בלאט שפעטער (זייט 14) געשטאנען די פאלגענדע אין אן ארטיקל:
"ווען איך פלעג זיך טרעפן מיט'ן גוי, און זאל עס זיין וועלכער גוי עס איז נאר, האב איך געוואוסט צו זיין געווארנט נישט נאנט צו קומען צו זיינע דעות אדער זיינע השקפות. איך האב קענענגעלערנט פונדערנאנט צו זען דעם גוי אויף וועלכן עס ווערט געזאגט "עם הדומה לחמור", און פון אזא פערספעקטיוו האב איך געקוקט אויף זיינע תאוות."
זונטאג אפריל 05, 2020 2:34 pm#445337
זייער אסאך שפריכווערטער נעמען זיך נאך פון די צייטן פונעם מיטלאלטער ווען די פויערן פלעגן פייניגן די אידן, דאן איז געווארן אפגעלייגט אז א גוי רודפ'ט א איד און מען פלעגט זיי תמיד שעלטן.

עס איז מיטגעפארן מיטן אידישן שפראך ביז היינט און עס מיינט לאו דוקא גוים, אבער אן אינטערסאנטער אנעקדאט האב איך געהערט אז איינער האט אמאל געשאלטן פורים אין סקולען אז די גוים זאלן האבן א מפלה און סקולענע רבי זצ"ל האט אים אפגעשטעלט און געזאגט נישט די גוים, די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה, אויך האט איינער אמאל געשווינדלט און עס זענען געווען צוויי גוים וואס האבן אים געדראעט צו פארמסר'ן, איז ער געקומען צו סקולענע רבי זצ"ל און געברענגט צוויי קוויטלעך מיט זייערע נעמען אויפגעשריבן און ער האט געוואלט אז דער רבי זאל זיי שעלטן, ער האט געברענגט מעטשעס און ער איז געווען זיכער אז דער רבי וועט טון נוסח ר' ישעי'לע... אבער סקולענע רבי האט אים אפגעשטעלט און געזאגט, וועגן דו ווילסט גנב'ענען ווילסטו אז איך זאל הרג'ענען אומשולדיגע מענטשן?

די שנאת ישראל לאומות העולם איז א זאך וואס האט זיך אויפגעפרישט נאבן קריג ווען גוי'שע שכנים האבן פארמסרט אידן, מיין באבע האט דעמאלטס געשוואוירן אז אויב וועט זי ארויסגיין פון אוישוויץ לעבעדיג וועט זי גיין וואוינען קיין ארץ ישראל און קיינמאל נישט זיך פארלאזן אויף א גוי, וכן הוה.
מאנטאג אפריל 06, 2020 9:33 pm#445510
דער ארטיקל "יעקב שונא לעשו" וועט מארגן אינדערפרי ארויפגעשטעלט ווערן אויפ'ן וועקער טעלעגראם טשענעל.
m https://t.me/derveker m

פונעם טשענעל:
א סעריע בריוו איבער אן אנטיסעמיטישן אינצידענט זענען דעם ווינטער ערשינען אין די היימישע צייטונגען. אבער הינטער זיי איז געלעגן א סוד וואס קיינע פון די צייטונגען האבן נישט געוואוסט. לייענט דעם שטוינענדן עקספערימענט, עקסקלוסיוו אינעם וועקער.

מארגן אינדערפרי וועלן מיר אי"ה דא ארויפלייגן דעם ארטיקל אומזיסט, פאר אייער הנאה!
דינסטאג אפריל 07, 2020 12:59 am#445525
און איך האב געקויפט דעם וועקער ווייל איך האב געוואלט ליינען עקספערענמענטירערס ארטיקל ווייל איך האב געוויסט אז ס'גייט זיין אינטערסאנט און דא לייגט מען עס ארויס בחינם
דינסטאג אפריל 07, 2020 1:11 am#445530
Re: יעקב שונא לעשו - וועקער #17
גם אני מצטרף לקריאת @קאצקע ציקער, די וועקער וועט דערלייגען אסאך אויב זיי וועלן מפרסום זיין דער ארטיקל


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:19 am#445542
יעקב שונא לעשו - וועקער #17
לענ״ד איז דאס א גוטע החלטה מצד דער וועקער און עס דארף ארויסגעהויבן ווערן. איך גלויב אז די החלטה קומט מצד דעם ווייל לאור המצב בהעולם גייען אסאך דעליוועריס פון עמעזאן אנקומען שפעהט. למשל מיין וועקער, וואס איך האב באשטעלט גראד ביים ארויסקומען, שטייט אז עס וועט ערשט אנקומען אנהויב מאי. איך ווייס נישט פארוואס. אנדערע האבן עס יא באקומען צייטליך (ווי ערווענט ערגעץ אנדערש קען עס זיך אפשר ווענדן אינ׳ם וועירהאַוּז פון וואו עס ווערט געליפערט).

יעצט, איך פערזענליך האף אז די ארויסגעבער(ס און שטאב) פונ׳ם וועקער זעהט(ן) עפעס ריווח בממון פונ׳ם אויסגאבע, פשוט אלס מיין הכרת הטוב דערפאר און פאר די אומגעהוירע ארבייט וואס איז ניכר אז עס ווערט אריינגעלייגט דערין. דאס׳ן ארויפשטעלן יעצט די דאזיגע ארטיקל אומזיסט (לאור המצב וכנ״ל) ווייזט אויף די מטרה פונ׳ם וועקער: להרבות אינטעלעקטואלע ואַבּדזשעקטיווע אפהאנדלונגען און עקספּאָזעיס, בפרט אין געזעלשאפטליכע נושאים וואס זענען נוגע פאר׳ן חרדי׳שן סאסייעטי, און די געלט וואס מ׳קען מאכן דערפון איז נישט די עיקר מטרה. איך האב נאך נישט געליינט די ארטיקל, אבער טאמער עס איז אפילו מעין די קאליבער פון ATUB @עקפערימענטירער ATUB ’ס פריערדיגע מייסטערווערק, איז דאס א מוסטער פון וואס דער וועקער פארמאגט און איז געמאכט פאר.

וויל איך טאקע דא אויסדרוקען מיין הכרת הטוב פאר ATUB @דער וועקער ATUB פאר׳ן ארויפשטעלן דאס ארטיקל בפרט און פאר זייער ארבייט בכלל. כה לחי. ייש״כ.
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:32 am#445543
דער גאנצער ארטיקל איז שוין אויפ'ן וועקער טשענעל:
m https://t.me/derveker/194 m
דינסטאג אפריל 07, 2020 4:05 pm#445556
יעקב שונא לעשו - וועקער #17
יעצט געענדיגט ליינען דעם ארטיקל. וואס זאל איך זאגן ווען איך בין ווערטערלאז! די ארטיקל איז אבנארמאל און ברענגט פון איין זייט א שמחה רוחנית אין איר געניאלקייט און מאידך גיסא א מורא׳דיגע עצבות וואו אונזער אלגעמיינע געזעלשאפט האלט בעווה״ר. מה נאמר ומה נדבר. :(

ס׳איז דא נאך א טיפערע נקודה אין דעם. איך האב מיך געהאט גע׳טענה׳ט מיט די מנהל פון מיינע קינדער (און וואו איך ארבעט) אז מ׳זאל אויסלערנען איבער MLK (עכ״פ ארום MLK Day). איך האב אים געזאגט אז פאר חסידים פעהלט דאס ספעציעל אויס. למשל, ווי אזוי (אין אלגעמיין) קוקט דער וויזשניצער חסיד אן דעם סאטמארער, און דער סאטמארער אן דער וויזשניצער? ס׳איז נישט נאר אז זיי האלטן זיך און זייער חסידות ״העכער, ריכטיגער, בעסער וכו׳״ פונ׳ם אנדערן, נאר זיי קוקן אראפ די אנדערע אלס טיפשים צו וואס נישט. קומט אויס אז אויב לערענט מען אויס טאלעראנץ און חשיבות האדם פון אנדערע וואס זענען אנדערש וכו׳ פון דיר, צוזאמען מיט׳ן ארויסהייבן די חשיבות פון דיין דרך החיים (לעומת זיך הייבן דורכ׳ן אראפקלאפן אנדערע), וכדברי ATUB @עקפערימענטירער ATUB , קען דאס ארויסהעלפן צו פארמינערן די שנאת חנם צווישן אונז אליין.

‏אויך איז וויכטיג צו באטאנען אז הגם אין אנהויב תניא (פ״א) ברענגט ער אראפ אז ״מה שאין כן נפשות אומות העולם הן משאר קליפות טמאות שאין בהן טוב כלל כמו שכתוב בעץ חיים (שער מט פ״ג)״ ע״ש, קען מען זאגן אז די ״טוב״ פון וואס ער רעדט איז די ״קבלה׳ישע״/מיסטישע ״העכערע טוב״ צו וואס נאר אידן קענען צוקומען (ועיין כאן). ס׳מיינט נישט אז אומות העולם האבן נישט/זענען נישט/קענען נישט זיין ״טוב״ בכלליות, דהיינו ווי אזוי מ׳פארשטייט ״טוב״ צו מיינען אין אלגעמיין. די מהלך דארף מען נוצן ביי אלע אזעלכע סארט שטיקלעך, וכמרומז בהארטיקל.

ובדרך צחות, די איינציגסטע ״קריטיק״ וואס איך האב אויף דעם אויסערגעווענליכן ארטיקל איז אז מ׳גיבט (אפילו בעקיפין) א מקצת שבמקצת אנערקענונג פאר דער ״מרגליות״ (אויך מיר א ״מרגליות״... איך ווייס אז ער הייסט טעללער). אַבּוויעסלי פארשטיי איך די נחיצות פארוואס די ארטיקל דארף אראפגיין און זיך מטפל זיין מיט זיין טינופת.

נאכאמאל א געוואלדיגן ייש״כ פאר ATUB @עקפערימענטירער ATUB פאר זיין אויסנאמליכע ווערק און ארבעט.