Under maintenance
הויפט זייט » פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13683
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:42 am#444893
פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
דער אשכול וועט זיין בלויז למעשה.
איך וועל שרייבען א ליסטע פון בתי מדרשים אדער אנדערע מוסדות וואס זענען נאך אפן און פארשידענע עצות וואס מען קען טוהן און מיט וועם מען קען רעדן.
איך בין זיכער אז עס זענען דא פיל מער וואס איך ווייס נישט דאס וואס איך שרייב איז טיפה מן הים וואס איך האב פשוט זיך נאכגעפרעגט ביי חברים און קרובים.

רבותי זייטס נישט מיואש מיר קענען העלפען.
יעצט פארציילט מיר א חבר פון ארץ ישראל אז ער קען דער פשוט'ער יונגערמאן וואס האט גורם געווען אז ר' חיים קנייבסקי זאל טוישן זיין הוראה. ער האט פשוט גערעדט מיט זיין טאטע א רב וואס האט גערעדט מיט אנדערע מער מאכטפולע רבנים און עס איז אנגקומען צו עם און די הוראה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה.
פיל ענליכע זאכן געשעהן דא יעצט.
רעדטס מיט וועם איר קענט אפילו עס איז א חבר'ס חבר'ס חבר. זאכן קומען אן.

ביטע האלטן אנדערע דיסקוסיעס פאר אנדערע אשכולות.

ווער עס האט מער דעטאלען אדער פרטים וועגן למעשה איז געבעטן מיטטיילען לצורך פיקוח נפשות רבות מישראל.

כללות'דיגע עצות

* רופען 311

די 311 וועבזייטל האט א ספעציעלע פארם צו רעפארטן אז איינער האלט נישט סושאל דיסטאנסינג.

https://portal.311.nyc.gov/article/?kanumber=KA-03299

* רופן הצלה? הצלה דארף צו וויסען די מציאות און זיין מוכן ארבעטן צו טוהן וואס מען דארף



מקורות פון אינפארמאציע


עס דרייען זיך פארשידענע שמועות. איך וועל פראבירן צו מאכן א פאסט נאר אויף דאס וואס איך האב פרעזענליך מברר געווען. פשוט ווייל אנדערש וועט ווערן א ליקוט שמועות וואס מיט דעם קען מען גארנישט טוהן.

איך וועל אבער מאכן נאך א פאסט מיט מקוורת און אויך זאכן וואס איך הער כדי דער עולם זאל קענען מאשר זיין /מכחיש זיין און מטכס עצה זיין וואס צו טוהן.

געדענטקס פיקוח נפש איז מער וויכטיג ווי א ספק מוציא שם רע.

חומר צו מסביר זיין.

אסאך איז לענ"ד מחוסר ידיעה. מען דארף צאמשטעלן א ליסטע פון גוטע קלארע ריסורסעס וואס מען קען ווייזען פאר דער עולם זיי זאלן פארשטיין חומר הדבר. עס דארף מסביר זיין:

*ווי די מגיפה האלט אין די וועלט, אין אמעריקע און ארץ ישראל בפרט און ניו יארק בפרט.
דאס איז א גוטע פשוטע קלארע סייטס
https://www.worldometers.info/coronavirus/
* די ליסטעס פון היימישע מתים און חולים - ווי איז די קראנטסטע ליסט?
*וויפיל די סושאל דיסטאנסינג העלפט און מאכט א ריזן נפקא מינא.
*מסביר זיין די מאדלעס פון די פרעדיקציעס און ווי עס וועט גיין לכאורה.
*מקורות פון הלכה פוסקים און רבנים וואס האלטן די ריכטיגע זאך.
* וואס נאך?

לייגט צו א האנט.


איך קען פארשטייט זיך נישט נאכגיין אליינס אלעס. איך וואוין אין קראון הייטס אויף וויפיל איך ווייס איז אלעס פארמאכט דא אפילו 770 נאך אלע מלחמות איבער דעם.

יעדער בית מדרש וועל איך מאכן נאך א הודעה מיט אינפארמאציע און וועל צולייגען דארט וואס דער עולם וועט אריינשיקן.

ביטע פראבירט צו שרייבען קראנט אדער לפחות אויב עס איז בידיעה אדער מפי השמועה און ווי דער שמועה קומט פון. אפשר אפילו ווי מען קען מברר זיין אויב מען קען.

ביטע אויב מען קען שרייבן פונקטליכע אינפארמאציע אויף יעדער שול וואס מען שרייבט.
* אדרעס פון דער שול
*נאמן פון דער רב/רבי/דיין/גבאי/עני אנדערע עסקן איש חשוב אדער מאכער וואס קען מאכן א נפקא מינא.
*טעלעפאן נומערן/אימעיל אדרעסן/שעות קבלה פון די אויבנדערמאנטע.
*אויב מען ווייסט ערשטהאנטיג [פון דיר אדער איינער וואס איז א קרוב אדער נאמן אייערע וואס איז דארט געווען]


א מסודר'ידע ליסטע

m https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing m
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:44 am#444895
בארא פארק - בית מדרש אמונת ישראל
4310 16th Ave, Brooklyn, NY 11219

איז אפען יעדער טאג פאר עטליכע מניינים מיט כלומר'שטע הרחקות.

רב/רבי: הרב משה וואלפסאן.

טעלעפאן: 718-851-0406

דיין: הרב שמואל יהודה זילבער

טעלעפאן: ?

עסקנים און מאכערס:

דב פינק

שלמה לעזער
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:45 am#444897
בארא פארק - בית מדרש סטרעטין
- 47th street 1811
Brooklyn, NY 11204

איז אפען יעדער טאג און מענטשען לערנען דארט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:53 am#444899
בארא פארק - בית מדרש תולדות יהודה סטיטשין
1621 61st St,

Brooklyn, NY 11204


איז אפען יעדער טאג פאר תפלות און דער רבי גיט דארט א שיעור אין גרויס בית מדרש יעדער טאג בערך 2 אזייגער מיטאג.

רבי: הרב מרדכי מנשה זילבער

היים נומער:
718-851-0273

אפיס נומער:
718-633-6010

דער רבי ענטפערט די טעלעפאן יעדער טאג צווישען א פערטל צו פיר און האלב נאך פיר נאכמיטאג.

דיין: הרב שמואל יהודה זילבער

נומער: ?

עסקנים מאכערס און חשובים :

אהרן זילבער
‎+1 (917) 913-6324

? שפיצער

? לעדערער

שמשון זילבער

משה יעקב זילבער

שמשון בראדט

לייבוש ליש
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:55 am#444900
בארא פארק - טאהש
4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219


רב/דיין: הרב בנימין לאנדא

טעלעפען: 718-871-2515

דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:12 am#444901
בארא פארק - קראסנא
4315 16th Ave,
Brooklyn, NY 11204

איז (געווען?) אפן און מענטשען לערנען דארט א גאנצער טאג.

מיין אינפארמאציע איז פון זונטאג אויב איינער קען מברר זיין ווי עס האלט היינט.

רבי:
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:20 am#444902
נישט קאנפימירט פרעזענליך און מקורות
אייוועלט האט אן אשכולמיט אביסעל אינפארמאציע און אסאך טענה''רייען. אויב איינער קען מאשר זיין אדער מכחיש זיין די בתי מדרשים וואס שטייט דאר זיי זענען אפען.

סאטמאר 52 בארא פארק

פארשעי מאנסי

סעדרעהאלי - ר' חיים לייב כץ



עס דרייט זיך א פיקטשערמיט א ליסטע, איך ווייס נישט וואס איז אמת. ספינקא כולל ווייס איך ערשטהאנטיג איז געווען אפן נאך געהעריג ביז סוף זמן ר"ח ניסן היינט ווייס איך נישט.

בילד
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:24 am#444903
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
@לעיקוואד;
קודם א גרױסן ייש"כ פאר'ן נעמען די זאך אין די האנט אריין אויף א באזעסענע אויפן.
דאס אראפ נעמען פון דיין טייערע צייט און זיך מטריח זיין לטובת הכלל, און נישט סתם שרייען, קומט זיך דיר אסאך קרעדיט. כ'בין זיכער אז ס'ליגט אסאך ארבייט אין נאכצוזוכן ווער ס'באמת אפען און די אלע מיט וועם זיך צו פארבינדן. ועל כולם איז נאך יעצט פאר פסח אין א צייט וואס יעדער איז גאר שטארק פארנומען, זוכסטו צו העלפן אנדערע אידן אין נויט.
ישלם ה' פעלך ותהי משכרתך
 שלמה מעם ה' אלהי ישראל
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:28 am#444906
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
לעיקוואד האט געשריבן:4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219


רב/דיין: הרב בנימין לאנדא

טעלעפען: 718-871-2515

דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
הרב לאנדא האט שעות ביינאכט דאכט זיך פון אכט ביז ניין אדער אפשר פון ניין ביז צען, בערך יענע צייט, דארט אין בית המדרש, כ'בין שוין געווען אמאל ביי עם יענע צייט, מברויך נישט מאכן קיין אפויטמענט נאר זיך שטעלן אין די רייע. ווער ס'קען גיין רעדן מיט עם תבא עליו ברכה.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:30 am#444907
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
כ'הער זאגן אז קיט"ל סאטמאר ראדני סטריט איז אויך אפען בשתיקה, ביי אפויטמענט
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:32 am#444908
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
קאפיש אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד עוועניו איז אפן אומאפיציעל אבער ס'דא געהעריג מנין דארט דריי מאל א טאג און אויך שבת
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:34 am#444909
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
ר' יחזקאל גאלד'ס שול אין מאנסי, אויף סעדל ריווער איז געהעריג אפן, דאכט זיך מיר די שול הייסט שערי חסד
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:35 am#444910
ביטע אויב מען קען שרייבן פונקטליכע אינפארמאציע אויף יעדער שול וואס מען שרייבט.
* אדרעס פון דער שול
*נאמן פון דער רב/רבי/דיין/גבאי/עני אנדערע עסקן איש חשוב אדער מאכער וואס קען מאכן א נפקא מינא.
*טעלעפאן נומערן/אימעיל אדרעסן/שעות קבלה פון די אויבנדערמאנטע.
*אויב מען ווייסט ערשטהאנטיג [פון דיר אדער איינער וואס איז א קרוב אדער נאמן אייערע וואס איז דארט געווען]
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:36 am#444911
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
כ'האב געהערט זאגן אז רב שלעזינגער'ס שול אויף Highview אין מאנסי איז אפן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:23 am#444915
מאנסי/עירמאנט - הרב שטיינווארצל'ס שול
איז געהעריג אפען, מיין אינפארמאציע איז ביז זונטאג.

אדרעס: ?

רב: הרב נפתלי שטיינווארצל
917-583-1107
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 4:07 am#444917
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219


רב/דיין: הרב בנימין לאנדא

טעלעפען: 718-871-2515

דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
הרב לאנדא האט שעות ביינאכט דאכט זיך פון אכט ביז ניין אדער אפשר פון ניין ביז צען, בערך יענע צייט, דארט אין בית המדרש, כ'בין שוין געווען אמאל ביי עם יענע צייט, מברויך נישט מאכן קיין אפויטמענט נאר זיך שטעלן אין די רייע. ווער ס'קען גיין רעדן מיט עם תבא עליו ברכה.

וואס איז טאקע פשט? ר' בנימין איז דאך יא א שטיקל ידען בעניני רפואה און האט שייכות צו חברה הצלה, וואס איז זיין תירוץ?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:44 am#444922
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'הער זאגן אז קיט"ל סאטמאר ראדני סטריט איז אויך אפען בשתיקה, ביי אפויטמענט

נישט ממש, מ'האט דאך געסקרעיפט די היכל לעצטע וואך...
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:46 am#444924
מ'דארף מחלק זיין צווישן א בית המדרש וואס האט מנינים וויפיל ס'גייט מיט בתי מדרשים וואס זענען אפן פריוואט פאר בני משפחה וכדו'. אז דער רב נוצט עס פאר זיין דיינינג רום מיינט נישט אז ס'איז אפן... געוויסע פון די ליסטע זענען נאר אפן בצנעה פאר א מנין מצומצם.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:20 am#444927
איסר האטלקי האט געשריבן:מ'דארף מחלק זיין צווישן א בית המדרש וואס האט מנינים וויפיל ס'גייט מיט בתי מדרשים וואס זענען אפן פריוואט פאר בני משפחה וכדו'. אז דער רב נוצט עס פאר זיין דיינינג רום מיינט נישט אז ס'איז אפן... געוויסע פון די ליסטע זענען נאר אפן בצנעה פאר א מנין מצומצם.


דאס איז אויך א שטיקל פראבלעם. ווייל פאר מידל עידזש און ארויף איז מסוכן אפילו אין איין משפחה, אז מ'וואוינט אין איין הויז האט מען נישט קיין ברירה. אבער בתי מדרשים אפילו פריוואטע רעבישע שטיבלך סוף כל סוף גייט דאס ארויס פון די מינימום וואס איז בלית ברירה. תפילה בציבור, אדער סיי פאר וועלעכע סיבה די "דיינונג רום" איז אפען, הייסט נישט קיין מינומום אדער בלית ברירה במקום סכנה. אפילו מיט אלע באווערענונג גייט די ווירוס דאך אריבער. וואס איז די געדאנק מיקל צו זיין?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:26 am#444928
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
סקולען מאנסי איז אפען
ווילעדניק אויף יאמענס איז אפען

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:17 am#444934
טעטה אין וויליאמסבורג אויף לינטש סט (צווישן ליעמאון בעדפארד) גייט אן געהעריג כאילו לא היה. פילע געפאקטע מנינים. אויך זייער מקוה איז אפן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:21 am#444935
אפילו אויב מען קען פועל'ן ביי די שולן צו אינפארמירן סאשל דיסטענסינג איז א אויפטו.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:27 am#444937
סיגוט בית המדרש אין בארא פארק דאווענען די לעצטע עטליכע טעג איין מנין טאקע, אבער א מנין פון אזויפיל ווי צווישן דרייסיג און פערציג אידן.

בורשטין שוהל דער פאדערשטע טיר איז טאקע פארהאקט, אבער דער זייטיגע טיר איז אפען אין די מנינים גייען אן ווי געהעריג (אממ... דער שוהל איז 'אפציעל' פארשפארט...)

סאטמאר 52 - איז אפן, נאר צען אויסגעשפרייטע אידן פער מנין (יע יע, דארפסט נאר איינער וואס זאל איבערלאזן א גוטן זכר און דאן...)
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:16 pm#444947
אפדעיטעד מקור פון אינפארמאציע - נישט אינגאנצן קאנפירמירט.
איך האב באקומען פון דער וואס איז מפיץ די בילדער אן אפדעיטעד רשימה. ער זאגט אז דאס איז נאר אינפארמאציע וואס ער האט באקומען ער קאנפירמירט עס נישט הונדרעט פראצענט אויף יעצט. דאך קלא דלא פסיק איז לכאורה זייער שטארק.


ווי אויך גיט ער איבער אז א חלק פון די שולהן זענען זיך מתחכם און פארמאכן די הויפט טיר אבער עס איז אפן א זייטיגע טירל, ווי למשל סקווער 17 עוועניו.

דא איז די בילדער

בילד
בילד

איך וועל צוטיילען די אינפארמאציע וואס ער האט מיר געשיקט מער בפרטיות אויף יעדער בית מדרש.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:19 pm#444948
קרית יואל - באדישיל
אדרעס: 7 getzel berger blvs
רב: הרב יוסף דוד הירש.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:20 pm#444950
הודעה ובקשה!
אויב איינער האט געקאלט, געפרעגט, עפעס געטוהן וועגן די אלע זאכן, און ווייסט צו פארציילען דעטאלן וואס ארבעט און וואס נישט, ביטע לאזט דא וויסען! אדער קען מען מיר שיקן אין אישי אדער אין וואצאפ
732-581-8680
אדער אימעיל e y@ylowy.com e


איינער טוהט דא עפעס? איר האט פראבירט אנצוקאלען?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:22 pm#444951
בארא פארק - בני תורה צאנז
369 Dahill Rd, Brooklyn, NY 11218

איז געהעריג אפן.

רב: הרב הערשל הלברשטאם
סעל: 9175861305
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:30 pm#444955
ווילאמסבורג - דזיקוב
42 skillman

די בית מדרש און מקווה זענען געהעריג אפען.

רב: הרב משה יחזקאל לויפער.
9178486249
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:39 pm#444982
בארא פארק - זלאטשיב
Zlotchiv BP Rebbis number 7189740033 718633906,
his father passed away from Corona in London but he's still open
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:18 pm#445012
איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:05 pm#445024
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות

דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:19 pm#445027
כרפס האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות

דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..


שעפעלע דו ווייסט וואס איך האב שוין פארלוירן, ניין, איז נעם א ציל פיל, וקבל האמת ממי שאמרו,

זייטס נישט אזוי ביזי מיט יענעם זיי ביזי מיט דיר און דיין משפחה, געב אכטונג אויף זיי, גייען זיי קיינמאל ארויס אהן קיין הענטשיך וכדומה, פראקטיציזירען זיי סאושל דיסטענס?

געדענק קיינער צווינגט דיר נישט צו גיין אין ביהמ"ד אדער אין מקוה, זיץ אינדערהיים און זארג פאר דיר.

אייביג זענען דא מענטשען וואס זענען ביזי מיט 2 זאכען

א מצוה צו לייגן יענעם אין דער ערד
א עבירה יענעם א טובה טוהן

ביי אלע אנדערע ענינים זענען זיי נישט צום האבן
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:26 pm#445028
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן מ'פארלירט שליסלעך צו מען פארלירט א נאנטע ידיד צו קרוב..
האסט פארלוירן? און דו רעדסט נאך אזוי?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:20 pm#445034
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.




זיכט ענק בעסערע מצות


איר מאכט זיך אדער איר פארשטייט טאקע נישט?

א געשעפט וואס איז נישט עסענשעל און איז אפן דארף מען טאקע מאכן א רשימה, אויף וויפיל איך ווייס איז טאקע נישט אפן, און טאמער יא זאל מען אוודאי רופען 311 און די פאליציי וועט קומען אפשפארן.

א געשעפעט וואס איז יא עסענשעל מוז דאך זיין אפען, הגם עס איז טאקע א סכנה, און מען דארף זיך טאקע היטן וויפיל מעגליך. אזוי טוהן טאקע אלע געשעפטן וואס איך האב געזעהן. אויב איז דא א תופעה פון געשעפטן וואס פייפען זיך אן דארף מען טאקע מעורר זיין.

דאך האט עס דאך נישט קיין שייכות. א עסענשעל געשעפט איז דאך בלית ברירה אפן און איז זיך מסכן לטובת הכלל. ממילא דארף מען האבען מער סבלנות מיט עם ווי א בית מדרש וואס איז נישט עסענשעל יעדער קען לעבן אן דעם און אזוי זאגט די הלכה בלי שום ספק שבעולם אז א בית מדרש איז נישט דוחה ספק נפשות, ממילא אז עס איז אפען איז דאס א הימל געשריי.

אויב דו ווייסט א בעסער מצווה ווי ראטעוועןן צענדליגע הונדרעטע אידן פון א זיכערע טויט לאזט מיר וויסען. מיר האט מען אויסגעלערנט אז גרעסערס פון דעם איז נישטא.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:46 pm#445041
א מסודר'דיגע ליסטע.

מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.

m https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing m
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:56 pm#445046
לעיקוואד האט געשריבן:א מסודר'דיגע ליסטע.

מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

איז אמת וועגן קאסאן פארשעי וואס קאמפעינט נישט צו פארמאכן, אויב יא פארוואס איז עס נישט אויפ'ן ליסטע
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:14 am#445057
א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
פרייטאג אפריל 03, 2020 2:51 am#445075
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


יא. נישט בחינם הייסט די רעגירונג פארמאכן יעדער נישט עסענטשעל זאך. זיי זאגן נישט מען זאל לאזן אפען אומעסענשעל זאכן מיט סושאל דיסטענסינג.

די הסבר איז פשוט, אפילו אזוי איז מסוכן. נאר א זאך וואס מען קען נישט לעבן אן דעם האט מען נישט קיין ברירה טוהט מען וואס מען קען צו בלייבען זיכער.

אבער אז מען דארף נישט פארוואס זיך אריינלייגען אין א סכנה.

עס איז קיין ספק נישט להלכה אז תפלה בציבור איז נישט קיין סיבה זיך אריינצולייגען אין אפילו א ספק ספיקא פון סכנה.

חוץ מזה, קיינער מאכט נישט גענוג ריכטיג די סושאל דיסטענסינג ווי די מציאות ווייזט.

עס איז משונה'דיג שווער צו האלטן גענוג דיסטענס ווען מען דרייט זיך בפועל מיט מענטשען.
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:15 pm#445133
רבותי אונזערע פעולות זענען נושא פרי יעצט געהערט פון בתי מדרשים וואס פארמאכן זיך לכבוד שבת לכבוד אונזער השתדלות פון שריייען און רופען די שטאט!

ביטע לאזט נישט נאך טוהט אלעס וואס איר קענט. רופט 311. רופט די רבנים די גבאים די משרתים רופט הצלה.

עס העלפט. מיר ראטעווען אידישע נפשות אויף די מינוט כפשוטו.

אויב איינער וויל צולייגען א האנט ארויסהעלפען מער למעשה זאל ער זיך מקשר זיין מיט מיר ביטע אין אישי אדער וואצאפ
732-581-8680

מיר קענען נוצען אסאך הילף אין פארשידענע אופנים.

ייש"כ און א גוטן שבת.
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:18 pm#445134
לעיקוואד גיי אן, חזק ואמץ, בהשתדלותך האב איך אויך פרובירט צו רעדן מיט אפאר רבנים (נישט אזויפיל ערפאלג געהאט, איין רב זאגט מיר אז ער גייט טאקע נישט גיין ערב פסח באקן מצות, ווייל ער האט בלוט פרעשור און ער וועט נאר שיקן זיין בחור... אבער עפעס טוט מען אויף) און אפילו ראטעווען איין איד איז אלץ כדאי.
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:20 pm#445138
אין מאנסי איז נאך דא א אפענע שול?
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:28 pm#445140
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.


די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:32 pm#445142
אוהב ספרים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.


די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.


די רעגירונג הייסט בפירוש פארמאכן אלע בתי מדרשים. אזוי זאגט אויך יעדער נארמאלער רב.


עס איז בלי ספק א סכנה יעדער זאך וואס איז אפען, יא אויך גראסעריס. וואס מען מוז בלית ברירה מוז מען מיט די גרעסטע זהירות אבער וואס מען מוז נישט מוז מען נישט.
עס איז נישט קיין שום ספק בהלכה ובהשקפה אז תפלה בציבור איז נישט דוחה אפילו א ספק ספיקא פון א מיעוטא דמעוטא פון פיקוח נפש.

בפועל איז נאך דא בתי מדרשים וואס זענען אפען. יא אויך אין מאנסי.
די פאליציי פארמאכט נישט בפועל אלעס גלייך פאר פארשידענע סיבות, צוביסלעך פארמאכן זיי יא. ווען עס איז מער סעיף רעלאטיוו האלטן זיי נישט ביי זיך שלאגן מיט מענטשען. אדער אנדערע פאליטישע און לעגאלע חשבונות וואז זיי האבן. דאס זאג איך בידיעה איך האב מברר געווען.

דער פאקט אז פאליציי פארמאכט נישט אמאל איז נישט קיין ראיה נישט אויף די געזעץ, נישט אויף די הוראות פון רפואה און רעגירונג, און נישט אויף די הלכה.

אדרבה עס ווייזט דאס וואס יעדער ווייסט אז די פאליציי גייט באמת נישט אן אידישע לעבנס. מאכן זיי זיערע חשבונות וואס עס לוינט זיך זיי צו טוהן.

עס איז נישטא קיין שום געזעץ אדער הוראה וויאזוי עס איז סעיף א בית מדרש זאל זיין אפען. עס איז נישט!

איך שרייב נישט צו די וואס זענען בידיים שופכי דמים נאר פאר מיינע חברים לדעה וואס ווילן וויסען די תירוץ צו די שאלה שראיתי כמה שואלים.

דער שקר מתיוונים איז סתם שטותים אדער חסרון ידיעה. איך שטיי בקשר יעדער פאר מינוט מיט חסידיש'ע היימישע רבנים און דיינים און אלעס וואס איך שרייב און טוה איז בהסכמתם און על דעתם.
פרייטאג אפריל 03, 2020 3:38 pm#445145
שקר. איך ווייס א שוהל וואס זיי זענען געקומען עס איז געווען מער פון פופציג און מען האט אפגעשפארט.

דו מיינסט נישט הצלת נפשות, ווען יא וואלסטו געגאנגען קיין בינגא און מסדר געווען סאושל דיסטענסיג דארט אויכט, וכדומה אנדערע געשעפטען, דו מיינסט נאר בתי מדרשים, האק א טשייניק א צווייטען!!!!
פרייטאג אפריל 03, 2020 5:03 pm#445162
העלאו. אין אנפאנג האב איך אויך מקפיד געווען אויף תפילה ביחידות און אן מקוה, אבער כ'האב געזען איינמאל און נאכאמאל ווי די חברה וואס דאווענען אגאנצע יאר אן מנין און אן מקוה האבן יעצט צופירט די הענט בבחינת 'מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו' און זיי רודפ'ן ערליכע תמימות 'דיגע אינגעלייט מיט אפענע קאמערעס אין זייערע הענט על לא עול בכפם (אפשר אן עול פון די רבנים), האב איך מחליט געווען אז ס'איז עת לעשות, און איך גיי יא אין מקוה און איך דאווען יא מיט מנין, נאר איך האלט אן סאושעל דיסטענסינג אין קעיס וועט מאכן א האפטשא ח"ו, אזוי אויך די אנדערע כללים ווי נישט אנרירען און כסדר זייפען די הענט.

נ.ב. געוויסע רופן אן די חברה 'יודנראט' ר"ל, ווייל אויב זיי וואלטן געווען דארט וואלטן זיי אויך געווען פון דיע ר"ל. איך אליין ווייס נישט צו זיי וואלטן געווען יודנראט, און מ'טאר דאך גארנישט מדמה זיין צו די צווייטע וועלט מלחמה. אבער עכ"פ קאמיניסטן זענען זיי זיכער.
פרייטאג אפריל 03, 2020 5:14 pm#445165
איך האב פיינט די מענטאליטעט פון די וואס קען נישט פארפאסן קיין תפילה בציבור בשעת א במגיפה ברענט, נאך איידער זיי ווייסן די פאקטן. זיי לויפן אין מקוה און הערן קיינעם נישט אויס.

אבער איך האב פונקט אזוי פיינט די אידן וואס האבן נאכנישט געזען א מקוה זינט ערב יום כיפור און ווייסן נישט וואס מ'זאגט פאר ברוך שאמר ביים דאווענען וואס זענען פלוצלינג געווארן פרום אז מ'דארף פאלגן אלע רבנים.

ביידע זענען שלעכטע מענטשן, אן קיין טראפ מענשליכקייט. זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געגעבן פון זיך פאר א צווייטן.

די ערשטע גרופע קען מען באמת מלמד זכות זיין אז זיי ווייסן פשוט נישט די הארבקייט, און די צווייטע גרופע איז נעבעך איינגערעדט אז זייער ארבעט איז לשם שמים. אבער ביידע דארפן פארשריגן ווערן אייניג.

אלזא, לאמיר ווייטער לייגן נעמען םון רבנים און משבקי"ם וואס האלטן אפן בתי מדרשים.

אין די זעלבע צייט לאמיר אויך מאכן א ליסטע פון די רודפים וואס שפירן זיך גוט צו רודפ'ן די בתי מדרשים און מקוואות, בשעת וואס זיי זענען נישט מקפיד א גאנץ יאר אויף מנין. אזוי וועט יעדער אפקומען זיין חלק.
פרייטאג אפריל 03, 2020 5:26 pm#445167
האלהו וואס יענער חברה ווען יענער חברה?

גדולי הפוסקים האבן געפסק'נט קלאר אז ווער עס דאווענט מיט א מנין איז א רודף און אז מען זאל עם מסר'ן פאר די רעגירונג.

און דאס איז דאך א הלכה פשוטה בלי חולק לויט די איצטיגע מציאות. פשוט בתכלית הפשטות אז מסירה וכו' איז נדחה מפני פיקוח נפש דרבים.

דאס איז די הלכה והוראה מפורשת פון די פרומסטע מערסטע קנאות'דיגע רבנים.
פרייטאג אפריל 03, 2020 6:36 pm#445191
ווער זענען די גדולי הפוסקים וואס האבן געהייסן מסר'ן?

אויב דו מיינסט הגר"ח (לדעת ער איז נאך ביים דעת), ער האט גערעדט פון איינער וואס דרייט זיך ארום מיט קאראנע.

און אגב, מסירה העלפט נישט. די פאליציי האט נאך קיינעם נישט פארמאכט. יעדער האט שוין געהאט מסירות...
פרייטאג אפריל 03, 2020 6:43 pm#445192
לעיקוואד האט געשריבן:1621 61st St,

Brooklyn, NY 11204


איז אפען יעדער טאג פאר תפלות און דער רבי גיט דארט א שיעור אין גרויס בית מדרש יעדער טאג בערך 2 אזייגער מיטאג.

רבי: הרב מרדכי מנשה זילבער

היים נומער:
718-851-0273

אפיס נומער:
718-633-6010

דער רבי ענטפערט די טעלעפאן יעדער טאג צווישען א פערטל צו פיר און האלב נאך פיר נאכמיטאג.

דיין: הרב שמואל יהודה זילבער

נומער: ?

עסקנים מאכערס און חשובים :

אהרן זילבער
‎+1 (917) 913-6324

? שפיצער

? לעדערער

שמשון זילבער

משה יעקב זילבער

שמשון בראדט

לייבוש ליש

פאליציי האט פארמאכט
די קהילה האט נעבעך פארלוירען א טייערע לעכטיגע יונגערמאן ר׳ בנימין אבראמוויטש א יונגערמאן א עובד ד׳ און א איידעלע ליבליכע נפש,ער איז געווען א טיפע קבלה לערנער, מיט אן ערנסקייט, ירחם המרחם.
זאל דער בוכ״ע רחמנות האבען אויף זיין פארפלאגט פאלק און אונז אויסהיילען בגוף ובנפש
איינער האטסיך מיר אויסגעדריקט סאיז נעבעך נישט דא קיין צייט צו וויינען אויף אונזער טעותים און אויף אונזער פארריקטקייט, ווייל סאיז נעבעך דא איין קרבן נאכען אנדערע.
מוצ"ש אפריל 04, 2020 8:49 pm#445200
וואלווי האט געשריבן:
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל

נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.

נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....

#רוצחיםבלעז


ככלב ששב על קיאו.

די וואך נאכאמאל כאילו לא היה.