Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » קאווע שטיבל • עצה קעגן באנעצן

קאווע שטיבל • עצה קעגן באנעצן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 16 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13694
פרייטאג אפריל 03, 2020 4:36 pm#445172
עצה קעגן באנעצן
ווייסט איינער פון א עצה
פאר א 8 יעריגס?
פרייטאג אפריל 03, 2020 5:10 pm#445182
עצה וועגן בּאנעצן
פאר אפאר מענטשן וועם איך קען האט דאס געהאלפן. דאס איז אן אלארעם וואס מ׳הענגט אויפ׳ן קינד פאר ער לייגט זיך שלאפן און אויף איר אנדערע זייט האט עס א סענסאר וואס מ׳לייגט אויף די אונטערהויזן. ווען עס שפירט פייכטקייט צוקלינגט זיך עס און עס וועקט אויף דאס קינד. דאס געוואוינט צו דאס קינד זיך אויפצווועקן ווען ער פיהלט ער דארף ארויסגיין. עווענטועל (האפענטליך) נעמט דאס די מח אליינס איבער אנעם אלארעם.

מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין אנהויב קען זיך דאס קינד נישט ערוועקן דערפון ווייל ער שלאפט אזוי טיף. די עלטערן דארפן זיין גרייט זיך צו ערוועקן דערפון און זיי זאלן אויפוועקן דאס קינד און אים נעמען אין ביהכ״ס. אין אנהויב [א שיינע פאר מאל] זאל מען זיין גערישט אז דאס קינד וועט שוין זיין נאס ולגמרי לאחר המעשה. מען זאל אים דאך אויפוועקן, כדי אים אויסצולערנען די ביהעיוויאר אז אויפוועקן זיך איז מקושר מיט׳ן דארפן ארויסגיין. מען זאל אים כסדר זאגן מקודם אז ער זאל פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז ווען ער ווערט אויפגעוועקט (צו דורך די אלארעם צו דורך די עלטערן) זאל ער גראד אויפהערן נישט קיין חילוק וואו ער האלט. (פארשטייט זיך אז מ׳זאל לייגן דאס קינד שלאפן אויף א סארט מעט וואס זאפט איין, אויב מ׳קען.)

ובענין זה איז ראטזאם אים צו בעהטן אז אפילו אינמיטן טאג בשעת ער גייט ארויס זאל ער פרובירן אפצושטעלן דאס פלוס אינדערמיט פאר א סעקונדע צו צוויי. דאס קען אויך אויסלערנען די באדי די ביהעיוויאר פון כח המעצר דערביי, ובפרט ווען דאס איז אין צוזאמענהאנג מיט׳ן אויבן-דערמאנטן אלארעם.

מיט דעם אלארעם מעטאד דארף מען האבן זייער אסאך געדולד דערצו. עס קען דויערן אפאר חדשים (צו נאכמער), און דאס אויפשטיין אינמיטן די נאכט מיט׳ן קינד איז זייער אויסמוטשענדיג און אומ׳בא׳טעמ׳ט. (מ׳דארף, פארשטייט זיך, אויך אפבאכט גיבן אויף די געפילן פונ׳ם קינד).

איך וואונטש הצלחה. דאס איז אן אפקומעניש סיי פאר׳ן קינד און סיי פאר די עלטערן.
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:19 am#510575
Oh is this a uncomfortable subject ... I wish I can speak more about it... I can fill up a cup with tears about it.....
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:26 am#510577
פראביר אויסצורעכענען אויב דער פראבלעם איז אז ער שלאפט טיף, אדער אז ער טרינקט פאר ער גייט שלאפן וכו'.

דער נאטירלעכער פראצעס פין שלאפן האלט צוריק פין דארפען משתין זיין. שלאפן אויף דער רוקען איז ערגער ווי שלאפן אויף דער זייט.

לאמיר זאגן ער גייט שלאפן ניין אזייגער, און איינער פין די עלטערען גייט שלאפן צוועלעף אזייגער, וועקט אים אויף, און נעמט אים אין טוילעט, און צוריק שלאפן, אויב דאס העלפט, וועט ער האפענטליך ווערען צוגעוואוינט אויפצושטיין אליין.

כמובן ווי געזאגט, איז דער נפשיות פין דער קינד וויכטיגער, און טאמער ווערט ער צוקלאפט פין דער טריטמענט איז בעסער פעמפערס.
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:44 am#510579
איך האב גערעדט פון מיר אליין. עס איז אזוי אויך גענוג שווער צו רעדן פון דעם.
אבער דאס דורך צו גיין זאל דער אויבישטער אפהיטן......

איך קען אנפילן א ביכל פון דעם
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 5:08 pm#510594
היסטאריע האט געשריבן:פראביר אויסצורעכענען אויב דער פראבלעם איז אז ער שלאפט טיף, אדער אז ער טרינקט פאר ער גייט שלאפן וכו'.

דער נאטירלעכער פראצעס פין שלאפן האלט צוריק פין דארפען משתין זיין. שלאפן אויף דער רוקען איז ערגער ווי שלאפן אויף דער זייט.

לאמיר זאגן ער גייט שלאפן ניין אזייגער, און איינער פין די עלטערען גייט שלאפן צוועלעף אזייגער, וועקט אים אויף, און נעמט אים אין טוילעט, און צוריק שלאפן, אויב דאס העלפט, וועט ער האפענטליך ווערען צוגעוואוינט אויפצושטיין אליין.

כמובן ווי געזאגט, איז דער נפשיות פין דער קינד וויכטיגער, און טאמער ווערט ער צוקלאפט פין דער טריטמענט איז בעסער פעמפערס.

פעמפערס איז גוט פאר ביז די 5 יאר.
העכער די 5 יאר איז עס די זעלבע שווער אויב נישט נאך שווערער...... ודו"ק
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:00 pm#510617
מי אני האט געשריבן:פאר אפאר מענטשן וועם איך קען האט דאס געהאלפן. דאס איז אן אלארעם וואס מ׳הענגט אויפ׳ן קינד פאר ער לייגט זיך שלאפן און אויף איר אנדערע זייט האט עס א סענסאר וואס מ׳לייגט אויף די אונטערהויזן. ווען עס שפירט פייכטקייט צוקלינגט זיך עס און עס וועקט אויף דאס קינד. דאס געוואוינט צו דאס קינד זיך אויפצווועקן ווען ער פיהלט ער דארף ארויסגיין. עווענטועל (האפענטליך) נעמט דאס די מח אליינס איבער אנעם אלארעם.

מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין אנהויב קען זיך דאס קינד נישט ערוועקן דערפון ווייל ער שלאפט אזוי טיף. די עלטערן דארפן זיין גרייט זיך צו ערוועקן דערפון און זיי זאלן אויפוועקן דאס קינד און אים נעמען אין ביהכ״ס. אין אנהויב [א שיינע פאר מאל] זאל מען זיין גערישט אז דאס קינד וועט שוין זיין נאס ולגמרי לאחר המעשה. מען זאל אים דאך אויפוועקן, כדי אים אויסצולערנען די ביהעיוויאר אז אויפוועקן זיך איז מקושר מיט׳ן דארפן ארויסגיין. מען זאל אים כסדר זאגן מקודם אז ער זאל פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז ווען ער ווערט אויפגעוועקט (צו דורך די אלארעם צו דורך די עלטערן) זאל ער גראד אויפהערן נישט קיין חילוק וואו ער האלט. (פארשטייט זיך אז מ׳זאל לייגן דאס קינד שלאפן אויף א סארט מעט וואס זאפט איין, אויב מ׳קען.)

ובענין זה איז ראטזאם אים צו בעהטן אז אפילו אינמיטן טאג בשעת ער גייט ארויס זאל ער פרובירן אפצושטעלן דאס פלוס אינדערמיט פאר א סעקונדע צו צוויי. דאס קען אויך אויסלערנען די באדי די ביהעיוויאר פון כח המעצר דערביי, ובפרט ווען דאס איז אין צוזאמענהאנג מיט׳ן אויבן-דערמאנטן אלארעם.

מיט דעם אלארעם מעטאד דארף מען האבן זייער אסאך געדולד דערצו. עס קען דויערן אפאר חדשים (צו נאכמער), און דאס אויפשטיין אינמיטן די נאכט מיט׳ן קינד איז זייער אויסמוטשענדיג און אומ׳בא׳טעמ׳ט. (מ׳דארף, פארשטייט זיך, אויך אפבאכט גיבן אויף די געפילן פונ׳ם קינד).

איך וואונטש הצלחה. דאס איז אן אפקומעניש סיי פאר׳ן קינד און סיי פאר די עלטערן.

WOW. ס'ערשטע מאל איך זעה מי אני שרייבן מאמע לשון!....
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 7:22 pm#510774
מיר דא אין די מעלות שרייבן נישט איבער קיין תירוצים אויף עצות וואס זענען שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט איר קענט קוקן מעלות פון חודש אב תשל”ט אדער קענט איר פראבירן די המספיק גאזעט אשפ”ג
פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:17 am#510804
איינעראליינס האט געשריבן:Oh is this a uncomfortable subject ... I wish I can speak more about it... I can fill up a cup with tears about it.....


איך געדענק אלס קינד איז געווען אזא בושה ווען איך האב אויסגעפינען אז מיינע קרובים וואס זענען שוין 10 און 12 יאר נעצן נאך ביינאכט, איך האב געמיינט אז דאס צייגט אויף אומערוואקסנקייט אבער איך האב שפעטער אויסגעפינען אז דאס איז אן אויסדריק פון די באדי אז ס'דא צופיל דריק אויף די הארץ פונ'ם קינד. סיי אויב ס'דא ערנסטע שלום בית אנגעצויגנקייטן אדער אויב איינע פון די עלטערן האבן א שווערע נאטור וואו למשל אויב זיי האבן בי פי די און זיי קענען אויספלאצן אויפ'ן קינד אדער טעראריזירן די משפחה פון איין מינוט צום צווייטן - (וואס איז באמת געווען די מצב ליידער ביי מיינע קרובים) *דרך אגב ס'דא א געוואלדיגע בוך וועגן משפחה איבערלעבער פון בי פי די וואס איז נישט געווארן טריטעד און די בוך הייסט: Walking on Eggshells)

אבער לעצטנס האב איך אויסגעפינען אז דאס איז אן אנפלאגעניש וואס אסך נעבעך מוטשען זיך פאר יארן אפילו ווען זיי זענען שוין ערוואקסן. ס'האט מיר אנגעכאפט א שוידער ווייל איך וואלט נישט אויסגעהאלטן אדורכצוגיין אזא גיהנים. ס'דא א פרומע אינסטעגראם בלאט פון איינעם וואס רופט זיך @frum bedwetter
סך הכל איז באנעצן ביינאכט ווי א סימן אז דיין גוף וויינט (מיט טרערן אבער נישט אויפ'ן פנים) פון די דריק וואס ליגט אויף דיינע פלייצעס (ס'דא זייער געפיליגע מענטשן וואס אויף זיי קלאפט אויס זאכן אין אסך א טיפערע אופן, אפילו אויב פאר א צווייטן וואס איז נישט אזוי טיף און הארציג קוקט עס נישט אויס ווי גרויסע דריק
פרייטאג אקטאבער 28, 2022 3:01 pm#510813
בן נון האט געשריבן:מיר דא אין די מעלות שרייבן נישט איבער קיין תירוצים אויף עצות וואס זענען שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט איר קענט קוקן מעלות פון חודש אב תשל”ט אדער קענט איר פראבירן די המספיק גאזעט אשפ”ג

שכוח פאר די הילף. עס העלפט אבער נישט.
פרייטאג אקטאבער 28, 2022 3:04 pm#510814
בונה של טוב האט געשריבן:איך געדענק אלס קינד איז געווען אזא בושה ווען איך האב אויסגעפינען אז מיינע קרובים וואס זענען שוין 10 און 12 יאר נעצן נאך ביינאכט, איך האב געמיינט אז דאס צייגט אויף אומערוואקסנקייט אבער איך האב שפעטער אויסגעפינען אז דאס איז אן אויסדריק פון די באדי אז ס'דא צופיל דריק אויף די הארץ פונ'ם קינד. סיי אויב ס'דא ערנסטע שלום בית אנגעצויגנקייטן אדער אויב איינע פון די עלטערן האבן א שווערע נאטור וואו למשל אויב זיי האבן בי פי די און זיי קענען אויספלאצן אויפ'ן קינד אדער טעראריזירן די משפחה פון איין מינוט צום צווייטן - (וואס איז באמת געווען די מצב ליידער ביי מיינע קרובים) *דרך אגב ס'דא א געוואלדיגע בוך וועגן משפחה איבערלעבער פון בי פי די וואס איז נישט געווארן טריטעד און די בוך הייסט: Walking on Eggshells)

אבער לעצטנס האב איך אויסגעפינען אז דאס איז אן אנפלאגעניש וואס אסך נעבעך מוטשען זיך פאר יארן אפילו ווען זיי זענען שוין ערוואקסן. ס'האט מיר אנגעכאפט א שוידער ווייל איך וואלט נישט אויסגעהאלטן אדורכצוגיין אזא גיהנים. ס'דא א פרומע אינסטעגראם בלאט פון איינעם וואס רופט זיך @frum bedwetter
סך הכל איז באנעצן ביינאכט ווי א סימן אז דיין גוף וויינט (מיט טרערן אבער נישט אויפ'ן פנים) פון די דריק וואס ליגט אויף דיינע פלייצעס (ס'דא זייער געפיליגע מענטשן וואס אויף זיי קלאפט אויס זאכן אין אסך א טיפערע אופן, אפילו אויב פאר א צווייטן וואס איז נישט אזוי טיף און הארציג קוקט עס נישט אויס ווי גרויסע דריק

איך האב גערעדט פון דעם!!!
בושה איז א אנדערסטעטמענט פון וואס איך בין דורך...
קעמפ און אזוי ווייטער.......
מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 8:03 pm#510834
איינעראליינס האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:מיר דא אין די מעלות שרייבן נישט איבער קיין תירוצים אויף עצות וואס זענען שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט איר קענט קוקן מעלות פון חודש אב תשל”ט אדער קענט איר פראבירן די המספיק גאזעט אשפ”ג

שכוח פאר די הילף. עס העלפט אבער נישט.

אנטשולדיגט מיר, איך האב פשוט געוואלט ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, גארנישט פערזענליך.
נ”ב ווער זאגט אז איך האב געמיינט צו העלפן, נאר דער אייבישטער קען העלפן.
מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 9:46 pm#510846
איי עם סארי. איך בעט דיך איבער