Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13736
מאנטאג אפריל 20, 2020 12:53 am#446172
די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
דאס ווייסן מיר דאך שוין לאנג אז די רבי'ס האבן א טבע צו אנטלויפן פון א געפאר ווי עס איז באקאנט דאס געוואלדיגע העראאישקייט וואס זיי האבן געוויזן ביי די שואה ווען זיי האבן איבערגעלאזט א זינקענדיגע שיף זיך צו ראטעווען, אבער יעצט זעען מיר אז דאס איז נישט נאר פיזיש נאר אויך אידעאלאגיש זענען זיי אלעמאל דא פאר א אנטלויף פלאן ווען דער מצב ווערט שמאל, נוצנדיג זייער אלטן באקאנטן מיטל ווען די לאגע נעמט זיך דרוקן ווערט מען פארשוואונדן און אנטרינען פונעם האריזאנט בלויז צוריק צו ערשיינען ווען אלעס איז אללרייט צו אנגיין ווייטער און אויסנוצן דאס ווייטאג פונעם עולם צו רייטן אויף זייער געוויסן.

א געוויסן דיין דא איז ידוע אז ער איז אמאל פיזיש אנטלאפן פון בית המדרש אינמיטן א העפטיגע ויכוח נישט ווילנדיג נעמען א צד, אזא זאך איז גראדע קלוג ווען די רעדע איז פון נארישע פאליטיק, אבער ווען עס קומט צו ערנסטע החלטות און אידישקייט נושאים ווען דער עולם זוכט א עמוד לסמוך עליו און א העכערע אויטאריטעט וואס זאל אביסל אויסקלארן דעם צומישעניש און לאזן הערן פאר'ן עולם וואס צו טון, וואס דאס איז דאך בעצם די סיבה פארוואס מען דארף מנהיגים בכלל, דעמאלטס ווערן די אלע צולאזט ווי פוטער און ציען מיט די שוואכע פלייצעס נישט קענענדיג נעמען אויף זיך אריינצורעדן אין צי האקעלע נושאים, "כ'ווייס נישט" איז דעמאלטס שגור על לשונם, מ'האמיר נישט היינט קיין סנהדרין, מ'קען נישט באשטימען קיין זאכן פאר'ן ציבור, פלוצלינג זענען זיי אזוי ווייך און איידל.

די זעלבע רבנים וואס ווייסן פונקטליך וואס השי''ת וויל, זיי פארשטייען אריינצורעדן אין ישראל'ישע פאליטיק און אנווייזן וויאזוי דאס אלעס איז א ראיה צו דעם גרויסן חטא וואס מיליאנען אידן באגייען יעדע רגע, זיי פסק'נען ווי דער בית דין הגדול אז די תורה פון די מזרחי גייט צום סטרא אחרא פונקט ווי אחר בשעתו, און פסל'ען לעדות איינער וואס באנוצט זיך מיט א פאון, קוקט ווידיאו, גייט ביי האר, פאלגט נישט/יא דין תורה ועוד ועוד, זיי האבן שיינע לעדערהעדס מיט געקינצטלע חתימות וואס ווערן אפט געזען ביים המון עם וועלכער ווייסט צו זאגן פארוואס ער שרייבט זיין טאטנ'ס נאמען און וויאזוי, זיי שעמען זיך נישט ארויסצוגעבן די חתימה ברבים יעדן שני וחמישי אין אלע בלעטער און פובליק ערטער אבער פלוצלינג ווען עפעס מאכט זיך באמת וויכטיג, ששש... שטיל.

לאמיר עס פעיסן, מיר שטייען היינט אין א מצב וואס איז באמת פרעצעדענטלאז, באמת היסטאריש. נישט היסטאריש ווי אין היסטארישע חתונה בבית פיצקוב-האצנפלאץ, אדער היסטארישע שלום ווען מר. ט. רעדט מיט זיין ברודער, נאר היסטאריש ווי אין די ביכער גערעדט, עפעס וואס מען וועט דערמאנען אין לעקציעס און דרשות פאר צענדליגער יארן הבעל''ט, א מצב וואס איז נאכנישט געווען. א מצב וואס שאלות ווערן נולד אין יעדן פעלד וואס איז פארהאן, מעדיצינישע, עטישע, פילאזאפישע, פאליטישע, עקאנאמישע, און פארשטייט זיך אויך רעליגיעזע און הלכה'דיגע, יעדער וואס פאררופט זיך אן עקספערט אין זיין תחום קומט ארויס און פרובירט צו העלפן מיט זיינע פארשלאגן, טאקע יעצט דארף מען זיי, פארדעם זענען זיי דא. אבער די עקספערטן אויף אידישע הלכה און השקפה האבן זיך באהאלטן אין די מויזן לעכער, אייביג וועלן זיי אלע וויסן דעם דין פונקטליך ווען מען דארף יא אדער נישט זאגן תפלה לדוד אדער מי שברך מיט אנדערע וויכטיגע נארישקייטן וואס וועט קיינעם נישט אויסמאכן סייווי (איך האב בקבלה אז נאך שמו''ע גייט גאט ארויס פון ביהמ''ד, די אלע זאכן זאגט מען נאר שלא ליתן פנאי לחטוא), אבער יעצט ווען עיקרי היהדות און פאקטישע דינים שטייען אויפן וואגשאל זענען זיי פארשוואונדן. זאל מען דאווענען ביחיד אדער בציבור? וואס טוט זיך מיט קריאת התורה? וואס לאזט א יחיד אויס? כ'ווייס, סתם ארויסגעבן א שטיקל גיידליין, א תשובה א בירור הלכה, עפעס א פסק מיט א זיכערקייט. גיי זוך זיי, אלע זענען פארשוואונדן, א יצחק לאווי דארף גיין זיי ארויסזוכן פון די לעכער און קראצן און שייערן און רייבן עפעס געקעקעצטע הוראות בעל פה, טייל רבנים זאגן יא, עפ''י רוב די קלענערע רבי'לעך וואס האבן נאכנישט קיין סיגנאטשור אן פייל, אבער די גרויסע ארגאניזאציעס און אונטערשרייבערס זענען שטום, טייל זענען שוין נעבעך געשטארבן, די אנדערע שפארן זיך איין אין די לעכער, און ווארטן צו זען וואס וועט זיך אויסלאזן.

אבער לאמיר שוין נאכגעבן בנוגע די טיפע פארפלאנטערטע שאלה פון דאווענען מיט מנין (בעצם ניטאמאל א דרבנן, לגבי תפלה) בעת עס בוזשעוועט א מגיפה נוראה אין אידישע הייזער, אך ווער איז עפעס א ר' עקיבא אייגר היינט זיך אונטערצונעמען אזא זאך ווי זאגן נישט צו דאווענען מיט מנין. מ'האמיר נישט קיין ברירה, מיט א שמע ישראל אויף די ליפן וועל מיר דאווענען מיט מנין ביזן לעצטן איד, עס איז דאך נישטא קיין ברירה, וואס העט מען זאגן פאר גאט. (ווער רעדט שוין פון מקוה וואס איז דאך הייליגער פון אלעס היות ס'איז דאך א נייע מצוה שנתחדש אחר מתן תורה דורך די חסידים וואס זענען דאך סאך שטערקער ווי משה רבינו, מען זיצט אויפ'ן הייליגן באנק וואס א אנדערער הייליגער חסיד איז א מינוט פריער געזעצן בגופו הקדוש בפישוט בגדים כדי צו קענען איבערכאפן אלע הייליגע מחלות פון א צווייטן איד בבחינת אל תשקצו את נפשותיכם). די רבנים אליין דאווענען דאך אלע מיט מנין כידוע (און בכלל נישט סורפרייזינג), נאר אזויפיל כאטש קענען די צדיקים וקדושים טון ארויסגעבן א צעטל וואס זאל מזהיר זיין צו אפהיטן די גדרי הבריאות, בעטן אז אפילו די וואס דאווענען יא בציבור זאלן מורא'דיג נזהר זיין אין איינהאלטן די תקנות, כ'מיין ס'איז דאך אויך א דין, ונשמרתם איז טאקע א מאדערנע מצוה אבער לא תרצח איז כמדומה א רמב''ם און ווערט געברענגט אפילו אין ויואל משה, געבן פאר די אזהרות וואס קומען דערווייל בלויז פון די טמא'נע כופר'ישע גוים און סייענטיסטען און הצלה מעמבערס וואס ווערן שוין הייזעריג פון בעטן - א תורה'דיגן תוקף און ערנסטקייט אז בני תורה זאלן זיך נישט שעמען צו גיין מיט אזא גוי'אישן מאסק און זיך פרובירן אפצוהאלטן פון קומען נאנט צו אנדערע מענטשן. אבער דערווייל גארנישט, א שטילקייט.

זיי האבן בטבע נישט ליב צו נעמען קיין ריזיקע, א ריזיקע קען דאך דורכפאלן, זיי וועלן ליבערשט ווארטן און זען וואס וועט זיך אויסקאכן, ביזדערווייל לאזן זיי אלע עסקנים און מאכער זיך אויס'טענה'ן צווישן זיך, מעג מען יא גיין אין שול, וואס איז אנדערש פון גראסערי, ווער הרג'עט מער די שפיטעלער אדער די דעמאקראטן, די גוים גייען אויך אין פארק, וכו' וכו'. זיי הערן זיך צו צו די דעבאטע מיט אינטערעס און ווען אלעס וועט זיין פאריבער וועלן זיי נוצן אט די טענות זיך צו בארעכטיגן מעיקרא, די גאנצע זאך איז געווען געבויט אויף כפירה, די שפיטעלער האבן במזיד גע'הרג'עט (פארוואס זאלן זיי מאכן שפיטעלער אויב זיי ווילן בעצם הרג'נען מענטשן? גייט מיר נישט אריין אין קאפ. הצלה איז מורא'דיג פראפעשאנעל און אזוי אויך דער רייסער וואס דרייט זיך אין שפיטאל אבער א דאקטער איז כמדומה אויך אביסל פראפעשענעל כך נראה בעיני). זיי וועלן פארענטפערן די מנינים מיט אלע תירוצים וואס קומען יעצט אויף, גוט, אבער יעצט זאגן זיי עס נישט, זיי זענען באהאלטן, און ווארטן, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אזוי וועלן זיי זאגן "הע זעסט?!" און האלטן גאנצע דרשות צו מוסר'ן די אלע וואס האבן יא געפאלגט און אז זיי דארפן תשובה טון פאר'ן נישט דאווענען בציבור, א ספעציעלע קריאת התורה וועט צוגעשטעלט ווערן "פאר די דאזיגע וואס האבן ליידער פארפאסט דאס ליינען" וואו די אלע וועלן אויסגעשטעלט ווערן צו שפאט און שאנדע פון די פרומאקעס וואס האבן אלעס געהעריג געליינט, דער רב אליין פארשטייט זיך בכללם מיט אלע שיינע אידן, נאר די פשוט'ע בעלי בתים וואס פרובירן תמימות'דיג צו פאלגן וועלן דארט שטיין אינאיינעם מיט אלע פויערן צום רחמנות'דיגן בליק פון אלע פרומע גוטע אידן. מען וועט "זיי" ארויסגעבן א תיקון און סדר וואס צו זאגן לכפר על התפילות וקדישים. ווידער אויב נישט וועלן די רבנים ווייטער זאגן אוודאי מיר האבן זיך צוגעשטעלט פון אנפאנג און קיינמאל נישט געזאגט אנדערש פון די דאקטוירים.

דאס זעלבע מיט די השקפה, סאטמארער רבי איז געווען א גרויסער גבור נאכ'ן קריג צו מסביר זיין למה עשה ה' ככה, וואו איז ער געווען בשעת'ן קריג? וואס האט ער געענטפערט פאר זיין פארפייניגטן חסיד וואס האט געשריגן צו אים פון די אנדערע זייט צוים אין בערגן בעלזן רבי, זאג אונז וואס צו טון, וואס וויל גאט פון אונז, וואס האבן מיר געזינדיגט, ער האט זיך איינגעהילט אין א שווייגעניש און נישט געהאט וואס צו זאגן. אז דו האסט דעמאלטס נישט געוואוסט זיי נישט קיין חכם נאכדעם עס צו בארעכטיגן און מסביר זיין. וואו זענען יעצט די צדיקים? לאמיר הערן וואס מיר האבן צו טון? איז גאט ברוגז אויף אונז? איז דא עפעס וואס מען קען טון צו העלפן? קום מיר נישט נאכדעם שרייען יא וועגן דאס און יענץ. אויב דו געפינסט דיך נישט דאס לשון יעצט דאן שווייג שפעטער אויך. זאג איך ווייס נישט, בביתי אין לחם ושמלה לא אהיה קצין, איך קען נישט זיין קיין מנהיג ווייל איך ווייס נישט וואס גאט וויל. טרעטס אפ פון אייער אמט און זייטס מודה אין אייער ליידיגקייט. אם גבר אתה שטעל זיך יעצט ארויס און נעם די בלעים, זאג הדרכה, זיי מסביר גאט'ס ווילן. דארפן מיר זיין גרייט צום טויט? דארפן מיר עס זען צו פארמיידן? זאל מען אויפהערן צו דאווענען מיט מניין? אויב יא קום ארויס דערמיט מיט א שטארקייט און ערקלער דאס, וויאזוי גאט'ס רצון איז יעצט דאס, על אף דער מצוה איז ביז יעצט געווען תורה ותפילה איז יעצט אנדערש, ברענג מעשיות און מקורות וויאזוי השי''ת וויל צומאל עפעס אנדערש ווי זיין געווענליכן רצון, וויאזוי מען דינט אים יעצט אויף דעם וועג, זיי מחזק דעם עולם, אויב נישט זאג אפן מיר דארפן מסירות נפש, מ'זאל לאזן צוואה, קום ארויס און לאמיר הערן דיין קול, נישט באהאלט דיך און טאנץ מיטן ווינט. וואו זענען זיי אונזערע מנהיגים? וואס זאגט דער דעת תורה און השקפה פון אידישקייט? פארוואס באהאלט איר זיך. בושה תכסה אתכם.
מאנטאג אפריל 20, 2020 8:30 am#446200
סארי אבער איך פארנעם שוין נישט די נעגאטיוויטי אזויפיל מאל איבערצוקייען די זעלבע שטרוי, אפילו נניח אז ס'איז אמת פעלט אויך נישט אויס 127 ארטיקלען דערוועגן; ק"ו ווען עס איז שרעקליך איבערגעטריבן, רוב גרויסע און קליינע רבנים האבן יא א דעה פאר זייערע חסידים הסרים למשמעתם, און מאנכע האבן עס פארעפנטליכט אין די צייטונגען וכדו'.

איך מיין עס איז די העכסטע צייט אויפצוהערן צו מאכן א טשולענט פון אלע רבנים. יש ויש. איך קען רבנים היפאקריטן און איך קען רבנים וואס הרג'ענען זיך פאר אנדערע אידן. ס'דא רבנים וואס נאר לכבוד עצמם הוא דורש און פאראן רבנים וואס געבן זיך אוועק פאר א צווייטן איד. פאראן רבנים וואס זענען נאר דא צו מוסר'ן יענעם בעת פאר זיך זעלבסט זינגען זיי שישו מעי, און פאראן אנדערע רבנים וואס לייגן די וואוילזיין פון זייערע חסידים בעפאר די אייגענע.

נישט יעדער רב, רבי, משפיע מוז האבן א תירוץ אויף יעדע זאך וואס פאסירט. איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פון טייטלען ביי יעדע צרה ווער עס איז שולדיג (זוך מיינע ארטיקלען "על מה עשה ה' ככה"), אבער פארט האבן רבנים א פליכט צו מעורר זיין דעם דור, יעדער ע"פ דרכו. אבער ווען עס קומט אן א רוח שאינו מצוי', א מצב וואס איז כמעט נישט בנמצא, און עס הערשט נישט קיין רוח הקודש, בפרט ווען יעדע ווארט ווערט נאכגעקוקט פון מוסרים און מען כאפט זיך ארויף אויף יעדן אות וואס דער רב מיינט יא אדער נישט, איז פארשטענדליך אז מערערע רבנים זיצן שטיל.

דער פראבלעם איז, אז מיימון מיינט אז דער דור איז טאקע אזוי אנגעוויזן אויף די רבנים, כאילו יעדער וויל זיי תמימות'דיג פאלגן און מקבל זיין זייערע הדרכות... איך זאג דיר צו אז ווען די רבנים זאלן ארויסקומען מיט קלארע אנווייזונגען וואס יא צו טון, וואלט געווען אן ארטיקל אויף פארקערט, פול מיט קריטיק אויף וואס זיי זאגן. דער עיקר איז צו קריטיקירן... זעסט דאך אז עס איז א דור פון חוצפה יסגי, מען לאכט די רבנים אין פנים אריין, די רבנים ווייסן דאס, זיי זענען נישט משוגע. איז שב ואל תעשה עדיף.
מאנטאג אפריל 20, 2020 8:48 am#446201
דער עולם, בפרט דאהי אין נוא יארק, זוכט ארויס צונעמען דאס בעסטע פון די מנהיגי ישראל, און לאזט איבער דאס איבעריגס, בבחינת תוכו נטל קליפתו זרק.
בעווונותינו הרבים, זינט דער הייליגער לובאוויטשער רבין׳ס פטירה, מרן בעל הפחד יצחק זצ״ל , ומרן הגרי״ד מבוסטון זצ״ל, און יעצט נאכן הסתלקות פון דער נאוואמינסקער רבין זצ״ל איז שוין ניט פארהאן ביי אונז געלערענטע רבנים און אדמורים. רוב מנין פון נארמאלער מענשען האבן ניט קיין ציטרוי אין ענייני דעלמא ברוחניות ובגשמיות צו מנהיגים וועלכער זענען ניט ערשט-האנטיג באההאווענט אינעם חכמה בגויים. ובפרט ווען עס קומט צו עינייני חינוך הבנים והבנות.
מאנטאג אפריל 20, 2020 9:35 am#446202
וער וועט זיין דער נעקסטער מנהיג ישראל וואס וועט זיך פארדינען אזא שיינעם הספד אינעם טיימס?
m https://www.nytimes.com/2020/04/10/obit ... -dead.html m
מאנטאג אפריל 20, 2020 10:17 am#446205
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
איך ווייס נישט פונקט וואס דער פותח האשכול וויל? ווער איז שטיל? אלע דרשנים זאגן דרשות יעדער אויף זיין שטייגער, אין "איד" צום ביישפיל, איז געווען געדרוקט מינומם פיר דרשות וואס איך געדענק יעצט, (מהרז"ל, באבוב 45, ווינער רב, בערל טויבער), און אויף די האטליין'ס איז דא נאך אסאך, און יעדער, חוץ די דזשיהאדיסטן הידועים, ברענגט ארויס אז דאס איז יעצט דער רצון ה' צו דאווענען ביחידות, און נישט צו גיין אין ביהמ"ד, אז דו ליינסט נישט די היימישע צייטונגען און הערסט נישט די היימישע האטליין'ס ווייסטו פשוט נישט דערפון.
מאנטאג אפריל 20, 2020 11:47 am#446215
איך אנטשולדיג זיך פאר זיין אביסל אומקלאר און אביסל איבערגעטריבן אויף געוויסע זאכן. כ'זע טייל האבן געלייקט זעט אויס אז מ'קען מיר פארשטיין. כ'וויל קלארשטעלן אז כ'האב דאס נאר געשריבן אלס קאמענט צו א צווייטן אשכול וואס טראגט ווייט נישט דעם כאראקטער און איז אביסל טעראפי צו אויסגעבן די געפילן אין אזא מצב. עמיצער האט עס אפגעטיילט באלד נאכ'ן ארויפשטעלן אלזא איז עס שוין אנדערש. כ'וועל אפשר צוריקקומען זיך מער ערקלערן ווען כ'האב צייט, אבער אין אלגעמיין בין איך מסכים אז מען דארף שוין אביסל פאזיטיוויטי דער מצב איז שוין צו באקאקט.
מאנטאג אפריל 20, 2020 12:23 pm#446222
ATUB @מיימון ATUB , דו ביסט הייליג גערעכט מיט יעדעס ווארט. ספעציעל האב איך הנאה געהאט ווי דו האסט ארויסגעברענגט די אמת'ע נקודה אז די רבנים האלטן זיך שטיל ווייל זיי ווילן נישט נעמען קיין שום ריזיקעס. זיי לאזן נאר פאלן האלבע ווערטער און רמזים, אזוי אז איינמאל די זאך וועט זיין געענדיגט וועלן זיי קענען בכל אופן זאגן אז זיי זענען געווען גערעכט.

לו יצוייר נאך דעם קריזיס וועט יעדער מסכים זיין אז די מנינים האבן גע'הרג'עט מענטשן, וועלן די רבי'ס זאגן אז זיי האבן טאקע פארשפארט די בתי מדרשים (היות זיי האבן דאך טאקע אפיציעל פארשפארט די הויפט בתי מדרשים). אויב וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ס'איז געווען איבערגעטריבן, וועלן זיי זאגן אז דערפאר האבן זיי געלאזט שטילע מנינים, און אז זיי האבן טאקע אליין געהאט מנינים ביי זיך אין שטוב. און די אלע וואס האבן נישט געדאוונט מיט מנין דארפן זיך פודה זיין.

א ריכטיגער מנהיג קומט קלאר ארויס און זאגט וואס מ'דארף טון. עס זענען דא גאר ווייניג אזעלכע. צווישן די היימישע רבי'ס אין ניו יארק, איז נאר האדמו"ר ר' מרדכי דוד מבאבוב 45 ארויסגעקומען קלאר אז מ'זאל נישט דאווענען מיט מנין, און האט מפרסם געווען אז ער דאוונט אויך נישט מיט קיין מנין. און יא, ער האט גענומען די ריזיקע פון נעמען א קלארע שטעלונג. מ'האלט שוין 6 וואכן אריין אינעם קריזיס, און ער איז דער איינציגסטער. מיין נקודה איז נישט אז ר' מרדכי דוד האט גענומען די ריכטיגע שטעלונג, נאר אז ער האט בכלל גענומען א שטעלונג. אויב וואלט האדמו"ר ר' זלמן לייב ט"ב ארויסגעקומען מיט א קלארער שטעלונג אז יא, מ'דארף דאווענען מיט מנין, וואלט איך אים מער רעספעקטירט אלס א מנהיג ווי דאס וואס ער טוט יעצט.

אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקט וואס דער פותח האשכול וויל? ווער איז שטיל? אלע דרשנים זאגן דרשות יעדער אויף זיין שטייגער, אין "איד" צום ביישפיל, איז געווען געדרוקט מינומם דריי דרשות וואס איך געדענק יעצט, (מהרז"ל, באבוב 45, בערל טויבער), און אויף די האטליין'ס איז דא נאך אסאך, און יעדער, חוץ די דזשיהאדיסטן הידועים, ברענגט ארויס אז דאס איז יעצט דער רצון ה' צו דאווענען ביחידות, און נישט צו גיין אין ביהמ"ד, אז דו ליינסט נישט די היימישע צייטונגען און הערסט נישט די היימישע האטליין'ס ווייסטו פשוט נישט דערפון.

איך האב נישט געלייענט דעם "איד", אבער פערצופאל האב איך געלייענט דעם "בלאט". איך האב נישט געזען קיין איין ווארט אז מ'מוז זיך האלטן צו די גענויע אנווייזונגען פון די דאקטוירים, חוץ אין א ציטאט פון א דרשה פון האדמו"ר ר' מרדכי דוד הנ"ל. אלע אנדערע רבנים רעדן נישט קלאר, און זיי אליין האבן מנינים ביי זיך אין שטוב, קעגן די אנווייזונגען פון די מעדיצינישע מומחים. בנוסף צו דעם זענען 95% פון די קלענערע בתי מדרשים אפן, און א גרויס חלק פון די גרעסערע בתי מדרשים זענען אויך אפן אין געוויסע שעות פאר די וואס ווייסן.

ATUB @שמעקעדיג ATUB ,
קאווע שטיבל לויפט נישט אויס פון מעמארי-ספעיס, און יעדער איז מכובד צו שרייבן וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ. און יא, ס'דארף זיין א פלאץ פאר נעגאטיווע געפילן. יעדער קען נוצן א דאזע פון פאזיטיוויטי, און די עצה דערפאר איז צו פאקטיש דעליווערן עפעס פאזיטיוו. זיין נעגאטיוו קעגן נעגאטיוו איז נישט פאזיטיוו...

לעצם הענין, האלט איך אז אויף די נושא איז נאך נישט גענוג געשריבן געווארן. גאנצע ביכער דארפן געשריבן ווערן וויאזוי די זעלבע רבנישע און רבישע אויטאריטעט וואס קריכט אריין אין אונזער פריוואטן לעבן יעדן טאג פון יאר, און ארגאניזירט אסיפות און קול קורא'ס אויף יעדן שטות, האט זיך נישט געקענט אויסקראצן א קלארן מעסעדזש אין דעם יעצטיגן מצב. ווי מיימון האט אזוי עלעקוואנט געשריבן:

ווען עס קומט צו ערנסטע החלטות און אידישקייט נושאים ווען דער עולם זוכט א עמוד לסמוך עליו און א העכערע אויטאריטעט וואס זאל אביסל אויסקלארן דעם צומישעניש און לאזן הערן פאר'ן עולם וואס צו טון, וואס דאס איז דאך בעצם די סיבה פארוואס מען דארף מנהיגים בכלל, דעמאלטס ווערן די אלע צולאזט ווי פוטער און ציען מיט די שוואכע פלייצעס נישט קענענדיג נעמען אויף זיך אריינצורעדן אין צי האקעלע נושאים, "כ'ווייס נישט" איז דעמאלטס שגור על לשונם, מ'האמיר נישט היינט קיין סנהדרין, מ'קען נישט באשטימען קיין זאכן פאר'ן ציבור, פלוצלינג זענען זיי אזוי ווייך און איידל.

זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט צוליב די פורים מסיבות. זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט צוליב די חתונות פון נאך פורים. זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט צוליב די פסח סדרים. זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט צוליב זיך נישט ארויסשטעלן ווי א סעמפל וויאזוי א איד דארף זיך אויפפירן אין אזא זמן. און יעצט גייען זיי ווייטער מיט בלוט-פארגיסונג, מיט זייערע פרואוון אויסצושפילן דעם סיסטעם, ווי מוסדות סאטמאר רז"ל וואס האט אנגעפאנגען חדר אין צענדליגער פלעצער איבער גאנץ וויליאמסבורג, שטעלנדיג אין א סכנה די מלמדים און די משפחות פון די קינדער. מ'דארף רעדן און שרייען וויפיל ס'גייט, בפרט ווען דאס בלוט-פארגיסונג גייט נאך ווייטער אן בשעת אט די שורות ווערן געשריבן.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:01 pm#446225
מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:09 pm#446227
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
אבטולמוס האט געשריבן:@מיימון, דו ביסט הייליג גערעכט מיט יעדעס ווארט. ספעציעל האב איך הנאה געהאט ווי דו האסט ארויסגעברענגט די אמת'ע נקודה אז די רבנים האלטן זיך שטיל ווייל זיי ווילן נישט נעמען קיין שום ריזיקעס. זיי לאזן נאר פאלן האלבע ווערטער און רמזים, אזוי אז איינמאל די זאך וועט זיין געענדיגט וועלן זיי קענען בכל אופן זאגן אז זיי זענען געווען גערעכט.

לו יצוייר נאך דעם קריזיס וועט יעדער מסכים זיין אז די מנינים האבן גע'הרג'עט מענטשן, וועלן די רבי'ס זאגן אז זיי האבן טאקע פארשפארט די בתי מדרשים (היות זיי האבן דאך טאקע אפיציעל פארשפארט די הויפט בתי מדרשים). אויב וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ס'איז געווען איבערגעטריבן, וועלן זיי זאגן אז דערפאר האבן זיי געלאזט שטילע מנינים, און אז זיי האבן טאקע אליין געהאט מנינים ביי זיך אין שטוב. און די אלע וואס האבן נישט געדאוונט מיט מנין דארפן זיך פודה זיין.

א ריכטיגער מנהיג קומט קלאר ארויס און זאגט וואס מ'דארף טון. עס זענען דא גאר ווייניג אזעלכע. צווישן די היימישע רבי'ס אין ניו יארק, איז נאר האדמו"ר ר' מרדכי דוד מבאבוב 45 ארויסגעקומען קלאר אז מ'זאל נישט דאווענען מיט מנין, און האט מפרסם געווען אז ער דאוונט אויך נישט מיט קיין מנין. און יא, ער האט גענומען די ריזיקע פון נעמען א קלארע שטעלונג. מ'האלט שוין 6 וואכן אריין אינעם קריזיס, און ער איז דער איינציגסטער. מיין נקודה איז נישט אז ר' מרדכי דוד האט גענומען די ריכטיגע שטעלונג, נאר אז ער האט בכלל גענומען א שטעלונג. אויב וואלט האדמו"ר ר' זלמן לייב ט"ב ארויסגעקומען מיט א קלארער שטעלונג אז יא, מ'דארף דאווענען מיט מנין, וואלט איך אים מער רעספעקטירט אלס א מנהיג ווי דאס וואס ער טוט יעצט.
.

אויב האסטו געזוכט מנהיגים ביסטו טאקע אין די wrong פלאץ, מיר האבן נישט קיין מנהיגים, אבער נישט נאר ביים וויירוס, זיי זענען קיינמאל נישט קיין מנהיגים, זיי ווערן געפירט , סיי ביי טעכנאָלאָגיע, סיי ביי די מוסדות, און ביי יעדע נושא, זיי ווערן געפירט בעיקר דורך אקטיוויסטן, און אביסל אויך דורכן אלגעמיינעם דעת הקהל, פונקט ווי 99% פאליטיקאנטן אין די אלגעמיינע גאס.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:11 pm#446229
אונטער חכם האט געשריבן:אויב האסטו געזוכט מנהיגים ביסטו טאקע אין די wrong פלאץ, מיר האבן נישט קיין מנהיגים, אבער נישט נאר ביים וויירוס, זיי זענען קיינמאל נישט קיין מנהיגים, זיי ווערן געפירט , סיי ביי טעכנאָלאָגיע, סיי ביי די מוסדות, און ביי יעדע נושא, זיי ווערן געפירט בעיקר דורך אקטיוויסטן, און אביסל אויך דורכן אלגעמיינעם דעת הקהל, פונקט ווי 99% פאליטיקאנטן אין די אלגעמיינע גאס.

דו רעדסט וועגן דעם matter of factly, כאילו דו האסט נישט דא געווארפן אן אטאם-באמבע. אוודאי ביסטו גערעכט, אבער ווילאנג 80% פונעם ציבור רעדט זיך נעבעך איין אז עס זענען יא דא מנהיגים, ברויך מען האמערן און שטורעמען אז אם אין אני לי מי לי. בפרט יעצט ווען עס איז נישט נאר רשעות ווי אייביג, נאר עס קאסט נפשות ממש!
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:15 pm#446230
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זאג דיר צו אז ווען די רבנים זאלן ארויסקומען מיט קלארע אנווייזונגען וואס יא צו טון, וואלט געווען אן ארטיקל אויף פארקערט, פול מיט קריטיק אויף וואס זיי זאגן. דער עיקר איז צו קריטיקירן...

נישט אמת. ווען עס איז ארויסגעקומען א מודעה פון קהל ייטב לב דסאטמאר (רז"ל) וואס האט געשריבן קלארע הוראות פאר פסח וועגן סדרים און מנינים, איז עס גאר שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך אני הקטן, און די אלע וואס קריטיקירן. ליידער האט זיך נאך עטליכע שעה אויסגעשטעלט אז דאס צעטל איז געווען פאלש.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:41 pm#446235
נאך אן אדמו"ר וואס האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אן אפיניען און אויב ס'איז ריכטיג וואס כ'האב געהערט מפי השמועה האט ער עס אפילו גענומען אויף א פאראנאויד עקסטרים, איז די קלויזענבערגער פין בארא פארק.

ער האט געמאכט א לווייה פאר זיין מאמע ע"ה באישון ליל און ס'איז געווען א מיליטערישע סוד ביז ממש געציילטע מינוטן בעפאר, און ער אליינס איז ארויסגעקומען צו די לוויה פארפאנצערט ביז'ן נאז מיט א שערל אין טאש צו רייסן קריעה אז קיינער זאל נישט קומען נאנט (שטארק מעגליך ס'קומט פין איבעריגע פאראניע, אבער נאכאלץ א שטארקע סעמפל).

די פאלגענדע איז א געפארווערדע מעסעדזש מטעם די קהילה, כ'האב געפרעגט צוויי קלויזענבערגע באקאנטע זה שלא בפני זה און זיי האבן מיר געזאגט ס'איז אן אפיציעלע מעסעדזש:
Erev Yom Tov - Personal Message from Rabbeini Shlit"a for Anshei Shloimeini: Ich Bait Bchol Lushon Shel Bakushe:
Ich Bait Enk please do not take the situation lightly, dont leave ur house all yom tov, Huts Rachmunis uf Zich, Enkere Eltern in kinder Follow All Rules to the most, "Keiner Zul Nisht Zaan Kan Frimer of Yenems Cheshben, Its RETZICHE", and every1 pls say Tehillim LLchoileim Pesach is Pe-Such Begimatria 68, Chayim, Every1 should have All Bruches Bune Chaye Mezoine, with all Hashpuoes Toives Git Yom Tov, Umein
מאנטאג אפריל 20, 2020 2:47 pm#446237
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
@מיימון: מיין לייק איז פאר דיר ווייל כ'אגרי מיט דיר, און ניין ברויכסט נישט צוריק ציען, האסט גארנישט איבערגעטריבן, אזוי ווי @אבטולמוס שרייבט וויפיל מ'האט דא געשריבן איז צו ווייניג.

@אבטולמוס: איין זאך װיל איך צו צולייגן צו דיינע ווערטער, ערב די צווייטע טעג פסח איז ארויסגעקומן א בריוו פון די מהר"א'ס קהילה אז מוצאי יו"ט גייט זיין א לייוו הוק אפ פונעם רבין'ס שטוב וואו דער רבי גייט פראווען מיט א "מנין מצומצם" נעילת החג, וואו ד"ת און חיזוק וועט געהערט ווערן דורך קול סאטמאר, כ'געדענק נישט פינקטלעך די נוסח.

אבער די חוצפה פון דעם צעטל איז די ווארט "מנין מצומצם" ביי זוך אין שטוב, איר הערט א מעשה?! לא די אז ער קומט נישט ארויס מיט א קלארקייט אז קיינער זאל נישט מאכן קיין מנינים אפילו נישט אינדערהיים, נאר פארקערט ער גייט גאר האבן א "מנין מצומצם" שווייג און רעדט נישט דערפון! וואס פינקטלעך האט ער אדער די פירערשאפט געוואלט ארויסברענגן דערמיט, אז ער איז עקזעמפט און אלס מלך ישראל וגאלו וואס פארט ארום אין אן עסקאליעד קען יא האבן א מנין?! וואס פעלט אויס זיך צו רייצן מיטן המון עם, מיטן פשוט'ן איד וואס ווייטאגט און ווארט קוים צוריק צו קענען דאווענען מיט מנין? וואס האט נישט די לוקסעריזע אפציע צו האבן גרייט א מנין אינדערהיים. און די פאקט אז זיי האבן עס ארויס געשריבן ווייזן זיי קלאר און דייטליך נישט נאר זיי געבן נישט קיין קלארע אנווייזונגען פארן עולם נאר זיי לאכן זיך אויס פון יעדן און האבן יעדן פארפאקט.
מאנטאג אפריל 20, 2020 3:54 pm#446243
ווי קומט רייצן דא אריין? ער האט נישט געמעגט האבען א מנין מצומצם פונקט ווי איך האב נישט געמעגט האבען א מנין מצומצם בביתי נאוה קודש.

אין יעדער פרט פון דער עניין איז דא אזויפיל ארויס צו ברענגן, לעיקוואד איז אינגאנצן פארדרייט געווארען מיט דער איסור הפארטש מניינים, שהותר לאחר יו״ט, נאך א פיר וואכן פון שטיל שווייגעניש. דער וואס האט נישט קיין אפענע אינטרנט, דער וואס פאלגט די הוראות אז אינטרנט איז נאר פאר ביזנעס, האט באקומען ראבא קאללס פון הצלה, און דאס איז געווען זיין אנווייזונגן. דער רב וואס פרעגט זיין מציאות שאלות ביי מיר, האט נישט גערעדט מיט מיר זייט פורים, ממילא ווייס איך אז ער האט זיך באהאלטן (עס נעמט אים אסאך צייט צו שחט׳ן זיין פיש אויף פסח).

יא, די רעגירונג הינקט שטארק אויך, דער גוי איז גארנישט בעסער ווי אונז, אבער ביי זיי האט דער יחיד זיך געקענט שיצן. איך קען זקנים וואס האבען זיך באהאלטן איידער די אנווייזונגן פון דער רעגירונג, אבער נאר אויבער חכמים און מאדערנע מענטשן. פירערשאפט האט נישט עגזיסטירט.

אפילו טאמער א רב צו א מנהיג איז גרייט צו העלפן זיין סטאדע, למשל מיט גיין נאך געלט פאר דער וואס דארף, מיינט עס נישט אז ער האלט ביים נעמן ריזיקעס ביים פירן. יא, ATUB @שמעקעדיג ATUB , פירען מיינט נעמן אומפאפולערע שטעלונגן. הייסט׳ס, אפילו ווען עס איז דא אזעלכע וואס האבן טענות אויף דיין פיהרונג, טו ווי דו פארשטייט. אבער נישט טון ווי מ׳פארשטייט, אדער גלאט אזוי נישט פארשטיין, איז נישט פירערשאפט נאר פוילקייט. פאר א יתום׳ס חתונה צו א גנב׳ס אדוואקאט, דארף ער בלויז ארבעטן און שוויצן און חנפנ׳ן אביסל. פאר דעם דארף ער טאקע נעמן די ריזיקע אז מ׳וועט אים אויסלאכן.
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:37 pm#446246
באקומען אויף טוויטער א פסק הלכה פין הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א פין די שטארקע פוסקים אין וויליאמסבורג און א גרויסע מחמיר (ער האט זאגאר געעפענט א שוהל מיט'ן בלויזען ציהל מ'זאל דאווענען בעפאר סוף זמן תפילה), אז עס איז אן "איסור" צו ענטפערן קדיש אויף א מנין וואס איז נישט אויסגעהאלטן 100 פראצענטיג. ATUB @לעיקוואד ATUB עס פיט אויך אריין אין דיין אשכול "וואס זאגן די חניאקישע רבנים".
דא
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:51 pm#446248
אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.

ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:54 pm#446249
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@מיימון: מיין לייק איז פאר דיר ווייל כ'אגרי מיט דיר, און ניין ברויכסט נישט צוריק ציען, האסט גארנישט איבערגעטריבן, אזוי ווי @אבטולמוס שרייבט וויפיל מ'האט דא געשריבן איז צו ווייניג.

@אבטולמוס: איין זאך װיל איך צו צולייגן צו דיינע ווערטער, ערב די צווייטע טעג פסח איז ארויסגעקומן א בריוו פון די מהר"א'ס קהילה אז מוצאי יו"ט גייט זיין א לייוו הוק אפ פונעם רבין'ס שטוב וואו דער רבי גייט פראווען מיט א "מנין מצומצם" נעילת החג, וואו ד"ת און חיזוק וועט געהערט ווערן דורך קול סאטמאר, כ'געדענק נישט פינקטלעך די נוסח.

די זעלבע איז געווען היינט אין זיין טאטן׳ס יארצייט
בילד
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:21 pm#446255
מיימון, דער ארטיקל איז פוליצער.
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:57 pm#446257
real fake news האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.

ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?

ער איז געווען אין סעליש, און די עסקנים האבן זיך געבעטן צו אים ער קומען מחזק זיין אין פעסט וואו די נאציס האבן אנגעהויבן משתלט זיין. אבער ער איז ליבערשט אהיימגעגאנגען.
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:28 pm#446261
לאמיר זיך אביסל קלארמאכן (כ'האב נאכנישט געליינט אלע ענטפערס), וואס איך האב געמיינט לגבי וואס דארף געהערט ווערן פון די רבנים און מנהיגים און כ'וועל עס צוטיילן אין צוויי, די הלכה און השקפה. ערשט וועל איך רעדן פון השקפה, יא רבנים האבן געזאגט דרשות און תורות וואס קיינער איז נישט נייגעריג כמנהגם מידי שנה בשנה, חיזוק מיט מעשיות מיט שיינע ווערטער, נישט פון דעם רעד איך. לאמיר אביסל באטראכטן די היסטאריע, ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן איז דאס בעצם געווען א שרעקליכער קלאפ פאר אידישקייט וואס מיר קענען נישט באגרייפן, די עסענץ פון רעליגיע איז אז גאט איז באלעבאס פון דער וועלט און די שפיץ הצלחה איז תלוי אין צוהערן צו אים, די תורה לייגט אראפ אז עס איז דא שכר ועונש און אז די אידן זענען א עם הנבחר, היטן די תורה דארף זיין דער שפיץ הצלחה און דארף גורם זיין ארויפצוברענגען דעם פאלק העכער פון אלע געצנדינערישע זינדיגע פעלקער וואס פארשעמען גאט'ס נאמען, דאס איז געווען אונזער ראציאנאל פארוואס מצרים איז געפאלן און כנען, די בארעכטיגונג פאר די מלחמות קעגן עמון און מואב און אנדערע פעלקער. דינען ה' דארף ווען מאכן עם ישראל א מעכטיגע געלונגענע פאלק וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך. ווען אידן זענען געווארן איינמאל און נאכאמאל באזיגט און צוקלאפט און גאט'ס הויז פארברענט האט דאס געברענגט שרעקליכע געפילן ביי מענטשן, גרויסע פעלקער האבן פארלוירן זייער רעליגיע ביי אזא פאל, די נוצרים האבן טאקע גע'רודפ'ט די אידן טויזנטער יארן דערפאר און געשריגן גאט האט אייך פארלאזט, איר זענט דער נידריגסטע פאלק אויף דער וועלט גע'רודפ'ט און פארטריבן אן קיין לאנד ווייל גאט האט אייך פיינט און יאוש געפילן האבן זיך אריינגעכאפט ביים עולם, דא זאגט אונז גאט ער וויל מיר זאלן אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות און דאס איז דער עיקר פון די תורה, דער גרעסטער רוב פון די מצוות באציען זיך צו מצוות התלויות בארץ, און ביזדערווייל קומט טיטוס און שטעכט א מעסער אין היכל און שרייט איה אלהיהם, מען ווערט פארטריבן אין גלות, מען קען נישט מקיים זיין די מצוות, גאט זאגט איך דארף נישט אייערע קרבנות שפך לו קיתון על פניו, דאס איז זייער פיינפול און צומישנד. עס זענען טאקע פארלוירן געגאנגען דאן גרויסע טיילן פון פאלק. די ארבעט פון חז''ל איז געווען צו בארואיגן און טרעפן וועגן וויאזוי צו מאכן ארבעטן אלעס אפילו אין אזא מצב, תורה במקום קרבנות, תפלה במקום קרבנות, גאט שטראפט אונז נאר ווייל מיר זענען חשוב, ער וויל פארשפרייטן די אמונה ביי די גוים, שפעטער צוזאמצונעמען ניצוצות וכדו' פארשידענע תירוצים פארוואס מיר זענען אין גלות אזוי לאנג. חז''ל האבן קלאר אראפגעשטעלט א באגריף פון ''בזמן הזה'' ווען די דיני המקדש גייען נישט אן און זענען אפילו פארבאטן, ווען נישט וואלטן מיר אלע גע'הרג'עט געווארן לויפנדיג אויפ'ן הר הבית מיט שעפסן. היינט טאר מען נישט און מען דארף נישט, די יהי רצון'ס זענען מכפר. אזוי האבן זיי אוועקגעשטעלט א גאנצע נייע טעאלאגיע צו בויען אידישקייט און עס האלטן ביים לעבן אין אזא אנדערן ענווייראמענט.

די ראשונים האבן אויך צוגעלייגט פארשידענע חידושים צו צופאסן צו די נסיונות פון זייער תקופה, היינט אבער האבן מיר נישט קיין חז''ל און ווען עס קומט אזא מצב איז די איינציגע עצה באגראבן דעם קאפ אין זאמד און דערנאך אריבערמישן א בלאט און איגנארירן דעם גאנצן ענין. מען דארף אסאך מאריך זיין אין די חרד'ישע רעאקציע צום האלאקאוסט וואס באשטייט בעיקר פון איגנארירן. ניטאמאל א קינה'לע האט מען פארגינען פאר די גרעסטע פאסירונג אין אידישע היסטאריע זינט אייביג. א דריטל כלל ישראל איז פארברענט און שטעט און ישיבות וואס מען האט געבויט און געפלעגט הונדערטער יארן זענען ליידיג פון אידן אבער עס קומט זיך נישט דערפאר עפעס א אפיציעלע זכר נאך אזויפיל ווי גזירות ת''ח ות''ט וואס מ'פלעגט זאגן סליחות כ' ניסן. זיבן וואכן הערט מען נישט קיין מוזיק פאר תלמידי ר' עקיבא וואס קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דאס איז אבער פאר די מיליאנען אידן און טויזנטער רבנים און בני תורה איז נישט דא גארנישט. פארוואס? ווייל מיר קענען דאס נישט פעיסן, אנשטאט זוכן צו פארשטיין וואס איז גאטס חשבון, וואס דארפן מיר טון בעסער בעתיד, וואס איז דער ציל פון אלעם, פארוואס הרגעט גאט זיין אייגן פאלק, פארוואס האט זיך גאט אויסגעלאכט פון זיינע קנעכט וואס האבן אים אזוי געטריי געדינט אלע יארן און זיך געשלאגן און געפירט מחלוקות למענו, געמאכט מנהגים און מסורות געבויט שולן און מקוואות און גאט האט א בלאז געטאן דערויף און נישט צוריקגעקוקט, אפשר דארפן מיר טוישן אונזערע פריאריטעטן, אפשר איז דא עפעס א חידוש אין השקפה דאס צו מסביר זיין, אבער מיר קענען דאס נישט און ממילא רעדט מען ענדערש נישט דערפון און שוין.

ביי אזא מצב ווי היינט איז נישט אינטערעסאנט קיין רעגולער אויסגעדראשענע דרשות מיט משלים פון ייטב לב, עס איז א קריזיס פונקט אין אידישקייט. אידן וואס האבן דערלייגט טויזנטער נישט צו פארפאסן א מנין, פארשפעטיגט א פליגער נישט צו דערלייגן א מקוה, אידן וואס האבן געלעבט פון זאגן קדיש יעדן טאג, פארן צום קבר פון דעם אדער יענעם תנא, אידן וואס האבן נישט אויסגעטון די תפילין פאר הערן צ' אמנים, פלוצלינג וויל דאס נישט גאט, ער שפארט פלוצלינג אפ אלעס ער וויל נישט הערן, ובפרשכם כפיכם איננו שומע, וואס גייט דא פאר? מ'איז מקריב אלעס פאר לימוד התורה, מ'איז אלעס מבטל דערפאר, אידן זענען זיך מוסר נפש שלא יבוטל התמיד, פלוצלינג זענען די חדרים פארשפארט ווי אין רוסלאנד, אין יוצא ואין בא, אידן זענען פארווייטאגט און פארוואונדערט, וואס גייט דא פאר, וואס איז מיט אלע אונזערע מצוות, תפילות, סגולות, עניינים, פערציג יאר אין א צי האט זיך נישט אפגעטון דער קול תורה פאר א רגע אבער פלוצלינג סטאפ, אלעס איז אויס. קום נישט מיט קיין אלטע באבע מעשיות וועגן שייטלעך און קאמפיוטערס, דאס קענסטו זאגן ווען אלעס איז גוט און מען הערט צו מיט א האלבן אויער דעם דרשה לקיים המנהג שהרב דורש והעם מתנמנמין, אבער היינט פאדערט זיך אסאך מער, א נייע תורה, מחדש זיין וויאזוי צו דינען גאט מתוך הסגר, וויאזוי די תפלה ביחיד גייט ארויף דירעקט צום כסא הכבוד און שפאלט הימלען וכו' איך ווייס אז היינטיגע רבנים זענען בכלל נישט מעגליך דאס צו טון, איך האב דעם חלק נאר געזאגט זיך צו רייצן כאילו, זיי און דער עולם זאלן אנערקענען אז זיי זענען הילפלאז און אפגעריבן און האבן נישט קיין ענטפערס צו אונזערע נפשיותדיגע און רוחניותדיגע פראגן, ווער עס וויל וויסן וואס גאט זאגט זאל אים זוכן אין די תורה און ספרים און מאכן א אייגענע אידישקייט.

דערנאך איז דא די הלכה'דיגע חלק, בערג און בערג מיט תשובות ספרים האבן אונז די רבנים אנגעפילט איבער דברים של מה בכך, יעצט ווען ערנסטע עכטע שאלות שטייען אויפן טיש זענען זיי שטיל. די זאכן איז נישט גענוג א האלבע מליצה אויף א צעטל, דאס דארף א געהעריגע בירור הלכה נאך לכה''פ אזויפיל ווי די אריזאנע ווייץ, איז תפלה בציבור א רשות, א דרבנן, ווי ווייט איז מען מחויב איינצושטעלן פארדעם, זאל מען מוותר זיין אויף אנדערע חומרות וועגן דעם, וואס קומט פאר וואס, אן א שיעור הארבע אידישקייט ענינים זענען צופאלן און קיינער קימערט זיך נישט געהעריג. דערנאך וואס טוט זיך מיט שמירת הבריאות איז דאס נישט קיין דין? וואו זענען די פסקים אויף דעם מעג מען איינשטעלן א צווייטן איד בספק, מעג מען מסר'ן איינעם וואס שטעלט איין, איז מען עובר אויף לפני עור טאמער לאזט מען א עלטערן איד אין בית מדרש, אפילו פשוט א אזהרה חמורה צו גיין מיט א מאסק אויף די גאס, וואו זענען די מחרימים און אונטערשרייבערס פארוואס הערט מען נישט אייער קול? פארוואס איז נישט דא קיין צעטל אז מטעם הרבנים איז יעדער מחויב צו גיין אפגערוקט זעקס פוס פון א אנדערן?

איך ווייס אז די רבנים זענען מיסט היינטיגע טעג, עס מאכט אבער אויס, איך בין געווען ערב פסח אין געשעפט, אינמיטן די גרויסע פאניק ווען מתים זענען געפאלן ווי די פליגן (יעצט זענען שוין טייל אביסל בארואיגט) און איך בין נאך אלץ געווען דער איינציגסטער מיט א מאסק אין א פולן געשעפט. פארוואס טוט נישט דער רבי אן א מאסק ווען ער איז אויפן גאס? עס פאסט אים נישט? פיין, ער מוז טאקע אפשר נישט ווייל ער שטייט גענוג ווייט אבער אויב פאר'ן רבי'ן פאסט נישט פאסט אויך נישט פאר'ן דיין און פאר'ן מו''ץ וואס מען וועט ח''ו מיינען ער איז א בעל בית אויב ער גייט א מאסק און דער מגיד שיעור און בנש''ק און קיינער גייט נישט. די מענטשן באגרייפן נישט דעם מצב, טראכט אריין אונז זענען מיר ארומגענומען מיט נייעס, מען האלט מיט יעדן ריר, דער פרעזידענט, דער גאווערנער, איטאליע, באריס דזשאנסאן, וכו' וכו' א בן תורה א בן חמישים וואס הערט ניטאמאל קול מבשר ווייסט גארנישט פון דעם, אלעס וואס ער ווייסט איז אז הצלה און די סמארטפון חברה פארפירן איבער א מגיפה, עס גייט נישט געהעריג אריין אין מח כאטש ער גלייבט דאס, און יעדע רגע איז ער עלול צו גלייבן אז דאס איז א קאנספיראציע אונטערצוברענגען אידישקייט און צוריק אנהייבן גיין אין מקוה, א בריוו פון די רבנים וואלט געוויזן אז דער מצב איז ערנסט, אז עס איז אמת און איז טאקע וויכטיג נישט בלויז כדי יוצא צו זיין די רעגירונג. נאר וואס זאל מען טון אז די רבנים אליין זענען די אויבנדערמאנטע מענטשן.

אזא בריוו ווי וואס איז היינט ארויסגעקומען פון הרב הרפנס פון דעם רעדט מען, א עכטער אמת'דיגער בריוו מיט שטארקע לשונות מיט א נאמען. וואו זענען די איבריגע? פארוואס פארפירן זיי נישט אזוי שארף אויף סאושעל דיסטענסינג ווי אויף אונטערנעט? על הנפשות אתה חס ואין אתה חס על הגופים? איז דמן של ישראל הפקר? פארוואס זענען זיי שטיל?

און אז זיי זענען שטיל זאל דאס דאקומענטירט ווערן און געדענקט ווערן, זאלן זיי נישט האבן די רעכט נאכ'ן מגיפה צו זאגן תורה און פירן טישן. אונטערשרייבן צעטלעך וואס טוען וויי טון אנדערע מענטשן און טיילן איין מענטשן זייער לעבן. ארויסווארפן און אריינלאזן קינדער אין דעם ציבור'ס מוסד. איר האט נישט געקעירט פאר אונז איר זענט געווען שטיל, זיך מסדר געווען א פריוואטן מנין, געליינט אין די ספרי תורה וואס דער ציבור האט מנדב געווען, אויפ'ן חשבון פון אונז אלע, איר האט אונז פארלאזט בלייבט וואו איר זענט יעצט, ביטע קומט נישט צוריק מיר דארפן אייך שוין נישט מער.
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:36 pm#446263
ייש"כ ATUB @מיימון ATUB פאר די שיינע אפהאנדלונג! דברים קילורין לעיניים.

אויב מעג איך צולייגן מיינע צוויי קאפיקעס. לדעתי ליגט עפעס טיפער אונטער דעם ריזיקע וואס זיי ווילן נישט נעמען. דא ליגט א פאוער סטראגל. טראכט אריין, אויב וואלטן די רבנים אלע זיך צאמגענומען און פארמאכט אלע שולן, און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז ס'האט נישט אויסגעפעלט, וואלט יעדער נארמאלער מענטש פארשטאנען אז די רבנים האבן געטהון ריכטיג. מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, די רעגירונג האט געהייסן, שעת חירום, דינא דמלכותא דינא, אונס רחמנא פוטריה, חישב אדם לעשות מצוה וגו' וכו', מ'וואלט אנגעלייגט די שולד אויף גאווערמענט און סייענס, און די דורכפאל וואלט נישט געווען אויף די רבנים'ס פלייצעס. אדרבה זיי וואלטן זיך געקלאפט אין בויך און געפייערט זיג איבער סייענס, הלמאי זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן בלא בלא. איז פארוואס האבן זיי מורא צו נעמען די ריזיקע?

די סיבה איז אז זיי פילן אז זיי געבן אוועק פאוער. די עצם איידיע פון אויסהערן יענעם איז א פראבלעם, כ"ש ווען ס'איז גארווערמענט אדער סייענס, אונזער שונא נומבער 1.

אבער באמת איז עס נאריש פון זיי, א אויפריכטיגער מנהיג וואס זוכט די גוטס פון זיינע מענטשן וועט נישט פארלירן קיין פאוער אפילו ער איז אנגעוויזן אויף אנדערע אין געוויסע זאכן, און אפילו ער מאכט אמאל טעות. פארקערט, זיין רעפוטאציע וועט נאר וואקסן און די פאוער וועט שטערקער ווערן. דאס איז באמת א שמועס פאר זיך, וואס איז א גוטער מנהיג און וואס א פארדאבענער מנהיג (toxic leader). אין איין ווארט, א גוטער מנהיג דינט דעם מענטש און נישט פארקערט.

די ריזיקע קומט שוין נאכדעם, אויב שטעלט זיך ארויס אז די ס'האט זיך אויסגעפעלט קומט אויס אז סייענס איז גערעכט און חכמה בגוים תאמין און ווער קען נעמען די אחריות וואו דעס קען אלס צוברענגען? סא איגנארירן און נישט זאגן גארנישט איז א ווין-ווין. (די זעלבע איז מיט סאטמאר רב, זיין שונא איז געווען ציוניזם).
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:44 pm#446266
א ייש"כ מיימון פאר'ן זיך מסביר זיין. יעצט ביסטו אסאך קלארער און פארשטענדליך ווי פריער.

נאך אלץ וואלט איך נישט באשולדיגט "אלע" רבנים, פאראן רבנים וואס העלפן אנדערע אידן במיטב כוחותם אין אנדערע הינזיכטן און האבן נישט דא קיין חוות דעת. זיי לאזן די חסידים טון וואס זיי ווילן, ודעביד כמר עביד וכו'.

אבער דאס יא, די דאזיגע וואס קומען אלץ ארויס מיט גאנצעטע ביאורים אויף יעדע נארישקייט, אויף זיי איז טאקע א הארבע קשיא, אייכם.
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:59 pm#446268
אבטולמוס האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא ארויפשטעלן וואס כ'האב געלייענט אינעם "בלאט" פונעם פארגאנגענעם יו"ט, פון די זכרונות פון א איד ווען האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר איז געווען אין סעליש אויף א שבת, בשעת דעם צווייטן וועלט-קריג.

ראובן: דאס איז אן אייזענער שטיקל!
וועלכע חלק ווילסטו אנווייזן, אז ער האט יעדעם אהיימגעשיקט און געהאלטן די אינפארמאציע ביי זיך,
אדער אז די עסקנים האבן אים געבעטן צו בלייבן אין פעסט און ער האטזיך אפגעזאגט?

ער איז געווען אין סעליש, און די עסקנים האבן זיך געבעטן צו אים ער קומען מחזק זיין אין פעסט וואו די נאציס האבן אנגעהויבן משתלט זיין. אבער ער איז ליבערשט אהיימגעגאנגען.

אנשטאט איבערלאזן זיין קהילה אויף הפקר בשעת ווען די נאציס זענען שוין אין לאנד און זיין א שיינע איד אין פעסט, איז ער געפארן מחזק זיין זיין אייגענע קהילה.
מאנטאג אפריל 20, 2020 7:07 pm#446270
איסר האטלקי האט געשריבן:

קען זיין.
מאנטאג אפריל 20, 2020 7:11 pm#446272
מיימון, כ'געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס עפעס וואס איך לייען זאל מיך אזוי צעשטורעמען.
מאנטאג אפריל 20, 2020 7:42 pm#446275
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
כ'ווייס נישט אויב מען האט עס שוין ארויסגעברענגט אין אנדערע אשכולות, אבער דא האב'ך עס נישט געזען געשריבן.

ס'איטערעסאנט אנצומערקן אז די קארלינער רבי פון גבעת זאב (יא דער מיט'ן סמארט פון) האט זיך ארויסגעשטעלט גלייך פון אנפאנג אז מען זאל אויספאלגן אלע הוראות פונעם ישראלישן געזונטהייט מיניסטעריום (בערך צוויי וואכן פאר פורים).
מאנטאג אפריל 20, 2020 7:57 pm#446276
ATUB @מיימון ATUB דאס איז שוין איבער געשריבען היסטוריה. איך האב טענות אויף די ראשונים, גאנצע קהלות ווערן חרב, און קלאגן קענען זיי?! שרייבן קינות אן קיין שום זאכליכע אנווייזונגן למה עשה ה׳ ככה?!

נאכ׳ן האלאקאוסט, וואס פעלט יעצט? נאך סליחות? נאך קינות פאר די האלאקאוסט? ביסט גערעכט, אז בשעת די קריג האבען זיי געדארפט ווייזען פירערשאפט, וויסען זאל מען אבער אז אין פולין ווי עס איז געווען געטאס, האט מען אסאך גערודפ׳ט רבנים באזונדער, און ווי לאנג מ׳האט נישט געוואוסט אז יעדער שטארבט סיי ווי, האט מען געטראכט אז בלייבן שטיל איז די בעסטע פלאן. שפעטער האט ר׳ מנחם זעמבא געטוישט זיין מיינונג, עכ״פ לפי דברי ד״ר זיידמאן (אנדערע דינגן זיך אויף אים). אבער נאכ׳ן קריג, וואס זאלען זיי זאגען? די פאר מענטשן האבען געזאגט אז זייער ליידן אין קריג איז גאר א ראיה ווי גערעכט זיי זענען, ווילסט נאך אזעלכע? באשולדיגן די אלע ׳יענעמס׳ אין זייער לעבן?

דאס האט גארנישט מיט די האלאקאוסט, היינט דארף מען פשוט פראקטישע הלכות אויסארבעטן, און די מציאות דורכאקערן, וואס ביזדערווייל האט דאס קיין איין רב/רבי נישט געטון. ניין, דער קארלינער רבי האט סה״כ איבערגעגעבן צום געזונט אינסטאנצן, וואס דער וואס ווייסט נישט דארף טאקע טון. אבער נישט דאס מאכט א מנהיג, עס איז סה״כ בעסער ווי די פאלשע מנהיגים, וואס זענען גענוג מנהיג אז יענער זאל נישט זיין.

אגב, איך זיך ר׳ מלכיאל׳ס נאמען. ער האט עפעס געזאגט? געהייסן? איפוא אתה?!
מאנטאג אפריל 20, 2020 8:04 pm#446278
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@מיימון שפעטער האט ר׳ מנחם זעמבא געטוישט זיין מיינונג, עכ״פ לפי דברי ד״ר זיידמאן (אנדערע דינגן זיך אויף אים).

לויט היסטאריקער איז ר' מנחם געווען קעגן דעם ווארשעווער געטא אויפשטאנד.
מאנטאג אפריל 20, 2020 8:06 pm#446279
זיידמאן זאגט אנדערש, ער איז שוין נישט דארט געווען, אבער נאנט איז ער געווען צו די וואס זענען דארט געווען.
עס איז גארנישט באשטעטיגט, כמו״ש למעלה
מאנטאג אפריל 20, 2020 9:39 pm#446287
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@מיימון דאס איז שוין איבער געשריבען היסטוריה. איך האב טענות אויף די ראשונים, גאנצע קהלות ווערן חרב, און קלאגן קענען זיי?! שרייבן קינות אן קיין שום זאכליכע אנווייזונגן למה עשה ה׳ ככה?!

נאכ׳ן האלאקאוסט, וואס פעלט יעצט? נאך סליחות? נאך קינות פאר די האלאקאוסט? ביסט גערעכט, אז בשעת די קריג האבען זיי געדארפט ווייזען פירערשאפט, וויסען זאל מען אבער אז אין פולין ווי עס איז געווען געטאס, האט מען אסאך גערודפ׳ט רבנים באזונדער, און ווי לאנג מ׳האט נישט געוואוסט אז יעדער שטארבט סיי ווי, האט מען געטראכט אז בלייבן שטיל איז די בעסטע פלאן. שפעטער האט ר׳ מנחם זעמבא געטוישט זיין מיינונג, עכ״פ לפי דברי ד״ר זיידמאן (אנדערע דינגן זיך אויף אים). אבער נאכ׳ן קריג, וואס זאלען זיי זאגען? די פאר מענטשן האבען געזאגט אז זייער ליידן אין קריג איז גאר א ראיה ווי גערעכט זיי זענען, ווילסט נאך אזעלכע? באשולדיגן די אלע ׳יענעמס׳ אין זייער לעבן?

דאס האט גארנישט מיט די האלאקאוסט, היינט דארף מען פשוט פראקטישע הלכות אויסארבעטן, און די מציאות דורכאקערן, וואס ביזדערווייל האט דאס קיין איין רב/רבי נישט געטון. ניין, דער קארלינער רבי האט סה״כ איבערגעגעבן צום געזונט אינסטאנצן, וואס דער וואס ווייסט נישט דארף טאקע טון. אבער נישט דאס מאכט א מנהיג, עס איז סה״כ בעסער ווי די פאלשע מנהיגים, וואס זענען גענוג מנהיג אז יענער זאל נישט זיין.

אגב, איך זיך ר׳ מלכיאל׳ס נאמען. ער האט עפעס געזאגט? געהייסן? איפוא אתה?!
חומת הדת האט נאכגעזאגט עפעס פון ר' מלכיאל גאנץ אנפאנג, עפעס אז די גאנצע זאך איז נאר מעשי שטן צו קענען צומאכן די ישיבות און בתי מדרשים, אדער אז מען דארף אינזין האבן ביי אתה חונן נישט ביי רפאנו.
מאנטאג אפריל 20, 2020 9:52 pm#446293
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב מען האט עס שוין ארויסגעברענגט אין אנדערע אשכולות, אבער דא האב'ך עס נישט געזען געשריבן.

ס'איטערעסאנט אנצומערקן אז די קארלינער רבי פון גבעת זאב (יא דער מיט'ן סמארט פון) האט זיך ארויסגעשטעלט גלייך פון אנפאנג אז מען זאל אויספאלגן אלע הוראות פונעם ישראלישן געזונטהייט מיניסטעריום (בערך צוויי וואכן פאר פורים).

טאקע א מוסטער ווערט צו באצייכענען.
דא אין אמעריקא זענען זיינע בתי המדרש און מוסדות אויך געווען פין די ערשטע צו שליסן.
מאנטאג אפריל 20, 2020 10:29 pm#446296
אונטער חכם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@מיימון דאס איז שוין איבער געשריבען היסטוריה. איך האב טענות אויף די ראשונים, גאנצע קהלות ווערן חרב, און קלאגן קענען זיי?! שרייבן קינות אן קיין שום זאכליכע אנווייזונגן למה עשה ה׳ ככה?!

נאכ׳ן האלאקאוסט, וואס פעלט יעצט? נאך סליחות? נאך קינות פאר די האלאקאוסט? ביסט גערעכט, אז בשעת די קריג האבען זיי געדארפט ווייזען פירערשאפט, וויסען זאל מען אבער אז אין פולין ווי עס איז געווען געטאס, האט מען אסאך גערודפ׳ט רבנים באזונדער, און ווי לאנג מ׳האט נישט געוואוסט אז יעדער שטארבט סיי ווי, האט מען געטראכט אז בלייבן שטיל איז די בעסטע פלאן. שפעטער האט ר׳ מנחם זעמבא געטוישט זיין מיינונג, עכ״פ לפי דברי ד״ר זיידמאן (אנדערע דינגן זיך אויף אים). אבער נאכ׳ן קריג, וואס זאלען זיי זאגען? די פאר מענטשן האבען געזאגט אז זייער ליידן אין קריג איז גאר א ראיה ווי גערעכט זיי זענען, ווילסט נאך אזעלכע? באשולדיגן די אלע ׳יענעמס׳ אין זייער לעבן?

דאס האט גארנישט מיט די האלאקאוסט, היינט דארף מען פשוט פראקטישע הלכות אויסארבעטן, און די מציאות דורכאקערן, וואס ביזדערווייל האט דאס קיין איין רב/רבי נישט געטון. ניין, דער קארלינער רבי האט סה״כ איבערגעגעבן צום געזונט אינסטאנצן, וואס דער וואס ווייסט נישט דארף טאקע טון. אבער נישט דאס מאכט א מנהיג, עס איז סה״כ בעסער ווי די פאלשע מנהיגים, וואס זענען גענוג מנהיג אז יענער זאל נישט זיין.

אגב, איך זיך ר׳ מלכיאל׳ס נאמען. ער האט עפעס געזאגט? געהייסן? איפוא אתה?!
חומת הדת האט נאכגעזאגט עפעס פון ר' מלכיאל גאנץ אנפאנג, עפעס אז די גאנצע זאך איז נאר מעשי שטן צו קענען צומאכן די ישיבות און בתי מדרשים, אדער אז מען דארף אינזין האבן ביי אתה חונן נישט ביי רפאנו.

גם אני מצטרף, מ׳זאל אינזין האבן ביי אתה חונן. אלע מדינות אין דער וועלט זענען גרייט צו דערלייגן מיליארדן דאללארן, נאר אז ר׳ מלכיאל׳ס שיעור צו א ליידיגע ביהמ״ד זאל נישט פארקומן. אתה חונן לאדם דעת, מיט יאסעלע׳ס תנועה.
מאנטאג אפריל 20, 2020 11:57 pm#446309
מיימון האט געשריבן:מען דארף אסאך מאריך זיין אין די חרד'ישע רעאקציע צום האלאקאוסט וואס באשטייט בעיקר פון איגנארירן. ניטאמאל א קינה'לע האט מען פארגינען פאר די גרעסטע פאסירונג אין אידישע היסטאריע זינט אייביג.

די גאנצע תגובה איז געוואלדיג, אבער די נקודה איז געוואלדיג געוואלדיג.
דינסטאג אפריל 21, 2020 12:05 am#446310
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@מיימון דאס איז שוין איבער געשריבען היסטוריה. איך האב טענות אויף די ראשונים, גאנצע קהלות ווערן חרב, און קלאגן קענען זיי?! שרייבן קינות אן קיין שום זאכליכע אנווייזונגן למה עשה ה׳ ככה?!

נאכ׳ן האלאקאוסט, וואס פעלט יעצט? נאך סליחות? נאך קינות פאר די האלאקאוסט? ביסט גערעכט, אז בשעת די קריג האבען זיי געדארפט ווייזען פירערשאפט, וויסען זאל מען אבער אז אין פולין ווי עס איז געווען געטאס, האט מען אסאך גערודפ׳ט רבנים באזונדער, און ווי לאנג מ׳האט נישט געוואוסט אז יעדער שטארבט סיי ווי, האט מען געטראכט אז בלייבן שטיל איז די בעסטע פלאן. שפעטער האט ר׳ מנחם זעמבא געטוישט זיין מיינונג, עכ״פ לפי דברי ד״ר זיידמאן (אנדערע דינגן זיך אויף אים). אבער נאכ׳ן קריג, וואס זאלען זיי זאגען? די פאר מענטשן האבען געזאגט אז זייער ליידן אין קריג איז גאר א ראיה ווי גערעכט זיי זענען, ווילסט נאך אזעלכע? באשולדיגן די אלע ׳יענעמס׳ אין זייער לעבן?

דאס האט גארנישט מיט די האלאקאוסט, היינט דארף מען פשוט פראקטישע הלכות אויסארבעטן, און די מציאות דורכאקערן, וואס ביזדערווייל האט דאס קיין איין רב/רבי נישט געטון. ניין, דער קארלינער רבי האט סה״כ איבערגעגעבן צום געזונט אינסטאנצן, וואס דער וואס ווייסט נישט דארף טאקע טון. אבער נישט דאס מאכט א מנהיג, עס איז סה״כ בעסער ווי די פאלשע מנהיגים, וואס זענען גענוג מנהיג אז יענער זאל נישט זיין.

אגב, איך זיך ר׳ מלכיאל׳ס נאמען. ער האט עפעס געזאגט? געהייסן? איפוא אתה?!
חומת הדת האט נאכגעזאגט עפעס פון ר' מלכיאל גאנץ אנפאנג, עפעס אז די גאנצע זאך איז נאר מעשי שטן צו קענען צומאכן די ישיבות און בתי מדרשים, אדער אז מען דארף אינזין האבן ביי אתה חונן נישט ביי רפאנו.

גם אני מצטרף, מ׳זאל אינזין האבן ביי אתה חונן. אלע מדינות אין דער וועלט זענען גרייט צו דערלייגן מיליארדן דאללארן, נאר אז ר׳ מלכיאל׳ס שיעור צו א ליידיגע ביהמ״ד זאל נישט פארקומן. אתה חונן לאדם דעת, מיט יאסעלע׳ס תנועה.

הרב מלכיאל קאטלער שליט"א דארף שוין גארנישט זאגן. אדער געבן אן הוראה. ווייל זיין מחותן הרב מהרז"ל שליט"א האט שוין אלעס געזאגט. סיי בדברי חכמה. סיי בדברי הלכה והנהגה.
דינסטאג אפריל 21, 2020 12:08 am#446311
דער מחותן פון ר׳ מלכיאל איז דער קלויזענבורגער רב, דער דור רביעי, דער גרעסטע ציוני אין גאנץ אונגארן, נאך בערל בעלעגולה שטייט זיך
דינסטאג אפריל 21, 2020 1:06 am#446315
אוי ר' ATUB @מיימון ATUB ר' מיימון!

שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס! די העדר פון מנהיגים און הנהגה איז מבהיל על הרעיון, ס'ווייזט זיך ארויס אז מיר האבן נישט קיין "מנהיגים", נאר מיר האבן נהנגים. איך ווארט צו זען אויב ס'וועלן זיין וועלכע וועלן דן זיין ווען די גאנצע פרשה ענדיגט זיך, (אויב ס'גייט זיך אמאל ענדיגן...) דן זיין צי מ'מעג מצרף זיין אלע וואס זענען יעצט בשאט נפש עובר אויף לא תרצח, צי מ'קען זיין מצרף זיין צו מנין. ס'איז אן אנגעויטאגטע נושא וואס איך וויל נישט עוסק זיין דערין, ווייל דאס בלוט פארט מיר ארויף אין קאפ. ס'נישט געזונט.
דינסטאג אפריל 21, 2020 11:24 am#446338
ישר כח ATUB @מיימון ATUB קלארע ווערטער אין אזא ווייטאגליכע מצב.
דינסטאג אפריל 21, 2020 1:27 pm#446352
די אלע וואס שרייען לא תרצח, טוהן גארנישט וועגן דער סיסטעמאטישער רציחה וואס גייט פאר אין אלע שפיטעלער און האומס, ווי מען טוט די ענ אר'ס מיט דער צייטווייליגער געזעץ און מיט א שמוץ אריבער. (איך רעד נישט דווקא פין מיימאנידיס, נאר אלע).

האקט א טשייניק א צווייטער, אבער יעדער האט זיך זיינע מצוות.
דינסטאג אפריל 21, 2020 3:19 pm#446371
דאס איז איינער פון די גרעסטע ליצנות'ן פון דער עפאכע. ווען מ'פרעגט איינער פארוואס איז די שול אפן, ענטפערט ער ממש צו דער זאך, 'און פארוואס זענען די געשעפטן אפן?'

מ'זאגט אז עס איז דא איבה ווען אידען האלטן נישט די אנווייזונגן, זאגען זיי 'און ווי ביסטו געווען ווען מ'האט אנגעהויבן בויען גרויסע הייזער און אויסקריצען די אויגען פון די גוים?'

עס איז אזא מין תאווה זיך מסיח דעת צו זיין פון די נושא דור ארויף ברענגן א צווייטע נושא.

יא, מ'דארף עפעס טון וועגען די טענות פון רציחה אין שפיטעלער, ווי מ'הונגערט מענטשן צום טויט. און דעריבער? מעג כק דער אדמור פון איך ווייס ווי לאזן זיין סטאדע אויף דער וואסער? ממילא מעג די אלע כאקערס די אדמורס מאכען מניינים מצומצים להגדיל הונם ואונם? ממילא דארף יעדער שוין מאכען א מנין ביי זיך אין קעלער?
דינסטאג אפריל 21, 2020 3:52 pm#446376
איך האב געזאגט אז מען מעג?

איך זאג נאר אז דער לא תרצח גייט דיר גאנץ ווייניג אהן, והא ראי' כאמור לעיל.

און עס הייסט נישט פארפירט א נושא, סארי.

דער פוינט איז, דער זעלבער סיבה וואס עס ברענט דיר דער לא תרצח, ברענט יענער מנין.
דינסטאג אפריל 21, 2020 3:56 pm#446377
קום אריין קלאר וואס איז די סיבה ?
דינסטאג אפריל 21, 2020 4:10 pm#446379
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער מחותן פון ר׳ מלכיאל איז דער קלויזענבורגער רב, דער דור רביעי, דער גרעסטע ציוני אין גאנץ אונגארן, נאך בערל בעלעגולה שטייט זיך

ליטוואק: איך האב נאר געזאגט אז איך ווילל אנטראגן א שידוך מיט מהרז"ל'ס אייניקל (אדער טאכטער) און הרב מלכיאל קאטלער'ס זון. ווייל זיי זענען איין תקופה געווען זייער גוטע באדדי'ס. למשל ביי די ילדי צרפת און אנדערע געלעגנהייטן. האביך געזאגט אז אפשר ווערן זיי מחותנים...!. כ'האב נישט געוואוסט אז ר' מלכיאל איז שוין פארדארבן געווארן. און ר'האטציך משדך געווען מיט א חסיד'ישן רעבי'ן...! כן ירבו...!
דינסטאג אפריל 21, 2020 4:10 pm#446380
מר תשבי איך עגרי נישט מיט דיין געדאנק, נעמליך, וויבאלד איינער פארפירט נישט אויף די שפיטעלער מוז זיין אז עס באדערט אים נישט קיין לא תרצח.
די חילוקים זענען גאנץ קלאר, just to name a few
א. קודם איך ווייס נישט וואס עס איז אמת און וואס נישט, עס איז דא קעגענזייטיגע באריכטן צו מען מארדעוועט טאקע אויס מענטשן במזידין אין שפיטעלער, דא ביי אונז זע איך די פאקטן.
ב. איך האב נישט קיין ווארט אויף קיין שפיטעלער זיי זענען נישט מיינע רביס חברים און קרובים, משא"כ מיינע רבנים חברים און קרובים שפיר איך אז איך בין א בעל דברים מיט זיי, צו אויפן ווירטואלע וועלט אדער און בסמדרש.
ג. איך האב א גרעסער תביעה אויף ר' זלמן לייב\אהרן\בן ציון ווי א א טונקעלע אדער ליכטיגע נורס אין מיימאנעדיס, דער ערשטער איז א איד א שומר תורה ומצוות וואס כלומפרשט איז ער ממונה קעיר צו נעמען פון מיין וויאולזיין, פון דער לעצטער, עקספעקט איך נישט זאל זיך קימערן א סך מיט מיין מצב, בפרט אז די אנגענומע מיינוג איז אז מיר אליין קערן נישט. וכו'
און בכלל מיין איך אז דער נושא דא איז מער איבער א פאלוירענע מנהיגות נישט וויפיל עס באדערט לא תרצח.
דינסטאג אפריל 21, 2020 4:21 pm#446382
berlbalaguleh האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער מחותן פון ר׳ מלכיאל איז דער קלויזענבורגער רב, דער דור רביעי, דער גרעסטע ציוני אין גאנץ אונגארן, נאך בערל בעלעגולה שטייט זיך

ליטוואק: איך האב נאר געזאגט אז איך ווילל אנטראגן א שידוך מיט מהרז"ל'ס אייניקל (אדער טאכטער) און הרב מלכיאל קאטלער'ס זון. ווייל זיי זענען איין תקופה געווען זייער גוטע באדדי'ס. למשל ביי די ילדי צרפת און אנדערע געלעגנהייטן. האביך געזאגט אז אפשר ווערן זיי מחותנים...!. כ'האב נישט געוואוסט אז ר' מלכיאל איז שוין פארדארבן געווארן. און ר'האטציך משדך געווען מיט א חסיד'ישן רעבי'ן...! כן ירבו...!

ר׳ מלכיאל האט איין איינציג זון, וואס איז אן איידעם ביי הרב בדוש פון מעקסיקא. אפשר האט ער עפעס א טאכטער, און יעצט זעט מען אז ער עגזיסטירט נאך

זיין מחותן איז נישט קיין רבי. קלויזענבורגער רב זצ״ל דער דור רביעי איז אויך קיין חסיד נישט געווען, אן אונגארישער אן אשכנזישע
דינסטאג אפריל 21, 2020 6:30 pm#446400
אישתישבי האט געשריבן:איך האב געזאגט אז מען מעג?

איך זאג נאר אז דער לא תרצח גייט דיר גאנץ ווייניג אהן, והא ראי' כאמור לעיל.

און עס הייסט נישט פארפירט א נושא, סארי.

דער פוינט איז, דער זעלבער סיבה וואס עס ברענט דיר דער לא תרצח, ברענט יענער מנין.

איה״נ מיר גייט לא תרצח אהן א פייג,
אבער איך בין נישט קיין מנהיג סאו סאיז נישט מיין ארבעט קערצונעמען.
איך עס טאקע נישט א גאנץ יאר כבוד ווייל איך וויל נישט דארפן זיין אין טשארדזש אין אזא מצב,
אבער זיי האבן די חוצפה זיך צו רופן מנהיגים און נאר נעמען די עדווענטעדשעס דערפון.
דינסטאג אפריל 21, 2020 7:53 pm#446419
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קלויזענבורגער רב זצ״ל דער דור רביעי איז אויך קיין חסיד נישט געווען, אן אונגארישער אן אשכנזישע

דא ברויך מען לאכן!
דינסטאג אפריל 21, 2020 8:31 pm#446421
.
דינסטאג אפריל 21, 2020 8:55 pm#446423
די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
די טענה פונ׳ם אשכול קען גיבן א נייע באדייט צו (אסתר ד יד) אִם־הַחֲרֵ֣שׁ תַּחֲרִישִׁי֮ בָּעֵ֣ת הַזֹּאת֒ רֶ֣וַח וְהַצָּלָ֞ה יַעֲמ֤וֹד לַיְּהוּדִים֙ מִמָּק֣וֹם אַחֵ֔ר וְאַ֥תְּ וּבֵית־אָבִ֖יךְ תֹּאבֵ֑דוּ. והיינו, טאמער די הנהגה שווייגט אין אזא צייט ווען מ׳ווארט אויף א הצלה מהמצב, איז דאס מתמוטט די באזע פון זייער הנהגה ווייל מ׳זעהט און עס שטארצט ארויס אז זיי האבן דאס נישט באקומען דוקא מכח זייערע אייגענע קוואליפיקאציעס, נאר מכח זייער ״בית אב״ ויחוס.

דאס [״שטילשווייגעניש״] גייט אויך אביסל צוזאמען מיט וואס דר. ריטשערד לעוויטאן זאגט אז א גרויס חלק פון די פראבלעם מיט קאָוויד-19 אז עס ברענגט צום ערשט אן א שטילע הייפּאַקסיע, וואו מ׳כאפט נישט צום ערשט אז מ׳האט א פראבלעם מיט׳ן אטעמען און אז מ׳האט ווייניג אקסידזשען ביז מ׳האלט שוין טיפער אינ׳ם קראנקייט.

‏ ועיין כאן.)
דינסטאג אפריל 21, 2020 10:00 pm#446424
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מר תשבי איך עגרי נישט מיט דיין געדאנק, נעמליך, וויבאלד איינער פארפירט נישט אויף די שפיטעלער מוז זיין אז עס באדערט אים נישט קיין לא תרצח.
די חילוקים זענען גאנץ קלאר, just to name a few
א. קודם איך ווייס נישט וואס עס איז אמת און וואס נישט, עס איז דא קעגענזייטיגע באריכטן צו מען מארדעוועט טאקע אויס מענטשן במזידין אין שפיטעלער, דא ביי אונז זע איך די פאקטן.
ב. איך האב נישט קיין ווארט אויף קיין שפיטעלער זיי זענען נישט מיינע רביס חברים און קרובים, משא"כ מיינע רבנים חברים און קרובים שפיר איך אז איך בין א בעל דברים מיט זיי, צו אויפן ווירטואלע וועלט אדער און בסמדרש.
ג. איך האב א גרעסער תביעה אויף ר' זלמן לייב\אהרן\בן ציון ווי א א טונקעלע אדער ליכטיגע נורס אין מיימאנעדיס, דער ערשטער איז א איד א שומר תורה ומצוות וואס כלומפרשט איז ער ממונה קעיר צו נעמען פון מיין וויאולזיין, פון דער לעצטער, עקספעקט איך נישט זאל זיך קימערן א סך מיט מיין מצב, בפרט אז די אנגענומע מיינוג איז אז מיר אליין קערן נישט. וכו'
און בכלל מיין איך אז דער נושא דא איז מער איבער א פאלוירענע מנהיגות נישט וויפיל עס באדערט לא תרצח.

א. דער וואס וויל וויסען ווייסט, עס איז נישט קיין סוד, מען דארף נישט גלייבען אלע שרעקעדיגע מעשיות וואס גייען ארום, אבער אז זיי זענען עובר וואס איז ביי אונז לא תרצח איז א דבר פשוט, די מעשיות וואס גייען ארום איז אז זיי הרג'נן מענטשען בידים אסאך מער ווי dnr אדער dni מוזט איר נישט גלייבען אויב איר ווילט נישט, ווייל אויב אמת איז עס באמת שרעקעדיג, אבער די dnr אדער dni איז מער ווי גענוג פאר א איד וואס דער לא תרצח קרענקט אים און ער רעגט זיך אז ער קען נישט פשוט נישט פארשטיין ווי אזוי איינער קען גיין אין בית המדרש און עובר זיין אויף א ספק גרם דגרם פין רציחה דורך מעגליך איבערגעבען קאראנא פאר א צווייטער איד וואס האט עס נאך נישט געהאט און יענער זאל מעגליך קראנק ווערען און שטארבען דורך די רציחה פין די שפיטעלער אדער דורך טאקע די מחלה אליין, איז דער איד וואס עס קרענקט אים אזוי, דארף אים נאך מער קרענקען און רעגען די רציחה פין די שפיטעלער, און דערווייל פין דעם רעדט ער נישט, פארוואס? ווייל ער טענה'ט אז ער ווייסט נישט. וויאזוי האט אמאהל איינער געזאגט צום סקווירא ווען ער האט געזאגט אז ער ווייסט נישט פין די רציחות אין סקווירא? יעצט ווייסטו יא, לאמיר זעהן וואס די וועסט טוהן.

ב. האסט פונקט אזא ווארט אויף די שפיטעלער ווי אויף די בתי מדרשים, והא ראי' האסט נאך קיין איין בית המדרש נישט פארמאכט. און די קענסט שרייבען אויף ק"ש וועגען דעם פונקט ווי די שרייבסט וועגען די בתי מדרשים (אויב די שרייבסט), און די קענסט רופען דער גאווערנער און דער סענאטער און די קענסט מעורר זיין אנדערע צו רופען וכו'. פארקערט אין דער געביט האסטו מער שאנס אויפצוטוהן ווי אויף די בתי מדרשים וואס אויב זיי עקזיסטירען טאקע (געדענקסט נאך? אפשר ווייסטו נישט פין דעם אויך נישט) וועלען זיי דיך נישט פאלגען.

ג. דא האסטו אנגעכאפט דריי נעמען פין רביס, זלמן לייב אהרן בןציון, וואס לכאורה מיינסטו די צוויי סאטמארע און באבוב, לכאורה זענען די דריי פין די וואס האבען יא פארמאכט זייערע בתי מדרשים, און געבען יא דרשות פאר זייערע חסידים, דער שרייבער דא וויל אויף א וועג האקען אויף רבי'ס כאילו זיי קענען זאגען וואס אונז דארפען טוהן אלס אידען צו חסידים אין דער מצב, און דער אמת איז אז די רבי'ס זענען אלע געבוירענע מנהיגים נישט קיין גרויסע קעפ, און לאו דוקא די דריי, נאר כולם בכלל, און ממילא זענען זיי אליין פונקט אזוי צופארען וועגען דער גאנצע מצב ווי אונז אלע, און זיי ווייסען קיין סאך נישט וואס צו טוהן זאגען אדער אנווייזען. ועוד והוא העיקר, עס איז נישטא קיין סאך וואס זיי קענען זאגען צו מאכען דער מצב מילדער, אסאך פין די אידען וואס זענען אליין אינדערהיים זאגען או חברותא או מיתותא, און זאגען אונז ווילען ארויס גייט מיר נישט אהן אויב איך שטארב, ווידער די וואס זענען אינדערהיים איינגעשפארט מיט גרעסערע משפחות קענען אראפ פין גלייכען זינען פין דעם אליין, און מען רעדט שוין נישט פין דער אנגעצויגענקייט פין דער מחלה אליין פין די וואס זענען כלומר'שט לאקי אז זיי האבען עס נאך נישט געכאפט (וואס אגב זייער מצב איז זייער נישט גוט, ווייל ווען מען מאכט צוריק אויף זענען זיי חלילה עלול עס דעמאלס צו כאפען, און דער גאנצע הרחקות איז נישט אז מען זאל עס נישט כאפען, נאך עס זאל נישט זיין אויף איין מאל כידוע), און קיינער קען נישט אויפהייבען משה רבינו'ס שטעקען און זאגען למחר אעתיר און פטור ווערען דער אנגעצויגענקייט.

און בכלל איז דער טענה כאילו דער רבי'ס קענען אונז עפעס טוהן סתם א בולשיט טענה, ווייל אונז אלע ווייסען אז זיי טוהן קיין סאך קיינמאל נישט פאר אונז, זיי זוכען סך הכל זייער כבוד און געלט, און וואס קענען זיי אויפטוהן יעצט? בפרט אז מען ווייסט נאך נישט וואס פאר א ארימקייט קומט יעצט, און פאר ווי לאנג, און עס מוז אפילו נישט זיין אז די ערגסטע איז שוין פארביי.
דינסטאג אפריל 21, 2020 11:50 pm#446433
א. יעצט ווייס איך שוין בידיעה ברורה ווייל די אליינס האסט מיר געזאגט,לול.
ב.איך זאל אריינקאלן מיין געווערנער מיט קלארע דיבורים, ווייל איינער האט זיך געדאכט אז מען פלאגט אויס רעספירעטארס, ווואס פארא שאלה עס איז א קלארע תשבי און קאווע שטיבל ע"ש ותמצא נחת
ג. די דריי רבי'ס האבן פארמאכט בלית ברירה, און זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין קלארע פסק נישט צו כאפן מנינים מיט מקואות תחת כל עץ רענן. זיי אליין הערן נישט אויף מיט זייערע מנינים מצומצמים